א דעליווערי-באס פאר קערעדזשעס!...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

אקעי - ארויסגעפרינט פאריגע וואך - יעצט גענדיגט ליינען

געוואלדיג גוט געשריבן שכח - שוין געשיקט וויייטער צום עולם
אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייזענדער »

derech eretz האט געשריבן:איינעם האסטו נישט דערמאנט, א איד זיצט זיך דארט און שרייבט אפ אזא זאפטיגע ארטיקל פאר אייוועלט מלא טעם..

גראדע בין איך א גוטער ידיד מיט יענעם, כ'האב נישט געוואלט שרייבן וועגן אים, וואוסנדיג אז ער איז אן אפטער אריינוואנדערער דאהי אינעם וועלטל, האבעך מורא געהאט אז ער וועט זיך זייער פארשעמען וואוסענדיג אז איך מיין אים...
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

וואאאףףףף!!

איין באשעפער ווייסט פארוואס איך האב עס נישט געליינט ביז איצט.
זייענדיג א 'געוועזענע' טעגליכע רייזענדער מיטן קערידזש דעליווערי באס פאר א שיינע תקופה קען איך מעיד זיין אז קיין איין ווארט איז נישט איבערגעטריבן אדער מוגזם,
אזוי גוט אויפצוכאפן יעדע דעטאל און עס אזוי זאפטיג אראפשרייבן, יו אר וואן אף עי קיינד!

איין זאך האסטו אויסגעלאזט, צו ליינען זייערע אידישע צעטלעך כאפט א שרעק, גוגל טרענסלעיט קען זיך פארשטעקן פאר זיי.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייזענדער »

מאנ-יימער האט געשריבן:
איין זאך האסטו אויסגעלאזט, צו ליינען זייערע אידישע צעטלעך כאפט א שרעק, גוגל טרענסלעיט קען זיך פארשטעקן פאר זיי.

וגם לרבות די אויסגעקילטע טיי וואס די דרייווערס זענען זיך נוהג צו טרינקן, די פייערדיגע דרשות-פראטעסטן וואס קומען דארט פאר וכו' וכו'

אויף דעם איז געזאגט געווארן: תנא ושייר!...ועוד חזון למועד....
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

לעטס גוי רייזענדער, ספיד אפ עלירעל ביט...

שרייב נאך אזאנא ענינים און מער אפטער, די האלטסט אינגאנצען ביי 24 .
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

פרינטער פרינט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

-y-
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

WOW!!!!
אלס א (ב"ה נאר געוועזענער) גאר אפטער פארער מיט די אמן דעליווערי באס קען איך מעיד זיין אז יעדעס ווארט איז אמת ויציב!

(אפשר אביסל אונטערגעשאצט די געהויבענע טענץ וואס קומען דארט פאר בקביעות)
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

עס שמעקט ווי א לייוו ריפארט פון אונזער רייזענדער, אין דמיון קען מען עס נישט אזוי גוט אראפלייגן.

שכוח רייזענדער פארן שרייבן, שכוח משה פארן אויפברענגען.
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

נו איז וואס איז טאקע די פשט אז עס עפענט זיך נישט קיין קאמפעטישען פאר די בארא פארק באס קען נישט א יונגערמאן דינגען א פאר שיינע באסעס אין אנפאנגען נאך א ראוט קיין בארא פארק אין צירוק וועט ווערן סדר איינמאל פאר אלעמאל
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

העלאו האט געשריבן:נו איז וואס איז טאקע די פשט אז עס עפענט זיך נישט קיין קאמפעטישען פאר די בארא פארק באס קען נישט א יונגערמאן דינגען א פאר שיינע באסעס אין אנפאנגען נאך א ראוט קיין בארא פארק אין צירוק וועט ווערן סדר איינמאל פאר אלעמאל

