ספר בראשית עם פירוש גוגל מפות

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישתבח שמו לעד »

לעיקוואד האט געשריבן:לערנענדיג די רש"י פארגאנגענע וואך קאפיטל י"ג פסוק י"א
ויסע לוט מקדם, שטימט עס נישט לויט די מאפע, ארץ כנען איז דאך וואו עס איז היינט ארץ ישראל, בעיקר ירושלים/חברון, דאס איז דאך מערב פון ים המלח/ירדן, אויב אזוי וואס זאגט רש"י הלך לו למערבו של אברהם, לויט רש"י מיינט אז אברהם איז געווען בעבר הירדן?

איך וואונדער מיך אז נישט שפתי חכמים אדער רמב"ן רעדט דערפון, - איך האב עס געלערנט אין א דרשו חומש, און עס האט נאר די מפרשים - אבער עס איז א פשוטע קשיא, אדרבה אפשר קען איינער נאכזוכט א תירוץ פון אנדערע מפרשים, תודה למפרע.

לויט די מפות איז מיר שווער נאך א קשיא, פארוואס האבן די ד' מלכים געדארפט גיין קיין חרן געגענט און דערנאך צוריק אראפ קיין אר"י ממילא אברהם איז געווען ע"פ דיבור, אבער די ד' מלכים, איז דאך סתם אן אומוועג

עי׳ בספר שערי אהרן
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

כותא - אור כשדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

געוואלדיג געוואלדיג גרויזי!

דו טוסט א געוואלדיגע זאך.

איך בין נאך אביסל צוריקגעשטאנען מיט די פרשיות. איר וועט מיר מוזן מוחל זיין. איך פרוביר אויסצוקלארן די שיטות לגבי כותא און אור כשדים.

לכ' קוקט אויס א מחלוקת צו כותא, די שטאט וואו אברהם אבינו איז געבוירן געווארן, איז אין ארם נהריים נעבן חרן אדער אין בבל.

פון די גמ' וואס דו ברענגסט איז קלאר משמע אז אור כשדים איז אין כותא "עיברא זעירא דכותא זה אור כשדים", און ווי ר' דן שווארץ האלט איז עס טיף אריין צו דרום אין איראק. דער רמב"ן זאגט בפירוש נישט אזוי. דער רמב"ן זאגט אז כותא איז איין פלאץ אין ארם נהריים, און אור כשדים איז א פלאץ אין בבל\ארץ כשדים, וואו תרח האט זיך אהינגעצויגן נאכדעם וואס אברהם און נחור זענען געבוירן, און נאר הרן איז געבוירן אין אור כשדים (אזוי ווי די פסוק זאגט בפירוש).

ערשטנס איז שווער אויפ'ן רמב"ן פון א בפירוש'ע גמ'.

אצינד צום רמב"ן. ער ברענגט עטליכע ראיות אז אברהם איז געבוירן אין ארם נהריים אין די געגנט פון חרן.

1) עס קען נישט זיין אז אברהם איז געבוירן אין ארץ כשדים (בבל), ווייל אין ארץ כשדים האבן געוואוינט די בני חם און נישט די בני שם. (אגב איז אינטערעסאנט, און אפשר אפילו א קשיא, אז די כשדים שטאמען פון "כשד" א זון פון נחור און ברודער פון בתואל מבני שם. ע"י באבן עזרא סוף פר' נח)

2) אברהם ווערט אנגערופן "העברי" פון עבר הנהר, און ס'שטייט אין פסוק אין יהושע "בעבר הנהר ישבו אבותיכם מעולם" די משפחה האט אלץ געוואוינט אין עבר הנהר און נישט אין ארץ כשדים. נאך שטייט "ואקח את אביכם את אברהם מעבר הנה."

3) נחור האט דאך זיכער געוואוינט אין חרן. ווייל ס'שטייט קיינמאל נישט אז ער איז מיטגעגאנגען מיט תרח ארויס פון אור כשדים קיין חרן, אלא מאי איז ער קיינמאל נישט ארויס פון חרן.

