כל המוסיף גורע, במלוא מובן המילה

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שווערע מענטש

כל המוסיף גורע, במלוא מובן המילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע מענטש »

בס"ד
שלום וברכה

א אפענע שמועס איבער דעם ענין פון אינטערנעט און סמארטפונס.

מהאלט שוין אזוי 5 יאר נאכן אויפוואכונג פון כלל ישראל איבער די שעדליכקייט פון די טעכנאלאגיע, 5 יאר זינט די גרויסע טאג פון כינוס כלל ישראל, 5 יאר פון מערכות, תקנות המוסדות, תקנות הקהילות, תקנות הבתי מדרש און תקנות ההשתמשות בנשים, ועוד, איז יעצט איז צייט צו מאכן א שטיקל חשבון הנפש, די פירות פון עסקנים רבנים ואישי הציבור, די פירות פון די שווערע האראוואניע.

איז כדי צו געבן אזא כאפ א בליק אינעם ציבור, וויפיל אינטערנעט באנוצערס געפונען זיך טאקע ביים היימישען אידנטום?

דער תירוץ איז: יעדער איינער! זקנים ונערים, רבנים ואדמורים, תלמידי חכמים ואנשי מעשה, ארבייטערס, כולל ינגעלייט, מענער און פרויען. יעדער איינער בלי שום יוצא מן הכלל נוצט דעם אינטערנעט טעגליך און צום ווייניגסטן וועכענטליך, "שלא לצורך פרנסה".

עטליכע דוגמאות, דער אדמו״ר ווען ער פארט אויף מקומות הקדושים פועלן ישועות, באשטעלט דער גבאי די טיקעטס,וואו? אונליין. דער זקן ווען ער ברויך עפעס מסדר זיין מיט מעדיקער בעט ער דעם אייניקל צו טוען דאס, אויך אונליין. נערים, מ׳ברויך פארשאפן עפעס א שיכעלע, איז עס אונליין. תלמיד חכם דארף עפעס מיט מעדיקעד ערלעדיגן, אונליין. אנשי מעשה אויסארבעטן זייערע וואקאציע פלענער, אונליין. ארבייטער ברויך עפעס פון די קרעדיט עינדשנסי צו מאכן א מארטגעדזש, אויך אונליין. כולל אינגערמאן וויל ארויספרינטן א צייטוויליגע פידעליס קארד, אונליין. וויל ער דינגן א קאר,אונליין. די פרוי ברויך טשעקן א אימייל פאר טעסט ריזאלטס, אונליין. און דאס מיינט נישט אז דער אדמור, רב, כולל אינגערמאן ברויך נישט באנק, מארטגעדזש, טעסט רעזאלטס וכו׳ וכו׳. בסך הכל יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל קומט אן צום אינטערנעט באנוץ "שלא לצורך פרנסה", אויף א טעגליכע פארנעם.

צו וועט איינעם בייפאלן צי זאגן אז ער באנוצט זיך נישט מיט א קאר? והא ראיה ער פארמאגט נישט א קאר... יא עס איז דא וואס האבן נישט א קאר וועלן זיי ניצן א טעקסי אדער וועט ער דינגען א קאר. פונקט אזוי ווי יעדער איינער בלי שום יוצא מן הכלל באנוצט זיך מיט א קאר אויפן זעלבען וועג באנוצט זיך יעדער איינער מיטן אינטערנעט. לית מן דפליג! איינער וואס וויל זיך אנדערש איינרעדן פראבירט זיך צו פאפן.

לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, וויפיל פונעם היימישן ציבור דרייווט אליין א קאר, אופס.. נוצט אליין די אינטערנעט? דאס קען מען נישט וויסן, אבער איר ליינער פון די שורות, איר ווייסט יא וואס עס טוט זיך ביי אייך, ביי אייערע נאנטע משפחה מיטגלידער, חברים אין בית המדרש, איר וועט מודה זיין די חלק המשתמשים זענען ריזיג.

וואס דארפט איר מער, יו.פי.עס. און פעדעקס האבן ספעציעל אפגעדינגן טרעקליך אין די קעסטקילס, צו אקאמידירן די אנליין ארדערס פון די היימישן פרויען במשך דעם זומער, עס איז כדי צו באזוכן די קאלאניס אין די ענדע פונעם זומער, וויפיל עמעזאן באקסעס ווערן דעליווערט, אדער פרעגט זיך נאך ביים יו.פי.עס. דרייווער פון קר"י און אומגעגנט, ער זעהט נישט קיין שום אינטערנעט תקנה אין קר"י.

די שרעקליכע חורבן

נו, וויאזוי האבן די עסקנים גענומן די פראבלעם אין די האנט? אטאקירט! מאיז געגאנגען מהאט אלעס אריינגעליגט אין איין קאטעגארי, ביזנעס! צורך פרנסה! איז דאס אמת? דאס איז שקר מוחלט. היינט צו טאגס איז דער אינטערנעט באנוצט פאר אלע צרכים.

