ויין לקידוש ולהבדלה - יין משובח לכבוד שבת ויו"ט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
ויין לקידוש ולהבדלה - יין משובח לכבוד שבת ויו"ט
איך בין א קנאפער מבין אויף וויין. אבער א שמעק דערצו האב איך יא.. (איך גלייך די גערוך), קידוש מאך איך אויף גרייפ ג'וס ליידער דעריבער וועל איך נישט קענען אריינרעדן עכט.
אבער די עולם וואס טרינקט יא וויין איז אדרבה, זאלן זיי מיטטיילן מיטן ציבור וועלכע איז גוט און וועלכער נישט, וועלכער מאכט בשמחה און וועלכער פארקערט.
איבערהויפט יעצט בעפאר דעם חג השמחה איז וויכטיג מקיים צו זיין די גרעסטע און שווערסטע מצוה והיית אך שמח, ואין שמחה אלא ביין.
לויט מיין געפיהל און ביסל עקספיריענס אט איז די פאלגענדע נקודות וואס מען ברויך נעמען אין באטראכט ביים רעיטן א וויין:
-וויינעריי פאבריק
-טרויבן טייפ: קאבארנעי; מערלוי; שארדאנעי; פינאט; מוסקאט; ראוזע; וכו'
-יאר פון די וויין (אויב מעגליך)
-כאראקטער: דאס איז די עיקר פון יעדן וויין און ענטהאלט די טעם; שמעק; עסיד/צוקער באלאנס; פיהל אין מויל; פיהל אין האלז; פלעיוואר; די finish; נאך-טעם;
למבינים: די סטראקטור, "באדי" פון די וויין
-אויב מעגליך, פארגלייכט צו עפעס ענליכעס
-עפפעקט: ווי שנעל גייט עס אין קאפ; די פיהלינג אין קאפ; ווי לאנג בלייבט עס וכו'
-אלקאהאל פערצענט
-פרייז רעינזש
-הכשר
-מבושל - אינו מבושל

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
- פליגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5993
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
אלס א קנאפער מבין אויף וויין און א שוואכער טרינקער, אבער אויף קידוש פרוביר'ך מהדר צי זיין אויף וויין, לדוגמא; עס נעמט א באטל ביי מיר 3 וואכן.
כ'פלעג אמאל נעמען די זיסערע סארט, ווי קריעם פינק, קריעם רעד, טאקיי, קאנקארד גרעיפ וכו' (נישט מאלאגא סטייל, דאס איז שוין זייער זיס). למעשה בינ'ך אריבער צו מעטאק רא??? סאפט, דאס איז פונגט גענוג זיס אז ס'אל נישט האבן קיין טעם פון די טריקענע וויינען ווי רעד טשעבליס וכו' (נישט זייענדיג א מבין רוף'ך'ס אן בליעטש...), עס האט גאנץ ווייניג אלקאהאל און פארדרייט מיר נישט דעם קאפ און לאזט מיר עכ"פ איינשלאפן ביי די פלייש און נישט ביי די זופ. עס ברענט נישט ס'מאגען, הקיצור עס געפעלט מיר זייער דאס וויין, ע"כ איז דאס געווארן די וויין פון מיין קידוש.
ווי שטייט נאר? אין אדם עומד על דעת רבו אלא לאחר וואטעווער שנים, מיין שווער זז"ג נוצט שוין די וויין זייט איך קען אים, פיינעלי טוה'ך'ם שוין נאך, ס'אט גענומען אבאנטש צייט און וויינען כ'זאל פארשטיין "וו ער האט דאס.
הכשר? קודם רור'ך נישט צו די אלע פרעמדע שמאלע באטלעך וויין, ס'צו טייער פאר מיר, כ'מיש גראד דורך די אדווערטייזמענטס פון די וויינען, למעשה נוץ'ך קדם און ווען כ'האט א שאנס נוץ'ך אויך ארמון, עס האט התאחדות' הכשר.

