שעמט'ס ענק רשעים! קאלטבלוטיגע רוצחים!!! יעצט באווייזן ענק זיך???!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיסקינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

מ'מעג זיין א איד און מ'מיז נישט אראפריסן יעדע אידישע געפיה'ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסקינד »

פייערקרעקערס האט געשריבן:מ'מעג זיין א סאטמארער און מ'מיז נישט אראפרייסן יעדע זאך וועגן די ציונים

שטייען די ציונים עד היום הזה און פיהר'ן א מלחמה בד' ובתורתו, איך רעד שוין נישט פון דער כפירה בגלות ומרידה באומות וכד',
נאר וועגן גזירות על הדת, חדשים לבקרים, וואס אפילו א ציוני א שותו"מ (אויב ס'איז שייך אזא מין כלאיים), דארף עס וויי טוהן, לעצטנ'ס מיט די ריבוי חילול שבת ברחבי ארה"ק, גזירת החינוך גזירות הגיוס,
ס'איז דא אפציעל פארטייען וואס רופן אויס ברבים אז זייער גאנצע ציהל איז קעגן ערליכע אידן שותו"מ, א זאך וואס ס'איז נישט אין גאנץ וועלט, טראכט אריין ווען אין איינע פון די מדינות שטעלט זיך אויף א פירער פון א פארטיי רעדט אפציעל קעגן אידן, וואס וואלט עס אנגעמאכט א טומל אין די וועלט, און אין ארץ ישראל איז דא פארטייען וואס רעדן אפציעל קעגן שותו"מ די ערגסטע,
און אויך די פארטייען וואס זענען א"ג קרובים לדת אדער שומרי מסורת, ווי צ.ב.ש. ליכוד גייען אויך אן מיט גזירות על הדת תמידים כסדרם,
מיליאנען קינדער מזרע ישראל ווערן נתחנך לכפירה ולשמד, ווייס'ן נישט צו זאגן פון קיין שמע ישראל רח"ל,

דאס איז דער הווה, איך רעדט שוין נישט פון דעם עבר זייערע,

און זיי גייען און שטעלן זיך ארויס ווי די פארטרעטערס פון כלל ישראל, און נעמען קאלט בלוטיג די זכרון פון קדושי ישראל הי"ד און נוצ'ן עס אויס פאר בויען זייער המשך המרידה בד' ובתורתו ה"י,

די אלע נייעס און צייטונגען און ארץ ישראל פרייען זיך אז דאס איז די גרעסטע צינסטישע צערמאניע זייט די מדינה שטייט,
היש לך חילול השם גדול מזה ??

און אויף דעם נוצ'ן זיי נאך די קדושים וטהורים פאר זייער פראפעגאנדע,

מ'דארף זיין א סאטמארער דאס צו פארדאמען ???

יעדער איד וואס האט נאך א אידיש געפיהל טוהט עס וויי, און איינער וואס טוהט עם נישט וויי איז נישט נגוע בציונות נאר א שטיק ציוני, און געדענק רק אין יראת אלוקים במקום הזה והרגוני,

זכור את אשר עשה לך עמלק,
גדול המחטיאו יותר מן ההרגו,
כי טוב השם
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קארן האט געשריבן: און אויך וואס די ציוניסטישע רשעים אין אמעריקע האבן אלץ געשטערט די רעטונג באמיאונגען ,און יעצט שטעלן זיי אן א פנים כאילו זיי זענען גאר די רעטערס.

ר' קארן
סתם פאר קארעקשן, איך האב קיינמאל נישט געהערט אז אמעריקא זאל האבן געשטערט רעטונג באמיאונגען, נאר אז זיי האבן זיך אליין אפגעהאלטן פון טוהן עפעס, די ציוניסטישע רשעים האבן יא געשטערט בפועל.

