אייפאד'ס פאר בחורים, jpod, nook, nano וכדו'

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

אייפאד'ס פאר בחורים, jpod, nook, nano וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

יעדע יאר ווען ס'קומט אן די אפיקומן סיזען חזר'ט זיך איבער די זעלבע, ערענסטע אחריות'דיגע עלטערן פרעגן אן צו איז בסדר צו קויפן פאר זיין בחור זיין פארלאנגטע אפיקומן, טייל מאל בעט ער אזא זאך אז ס'איז נישט קיין שאלה בכלל, ווי טייל אייפאד'ס וואס זענען אויסגעשטעלט צו אלעס בייזן, אבער לעצטנס מיט די פארגעשריטענע טעכנאלאגיע איז שוין דא געפילטערטע און באגרעניצטע אייפאדס און דאס גלייכן, איך בין נישט באקאנט מיט די אלע כלים, פליז אויב עמיצער קען דא אויסקלארן וועלכע פון די כלים וועט א בחור נישט ווערן אפעקטעד פון.

א גרויסן דאנק פון פריער!
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

די היתר פון א פילטער איז בכלל נישט גילטיג און רעלעוואנט ביי א בחור

פינטעל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

עס איז דא איינער אין לעיקוואד וואס טוט אליין פארזיכערן כלים מיט טריפל פילטערס. וואס טוט אלעס פארהאקן און פארשליסן. און צו דעם האט עס א 'טעג' פילטער. עס איז עפראווד ביי 'טעג'. אבער זיי טוען עס נישט אפפערן פאר'ן היימישן ציבור.
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

ער פארקויפט זיינע כלים אונטער די נאמען טאלק ענד טעק. ער רייסט ארויס אלע נישט גוטע זאכענעס.... ס'איז א פיינע כלי.
אבער פאר א קינד?! חס מלהזכיר!
איזי
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

http://www.dbstoreonline.net/index.php? ... ct_id=1359

This is what they write in the description, Make your own judgement

It is no longer necessary to choose which of your favorite gadgets to carry around, now you can have it all!
The perfect choice for any Ben Torah that is safe even for children!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די שאלה איז וואס מ'דארף, אן MP3 פלעיער אדער א טעבלעט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מיר האבן א זשעי פאד, איך וואלט געהאלטן אלס כשרות וואלט עס א קינד געקענט האבן (אין אמת'ן ווייס איך נישט וואספארא נוצן א קינד/בחור קען האבן דערפון...) אבער למעשה האב איך עס זיי קיינמאל נישט געקויפט...
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

טראבל מעיקער האט געשריבן:ער פארקויפט זיינע כלים אונטער די נאמען טאלק ענד טעק. ער רייסט ארויס אלע נישט גוטע זאכענעס.... ס'איז א פיינע כלי.
אבער פאר א קינד?! חס מלהזכיר!

מען רעדט פון א "ספעציעל פעלער"... איז דאס זייער גוט.

פיצי קעפעלע האט געשריבן:http://www.dbstoreonline.net/index.php?route=product/product&path=125_134&product_id=1359
נישט פון דעם רעדט איך.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

ס'איז דא גאנץ א גוטע כלי וואס איז ממש נאר צי הערן ס'הייסט FIIO X1 ארבעט מיט א קארטעל קאסט ארום $100
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

וואס איז די אישו מיט נוק נקי? סאיז נישט א "געפילטערטע כלי", סאיז בעצם א כשרע כלי, גענוי ווי מיין סטאר טעק 15 יאר צוריק האט אויך נישט דערפט זיין געפילטערט, סאיז אלטערנאטיוו צו קינדל, די איינציגע שאלה איז וויאזוי ווערן די ספרים אריין געלוידעד אין די מאשין, אויב איינער ווייסט מער דעטאלן.
#בשיטה נישט
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

א בחור? קוים ריין סעלפאן וואלט מען געלאזט. ווי אזוי קומט דאס אין באטראכט?
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

וואס איז מיט א Sansa פאר א אינגל? איז עס safe?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אבן יקרה האט געשריבן:א בחור? קוים ריין סעלפאן וואלט מען געלאזט. ווי אזוי קומט דאס אין באטראכט?


