שעמט'ס ענק רשעים! קאלטבלוטיגע רוצחים!!! יעצט באווייזן ענק זיך???!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מחשב האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איך האף מען גייט מיר נישט פארשטיינערן, אבער איך קלער טייל מאל אויב למשל עס וואלט ווען ארויסגעקומען א גזירה אנטקעגן למשל שווארצע אדער אומלעגאלע אימיגראנטן, וועמען מען טרעפט שיסט מען אין גאס אדער דארף גיין אין א לאגער, וואלט איינער פון אונז זיך ווען איינגעשטעלט זיי צו העלפן? קען מען פארשטייען ווי שווער עס איז געווען פאר א גוי צו העלפן אידן אדער בכלל צו שטארק אנגיין פון אידישע צרות.

א טיפע נקודה, שוין געטראכט עטליכע מאל דערוועגן, כאטש אפשר נישט סענסיטיוו צו ארומרעדן צווישן דור שלשים ורבעים פונעם חורבן. ס'זענען שוין פאקטיש פארגעקומען גרויסע הריגות אויף דער וועלט (אין אפריקע) זינט דער צווייטער וועלט מלחמה. ווי ס'קוקט אויס וועלן זיך די וועלט פירער בקרוב צאמנעמען דארט...

כ'האב שוין גראדע אויך אסאך געטראכט דערוועגן. אבער כאמור, דארט זענען זיי סיי ווי געווען אין די געגנט, זיי זענען סיי ווי געווען אין קריג. ס'איז אינגאנצן אנדערש ווי זיך אריינמישן אין א ווילד פרעמדע קאנפליקט.

ריכטיג. ס'זענען אויך דא נאך חילוקים.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

זייער שיין און גוט ארויס געברענגט די רשעות פון די בני עשו וואס עברתם שמורה נצח, ימ''שו''ז.

אבער וואס איז נישט אזוי גוט איז דאס ארויסלאזן די שוידערליכע רשעות פון די רשעי הערב רב די ציוניסטישע עמלקים, וואס מיט זייער שטערן בפועל ממש אלע אופני ודרכי הצלה - ווען אפילו די רשעי האומות אריינגערעכענט די נאצים ימ''ש האבן שוין מסכים געווען - שטייגן זיי פילפאכיג איבער מיט רשעות ואכזריות פון סיי וועמען נאר

די צוויי ראשי הממשלה בן גריון און משה שרת ימ''ש, זענען פערזענדליך אנוועזנד געווען ביי די אלע מיטינגען פון די אנשי הסוכנות, ווי דער ארכי שונא ישראל יצחק גרינבוים ימח שמו וזכרו, האט געשריגן איינמאל און נאכאמאל אז בשום אופן שבעולם וועט מען נישט שיקן כספי קרן היסוד צו ראטעווען די 'גלות אידן' כלשונו הטמא עפ''ל. וואס אגב דער גרינבוים איז געווען איינער פון די חותמים אויפן מגלת העצמאות, און זיין זוהן אליעזר איז געווען אין לאגער א קאפוי א שרעקליכער רשע עריץ, און אידן פליטים האבן נאכן קריג זיך געוואלט מיט איהם אפרעכענען אין א משפט אין פאריז, נאר מיט הילף פון טאטן האט ער זיך ארויסגעדרייט.
דער נשיא המדינה חיים ווייצמאן ימ''ש איז פערזענדליך אינוואלווד געווען אין שטערן און אפהאלטן יואל בראנד פון צו קענען ראטעווען.

און מ'דארף צו וויסן, אז דאס גאנצע וואס ר' מיכאל בער האט פארלאנגט פון זיי, איז געווען צוויי מיליאן דאללער, וואס פון דעם סכום פעוט איז באשטאנען דער גאנצער 'אייראפע פלאן' וואס מ'וואלט ווען מיט דעם געקענט ראטעווען גאנץ יהדות אייראפע, און דער ציוניסטישער זשוינט מיטן סוכנות זענען דעמאלטס געזיצן אויף שווערע צענדליגער מיליאנען, און ניטאמאל דאס האבן זיי געוואלט שיקן.

די שווייצער רעגינונג האט שוין מסכים געווען ארויס צו לאזן געלט פאר די דייטשען, ווער האט זיך קעגנגעשטעלט בכל התוקף? דער ציוניסטישער סאלי מאיער ימ''ש.

ווער האט געשטערט מיט אלע כוחות אז ראזעוועלט זאל זיך נישט טרעפן מיט די אמעריקאנער רבנים וואס וואלט געקענט פיל ראטעווען, ווי אויך געמאכט פראפעגאנדע אז מזאל בשום אופן נישט שיקן געלד פארן וועד הרבנים ווייל סאיז קעגן געזעץ? דער ציוניסטישער רעפארם ראביי סטיוון ווייז ימ''ש, ואחוזת מרעיו די ראשי ההסתדרות הציונות באמעריקא.

ועוד ועוד כמבואר באריכות בספרים 'מן המצר' 'פשעי הציונות בהשמדת הגולה' 'שרופי הכבשנים מאשימים' ועוד.