די ניגון גייט אז זיי האבן די לעגאלע רעכט אויף דעם ראוט און מען קען נישט גיין קאמפיטישען מיט זיי,
בין איך נייגעריק אויב איינער האט זיך טאקע אמאל אריינגעלייגט דערין צי זעהן אויב ס'נישט מעגליך.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:

קודם כל וואס איז שייך ליגעל רעכט ווען האבן זיי דאס באקומען און ווער קען דאס טיילען?
און צוייטענס מען קען דאך מאכען א צוייטע ראוט דורך וייט עוועניו און מארסי און אין בארא פארק 45 סטריט אין 55 סטריט און מען קען פארען דורך די געסער נישט דורך די הייוועי וועלכע איז ממילא אלעמאל לענגער וועגן די טרעפיק
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

העלאו האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:נו איז וואס איז טאקע די פשט אז עס עפענט זיך נישט קיין קאמפעטישען פאר די בארא פארק באס קען נישט א יונגערמאן דינגען א פאר שיינע באסעס אין אנפאנגען נאך א ראוט קיין בארא פארק אין צירוק וועט ווערן סדר איינמאל פאר אלעמאל

די ניגון גייט אז זיי האבן די לעגאלע רעכט אויף דעם ראוט און מען קען נישט גיין קאמפיטישען מיט זיי,
בין איך נייגעריק אויב איינער האט זיך טאקע אמאל אריינגעלייגט דערין צי זעהן אויב ס'נישט מעגליך.

קודם כל וואס איז שייך ליגעל רעכט ווען האבן זיי דאס באקומען און ווער קען דאס טיילען?
און צוייטענס מען קען דאך מאכען א צוייטע ראוט דורך וייט עוועניו און מארסי און אין בארא פארק 45 סטריט אין 55 סטריט און מען קען פארען דורך די געסער נישט דורך די הייוועי וועלכע איז ממילא אלעמאל לענגער וועגן די טרעפיק

ביי מיר האסטו געפועלט..
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:נו איז וואס איז טאקע די פשט אז עס עפענט זיך נישט קיין קאמפעטישען פאר די בארא פארק באס קען נישט א יונגערמאן דינגען א פאר שיינע באסעס אין אנפאנגען נאך א ראוט קיין בארא פארק אין צירוק וועט ווערן סדר איינמאל פאר אלעמאל

די ניגון גייט אז זיי האבן די לעגאלע רעכט אויף דעם ראוט און מען קען נישט גיין קאמפיטישען מיט זיי,
בין איך נייגעריק אויב איינער האט זיך טאקע אמאל אריינגעלייגט דערין צי זעהן אויב ס'נישט מעגליך.

קודם כל וואס איז שייך ליגעל רעכט ווען האבן זיי דאס באקומען און ווער קען דאס טיילען?
און צוייטענס מען קען דאך מאכען א צוייטע ראוט דורך וייט עוועניו און מארסי און אין בארא פארק 45 סטריט אין 55 סטריט און מען קען פארען דורך די געסער נישט דורך די הייוועי וועלכע איז ממילא אלעמאל לענגער וועגן די טרעפיק

ביי מיר האסטו געפועלט..

פיין האב איך שוין איין קאוסטומער האלט איך שוין אויף א וועג .... ווער נאך איז מסכים צו קומען אויף די נייע הערליכע באסעס פון וומס''ב קיין בארא פארק וואס גייט פארן אויף א אנדערע ראוט?
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

דערמאנונג פאר אלע רייזנדע
היינט רעגנט אויפן באס נישט פארגעסן מיטצונעמען א אפענע שירעם........
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

מיין רייזע אויפן וומסב"ג- ב"פ באס (די 'אמן באס')...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

[align=center]מיין רייזע אויפן וומסב"ג- ב"פ באס (די 'אמן באס')...[/align]

שוין איידערן ארויפשטייגן אויפן באס בין איך שוין געווען היפש אנגעצויגן, נעמליך איך דארף כאפן דעם אויטאבאס אין די קומענדיגע מינוט'ן און אנקומען צו מיין שכנ'ס פדיון הבן אין צייט, איך בין דאך דער כהן הפודה... איך שטיי ביים לעצטן באס סטאנציאן אין בארא פארק, איך ווארט אין די פרעסטן, אין די ציפעדיגע קעלט וואס עסט אויף די גלידער, איך שטיי מיט מסירות נפש, אלעס כדי צו שפארן אפאר דאללער און קענען כאפן א רייזע מיט די 'אמן באס'.

אויסער מיר, שטייען נאך עטליכע, זייער צורה און קליידונג זאגן עדות אז זיי פארן אנטייל נעמען צו א שמחה אין וומסב"ג, א טאטע מיט זיינע זעקס פיצלעך ווארטן אויפן אויטא באס, ווארשיינליך איז שוין זיין בני בית ארויפגעשטיגן אויפן פאריגן באס. דער עולם האלט שוין די דריי איינצעלנע דאללער'ס אין די הענט מיט נאך עטליכע קוואדער'ס און מ'ווארט בכליון עיניים אויפן אויטאבאס אין די ביטערע פרעסטן.

עס גייט פאריבער פינף מינוט און פופצן מינוט, און עס איז נישטא קיין זכר פון קיין אמן באס, יעדער פרעגט איינער דעם צווייטן: דו, זאג נאר! ווען האט דער באס געדארפט אנקומען?! איך אליין וואס איך בין שוין געווען נערוועז אויפן העכסטן גראד, האב יענעם געענטפערט צוואנציג מינוט צוריק. יענער מיט די זעקס פיצקעלעך געבט נישט אויף: דו ביסט זיכער? אפשר איז שוין די באס געפארן? הייב איך יענעם אן מסביר צו זיין אין די קעלט, אז איך בין שוין דא געווען דער ערשטער ביים סטאנציע, אין צייט, און איר אלע זענט אורחים דא ביים סטאנציע, נו, אז איך זאג אייך אז דער באס איז נאכנישט געקומען, איז דער באס נאכנישט געקומען, פארשטאנען?! דער אינגערמאן ווענדט זיך צו זיינע קינדער און זאגט זיי: קינדער: עטס האטס געהערט וואס די טאטע דא האט געזאגט?!...

תוך כדי דיבור, קומט צו קריכן עפעס א עלנדע פרוי וואס שלעפט זיך מיט הויפענעס פלאסטישע זעקלעך, און ווענדט זיך צו מיר כאילו זי רעדט יעצט צו איר מאן ווען ער איז נאך געווען בחיים חיותו.... זאגטשע נאר אינגערמאנטשיקל: איר ווייסט אפשר צו די באס מיט די 'באנטש' טירן איז שוין דא געווען?!... עס איז מיר זייער קאלט באקלאגט זי זיך... איך האב געזעהן אז עס ווערט מיר גוט, איך האב נישט געהאט קיין כח נאך א טאג ארבעט זיך מטפל צו זיין מיט די ישישה... איך האב געהויבן פוס, נישט עפעס אויסערגעווענליך שנעל, נאר פאמעליך, איך האב מיר געמאכט כאילו איך האב נישט געהערט פון אירע ווייטאגן און אירע בקשות למיניהם, איך ריק מיר אוועק טריט ביי טריט מאכנדיג כאילו איך רעד מיט איינעם אויפן טעלעפאון.

אבער זי געבט נישט נאך: אינגערמאנטשיקל, איר הערט נישט אז איך רעדט צו אייך? ווי איז אייער דרך ארץ? מיינע פיס ווייען מיר שוין, איך בין א עלטערע פרוי, איך ווארט אויפן באס, איך בין געגאנגן צופיס א לאנגן וועג, איך שטיי אין די קעלט וכו' וכו', זי שרייט אויף די העכסטע טענער, אבער אין קול ואין עונה... איך בין נישט מחוייב צו ענטפערן פאר יעדן מאן דהו, -'גאפל אפ פון מיר!' קלער איך צו מיר עטוואס הויעך.

