א טריט אריין אין ביזנעס 1#

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

נאך צוויי

באקומען אין אישי.pdf
4
(28.05 KiB) געווארן דאונלאודעד 368 מאל
דער דזשאב פון א דזשאב.pdf
5
(237.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 282 מאל
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

תגובה דורך מטעמים .pdf
6
(62.06 KiB) געווארן דאונלאודעד 241 מאל
פרנסה קלה ונקי.pdf
7
(247.05 KiB) געווארן דאונלאודעד 292 מאל
די נייע נארמאל.pdf
8
(244.22 KiB) געווארן דאונלאודעד 280 מאל
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

יישר כח לכבוד הכותב ולכבוד המדפיס
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

ספאסט נישט אז דער פארום זאל זיך זעצן אזוי פון אונטען אויף די צווייטע פעדזש,
סא שרייב איך א תגובה
ער זאל זיין פון די פני העדה ודי
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

זאלצי, יו אר עמעזינג. יו דיד עי גרעיט זשאב סויר.

תן לחכם ויחכם עוד.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

בתורת הכרת תודה פאר כבוד הרב זאלץוואסער, האמיר צוזאמגעשטעלט דעם פדף גרינג צו קענען אדורך לעזן די נושא.

דא איז די גאנצע פייל, צו גרויס ארויפצוריקן אויפן וועלטל זעלבסט. און אטאטשירט צוטיילט און צוויי אויף א קלענערע רעזולוציע.
אטעטשמענטס
א טריט אריין אין ביזנעס ח''א.pdf
(213.03 KiB) געווארן דאונלאודעד 300 מאל
א טריט אריין אין ביזנעס ח''ב.pdf
(204.27 KiB) געווארן דאונלאודעד 249 מאל
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

WOW א שיינע ארבעט, איישר חיילך
דעי ניק איז נישט אקטיוו
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

א טריט אריין אין ביזנעס - ביי דער ארבייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך וועל מסיים זיין דעם חלק פון דעם ארבייטער מיט די לעצטע ארטיקל פון די סעריע, און האפנטליך פון דעם וועל מיר זיך נעמען צו אנדערע ענינים צו וועלכן איך ציהל אנצוקומען.

פארשטייט זיך אז אויב קומען אריין נאך פראגן וועל מיר זיך באציען דערצו על הסדר.

היינט וועל מיר רעדן פון דעם ארבייטער ביי די ארבייט. געוויסע ענינים בדרך כלליות וואס אן ארבייטער דארף געדענקען כדי צו האבן הצלחה אין לעבן.

1. נישט געבן קיין עצות פאר א בעה"ב נאר אויב ס'איז ערנסט פארלאנגט געווארן. דהיינו אויב אייער דזשאב טייטל איז נישט "עדווייזער" זאלט איר נישט ווערן אן אומגעבעטענער עדווייזאר. איר קענט זיין אסאך קלוגער ווי דער בעה"ב און זייער מעגליך אז אייער עדווייז איז גאר שטארק. קיינמאל זאלט איר נישט געבן אומגעבעטענע עדווייז.

2. קריטיקירן א בעה"ב איז זייער אומווירקזאם, און דאס זעלבע ווי אויבן, אפי' ווען א בעה"ב זאגט אפן אז ער איז גרייט צו הערן קריטיק, דארף מען וויסן ווי ווייט צו גיין. בדרך כלל איז ער נישט אינטערסירט צו הערן קריטיק, ער איז נאר אינטערסירט צו הערן צו "דו" האסט קריטיק. ווען דו וועסט ענדיגן מיט די קריטיק וועט ער נישט טראכטן וויאזוי עס צו פאררעכטן, ער וועט ענדערש טראכטן פון "דיר", ער וועט איבערטראכטן פארוואס דו האלטסט אזוי, אדער צו דו ביזט א גוטער ארבייטער, עס פעלט בכלל נישט אויס די אלע עקסטערע באטראכטונגען צו דיין הצלחה.