אפשר דאס האט ער געמיינט

גאנץ גוט!
אגב, עס איז לאו דוקא געווען די חברה אין אמעריקא, די 'בפועל' חלק זענען מער געווען די חברה אין אייראפע און אין א"י וואס האבן געשטערט

נאופ, סטיווען ווייז אין אמעריקע האט געשטערט אלעס פון די ערליכע רבנים אין נוי יארק, פון צו קומען צו רוזעוועלט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.

וואס עפעס? האט געשריבן:געראדע האט ביבי ביי זיין רעדע דערמאנט די נקודה אז די גאנצע וועלט האט גארנישט געטוהן צו העלפן די אידן ביים שואה

אוואדי אזוי ווי ער טוט אייביג, באשולדיגט אנדערע לענדער, אבער זיין לאנד איגנארירט ער אינגאנצן.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קארן האט געשריבן: און אויך וואס די ציוניסטישע רשעים אין אמעריקע האבן אלץ געשטערט די רעטונג באמיאונגען ,און יעצט שטעלן זיי אן א פנים כאילו זיי זענען גאר די רעטערס.

ר' קארן
סתם פאר קארעקשן, איך האב קיינמאל נישט געהערט אז אמעריקא זאל האבן געשטערט רעטונג באמיאונגען, נאר אז זיי האבן זיך אליין אפגעהאלטן פון טוהן עפעס, די ציוניסטישע רשעים האבן יא געשטערט בפועל.

אפשר דאס האט ער געמיינט

גאנץ גוט!
אגב, עס איז לאו דוקא געווען די חברה אין אמעריקא, די 'בפועל' חלק זענען מער געווען די חברה אין אייראפע און אין א"י וואס האבן געשטערט

נאופ, סטיווען ווייז אין אמעריקע האט געשטערט אלעס פון די ערליכע רבנים אין נוי יארק, פון צו קומען צו רוזעוועלט.

יא יא כידוע
'בפועל' מיין איך צו זאגן אפהאלטן געלטער אדער שליחים וואס האבן דירעקט פארהאנדלט מיט די דייטשן ימ"ש
אבער באמת טאקע תרוייהו איתניהו בהו, ביידע זענען זיך געווען ווערד דאס געלט אייניג
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

גרשון האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:יישר כח ׳נאר מיט שמחה׳ פאר אייער משל ונמשל זייער שיין, בתוס׳ ׳קושטא׳ איז דאך ממש געוואלדיג!

און יעצט מר. goodmorning און גרשון:
די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ צו אייערע שורות, עס איז קיין פארגלייך. שטעל דיך פאר א מאדענעזירטע און פארגעשריטענע מעריב לאנד זאל זיך נעמען סיסטעמאטיש אויסמארדן גאנצע שטעט, דערפער, און לענדער, גאנצע פאמיליעס, אלע שווארצע, אדער אפילו געמישטע ניגערס אדער אייניקלעך וכו׳ וכו׳, אלעס מיט איין ציל צו מאכן ׳שווארץ-ריין׳!

וואלט אויך געווען אזא שטיל שווייגעניש פון די גאנצע וועלט לאנגע יארן ???????

יא אונז זענען מיר אין גלות און אלעס האט געהאט א חשבון מן השמים, און הלכה בידוע וכו׳.
און זיי נישט מדמה צו קיין מארדן אין די אפריקאנישע דזשונגלען ווי איש את רעהו חיים בלעו אלע יארן.

ווי "א גוט מארגן" האט שוין ערקלערט, איז דער ציל נישט געווען צו פארגלייכן די צוויי געשעענישן, ס'זענען דא כמה וכמה חילוקים. דער ציל איז בלויז געווען אראפצורייסן דעם שלייער פון דיפלאמאטיע און צערעמאניעס וואס ווערן היינט געפראוועט אין אנדעק פונעם האלאקאוסט, וואו די וועלט קלאפט זיך על חטא אויף זייער פאסיוון צוגאנג ביי חורבן אייראפע. קען זיין אז מ'וואלט טאקע בעסער רעאגירט היינטיגע צייטן, אבער קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז מ'וואלט געטון דאס וואס מ'פארשפרעכט אז מ'וואלט. סיידן ס'וואלט זיך געלוינט פאליטיש.

