וועלכע עפפ צו מעסטן צייט

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

וועלכע עפפ צו מעסטן צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

א גוטן ידידים.

איך ארבעט אין א געוויסע ליין פון ביזנעס (מחשש גילוי זאג איך נישט אויס וואס) שוין א שטיק צייט. איך האב זיך אויסגעלערנט אז לויט ווי מ'שטעלט עס אוועק, האלט מען זיך אין די לאנגע וויילע, און טאמער מ'שטעלט עס אוועק אויף אן אומבאלומפעטע אופן, וועט זיך עס אזוי האלטן לארך ימים, און מ'פאטשקעט אסאך צייט ביז מ'כאפט זיך.

אלזא, זוך איך יעצט איבערצופרישען מיין ביזנעס מהלך, און דוקא אויסרייסען אלע גרייזען וואס איך האב ביז יעצט געמאכט. איך ווייס אבער נישט וועלכע עפפס זענען אוועילעבל, און וואס איז גוט פאר וועלכע ליניע פון ביזנעס. צופיל פון מיין ארבעט האב איך געהאלטען אין קאפ, ווער איז מיר שולדיג געלט, וויפיהל האב איך אים געזאגט, ווער האט מיר באצאלט און וויאזוי.

איך ארבעט לויט די שעה פאר פארשידענע מענטשן, און איך דארף אן עפפ צו מעסטן צייט. איך האב ביז יעצט גענוצט Working Hours, ווייל איינער אויף די אוצה"ח סייט האט עס מציע געווען, אבער דאס איז נישט גענוג פאר מיר. איך וואלט געוואלט אן עפפ וואס קען ארויסשלעפן די אינפארמאציע צו עפעס א בוקקיפינג עפפ, אטאמאטיש, און דערפון מאכען אינוואויסעס ווען איך הייס אים. איך וויל אויך אז די עפפ זאל זיך אנהויבען פון זיך אליינס, יעדעס מאל וואס איך עפן די פאולדער ווי די פיילס פון יענער אקאונט געפונט זיך. איך פלעג נוצן אזא סארט עפפ מיט'ן נאמן HunchUnimon וואס איז געווען אומזיסט, אבער עס איז געווען זייער א פשוט'ע עפפ, און למעשה איז עס נישט געווען צום זאך.

אויב מעגליך, וואלט איך אויך געוואלט אז מ'זאל קענען מיטהאלטען מער ווי איין ארבעטארער, אבער נישט קיין סאך, עס וועט אלס בלייבען א קליינער ביזנעס. איך וויל אויך קענען אריין לייגען נאך דזשאבס אין די סיסטעם, נישט נאר וואס מ'נעמט לויט'ן שעה, אע"ג אז די עיקר וועט זיין לויט די שעה.

איך וויל נישט צאלן צופיל געלט, מיין ביזנעס איז א קליינער, און וועט מסתמא אזוי בלייבן.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

Checkout Harvest app. I’m using it and satisfied. It has most of what you want and is not expensive
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך האב דאס טאקע געטראפן אויף גוגל. וואס זענען די מעלות דערפון? וויפיל דארף עס קאסטן?

איך האב פארגעסן איין פרט. איך וויל נישט דארפן זיין באהאפטן נאכאנאנד צום אינטרנט. איך דארף אן אפליין פראגראם, וואס מ'נוצט בעיקר אליינס.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
שרייב תגובה

צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”