דא הייבט זיך אן די געפערליכע פראבלעם, א צאל פון די דאזיגע עסקנים האבן פארשטאנען אז מדארף גרינדען ארגאניזאציעס און איינטיילן פארן ציבור וואספארא פילטער צו לייגן.

דער מעג האבן דאס אפען, און יענער מעג נאר יענץ און דער דריטער דארף ברענגען א צעטעל פון רב וכו׳ וכו׳
איז געווארן אזא געדאנק פון האבן צוויי פאונס, איינס פארן מוסדות און די אנדערע פאר טעגליגע באנוץ, אסאך קהילות האבן לכתחילה אנגעהויבן די פארלאנג, איין בעסיק און איין סמארטפאון.

די מער עקסטרעמערע עסקנים זענען געגאנגן א שטאפל ווייטער, אז פרויען טארן אינגאנצן נישט האבן קיין סמארט פאון/אינטערנעט, און טאקע די מוסדות פון די דאזיגע קהילות פארסירן דעם תקנה זייער שטרענג, און וואס איז די תוצאה? אין די דאזיגע קהילות האט טאקע קיין איין פרוי נישט קיין סמארט פאון/אינטערנעט... וואס האט א פילטער. (רח"ל)

דורך די קאנטראל קומט ארויס א שרעקליכע מכשל. מענטשן באהאלטן זייערע טעכנאלאגיא ווייל מפארהערט זיי מיט כל מיני שאלות, און דורכדעם רחמנא ליצלן האט מען כלים אנע פילטער! אז א פרוי האט א סמארטפון וואס די מכשילי הרבים אפראווען נישט וועט זי צוליב זיי נישט האבן קיין שום פילטער ר״ל.. אז עס מאכט א בחור אדער מיידל איז עובר און קופט זיך א סמארטפון וועט זיך נישט וואגן אריינציגיין צי די פילטער ארגענעזאציא ארויפצילייגן א פילטער. ער וועט בלייבן רח״ל אנע פילטער! א״כ מה הועילו בתקנתם?

און טאקע דורך דעם וואס מפירט די מערכה אז איז נאר פאר ביזנעס האט מען זיך בשוגג צי במזיד אריינגעטינקען אין א שקר וואס די קאנסעוועענצן זענען זייער ביטער, א ריזיגע חלק פונעם ציבור האט נישט קיין שום פילטער.


למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט די אינטערנעט פראבלעם איז חי וקיים, וואס איז די ריכטיגע מהלך?


אלע רבנים בדורינו פסקנען אז מדארף האבן פילטער/אקאנטעביליטי סיסטעם, ווי פארשטענדליך וואלט געדארפט זיין יעדער לויט זיין געברויך וואלט געדארפט זיך מסדר זיין מיט א פילטער.

היעלה על הדעת ווען א יוד שרייבט איין זיינע קינדער אין א מוסד מזאל אים זאגן אונז וויל מיר זעהן אלע דיינע שאלות און חשבונות..?! האט דען נישט א יוד קיין שום נאמנות?

רבותי! יעדער איינער קען און ברויך זיך אליין מסדר זיין וואספארא פילטער צו נוצען! מברויך נישט קיינעם העלפן אדער איינטיילן. פונקט ווי יעדער פארשטייט אליין וואספארא פלייש צו נוצן וואספארא הכשר צו נוצן, און יא! יעדער עם הארץ איז באגלייבט ווען צו פרעגן זיינע שאלות וואס מאכט זיך און שטוב, קען מען אויך אליין אפמאכן וואספארא פילטער צי לייגן.
דא דארף מען דערמאנען לטוב די איינציגע קאמפעני וואס זיי טוען אויף גדולות ונצורות איז די ״טעג ארגאנעזאציא״ זיי לייגן פילטערס ״אנע שאלות", און מקען אליינס אויסוועלן די פילטער שטאפל! אנע קשיות! אן קיינעם הילף! מיט די מענשטליכע בחירה.

אשר על כן טוען מיר מעורר מאכן דעם חשובן ערליכער ציבור. האלט אייך נישט אפ פון לייגן פילטערס צוליב די אזויגערופענע שומרים, איר קענט קויפן א פילטער אנע קיינעמס פרעשער.

מיר האפן אז דער ציבור וועט זיך אויפוואכן און פארשטיין דעם נחיצות הענין און מזאל האבן א הייליגע מחנה מיט ערליכע אידישע דורות וזכנו לקבל פני משיח צדקינו בב״א. ‎
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

;l;p-
איז אזוי. איך האב א חבר וואס שיקט אין סאטמאר, דער חבר האט צוויי פאונס איין פאון מיט משומר און איין פאון מיט.. גארנישט.