מ'טאר בשום אופן נישט מעביר זיין און משתיק זיין אויף די פשעים הנוראים פון די ציונים אקעגן יהדות אייראפע בשעתן קריג, בשעת ווען דער פסוק זאגט ''זכור את אשר עשה לך עמלק'' ''לא תשכח''
נשבע הקב''ה שאין שמו וכסאו שלם עד שימחה זרעו של עמלק בביטול מדינת הציונות בב''א.
לעצט פארראכטן דורך קושטא אום מאנטאג יאנואר 27, 2020 3:10 am, פארראכטן געווארן 6 מאל.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מחשב האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איך האף מען גייט מיר נישט פארשטיינערן, אבער איך קלער טייל מאל אויב למשל עס וואלט ווען ארויסגעקומען א גזירה אנטקעגן למשל שווארצע אדער אומלעגאלע אימיגראנטן, וועמען מען טרעפט שיסט מען אין גאס אדער דארף גיין אין א לאגער, וואלט איינער פון אונז זיך ווען איינגעשטעלט זיי צו העלפן? קען מען פארשטייען ווי שווער עס איז געווען פאר א גוי צו העלפן אידן אדער בכלל צו שטארק אנגיין פון אידישע צרות.

א טיפע נקודה, שוין געטראכט עטליכע מאל דערוועגן, כאטש אפשר נישט סענסיטיוו צו ארומרעדן צווישן דור שלשים ורבעים פונעם חורבן. ס'זענען שוין פאקטיש פארגעקומען גרויסע הריגות אויף דער וועלט (אין אפריקע) זינט דער צווייטער וועלט מלחמה. ווי ס'קוקט אויס וועלן זיך די וועלט פירער בקרוב צאמנעמען דארט...

כ'האב שוין גראדע אויך אסאך געטראכט דערוועגן. אבער כאמור, דארט זענען זיי סיי ווי געווען אין די געגנט, זיי זענען סיי ווי געווען אין קריג. ס'איז אינגאנצן אנדערש ווי זיך אריינמישן אין א ווילד פרעמדע קאנפליקט.

די פוינט איז אמת. איך האב גערעדט פון בכלל די מענטשן פערזענליך. עכט נישט אריינגעקומען דא טאקע.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

Goodmorning האט געשריבן:איך האף מען גייט מיר נישט פארשטיינערן, אבער איך קלער טייל מאל אויב למשל עס וואלט ווען ארויסגעקומען א גזירה אנטקעגן למשל שווארצע אדער אומלעגאלע אימיגראנטן, וועמען מען טרעפט שיסט מען אין גאס אדער דארף גיין אין א לאגער, וואלט איינער פון אונז זיך ווען איינגעשטעלט זיי צו העלפן? קען מען פארשטייען ווי שווער עס איז געווען פאר א גוי צו העלפן אידן אדער בכלל צו שטארק אנגיין פון אידישע צרות.

איך ווייס נישט אויב גאנץ כלל ישראל גייט זיך ארויס לאזן אין א מיסיע ארויס צו העלפן די אינטערדריקטע (לכאורה נישט...) אבער איך בין זיכער אז עס וועט זיך מאכן אידן וואס וועלן ארויס העלפן, פארגעס נישט רוב עולם האט אונז געפייניגט אדער הנאה געהאט דערפון, א קליינער עולם האט עס געבאדערט און נאך א קלענערע עולם האט עפעס געטוען דערצו לעומת זה וועט אויך זיין אידן וואס וועלן העלפן קעגן דעם אומרעכט וואס ווערט געטון פארשטייט זיך אויב די אומשטענדן וועלן זיין ארויס געשטעלט דערצו.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

האמיר נאכנישט געהעריג געליינט אבער ס'סאונד פון דורכבלעטערן זייער שטארק און אקוראט. א דאנק פאר דיין ארבעט.

קושטא האט געשריבן:זייער שיין און גוט ארויס געברענגט די רשעות פון די בני עשו וואס עברתם שמורה נצח, ימ''שו''ז.

אבער זייער נישט שיין איז דאס ארויסלאזן די שוידערליכע רשעות פון די רשעי הערב רב די ציוניסטישע עמלקים, וואס מיט זייער שטערן בפועל ממש אלע אופני ודרכי הצלה - ווען אפילו די רשעי האומות אריינגערעכענט די נאצים ימ''ש האבן שוין מסכים געווען - שטייגן זיי פילפאכיג איבער מיט רשעות ואכזריות פון סיי וועמען נאר

די צוויי ראשי הממשלה בן גריון און משה שרת ימ''ש, זענען פערזענדליך אנוועזנד געווען ביי די אלע מיטינגען פון די אנשי הסוכנות ווי דער ארכי רוצח יצחק גרינבוים ימח שמו וזכרו האט געשריגן איינמאל און נאכאמאל אז בשום אופן שבעולם וועט מען נישט שיקן כספי קרן היסוד צו ראטעווען די 'גלות אידן' כלשונו הטמא עפ''ל. דער נשיא המדינה חיים ווייצמאן ימ''ש איז פערזענדליך אינוואלווד געווען אין שטערן און אפהאלטן יואל בראנד פון צו קענען ראטעווען.

די שווייצער רעגינונג האט שוין מסכים געווען ארויס צו לאזן געלט פאר די דייטשען, ווער האט זיך קעגנגעשטעלט בכל התוקף? דער ציוניסטישער סאלי מאיער ימ''ש.