דאס געמיינט ארויסצוברענגען. די וועלט איז געבליבן סעלפיש, מען קען זיי נאכנישט געטרויען....
שויתי ה' לנגדי תמיד
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:צום ערשטנ'ס וועל איך זיך מתייחס זיין צו די אלע וואס שמועסן דא וועגן די ציונים וכו' וכו', וויסנדיג אז כ'גיי לכאורה כאפן אויפן קאפ פאר די'ע תגובה:

איז אזוי, ענק האבן אנגערירט א ריכטיגן שרעקליכן פוינט, וואס כ'האב זיך ארויסגעדרייט פון צו דערמאנען דאס, מיין קיבארד וואלט'צעך צופיצלט ווען כ'וואלט זיך גענומען שרייבן אויף אט דעם פארווייטאגטע ענין... די הארץ שרייט און וויינט וויאזוי האבן דאס אידישע קינדער געקענט טוהן פאר די אייגענע בלוט און פלייש, בפרט אין די תקופה וואס דער באשעפער האט זיי אויפגעוויזן אויף 'שווארץ און שווארץ' אז א איד בלייבט א איד אין יעדן פאל... כ'בין נישט מסוגל צו שרייבן דערוועגן...

כ'קען שרייבן און שרייבן אויף זייערע פשעים (שוין האלט איך זיך נישט איין..) דארט אין הונגערן, אבער ס'נישט קיין ענין זיך אויפצולעבן פון רעדן פון עבירות פון אידישע קינדער וואס זענען אנגעקומען צום נידעריגן שטאפל 'ישראל כשהם יורדים יורדים עד למטה' און ס'האט'צעך ארויסגעוויזן דעם 'אסור להתלוות לעם הארץ וכו'... אזוי ווי ס'איז שווער צו רעדן פון די אידישע קאפו'ס וואס מ'האט רח"ל אזויפיל געליטן פון זיי, און אויך טראכט איך אז סי'נישט קיין מצוה רעדן דערפון.
כן נראה לעניות דעתי, וכן נראה לעשירות דעתו פון רבינו הקדוש זיע"א אין 'ויואל משה' וואס ווען ער רירט אן דעם ענין שרייבט ער אז מ'קען אסאך רעדן דערפון אבער סי'נישט דא קיין תכלית און ענין דערפאר...

אבער פשיטא אז ס'איז געווען שרעקליכ'ע פשעים פון די 'סוכנות' וואס מ'קען עס נישט פארמעקן און מ'טאר עס נישט פראבירן ריין מאכן, ווי סי'שוין ברייט באשריבן אינעם ספה"ק 'מן המיצר' פון ר' מיכאל בער זצ"ל, וואו ער באוויינט זייערע פינסטערע מעשים, וואו קומט עס צו צו אונזערע ברודער'ס זיך אזוי אומוויסנדיג מאכן פונעם מצב פון זייערע בלוט און פלייש. אזוי אויך איז עס ברייט באשריבן אינעם קונטרס "שרופי הכבשנים מאשימים"....

איך טראכט אז מ'דארף זיין אזא גאון וצדיק ווי רבי מיכאל בער זצוק"ל צו זיין ראוי ארויסגעבן אזא מן המיצר. ער האט יא באשריבן און באשריגן דעם גאנצן ענין אין א ספר למען ידעו דור אחרון וואס די טמא'נע מדינה באדייט און מיינט פאר אונז, קיינער זאל ח"ו נישט טראכטן און האלטן אז די מייסדים זענען געווען הערליכע פיינע אידן וואס האבן געמיינט די טובה פון כלל ישראל און פון גוטהארציגקייט אויפגעשטעלט א מדינה צו אכטונג געבן אויף די אידן מיטן 'צבא ההגנה לישראל' זייערע... אין די צייט וואס ס'האט אונז אפגעקאסט אזויפיל קרבנות, ס'איז א מצוה עס צו ליינען חזר'ן און געדענקען און חלילה נישט פארגעסן.