נאט אייך א גרינע...
פליגל האט געשריבן:...און פארדרייט מיר נישט דעם קאפ און לאזט מיר עכ"פ איינשלאפן ביי די פלייש און נישט ביי די זופ. עס ברענט נישט ס'מאגען, ...
הקיצור, איך בין לעצטנס מהדר אויף היימישע וויין בעז"ה, און נאך א געוויסע תקופה פלעגט עס מיר זייער שנעל איינשלעפן, האביך ב"ה געהערט אן עצה פון ר' מענדל לויפער, אז נאך קידוש טרינקט מען א גלעזל וואסער, וכן הוה, ס'איז ממש א מחי' ב"ה און אן עונג שבת.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
פליגל,
גיי ביטע אריבער צו "לכתחילה'ען" ער וועט אייך פארציילן וואס עכט וויין איז, און ר'וועט אייך אויך אויסלערנען ווי מ'מאכט קידוש אויף וויין.
פלוני,
דאס איז ממש א בדיעבד, ויש להתירו בדוחק גדול מיר פארלאזן זיך נישט אויף דעם... אמת כאתחילע?
שוועמל,
דער רבי פלעגט צו זאגן, "אזא גוטן קאפ זאל נישט קענען?"... איר לערנט און נישט מקיים?...

לעצט פארראכטן דורך בעאבאכטער אום מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 10:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יישר כח שוועמעל פארן אשכול, מיר פארמאגן שוין גראדע א שיינע פאר אשכולות איבער דעם ענין אבער צואווארפן צווישן אסאך אנדערע, דא וועט עס האפענטליך בלייבן ביי דעם נושא.
איך קען גראדע באשטיין זיך נענטער צו באקענען מיט "וויין". איך בין אייביג מקנא די אידן וואס רעדן פון וויין מיט אזא געשמאקייט און איך שטיי אין די זייט מיט די צינג אינדערויסן. פון וואס איך האב פארשטאנען איז וויין א טרינק וואס מ'דארף אסאך הארעווען דעראין ביז מ'קומט צום טעם, עס גייט נישט אויף איינמאל נאר שטאפלווייז.
איך גלייך גראדע יא א שטארקע וויין וואס זאל מיך אביסל אינטערהייבן. ביי מיר ארבעט אלקאהאל אויף די פאזעטיווע זייט און געווענליך ווער איך גוט געלוינט נאך א גוטן גלעזל שנאפס אדער א געלונגענע מיקס. איך טרינק א סעמי זיסע וויין צוועלעף פארצענט געמישט מיט אביסל גרעיפדזשוס נאך צוויי דריי גלעזלעך פאנגט די שטוב אן זיך צו דרייען שטאטערהייט און מ'פארט אריין אין אן עונג שבת אטמאספערע.
איך וויל אבער הערן פון מבינים וויאזוי צו גיין ווייטער

-
- שר מאה
- תגובות: 123
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2010 2:20 am
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
געלעגער,
שווער צו זאגן, איך קען נישט רעקאמענדירן קוים וואס איך קען פאר מיר.
הייב אן מיט א טעפערבערג, זייער סמוט שלינג און גוטע טעיסט אבער גייט אין קאפ. קענסט דערהייבן?
וויינשטאק איז אויך גוט אנצוהייבן.
סארעקע איז אויך א גוטער ווייסן.
נעקסט נעם 'אייזיקס רעם' (אביסל ראף שלינג אבער שטארקע וויין) אדער הערצאג נאפא וועלי גאר געשמאקע פלעיוואר, נישט ראף ($30-38 רעינזש).
מען דארף דעוועלאפן א טעיסט אין וויין צי גלייכסט מער סמוט צי מער ראף, עס קומט נאך פרובירן עטליכע סארט פלעשער.

- שר חמש מאות
- תגובות: 605
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm
- פלעכטער
- שר האלפיים
- תגובות: 2001
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
- לאקאציע: אין קינדערישע הענט...
איך האב געקויפט טעפעבערג ריזערוו זייער פיין סמאאט גיט געבעלענסט, גאר שטארק רויט וואס די קאליר גיט עס א מורידיגע געשמאק.
אויך 1848 ספעשל ריזערוו, סקאסט אין ליקער סטאר בערך $65 מיין שווער האט עס געקויפט לכבוד יום טוב, אוי איז דאס גיט! סווערט יעדן דאלער. (חוץ פון די שיינע באקס אין וואס סקומט...)

ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
ישר כח פאר׳ן עפענען דעם אשכול.
די פאלגינדיגע װיינען זענען מיר גאנץ געפעלען,
די נייע (דאכצעך ארויס אויף פסח) קדם עסטעיטס, קארבעניעט סארװיאן סאפט, נאר
10% (איך גלייב אז דאס איז א גיטע אנהייבער װען מען איז נאך נישט אזא מבין אבער מען גלייכט שוין אביסעל טריקענע װיין.)
רש״י,
די רויטע "w", איז דאס װאס די ריפסט אן װיינשטאק?
כתר מאכט נישט קיין שלעכטער קארבענעט סארװיאן, עכ״פּ לויט דער פרייז (פין די בילגסטע)
אפשר װאלט איינער פין די חברים דא מיר געקענט אנארייען נאך װיינען אויסצופראבירען װאס זיי מיינען װאלט מיר געשמעקט לויט די אנגעגעבענע אינפארמאציע .
(איך גלייב אז איך האב ליב סמאוד נישט ראף)
נ.ב.
$40 גאטום איז אביסעל איבער מיין איצטגער בודשעט דעריבער ביטע אנארייען װיינען אין א בילגערען קלאס

- אנעים זמירות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4693
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
- לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'
טעפערבערג האט זייער מענטשליכע וויינען פאר א קלענערע בודזשעט. מען קען אויס פראבירען עטליכע, נישט נאר דער קאבערנעי סאביניאן. אויך זייערע ברוט (ספארקלינג וויין) איז נישט צום אוועקמאכען.
ר' געלעגער, טעפערבערג איז די נאמען פונעם פירמע. עס פארמאגט עדה החרדית השגחה.

א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים

- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32541
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
די צוויי רעכטע באטלעך פון שוועמל (הערצאג נעפע וועלי, און פסעגאט) זענען גוטע וויינען...
איך האב אנגעפאנגן אפאר חדשים צוריק קידוש צו מאכן וועכענטליך אויף "שילה" קאבענעי, ספעשל ריזערוו, ס'איז געוואלדיג! (ס'דא מבושל און נישט מבושל...)
אויף יו"ט האמער פריער געקויפט א "המערה" (קעיוו) א "אדיר" (גאר א פיינע מיקס, כאבעס געטרייט די ערשטע טעג, ס'פיין געווען... ס'איז בערך 60 פראצענט שיראז, 25 קאבענעי און 15 מערלוי...) און שילה, דאס וואס איך מאך קידוש יעדע וואך, און א טייערערע שילה, אויך א מיקס... ער זאגט אז ס'דארף זיין גוט!
איך האב אנגעפאנגן אפאר חדשים צוריק קידוש צו מאכן וועכענטליך אויף "שילה" קאבענעי, ספעשל ריזערוו, ס'איז געוואלדיג! (ס'דא מבושל און נישט מבושל...)
אויף יו"ט האמער פריער געקויפט א "המערה" (קעיוו) א "אדיר" (גאר א פיינע מיקס, כאבעס געטרייט די ערשטע טעג, ס'פיין געווען... ס'איז בערך 60 פראצענט שיראז, 25 קאבענעי און 15 מערלוי...) און שילה, דאס וואס איך מאך קידוש יעדע וואך, און א טייערערע שילה, אויך א מיקס... ער זאגט אז ס'דארף זיין גוט!
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
קידוש געמאכט די וואך אויף 'אור הגנוז' קאבארנעי.
נישט געגליכן, שטארקע ציפ אין האלז, טעם אויך נישט ספעשל. זע נישט וואס דארף קאסטן 45 דאלער.
חוץ וואס סיז מיר ארויפגעקומען אגאנץ שבת.
וואלסטו עס רעקאמאנדירט פאר אנדערע? ניין

לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- אנעים זמירות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4693
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
- לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'
שוועמל האט געשריבן:קידוש געמאכט די וואך אויף 'אור הגנוז' קאבארנעי.
נישט געגליכן, שטארקע ציפ אין האלז, טעם אויך נישט ספעשל. זע נישט וואס דארף קאסטן 45 דאלער.
חוץ וואס סיז מיר ארויפגעקומען אגאנץ שבת.
וואלסטו עס רעקאמאנדירט פאר אנדערע? ניין
איך האב געהאט א דורכפאל מיט זייערע קאבערנעי סאביניאן עטליכע וואכען צורי, ווען אאיך האב עס געקויפט פאר גוט געלט, און הערשט באמערקט אז עס איז זיס ביים טרונקען נאך קידוש מאכען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
- פלעכטער
- שר האלפיים
- תגובות: 2001
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
- לאקאציע: אין קינדערישע הענט...
שוועמל האט געשריבן:קידוש געמאכט די וואך אויף 'אור הגנוז' קאבארנעי.
נישט געגליכן, שטארקע ציפ אין האלז, טעם אויך נישט ספעשל. זע נישט וואס דארף קאסטן 45 דאלער.
חוץ וואס סיז מיר ארויפגעקומען אגאנץ שבת.
וואלסטו עס רעקאמאנדירט פאר אנדערע? ניין
איך האב קידוש געמאכט די וואך לכבוד שבת חנוכה, אויף די אור הגנוז קארבנעי ספעשל רעזערוו, סינגעל ווייניארד, (קומט אין א באקס) אוי איז דאס פיין געווען!
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
- הרבטייטעלבוים
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6379
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע: שתולים בבית ד'
כ'ווייס נישט פארוואס כ'קאן נישט קידוש מאכען אויף איין וויין
כ'מיש (לויט ווי דאס הארץ גליסט מיר כ'בין טועם פאר שבת פון די וויינען וואס כ'האב געקויפט אזוי אז כ'האב א שטיקל חשבון וויפיל פון וואס פאר וואס ,קדוש לחייים פלייש וכדומה) בדרך כלל קומט ארויס געוואלדיגע זאכען, דער עולם דא מישט זיך? אדער נאר וואס די קאמפעני האט ששוין געמישט פאר אייך
כ'מיש (לויט ווי דאס הארץ גליסט מיר כ'בין טועם פאר שבת פון די וויינען וואס כ'האב געקויפט אזוי אז כ'האב א שטיקל חשבון וויפיל פון וואס פאר וואס ,קדוש לחייים פלייש וכדומה) בדרך כלל קומט ארויס געוואלדיגע זאכען, דער עולם דא מישט זיך? אדער נאר וואס די קאמפעני האט ששוין געמישט פאר אייך
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
לעצטיגע צייטן געהאט נאך פיינע וויינען אויף שב"ק, לאמיר פרובירן באריכטן עטליכע.
"טוליפ" Tulip
פון די קאבערנעי ענבים אין די הרי הגליל, א עכטע ארוימא וויין מיט א גאר זאפטיגע פלעוואר, פרוכטיג, גוט באלאנסירט, און לאזט א געשמאקע נאך טעם. געשטאנען 6 מאנאטן אין אויק בעררלעס, א שאד נישט געלאזט לענגער, אפשר וואלט עס פארלוירן די פלעוואר.
הכשר: טארטיקוב
פרייז: 31
איך שטעל עס אין קאטעגאריע מיט הערצוג נאפע וועלי.
"ירדן" 2T טינטא און טוריגא
די צוויי פורטוגעזישע טרויבן זענען רעלאטיוו נייע, אבער פארמאגט די אייגנשאפטן פון קאבארנעי, סאך צוקער און קען גוט קאכן. די וויין איז פיין בעלאנסירט, רייכע באדי, פרוכטיג, אפשר אביסל צו שטארק. זייער גוט יעדע שטיק צייט, אדער נאך די פלייש.