איך האב א צווייטע חבר וואס שיקט אין א פריוואטע מוסד וואס זענען אקעי מיט טע''ג, דער חבר האט נאר דעם איינע פאון מיט א פילטער.
וועלכע מוסד האט מער אויפגעטון?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

גוטע ארטיקעל און אמת אויך
האב שכל און גיב א שמייכעל!
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

מטעמים האט געשריבן:גוטע ארטיקעל און אמת אויך
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

משהלע האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:גוטע ארטיקעל און אמת אויך
מטעמים האט געשריבן:גוטע ארטיקעל און אמת אויך
שפאנונג
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2009 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפאנונג »

יתכן דער שרייבער דא וויל אויפטון גוט'ס אבער אויב איז די מהלך יענעם אראפרייסן קען קיין גוט'ס דערפון נישט ארויסקומען. און אויב אראפרייסן קען מען טון די זעלביגע פאר דאס וואס די שטעלסט פאר, פערמאוטן טעג איז בערך ווי צו פערמאוטן OU, יא געוואלדיג ס'איז זייער גוט, אבער עס ווענד זיך פארוועם. זיי לייגן פילטער'ס אנע שאלות, אבער נעמען עס אויך אראפ אנע שאלות, זיי לייגן וועלכע פילטער די ווילסט נאר אנע שאלות, און עפענען אויך סייט'ס אויב ווייסט מען וועלכע קנעפל צו דריקן.

אבער לאמיר רעדן אן אראפרייסן, ביזט מאריך אין א זאך וואס איז בכלל נישט קיין פראבלעם, די אלע היימישע פילטער'ס ערלויבן די גאנצע מגילה וואס די האסט אויסגערעכנט [חוץ גאנץ קעטעגארי שאפינג וואס ווענד זיך לויט ווי די רבנים האבן עס אוועקגעשטעלט] אלץ לכתחילה, וואס ווילסטו ארויסברענגן דערמיט?

דערנאך די חלק פון צוויי פאון'ס, איר זאלט מיר זייער מוחל זיין, קייינער! אבער קיינער ממש! האט נישט קיין צווייטע פאון אן קיין שום פילטער נאר צוליב וואס מען האט אים געצווינגן צו נעמען דעם היימישן פילטער, די סיבה פארן זיין אן קיין פילטער איז ווייל דאס האט ער געקליבן, און טאקע צוליב אים האט די מוסד געמאכט די תקנה. אויב גייסטו אים לאזן במנוחה און זיך פארלאזן אויף זיין נאמנות, איז די מציאות געווען און ס'איז, אז אזעלכע לייגן בכלל נישט קיין פילטער.

נעם א דוגמא אזעלכע וואס האבן נאכנישט קיין קינדער אין מוסדות, דאס הייסט קיינער צווינגט זיי נישט, איז דא אזעלכע וואס וועלן גיין לייגן א פילטער, געווענטליך די סארט האט נישט קיין פראבלעם וועלכע פילטער צו נעמען, און אפי' ווען כ'וועל אים צווינגן צו נעמען די אדער יענע, און צוליב די זעלבע סיבה אויב וועט ער יא האבן א פראבלעם וועט ער זיין צווייטן פאון אויך לייגן א פילטער דערויף.

ווידער דער צווייטער, וועט בלייבן אן קיין פילטער ביז די מוסד וועט אים צווינגן, וואס פאסירט דערנאך, טענה'סטו אז ער גייט! נעמען א צווייטן פאון, און? בכלל נישט לייגן קיין פילטער, נו האט דאך די מוסד א געוואלט אויפגעטון, פרעגסט פארוואס, גאר פשוט, ווען נישט די מוסד דרייט ער זיך 24/6 נאר מיט נישט כשר'ע כלים, יעצט א דאנק די מוסד וועט ער פארנט פון אנדערע כאטש האבן א געפילטערטע פאון, וויבאלד ער לעבט דאך מיטן מורא אז אויב ווערט די מוסד געוואויר שיקט מען אהיים זיינע קינדער.

און אויף דיין פראגע ווי קומט א מוסד זיך נאכצופרעגן דערויף, די זעלבע רבנים וואס האבן גע'פסק'נט אז מען ברויך א פילטער, האבן גע'פסק'נט אז די מוסדות התורה האבן א "איסור גמור" צו ארייננעמען א קינד פון א שטוב וואס האט נישט קיין פילטער, איז זעלבסט פארשטענדליך אז אויב האבן זיי אן איסור, האבן זיי כאטש אזויפיל רעכט צו פארלאנגן מען זאל חתמ'נען אז מען קומט נאך די גדרים וואס די רבנים האבן אוועקגעשטעלט, און די גדרים ווערן נישט ערפילט דורך טעג.
סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאיזגוטבה »

זייער קלאר, אבער...
נישט שטארק ארויסגעברענגט די מעלות פון שומרים,
למשל: זיי האלטן אז אפי' איינער וואס דארף עס פאר ביזנעס איז א גוי.
זיי האלטן אז די קינדער דארפן קערנעמען פון די סמארטפון'ס
זיי האלט אז מ'פייט [ פארשעמען, שרייען, צוברעכן] דאס העלפט
זיי האלטן ווען זיי קלעבן אלעס אן מיט זייערע סטיקערס העלפט עס.
און נאך.....

