השגחה פרטית

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

שיינע מעשה! און שיין פאר'ן מיטטיילן
כ'גלייב אז די אפצאל פאר אפשטעלן די טשעק איז באצאלט געווארן ערגעץ אנדערש
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הקטן »

אה פארגעסן צו זאגן, איך האב אריינגערעכנט דאס אויך... די חשבון איז נאר געווען ס"ה 1065$ +35 פארן אפשטעלן די טשעק! מוזט מיר נישט גלייבן...
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

העכסט אינטערעסאנט
פארוואס דען נישט גלייבן? הוי ווי כ'גלייב ב"ה פארדעם
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
ציטער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 24, 2014 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציטער »

ס'וואלט זייער כדי געוועהן אז מ'זאל האלטן דעים אשכול אקטיוו, ווען מ'טראכט אריין קען יעדער טרעפן ביי זיך השגחה מה'.
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

משה'לע, שיינע מעשה, ישר כח.
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

אן אינטערסאנטע מעשה'לע האב איך געהאט היינט צופרי ביים דאווענען
מיין סעלפאן איז אייביג אנגעשטעלט אויף ווייבערעיט [ס'ליגט אין מיין רעקל טאש און כ'פיל עס סייווי כמעט קיינמאל נישט], און אויף היינט צוליב א אויסנאם האב איך אריינגעלייגט אין די קאלענדאר אז כ'דארף ערגעץ גיין [כ'טוה עס געווענדליך נישט ווייל כ'קוק געווענדליך נישט דערויף], בשעת'ן אריינלייגן [בערך 2 וואכן צוריק] די אינפארמאציע אין מיין סעל האב איך פרובירט צו קוקן צו ס'איז נישטא עפעס א אפציע אז די רימיינדער זאל קלינגען אדער ווייבערעיטן, כ'האב גארנישט געטראפן האב איך מיך איינגערעדט אז מסתם גייט עס לויט וויאזוי די סעל איז אנגעשטעלט, אז ס'איז ווייבערעיט וועט עס דעמאלטס אויך ווייבערעיטן. כ'האב אויך פרובירט אנצושטעלן די צייט אז ס'זאל זיין נאכן דאווענען אז ס'זאל מיר נישט שטערן אינמיטן דאווענען.
מה עשה הקב"ה, כ'טרעט אויס שמונה עשרה, פיל איך עפעס געפערליכע בויך דרייענישן אז כ'מוז אויף די סעקונדע ארויסלויפן... כ'האב מיך בליץ שנעל אויסגעטון טו"ת און מיט איין אטעם געלאפן אין ביהכ"ס [אנטשולדיגט], כ'עפן אויף די טיר פון ביהכ"ס הער איך א סעל קלינגען, כ'האב אוודאי נישט גע'חלומ'ט אז ס'איזמיינס האב איך מיך נישט וויסנדיג געמאכט, אבער נאך א האלבע מינוט זעה איך אז קיינער לעשט עס נישט אויס האב איך געכאפט א בליק אויף 'מיין' סעל, און יאפס ס'קלינגט כ'קוק מיך אן ווי פון די לבנה געפאלן, וואס עפעס קלינגט עס, יא ס'איז געווען א רימיינדער 15 מינוט פאר די צייט וואס כ'האב אריינגעלייגט אין סעל.
און יא כ'בין גלייך צוריק דאווענען, כ'האב גארנישט געפילט מיין איצטמכא כאילו לא הי'.
ב"ה נישט געשטערט קיינעם מיט מיין סעל בשעת'ן דאווענען!
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

שומר ה' את כל אוהביו...
תפוח
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תפוח »

ומפליא לעשות
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

געוואלדיג!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א גוטע מעשה
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

