"ברוקלין של קודש" דאקומענטאציע פון חרדיש'ן לעבנסשטייגער

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

"ברוקלין של קודש" דאקומענטאציע פון חרדיש'ן לעבנסשטייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

די טעלעוויזיע קאמפאני "חדשות 2" גיבט די לעצטע וואך צייט ארויס א סעריע פון ווידעויאס, אין פארעם פון א דאקיומעטעשן איבער דער חרדי'שער לעבנס'שטייגער אין אמעריקע.
זיי האבן שוין געוויזן שטיקלעך און אינטעוויוד מענטשן אין בארא פארק, קרית יואל, וויליאמסבורג, קרוין הייטס, און לעיקוואוד.
אין ק"י האט ער זייער זיסע סחורה, ווייל ער האט געהאט איינעם פון "אינעווייניג" וואס האט אים ארומגעטראגן.

ס'איז גראדע מורא'דיג אינטערסאנט פיל מיט ריכטיגע אינפארמאציע.
נאר דא פאר "אידישע וועלט" איז עס נישט ראוי צו ווערן ארויפגעלייגט, ווייל ס'איז מלא נשים מכל וכל.

איך ווייל אבער הערן דעם דעת הקהל אויף עפעס וואס דריקט מיר אין די גאנצע זאך.

די הויפט זאך וואס ער ברענגט ארויס אין די גאנצע סעריע איז, אז מען קען זיין ערליך און נארמאל, און דאך ארבעטן געהעריג אלע סארט בעסערע ווי שמיציגע ארבעט און מאכן שיין פרנסה. מען הערט דאס פון אים פון אנהייב ביזן סוף.

- ער ברענגט ווידעאוי פון אינגעלייט אין B&H ער פרעגט זיי וויאזוי קען זיין אז דו ארבעטס? און זיי ענטפערן אומפארשטענדליך, וואס הייסט? מען דארף דאך מאכן פרנסה!
- ער זיצט אפאר מינוט ביי ר' יואל ראטה'ס שיעור פאר די בחורים ווי ער זאגט אז מען דארף גיין ארבעטן, און דערנאך פרעגט ער אים איבער דערוועגן.
- ער האט ווידעאוי ווי אינגעלייט דאווענען אויפן מאנרוי באס אויפן וועג קיין מאנהעטן, און נאכדעם ווי מען גייט אראפ אויף די גאסן פון מאנהעטן און מען גייט ארבעטן "צוזאמען מיט די גוים!" א זאך וואס איז אין א"י ממש חזר טריף, און איז איינס פון די זאכן וואס די קנאים פירן א פייערדיגע מערכה אקעגן.
- ער ברענגט פון א משפחה וואס וואוינען אין די פראדזשעקטס טיר ביי טיר מיט נישט-אידן און עס פאסירט גארנישט, מען לעבט פאר זיך און פארטיג

נאך א אינטערסאנטע זאך וואס מען זעט אז עס איז אים א גרויסער חידוש, איז די מענער פרויען טאוולען אויף די גאסן פון ק"י. ער פרעגט מיט וואונדער וויאזוי קען מען דאס לייגן? דאס איז דאך אומלעגאל? ווען ער פרעגט איינעם דערוועגן, זאגט אים יענער איך פארשטיי נישט דו קומסט דאך פון די אידישע מדינה? נו, אין די אידישע מדינה טאר מען נישט מקיים זיין די תורה?

ער ברענגט ארויס אין די ווידעאוי א קלארן מעסעדש פאר די תושבי א"י אז פון דעם אלעס קען מען זען אז אין אמעריקע לעבן הונדערטער טויזנטער אידן א ערליכן לעבן, אבער, - ווי ער ברענגט עס ארויס - זיי לעבן פאר זיך און קוקן נישט פונקטליך וואס יענער טוט יא אדער נישט.
ער זאגט. ווען א פרוי דארף קויפן א קלייד, גייט זי אריין אין א געשעפט אפילו עס שפילט דארט מיאוס'ע מוזיק און עס איז גויאיש. זי קויפט וואס זי דארף און מען גייט צוריק אהיים צו די היימישע גאסן. עס האט מיט איר גארנישט דאס וואס זי האט דארט געזען און געהערט. קיינעם פאלט נישט ביי צוצוגיין צום געשעפט אייגענטימער און בעטן אויבצולעשן די מוזיק.