זיי האלטן אז ס'נישט קיין חילוק מיט א פילטער אדער אן...
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ
ברוך בער
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך בער »

כבוד שפאנונוג איר זענט נישט גערעכט איך קען געבן צענדליגער דוגמאות און דער נושא איז נישט פשוט אבער כ'געב אייך א בדידי הוה עובדא דברים כהווייתן. איך פלעג האבן טעג אפן פאון, ווען די מוסד האט פארלאנגט משומר בין איך אראפ און אינסטאלירט. נאכן ארויס פון געשעפט זעה איך מיין וואטסעפ וואוסנאוטס איז געבלאקט. איך האב געהאלטן אינמיטן א וויכטיג שמועס מיט א בעל הבית פון א גרויסע קאמפאני וואס כ'האב ארויסגעקוקט דערויף, איך זעה א מעסעדזש אבער קען נישט הערן אפשר וויל ער מיר טרעפן?
כ'לויף צוריק צו משומר זאגט מיר דער אינגערמאן וואוסנאטס איז געבלאקט איך מוז האבן א היתר פון מיין דיין פאר וואוס נאוטס! כ'זאג אים קוק איך האב דא א שמועס מיט דעם פון די קאמפאני איך מוז עס יעצט הערן. עס האט קיין פודינו ומצילנו געהאלפן. מיין דיין איז א איד וואס ווייסט נישט וואס וואטסעפ איז פון די פארקערטע זייט, ער ווייס נישט וואס א וואיסמעיל איז אים פרעגן איז ממש א ליצנות, דאס געהערט פאר א בעל הבית מיט קאמאן סענס.
וואס מיינט איר דאס און בדומה לזה טרייבט נישט א נארמאלן ביזנעסמאן צו האבן א צווייטן פאן?
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

נו גוט
שבעה מי יודע!?
ברוך בער
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך בער »

און אגב איינס פון וויכטיגע זאכן וואס דער נעט איז הילפבאר איז געזונט. איך בין געווען לעצטנס ביים דאקטער מיט א קינד דער דאקטער האט געגעבן א שרעקעדיג דיאגנאזע מיט א נאמען. די ערשטע זאך נעם איך מיין פאון גוגל דעם סינדראם והנה געבלאקט קעטעגארי העלט. וויל איך פארשטיין פארוואס טאר איך נישט זען איבערן געזונט פון מיין קינד? עס איז נישט אזוי וויכטיג ווי פרנסה? אגב כ'האב געשיקט צוויי ריקוועטס צו משומר פאר פעיזשעס איבער די נושא דע ענטפער בערך א טאג שפעטער אין אימעיל איז ריקוועסט דינייד. וואס קלערן זיי איך דארף די אינפארמאציע פאר ענזשוימענט?
שפאנונג
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2009 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפאנונג »

הרב ברוך בער, איך בין בכלל נישטא צו פארענטפערן משומר, אין פאקט האט משומר מיט די מוסדות נאר אזויפיל אז די מוסד קען באקומען אינפארמאציע ווער ס'האט א פילטער און ווער נישט [עכ"פ אזוי זאגט משומר און אויך די מוסדותן]. איך האב זיך באצויגן צום ערשטן תגובה וואס אטאקירט די מהלך פון די רבנים/מוסדות [און דרך אגב שומרים - אויף וואס איך רעדט בכלל נישט אריין], דערויף האב איך געענטפערט אז אדרבה דאס איז זייער א גוטע און אויסגעהאלטענע מהלך.

אבער באמת אייער ערשטע מעשה וואלט איך נאך אפשר געגלייבט, אבער אייער צווייטע איז מוכיח אויפן ערשטן, חוץ אויב איר ווייסט נישט זייערע ביזנעס שעות, וויבאלד איך האב אויך משומר, און איך ריקוועסט אויך כסדר זאכן, און במציאות נעמט עס נישט קיין טאג ביזן באקומען אן ענטפער, חוץ אויב איר האט ריקוועסטעט פרייטאג נאכמיטאג נאך די הלכה'דיגע ביזנעס שעות. אלא מאי, דער ערשטער מעשה איז מן הסתם אויך נישט ריכטיג, אין פאקט האב איך מיטגעהאלטן א מעשה שהיה ווי איינער האט געזאגט ער דארף גאר גאר וויכטיג יעצט! אפן וואוס נאוטס און מען האט אים עס געעפנט פאר א טאג צוויי ביז ער גייט צו זיין דיין.

ובנוגע אז זיי האבן עס רידזשעקטעט, אויב איז עס יא אמת, איז זינט כ'ווייס נישט פון וואס איר רעדט איז א שאד זיך צו טענה'ן דערוועגן, אבער אויב איז די סיבה פארן בלאק געווען העלט, און זיי האבן עס רידזשעקטעט איז פשט אז די סייט האט נישט געטויגט, און פון דעם קענסטו גאר זען פארוואס העלט דארף יא זיין געבלאקט ביי דיפאלט.
ברוך בער
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך בער »

כבוד שפאנונג עס שיינט איר זענט אפיליאירט און טאקע דאס מין אויפירונג פון צוריק באשולדוגינגען איינעם וועם איר קענט נישט אז מען זאגט ליגנט איז פון די נקודות וואס דער פותח האשכול איז מרמז. ביידע עובדות זענען געווען פונקטליך עז איז, די העלט פעיזשעס זענען געווען ריין אינפארמאציע איבער א געזונטהייט ס'איז נישט געווען קיין סיבה צו דינייען. עס איז געווען צופרי און דער דינייעל איז געווען שפעט נאכמיטאג דאס רוף איך א טאג.
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

טעכניש גערעדט, משומר וכדו' קען צומאל בטעות אדער פאר נישט זייער וויכטיגע סיבות צוריקשיקען ריזשעקט. אז מ'שיקט צוריק א ריקוועסט אז מ'דארף וויכטיג די פעידש/אינהאלט וועלן זיי עס געווענליך עפענען.