ווער האט געשטערט מיט אלע כוחות אז ראזעוועלט זאל זיך נישט טרעפן מיט די אמעריקאנער רבנים וואס וואלט געקענט פיל ראטעווען, ווי אויך געמאכט פראפעגאנדע אז מזאל בשום אופן נישט שיקן געלד פארן וועד הרבנים ווייל סאיז קעגן געזעץ? דער ציוניסטישער רעפארם ראביי סטיוון ווייז ימ''ש, ואחוזת מרעיו די ראשי ההסתדרות הציונות באמעריקא.

ועוד ועוד כמבואר באריכות בספרים 'מן המצר' 'פשעי הציונות בהשמדת הגולה' 'שרופי הכבשנים מאשימים' ועוד.

מ'טאר בשום אופן נישט מעביר זיין און משתיק זיין אויף די פשעים הנוראים פון די ציונים בשעתן קריג, בשעת ווען דער פסוק זאגט ''זכור את אשר עשה לך עמלק'' ''לא תשכח''
נשבע הקב''ה שאין שמו וכסאו שלם עד שימחה זרעו של עמלק בביטול מדינת הציונות בב''א.

צום פינטעל.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

גרשון האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איך האף מען גייט מיר נישט פארשטיינערן, אבער איך קלער טייל מאל אויב למשל עס וואלט ווען ארויסגעקומען א גזירה אנטקעגן למשל שווארצע אדער אומלעגאלע אימיגראנטן, וועמען מען טרעפט שיסט מען אין גאס אדער דארף גיין אין א לאגער, וואלט איינער פון אונז זיך ווען איינגעשטעלט זיי צו העלפן? קען מען פארשטייען ווי שווער עס איז געווען פאר א גוי צו העלפן אידן אדער בכלל צו שטארק אנגיין פון אידישע צרות.

א טיפע נקודה, שוין געטראכט עטליכע מאל דערוועגן, כאטש אפשר נישט סענסיטיוו צו ארומרעדן צווישן דור שלשים ורבעים פונעם חורבן. ס'זענען שוין פאקטיש פארגעקומען גרויסע הריגות אויף דער וועלט (אין אפריקע) זינט דער צווייטער וועלט מלחמה. ווי ס'קוקט אויס וועלן זיך די וועלט פירער בקרוב צאמנעמען דארט...

כ'האב שוין גראדע אויך אסאך געטראכט דערוועגן. אבער כאמור, דארט זענען זיי סיי ווי געווען אין די געגנט, זיי זענען סיי ווי געווען אין קריג. ס'איז אינגאנצן אנדערש ווי זיך אריינמישן אין א ווילד פרעמדע קאנפליקט.

ריכטיג. ס'זענען אויך דא נאך חילוקים.

יאפ, עס איז אינגאנצען אנדערש, נישט קיין פארגלייך, זיי האבען געהאלטן און איין באמבעדירן דארט אין די געגענט. ביי א געוויסע פונקט האבן די אלעאירטע באמבעדירט בלויז 5 מייל אוועק פון אוישוויץ!
איינע פון די תירצים וואס מען פראבירט צו געבן פארן נישט באמבעדירן אוישוויץ איז ווייל מען האט מורא געהאט אז מען וועט נישט קענען צילן אקוראט אין עס וועט אנטרעפן באראקן פון ארעסטאנטן, אבער דאס איז לכאורה הבלים, ווייל אין בוכענוואלד האט מען יא באמבעדירט ווען זיי האבען געצילט עס עס באראקן, אין 315 ארעסטאנטען זענען געהארגעט געווארן, אין איבער 500 זענען פארוואנדעט געווארן, אבער זיי זענען נישט געשעדיגט געווארן פון באמבעס וואס האבען נישט געטראפן אין ציל, נאר פונקט פארקערט, די באמבעס זענען געווען גאר אקוראט, נאר עס זענען געווען אסאך אידן וואס האבען געארבעט דארט, אין די דייטשע רשעים האבען זיי נישט געלאזט אנטלויפן צו די שעלטערס! איז די טענה פון שעדיגן ארעסטאנטן דורך אמופינקטלעכקייט פון די באמבעס, איז א באבע תירץ, ווען עס רעדט זיך פון אפשר בטעות הארגענן אפאר הונדערט ארעסטאנטן און ווען פןן די אנדערע זייט האסטו גאז קאמערן וואס הרגעט 12,000 מענטשן א טאג!
אבער לו יצייר אז מען האט יא מורא געהאט מען וועט שעדיגן ארעסטאנטן האט מען דאך זיך געבעטן זיי זאלן באמבעדירן בריקן וואס די שינעס צו אוישוויץ לויפן דערויף דורך, וואס אנדערש ווי פשוט באמבעדירן די געווענדליכע שינעס וואלט עס גענומען לאנג צוריק צו בויען, אין עס וואלט געקענט ראטעווען טויזענטער אין אפשר מיליאנען אידען, אין אהן קיין שום נארמאלע סיבה האבען זיי איגנארירט אלע געבעטן.

איז אויף דעם שרייט זיך: שעמט'ס ענק רשעים! קאלטבלוטיגע רוצחים!!! יעצט באווייזן ענק זיך???!!!
צעקה בקול דממה דקה
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

שרייזשע האט געשריבן:

גערעכט. כ'האב סתם דערמאנט א פוינט וואס איך האב אפאר מאל געטראכט דערפון. קומט נישט עכט אריין צו די אויסערגעווענליכע ארטיקל.