4) פון די פסוקים זעהט מען אז ארץ כותא און ארץ כשדים איז צוויי אנדערע פלעצער.

5) תלמידים רבים, יושבים בארץ ההוא, זאגט אז כותא איז א גרויסע שטאט אין עבר הנהר, צווישן חרן און אשור, און זייער ווייט פון בבל.

דער רמב"ן פירט אויס "אבל היא נכללת בעבר הנהר בעבור היותה בין ארם נהריים ובין נהר פרת גבול ארץ ישראל, ובין חדקל ההולך קדמת אשור. והנה תרח הוליד בניו הגדולים אברהם ונחור בעבר הנהר ארץ אבותיו, והלך לו עם אברהם בנו אל ארץ כשדים ושם נולד לו בנו הקטן הרן, ונשאר נחור בנו בעבר הנהר בעיר חרן, או שנולד בעיר ההיא או שנתיישב בה מכותא."

די ראיות פון רמב"ן זענען שטארק, און עס דארף א תירוץ לויט די מהלך פון ר' דן שווארץ. עס איז נישט גענוג צו ענטפערן אז אור כשדים איז נישט ארץ כשדים, נאר א פלאץ אין כותא. ווייל למעשה שטעלט ער עס נאך אלץ אין ארץ בבל, און אלע קשיות בלייבן שווער.

מיר איז נאר זייער שווער, אז איינע פון די שטערקסטע ראיות פונעם רמב"ן איז געבויעט אויפ'ן פאקט אז "עבר הנהר" מוז מיינען ארם נהריים און די געגנט פון חרן. לכ' מיינט עבר הנהר – אויפ'ן אנדערן זייט טייך פרת. נו? דער פרת ציעט זיך דאך ביז אראפ און לויפט דורך גאנץ בבל. פארוואס זאל נישט גערופן ווערן די גאנצע ריזיגע שטח פון די היינטיגע Mesopotamia וואס געפונט זיך צווישן דעם פרת און חדקל, אלס עבר הנהר??

קען איינער אויסקלארן דאס? וואס מיינט עבר הנהר?

--

דערווייל וועל איך בלייבן דא. דורכאויס שבת וועל איך אי"ה פרובירן דורכצולערנען די מפרשים די וואך, לגבי נחור אין חרן, און עלמיר זעהן וואס מ'קען דא פארברייטערן.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
24/7
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 3:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 24/7 »

גרויזאמער האט געשריבן:יישר כח.

אפדעיטעד די נסיעה פון לוט, אילוני ממרא

https://drive.google.com/open?id=12W_5b ... sp=sharing





דא זענען דא בילדער פון אילוני ממרא
https://www.google.com/maps/place/Alone ... 15!6m1!1e1

ועוד: http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 981_49.pdf


פאר א וואך צירוק פינקט. בין איך געפארען מיט די ציונים (צבא בלע"ז) צו אלוני ממרא וואס געפינט זיך היינט בידי מחבלים ימ"ש ולהלן לינק צי די בילדער
https://www.dropbox.com/sh/fa9ddw1vjzme ... 09gGa?dl=0

אויף איינער פין די בילער זעהט מען ווי עס שטייט אויף א SIGN עפעס "ממרא" אין ENGLISH אין אויך אין אראביש
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

wow wow עכט שטארק הנאה געהאט פון די אשכול איך זיך שוין לאנג אזא map.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אגב, אין די צייטונג-אידישע צייט איז דא אן ארטיקל ארום 'אור כשדים' פון יצחק שלמה דרעזדנער


(נישט געליינט)
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

אויף קול מבשר זאגט יונה כהן אז ארם צובה איז די היינטיגע אלעפא, און אז רוב ספרדישע אידן וואס שטאמען פון סוריה קימען פון אלעפא.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