3. זיין צייטליך, איז די שטערקסטע אינדיקעיטאר אויפן ארבייטער. דער וואס קומט אין צייט דארף שוין נישט צופיל טויגן, ער איז שוין א גוטער ארבייטער, און פון דארט און ווייטער איז אלעס נאר א פלאס, ווידעראום אויב קומט דער ארבייטער שפעט (מ'רעדט כראניש שפעט, נישט נאר אמאל אין א יובל) איז ער שוין גראד ביים ערשטן טריט אין א מיינוס, און ער האט אסאך ארבייט אנצוקומען צוריק צו זיראו, און דערנאך קענען שטייגן. עס פעלט נישט אויס די עקסטערע עגמת נפש, פינעף מינוט קען ראטעווען דעם טאג. זייט צייטליך.

4. ווייזן געטריישאפט. ווען אן ארבייטער טוט זיין ארבייט איז עס נישט געטריישאפט, עס איז דער דזשאב. געטריישאפט קומט ארויס אויפן אויבערפלאך ווען מ'גייט די עקסטערע מייל, ווען מ'טוט עפעס לפנים משורת הדין. עס איז גאר וויכטיג צו קענען אמאל אמאל טון עפעס וואס שטייט נישט אויפן דזשאב דעסקריפשאן, (אויסער עדווייז… ווי אויבן דערמאנט). מ'מעג אמאל פארשלאגן עקסטערע הילף ווען מ'זעהט ס'פעלט זיך אויס.

די אלע זאכן זענען דברים פשוטים, און כללי הדברים. לאמיר זיך בציען צו אפאר יוצאים מן הכלל.

איך וועל מיך באציעהן צו איינע פון די פראגן וואס זענען אריינגעקומען במשך פון שרייבן די סעריע, און וויבאלד ער איז נישט קיין יחיד במינו נאר מיר האבן זיך שוין אסאך באגעגנט מיט אזוינע וועל מיר אנהייבן ביי דעם.

א אינגערמאן ארבייט אויף א פלאץ, עס איז א מקום וואו עס איז נישט דא צופיל פלאץ צו וואקסן, ער איז אריינגעקומען אלס א נייער ארבייטער, און זיין נאמען האט געשיינט, מ'האט מורא'דיג שטארק הנאה געהאט פון זיין ארבייט, מ'האט אים אלס קאמפלימענטירט, און עס האט זיך אנגעהויבן אויפבויען ביי אים אין מח א שטארקער בילד פון זיינע יכולת עד כדי כך אז ער האט באשלאסן אז כדי אנצוקומען אין לעבן מוז ער אויפגעבן דעם דזשאב און גיין פרובירן עפעס מיט גרויסע פאטענטשעל.

למעשה נאך א שטיקל גלות פון איין דזשאב צום צווייטן האט ער זיך געטראפן צוריק ביים ערשטן, מ'האט אים דארט שיין אויפגענומען צוריק, ער איז פארט א גוטער ארבייטער, און מ'האט אים געגעבן צוריק דאס וואס ער האט אוועקגעווארפן. אבער דאס מאל איז ער שוין נישט דער זעלבער, ער קומט יעדן טאג אין דער ארבייט אין א בחינה פון כופין אותו, ער וויל נאר טרעפן דעם וועג ארויס, ער גייט דורך יסורים יעדן איינציגן טאג.

פארשטייט זיך אז דאס העלפט נישט קיין סאך ביי דער ארבייט, און דער בעה"ב זעהט עס כמים פנים אל פנים, און עס ווערט א אומקלארע רוגזה צווישן די צוויי. ווען איך זאג א "אומקלארע רוגזה" איז דאס ווייל א קלארע רוגזה האט כאטש עפעס א באזיס, און מ'קען זיך אויף עפעס פארהערן, ווען עס קומט אבער צו די "אומקלארע רוגזות" דאס ברענגט אז דער גאנצער מענטש פארלירט סיי זיין אויסערליכן חן, דהיינו זיינע בעלי בתים זעהן אז ער איז נישט קיין היזיגער און ס'איז נישט דא די אזוי פארלאנגטע טראסט וואס דארף זיין צווישן בעה"ב און ארבייטער, און סיי אז ער ווערט ביי זיך אליינס גאר שטארק געקלאפט און ער ווייסט נישט פארוואס. עס איז ווי א קרענק אן קיין דיאגנאזע, וואס איז נאך ערגער פון אלעם.