גראדע קלער איך יעצט, האט נישט אמעריקע גענוג אקטיוועטן אנטקעגן אייסיס אין געגנט און נאך אלץ געלאזט אסאד בוטשערן מענטשן. ס'איז נישט ממש די זעלבע, אבער למעשה גייט די וועלט נאך אלץ נישט צו שטארק אן ווילאנג עס רירט נישט זיי אן. איינעם דא שטערט אז די אוגאורן ווערן געהאלטן אין ארבעטן לאגערן דורך כינע, גענוג אז מען זאל פארפירן אויף דעם ווען מען מאכט א טרעיד דיעל? די מענטשליכע נאטור איז נישט צו מישן זיך ווילאנג עס האקט נישט אין פנים די אומרעכטן. אודאי איז ביי אידן געווען אזויפיל ערגער די עשו שונא ליעקב איז זיכער געווען א פאקטאר, און זיי האבן סיי ווי מלחמה געהאלטן עס איז נישט ווי אנהייבן א נייע קאנפליקט, אבער די קאנצעפט איז אביסל אמת אז די וועלט קעירט נאך אלס נישט עכט אויף אן אנדערען'ס ליידן.
שויתי ה' לנגדי תמיד
פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערקרעקערס »

אויב איך מעג פרעגן, וואס איז דאס באשילדיגן פירער פון לענדער וואס קומען ארויסווייזן סימפאטיע אויף אידישע מיטמאכענישן מיט פארברעכן וואס זייערע פארגייער זענען באגאנגען זיבעציג יאר צוריק?
מילא דו ווייזט מיר אויף אז די פירער זענען גארנישט אנדערש ווי זייערע פארגייער, נו, פארשטיי איך דיין טענה.
אבער דא רעדט מען דאך פון צענדליגע פירער פון די מאכפולסטע לענדער אויף די וועלט וועלכע קומען אויסשרייען דירעקט דאס פארקערטע, זיי קומען זיך אננעמען פארן אידישן פאלק, זיי קומען אנערקענען אין די פארברעכן וואס די פארגייער פון זייער אייגענע מדינות זענען באגאנגען קעגן דאס אידישע פאלק און קעגן דאס מענטשהייט, זיי קומען דערקלערן אז אזאנס וועט מען מער נישט צולאזן, זיי שטעלן שטארק ארויס קעגן די האלאוקאוסט לייקענעריי, וכדומה...

איך גיי נישט יעצט אריין צו די אלע סטעיטמענטס זענען אמת'ע און צו די פאלעטישנס זענען באמת דערביי וואס זיי פארקויפן דארטן, אבער פריי דיך כאטשיג אז ער שטעלט זיך ארויס אזוי. ווען דו זאלסט שרייבן דיין גאנצן ארטיקל אנטקעגן די ציונים וועלכע שטעלן זיך אצינד אהער ווי ''רעטער'' בשעת זיי זענען גאר געווען די ''פארעטער'' פארשטיי איך, אבער האבן טענות אויף גוישע וועלט וואס קומען פארדאמען וואס די פריערדיגע האבן פארדארבן האט קיין שום זין.
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

goodmorning,
כלפי אסאד,א מארד מאשין האט ער נישט, איז האסטו נישט ווי אפצושטעלן זיינע רציחות (האסט נישט קיין לאגער אדער שינעס), חוץ אויב גייסטו און פולע קריג מיט אים.
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

יישר כח ׳נאר מיט שמחה׳ פאר אייער משל ונמשל זייער שיין, בתוס׳ ׳קושטא׳ איז דאך ממש געוואלדיג!

און יעצט מר. goodmorning און גרשון:
די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ צו אייערע שורות, עס איז קיין פארגלייך. שטעל דיך פאר א מאדענעזירטע און פארגעשריטענע מעריב לאנד זאל זיך נעמען סיסטעמאטיש אויסמארדן גאנצע שטעט, דערפער, און לענדער, גאנצע פאמיליעס, אלע שווארצע, אדער אפילו געמישטע ניגערס אדער אייניקלעך וכו׳ וכו׳, אלעס מיט איין ציל צו מאכן ׳שווארץ-ריין׳!

וואלט אויך געווען אזא שטיל שווייגעניש פון די גאנצע וועלט לאנגע יארן ???????

יא אונז זענען מיר אין גלות און אלעס האט געהאט א חשבון מן השמים, און הלכה בידוע וכו׳.
און זיי נישט מדמה צו קיין מארדן אין די אפריקאנישע דזשונגלען ווי איש את רעהו חיים בלעו אלע יארן.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

בערל קראקאווער האט געשריבן:יישר כח ׳נאר מיט שמחה׳ פאר אייער משל ונמשל זייער שיין, בתוס׳ ׳קושטא׳ איז דאך ממש געוואלדיג!

און יעצט מר. goodmorning און גרשון:
די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ צו אייערע שורות, עס איז קיין פארגלייך. שטעל דיך פאר א מאדענעזירטע און פארגעשריטענע מעריב לאנד זאל זיך נעמען סיסטעמאטיש אויסמארדן גאנצע שטעט, דערפער, און לענדער, גאנצע פאמיליעס, אלע שווארצע, אדער אפילו געמישטע ניגערס אדער אייניקלעך וכו׳ וכו׳, אלעס מיט איין ציל צו מאכן ׳שווארץ-ריין׳!