דער וואס פארשטייט וואס די העלט קאטעגאריע נעמט אלס אריין פארשטייט פאר וואס ביי דיפעאלט איז עס געבלאקט. איך מיין אבער אז העלט וואלט געדארפט זיין די קאטעגאריע ווי מ'געט אן ענטפער בדרך כלל שנעל און אנע שאלות.

שפאנונג, לאמיר גיין א טריט ווייטער. ברוך בער באקומט א רידשעקט פין משומר, גייט ער טאקע נישט באזוכען די פעידש וועגן די רידשעקט? ער דארף דאך אדער וויל ער זעהן די אינפארמאציע (יעצט, מעגליך נאך מער. וואס איז שלעכט דארט?) וואס טוט מען? ברוך בער לאזט זיך אראפ צים לאקאלען לייברערי אדער אינטערנט קיאסק און נעמט זיך סיערטשען אויף די "אומגעפילטערטע" אינטערנעט פאר וואס ער זיכט. נאכען טרעפן וואס ער האט געזיכט און ארויספרינטען אפאר צעטעלעך האט ער דאך אבער אן אפארטאניטי צו זיין מיט אפענע אינטערנעט גיט ער מן הסתם א טשעק פאר די אלע זאכעןן וואס ער קען נישט ביי זיין אייגענע משומר קאמפיוטער פאר ער זעט זיך ארויס. אדער גייט די מעשה אסאך ערגער ברוך בער מאכט אפ ביי זיך גענוג איז גענוג איך קען נישט האבען מיינע באדערפענישען מיט א משומר פילטער. ער גייט ער האנדעלט זיך איין נאך א דיווייס און אויף דעם לייגט ער נישט קיין שום פילטער, ושלום על ברוך בער.
לעצט פארראכטן דורך זיבען און אייכציג אום פרייטאג אוגוסט 11, 2017 9:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

שפאנונג האט געשריבן:הרב ברוך בער, איך בין בכלל נישטא צו פארענטפערן משומר, אין פאקט האט משומר מיט די מוסדות נאר אזויפיל אז די מוסד קען באקומען אינפארמאציע ווער ס'האט א פילטער און ווער נישט [עכ"פ אזוי זאגט משומר און אויך די מוסדותן]. איך האב זיך באצויגן צום ערשטן תגובה וואס אטאקירט די מהלך פון די רבנים/מוסדות [און דרך אגב שומרים - אויף וואס איך רעדט בכלל נישט אריין], דערויף האב איך געענטפערט אז אדרבה דאס איז זייער א גוטע און אויסגעהאלטענע מהלך.

אבער באמת אייער ערשטע מעשה וואלט איך נאך אפשר געגלייבט, אבער אייער צווייטע איז מוכיח אויפן ערשטן, חוץ אויב איר ווייסט נישט זייערע ביזנעס שעות, וויבאלד איך האב אויך משומר, און איך ריקוועסט אויך כסדר זאכן, און במציאות נעמט עס נישט קיין טאג ביזן באקומען אן ענטפער, חוץ אויב איר האט ריקוועסטעט פרייטאג נאכמיטאג נאך די הלכה'דיגע ביזנעס שעות. אלא מאי, דער ערשטער מעשה איז מן הסתם אויך נישט ריכטיג, אין פאקט האב איך מיטגעהאלטן א מעשה שהיה ווי איינער האט געזאגט ער דארף גאר גאר וויכטיג יעצט! אפן וואוס נאוטס און מען האט אים עס געעפנט פאר א טאג צוויי ביז ער גייט צו זיין דיין.

ובנוגע אז זיי האבן עס רידזשעקטעט, אויב איז עס יא אמת, איז זינט כ'ווייס נישט פון וואס איר רעדט איז א שאד זיך צו טענה'ן דערוועגן, אבער אויב איז די סיבה פארן בלאק געווען העלט, און זיי האבן עס רידזשעקטעט איז פשט אז די סייט האט נישט געטויגט, און פון דעם קענסטו גאר זען פארוואס העלט דארף יא זיין געבלאקט ביי דיפאלט.


נישט קיין סתירה זיינע מעשיות מיט דיינס, קען זיין אנדערע טעג אפיסעס, צו אנדערע צייטן, ביי דיר האבן זיי גלייך גענטפערט אין ביי אים נישט. און עס מאכט נישט קיין סענס צו זאגן פאר איינעם וואס דערציילט דיר א מעשה אז עס איז נישט אמת.