איך האב געכאפט א שמועס מיט דעם אינגערמאן, און מ'האט באשלאסן אפאר זאכן וואס ער גייט טוהן, און ער האט מיר לעצטנס געלאזט וויסן אז ס'האט ב"ה פיין געארבייט עכ"פ ביז ווי ווייט ס'האט שוין געקענט ארבייטן. דעריבער לאמיר צונעמען דעם געשאפענעם מצב און פון דעם לערנען אויף אלע.

לאמיר קודם פארשטיין וואס איז דער געשאפענער מצב? עס איז א "אומצופרידנקייט אין די לופט" עס איז עפעס וואס קען אלס געשעהן, און איך וויל מיך באציען דערצו.

כדי צו פארשטיין לאמיר אביסל מער אריינקלערן.

ווער איז דער בעסטער ארבייטער?

אויב זאלט איר פרעגן א בעה"ב ווער ס'איז זיין בעסטער ארבייטער, און איר וועט אים געבן 4 אפציע'ס. 1. דער מערסטער געלונגען. 2. דער קלוגסטער. 3. דער פאלגזאמער. 4. דער פלינקסטער. וועם מיינט איר וואלט ער ארויסגענומען ערשט פון די פיר? (פארשטייט זיך אז איך רעד נישט אז מ'האט נאר די מעלה און אלעס אנדערש איז חסרונות, איך רעד אז די פיר זאכן זענען מיט וואס זיי צייכענען זיך אויס.

דער בעה"ב וועט זיכער בעטן דעם פאלגזאמער ארבייטער פאר ער וועט נאך קוקן אויף אנדערע מעלות. ווייל ווי מער דער ארבייטער איז קוואליפיצירט אלס שווערער איז אים צו טראגן אין פארם פון אן ארבייטער, עס מאכט זיך אומצאליגע פראבלעמען ווען אן ארבייטער וויל קלוג מאכן זיין בעה"ב אדער איינטיילן דעם בעה"ב. דער בעה"ב דארף נישט דעם ארבייטער פאר עצות, ער וויל ער זאל טון זיין דזשאב בשלימות, טראץ וואס אלע מעלות קענען העלפן צום אויספירן דעם דזשאב, איז די מעלה הראשונה זיין פאלגזאם.

מיינט דאס דען צו זאגן אז דער ארבייטער זאל זיין ווי אן עבד וואס דער בעה"ב קען פון אים פארלאנגען סיי וואס? ניין, מ'רעדט דאך פון די אייניגע דזשאב וואס עס פארלאנגט זיך פון אים זאל ער טון בשלימות.

דער בעה"ב שטייט שטענדיג אין א דילעמא, ער וויל מחזק זיין דעם ארבייטער און ווייזן אז ער רעספעקטירט אים, אבער עס איז דא א גאר דינע ליניע וואס ער וויל נישט אריבערשפרייזן, ער וויל נישט אז דער ארבייטער זאל אים אנהייבן צו גלייבן צו שטארק, ער וויל אז דער ארבייטער זאל אפרישיעיטן אז מ'זעהט זיין ארבייט, אבער נישט עד כדי כך אז ער זאל אנהייבן שפירן אז מ'גיבט אים נישט וויפיל ס'קומט אים, אדער אז ער מוז גיין זוכן עפעס בעסערס.

דערפאר איז וויכטיג צו פארשטיין אז ווען דער בעה"ב קאמפלימענטירט מיינט דאס נאך נישט אז אויב וועל איך ארויסגיין אין די גאס טרעפן בעסערס וועל איך זיין בעסער. א קאמפלימענט פון א בעה"ב איז ווי א קאמפלימענט פון א מלמד פארן תלמיד, אדער ווי א מאן פארן ווייב און פארקערט, עס קומט צו זאגן אז זאלסט וויסן איך אנערקען דיין ארבייט, און מ'קען נאך פון דעם נישט יעצט ווערן איבערצייגט ווי גוט מ'איז.

עס איז מענטשליך און נאטורליך אז ווען מ'הערט קאמפלימענטן קויפט מען עס אפ פאר גוט געלט, און דאס פירט אמאל אראפ פון גלייכן וועג. ביטע פארשטיין אז א קאמפלימענט פון א בעה"ב איז "אנערקענונג, און דרך ארץ".