וואלט אויך געווען אזא שטיל שווייגעניש פון די גאנצע וועלט לאנגע יארן ???????

יא אונז זענען מיר אין גלות און אלעס האט געהאט א חשבון מן השמים, און הלכה בידוע וכו׳.
און זיי נישט מדמה צו קיין מארדן אין די אפריקאנישע דזשונגלען ווי איש את רעהו חיים בלעו אלע יארן.

ווי "א גוט מארגן" האט שוין ערקלערט, איז דער ציל נישט געווען צו פארגלייכן די צוויי געשעענישן, ס'זענען דא כמה וכמה חילוקים. דער ציל איז בלויז געווען אראפצורייסן דעם שלייער פון דיפלאמאטיע און צערעמאניעס וואס ווערן היינט געפראוועט אין אנדעק פונעם האלאקאוסט, וואו די וועלט קלאפט זיך על חטא אויף זייער פאסיוון צוגאנג ביי חורבן אייראפע. קען זיין אז מ'וואלט טאקע בעסער רעאגירט היינטיגע צייטן, אבער קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז מ'וואלט געטון דאס וואס מ'פארשפרעכט אז מ'וואלט. סיידן ס'וואלט זיך געלוינט פאליטיש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פיין געשריבן
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיין געשריבן »

"נאר מיט שמחה" איר האט גאר פיין געשריבן
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

@ נאר מיט שמחה. א קליינע קרישקעלע נאר, ענגלאנד האט זיך געשלאגן מיט דייטשלאנד נאך אסאך פאר אמעריקע און רוסלאנד, זיי האבן געהאט א זיכערהייט אפמאך מיט פראנקרייך והדברים ידועים. און נאך א זאך, סאיז באקאנט די קינדער טראנספארט וואס זענען אנגעקומען קיין ענגלאנד אינמיטן ברען פון די קריג, און זיי האבן דארט איבערגעלעבט די מלחמה און אויפגעשטעלט הערליכע דורות, צווישן זיי ריזיגע גאונים, סתם אראפרייסן האט נישט קיין פשט, אז די ווילסט איינעם אראפרייסן, דארף עס שטימען מיט די פאקטן, איך מיין דיך נישט פערזענליך,.כוויל נאר ארויסברענגען די פוינט אז נישט יעדער איינער איז געווען שלעכט, און לאמיר טאקע נישט רעדן פון די פרייע אמעריקע, וואס האט צוריקגעשיקט א שיף מיט פליטים, און אויך וואס די ציוניסטישע רשעים און אמעריקע האבן אלץ געשטערט די רעטונג באמיאונגען ,און יעצט שטעלן זיי אן א פנים כאילו זיי זענען גאר די רעטערס. די עצם ארטיקל איז באמת זייער שיין, נאר סדארף שטימען.

דאנקע שעהן.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

קארן האט געשריבן: און אויך וואס די ציוניסטישע רשעים און אמעריקע האבן אלץ געשטערט די רעטונג באמיאונגען ,און יעצט שטעלן זיי אן א פנים כאילו זיי זענען גאר די רעטערס.

ר' קארן
סתם פאר קארעקשן, איך האב קיינמאל נישט געהערט אז אמעריקא זאל האבן געשטערט רעטונג באמיאונגען, נאר אז זיי האבן זיך אליין אפגעהאלטן פון טוהן עפעס, די ציוניסטישע רשעים האבן יא געשטערט בפועל.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קארן האט געשריבן: און אויך וואס די ציוניסטישע רשעים אין אמעריקע האבן אלץ געשטערט די רעטונג באמיאונגען ,און יעצט שטעלן זיי אן א פנים כאילו זיי זענען גאר די רעטערס.

ר' קארן
סתם פאר קארעקשן, איך האב קיינמאל נישט געהערט אז אמעריקא זאל האבן געשטערט רעטונג באמיאונגען, נאר אז זיי האבן זיך אליין אפגעהאלטן פון טוהן עפעס, די ציוניסטישע רשעים האבן יא געשטערט בפועל.

אפשר דאס האט ער געמיינט
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

הויעך האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קארן האט געשריבן: און אויך וואס די ציוניסטישע רשעים אין אמעריקע האבן אלץ געשטערט די רעטונג באמיאונגען ,און יעצט שטעלן זיי אן א פנים כאילו זיי זענען גאר די רעטערס.

ר' קארן
סתם פאר קארעקשן, איך האב קיינמאל נישט געהערט אז אמעריקא זאל האבן געשטערט רעטונג באמיאונגען, נאר אז זיי האבן זיך אליין אפגעהאלטן פון טוהן עפעס, די ציוניסטישע רשעים האבן יא געשטערט בפועל.

אפשר דאס האט ער געמיינט

גאנץ גוט!
אגב, עס איז לאו דוקא געווען די חברה אין אמעריקא, די 'בפועל' חלק זענען מער געווען די חברה אין אייראפע און אין א"י וואס האבן געשטערט
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א גוט יאר אייך:...

צום ערשטנ'ס, א הארציגן טיפעניש-פון-הארציגן יאשערכויעח פאר אלע באדאנק'ערס און צולייגער'ס כל אחד בשמו הטוב יבורך.