זי האט געזעהן אז עס וועט איר נישט העלפן קיין כי-הוא-זה ווען זי וועט שרייען צום "אינגערמאנטשיקל" האט זי זיך געוואנדן צום דעם פאטער פון די ששה בנים ובני בנים, און זי האט אנגעפאנגן מיט גענוי די זעלעב פראגע'ס. יענער אינגערמאן זייענדיג א ערנסטער אינגערמאן האט מיט קאפ אראפ איר געענטפערט אויף אלע אירע פראגן ברחל בתך הקטנה.

דער עולם ווארט אויף שטארלן פון האפענונג, אז דער אור-אלטער באס זאל שוין איינמאל פאר אלעמל אנקומען צו איר דעסטינאציע, אבער אויפן האריזאנט זעהט מען גארנישט א חוץ די פארבייגייענדע מאטאריסט'ן און ביציקלעך וואס פארן מיט א שנעלקייט אריבער דעם רשות הרבים, מיט עטליכע כינעזע וואס קלייבן צוזאם באטל- נאך-באטל אין די בלויע זעקלעך, כידוע...

עודנו עומד און איך קוק אופן שאסיי מיט אנגעצויגענע בליקן ווארטנדיג צו הערן די גערודער פונעם אמן באס, די פרוי איז ווארשיינליך א משלחת וחוזרת, איך זעה ווי זי שלעפט זיך אין מיין ריכטונג... אוי, עס ווערט מיר גוט... אינגערמאנטשיקל: -ווענדט זי זיך צו מיר מיט א בקשה- "איך זעה אז די אויטאבאס קומט נאכנישט, אפשר וואלט איר מיר געקענט טוהן א מצוה, טוט מיר א טובה, און היט אויף מיינע פעקעלעך, און דערווייל וועל איך גיין צו דא דערנעבעדיגן געשעפט נעמען א שטרוי פאר מיין 'דרינק'?!?... עס ווערט מיר גוט... אינגערמאנטשיקל - זעצט זי פאר- איר הערט וואס איך בעט אייך? איר זאלט היטן מיינע זעק און איך גיי נעמען א שטרוי, איך בין דא צוריק אין א מינוט... ווען איך וואלט ווען אויסגעטוישט א ווארט מיט איר וואלט איך איר ערקלערט אז איר פלאן איז בכלל נישט קיין רעאליסטישטע, לו יצוייר אז דער באס וועט טאקע נישט אנקומען פאר א מינוט, אבער חשובע רעביצין: איר קענט אייך קוים באוועגן לויט ווי איר האט פריער מעיד געווען, נו, וואס איז אייער פלאן? ביז ווילאנג איר וועט נאר טראכטן פון אנהויבן טראכטן פון זיך א ריר צו געבן וועט שוין פארבייגיין לכה"פ 15 מינוט?... אבער איך זאג איר עס נישט, איך וויל נישט אריינגיין מיט איר אין א דין ודברים.

[align=center]פארזעצונג קומט אי"ה
ראשי פרקים פון פארזעצונג

גערודער אויפן באס – דער משולח נעבן מיר מיט'ן קליינעם חומש'ל אין די האנט- די צוויי קליינע בארדענען – מיין שכן הערט קול מבשר אויפן העכסטן גראד און מיין שכן פון די רעכטע זייט מאכט מיר סתם אזוי נערוועז...[/align]
אטעטשמענטס
מיין רייזע אויפן וומסב.pdf
(69.42 KiB) געווארן דאונלאודעד 64 מאל
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

די באס איז יעצט אנגעקומען....
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
כ'לאך
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'לאך »

געהערט אז סאכדעס הרבנים האבן ארויסגעגעבן א קול קורא קעגן די קערעדש דעליווערי\אמן ואמן\בארא פארק באס אז 'מענער מיט פרויען טאנצן ציזאמען'
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”