וואס טוט דער ארבייטער וואס ווייסט אז ער קען ווען פארדינען מער, אדער אז ער איז קלוגער, אדער אז די ביזנעס איז באנקראטירט (מ'הערט דאס אסאך פון ארבייטער וועלכע קאמפלעינען אז זיי שפירן אז זיי ארבייטן פאר א באנקראטירט פלאץ אדער קארופטירט פלאץ וכו'.)

וויאזוי קען מען זיך האלטן, און זיין צופרידן? צו מ'איז גערעכט מיט די אויפפאסונגען צו נישט איז איין טעמע פאר זיך, אבער אויב דער מענטש דרייט זיך מיט אזוינע געדאנקען אין קאפ, וויאזוי קען ער אריינגיין אין דער ארבייט יעדן טאג און זיין צופרידן?

מ'דארף אלס געדענקן אז בנוסף צו די ארבייט וואס זעהט אויס אזוי פשוט און נישטיג, אדער אומוויכטיג, אדער נישט אין ריכטיגן פלאץ, ארבייט דער מענטש אויף נאך עפעס וואס איז זייער זייער וויכטיג. ער ארבייט אויף "זיך" ער בויט אויף א רעזומעי, ער בויט אויף זיין זעלבסטשטאנד, ער ווערט א מענטש צום טיש, ער איז אן ארבייטער מיט א סוקסעס היסטארי.

ווען א מענטש איז סוקסעספול אין סיי וועלכן דזשאב, איז נישט קיין חילוק צו דער דזשאב איז פאר א ביזנעס וואס איז יא אדער נישט גוט, אויב איז ער א "סוקסעס" דהיינו ער האט אויסגעפירט זיינע פליכטן עד הסוף, און ער איז נאך געגאנגען מיט א שמיץ אריבער, וועט אים דערנאך ווען ער זוכט זיין נעקסטן דזשאב סאך גרינגער זיין צו טרעפן עפעס גוט.

יעדע מאל ווען א מענטש טוישט דזשאב צו ער איז גערעכט צו נישט איז עס פוינטס אויף זיין קרעדיט. אזוי ווי ווען איינער אפלייט פאר א קרעדיט קארד גייט ארויף פוינטס און זיין סקאר גייט אראפ, דאס זעלבע איז ווען מ'גייט פון איין דזשאב צום צווייטן. פארשטייט זיך אז ווען דאס פאסירט איינמאל אין אפאר יאר איז עס נישט קיין פראבלעם, אבער ווען ס'געשעהט מערערע מאל אין א קורצע תקופה ברענגט דאס אראפ זיין ווערד.

מיינט נישט צו זאגן מ'זאל בלייבן ארבייטן וואו ס'טויג נישט אדער נישט אננעמען א גוטן אפפער, עס מיינט צו זאגן אז מ'זאל פיהל אריינקלערן פאר מ'טוישט, און נישט אפלאזן א דזשאב פאר מ'ווייסט נישט פאר זיכער (ווי ווייט דער מענטשליך אויג קען זעהן) אז דער טויש איז נישט קיין עמאציאנעלער באשלוס, נאר באזירט אויף פאקטן און פינאנץ.

אויב ארבייט מען אויף א פלאץ וואו מ'איז נישט צופרידן צוליב סיי וועלכע בארעכטיגטע אדער אומבארעכטיגטע סיבה, איז וויכטיג צו ארבייטן מיט אן אויסקוק אויפן עתיד, און ארבייטן פשוט זיך אויפצובויען. גארנישט טוישט זיך נישט, נאר די "סיבה". ביז היינט און רעקאמענדירט איז צו ארבייטן אז מ'זאל בשלימות ערפילן וואס די ארבייט פארלאנגט, אבער אויב איז דאס שווער, דארף מען כאטש ארבייטן בשלימות ערפולן דעם רעזומעי. (איך האף מ'וועט נישט שלעכט פארשטיין וואס איך שרייב, אבער ס'שפעט ביינאכט וועל איך ענדיגן ביי דעם, און זעהן לויט די שאלות, צו אונז פארשטיי מיר זיך…)