כ'האב נישט געטראכט די עוילעם וועט זוי הנאה האבן דערפון, איך האב אראפגעלאזט דעם באמבע און אנטלאפן עד יעבור זעם... (ווען קיינער האט נישט געזעהן האב איך ביסל אריינגעבליקט, און איבערגעליינט אפאר מאל די יאשערכויעח'ס זיך אנווארעמען אביסל...)

אצינד לאמיר זיך אביסל צוטוהן מאכן פון די פארשידענע תגובות, על ראשון וועליך זיך מישן ועל אחרון האפיך כ'וועל זיך נישט אפשוואכערן...

גלייבט'ס מיר, אויף יעדע נושא דא קען מען שרייבן און שרייבן און נישט ענדיגן... כ'על מיך אנשטרענגען שרייבן קורץ און שארף, האפנטליך ס'וועט מיר געלונגען עס צו טוהן מיט א קלארקייט... (ווארט מיט שפאנונג!?)
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

צום ערשטנ'ס וועל איך זיך מתייחס זיין צו די אלע וואס שמועסן דא וועגן די ציונים וכו' וכו', וויסנדיג אז כ'גיי לכאורה כאפן אויפן קאפ פאר די'ע תגובה:

איז אזוי, ענק האבן אנגערירט א ריכטיגן שרעקליכן פוינט, וואס כ'האב זיך ארויסגעדרייט פון צו דערמאנען דאס, מיין קיבארד וואלט'צעך צופיצלט ווען כ'וואלט זיך גענומען שרייבן אויף אט דעם פארווייטאגטע ענין... די הארץ שרייט און וויינט וויאזוי האבן דאס אידישע קינדער געקענט טוהן פאר די אייגענע בלוט און פלייש, בפרט אין די תקופה וואס דער באשעפער האט זיי אויפגעוויזן אויף 'שווארץ און שווארץ' אז א איד בלייבט א איד אין יעדן פאל... כ'בין נישט מסוגל צו שרייבן דערוועגן...

כ'קען שרייבן און שרייבן אויף זייערע פשעים (שוין האלט איך זיך נישט איין..) דארט אין הונגערן, אבער ס'נישט קיין ענין זיך אויפצולעבן פון רעדן פון עבירות פון אידישע קינדער וואס זענען אנגעקומען צום נידעריגן שטאפל 'ישראל כשהם יורדים יורדים עד למטה' און ס'האט'צעך ארויסגעוויזן דעם 'אסור להתלוות לעם הארץ וכו'... אזוי ווי ס'איז שווער צו רעדן פון די אידישע קאפו'ס וואס מ'האט רח"ל אזויפיל געליטן פון זיי, און אויך טראכט איך אז סי'נישט קיין מצוה רעדן דערפון.
כן נראה לעניות דעתי, וכן נראה לעשירות דעתו פון רבינו הקדוש זיע"א אין 'ויואל משה' וואס ווען ער רירט אן דעם ענין שרייבט ער אז מ'קען אסאך רעדן דערפון אבער סי'נישט דא קיין תכלית און ענין דערפאר...

אבער פשיטא אז ס'איז געווען שרעקליכ'ע פשעים פון די 'סוכנות' וואס מ'קען עס נישט פארמעקן און מ'טאר עס נישט פראבירן ריין מאכן, ווי סי'שוין ברייט באשריבן אינעם ספה"ק 'מן המיצר' פון ר' מיכאל בער זצ"ל, וואו ער באוויינט זייערע פינסטערע מעשים, וואו קומט עס צו צו אונזערע ברודער'ס זיך אזוי אומוויסנדיג מאכן פונעם מצב פון זייערע בלוט און פלייש. אזוי אויך איז עס ברייט באשריבן אינעם קונטרס "שרופי הכבשנים מאשימים"....

איך טראכט אז מ'דארף זיין אזא גאון וצדיק ווי רבי מיכאל בער זצוק"ל צו זיין ראוי ארויסגעבן אזא מן המיצר. ער האט יא באשריבן און באשריגן דעם גאנצן ענין אין א ספר למען ידעו דור אחרון וואס די טמא'נע מדינה באדייט און מיינט פאר אונז, קיינער זאל ח"ו נישט טראכטן און האלטן אז די מייסדים זענען געווען הערליכע פיינע אידן וואס האבן געמיינט די טובה פון כלל ישראל און פון גוטהארציגקייט אויפגעשטעלט א מדינה צו אכטונג געבן אויף די אידן מיטן 'צבא ההגנה לישראל' זייערע... אין די צייט וואס ס'האט אונז אפגעקאסט אזויפיל קרבנות, ס'איז א מצוה עס צו ליינען חזר'ן און געדענקען און חלילה נישט פארגעסן.

לכאורה און אפשר דארף מען יא פארברייטערן דעם ענין, אבער ביי א באזונדערע פלאץ, נישט אינאיינעם מיט די גרעסערע רוצחים.

