DovidStroh האט געשריבן:אליקים געציל האט געשריבן:
כ'וואלט ביטע געוואלט הערן מער איבער דעם פון לאנג-טערמיניגע נעטפרי באנוצער.
איך האב שוין נעט-פרי עטליכע יאהר און איך קען זאגעז אז עס איז ממש איינץ אין די וועלט. סיי מצד כשרות און סיי מצד סערוויס. אזוי אויכעט איז זיכער אז סהאט כמעט נישט קיין השפעה אויפן ספיד.
דאס וואס פלעגט זיין שווערער איז געווען אז סאיז נישט געווען אינגאנצ'ן ענגליש אבער היינט צוטאגס איז עס שוין 99% ענגליש און זיי ענטפערען יעדער זאך היבש שנעל.
פאר א איד וואס איז מקפיד אויף קרית יואלער שחיטה איז זיכער נישטא קיין אנדער'ן אויסוואל. וויאזוי קען אזא איד נוצען א פילטער וואס איז ליידער נישט גענצליך כשר...?
ס'האט געוויסע חסרונות.
- איבערקוקן בילדער קען צומאל נעמען געפערליך לאנג... צומאל א 5 צען מינוט ווי גארנישט, בעיקר ביינאכט ווען זייער ארבעטער קראפט איז לכאורה וויייניג. דאס איז מסתמא די גרעסטע חסרון.
- נאך א חסרון, אסאך סייטס זענען נאכנישט איבערגעקוקט דא אין אמעריקא. דאס איז א שכן מיטן גרעסטן חסרון...
- אין די ווינטער חדשים איז פרייטאג פארמיטאג שוין נישט געווארן איבערגעקוקט גארנישט, ווייל זיי לויפן דאך אויפן אר"י זייגער, און דארט איז שוין שבת. איך מיין אבער אז היינטיגע צייטן איז שוין אביסל בעסער. דארף מען געוואר ווערן.
===
- מעלות זענען אז אסאך סייטס וואס זענען פארמאכט ביי אנדערע פילטערס ווייל זיי פאלן אריין אין א געוויסע קאטאגאריע, זענען דא אפען ווייל זיי קוקן אויף יעדע סייט באזונדער.
- אסאך וויכטיגע קליפס, לעסענס וכדו' זענען אפען, און אויב נישט קען עס מיט א ריקוועסט ווערן איבערגעקוקט.
- די בילדער וואס ווערן איבערגעקוקט און באשטעטיגט, ווערן גענצליך אפן, נישט האלב פארשווארצט ווי ביי אנדערע פילטערס.
===
דאס איז וואס קומט מיר אונטער יעצט אויפן געדאנק.
און די אלע חסרונות קומען אבער נישט צו צו די מעלות אין אידישקייט וואס דאס האט. הגם ס'האט זיך שוין ביי מיר יא געמאכט עטליכע מאל כ'האב געדארפט דווח'ן א פארזעהנדע בילד, אבער דאס איז זעלטן. והעולה על כולנה, איז מיינעך זייער אפציע צו פילטערן "אימעיל", סיי לגבי עדס, און סיי די פובליק בילדער, וואס אויף וויפיל איך ווייס זענען זיי די איינציגסטע אין דעם.