געהערט פון א ידיד מיינער וואס ביי אים איז דאס געשעהן
ער ארבעט אין ריעל עסטעיט
אמאהל איז ער געגאנגען צו אנ'אויקשאן
איז געווען א הויז צו קויפען
אבער די עקסטרע טשארדזשעס זענען געווען עטליכע 2000 פונט
האט ער נישט געוואלט
צום סוף קומט דער מוכר, א איד, צו אים
און זאגט: קויף עס, עס איז זעהר גוט
זאגט ער: ניין, ווייל די טשארדזשעס זענען פיהל צו פיהל 2000 פונט
ענטפערט ער: די טשארדזשעס זענען נאר עטליכע הונדערט פונט
זאגט ער : אקעי, איך קויף עס
אבער שפעטער באקומט ער א ביל מיט טשארדזשעס 2000 פונט
און רופט אים אהן: מאי האי?
און יענער מאכט זיך נישט וויסענדיג....
טראכט ער ביי זיך what goes around comes around......
גייט אריבער א צייט און מיין ידיד זוכט צו פארקויפען א טאקסיק פראפערטי [דהיינו א שרעקליכע פראפערטי מיט צרות צרורות]
לייגט ער עס אין אויקשאן פאר א ביליגע פרייז אין אויקשאן
און ביים אויקשאן האט איינער געקויפט פאר עטליכע 2000 פונט מער ווי די פרייז
guess what? דער קונה איז געווען דער יעניגער מוכר.....
איך האב דאס געהערט מפיו פון בעל העובדא
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פאר 22-23 יאר צוריק ווען מיר האבען געהלטען ביי שידוכים לבתי הבכורה שתחי' האט א שדכנית אנגעטראגען
א בחור פון ענגלאנד וואס האט געלערנט און א"י האבען מיר געבעטען א א"ידיגען פעטער א מחנך ער זאל זיך
טרעפען מיט אים, דער פעטער איז קנאפ נתפעל געווארען
איך געדענק ניט די פרטים צי דער רעפארט איז ניט אנגעקומען באצייטענס אדער די שדכנית האט מסביר געווען
אבער נאך איידער מיר האבען זיך אויסגעדרייט איז דער בחור שוין דא געווען און נ"י און מיר האבען זיך געטראפען
מיט אים מיט די זעלבע תוצאות , א טאג צוויי שפעטער ריפט אינז אן א צוויטער שדכן "ווי האלט עס מיט דעם שידוך
מיט הב' פלוני?" פרעג איך אים "פארוואס זאל איך אייך ענטפערען." זאגט ער ער וויל וויסען צו ער קען מציע זיין פאר
זיי אן אנדערעו שידוך" ניט לאנג דערנאך נאבען מיר געהערט אז איז א חתן דא איו נ"י
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

שיין
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

קיקיון האט געשריבן:פאר 22-23 יאר צוריק ווען מיר האבען געהלטען ביי שידוכים לבתי הבכורה שתחי' האט א שדכנית אנגעטראגען
א בחור פון ענגלאנד וואס האט געלערנט און א"י האבען מיר געבעטען א א"ידיגען פעטער א מחנך ער זאל זיך
טרעפען מיט אים, דער פעטער איז קנאפ נתפעל געווארען
איך געדענק ניט די פרטים צי דער רעפארט איז ניט אנגעקומען באצייטענס אדער די שדכנית האט מסביר געווען
אבער נאך איידער מיר האבען זיך אויסגעדרייט איז דער בחור שוין דא געווען און נ"י און מיר האבען זיך געטראפען
מיט אים מיט די זעלבע תוצאות , א טאג צוויי שפעטער ריפט אינז אן א צוויטער שדכן "ווי האלט עס מיט דעם שידוך
מיט הב' פלוני?" פרעג איך אים "פארוואס זאל איך אייך ענטפערען." זאגט ער ער וויל וויסען צו ער קען מציע זיין פאר
זיי אן אנדערעו שידוך" ניט לאנג דערנאך נאבען מיר געהערט אז איז א חתן דא איו נ"י

בשטומ"צ
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

ישועב ח' בהרף עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

בני נ"י האט געקויפט אן אויטא פאר 2 יאר צוריק אויף מיין נאמען
לעצטענס האט ער געהאט שוועריגקייטען און עס האט מיר שוין געקאסט 2 PAYMENTS וואס ער האט ניט געקענט מאכען בזמנם
צווי וואכען צוריק איז ער איינגעדרימלט אויף א רגע כמימרא און אריינגעקראכט און דעם אויטא פאר אים און ערלעדיגט די
איייענע אויטא און קיין אנדערע שאדען ניט בגופו און ניט במאודו
בהשגחתו העליונו איז אונטער אים געפארען א פטליציאנט וואס לויט ראות עיניו איז פאר מיר\בני געקומען די גאנצע ווערט
פון די קאר
איך האב יעצט באקומען די ידיעה אז
Capture.GIF
Capture.GIF (9.76 KiB) געזען 3756 מאל