וואס דאס ברענגט אונז צו נאך א נקודה:

רבותי, האלט'ס גוט קאפ, ווען מ'רעדט פון די אמת'ע רוצחים, די גויש'ע וועלט וואס פאר גארנישט און פאר נישט האבן זיי פארקוקט און אונז אריינגעלייגט אינם גוב של אריות אויסשטארבן פאר הונגער און פון אלע מיתות משונות שבעולם, דעמאלט'ס דארף מען נישט זוכן באשולדיגן 'נאר' די סוכנות וואס מיט זייערע נידעריגע טמא'נע שאיפות אויף א אייגענע מדינה של כפירה האבן זיי זיך אזוי שרעקליך באזינדיגט, ווי האט דער יצחק גרינבוים שר"י געשיקט פאר רבי מיכאל בער זצ"ל?: "ווען אונז ארבעטן און שוויצן פאר א אידישע מדינה, איז עס אומפארשטענדליך און אפי' 'א חוצפה' צו בעטן פון די פעלקער מ'זאל ראטעווען אידן אין אירופע" (!!! אוי לאזניים שכך שומעות), איך שעם זיך שרייבן אזעלעכע שרעקליכע ווערטער וואס איז ארויס פון א אידיש מויל... אבער נאך אלעס, זיי האבן געהאט א 'סיבה' דערפאר, זיי האבן געמיינט זעך און נאכאמאל זעך און זייער טמא'נע מדינה.

און דעס איז זיכער אז מ'טאר נישט און מ'קען נישט זאגן אז 'זיי שטייגן פילפאכיג איבער די רשעות און אכזריות פון וועמען נאר'... די נאצים ימ"ש און די פעלקער'ס מיטשטימען שטעלן אין שאטן זייערע ריזיגע פשעים... כ'מיין נישט ח"ו פארענטפערן די פשעים פון די ציונים, נאר 'אפצופרעגן' די גוט'סקייט פון די גויים..., סי'אן עבירה מליץ טוב זיין אויף רשעי ישראל, אבער כ'מיין אז נאכמער איז א שאנד בארעכטיגן די רציחות און די קאלטבלוטיגע אומוויסנדיג מאכן פון די גויים, זיי האבן נישט גערירט קיין האנט אונז צו העלפן ווען זיי האבן געהאט אלע און גרינגסטע מעגליכקייטן (ווי איך וועל נאך אפשר און אביסל ארויסברענגען אי"ה ביי די קומענדיגע תגובות-אויף-תגובות).

און פארוואס און פארווען האבן זיי אונז דאס געטוהן? זיי האבן נישט קיין שום סיבה! נאר איין תירוץ: דעם באוויסטן הלכה היא בידוע!!!
און אויף דעם מעג מען און מ'דארף רעדן שמועסן און ארויסברענגען ווי סי'דארף צו זיין.

נ.ב. וואס די'ע תגובה האט מיר אפגעקאסט: אפאר הייסע טרער'עלעך, פארברענט איבער א שעה פון שרייבן און מעקן און שרייבן און מעקן, און א אפאר צוגערעטלעך...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

חושב מחשבות... האט געשריבן:ס'זעהט אויס גאר אינטערעסאנט, איך מיין איך גיי עס סעיווען פאר שבת,

איינער קען אפשר מאכן א pdf?

איינער האט שוין אנגעמערקט אז פשטות טאר מען עס נישט ליינען שבת...

כ'אב גלייך געוואלט מאכן א pdf דערפון, אזוי ווי איך זעלטנ'ס ווארט פון יעדן ארטיקל-שמירער, אבער כ'אב געשפירט אז סי'וועט זיין וואס צוצולייגן שפעטער...
אבער אז דו האסט אזוי שיין געבעטן, לייג איך עס ארויף, טאמער כ'וועל צולייגן עפעס וועליך אי"ה ארויפלייגן נאכאמאל...
אטעטשמענטס
שעמט'ס ענק רשעים.pdf
(49.56 KiB) געווארן דאונלאודעד 63 מאל
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

שמו האט געשריבן:ש'כוח 'נאר מיט שמחה', אבער דיין ניק שטומט נישט מיט דיין ארטיקל

חושב מחשבות... האט געשריבן:ס'זעהט אויס גאר אינטערעסאנט, איך מיין איך גיי עס סעיווען פאר שבת,
איינער קען אפשר מאכן א pdf?

איך מיין מ'טאר דאס נישט ליינען שבת קודש.

וויאזוי וואלטן מיר אויסגעזעהן אנעם כלל פון "נאר מיט שמחה"..

וויזוי זינגט נאך ר' מיכאל: ווי וואלטן מיר געווען, וויזוי אויסגעזעהן, אן שמחה?!... (קרעדיט: פינקי, נשמה פלאם 2).
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

איך וויל ממשיך זיין, אבער כ'בין זייער פארנומען יעצט (וואס ווען וואו פארנומען דו ליידיגייער...)

כ'האב אסאאאך וואס צו זאגן וועגן אנדערע תגובות דא, ועוד חזון למועד אי"ה.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:ס'זעהט אויס גאר אינטערעסאנט, איך מיין איך גיי עס סעיווען פאר שבת,

איינער קען אפשר מאכן א pdf?

איינער האט שוין אנגעמערקט אז פשטות טאר מען עס נישט ליינען שבת...

כ'אב גלייך געוואלט מאכן א pdf דערפון, אזוי ווי איך זעלטנ'ס ווארט פון יעדן ארטיקל-שמירער, אבער כ'אב געשפירט אז סי'וועט זיין וואס צוצולייגן שפעטער...
אבער אז דו האסט אזוי שיין געבעטן, לייג איך עס ארויף, טאמער כ'וועל צולייגן עפעס וועליך אי"ה ארויפלייגן נאכאמאל...