און איך וויל צולייגן מיינע צוויי סענט, איך ווייס עטליכע וואס האבן א סמארט פאון ״שלא לצורך פרנסה״ אבער יא לצורך אנדערע וויכטיגע לעבן זאכן וואס די פותח האשכול האט אויסגערעכענט, און זיי האבן ״נישט״ קיין פילטער, פשוט, אויב זיי לייגן א פילטער קומט עס אן צו די וועד המוסדות, און דעמעלטס זענען זיי אויף צרות ווייל ס׳איז נישט לצורך פרנסה. סאו ענדערש בלייבן זיי אן א פילטער.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

אוי איז דאס א אמתע ארטיקל, ישר כח פותח פארן ארויפברענגן דעם קריטיש וויכטיגע נושא.

הרב שפאנונג, דער פותח האט אסאך נקודות , פילטערס משומר/גדר, לאטס מיך פרעגן איין קשיא, די קהילות וואס פארבאטן נשים צו האבן בכלל סמארטפאונס, וואס זענען די גרעסערע שאנסן, נשים האבן טאקע אינגאנצן אויפגעגעבן אינטערנעט, אדער האבן זיי אינטערנעט (טעבלעט) אן א פילטער?
#בשיטה נישט
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

אן אינטערסאנטע אשכול פול מיט אלטע ניק'ס וואס האבן א קליינע מספר תגובות און זענען יעצט ארויס פון באהעלטעניש... :h-w
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

ליינענדיגע דעם פותח האשכול'ס תגובה בין איך געווארן אביסל צומישט. ביטע עס קלאר מאכן.

ער ברענגט ארויס:
אז יעדער איז בעל הבית אויף זיך און אפילו אן עם הארץ איז באגלייבט אויף זיין אידישקייט, דעמאלט פארוואס מישן זיך די מוסדות אריין.

און די קאנסעקווענסן פון דעם אז די מוסדות מישן זיך אריין איז: אז מען גייט קויפן א סעל אן א פילטער.

איך פארשטיי נישט:
אויב א מענטש דארף נישט די טעראר פון די מוסדות נאר ער קען זיך אליינס אן עצה געבן, אויב אזוי פארוואס ווען די מוסודות אטאקירן אים וועט ער האבן א סעל אן א פילטער, ער גייט לכאורה האבן אויף זיין סעל טע"ג ? ווייל ער קען זיך אליינס אן עצה געבן.

והוא פלאי.
לעצט פארראכטן דורך לדעתי אום פרייטאג אוגוסט 11, 2017 10:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

.
לעצט פארראכטן דורך רחש לבי אום זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

לדעתי האט געשריבן:ליינענדיגע דעם פותח האשכול'ס תגובה בין איך געווארן אביסל צומישט. ביטע עס קלאר מאכן.

ער ברענגט ארויס:
אז יעדער איז בעל הבית אויף זיך און אפילו אן עם הארץ איז באגלייבט אויף זיין אידישקייט, דעמאלט פארוואס מישן זיך די מוסדות אריין.

און די קאנסעקווענסן פון דעם אז די מוסדות מישן זיך אריין איז: אז מען גייט קויפן א סעל אן א פילטער.

איך פארשטיי נישט:
אויב א מענטש דארף נישט די טעראר פון די מוסדות נאר ער קען זיך אליינס אן עצה געבן, אויב אזוי פארוואס ווען די מוסודות אטאקירן אים וועט ער האבן א סעל אן א פילטער, ער גייט לכאורה האבן אויף זיין סעל טע"ג ? ווייל ער קען זיך אליינס אן עצה געבן.

והוא פלאי.

(פון די שאלה האב איך א "שמע מינה")

גארנישט קיין פלא. איר האט נישט פארשטאנען די פוינט.
זיין טענה איז אז די מוסדות זאלן טאקע פאדערן פילטערס כהוראת הרבנים, אבער דאס מיינט נישט אז זיי מוזן אויך אריינקריכן אין די קישקעס און זאגן פונקטליך וועכע סייט זאל זיין געבלאקט - פשוט ווייל אסאך מאל זענען זיי אזוי אומבאהאוונט אין די ביזנעס וועלט וכדו' אז זיי דראפען זיך אויף די גראדע ווענט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

לכבוד הפותח.

נאך איין זאך אויף וואס מ'נוצט אינטערנעט, דאס איז צו האקן אויף אינטערנעט זעלבסט...

איך בין מער ווייניגער מסכים מיט אייך, איך בין נאר נישט זיכער ווי גרויס די פראצענט אומגעפילטערטע טעלעפאונען ס'זענען פארהאן, איך האלט אז רובא דרובא פארמאגט יא א פילטער, אבער קייו קראנטע סטאטיסטיקס איז אויף דעם נישטא, במילא איז נישט דא אויף וואס זיך צו טענה'ן.


מיין אינגעל האט געעפנט צוויי פארוואנדעטע אויגן ווען ער האט אויסגעפונען אז מיין גאלאקסי איז דער 'שרעקעדיגער' סמארטפאון, וואס ער האט זיך אנגעהערט אז דאס פראדוצירט משומדים וכו'

איך האב זייער שיין מסביר געווען אז דאס האט א פילטער, און אזוי מעג מען.