און בני נ"י האט נאך געהאט א ריוח פון א פאר הודעט דאללאר
און א חודש א געדינגענע אויטא
ביי די נעקסטע אוטא לאזט ער מיר שוין ארויס פון עסק און איך ווער פטור פון די טעלעפאן רופען פון די באנק
לאמיר האפען אז עס איז יעצט א פתיחת שער אויף הרחבת הדעת
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

הה"ד אז אמאל זעהט עס אויס ווי א רעה חלילה אבער באמת איז עס א טובה.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

מצות השבת אבידה!
מיט א שטיק צייט צוריק (SEP 2 למספרם) האט זיך ארום געדרייט די פאלגענדע עפיזאד אויף פארשידענע גרופעס: (קרעדיט מאן יימר).
מיינער א באקאנטער דרייט זיך שוין ארום א וואך צייט אן א קאפ, זיין זוהן א בחור'ל איז פארגאנגענע מיטוואך אהיים געקומען פון קעמפ, ער האט גערופן א קאר סערוויס זאל איהם מיט נאך א בחור צוזאמען אהיים פירן מיט די פעקלאך, אבער אזוי ווי די קאר האט נישט ערשיינט אפילו נאך עטליכע מאל רופן, אזוי ווארטענדיג אינדרויסן ביי מורטעל קארנער סקילמאן, איז פארביי געפארן א קאר וועלכע האט געהאט א סטיקער אויפן טיר, מיט אן אויפשריפט פון א קאר סערוויס פירמע, האט די בחור עס אפגעשטעלט, אריינגעפאקט זיינע געפעק, און די דרייווער זעהנדיג אז עס איז צופיל פעקלאך, האט ער זיי געהייסן רופן א מיני ווען, ווען ער האט ארויסגענומען זיין פעקלאך, האט ער בטעות איבער געלאזט זיין "תפילין"......
און אצינד דרייט ער זיך ארום און ווייסט נישט וואו אנצוהייבן זוכן.
איז דא אפשר איינער וואס קען ארויסהעלפן
ולמצוה גדולה יחשב!

---
און ווייטערדיגע באריכטן.
צום ערשט האט דער בחור גערופן שומרים, און די דיספעטשער אנשטאט ארויסשיקן עטליכע וואלאנטירן נאכגיין די דירעקציע פון די קאר.
האט ער אנגעהויבן אריינגעבן א מוסר פארציע פארן בחור, היתכן דו שטעלסט אפ א קאר אויפן גאס, דו ווייסט וואספארא סכנה דאס איז וכו'....
און פארוואס לאזטו איבער תפילין דוקא, פארוואס נישט די אנדערע פעקלעך???.....
צום סוף זאגט ער כ'ווייס דו האסט מיך נישט גערופן צו הערן מוסר, דו האסט גערופן פאר העלפ, אבער וואס זאל איך טאן איך בין א זוהן פון א סופר און איך ווייס די חשיבות פון תפילין.
אלזא גיי און רוף תיכף 311 צוליב וואס אלע בילאנגינגס וואס זיי האבן מוזן זיי לעגאל איינגעבן ביי די לאסט ענד פאונד דיפארטמענט פון די סיטי.
צום סוף שטעלט זיך ארויס אז דער דרייווער וועט קיינמאל נישט איינמעלדן דערוועגן, ווייל זיך אפשטעלן אן באקומען א קאלל, איז אומלעגאל

---
און ווייטערדיגע באריכטן.
ער האט שוין פרובירט צו גיין צו גאו גלאבעל קוקן די קעמרעס אבער פונקט דארט בלאקירט א טראק
אין מורטעל פלאזא זאגן זיי אז זיי האבן נישט קיין עקסעס צו די קעמרעס ווייל זיי האבן פארלוירן די איי פי עדרעסס
ביי די קארנער די הארדווער סטאר זאגט די אידישע אייגענטומער אז די קעמרעס באלאנגט פאר די גוים
ביי סאטמאר פלייש געשעפט ענטפערט מען מען קען דארט נישט קוקן נאר אין קהל'ס אפיס
ממש בהסתרה די גאנצע ענין............
געוואלד העלפט ארויס מיט די סוירטש...... עני עדישאנעל יוניטס עוועליבעל?????