---

אויבן אויף שטעלט ער אן א פנים ווי איינער וואס איז דא געווען בלויז צו דאקומענטירן דאס אידישע לעבן אין אמעריקע, און האבן א גוטס צו ווייזן פאר זיינע צושויער.
ער האט גראדע אריינגעלייגט גאר אסאך ארבעט אויף דעם פון פריער, אנצוגרייטן אפוינטמענטס, און אויסרעכענען פלעצער ווי צו זיין און זעהן.
איך ווייס אויך פון אנדערע וואס ער האט אויף זיי געארבעט, און זיי האבן אים אפגעזאגט צום סוף. טאקע ווייל זיי האבן אנגעהויבן פילן אז עפעס טויג נישט דא.

---

פון די אלע סטעיטמענטס וואס ער רעדט דארט צוזאם, מאכט עס טראכטן אז דער חברה'מאן איז דא געווען אין אמעריקע אויף א מיסיע.
ווי מיר ווייסן גייט אין די לעצטע צייט אן א שטארקע מערכה וועגן "אקאדעמיע" וואס מנהיגי דורינו פארפירן דערויף אז די ציונים ימ"ש ווילן אריינברענגען מיט אלע כוחות דעם היימישן ציבור צו לערנען און שטודירן. און דערנאך גיין ארבעטן געהעריג. נישט ווי אמאל וואס מען פלעגט בלייבן אין כולל.
די זאך פון גיין ארבעטן איז גאר א קאמפליצירטע נושא. טאקע ווייל דא אין אמעריקע איז די זאך ממש מהיפך להיפך. דאהי ווער עס גייט נישט ארבעטן – און אוודאי אויך אז מען האלט נישט ביים לערנען אין כולל – הייסט מען א פוסטע ליידיגגייער. אין א"י איינער וואס גייט ארבעטן איז אראפגעקוקט.
כאטש איך פארשטיי עס נישט, ווייס איך אז די מנהיגי הדור האלטן אז דאס דארף אזוי בלייבן, זאגנדיג אז דארט אין א"י מישט מען זיך גרינגער אויס מיט די פרייע און עס איז א גרעסערע סכנה.
בכל אופן איז קלאר אז די פרייע גאס זוכט דאס צו טוישן, און דאס איז לכאורה די מיסיע פון דעם יאיר שרקי וואס ער וויל ווייזן פאר די א"י אידן אז מען קען גיין ארבעטן, מען קען זען א גוי פאר די אויגן, מען קען ארבעטן מיט גוים, מען קען זיין א שומרים, פייערלעשער, וכו' און דאך זיין א איד, לערנען דאווענען וכו'.
נאך מער, ער האט אפילו אריינגעווארפן א היבש ביסל אנטי-ציונית אין די סעריע, ער האט אינטערוויוס מיט "נטרונא" אין זייער אפיס, ווי ר' ירמי' קאהן גיט אים א שיינעם שיעור אין שיטת סאטמאר, ער האט שטיקלעך פון דעם מעמד אדיר "עצרת הרבבות" אין בארקלעיס סענטער. ועוד. ווייל כאטש דאס איז נישט לרוחו, שטערט עס דאך אבער נישט זיין אגענדע אז דער היימישער עולם זאל גיין ארבעטן, און אדרבה דאס קען נאך אריינכאפן אז אפילו קנאים זאל שמעקן צו זען די ווידעאויס, האט ער דאס שוין אויך אריינגעווארפן.

עס איז מיר אינטערסאנט צו נאך איינער האט אזוי געטראכט?