לכאורה און אפשר דארף מען יא פארברייטערן דעם ענין, אבער ביי א באזונדערע פלאץ, נישט אינאיינעם מיט די גרעסערע רוצחים.

וואס דאס ברענגט אונז צו נאך א נקודה:

רבותי, האלט'ס גוט קאפ, ווען מ'רעדט פון די אמת'ע רוצחים, די גויש'ע וועלט וואס פאר גארנישט און פאר נישט האבן זיי פארקוקט און אונז אריינגעלייגט אינם גוב של אריות אויסשטארבן פאר הונגער און פון אלע מיתות משונות שבעולם, דעמאלט'ס דארף מען נישט זוכן באשולדיגן 'נאר' די סוכנות וואס מיט זייערע נידעריגע טמא'נע שאיפות אויף א אייגענע מדינה של כפירה האבן זיי זיך אזוי שרעקליך באזינדיגט, ווי האט דער יצחק גרינבוים שר"י געשיקט פאר רבי מיכאל בער זצ"ל?: "ווען אונז ארבעטן און שוויצן פאר א אידישע מדינה, איז עס אומפארשטענדליך און אפי' 'א חוצפה' צו בעטן פון די פעלקער מ'זאל ראטעווען אידן אין אירופע" (!!! אוי לאזניים שכך שומעות), איך שעם זיך שרייבן אזעלעכע שרעקליכע ווערטער וואס איז ארויס פון א אידיש מויל... אבער נאך אלעס, זיי האבן געהאט א 'סיבה' דערפאר, זיי האבן געמיינט זעך און נאכאמאל זעך און זייער טמא'נע מדינה.

און דעס איז זיכער אז מ'טאר נישט און מ'קען נישט זאגן אז 'זיי שטייגן פילפאכיג איבער די רשעות און אכזריות פון וועמען נאר'... די נאצים ימ"ש און די פעלקער'ס מיטשטימען שטעלן אין שאטן זייערע ריזיגע פשעים... כ'מיין נישט ח"ו פארענטפערן די פשעים פון די ציונים, נאר 'אפצופרעגן' די גוט'סקייט פון די גויים..., סי'אן עבירה מליץ טוב זיין אויף רשעי ישראל, אבער כ'מיין אז נאכמער איז א שאנד בארעכטיגן די רציחות און די קאלטבלוטיגע אומוויסנדיג מאכן פון די גויים, זיי האבן נישט גערירט קיין האנט אונז צו העלפן ווען זיי האבן געהאט אלע און גרינגסטע מעגליכקייטן (ווי איך וועל נאך אפשר און אביסל ארויסברענגען אי"ה ביי די קומענדיגע תגובות-אויף-תגובות).

און פארוואס און פארווען האבן זיי אונז דאס געטוהן? זיי האבן נישט קיין שום סיבה! נאר איין תירוץ: דעם באוויסטן הלכה היא בידוע!!!
און אויף דעם מעג מען און מ'דארף רעדן שמועסן און ארויסברענגען ווי סי'דארף צו זיין.

נ.ב. וואס די'ע תגובה האט מיר אפגעקאסט: אפאר הייסע טרער'עלעך, פארברענט איבער א שעה פון שרייבן און מעקן און שרייבן און מעקן, און א אפאר צוגערעטלעך...

ערשטנס יישר כח, אייער ארטיקל איז דאך בעסער פון גוט.