---
מענין לענין האט איינער מיר פארציילט:
א אינגערמאן אין ווילי האט גענומען א יעלאו קעב פון אלט וויליאמסבורג קיין ניי ווילאמפעסט דארט ווי ער ארבעט במשך'ן טאג, ארויסקומענדיג פון טעקסי האט ער פארגעסן זיין טלית ותפילין, א טאג דערויף האט ער זיך ערשט געכאפט אז זיין תפילין פעלט איהם, ער איז ארומגעלאפן ווי א פארסאמטע מויז, צו אלע געשעפטן און בתי מדרשים ווי ער האט נאר אמאל באזוכט אין זיין לעבן, כדי צו זעהן צו ער האט עס ערגעץ וואוו איבער געלאזט.
ביז ער האט זיך געכאפט אז ער האט עס איבערגעלאזט נעכטן אין טעקסי, ער איז געווארן אויס מענטש דערפון, און האט זיך כמעט ווי מייאש געווען דערפון, גיי ווייס וועלכע טעקסי עס איז געווען, איינער האט איהם געצה'ט ער זאל רופן 311, אזוי האט ער טאקע געטוהן, אבער נאכן זוכן אין אלע לאקאציעס פון די פאליציי סטאנציעס און אין די לאסט ענד פאונד דיפארטמענט פון די סיטי, האט ער ליידער גארנישט געפונען.
ויהי היום באקומט דער אינגערמאן א טעלעפאון רוף פון אן אומבאקאנטן נומער, ווען אויפן צווייטן זייט טרייבל, הערט זיך א באסיווע שטימע, העלאו... איר זענט אפשר דער....., זאגט ער אוודאי נישט אפשר נאר זיכער בין איך דער..... - האט איר אפשר פארלוירן תפילין? - ווואאאסססס? תפילין????? יא איך האב עס פארלוירן....... - אה דא רעדט מען פון בית הבתים, מיר האבן אייער תפילין איר קענט עס קומען אפנעמען ביי אונז אין די סגולה געשעפט!.
פארסאפעטערהייט איז דער אינגערמאן אנגעקומען צו סגולה, און ער האט ערהאלטן זיין טייערע באליבטע טלית ותפילין, און ווי דער אייגענטומער פון בית הבתים גיבט איהם איבער איז אזוי געשעהן די השגחה פרטית.
ר' איד ווען איר זענט ארויס פון די טעקסי, האט א בלאק שפעטער א גויטע גענומען דעם טעקסי צו איר דעסטינאציע, און זי האט אונטערוועגענס באמערקט די רעליג'עס בעג, זי האט אנגעפאנגען זוכן פאר סיי וועלכע שפירן פון אן אדרעסס אדער טעל. נומער א.ד.ג., אבער אויסער אפאר היבראו בוכשטאבן אימברוידעד האט זי גארניקסט געפונען, ביז פלוצים האט זי געטראפן א קליינטשיגער סטיקער אויפן בית'ל, מיטן אויפשריפט נבדק על ידי בית הבתים ביום.... שנת.... און דערנאך די נומער פון בית הבתים. פון זייער לאוגאו האט זי פארשטאנען אז די נומער איז פון א געשעפט און נישט פון די אייגענטומער פון די טלית ותפילין.
האט זי תיכף ומיד גערופן די נומער, און מיר דא אין בית הבתים האבן איר געזאגט אז מיר קענען עס קומען אפנעמען, זי האט זיך אבער אנטזאגט, און געמאלדן אז זי וויל עס אליין אריבערברענגען, און גלייך האט זי מיטן טעקסי גענומען די רעליג'עס בעג, און עס אפגעפירט קיין מוירטעל עוועניו און ניי וומ"ס צו די הויפט צענטער פון בית הבתים. זי האט זיך אבער אויסגענומען אז מען זאל איר רופן אויפן סעל פאון ווען עס ווערט אפגעפונען די בעל הבית דערפון, מען האט אראפגעשריבן איר נומבער, און אצינד גיבן מיר אייך עס איבער און רופט איר אן.

דער אינגערמאן האט איר אנגערופן, און זי האט פארשפראכן אז זי קומט אריבער שוין ער זאל אפווארטן דארט. דער אינגערמאן האט שוין אנגעגרייט זיין טייסטער וואוסענדיג אז ווארשיינליך קומט זי אריבער ווייל זי וויל עפעס באצאלט דערפאר, אבער ווי ערשטוינט איז ער געווארן ווען זי האט ערשיינט האט זי דערקלערט אז זי וויל גארנישט אויסער א פשוט'ן יישר כח, און נישט מער ווי דעם, זי האט בלויז געוואלט זעהן מיט איר אייגענע אויגן וויאזוי די אייגנטום ווערט צוריק געקערט צום ארגינעלן בעה"ב.
דער אינגערמאן האט נישט געהאט די ווערטער אין מויל איר גענוג צו באדאנקן, מסביר זייענדיג פאר די פרוי דאס וויכטיגקייט און טייערקייט פון טלית ותפילין פאר א איד. דערביי האט ער גענומען פון איר די סעל נומער, און האבן זיך הערצליך געזעגנט.
דעם אנדערן טאג האט די בני בית פון דעם אינגערמאן איר אנגערופן און זיך באדאנקט מיט א שיינע פאום!
_____________________