יעצט קען אים שמרים געבן נאך א קארטל...
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

משהזוךמיר האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:ליינענדיגע דעם פותח האשכול'ס תגובה בין איך געווארן אביסל צומישט. ביטע עס קלאר מאכן.

ער ברענגט ארויס:
אז יעדער איז בעל הבית אויף זיך און אפילו אן עם הארץ איז באגלייבט אויף זיין אידישקייט, דעמאלט פארוואס מישן זיך די מוסדות אריין.

און די קאנסעקווענסן פון דעם אז די מוסדות מישן זיך אריין איז: אז מען גייט קויפן א סעל אן א פילטער.

איך פארשטיי נישט:
אויב א מענטש דארף נישט די טעראר פון די מוסדות נאר ער קען זיך אליינס אן עצה געבן, אויב אזוי פארוואס ווען די מוסודות אטאקירן אים וועט ער האבן א סעל אן א פילטער, ער גייט לכאורה האבן אויף זיין סעל טע"ג ? ווייל ער קען זיך אליינס אן עצה געבן.

והוא פלאי.

(פון די שאלה האב איך א "שמע מינה")

גארנישט קיין פלא. איר האט נישט פארשטאנען די פוינט.
זיין טענה איז אז די מוסדות זאלן טאקע פאדערן פילטערס כהוראת הרבנים, אבער דאס מיינט נישט אז זיי מוזן אויך אריינקריכן אין די קישקעס און זאגן פונקטליך וועכע סייט זאל זיין געבלאקט - פשוט ווייל אסאך מאל זענען זיי אזוי אומבאהאוונט אין די ביזנעס וועלט וכדו' אז זיי דראפען זיך אויף די גראדע ווענט.


איך פארשטיי נישט וויאזוי עס ווערט פארענטפערט די קשיא:
איך האב נישט געפרעגט אויף זיין פאונט, איך האב געפרעגט אויף זיין הנחה.
ליינט איבער די תגובה.
שווערע מענטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע מענטש »

באקומען אין אישי


WOW זיך גענומען די מי און אנגערירט דעם נושא וואס טויזענטער אידען וויטאגען אויף דעם און האבן ניטאמאל צו וועם צו רעדען איבער דעם

וויפיל צער און עגמת נפש דאס האט שוין אנגעמאכט פאר אידן אויף דעם ענין שפיכות דמים במלא מובן המילה איז נישט צו משיג זיין, סתם פיינוגען ערליכע וואוילע אידען מיט תקנות און נישט אנעמען אין מוסדות און לייגן טעראר וכהנה וכהנה, און אלעס מיטן אויסרייד אז מ'דארף ראטעווען די שוואכע, מ'דארך האלטן די מוסדות וכו'

אן קיין שום רעליסטישקייט צום היינטיגע מציאות, אלעס געדרייוועד דורך מענטשען וואס פארשטיינען נישט כלל וכלל צו הנהגה און צו פירן פראבלעמען ביי כלל ישראל

און ווען באמת מ'גייט מיט די ריכטיגע תורה'דיגע וועג מיט די זעלבע וועג וויאזוי כלל ישראל האט זיך געפראוועט אלע דורות וואלט מען סאך מער אנגעקומען......

ס'איז דא צו רעדן דערפון א גאנצע טאג.... נאר אזוי ווי איך האב אנגעפאנגען ס'איז נישטא צו וועם צו רעדן דערפון

די הארץ ווייטאגט......

נ.ב. ווילט איר עפעס צולייגן אן מפרסם זיין אייער ניק, ביטע שיק אריין אין אישי, מיר וועלן אי"ה ארויפלייגן.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

לדעתי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט:
אויב א מענטש דארף נישט די טעראר פון די מוסדות נאר ער קען זיך אליינס אן עצה געבן, אויב אזוי פארוואס ווען די מוסודות אטאקירן אים וועט ער האבן א סעל אן א פילטער, ער גייט לכאורה האבן אויף זיין סעל טע"ג ? ווייל ער קען זיך אליינס אן עצה געבן.

והוא פלאי.

אויב כ'האב גוט פארשטאנען, איז טאקע דאס דער פאנטש-ליין פונעם פותח האשכול, דייקא דאס צו וויסן צו טוען פארן עולם, אז דו קענסט גיין מיט דיין באהאלטענע פאון צו טעג עס פילטערן.

פארשטייט זיך, ער געט קודם אויס זיין ווייטאג פארן עס מוזן באהאלטן און צאלן פאר צוויי פילטערס...

און פארשטייט זיך אליין, אז צו צאלן פארן צווייטן פאון נאך א פילטער, איז שוין דא א פרישע נסיון און בנוסף וואס א צווייטע באהאלטענע פאון איז געווענליך נישט אזוי עדווענסד, געווענליך א ביליגע פאון, וואס איז קוים גוט פאר וואטסעפפ, און בראוזן, סאו צומאל וועט עס נישט דערהייבן קיין פילטער.
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Silent »

משהזוךמיר האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:ליינענדיגע דעם פותח האשכול'ס תגובה בין איך געווארן אביסל צומישט. ביטע עס קלאר מאכן.

