בין כסא לעשור לעקציע, בין אדם לחבירו,

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

בין כסא לעשור לעקציע, בין אדם לחבירו,

תגובהדורך בעל תוקע » זונטאג אוקטובער 02, 2011 4:05 pm

א גמר חתימה טובה פאר אלע ליינער אין שרייבער אין פאר כל בית ישראל,

אזוי מ'האלט מיר אין א זמן פין תשובה וויל איך ארויסברענגען מיינע פאר צענט אין לאמיר האפען אז ס'וועט זיין לתועלת,

ראש השנה איז דורעך מיר זענען אלע געווען פארזאמעלט אין די בתי מדרשים איינגעוויקעלט אין די טליתים אין זיך אויסגעבעטען א זיס יאר ביים האר פין די וועלט, מיר זענען פארזיכערט אז די תפילות זענען נתקבל געווארען לרחמים ולרצון,

כ'וויל זיך דא שטעלען אויף די בין אדם לחבירו פונקט,

קודם איז אזוי, איינע פין די גרויסע סיבות וואס ס'קען זיך אסאך מאל מאכען אז ס'גייען דורעך די הייליגע טעג, דער מענטש ווערט נתעורר, מ'טוט תשובה, מ'נעמט זיך פאר אויפען קומענדען יאר צי זיין גוט, אין אויף חנוכה דערזעהט מען זיך בערך דער זעלבער ווי פאר א יאר,

איינע פין די סיבות קען זיין ווייל מ'וויל איינשלונגען דעם גאנצען ספרים שראנק אויף איין מאל, איינע פין די שליסלען פין הצלחה איז צי נעמען איין זאך אויף אמאל אין ארבעטען דערויף אין אזוי ווייטער, נישא אלעס ווייל פין אלעס ווערט זייער שנעל גארנישט,

יעצט צוריק צי אונדזער ענין פין בין אדם לחבירו, דער אמת איז דאך אזוי, יעדער נישט קיין חילוק וויזוי די לעבען גייט אים האט יעדער זיך זיינע טאג טעגליכע דאגות אין פראבלעמען מיט וואס ער איז ארומגענומען אין וואס ס'נעמט אים אויף רוב פין זיין צייט, אין די מציאות איז אז ס'שווער צי פארשטיין א צווייטען בשעת מ'איז פארנומען מיט די אייגענע טאג טעגליכע דאגות, אין באמת דארף דאך יעדער טוהן פאר זיך ס'דאך חייך קודמין,

אבער פין די אנדערע זייט איז דא די ענין אז אין חבוש מתיר עצמו, אמאל מיט א קלייניגקייט קען מען ארויס העלפען א צווייטען וואס יענער אליין וואס איז אין דעם פראבלעם ווייסט זיך נישט אלעמאל ווי אזוי צי העלפען, אין אזוי מיט א קלייניגקייט דא אין א קלייניגקייט דארט, קען מען זייער אסאך אויפטוהן, אין פארמינערען ווייטאג ביי אידישע קינדער,

טראכט איך אז ס'וואלט געווען א געדאנק, אז אפילו יעדער איז פארנומען מיט זיינע זאכען, אין אפילו יעדער האט זיך זיין פעקעל, וואלט געווען א גוטע זאך זיך פארצינעמען אז לאמיר זאגען איין מאל א וואך (צי מער לויט די אינדיווידיאלע אומשטענדען) וועל איך פרובירען צי פארשטיין א צווייטען'ס מצב אין ארויסהעלפען אפילו מיט א קלייניגקייט, אין נאכדעם צוריקגיין צים אייגענעם טעגליכע ווירטשאפט,

אין באמת אין עס א בחינה פין שלח לחמך על פני המים ווייל קיינער ווייסט נישט ווען ער וועט דארפען א צווייטען'ס הילף אין אז אסאך מענטשען וועלען אזוי טוהן וועט זיך פארמערען אסאך חסד ביי כלל ישראל אין פארמינערען אסאך ווייטאג אין צער,

זאל דער באשעפער העלפען מיר זאלען אלע געחתמעט ווערען פאר א זיס אין געזונט יאר, אין שוין זוכה זיין צי די גאולה שלימה במהרה בימינו, אמן

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 02, 2011 5:32 pm

וואו איז די "לייק" קנעפל ווען מען ברויך עס?

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 4:38 am

קרעמער האט געשריבן:וואו איז די "לייק" קנעפל ווען מען ברויך עס?

אוי זאגסטו גוט!

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 6:14 am

א נייע בחינה
גמילות חסדים בממונו ובגופו ווייסען מיר
בעל תוקע האט אונז מחדש געווען גמילות חסד אין זמן
אביסעל צייט אוועק געבען פאר אנאנדערער
גאר א געהויבענע געדאנק
חילך לאורייתא, הרב בעל תוקע
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1450
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 9:38 am

זייער ריכטיגע ווערטער,

דער אמת איז אז ס'איז דא זאכען וואס קוקען נישט אויס אז ס'טוט אויף עפעס אויסערגעווענליך, אבער און אמת'ן טוט עס אויף גדולות עצומות,

למשל מ'קען זיך נישט פארשטעלען וואס מ'קען אמאל אויפטיען מיט א פשוטע גוט מארגען וואס מ'זאגט פאר א צווייטען, דאס קען אמאל בויען יענעם'ס גאנצע צוקונפטוגע לעבען,

און אזוי קען מען אויסרעכענען אן א שיעור דגמאות מיט וואס מ'קען א טובה טיען פאר א צווייטען,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט