השגחה פרטית

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

השגחה פרטית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

דא וועט נישט זיין קיין שום חידושים, קיין איין זאך איז נישט אייגנ'ס ניטאמאל אליין מלקט געווען, אלעס איז מפי סופרים וספרים ומחכז''ל, נאר אזויווי די מסולת ישרים שרייבט און זיין הקדמה לא חברתיו ללמד לבני האדם את אשר לא ידעו, אלא להזכירם את הידוע, טאקע ביי די זאכן מאכט זיך זייער אסאך אז מען פארגעסט, איבערהויפט אז עס שטייט אז לויט וויאזוי מען גלייבט און אמונה בטחון והשגחה פרטית, לויט דעם טוט טאקע די אייבערשטער מיט אים, במילא איז א מורא'דיגע זאך צו חזר'ן די אלע זאכן.

אז די אייבערשטער האט באשאפן די וועלט גלייבט א גוי אויך, נאר די חילוק צווישן אידן און להבדיל אומות העולם איז, אז א איד גלייבט אין "השגחה פרטית", דאס מיינט אז יעדע רגע יעדע מינוט ווערט באשאפן א חידוש, א נייע וועלט, די באשעפער גיט אריין א פרישע חיות אין די וועלט, און אן דעם קען די וועלט ווייטער נישט אנגיין, און די גוי גלייבט נישט אין דעם, נאר אז די באשעפער האט איינמאל איינגעשטעלט די וועלט ("טבע"), אין ס'גייט פאר זיך אליין (שפת אמת במדבר תרל''ה).

אונז אלע ווייסט מיר שוין פון אלץ קליין יונגל דעס וואס עס שטייט אין גמרא (חולין ז ע''ב) אין אדם נוקף אצבעו מלמטה, אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה, אז א מענטש קען נישט רירן קיין פינגער אינטן פאר מ'רופט נישט אויס אויבן אין הימל, אז יא, יעצט קען ער רירן די פינגער אדער מויל וכו', על כל נשימה ונשימה תהלל י-ה, זאגט די קדושת לוי (פורים קדושה שלישית), אז יעדע אטעם וואס א מענטש גיט, גייט די נשמה ארויף צום באשעפער און זאגט:, איך וויל ארויס גיין פונעם גוף, אין די באשעפער מתוך רחמיו לייגט עס צוריק יעדעס מאל מיט מיט א פרישקייט. מ'זאגט נאך פונעם הייליגן סטרעליסק'ער זצ''ל דברים נוראים, ווער ס'גלייבט אז וואסער לעשט אויס פייער דעס מיינט נישט קיין אמונה, נאר מ'דארף וויסן און גלייבן, אז יעדע צייט אין רגע געט די באשפער אריין זיין כח און השגחה, אין יעדע וואסער וואס געפינט זיך אויף די וועלט אז עס זאל האבן די כח הטבע אויסצולעשן פייער און ווען נישט דעם וואלט די וואסער קיינמאל נישט אויסגעלאשן קיין פייער, דעס איז טייטש המחדש בטיבו בכל יום "תמיד" מעשה בראשית, אז יעדע רגע פריש באשאפט די באשעפער פריש און גיט אריין א פרישע חיות אין די וועלט.

עס שטייט אין גמרא (ע''ז), בשעת מען שיקט פאר א מענטש יסורים באשווערט מען די יסורים, די זאלסט נישט "גיין" צו יענעם מענטש נאר אין יענע טאג, און די זאלסט נישט "ארויסגיין" פון יענע מענטש נאר אין "יענעם טאג", און נאר אין "יענעם שעה", און דורך "יענעם מענטש", און דורך "יענעם סם" (מעדעצין). ר' יחזקאל מקוזמיר זצ''ל האט געזאגט, יעדע טריט עקסטער אפילו 10,000 טריט וואס א מענטש געט, איז געציילט, און מיט השגחה פון הימל, און טאקע וויאזוי אונז זאג מיר די ברכה "המכין מצעדי גבר", און ווער עס גלייבט נישט אין דעם קומט אויס אז ער מאכט יעדן טאג א ברכה לבטלה (דברי ישראל ויקרא). עס שטייט אין מדרש ר' סימון האט געזאגט, עס איז נישט דא קיין גראז אויף די וועלט (טריליאנען טריליאנען וכו' וכו' מקען זיך עס אפילו נישט פארשטעלן) וואס האט נישט קיין מזל אין הימל, וואס שלאגט די גראז און ס'זאגט אים יעצט זאלסטו וואקסן.

עס שטייט אין באר מים חיים אז עס איז נישט דא קיין שום זאך פון אלע דברי עולם הזה, וואס עס זאל עפעס זיין א מקרה, ס'האט זיך אזוי צוגעפירט צו מיר, נאר יעדע זאך גייט צו מיט השגחה אמיתית פונעם אייבערשטער אליין, און יעדע זאך וואס געפינט זיך אינעם הענט פונעם מענטש, יעדע זאך פון זיין פארמעגן, זיין הויז זיינע קליידער, כלי תשמישיו, זהב כסף ונחשת, וכו' וכו' וכל דבר שבעולם, גארנישט איז נישט קיין מקרה ח''ו, נאר יעדע זיין איז אפגעשריבן אז די זאך דארף אנקומען צו יענעם און נישט צו קיין צווייטן, ווייל עס האט א ניצוץ קדושה פון די שורש פון יענע מענטש, און עס איז באמת יענעמ'ס ווייל דעס איז יענעמ'ס שורש נשמה. מען זאגט נאך פון ר' משה מקברין זי''ע, ווען א מענטש נעמט געלט אין די הענט, אין ער גייט ארויס אין גאס צו קויפן עפעס, אויב ער גייט קלאר גלייבן, אז די זאך וואס עס קומט אים אונטער צו קויפן קומט ווייל די אייבערשטער האט אזוי געפירט אים אריינגיגעבן די שכל דעס צו קויפן, און געפירט אז עס זאל קאסטן אזויפיהל און אזויפיהל געלט, "בין איך ערב" אז די אייבערשטער וועט אים העלפן.

( אורות ונתיבות - ח''א)
המשך יבוא
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

Hashem doesn't have a Blackberry or an iPhone, but He is my favorite contact.... He doesn't have Facebook, but He is my best friend... He doesn't have Twitter, but I follow Him, and He doesn't have internet, but I am connected to Him... And even if He has a great communication service, his customer service never puts me on hold...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

די וואך געהערט א מעשה פון מיינס א חבר איבער השגחה פרטית וואס האט מיט אים פאסירט.

מיין חבר איז ארויס זוכן א דזשאב, ער האט געזאגט פאר וועמען ער קען אז ער זוכט א דזשאב און געהאפט אז עפעס וועט אים אונטער קומען, אבער עס איז נישט געקומען. איין טאג האט זיך זיין דריי יעריג מיידעלע געשפילט מיט זיין סעלפאון, און זי האט בטעות געדיילט איינע פון זיינע קאנטעקטס, דער אינגערמאן האט געזען אז עס רופט צו איינעם האט ער שנעל אראפגעהאקט. נאך אפאר מינוט האט יענער צוריקגערופן און געפרעגט צי ער האט עפעס געוואלט פון אים. דער וועמען זיין טאכטער האט גערופן איז געווען זיינס אן אלטער פריינט פון אן אנדערע שטאט און ער האט שוין לאנג נישט גערעדט מיט אים און אזויווי ער האט אים יעצט צוריקגערופן האבן זיי פארפירט א שמועס, ביני לביני זאגט ער אים אז ער זוכט א דזשאב, און זיי האבן געענדיגט דעם שמועס און אראפגעלייגט דעם טעלעפאון.

נאך עטליכע טעג רופט אים דער חבר, אז זיין ברודער זוכט אן ארבייטער, און דער אינגערמאן איז געווארן אן ארבייטער ביי יענעמ'ס ברודער.


---
אפשר קען מען ווידמען דעם אשכול אז דער עולם זאל פארציילן דא זייערע השגחה פרטית מעשיות.
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

אלץ בחור אין ישיבה קטנה.
אין א פרי מארגן. עס רעהגענט אין דרויסן.
איך נעם דעם שירעם און וואק צו צום פלאץ ווי דער באס וועט מיר טראגען צום ישיבה.

מיר קומען אן. מיר פארברענגען דעם טאג בתורה ותפילה.
ביים אהיימגיין האט נישט גערעהגענט און איך האב פארגעסן אהיים צונעמען דעם שירעם.

דעם נעקסטן טאג אין דער פרי איז געוועהן שיין קלאר דער הימל.
נאך א טאג שיין פארברענגט בתורה ותפילה.

יעצט גייענדיג אהיים האט שטארק גערעהגענט
און קיינער האט נישט געהאט קיין שירעם נאר איך.
שארפער21
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2011 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארפער21 »

פארציילט מיר א איד א אינטרעסאנטע מעשה פארגעקומען די וואך שבת אין א ביהמ''ד

יעדע וואך האט מען א ספר תורה פון א געוויסע פלאץ די וואך האט יענער "פינקט" געגעבן א אנדערע ספר תורה וואס מען ליינט אייביג נאר ביז שני אין יענעם ספר
ביים דאוונען צופרי איז "פינקט" געקומען איינעמ'ס קרוב דאווענען אין ביהמ''ד וואס יענער איז געקומען מעבר לים אויף שבת
יענע קרוב איז "פינקט" געווען א סופר וואס אין יענעם ביהמ''ד טרעפט זיך נישט א סופר אדער דיין זאל דארט דאווענען
און "פינקט" האט אים די גבאי געגעבן אן עליה און ער האט "פינקט" עולה געווען שביעי
און ער האט "פינקט" באמערקט א טעות אין ספר תורה, נישט ווערטער נאר אפגעמעקט א אות וואס סתם א מענטש וואלט קיינמאל נישט באמערקט אדער בעסער געזאגט געוויסט אז די הלכה איז אז עס איז פסול נאר יענער קען גוט די הלכה
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

לעניית דעתי האט געשריבן:יעצט גייענדיג אהיים האט שטארק גערעהגענט
און קיינער האט נישט געהאט קיין שירעם נאר איך.

די השגחה פרטית איז אז דו האסט יא געהאט אדער אז קיינער האט נישט געהאט?...
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

שכוח פארן פותח האשכול בדידי הוה עובדא איך נישט געטראפן קיין פאסיגע פלאץ ווי עס צי שרייבן נאר דא
איך בין געווען א יונגעל פון 10-11 יאר סאיז געווען א הייסע זומער טאג און איך בין אראפ אויפן גאס שפילען זוי ווי סאיז געווען זייער הייס בין איך ארויף און שטוב עפעס טריקען, צי מיין מזל האט מיין מאמע זז"ג פונקט געוואשן די פלאר און כהאב נישט געקענט אריין גיין, האב איך געזען א באטעל אינעס האלוועי וואס האט אויס געזען ווי וואסער און כהאב עס גענומען צי טרונקען מה עשה הקב"ה די גאנצע מעשה האט זיך אויס געגאסן אויף מיין פיס און אזוי בין איך אפגעשמיסנערהייט צריק אראפ. וואס זאל איך זאגן סאיז נישט א דארך קיין 3 מניט אין איך בין געשפרינגען פאר יסורים און די באטעל איז געווען עפעס א שארפע קעמיקעל איך דענק נישט וואס אבער סהאט אפגעברענט מיין גאנצע פיס, איך וויל ניטאמאל טראכטן וואס וואלט געוועו ווען איך טרינק עס
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שומר פתאים ה'!