ער ברענגט ארויס:
אז יעדער איז בעל הבית אויף זיך און אפילו אן עם הארץ איז באגלייבט אויף זיין אידישקייט, דעמאלט פארוואס מישן זיך די מוסדות אריין.

און די קאנסעקווענסן פון דעם אז די מוסדות מישן זיך אריין איז: אז מען גייט קויפן א סעל אן א פילטער.

איך פארשטיי נישט:
אויב א מענטש דארף נישט די טעראר פון די מוסדות נאר ער קען זיך אליינס אן עצה געבן, אויב אזוי פארוואס ווען די מוסודות אטאקירן אים וועט ער האבן א סעל אן א פילטער, ער גייט לכאורה האבן אויף זיין סעל טע"ג ? ווייל ער קען זיך אליינס אן עצה געבן.

והוא פלאי.

(פון די שאלה האב איך א "שמע מינה")

גארנישט קיין פלא. איר האט נישט פארשטאנען די פוינט.
זיין טענה איז אז די מוסדות זאלן טאקע פאדערן פילטערס כהוראת הרבנים, אבער דאס מיינט נישט אז זיי מוזן אויך אריינקריכן אין די קישקעס און זאגן פונקטליך וועכע סייט זאל זיין געבלאקט - פשוט ווייל אסאך מאל זענען זיי אזוי אומבאהאוונט אין די ביזנעס וועלט וכדו' אז זיי דראפען זיך אויף די גראדע ווענט.


ווען מען זאל אריינלייגן די כוחות אויף מסביר זיין די פראבלעם (אין די גאנג ווי די דרשה פון ר' אפרים וואקסמאן ביי די כינוס) וואלט מען געקענט טראסטן
אבער אויב די גאנצע פראבלעם איז 'די מוסדות', האט מען טאקע א נישט געפילטערטע
חנינא דוד
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 10:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנינא דוד »

בין איך דער איינציגער וואס האט אלץ געהאלטן אז דער עצם רעיון אז א קהלה איז אין טשארזש פון א טעכנעלאגיע קאמפאני און ספעציפיש אזא האקל און קאמפליצירט זאך ווי פילטערס איז א שלעכטן געדאנק מעיקרא? קודם איז עס דאס פאקט אז די קהלה קען זיך נישט צושטעלן צו פילטער סטאנדארטן וואס פעלט אויס אפט צו אנהאלטן דעם שוואכערן סארט ער זאל חאטש האבן א פילטער, די קהלה קען דאס נישט טאן, די שומרים שרייען שוין אזוי אויך אז משומר איז שמד און אלעס איז די אחריות פונעם קהלה/רבי, משא"כ למשל טעג קען יא האבן סטאנדארטן און די קהלה זאגט איך רעד נישט אריין זייי האבן א וועד און דעם סיסטעם. בכלל הער איך כסדר פון מענטשן זיי זענען זייער אומבאקוועם אז די אינגעלייטלעך אינעם בעק רום דארט האבן עקסעס צו מיין גאנצן דאטע און מער.

פארוואס זאלן נישט אלע קהלות אינאיינעם שטיצן אזאנס ווי טעג? עס האט/וועט האבן א וועד רבנים אונטער זיך פארשטייט זיך און אריינצוקומען אין סיי וועלכן מוסד דארפסטו א טעג אפראוועל. עס מוז זיין א סיסטעם ווי מען קען אריין אפן און זאגן איך וויל א פילטער אבער עס זאל זיין לעוועלס.

צו מצליח זיין דארף מען קענען מאכן א מציאות אז עס איז "קיל" אזוי צו זאגן צו האבן א פילטער מען קען עס מאכן מיט די ריכטיגע פראפאגאנדע. עס איז איבעראל אזוי אין חינוך ווען מען פרעשורט א קינד האט עס נישט ליב און וויל אויסשפילן, ווען דו גיבסט אים דעם טראסט און אחריות וויל ער עס אנהאלטן און נישט פארלירן. יעדער איד, אידענע, בחור, מיידל וואס קומט ער זי דארף א פילטער דארף מען אויפנעמען בחפץ לב מיט א שמייכל און מחזק זיין און פרובירן דאס בעסטע לעוול ברצון. (פארשטייט זיך געוויסע קעטעגאריס ודי קען נישט זיין אפילו לעוול 0, ווער עס געדענקט די זשעי נעט לעוולס עס האט בערך אזוי געארבעט)

צו זיין זייער קלאר: די וואס וואס ווילן נישט קיין פילטער וועלן עס נישט האבן נישט קיין נפקא מינא וויאזוי איר וועט עס דרייען, מען דארף ארבעטן אז די מערסטע רוב רובם זאלן האבן חאטש א פילטער און די אנדערע זאלן זיין מיעוט שבמיעוט און זיך אליינס שפירן אויסגעשפילט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”