Aram Naharayim - This is a "region" not a "city" lfi horamba"n
Aram Tzova - Aleppo - Chalab - That the city is the same is mekubal by the sefardim all 3 names
Aram Damesek - Is this "Damascus" or another City in the area ?
Padan Aram - Not a "place" as per Rash'i toldos

Tehillim: Bhatzoisoi es "aram naharayim" ves "aram Tzova"

(no yiddish on my keyboard now. sorry)
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:תם ונשלם פר׳ וירא, שבח לקל בורא עולם

https://www.google.com/maps/d/viewer?mi ... &z=8&hl=he

Wow wow @גרויזאמער דאס איז מעסיוו!!!
כ'האב אלע יארן געוואלט וויסן וואו סדום איז היינט צוטאגס, צו אויפן פלאץ פונעם ים המלח, למעשה זעה איך אז ס'היפש אראפציער,

גראדע איז אינטערסאנט אז איר וויזט אהן אז די ככר הירדן איז היפש העכער די ים המלח, משא''כ סדום איז אסאך אראפציער, אין פסוק שטייט דאך אז לויט איז געגאנגען צו ככרהירדן און פול דארט איז ויאהל עד סדום, און רש''י איז מסביר אז פאר זיינע עבדים און רועים האט ער געמאכט אוהלים ביז סדום,
קוקענדיג אויף אייער מאפע, איז דא א קיימא לן פון ארום "55" מייל פון די ככר הירדן ביז סדום, דאס מיינט אז לוט האט געהאט אויסטערליש אסאך עבדים,


יישר כח פאר דיינע הערות. און איך האב הנאה ווי דו האסט באמערקט דעם קליינעם רש״י.

לויט ווי איך האב דארט געשריבן הערשט א שטארקע אומקלארקייט ווי יעדע זאך פאר זיך איז, עס איז אלעס חרוב געווארן. און איז אלעס בערך. די פלאץ פון סדום איז באזירט אויף ווי די חוקרים האלטן אז צוער איז, און לויט חז״ל אז פון צוער ביז סדום איז 5 מיל. די ככר הירדן איז באזירט אויפן פסוק: וַיִּבְחַר לוֹ לוֹט אֵת כָּל כִּכַּר הַיַּרְדֵּן וַיִּסַּע לוֹט מִקֶּדֶם וַיִּפָּרְדוּ אִישׁ מֵעַל אָחִיו. און אויף וואו די טייך ירדן איז.

אויך דארף מען וויסן אז ככר הירדן איז געווען א גאנצע געגנט וואס האט געהייסן אזוי, מיט אסאך שטעט אינעווייניג, ווי די פסוק זאגט: ולוט ישב ״בערי הככר״. און סדום איז מעגליך געווען אינעם ככר. ווען עס איז חרוב געווארן שטייט ״ויהפוך את הערים האל ואת כל הככר ואל כל יושבי הערים״ וואס מען קען טייטשן אז די שטעט זענען געווען אינעם ככר, אבער נישט נאר די 5 שטעט זענען חרוב געווארן נאר די ״גאנצע״ ככר.

עס ליגט ביי מיר כחומר ביד היוצר, איך קען אין איין רגע טוישן שטעט אויף הונדערטער מיילן :) קיינער האט נישט קראנט ווי די פלעצער געפונען זיך, און אז דו זוכסט אויף גוגל וועסטו טרעפן אסאך נייעס ארטיקלעך אז די ארכיאלאגן האבן ענדליך געטראפן סדום... און יעדעס מאל אויף אן אנדערע פלאץ.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

מדי דברי האט געשריבן:דער רמב"ן שרייבט אנהייב חיי, אז ויגר אברהם בארץ פלשתים איז בבאר שבע.


