א גוטן אווענט. לאמיר ווייטער ממשיך זיין.
עס איז דא דריי קרעדיטס וואס איינער וואס האט קינדער קען באקומען:היינט וועל איך אביסל אויסשמועסן:
טשיילד טעקס קרעדיט (CTC)טשיילד טעקס קרעדיט האט זיך שטארק געטוישט מיט די פאריעריגע טעקס ריפארם ביל.
ביז היינט: האט מען באקומען א $1,000 ריפאנדעבל קרעדיט פער קינד, פאר די ערשטע 3 קינדער.
די יאר: האט זיך בעיקר געטוישט דריי זאכן:
1. מען באקומט $2,000 קרעדיט פער קינד, און $1,400 דערפון איז ריפאנדעבל,(אבער די ריפאנדעבל קרעדיט קען נישט זיין מער ווי אין 15% פון די אינקאם העכער $2,500).
2. רייכע פארדינער קענען אויך באקומען די קרעדיט, ביז א אינקאם פון $400,000 אויב פיילט מען married.
3. די קרעדיט איז פאר יעדע קינד אינטער 17 יאר, די פאריעריגע טעקס ריפארם ביל האט אבער צוגעלייט א א $500 קרעדיט פאר קינדער העכער 17.
דאס מיינט צו מאכן די מערסטע פון די ריפאנדעבל קרעדיט דארף אייער אינקאם זיין:
אויב האט איר 1 קינד: בערך $12,000 צו מאכן די גאנצע $1,400 ריפאנדעבל קרעדיט (וואס דעמאלטס איז 15% פון די אינקאם העכער $2,500 בערך $1,400)
אויב האט איר 2 קינדער: בערך $20,000 צו מאכן די גאנצע $2,800 ריפאנדעבל קרעדיט (וואס דעמאלטס איז 15% פון די אינקאם העכער $2,500 בערך $2,800)
אויב האט איר 3 קינדער: בערך $29,000 צו מאכן די גאנצע $3,200 ריפאנדעבל קרעדיט (וואס דעמאלטס איז 15% פון די אינקאם העכער $2,500 בערך $3,200)
א.א.וו.
אי"ה און די קומעדיגע תגובות העמיר ממשיך זיין מיט די אנדערע קינדער קרעדיטס
פאר הערות און קאמענטארן, אדער צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, שיקט אן אימעיל צו
[email protected]