----

א זייטיגע זאך. ער האט אינמיטן די ארבעט געהאט א עכטע סורפרייז. וואס מען קען זען אז דאס איז אים באמת א חידוש.
ער האט געהאט אן אפוינטמענט ביי ר' הערשל פריעדמאן פון ק"י. ר' הערשל האט אים שיין אויפגענומען און צום ערשטן געוויזן דעם ויואל משה, דברי יואל, על הגאולה אריינווארפנדיג אפאר ווערטער קעגן ציונית.
דערנאך האט ער אים אריינגערופן צו זיך אין סאלאן ווי עס איז געווען צוגעגרייט א סעודה כיד המלך. ער דרוקט זיך אויס: ממש סעודת שבת ביום חול! העיקר וואס מען הערט פון זיין ערשטוינונג איז דאס אז דער איד האט קודם געהאט אויף די ציונים – "שנאת ישראל" און א מינוט דערויף א פיינע ריזיגע סעודה.
דאס איז דאך מיט וואס "סאטמאר" צייכנט זיך אויס! קנאות ביינעזאם מיט אמת'ע חסד.
ער זאגט דאס פארשטייט זיך נישט, אבער מען הערט פון אים ארויס אז ער האט עס גוט געפילט.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

און חיים שאול קאהן אין מצילי אש איז עפעס אוועקצומאכן? צוקער זיס כנוסחתו, 'האלאו וואס זאל איך אים ווייזן?'...
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

קודם כל, איך האב נישט געזעהן דעם פילם. אבער איך האב שוין געהערט פאר ימים נוראים אז ער קומט, און יא, איך האב געהערט פון אנפאנג אן אז דאס איז זיין ציל, צו ווייזן פאר די ארץ ישראל'דיגע אידן אז דא אין אמעריקא ארבעט מען, און מ'קען זיין ערליכע אידן. הגם אין הנידון דומה דא צו דארט, אבער אכהמ"ל.
א עסקן האט מיך דעמאלטס אנגערופן זעהן צו מ'קען עפעס טוען, ווייל למעשה קען ארויסקומען א שטיקל חילול השם, אבער קוקט אויס אז די אלע אידן וואס האבן אים געגעבן אינפארמאציע האבן נישט יורד געווען לעומקו וואס זיין ציל איז באמת. והוא רחום יכפר.
לעצט פארראכטן דורך פריילעך אידל אום דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

איך פארשטיי נישט פארוואס דאס זאל העלפן די פרייע מאוומענט צו אקעדעמעזירן די חרידים? די אלע וואס זענען אינטערוויו'ד זענען דאך נישט געגאנגען אין קאלעדזש, נאר ארבעטן געהעריג צו ברענגן פרנסה!

איך ווייס נישט וואס זיינע מאטיוון זענען (איך שטעל מיר פאר), אבער די אימעדזש וואס די אמעריקאנע אינגעלייט שטעלן אוועק אויף דעם פראגראם איז מער אויסגעהאלטן ווי דאס וואס גייט פאר אין א"י, און איז אין איינקלאנג וויאזוי אידן האבן געלעבט אין אלע דורות.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

פריילעך אידל האט געשריבן:איך האב שוין געהערט פאר ימים נוראים אז ער קומט, און יא, איך האב געהערט פון אנפאנג אן אז דאס איז זיין ציל, צו ווייזן פאר די ארץ ישראל'דיגע אידן אז דא אין אמעריקא ארבעט מען, און מ'קען זיין ערליכע אידן. הגם אין הנידון דומה דא צו דארט, אבער אכהמ"ל.
א עסקן האט מיך דעמאלטס אנגערופן זעהן צו מ'קען עפעס טוען, וויל למעשה קען ארויסקומען א שטיקל חילול השם, אבער קוקט אויס אז די אלע אידן וואס האבן אים געגעבן אינפארמאציע האבן נישט יורד געווען לעומקו וואס זיין ציל איז באמת. והוא רחום יכפר.