יא, די רמב״ן דארט איז מחולק מיט רש״י אין די פלעצער וואו אברהם איז געווען.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

גלייכגילטיג, האסט דא אראפגעלייגט א גרונטליכע אנאליז אויפן רמב״ן, איך האב דיר געהאט צוגעזאגט פרייוועט אז איך וועל עס דורכטון בעיון אבער איך בין נאכנישט אנגעקומען דערצו, זיי מיר מוחל. איך האב עס לכתחלה נישט אזוי שטארק דורכגעטון זעהנדיג אז ר׳ דן געבט זיך מכלומר׳שט אן עצה מיט׳ן רמב״ן, אבער קוקענדיג נענטער זעהט מען אז לכאורה איז טאקע פארהאן דא א שטארקע מחלוקת צווישן רמב״ן און רש״י אזויווי נאטרוליסט האט שוין ערווענט אויבן.

איך האף במשך׳ן שבת הבעל״ט עס דורכצולערנען בעיון. יישר כח גדול פאר דיין אויסברייטערונג.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

24/7 האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:יישר כח.

אפדעיטעד די נסיעה פון לוט, אילוני ממרא

https://drive.google.com/open?id=12W_5b ... sp=sharing





דא זענען דא בילדער פון אילוני ממרא
https://www.google.com/maps/place/Alone ... 15!6m1!1e1

ועוד: http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 981_49.pdf


פאר א וואך צירוק פינקט. בין איך געפארען מיט די ציונים (צבא בלע"ז) צו אלוני ממרא וואס געפינט זיך היינט בידי מחבלים ימ"ש ולהלן לינק צי די בילדער
https://www.dropbox.com/sh/fa9ddw1vjzme ... 09gGa?dl=0

אויף איינער פין די בילער זעהט מען ווי עס שטייט אויף א SIGN עפעס "ממרא" אין ENGLISH אין אויך אין אראביש


איך וועל נישט קאמענטירן אויף וויאזוי דו ביסט אנגעקומען אהין... אבער יישר כח פאר׳ן בילד איך האב עס צוגעלייגט ביי די פלאץ אילוני ממרא.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אגב, אין די צייטונג-אידישע צייט איז דא אן ארטיקל ארום 'אור כשדים' פון יצחק שלמה דרעזדנער


(נישט געליינט)


געזעהן יענעם ארטיקל. זייער שיין. אבער ער רעדט נישט צופיל פון אור כשדים זעלבסט נאר זייטיגע ענינים.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

זייער אינטערעסאנט. עס איז זיך אנדערש מעביר סדרה נאכן קלאר ארויסהאבן ווי די אלע פלעצער זענען.
אפשר צייכענסטו אויך אן ווי עס איז ארם נהרים און עיר נחור
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

גלייכגילטיג האט געשריבן:געוואלדיג געוואלדיג גרויזי!

דו טוסט א געוואלדיגע זאך.

איך בין נאך אביסל צוריקגעשטאנען מיט די פרשיות. איר וועט מיר מוזן מוחל זיין. איך פרוביר אויסצוקלארן די שיטות לגבי כותא און אור כשדים.

לכ' קוקט אויס א מחלוקת צו כותא, די שטאט וואו אברהם אבינו איז געבוירן געווארן, איז אין ארם נהריים נעבן חרן אדער אין בבל.

פון די גמ' וואס דו ברענגסט איז קלאר משמע אז אור כשדים איז אין כותא "עיברא זעירא דכותא זה אור כשדים", און ווי ר' דן שווארץ האלט איז עס טיף אריין צו דרום אין איראק. דער רמב"ן זאגט בפירוש נישט אזוי. דער רמב"ן זאגט אז כותא איז איין פלאץ אין ארם נהריים, און אור כשדים איז א פלאץ אין בבל\ארץ כשדים, וואו תרח האט זיך אהינגעצויגן נאכדעם וואס אברהם און נחור זענען געבוירן, און נאר הרן איז געבוירן אין אור כשדים (אזוי ווי די פסוק זאגט בפירוש).