WOW
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

קרעמער, האסט מיך דערמאנט א ווערטל.

א איד איז געקומען צו זיין רבי'ן און געפרעגט אס דער פסוק זאגט "שמור פתאים ה'", נו, ווער היט דעמאלט די קלוגע?

האט אים דער רבי געענטפערט: "ר' איד, איר זענט פארזיכערט, טא, וואס זארגן וועגן אנדערע....."
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מיר האט ער אויך דערמאנט א מעשה. א שוטה איז געגאנגען און אראפ געשפרינגען פון דאך זאגענדיג שומר פתאים ה', פארשטייט זיך אז ער האט זיך גוט צוקלאפט, זאגט ער צו זיך, איך האב געוויסט אז איך בין קלוג, אבער אזוי קלוג האב איך שוין נישט געוויסט אז איך בין
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
איך האלט אויך אזוי
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 19, 2011 2:24 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך האלט אויך אזוי »

;l;p-
אז מ'האט סייעתא דשמיא - העלפט דער אייבערשטער
דערציילער
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
לאקאציע: Boro Park
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערציילער »

איך האלט און איין זאגן מיין רעבעצין אז ווען מאן דארף געלט שיקט דער אויבערשטער.
איך האב שוין געזען אסאך השגחה פרטית אין דעם.

נעכטן ביינאכט זאג איך פאר מיין רעבעצין אז, איך גיי נישט האבן קיין ברירה, נאר איך וועל מוזן בארגען $1,000
אזוי טראכטענדיג וועים איך קען רופן טררררררררררררררררררררררררררר טרררררררררררררררררררררר די טלפון צוקלינקט זיך.

איך צאל מעמבער שיפ פאר מיין קהילה און ווער עס צאלט אין צייט גייט אריין און א גורל, (איך האב אפי' נישט געוויסט פונעם גורל)
זאגט ער מיר אז איך בין די גליקליכער געווינער פון....

$1,000

WOW

אזא השגחה פרטית :grin:
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

WOW
יישר כח פארן מיטטיילן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

גלויבט דער בו"ע, חסדי ד' כי לא תמנו, זאל דיר די השגחה אייביג באגלייטען און באשיינען.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ישר כוח פאר ארויפברענגען דער אשכול.
עס דערציילט מיר א חבר מיינער פון בית המדרש אן אינטערעסאנטע השגחה פרטית מעשה וואס איז מיט אוהם געשעהן.

ביי אינז און בית מדרש איז דא א איד וואס האט זייער א שווערע שטוב.
א שטוב מיט קינדער, רוב פון זיי זענען נישט מיט אלעמען מענטעלי, די פרוי איז אויך נישט בקו הבריאות, און ער מיטשעט זיך זייער מיט פרנסה.
אויפען בלאק וויא ער וואוינט זענען דא עטליכע פרויען, ממש נשים צדקניות, וואס העלפען ארויס דארט און שטוב.

מיין חבר ווער עס דערציילט די מעשה איז א שכן דארט אויפען בלאק, און פון צייט צו צייט שטעלט ער צוזאמען געלט אויף איינצוקויפען וואס מען באדארף צו דאס איז עסען אדער קליידער אדער שיך וכו' וכו'.

יעצט פאר יו"ט, ער שטייט און וויין געשעפט קויפען וויין און אריין קומט איינער פון בית מדרש און פרעגט אוהם, נו? וואס טוט זיך מיט א....? שטעלסט צאם געלט פאר אוהם?
זאגט ער אוהם אז ער איז געווען גאר שטארק פארנומען און ער האט פשוט נישט געהאט צייט דערצו. אבער און א דריי פיהר וואכען ארום וועט ער האבען מער צייט.
זאגט אוהם יענער, הער אויס! עס איז פאר יו"ט און איך האלט אז זאלסט יא עפעס טוהן. דא האסטו 200 דאלער ואידך רוף אהן עטליכע אידען פון בית מדרש און שטעל צאם פאר דעם נצרך.
וכך הוה ער האט אהנגערופען צווויי חברים און ער האט אויך צוגעלייגט און ער האט צאם געשטעלט 800 דאלער איבער צו געבען.