הכשר: הרב אוירבאך
פרייז: 34
"ירדן" קאבארנעי
געוואלדיג, סמוט, א עכטע גוטע וויין אויף קידוש, מיט אלע טעמים.
הכשר: הרב אוירבאך
פרייז: 35
לא מבושל
"טוליפ" Tulip
פון די קאבערנעי ענבים אין די הרי הגליל, א עכטע ארוימא וויין מיט א גאר זאפטיגע פלעוואר, פרוכטיג, גוט באלאנסירט, און לאזט א געשמאקע נאך טעם. געשטאנען 6 מאנאטן אין אויק בעררלעס, א שאד נישט געלאזט לענגער, אפשר וואלט עס פארלוירן די פלעוואר.
הכשר: טארטיקוב
פרייז: 31
איך שטעל עס אין קאטעגאריע מיט הערצוג נאפע וועלי.
"ירדן" 2T טינטא און טוריגא
די צוויי פורטוגעזישע טרויבן זענען רעלאטיוו נייע, אבער פארמאגט די אייגנשאפטן פון קאבארנעי, סאך צוקער און קען גוט קאכן. די וויין איז פיין בעלאנסירט, רייכע באדי, פרוכטיג, אפשר אביסל צו שטארק. זייער גוט יעדע שטיק צייט, אדער נאך די פלייש.
הכשר: הרב אוירבאך
פרייז: 34
"ירדן" קאבארנעי
געוואלדיג, סמוט, א עכטע גוטע וויין אויף קידוש, מיט אלע טעמים.
הכשר: הרב אוירבאך
פרייז: 35
לא מבושל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- אנעים זמירות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4693
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
- לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'
פארגאנגענע וואך געענדיגט א פרת 'פארט סטייל' פלאש. זייער הנאה געהאט. גאר געשמאק טראץ דעם שטארקייט, נישט צו זיס און ציפט נישט דעם האלז.
אויף שב"ק געעפענט אן אור הגנוז 'פארט סטייל' און זייער נישט נתפעל געווארען דערפון.
[פארט (מא"פ) סטייל זענען וויינען אגעמאכט אינעם זעלבען שטייגער ווי די פארט וויינען אין פארטוגאל. דאס זענען זיסע וויינען, פארשטערקערט זיי זאלען זיין בערך 16%-20%, כדי זיי זאלען זיך גוט האלטען. א גוטע פארט קען גרינגערהייט האלטען לכה"פ א האלבע יאר ארויס פונעם פרידזש, און איז געמאכט צו טרונקען בערך ווי ברוינפען - א לחיים אויף א אמאל, ענדערש ווי א גאנצע בעכער. אויך זענען פארהאנען פארשידענע רעסעפיס וועלכע נוצען פארט.
עס ווערט פארשטערקערט דורך צולייגען אלקאהאל געמאכט פון טרויבען (א סארט ברענדי). דאס לייגט מען צו איידער דער פערמענטעישען ענדיגט זיך, און דער הויכע מאס אלקאהאל איז גורם די הייווען זאל שטארבען פריצייטיג, איידער עס עספיעט צו פארוואנדלען אלע צוקער צו אלקאהאל. אזוי ארום האט מען א שטארקע און זיסע וויין.
פערמענטעישען פאסירט ווען הייווען טרעפט אהן פארשידענע ערליי צוקער. עס פארוואנדעלט די צוקער צו אלקאהאל, און בשעת מעשה געבט עס ארויס א גאז וואס הייסט קארבאן דייאקסייד. ביים באקען ברויט דארף מען בעיקר דעם גאז, ווייל דאס בלאזט אויף דער טייג עס זאל 'אויפגיין'. ווען מען מאכט משקאות המשכרים דארף מען בעיקר די אלקאהאל (אויסער למשל ביי שעמפעין וואס מ'דארף ביידע).
עפ"י רוב ווען מען לאזט די הייווען ארבעטען אהנע שטער וועט עס פארוואנדלען די גאנצע צוקער פונעם מאסט אין אלקאהאל, און דער רעזולטאט וועט זיין א 'טרוקענע' וויין. אויב די טרויבען זענען אבער גאר זיס (דורך למשל לאזען זייער לאנג אויפען בוים), וועט נאך בלייבען זיסקייט שפעטער ווייל דער הייווען וועט שטארבען פריער ביי 13%-15% (אדער וועט מען עס אפשטעלען).]