דער חורבן איז זייערע געשליפענע צינגלעך וואס רעדן איין פיתום ורעמסס כבוד פאר די אינפארמאציע געבער און זייערע געמיינדעס. הוילע בלאף. זייער ציל איז גאר אנדערש וואס זיי זאגן.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מיר קוקט נישט אויס אז זיין ציל איז שטודירן. קוק ווי ער לייגט דארט ארויף ווי דער עלעקטרישאן זאגט אים דארט, אז ער האט זיך אליין צוגעלערנט און גארנישט מיט שטודירן אין אקאדעמיע. אין B&H זאגט מען אים אז מען ברויך סתם קענען די ליין, און נאך. א צווייטער אינגערמאן זאגט אים אז ער לערנט פונקט אזויפיל וויפיל א כולל אינגערמאן אין ארץ ישראל, ווייל ער לערנט אפאר שטונדען פארטאגס און אויך ביינאכט.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

צו געזונט האט געשריבן:מיר קוקט נישט אויס אז זיין ציל איז שטודירן. קוק ווי ער לייגט דארט ארויף ווי דער עלעקטרישאן זאגט אים דארט, אז ער האט זיך אליין צוגעלערנט און גארנישט מיט שטודירן אין אקאדעמיע. אין B&H זאגט מען אים אז מען ברויך סתם קענען די ליין, און נאך. א צווייטער אינגערמאן זאגט אים אז ער לערנט פונקט אזויפיל וויפיל א כולל אינגערמאן אין ארץ ישראל, ווייל ער לערנט אפאר שטונדען פארטאגס און אויך ביינאכט.

אמת, אז אין די ערשטע צוויי, און אויך די דריטע אינאנהייב רעדט ער דוקא נישט פון שטודירן.
אבער סוף פון די דריטע האט ער א גאנצע אפהאנדלונג פון די "מאדערן ארטהאדאקס" וואס לערנען און שטודירן צוזאמען.

בכל אופן, איז זיין ציל אז חרדים זאלן נישט אזויפיל איבערדרייען א שטאט ווען עפעס איז נישט אזוי ווי זיי ווילן.
כאטש ס'איז נישט קיין פארגלייך ווייל ביי אונז זענען זיי דאך נישט קיין אידן, נו, "דעי דאוינט העוו א טוירע...." אבער די א"י'דיגע זענען דאך יא ליידער אידן.

הא לן והא להו
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

איך ווייס נישט ווער סהאט דא געהאט א אינטערעס און וואס איז געוועהען זיין מטרה, קען זיין אז סאיז צו אפיר האלטען די ארץ ישראלדיגע יודען, און זיי אריינמישען מיט די פרייע, איי דאנט נוא, אבער פאר אינז אמעריקאנער יודען איז עס זייער פאזיטיוו, בפרט אז ער ברענגט דעם "טאלי מאסטער" אין פראנט פון בעלזער חדר און 'טאלי' רעדט זיך אפ אז ער קען זיך נישט לערנען סייקאלעזשי ווייל ספעלט עם געוויסע עדשוקעישין..... (נישט לאכען) און ער ווייזט און ברענגט ווי מענטשען ווערען לעקטערישענס, פלומערס, וכו, און מלערנט זיך אויף די זשאב , דאס מיינט אז זיין טענה איז נישט גערעכט, און אינז זענען ציוועליזירטע מענטשען.
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

דער בדחן האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער סהאט דא געהאט א אינטערעס און וואס איז געוועהען זיין מטרה, קען זיין אז סאיז צו אפיר האלטען די ארץ ישראלדיגע יודען, און זיי אריינמישען מיט די פרייע, איי דאנט נוא, אבער פאר אינז אמעריקאנער יודען איז עס זייער פאזיטיוו, בפרט אז ער ברענגט דעם "טאלי מאסטער" אין פראנט פון בעלזער חדר און 'טאלי' רעדט זיך אפ אז ער קען זיך נישט לערנען סייקאלעזשי ווייל ספעלט עם געוויסע עדשוקעישין..... (נישט לאכען) און ער ווייזט און ברענגט ווי מענטשען ווערען לעקטערישענס, פלומערס, וכו, און מלערנט זיך אויף די זשאב , דאס מיינט אז זיין טענה איז נישט גערעכט, און אינז זענען ציוועליזירטע מענטשען.