איך בין גומר דעם סעריע פון דעם ארבייטער, מיט א ברכה פאר די אלע אידן וואס ארבייטן שווער על המח' ועל הכלכלה, זיי זאלן אלע מצליח זיין, און זיך קענען רואיג ארויפדראפען אויפן לייטער פון סוקסעס, הצלחה וואס איז די ריכטיגע הצלחה, דאס איז שלוות הנפש און א געהעריגן סדר החיים וואס זאל קענען זיין געווידמעט פאר די רוחניות און כלליות פון אויפשטעלן בתים נאמנים בישראל, און נישט דארפן קיינמאל אנקומען צו א צווייטן, נאר קענען העלפן אנדערע און זיין אויפן "געבער'ס" זייט אלעמאל. ביז מיר וועלן גיין קעגן משיח צדקנו בב"א.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

זאלצי אזוי צום פוינט,
אבער פאר דו גייסט אוועק פונעם ארבעטער, שמיעס נאך אויס איין זאך ווי אזוי ווייסט די ארבעטער ארויס פארן בעל הבית אז ער איז צופרידען פון די ארבעט?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זייער קלאר יישר כח
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:זאלצי אזוי צום פוינט,
אבער פאר דו גייסט אוועק פונעם ארבעטער, שמיעס נאך אויס איין זאך ווי אזוי ווייסט די ארבעטער ארויס פארן בעל הבית אז ער איז צופרידען פון די ארבעט?

מיט א שמייכל.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

יעצט ארויסגעפרינט די גאנצע פי די עף, קוקט אויס ווי אינפארמאציע וואס איך קען נוצן......
שכוח @זאלצי שכרך הרבה מאוד, מענטשן ווייסן נישט וואס אינגעלייט גייען אלץ דורך, נישט פאר יעדעם איז "זיין א בעה"ב" געמאכט געווארן און ס'דא אינגעלייט וואס ארבעטן עבודת הפרך פלעין ווייל זיי ווייסן נישט פון עפעס בעסער און זייערע קוואליפיקאציעס שימלען בתהומות זייערע חובות...

גיי מיר זיך זעצן ליינען
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

יישר כח אלע פאר די קאמפלימענטן, עס איז ריפרעשינג, און געבט חיזוק צו שרייבן.

די פי די עף פייל האט נאך נישט דעם לעצטן חלק. (אפשר קענען די בעלי פידיעף עס צולייגן?)

איך וויל זיך עקסטער באדאנקען פאר די וואס האבן זיך גענומען די טירחא עס צאמצוקלויבן אויף פי די עף. שמן למאור און האסט נייעס.

מיר גרייטן זיך צו סטעפ נומער צוויי. ווער עס וויל מעיר זיין פאר איך הייב אן זאל מיך קאנטאקטן.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

זאלץ, איך האב נישט קיין ווערטער צי דיין לעצטע ארטיקל, איך פיהל ממש ווי איך האב געהאט א פרייוועט סעשיאן מיט דיר !!! א ריזגן ישר כח
ריעל עסטעיט מתחיל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:57 pm

יישר כח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל עסטעיט מתחיל »

זייער גוט ארויסגעברענגט, איך קען מעיד זיין אלס א בעה׳׳ב וואס האט ארבעטער ווי נישט גוט עס איז אויב מען קריטיקירט די בע׳׳ב
(זאלצי נעם נישט אן די קאמפלעמענט אז דו קענסט טוישן דשאב........)
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

פרישע סעריע, "דער אידישער ביזנעסמאן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך וויל לאזן וויסן אז מיר זענען אריבער ב"ה צו די פרישע סעריע "דער אידישער ביזנעסמאן" אין א זייטיגן אשכול. לייענט און האט הנאה.
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

בארבער
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארבער »

איך זיך שוין די אשכול פאר די לעצטע פאר וואכען איך האב נישט געוויסט מהאט עס גערוקט

האב איך יעצט אפעגליינט אלעס פון די לעצטע חודש שוין באדאנקט און אישי פאר זאלצי, אזוי ווי ער בעט מזאל זיך באדאנקען ברבים וויל איך מיך אויך דא באדאנקען איך האב שטארק הנאה געהאט און אויך זיך געזעהן אסאך מאל און שפיגעלל וואס זאל איך טוהן יעצט איז שוין צו שפעט צוריק צריקען די זייגער
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

אין אישי? אפשר מיט אן אנדערן ניק?