דערווייל לאמיר האפן אז דער אומגליקליכער בחור וועט ווי שנעלער אפגעפונען זיין תפילין.
מיר טוען נאכאמאל אפעלירן צו די חברים ווער עס האט סיי וועלכע עצה אדער געדאנק ארויסצוהעלפן מיט די העפטיגע נאכאנאנדע זוכעריי זאל זיך ביטע מעלדן דא, ולמצוה גדולה יחשב!
לעצט פארראכטן דורך סביב העולם אום דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

ברוך המחזיר אבידתו לבעלים!
היינט קומט אריין די גוטע נייעס ברוך השם אז בערך אום 4 אזייגער נאכמיטאג ארטיגע זייגער איז די תפילין אנגעקומען צו די הענט פון איר ארגינעלען אייגענטומער ברוך השם.
מעשה שהיה כך היה: די קאר וועלכע שטעלט זיך ארויס צו זיין א פאלנער גוי אן קיין TLC לייסענס בכלל נישט פון קיין קאר-סערוויס וועלכע האט זיך אפגעשטעלט ווייל ער האט געוואלט מאכן אפאר טאלער.
ער איז די וואך אנגעקומען צו א אידישע מעכאניק אויף גרענד סטריט ווי ער האט אריינגעגעבן זיין קאר צו פאררעכטן. צום ערשט האט ער אויסגעליידיגט זיין קאר פון אלע גארביטש און דערביי האט ער אויך ארויסגעווארפן די תפילין בייטל, ווען דער מעקאניק האט דאס באמערקט האט ער עס אויפגעהויבן און ליבליך איר געקושט.
דערביי פרעגענדיג די גוי פון ווי עס קומט צו איהם די בעג. ער האט אנגעפאנגן שטאמלען אז ער געדענקט שוין אליינס נישט פון ווי ער האט עס אבער ער האט נישט געוואוסט אז עס איז א רילידג'עס בעג.
דער מעכאניקער האט געכאפט א בילד פון די תפילין בייטל און האט עס ארויף געלייגט אויף פארשידענע גרופעס ווי עס איז ארום געפארן אויב איינער וועט דערקענען וועמענס דאס איז.
פונקט האט א פעטער פון די בחור'ל באמערקט זיין פלומעניק'ס נאמען דערויף. און האט מיט א שמחה אנגערופן די פאטער פון די בחור. וועלכע האט שוין געהאט באשטעלט א נייע פאר תפילין אינדערצווישן פאר זיין זוהן. ער האט מיט גרויס שמחה אראפגעפארן צום פלאץ און אפגענומען זיין פארלוירענעם תפילין.
שיחו בכל נפלאותיו!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

עס דערציילט מיר א איד אין אישי א ענדליכע מעשה וויאזוי זיין זוהן האט פארלוירן די תפילין פאר מער ווי א יאהר. דאסמאל שוין ביי א איד אין קאר, ווען ער האט געכאפט א היטש קיין בארא פארק און עס בטעות איבערגעלאזט אין קאר.
נאכן שוין פרובירן אלע סגולות איז איהם עס נישט געלונגען צו טרעפן, און ער האט שוין באשטעלט נייע תפילין וועלכע ער האט א האלב יאהר שפעטער עס געגעבן פאר זיין אנדערע זוהן א פרישע בר מצוה בחור'ל.
נאך א יאהר האט ער באקומען א טעל. רוף אהיים צו פרעגן צו זיין זוהן האט אפשר פארלוירן תפילין, מען איז עס גלייך געגאנגען אפנעמען.
ווי עס שטעלט זיך ארויס די השגחה פרטית, אז דער איד וואס האט געגעבן די היטש האט זיך קיינמאל נישט מטפל געווען מיט די תפילין ווייל ער האט נישט געהאט קיין נומבער וועם צו רופן, אבער איין שיינעם טאג איז ער אריין אטיינקויפן א לאנטש אין א רעסטוראנט אין בארא פארק, ווען עס איז צוגעקומען צו איהם א עלטערע בחור און פרעגט איהם: איר האט אפשר א פאר תפילין מיט אייך?, כ'האב היינט נאכנישט געלייגט קיין תפילין!. זאגט איהם דער איד מיינע תפילין ליגט אין בית המדרש.... אבער איין מינוט אין קאר האב איך שוין פאר זייער א לאנגע צייט א פאר תפילין דו קענסט עס האלטן און נוצן געזונטערהייט.
די בחור האט געפענט די תפילין בייטל ווען פאר זיינע אויגן אנטפלעקט זיך א טעל. נומער, אן טראכטן האט ער תיכף גערופן די נומער, ווי אין זכות פון לייגן תפילין האט ער זוכה געווען צו השבת אבידה. מצוה גוררת מצוה!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