ער האט נישט קיין צייט נאכגיין דעם נצרך איבער צו געבען דאס געלט, איז ער זיך מיישב און גייט אריבער צו די פרוי וואס ארענדשירט די אנדער שכנים וואס העלפען אויס דארט און זאגט אוהר אז ער האט 800 דאלער פאר די משפחה און זי זאלל זעהן וויא מען קען דאס ניצען פאר די משפחה וועגען.

ער באמערקט אז די פרוי ווערט זייער איבערראשט כמעט צו טרערען.
זו דערציילט אוהם אז יעצט פאר יו"ט האט זי געקרוגען א נדבן ווער האט אוהר געגעבען געלט אויסצאלען די בילל און גראסערי סטאהר, מיט א תנאי אז זי זאלל אויך צאם שטעלען אזויפיל אוויא ער און דאס געלט וואס זו שטעלט צאם זאל מען ניצען פאר אנדערע זאכען לטובתם.
זי האט טאקע געהאט איינער ווער עס האט צוגעזאגט צו מעטשען דער סכום אבער מיט א שעה צוריק האט יענער געריפען אז א דילל איז אוהם דורך געפאלען און ער קען נישט געבען וואס ער האט צו געזאגט צו מעטשען דער סכום פונעם ערשטען נדבן.
איך בין געווען זייער פארצווייפלט. זאגט אוהם די פרוי. עס איז שוין ערב שבת. מארגען נאכט איז שוין ערב סוכות, די גראסערי בילל מיז ווערען אויסגעצאלט, פון וויא וועל איך קריגען געלט? ווייל דער נדבן לאזט מיך נאר ניצען זיין געלט נאר אויב איך שטעל אויך צאם דער זעלבע סכום.
און יעצט ביסטו אריין געקומען מיט 800 דאלער וואס דאס איז ממש דער סכום וואס איך דארף האבען כדי דער נדבן זאל אויסצאלען די גראסערי בילל.
the SCY is the limit
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

א שטיקל השגחה פרטית : א חבר מיינס איז געשטאנען און די רייע צו נעמען געז נאך בערך א האלבע שעה ווארטן איז ער נאך געווען איבער א בלאק ווייט פון די סטאנציע (דאס מיינט בערך נאך א 3-4 שעה ווארטן) איז ער אריין געלאפען און א גראסערי עפעס קויפען . בינו לבינו האט זיך די ליין געריקט אביסל און ער איז נישט דארט געווען און ווען ער איז ציריק געקומען האט אים די פאליס געהייסען צו גיין צו עק פון רייע. עס האט נישט געהאלפען קיין פודינו ומציליני, איז ער געפארען ווייטער האט ער באמערקט אז די רייע צו ווארטן מיט רויטע טאנקען און כמעט ליידיג, האט ער געפארקט אין די זייט. און ער האט געטראפען א גוי וואס האט אים געבארגט א 5 גאללען'דיגע טאנק און זיך געשטעלט 3-4 מאל און רייע איז ביז 20 מיניט איז ער אוועק געפארען מיט א פילע טאנק געז
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אהערגעשטעלט פון אנדרע אשכול עפ"י בקשת אחד מהחברים החשובים.

איך האב געהערט פון מיינס א חבר א מוראדיגע 'השגחה פרטית' מיט א פארמאכטע טיר.