ס'איז מיר טאקע געווען א חידוש וויאזוי דער האט אים נישט גלייך צוריקגעשאסן אין פנים אריין. וואס דרייסטו א קאפ מיט מיט עדיוקעישן? איך האב גערעדט מיט צענדליגער חברה, און אלע ארבעטן און מאכן געלט אן די אלע זאכן
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

בענאק האט געשריבן:
דער בדחן האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער סהאט דא געהאט א אינטערעס און וואס איז געוועהען זיין מטרה, קען זיין אז סאיז צו אפיר האלטען די ארץ ישראלדיגע יודען, און זיי אריינמישען מיט די פרייע, איי דאנט נוא, אבער פאר אינז אמעריקאנער יודען איז עס זייער פאזיטיוו, בפרט אז ער ברענגט דעם "טאלי מאסטער" אין פראנט פון בעלזער חדר און 'טאלי' רעדט זיך אפ אז ער קען זיך נישט לערנען סייקאלעזשי ווייל ספעלט עם געוויסע עדשוקעישין..... (נישט לאכען) און ער ווייזט און ברענגט ווי מענטשען ווערען לעקטערישענס, פלומערס, וכו, און מלערנט זיך אויף די זשאב , דאס מיינט אז זיין טענה איז נישט גערעכט, און אינז זענען ציוועליזירטע מענטשען.

ס'איז מיר טאקע געווען א חידוש וויאזוי דער האט אים נישט גלייך צוריקגעשאסן אין פנים אריין. וואס דרייסטו א קאפ מיט מיט עדיוקעישן? איך האב גערעדט מיט צענדליגער חברה, און אלע ארבעטן און מאכן געלט אן די אלע זאכן

ער פארענטפערט אז מנעמט וואס סאיז דא אפילו אהן גרויסע עדזשוקעישען
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

אז מען רעדט שוין עס האט מיר אביסל געבאדערט ווי די חסידישע עלעקטערישאן מאכט אביסל אוועק די לומדי כולל כאילו ער לערנט פונקט ווי זיי, איך פארשטיי ער האט געמיינט די וואס שטופען די טאג מיט דעם איז ער 100% גערעכט און ער איז אסאך חשובער ווי דיר כולל יונגערמאן, פארט קומט ארויס פון עם אזא ביטול צו די לומדי תורה
א'מונה ב'טחון ג'עלט
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

Amazing האט געשריבן:אז מען רעדט שוין עס האט מיר אביסל געבאדערט ווי די חסידישע עלעקטערישאן מאכט אביסל אוועק די לומדי כולל כאילו ער לערנט פונקט ווי זיי, איך פארשטיי ער האט געמיינט די וואס שטופען די טאג מיט דעם איז ער 100% גערעכט און ער איז אסאך חשובער ווי דיר כולל יונגערמאן, פארט קומט ארויס פון עם אזא ביטול צו די לומדי תורה

דו ווייסט דאך נישט וויפיל שעה ער לערנט?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די לייגסט אראפ א הנחה אז גדולי ישראל האלטן אז אין א"י זאל מען נישט גיין ארבעטן. איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט עס און פון וועלכע גדולי ישראל די רעדסט אבער איך האב אסאך משפחה אין א"י ערליכע חסידישע יןנגעלייט און רוב פון זיי ארבעטן.
סאטמאר רב ז"ל האט דען געהייסן יעדעם בלייבן אין כולל? תולדות אהרן רבי ז"ל ווייס איך האט געהייסן אסאך יונגעלייט גיין ארבעטן. אפשר מיינסטי די ליטווישע רבנים, וואס ביי זיי איז אן ארבעטס יונגערמאן אראפגעקוקט.
ס'איז קלאר אז די סיבה פארוואס אזוי סאך ארץ ישראלדיגע ארבעטן נישט איז וועגן זיי ווילן זיין פטור פון מיליטער אלץ בן ישיבה און ביי די דרייסיג איז שווער צו אנפאנגן ארבעטן. איך זעה גארנישט ראונג מיט די ווידעא וואס אינקארעזשט מענטשן צו גיין ארבעטן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