איינער האט אפשר די בקודש חזיתיך ווי עס איז געשטאנען אמאל די מעשה מיט די טעקסי אזיי האבן די קרעדיט ווייל ער האט צוגעזאגט פאר מוסדות ייטב לב?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

א דערהער פון א בעל תשובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

די מעשה וואס האט פאסירט היי יאר ל"ג בעומר האב איך געזעהן אין א בלעטיל האט ידידינו "הבוחר בטוב" מגי' און מתרגם לויט דעם עולם'ס געשמאק לבקשתי ותשוח"ח לו

א באס אויפן וועג צירוק פון מירון קיין בני ברק, האט וועלענדיג זיך אפשטעלן אינעם רעסט עריע, זיך אנגעשטויסען אין א גאר לאנגע שורה פון באסעס אריינצוגיין, האט דער דרייווער געפרעגט דעם עולם, אויב יעדער איז מסכים צו פארזעצן גלייך קיין בני ברק, דער עולם האט גערן מסכים געווען ווי איידער צו פארברענגען א שעה.
פארענדיג ווייטער באמערקען זיי אז די שקיעה דערנענטערט זיך, האבען זיי געבעטען דעם דרייווער זיך צו שטעלען אין די זייט פאר עטליכע מינוט צו דאווענען מנחה, האט ער געזאגט אז אט גייט מען שוין אראפ פונעם מעין הייוועי וועט ער זיך דארט שטעלען, וכך הווה ער טרעפט א שטילע פלאץ אין שטעלט זיך דארט, ווען זיי שטעלען זיך דאווענען וואקסט ארויס א איד נישט מיט א היימיש אויסזעהן אין דאווענט מיט, וואס איז געווען גאר מאדנע צוליב וואס דאס איז נישט געווען ערגעץ ווי מען קען צוקומען צופיס, נאכן דאווענען פרעגען זיי עם ווי ער איז דא אנגעקומען, פארציילט ער אזוי.
ער איז א פרישע בעל תשובה אין ר"ה האט ער זיך מקבל געווען שטענדיג צו דאווענען בציבור, ער איז יעצט אויפן וועג פון דרום פון לאנד ווי ער האט געטראפען א היטש ביז אהער, שטייענדיג דא ווארטענדיג אויף נאך א היטש, באמערקט ער ווי די זון גייט אינטער, און מנחה האט ער נאך נישט געדאווענט ווי וועט ער טרעפען א מנין דא, האט ער אנגעהויבן צו בעטען מיטן גאנצען הארץ צום באשעפער אז ער וויל דאווענען מיט מנין, ויהי הוא טרם כלה לדבר והנה קומט פלוצלינג אן א באס מיט יודען דאווענען מנחה.
הערענדיג פון זיי די השתלשלות וויאזוי זיי זענען פונקט דא אנגעקומען זאגט ער, דער אייבערשטער האט פונקט אזוי מיר געקענט צושיקען א היטש צו א ביהמ"ד, נאר אמאל אז א מענטש נעמט זיך פאר א קבלה טובה אפילו אינעם היינטיגען הסתר פנים, קען עם דער אייבערשטער שיקען א ספעציעלע הארה יאר ה' פניו אליך
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

קיקיון האט געשריבן:די מעשה וואס האט פאסירט היי יאר ל"ג בעומר האב איך געזעהן אין א בלעטיל האט ידידינו "הבוחר בטוב" מגי' און מתרגם לויט דעם עולם'ס געשמאק לבקשתי ותשוח"ח לו