ערשטנס איז שווער אויפ'ן רמב"ן פון א בפירוש'ע גמ'.

אצינד צום רמב"ן. ער ברענגט עטליכע ראיות אז אברהם איז געבוירן אין ארם נהריים אין די געגנט פון חרן.

1) עס קען נישט זיין אז אברהם איז געבוירן אין ארץ כשדים (בבל), ווייל אין ארץ כשדים האבן געוואוינט די בני חם און נישט די בני שם. (אגב איז אינטערעסאנט, און אפשר אפילו א קשיא, אז די כשדים שטאמען פון "כשד" א זון פון נחור און ברודער פון בתואל מבני שם. ע"י באבן עזרא סוף פר' נח)

2) אברהם ווערט אנגערופן "העברי" פון עבר הנהר, און ס'שטייט אין פסוק אין יהושע "בעבר הנהר ישבו אבותיכם מעולם" די משפחה האט אלץ געוואוינט אין עבר הנהר און נישט אין ארץ כשדים. נאך שטייט "ואקח את אביכם את אברהם מעבר הנה."

3) נחור האט דאך זיכער געוואוינט אין חרן. ווייל ס'שטייט קיינמאל נישט אז ער איז מיטגעגאנגען מיט תרח ארויס פון אור כשדים קיין חרן, אלא מאי איז ער קיינמאל נישט ארויס פון חרן.

4) פון די פסוקים זעהט מען אז ארץ כותא און ארץ כשדים איז צוויי אנדערע פלעצער.

5) תלמידים רבים, יושבים בארץ ההוא, זאגט אז כותא איז א גרויסע שטאט אין עבר הנהר, צווישן חרן און אשור, און זייער ווייט פון בבל.

דער רמב"ן פירט אויס "אבל היא נכללת בעבר הנהר בעבור היותה בין ארם נהריים ובין נהר פרת גבול ארץ ישראל, ובין חדקל ההולך קדמת אשור. והנה תרח הוליד בניו הגדולים אברהם ונחור בעבר הנהר ארץ אבותיו, והלך לו עם אברהם בנו אל ארץ כשדים ושם נולד לו בנו הקטן הרן, ונשאר נחור בנו בעבר הנהר בעיר חרן, או שנולד בעיר ההיא או שנתיישב בה מכותא."

די ראיות פון רמב"ן זענען שטארק, און עס דארף א תירוץ לויט די מהלך פון ר' דן שווארץ. עס איז נישט גענוג צו ענטפערן אז אור כשדים איז נישט ארץ כשדים, נאר א פלאץ אין כותא. ווייל למעשה שטעלט ער עס נאך אלץ אין ארץ בבל, און אלע קשיות בלייבן שווער.

מיר איז נאר זייער שווער, אז איינע פון די שטערקסטע ראיות פונעם רמב"ן איז געבויעט אויפ'ן פאקט אז "עבר הנהר" מוז מיינען ארם נהריים און די געגנט פון חרן. לכ' מיינט עבר הנהר – אויפ'ן אנדערן זייט טייך פרת. נו? דער פרת ציעט זיך דאך ביז אראפ און לויפט דורך גאנץ בבל. פארוואס זאל נישט גערופן ווערן די גאנצע ריזיגע שטח פון די היינטיגע Mesopotamia וואס געפונט זיך צווישן דעם פרת און חדקל, אלס עבר הנהר??

קען איינער אויסקלארן דאס? וואס מיינט עבר הנהר?

--

דערווייל וועל איך בלייבן דא. דורכאויס שבת וועל איך אי"ה פרובירן דורכצולערנען די מפרשים די וואך, לגבי נחור אין חרן, און עלמיר זעהן וואס מ'קען דא פארברייטערן.