פורים נאכמיטאג די ווייב פארלאזט די דירה צו טראגען משלוח מנות, אלע אנדרע זאכען פאר די מאמע און שוויגער וכו' וכו' זענען נאך אינדערהיים, און שפעטער ווען זי וויל צוריק אריינגיין אין די דירה, עס גייט נישט, די טיר איז פארמאכט!!!, מען מאכט אויף די נאמבער שלאס מען מאכט עס צו און עס גייט נאך אלץ נישט, מען מאכט עס קיינמאל נישט צו מיט קיין שליסעל ממילא האט זי נישט געהאט קיין שליסעל. אקיצור מען רופט אריבער די מאן ער איז האלב פארשיכורט, ער פרובירט אליינס עס אויפצומאכן אבער עס גייט נישט, נו וואס טוט מען, יא רופען חברים נישט רופען, פורים נאכמיטאג באדערען אידען ווייל מיין טיר איז פארמאכט, מען טראכט אהער און אהין, החלטה: מען האט נישט קיין ברירה ווי וועלן די קינדער שלאפען היינט נאכט, וכו', שוין מען רופט חברים, זיי פרעגן אויב עס איז אן עמערדזשנסי אויב א קינד אזי פארשפארט וכדומה, מען ענעפערט ניין, אקעי מיר וועלען באלד דארט זיין.

נאך בערך 15 מינוט קומט צוגיין א חשובע אינגערמאן - וואס האט אראפגענומען פון זיין צייט בעצם יום הפורים - ער קאנפירמט אז די טיר איז טאקע פארשפארט, ער נעמט ארויס די כלי פתיחה און פלוצלינג קלינגט עם זיין ווייב אויפן סעלפאן, און זאגט עם:

"יאנקעל, קענסט מיר נאך ערגעץ קויפן צוויי חלות פאר די צווייטע סעודה, איך האב מיך פאררעכנט און אונז האמיר נישט קיין חלות", עס איז שוין געווען 4 נאכמיטאג יאנקעל טראכט האםם!! ווי קויפט מען יעצט חלות, שוין אבער זאל מיין ווייב זיין רואיג ביז איך קום אהיים, זאגט ער איר "נאי פראבלאם, איך וועל זען צו קויפען".

מיין חבר דער בעל הדירה זאגט מיר אז פלוצלינג האט ער זיך דערמאנט פון די גמ' פון בעל התל ובעל החריץ, דהיינו ער האט געקויפט צוויי איבריגע חלות פאר שבת ערב פורים, און עס איז איבערגעבליבען גאנץ, און ער טראכט יענער דארף חלות און איך וויל פטור ווערן דערפון, ממש א שידוך.

שוין ער מאכט אויף די טיר, מיין חבר ב'דאנקט זיך פארן חברים מעמבער פאר אזא גרויסע טובה בעצם יום הפורים, און ער זאגט עם ווייטער אז ער האט געהערט אז ער דארף חלות און ער וועט שוין ממילא נישט טרעפען יעצט ווי צו קויפען ממילא געט ער עם משלוח מנות צוויי חלות וואס ער דארף שוין ממילא נישט, יענער האט זיך שיין ב'דאנקט.

לימוד השגחה פרטית: יאנקעל דארף פורים נאכמיטאג צוויי חלות, ממילא ווערט זרח אויסגעשפארט און ער האט צוויי איבריגע חלות, יאנקעל קום צוגיין און געט 'מתנות לאביונים' פאר זרח (יעדער וואס עס פעלט עם און האט נישט איז א אביון אין יענעם ענין) און באקומט צוריק משלוח מנות צוויי חלות און סאיז שלום על ישראל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

זייער שיין - יישר כח!
באמת אז מ'לייגט צו קאפ, קען מען באמערקן די זאכן יעדן טאג.
על נסיך שבכל יום עמנו.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

זוגתי שתחי' האט זיך מחמת א שדכנות פריוו זיך דערמאנט א מעשה שהי' פון א פאר יאר צוריק
זי ריפט אן מרת פ' און טראגט אן בת ר' ג א קרוב מיט איר שוועסטער
פרעגט מרת פ': די קענסט זיי? מען האט דאס מציע געווען אבער מיר קענען ניט קיינעם וואס וואנט
אין זייער שטאט
ניט לאנג דעראויף ריפט אן מרת ג' איך הער פון דיין שוועסטער אז די ביסט היימיש מיט משפחת פ'
א פאר טעג שפעטער ריפט מען פון ווארט אז חתן-כלה ווילען זאגען יי"כ
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