א באס אויפן וועג צירוק פון מירון קיין בני ברק, האט וועלענדיג זיך אפשטעלן אינעם רעסט עריע, זיך אנגעשטויסען אין א גאר לאנגע שורה פון באסעס אריינצוגיין, האט דער דרייווער געפרעגט דעם עולם, אויב יעדער איז מסכים צו פארזעצן גלייך קיין בני ברק, דער עולם האט גערן מסכים געווען ווי איידער צו פארברענגען א שעה.
פארענדיג ווייטער באמערקען זיי אז די שקיעה דערנענטערט זיך, האבען זיי געבעטען דעם דרייווער זיך צו שטעלען אין די זייט פאר עטליכע מינוט צו דאווענען מנחה, האט ער געזאגט אז אט גייט מען שוין אראפ פונעם מעין הייוועי וועט ער זיך דארט שטעלען, וכך הווה ער טרעפט א שטילע פלאץ אין שטעלט זיך דארט, ווען זיי שטעלען זיך דאווענען וואקסט ארויס א איד נישט מיט א היימיש אויסזעהן אין דאווענט מיט, וואס איז געווען גאר מאדנע צוליב וואס דאס איז נישט געווען ערגעץ ווי מען קען צוקומען צופיס, נאכן דאווענען פרעגען זיי עם ווי ער איז דא אנגעקומען, פארציילט ער אזוי.
ער איז א פרישע בעל תשובה אין ר"ה האט ער זיך מקבל געווען שטענדיג צו דאווענען בציבור, ער איז יעצט אויפן וועג פון דרום פון לאנד ווי ער האט געטראפען א היטש ביז אהער, שטייענדיג דא ווארטענדיג אויף נאך א היטש, באמערקט ער ווי די זון גייט אינטער, און מנחה האט ער נאך נישט געדאווענט ווי וועט ער טרעפען א מנין דא, האט ער אנגעהויבן צו בעטען מיטן גאנצען הארץ צום באשעפער אז ער וויל דאווענען מיט מנין, ויהי הוא טרם כלה לדבר והנה קומט פלוצלינג אן א באס מיט יודען דאווענען מנחה.
הערענדיג פון זיי די השתלשלות וויאזוי זיי זענען פונקט דא אנגעקומען זאגט ער, דער אייבערשטער האט פונקט אזוי מיר געקענט צושיקען א היטש צו א ביהמ"ד, נאר אמאל אז א מענטש נעמט זיך פאר א קבלה טובה אפילו אינעם היינטיגען הסתר פנים, קען עם דער אייבערשטער שיקען א ספעציעלע הארה יאר ה' פניו אליך

הערליכע מעשה!! מיט א ניכטערן בליק קען מען זעהט אזאנע מעשיות טעגליך.
א דאנק פארן ברענגען לחזק ולהתחזק.
הק' איש ימיני
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אז ער זאל זיך מוטשען גיין צום בוס און האבען
דעם עגמות נפש דאס איז נישט גענוג סיבה?
הפ.jpg
הפ.jpg (276.09 KiB) געזען 2332 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

זעהנגריג דעם שמועס וועגען א חוזר בתשובה שרייב איך א מייסע
וואס זוגתי שתחי' האט געהערט
א גביר איז געווארען א בעל תשובה און א יושב אוהל
איין טאג אי ער מחליט אז א רויטער MERCEDES פאסט נישט פאר א בן תורה
האט ער געלייגט אן AD אז עס איז צום פארקויפען
קומט אן א פארשוין און נעמט עס אויף א TEST DRIVE און ווערט נעלם
א פאר וואכען שפעטער איז די פאליציי אים מודיע אז זיי האבען געטראפען דעם
אויטא אין בעסטען צושטאנד און פאכמאיניש איבערפארבט אויף שווארץ
האט ער געהאט א ריוח פון א שיינע פאר טאלער ווייל א שווארצער MERCEDES איז מער ווערט ווי א רויטער
-----
זאל דער רבו"שע העלפען פאר ר' פלוני אז ער אל זיך קענען אינגאנצען אוועקרייסען פון זיין אלטען אומנות
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קיקיון האט געשריבן:האט ער געהאט א ריוח פון א שיינע פאר טאלער ווייל א שווארצער MERCEDES איז מער ווערט ווי א רויטער

יעצט קען ער שוין בלייבן דערמיט. סידעך שויניש רויט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”