יישר כח!!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
זיסקינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסקינד »

קושטא האט געשריבן:זייער שיין און גוט ארויס געברענגט די רשעות פון די בני עשו וואס עברתם שמורה נצח, ימ''שו''ז.

אבער וואס איז נישט אזוי גוט איז דאס ארויסלאזן די שוידערליכע רשעות פון די רשעי הערב רב די ציוניסטישע עמלקים, וואס מיט זייער שטערן בפועל ממש אלע אופני ודרכי הצלה - ווען אפילו די רשעי האומות אריינגערעכענט די נאצים ימ''ש האבן שוין מסכים געווען - שטייגן זיי פילפאכיג איבער מיט רשעות ואכזריות פון סיי וועמען נאר

די צוויי ראשי הממשלה בן גריון און משה שרת ימ''ש, זענען פערזענדליך אנוועזנד געווען ביי די אלע מיטינגען פון די אנשי הסוכנות ווי דער ארכי שונא ישראל יצחק גרינבוים ימח שמו וזכרו האט געשריגן איינמאל און נאכאמאל אז בשום אופן שבעולם וועט מען נישט שיקן כספי קרן היסוד צו ראטעווען די 'גלות אידן' כלשונו הטמא עפ''ל. דער נשיא המדינה חיים ווייצמאן ימ''ש איז פערזענדליך אינוואלווד געווען אין שטערן און אפהאלטן יואל בראנד פון צו קענען ראטעווען.

די שווייצער רעגינונג האט שוין מסכים געווען ארויס צו לאזן געלט פאר די דייטשען, ווער האט זיך קעגנגעשטעלט בכל התוקף? דער ציוניסטישער סאלי מאיער ימ''ש.

ווער האט געשטערט מיט אלע כוחות אז ראזעוועלט זאל זיך נישט טרעפן מיט די אמעריקאנער רבנים וואס וואלט געקענט פיל ראטעווען, ווי אויך געמאכט פראפעגאנדע אז מזאל בשום אופן נישט שיקן געלד פארן וועד הרבנים ווייל סאיז קעגן געזעץ? דער ציוניסטישער רעפארם ראביי סטיוון ווייז ימ''ש, ואחוזת מרעיו די ראשי ההסתדרות הציונות באמעריקא.

ועוד ועוד כמבואר באריכות בספרים 'מן המצר' 'פשעי הציונות בהשמדת הגולה' 'שרופי הכבשנים מאשימים' ועוד.

מ'טאר בשום אופן נישט מעביר זיין און משתיק זיין אויף די פשעים הנוראים פון די ציונים אקעגן יהדות אייראפע בשעתן קריג, בשעת ווען דער פסוק זאגט ''זכור את אשר עשה לך עמלק'' ''לא תשכח''
נשבע הקב''ה שאין שמו וכסאו שלם עד שימחה זרעו של עמלק בביטול מדינת הציונות בב''א.

ס'איז אסאך מער ווי איר שרייבט,

די רשעי ישראל די ציונים נוצן אויס אונזערע זיידעס בלוט אויף צו באקומע א לעגיטעמאציע מיט שטיץ צו זייער מדינה עד היום הזה,

וי באקאנט אז בשעתו אבן זיי געהאט א יד אין אנהייצן דעם בער און שפעטער מיט מונע זיין די פעולות ההצלה, מיטן ציה'ן פון רק בדם תהיה לנו הארץ, עפ"ל.

און די זעלבע אגענדע ניצן זיי כהיום הזה מיט ניצן אונזערע קדושים וטהורים צו באקומען שטיצע פאר זייער שלטון הערב רב,

איך ווייס נישט ואס איז ערגער צו דאס וואס דער ימ"ש האבן געניצט אידישע פעטנ'ס פאר זייף, אדער וואס די ציונים ניצן אויס די קדושים וטהורים הי"ד פאר זייער הנאה, ר"ל.

און יא מ'דארף אויך געדענקען

זכור ואל תשכח וואס די ציונים האב'ן אנגערייצט דער בער
זכור ואל תשכח וואס די ציונים האבןן מונע געווען פעולות הצלה,
זכור ואל תשכח וואס נאך די מלחמה ווען פליטים האבן מצליח אנקומען אין ארץ ישראל אחד מעיר ושתיים ממשפחה, האבן די ציונים זיי גענומען און ארויס געשטעלט ביים פראנד ביי די מלחמות זייערע אן קיין שום נסיון, און גאר אסאך פון זיי זיינען לידער געהארגעט געווארן,
זכור ואל תשכח וואס די ציונים מיטן ציה'ל צו ברעכן דעם ענגלאנדער האבן זיי איינגעזונקען א גאנצע שיף מיט פליטים
זכור ואל תשכח די ילדי טעהאראן וואס זענען ניצל געווארן מגיא ההריגה הגשמי, אבער די ציונים האבן זי געפיהרט לגיא ההריגה הרוחני,
זכור ואל תשכח די מיליאנען אידן וואס מ'האט אויס געריסן פון זיי אידישקייט,

זכור את אשר עשה לך עמלק
כי טוב השם
פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערקרעקערס »

מ'מעג זיין א סאטמארער און מ'מיז נישט אראפרייסן יעדע זאך וועגן די ציונים
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

געראדע האט ביבי ביי זיין רעדע דערמאנט די נקודה אז די גאנצע וועלט האט גארנישט געטוהן צו העלפן די אידן ביים שואה
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”