1119
פאר 18 יאר צירוק האב איך אהיים געברענגט הורי ע"ה פון א חתונה
אזוי ווי עס איז ניט געווען פלאץ פאר זייער דירה געהעריג פארקען האב איך
געפארקט דאפעלט און געווארט אז זיי זאלען בשלום אריין
פונקט דאמאלט האט אן אינגערמאן זיך שטארק געאיילט און ניט געקלערט קיין סך
זיך דורך געשטיפט און געגעבען א שטארקען קלאפ פאר מיין אויטא אבער נור א שיינהייטס
פעלער איך האב ארעענגעגבען א CLAIM פאר זיין אינשורענס
זייער ADJUSTER האט מיר געגעבען דעם מאקסימום וואס ער האט געקענט אבער ניט טאטאל
וואס דאמאלט וואלט די קאממפעני ציגענימען די אויטא דערווייל האב איך געדארפט פארען קיין קאנאדע
אויף דעם וועג אהיים נאך א שיינע הצלחה קוים א פאר מייל פון די גרעניץ זעה איך אז וויפיל איך זאל געבען
גאז פאלט דער שנעלקייט פונקט ביך געווען ביי אן EXIT אין א מקום מיושב ווי איך שטעל זיך אפ זעה איך
זעה איך זעה רויעך א קיצור איך האב איבערגעלאזט די אויטא פאר JUNK און געדינגען אן אויטא אהיים פארען
א פאר טאג שפעטער איז אנגעקימען דער טשעק פאר 1200 און האב געקויפט אן אנדערס פאר 3500
וויפיל מאל איז פונקט געשהן עפעס
פונקט איז יענער דורך געפארען
דער קאר האט נאך געקענט פארען א פאר הינדרעט מייל
עס איז געשעהן אויפען וועג אהיים ניט אהין ווען איך האב בין געווען אנגעצויגען און געדארפט אנקומען צו אן אפגעשמיעסטען זמן
שוין געוען אין NYS
געקענט אראפפארען און א מקום מיושב,
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אז מען וויל זעהן דעם יד השם
קען מען זעהן.....
א געוואלדיגע מעשה!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

געהערט פון מין אקאונענט וואס זיין זון איז א תלמיד\חבר מיט הרה"ג ר' שלום יוסף היילפרין שליט"א אב"ד ראדמישלא
בבורו פארק בן הרה"ג ר' אלחנן שליט"א א שו"מ אין באבוב
הרה"ג ר' אלחנן שליט"א ביי די 18 איז אנגעקומען קיין לאנדאן מיט א קינדער טראנספארט און זיך אריינגעגזעט איו א
בה"מ און געטראפען א חברותא אן עלטערין גאליציאנער ת"ח מופלג וואס איז אנגעקומען אן די קינדער וואס האבען חתונה געהאט
מיט די צייט האט מען מציע געווען פאר הב' אלחנן א חתן געווארען מיט א מיידעל פון א שיינע גאליציאנער שטיב וואס האבען
געוואנט אין דייטשלאנד און באוויזען ארויסשיקען דאס מיידעלע אליין בעוד מועד און וואס האט ג'דארפט אזא בחור
דער אלטער איז געקומען צי די תתונה זיך א ביסעל פרייען מיט זיין תלמיד\חבר און אהיים גייען אבער איז געבליבען
צי די מצוה טאנץ ווייל ביי די חתונה איז ער געוואר געווארען אז די כלה איז זיין אייניקעל וואס האט ניט געוויסט
וואס עס איז געשעהן מיט איר זיידע
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הפלא ופלא!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פלא והפלא!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”