האסט מיר געגעבן אסאך היימארבעט פאר דעם שבת, איך האב אסאך מעיין געווען אין ממש אלע מפרשי רש״י ורמב״ן, אריינגערעכנט שערי אהרן, און ווי מער איך קוק ווערט עס מער קאמפליצירט, ווייל קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג פון די גמרא "עיברא זעירא דכותא זה אור כשדים״...

אגב דער לשון הרמב״ן: אבל היא נכללת בעבר הנהר בעבור היותה בין ארם נהריים ובין נהר פרת גבול ארץ ישראל - איז דער שערי אהרן מגיה אז עס זאל שטיין ״בעבור היותה ״ב״ארם נהריים ובין נהר פרת גבול ארץ ישראל.

די איינציגסטע וואס איך האב געזעהן מער בפרטיות, מיט א מאפע איז אין ספר טוב ירושלים אויפ׳ן רמב״ן זעה בייגעלייגט.

זוכענדיג האב איך געטראפן א ספר ״שבע חכמות שבתלמוד ומדרש״ וואס רעדט שוין יא מיט מער דיטעילס, ברענגט אראפ דעם רמב״ן און איז עס מסביר לויט׳ן מאפע, אבער זיינע ווערטער דארף מען מאכן שטימען לויטן היינטיגן מאפע.

זעה זיינע ווערטער דא (ד״ה ״הערה״ - ועל העיר כותה כתב הרמב״ן וכו׳)
https://books.google.com/books?id=1sM_A ... &q&f=false

דערווייל האט עס מיר אוועקענומען צופיל צייט נישט צוקומענדיג צו א מסקנא. וועל איך עס לאזן פאר אנדערע וואס זאלן עס דורכטון און קומען צו א מסקנא, אדער פאר אן אנדערע געלעגנהייט.
אטעטשמענטס
Map-Kasdim.jpg
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

איך בין נישט אנגעקומען פאריגע וואך חיי שרה געהעריג, יעצט איז עס שוין אפדעיטעד, פר׳ תולדות האב איך נאכנישט אנגעהויבן.

https://www.google.com/maps/d/u/0/viewe ... &z=8&hl=he
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

ברוך השם די וואך - פרשת תולדות - זענען מיר געווען פרא-אקטיוו, תם ונשלם פרשת תולדות שבח לק-ל בורא עולם.

https://www.google.com/maps/d/u/0/viewe ... &z=8&hl=he

מיר גרייטן צו פרישע כוחות צום ״סולם אויף גוגל מעפס״, נעקסטע וואך פרשת ויצא... הכונו...
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וואו דער ווערט נישט אלט...

אדער גאר ווי אלטע וויין, ווי עלטער אלס בעסער
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

פארוואס ווען איך וויל עפענען איינע פון די לינקס קימט ארויף א ליידיגע פעידש אין אויבן שרייבט זיך אויף
''Open full screen to view more'' ?
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

אל תדאג האט געשריבן:פארוואס ווען איך וויל עפענען איינע פון די לינקס קימט ארויף א ליידיגע פעידש אין אויבן שרייבט זיך אויף
''Open full screen to view more'' ?


לייג ארויף א פרינט סקרין.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

פרשת ויצא:

צום ערשטן מאל: די ״סולם״ פון יעקב אבינו לויט די היינטיגע מציאות אויף גוגל מאפעס.


https://www.google.com/maps/d/u/0/viewe ... &z=8&hl=he

די נסיעות פון יעקב איז אין א באזונדערע שיכט מיט׳ן נאמען ״פרשת ויצא נסיעות יעקב״, צו פארשטיין געהעריג דעם סולם דארף מען דארט אויך אריינקוקען.

נכתב בצידו:

אין די מפרשים און ספרים הערשט א שטיקל צעמישעניש מיט די בת א-ל און לוז וואו עס איז פונקטליך, צו עס איז איינס אדער צוויי אנדערע שטעט, די קלארסטע ווערטער האב איך געזעהן אין שערי אהרן און מיר זענען געגאנגען לויט דעם. זעה אטעטשט.