אלנספאלס בעט איך נישט מ'זאל זיך באדאנקען כאטש עס איז שטארק עפרישיעיטעד, איך בעט יא נאכאמאל שי אלע וואס האבן געשיקט זייערע עקספיריענס אין אישי אז זיי זאלן עס דא שערן מיטן ציבור.

א שיינעם דאנק פאר די דברי חיזוק
פישל שיף
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 5:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל שיף »

מטעמים האט געשריבן: מאכט אייך א רעזומעי און יעדעס יאר שיקט עס אריין צו אפאר ארבייטס שדכנים, איר דארפט אייך אליינס עפרעזלען איינמאל א יאר צו וויסען אויב איר ווערט מער ווערט,



Any idea where I can send such a resume
Will appreciate any advice
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך האב שוין אמאל געלאזט וויסן אז מ'קען מיר פערזענליך אויך אריינשיקן רעזומעי'ס. איך האב שוין זוכה געווען צו העלפן אידן סיי ביי מיר אין דער ארבייט און סיי אינדרויסן. דעריבער אויב קאסט עס נישט צופיל לוינט זיך צו פרובירן.

איר מוזט נישט מגלה זיין דעם נאמען אייערן. שיקט עס פון א פריוואטן אימעיל, נישט פון דעם ניק.

כל טוב.

נ.ב. אויב זענט איר א מעמבער אין איין פון די גרעסערע קהלות איז אלס דא צו וועם צו רעדן איבער די ענינים (אפי' אויב נישט קען מען אויך רעדן, נאר עס איז גרינגער ווען מ'ווייסט וואו אנצוהייבן)

איך וויל טאקע בעטן ווער עס האט אינפארמאציע פון אזוינע ארגעניזאציעס וואס העלפן מיט דזשאבס זאל אהער פאוסטן.

אין קרית יואל איז דא:

חיים של פרנסה (סאטמאר מהר"א)
שערי פרנסה טובה (סאטמאר מהרי"י) דאס זעלבע האבן זיי אין וויליאמסבורג אויך.

דערנאך איז דא פון בעלזא אין מאנסי (איך געדענק נישט די נאמען. ווער קען העלפן?)

סקווירא האט א גאר גוטע ארגעניזאציע אין שטעטל. געדענק איך אויך נישט די נאמען פונקטליך.

ביטע קומט אריין מיט אינפארמאציע צו העלפן אונזערע אידישע ברודערליך.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

זאלץוואסער האט געשריבן:אין אישי? אפשר מיט אן אנדערן ניק?

אלנספאלס בעט איך נישט מ'זאל זיך באדאנקען כאטש עס איז שטארק עפרישיעיטעד, איך בעט יא נאכאמאל שי אלע וואס האבן געשיקט זייערע עקספיריענס אין אישי אז זיי זאלן עס דא שערן מיטן ציבור.

א שיינעם דאנק פאר די דברי חיזוק


די פארגאנגענע פאר וואכן איז ב"ה געווען אסאך רעזולטאטן אין שיין פון די סעריע, איך האב מיך געטראפן פערזענליך מיט עטליכע וואס האבן שטארק הנאה געהאט און מיר האבן געהאט פערזענליכע סעסיע'ס איבער זייער פערזענליכע סיטואציע.

אויב זענט איר איינע פון די וואס איך האב געטראפן און איר שפירט אז איר האט עפעס ארויסגענומען פון דא וואס קען העלפן אנדערע שפירט אייך היימיש און שרייבט (איךג עדענקט נישט קיין ניק'ס, און איך בין נישט אין די ביזנעס אויסצוטרעפן ווער איר זענט אויף אייוועלט, עס אינטערסירט מיך בכלל נישט ב"ה)
emb
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 09, 2017 5:05 pm

never too late

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך emb »

to say big thank you for zaltzy
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

יישר כחכם. איבער וואס?
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”