דו מיינסט מסתמא צו זאגן אז ס'איז מורא'דיג וויכטיג בגשמיות וברוחניות אז א בחור זאל האבן ווי 'ווייניגער' אקופאציע, ריכטיג? אויב וועט ער האבן א מוזיק פלעיער און א ווארד פראסעסאר און ספרים, (וואס האט גראדע נישט קיין מעגליכקייט פאר בילדער און אפגערעדט ווידיא), ווייסט איין באשעפער וואו ער וועט נאך אנקומען.

דו סאונדסט ווי א מחנך אין א היימישע ישיבה.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

מיין מיידעלע בעהט א ליעפסטער פאר אפיקומן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

א שיינע דאנק פאר אלע וואס האבן געהאלפן מיט נוצליכע אינפארמעישאן, איין וויכטיגע פינקט האט מיך א אלעקטראניק דילער מסביר געווען, אז אויב קען מען אריינלייגן א SD קארד אין די כלי, איז נישט דא קיין עכטע פראטעקשען פאר א קינד אדער בחור סיי ווי אזוי.
וויסענשאפט
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויסענשאפט »

אויב קען עס האבען ווידיא אפ אן א קארטל אזוי ווי עפל איז זייער נישט אויסגעהאלטען, די בעסטע איז די נייע סארט סענסע וואס נעמט נישט קיין קארטעל,אין עס האט מער גיג אנשטאט
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1735
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

איך וואלט געזאגט אז א אייפאד איז די מערסטע אויסגעהאלטן צו געבן פאר א קינד/בחור עס גייט נישט אריין קיין SD און מען קען נישט אזוי גרינג אליינס ארויפלייגן זאכן כל שכן ווען דער טאטע האלט אויפזיכט אבער דאס איז נאר ווען די טאטע ווייסט אז זיין זון האט אזא כלי
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאיזגוטבה »

גארגארפיק האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז א אייפאד איז די מערסטע אויסגעהאלטן צו געבן פאר א קינד/בחור עס גייט נישט אריין קיין SD און מען קען נישט אזוי גרינג אליינס ארויפלייגן זאכן כל שכן ווען דער טאטע האלט אויפזיכט אבער דאס איז נאר ווען די טאטע ווייסט אז זיין זון האט אזא כלי

כ'האלט אויך אזוי, מ'קען אפי' נישט אויסמעקן אן א computer

פארשטייט זוך נישט די ipod touch וואס האט wifi
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

Actually with parental control I don't think there's a way to bypass restrictions without wiping the phone while connected to computer
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

Re: אייפאד'ס פאר בחורים, jpod, nook, nano וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

איך זוך ווער עס קען אריינקומען קלאר מיט די ארגומענט פאר די נעגעטיווע זייט פון פון קויפן פאר א בחור/אינגל א MP3 כלי אפי' ווען עס איז 100% כשר אנע וויי-פיי, ראדיא, ווידעאו, SD קארטל וכדו' ווען דאס קינד חלש'ט צו האבן זיין אייגן כלי צו קענען הערן טעיפס, מוזיק צו מעשיות וכדו' ביינאכט ביים שלאפן גיין, אין חדר-באס אויפן וועג צו א טריפ וכדו'.

איך באציה זיך בעיקר צום עצם געדאנק אז דאס קינד האט זיך זיין טעכנאלאגישע טשאטשקע און דער חשש פון ווערן אריינגעשלעפט אין דעם עולם הטעכנאלאגיע און מוזיק ווען לע"ע איז ער נאר נישט איינגעטונקען דערין (אין א שטוב וואס איז ב"ה אפגעהיטן פון מעסרטענס טעכנאלאגישע כלים ווי סמארטפאון וכדו') און למעשה טוען די מנהלי המוסדות וישיבות דאס אומאפיציעל ערלויבן וואס דאס טוט אויטאמאטיש אריינברענגען אן אומגעהויערע רייץ ביי קינדער וואס האבן דאס (נאך) נישט.
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אייפאד'ס פאר בחורים, jpod, nook, nano וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איך ווייס נישט, אבער אויב רוב דארפן זיך ספראווענען מיט די רייץ אויף זייער טאטעס פאון, זעה איך נישט קיין פראבלעם אז ער גייט ווערן אויפגערייצט אז יענע אינגל האט א סענסע.