Silum2.jpg

Silum1.jpg
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אשלג
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשלג »

בילד
אתר חלום יעקב
כ'בין דארט געוועהן, אבער די לייטער האביך שוין נישט געטראפן
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

יישר כח הרב אשלג, נישט געוואוסט אז זיי צייכענען אן א פלאץ דערפאר, איך האב עס יעצט נאכגעקוקט טאקע אויף גוגל מעפס, עס איז טאקע ביי די גרויסע בית קל.

https://www.google.co.il/maps/place/%D7 ... 35.2318407

און דא האט איר נאך בילדער.

https://www.google.co.il/maps/place/%D7 ... 07!6m1!1e1

למעשה איז דאס די דעה פון ״טייל חוקרים״ וואס האלטן אזוי, אזויווי דו קענסט זעהן אין יענע וועבסייט וואס דו צייכנסט אן:
http://mishkefet.org.il/place/%D7%91%D7 ... %90%D7%9C/

און דאס איז א פערפעקט דוגמא צו דאס וואס איך האלט מיך אין איין באגעגנען ווי די וועלט פון היינטיגע חוקרים ענדיגט זיך ביי ״תנ״ך״ און אפשר אביסל ״תלמוד״, די ראשונים זענען זיי בכלל נישט גורס, און זיכער נישט די היימישע רש״י הקדוש וואס ביי ערליכע אידן איז זיין פירוש אנגענומען אלץ ״דער״ ערשטער מכריע ווען עס קומט צו לערנען א פסוק חומש. (זיי קענען עס צומאל צוברענגען, אבער נאר ווען זיי זענען טאטאל מסכים דערצו און זיי פארשטייען עס, נישט ווען עס לייגט צו ציגל צום געביידע).

רש״י הקדוש שכל דבריו נאמרו ברוח הקודש האט ביי די פרשה פון חלום יעקב מחדש געווען חידושים נפלאים וואס אלע ראשונים זענען זיך מפלפל בדבריו, (דער רמב״ן קריגט אויף פארשידענע ענינים) און איינע פון די איז אז עס זענען פארהאן צוויי בית ק-ל׳ס און די חלום יעקב איז געווען אין לוז בית ק-ל. קיין איינע פון די חברה מאכן זיך בכלל נישט וואוסענדיג דערפון, אפילו די פראמינענטע וויקיפדיה ווייסט נאכנישט דערפון זיי נעמען אלע אן פאר א פשטות אז די חלום יעקב איז געווען אין די גרויסע בית קל. איי וואס טוט מען מיט לוז? עס בלייבט אן ״עיר מקראית״ און גייט׳ס מוטשעטס ענק.

רש״י פרעגט דאך קלאר: ועוד אמרו יעקב קראו לירושלים בית אל וזו לוז היא ולא ירושלים ומהיכן למדו לומר כן??? און רש״י איז מחדש עפעס: אומר אני וכו׳.

בכל אופן, יישר כח פאר׳ן עס צוצייכענען, איך האב זייער הנאה פון אזאלכע הערות.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

גרויזאמער האט געשריבן:
אל תדאג האט געשריבן:פארוואס ווען איך וויל עפענען איינע פון די לינקס קימט ארויף א ליידיגע פעידש אין אויבן שרייבט זיך אויף
''Open full screen to view more'' ?


לייג ארויף א פרינט סקרין.


עס איז נישט דא וואס ארויף צו לייגן.
די גאנצע סקרין איז ווייס אין אויבן רעכטס שטייט: Open full screen to view more
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

וואס טוט זיך דא??

גרויזאמער האט געמאכט העדליינס.

נאך אפאר יודן וועלן הנאה האבן.

זיי וואלטן נאר געמעגט געבן קרעדיט.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

wow

יישר כח... דאסמאל האב איך נישט קיין חלק דערין :) געקומען אין סורפרייז
אטעטשמענטס
Maps1.jpg
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”