איינס האט געשריבן:יא אויב רוקט מען אין זייט די הנחה אז לייט ווערט נישט נשפע פון די פלאץ איז לייט פונקט ווי יעדע אנדער חומר.
ווען איך האב די ערשטע מאל דורך געטון די טעאריע, האב איך אויך געטראכט פון די מהלך. איך געדענק שוין נישט וויאזוי איך האב עס דעמאלטס פארענטפערט (קען זיין איך האב פשוט פארגעסן פון די קשיא). למעשה האסטו מיר יעצט געמאכט אריינקוקן נאכאמאל אין די קשיא, האב איך געטראפן אסאך אין די נושא וואס איך האב נישט געוואוסט.
איינשטיין אליין האט פראבירט צו נוצן די מהלך, עס ווערט גערופן עמישאן טעאריע (emission theory), ד"מ א טעאריע אז שטראלן ווערט נשפע פון דאס וואס שיקט ארויס די שטראלן. אויב וועט א פלעשלייט גיין אויף 100 מייל א שעה, וועט די שטראל גיין c רעלאטיוו צום פלעשלייט, און שטייטער רעלאטיוו צו דער מענטש וואס איז געבליבן שטיין אויף די פלאץ פון וואו די פלעשלייט איז ארויסגעפארן.
למעשה האט איינשטיין געהאלטן אז עס קען נישט זיין מכמה סיבות, עס זענען אבער געווען אנדערע פיזיקער וואס האבן געהאלטן עס איז יא א גוטע מהלך. א שווייצער פיזיקער וואלטער ריץ האט ארויסגעגעבן א טעאריע וואס איז געווען באזירט אויף עמישאן טעאריע, עטליכע יאר נאך איינשטיין איז ארויסגעקומען מיט ספעשיל רעלאטיוויטי. און יענע צייט איז עס געווען א גוטע קאנקערענט צו ספעשיל רעלאטיוויטי, אבער מיט די יארן האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט אז עמישאן טעאריע איז נישט ריכטיג.
די פשוט'סטע וועג וואס מען קען זען אז עס איז נישט ריכטיג, איז פון די שטערן. וויל געוויסע שטערנ'ס דרייען זיך ארום גאר שנעל, און אויב וואלט די שטראלן געגאנגען שנעלער רעלאטיוו צו אונז ווען די שטערן קומט נענטער, און שטייטער ווען די שטערן גייט ווייטער, וואלט די שטראלן נישט אנגעקומען צו אונז על הסדר, און וואלט געשאפן גאר אינטערסאנטע אפטיקל אילוזיעס אין געוויסע פעלער.
גענומען פון וויקימידיע