אויב עפעס, וואלט איך געטראכט אז היינטיגע טעראפיסטן וואלטן געהאט א חשש אז ער וועט ווערן גערודפ'ט פארן זיין אזוי צירוקגעשטאנען..
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

קאמענטאטאר האט געשריבן:איך זוך ווער עס קען אריינקומען קלאר מיט די ארגומענט פאר די נעגעטיווע זייט פון פון קויפן פאר א בחור/אינגל א MP3 כלי אפי' ווען עס איז 100% כשר אנע וויי-פיי, ראדיא, ווידעאו, SD קארטל וכדו' ווען דאס קינד חלש'ט צו האבן זיין אייגן כלי צו קענען הערן טעיפס, מוזיק צו מעשיות וכדו' ביינאכט ביים שלאפן גיין, אין חדר-באס אויפן וועג צו א טריפ וכדו'.

איך באציה זיך בעיקר צום עצם געדאנק אז דאס קינד האט זיך זיין טעכנאלאגישע טשאטשקע און דער חשש פון ווערן אריינגעשלעפט אין דעם עולם הטעכנאלאגיע און מוזיק ווען לע"ע איז ער נאר נישט איינגעטונקען דערין (אין א שטוב וואס איז ב"ה אפגעהיטן פון מעסרטענס טעכנאלאגישע כלים ווי סמארטפאון וכדו') און למעשה טוען די מנהלי המוסדות וישיבות דאס אומאפיציעל ערלויבן וואס דאס טוט אויטאמאטיש אריינברענגען אן אומגעהויערע רייץ ביי קינדער וואס האבן דאס (נאך) נישט.

איך כאפ נישט, דו ווייסט נישט די נעגטעוויו זייט פון א קינד וואס איז רריין און ארגינעל זאל אריינגיין אין די וועלט פון מוזיק? אדער אפילו זיין ציגעבינדן צו פארטייבונג אפילו אויב סאיז כשורע דרשות למעשה נעמט עס אוועק די קאפ
די דור האלט שוין טאקע סאך ווייטער אז דאס זאל זין א פראבלעם אבער אויב דו האלטסטו נאך בה דארט האלט עס אן
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

ניין און יא האט געשריבן:איך כאפ נישט, דו ווייסט נישט די נעגטעוויו זייט פון א קינד וואס איז רריין און ארגינעל זאל אריינגיין אין די וועלט פון מוזיק? אדער אפילו זיין ציגעבינדן צו פארטייבונג אפילו אויב סאיז כשורע דרשות למעשה נעמט עס אוועק די קאפ
די דור האלט שוין טאקע סאך ווייטער אז דאס זאל זין א פראבלעם אבער אויב דו האלטסטו נאך בה דארט האלט עס אן


איך ווייס שוין איינמאל, אבער איך מעסט און וועג די מעלות/חסרונות צו דאס איז א זאך וואס איז ווערט אז איך זאל מיך שטעלן דערויף אין די לענג און אין די ברייט אין דערצייט וואס העכער 90% קינדער האבן איינס (בלשון קדשם.. "טאטי, די מנהל האט עס קיינמאל נישט גע'אסרט... אפי' די גאר פרומע קינדער און בחורים האבן... אפי' דער מנהל'ס זון און די רבי שליט"א'ס אייניקעל האבן.. ממש יעדער האט ס'איז פאני ווער ס'האט נישט... ביי די טריפ האט דער רבי אפי' געזאגט אז יעצט לאזט ער מיטברענגען א סענסא... איך גיי נאר הערן אייזענבערג, מלאך מיט פאפלאנאש..." וכדו' וכדו') און ס'איז מיר נישט משמע אז זייער רייץ דערצו וועט אזוי שנעל אוועקגיין און כ'בין אלזא שטארק מסופק צו זיך שטעלן דערויף קען זיין יצא שכרו בהפסדו בבחינת עקסטרעם וואס קען ח"ו נישט ריכטיג ווערן אנגענומען, דאס האט מיר געמאכט טראכטן אפשר טרייב איך איבער און ענדערשט זאל איך שלום מאכן מיטן מציאות אפי' ווען מיין הארץ און געפיל זאגט נישט אזוי, א חוץ אויב איינער קען גאר שטארק ארויסברענגען די נקודה - באופן שאץ מאץ וכדו' - איך זאל אליינס זיין איבערצייגט דערינען און האפענטליך עס קענען ריכטיג איבערגעבן בעזהשי"ת.
קאמענטארן זענען איבריג
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”