ר' דריידל איר זענט מעגליך גערעכט אז 'בעצם' איז גארנישט שלעכט מיט גיין ארבעטן אפי' אין א''י, אבער אין די יעצטיגע תקופה איז עס טייל פון די מדינה'ס אגענדע 'לחלן את הציבור החרדי', דעריבער איז בכלל נישט אזוי פשוט דער נושא.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

צי וואס זאל די מדינה נישט עפעס טוהן ? יעדע לאנד וויל אויפארבעטן זייער ארבעט פארס , זיי האבן דען געלט אויסצוהאלטן יעדעם? דער וואס קענען ארבעטן זאלן גיין
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

משהזוךמיר האט געשריבן:ר' דריידל איר זענט מעגליך גערעכט אז 'בעצם' איז גארנישט שלעכט מיט גיין ארבעטן אפי' אין א''י, אבער אין די יעצטיגע תקופה איז עס טייל פון די מדינה'ס אגענדע 'לחלן את הציבור החרדי', דעריבער איז בכלל נישט אזוי פשוט דער נושא.


גערעכט...
און נאכמער א אמעריקאנער איד כאפט נישט וואס עס מיינט א חילוני..
די וואנט צווישן דער איד און גוי איז אזוי דיק, אז אפילו מען לעבט נעקסט דאר און מען טוט ביזנעס צוזאמען, קען מען זיך האלטן.
משא״כ דארטן איז די מיינדסעט אסאך נענטער און ווי אויך גייט אן א כסדר׳דיגע וויכוח צווישן די צוויי זייטן...
נישט אזוי וואו דא וואס דער גוי קוקט נישט אויף אונזער זייט... רוב חילונים גייען ארום מלא טענות אויף חרדים... און זוכן צו איבערצייגן.
הכל לטובה!
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

ומענין לענין שלא באותו ענין, מיין איך, אז דער פאקט אז דער המון עם אין אר׳י רעדט עברית אין שטוב, איז אז דער קליינער חדר אינגל פארשטייט פונקטליך וואס עס שטייט אויפן פראנט פעידש פונם עכט גוי׳שן צייטונג. די גאנצע חומה צווישן דעם איד און דעם פרייער איז זייער דין ווען מרעדט דעם זעלבן שפראך.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

תן חיוך האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:ר' דריידל איר זענט מעגליך גערעכט אז 'בעצם' איז גארנישט שלעכט מיט גיין ארבעטן אפי' אין א''י, אבער אין די יעצטיגע תקופה איז עס טייל פון די מדינה'ס אגענדע 'לחלן את הציבור החרדי', דעריבער איז בכלל נישט אזוי פשוט דער נושא.


גערעכט...
און נאכמער א אמעריקאנער איד כאפט נישט וואס עס מיינט א חילוני..
די וואנט צווישן דער איד און גוי איז אזוי דיק, אז אפילו מען לעבט נעקסט דאר און מען טוט ביזנעס צוזאמען, קען מען זיך האלטן.
משא״כ דארטן איז די מיינדסעט אסאך נענטער און ווי אויך גייט אן א כסדר׳דיגע וויכוח צווישן די צוויי זייטן...
נישט אזוי וואו דא וואס דער גוי קוקט נישט אויף אונזער זייט... רוב חילונים גייען ארום מלא טענות אויף חרדים... און זוכן צו איבערצייגן.

1) לויט ווי איך פארשטיי זאגסטו אז ארבעטן און ברענגן פרנסה בכלל אין א"י איז א רוחניותדיגע אישו.
סארי, זייער א שוואכע תירוץ, אויב מ'טאר נישט זיין קיין נהנה מיגיע כפו אין ארץ ישראל, זיי מוחל ציה דיך אריבער קיין האנאלולו
2) דאס אז די חילונים זענען ביכולת צו באשולדיגן די אידן אז זיי האלטן נישט ביים ארבעטן, און דערפאר "טאר" מען זיי יעצט נישט נאכגעבן אז זיי זענען גערעכט איז סירקוילער לאגיק.
ארבעט יא, און זיי האבן נישט קיין וואפן.

די עכטע אמת איז אז ארבעטן אין א"י איז אביסל אראפגעקוקט (ווענד זיך וועלכע סארט ארבעט, אבער די ליסטע איז גאנץ גרויס) און מ'זוכט א רוחניותדיגע תירוץ פארוואס עס צו בארעכטיגן
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

קיינער זאגט נישט אז מען טאר נישט ארבייטן...
קענסט זיין א לאקסמיט , טעקסי , אדער אפי׳ א טרעוועל אגענט, אבער ארבייטן ביי די גרויסע פלעצער און זיצן מיט די פרייע, איז א סכנה.

אראפגעקוקט איז שוין ארבייטן בכלל נישט, גיי אריין אין תולדות אהרן העסטו זעהן וויפיל יונגעלייט ארבייטן...
הכל לטובה!
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

shimon7323 האט געשריבן:צי וואס זאל די מדינה נישט עפעס טוהן ? יעדע לאנד וויל אויפארבעטן זייער ארבעט פארס , זיי האבן דען געלט אויסצוהאלטן יעדעם? דער וואס קענען ארבעטן זאלן גיין

זייער ציל איז 'נישט' מעל זאל גיין ארבעטן. עס איז א מיטל צוצוקומען צום ציל פון פריי מאכן דעם חרדי'שן ציבור, לויט זייערע אייגענע ווערטער.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

אפשר קען מען דאס אהער פאוסטן דורך ק"פ?
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

El Rushbo האט געשריבן:2) דאס אז די חילונים זענען ביכולת צו באשולדיגן די אידן אז זיי האלטן נישט ביים ארבעטן, און דערפאר "טאר" מען זיי יעצט נישט נאכגעבן אז זיי זענען גערעכט איז סירקוילער לאגיק.
ארבעט יא, און זיי האבן נישט קיין וואפן.

ןןי שוין געשריבן, די פוינט איז נישט אז זיי האבן טענות ווייל דאס גייט אונז נישט אן קיין כהוא זה. די נקודה איז אז זיי האבן יעצט א מיסיע פריי צו מאכן דעם היימישן ציבור (עס איז נישט קיין סוד. זיי זאגן עס אפן), און אלס טייל פון דעם פלאן איז שיקן דעם עולם ארבעטן צווישן די פרייע און אזוי צורוקן די חומה המבדלת. דאס איז שוין יא א פראבלעם.

בנוגע די עצם ארבעטן, האדמו''ר מתולדות אהרן שליטא האט פערזענליך געהייסן צענדליגער יונגעלייט פארלאזן כולל און גיין ארבעטן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

@משהזוךמיר

ממה נפשך, אויב ארבעטן צווישן דעם פרייען עולם (כדוגמא דא אין אמעריקע צווישן די גוים) מאכט פריי דעם ציבור, איז א פראבלעם דאס עצם וואוינען דארט.
און אויב איז דאס נישט קיין רוחניותדיגע פראבלעם, דעמאלטס פארוואס טאקע נישט ארבעטן?
איך פארשטיי נישט פארוואס דאס 'ארבעטן' דארף זיין א חלק פון דעם וויכוח צווישן פרומע און פרייע?
איך האב שוין לאנג געהערט פון דעם תולדות אהרן רבי'ס שיטה און ס'איז באגריסענסווערד, און לויט ווי איך הער האט ער געהאט אסאך היץ פון דעם.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

איך בין נישט אזוי באקאנט
אבער ווי איך פארשטיי
מיז מען גיין קודם אין מיליטער אז מען זאל קענען געהעריג ארבייטן?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

מן הסתם פונק ווי און אמעריקא ווי רוב גרויסע נישט היימישע פלעצער מיזטו האבן א דיפלאמע צי ווערן אנגענומען. מיינט נישט אז די היימישע קענען נישט עפענען ביזנעסער וואס פארלאנגט דאס נישט.

קאררעקט מי איף איי אעם ראנג..
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”