צווייטענס, זעה איך נישט פארוואס די וועלכע ווילן בויען א מדינה אויפן בלוט פון זייערע אייגענע קרובים און ברודער זענען בעסער ווי צב''ש אמעריקע וואס האט זיכער אויך געהאט (געמיינע, סעלפיש) חשבונות?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח נאר מיט שמחה

דאס וואס איר שרייבט אז די גוים וואס האבן ג'רצח'ט על לא דבר זענען אנדערש ווי די ציוניסטן, איז בכלל נישט אמת, סך הכל רעדט מען פון א גוי וואס על חרבך תחי' דאס איז ער, א רוצח, און דער רבש"ע האלט אים איין ער זאל נישט קענען ארויסגעבן זיינע אינסטינקטן, אבער ווען ס' איז רח"ל אויפגעקומען און אויסגעפירט געווארן די ציוניסטישע אידילאגיע, האט עס געברענגט ל"ע, אז די עשו'ס האבן באקומען רשות פון אויבן אויסצוגעבן זייער רשעות און אכזריות,
און באשילדוגן דארף מען די וואס האבן עס גורם געווען נישט די וואס האבן עס אויסגעפירט, נישט בייסן דעם שטיין, נאר דעם ווארפער,
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

וואס עפעס? האט געשריבן:געראדע האט ביבי ביי זיין רעדע דערמאנט די נקודה אז די גאנצע וועלט האט גארנישט געטוהן צו העלפן די אידן ביים שואה

אוי זאגט ער גוט

די גאנצע וועלט, אינקלודעט און בראשם, די ראשי הציונים, וואס האבן "גארנישט" געטון", זיי האבן געטון אלע פעולות, ס'זאל ארויס קומען גארנישט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

פאר ווען כ'בין ממשיך מיט די 'תגובות אויף תגובות', וואס וועט, ווי ס'זעהט אויס לכאורה, נעמען אפאר טעג, וויליך צולייגן א שטיקל צום משל, בארוהיגן דעם עוילעם דא וואס קענען זיך נישט קומען צו זיך אז ווען איך רעד פון רוצחים דערמאניך נישט די 'ציונים'...

איז אזוי, האלט'ס קאפ:

ר' שמערל דנן, אונזער אומפארגעסענער, האט געהאט איין זוהן וואס די ראבער'ס האבן 'נישט' פארכאפט (כ'האב ענק עס געזאגט?..), דער זוהן איז געווען א יענער שמויגער ער האט נישט געהאלטן ביי גארנישט וכו',

ר' שמערל האט, ווי אויבנדערמאנט, געהאלטן אינמיטן שאפן געלט פאר זיינע קינדערלעך וואס זענען נעבעך פארכאפט געווארן און שוועבן אין א מורא'דיגן סכנה, אקיצער, ר' שמערל האט געשאפט א שיינעם סכום, וואס ס'געווען ווערד צו אויסלייזן איין קינד זיינט'ס, אזוי אויך איז נישט זיכער אויב מ'קען זיך פארלאזן אויף די ראבער'ס און זיי וועלן טאקע באפרייען איין קינד פארן ברענגען דעם גאנצן סכום.

ר' שמערל האט געוואלט שיקן די געלט, אזוי ווי נאר דער שמויגער זיין יונגאטש איז נאך געווען אומפארכאפט, האטער עס געשיקט מיט איהם'ען, ער האט'צעך נעבעך געלאזט פארטרויען אופאיהם.

דער יונגאטש, נישט מער און נישט נאכמער, האט גענומען די שיינעם סכום געלט און אפגעצויגן מיט דעם, געקויפט נאשרייען וואדקע וכו'וכו'...

לאמיר אריינטראכטן אביסל, ווער זענען די גרעסערע רוצחים און פושעים, פארשטייט'צעך די ראבער'ס, אזוי אויך די אלע וואס האבן זיי צוגעלאזט מאכן רוהיגערהייט די'ע רציחות, ווי ס'שוין אויבן געווארן ברייט ארויסגעברענגט.
אבער ווער האט געטוהן א גרעסערע 'עוולה'? וועמען קען מער נישט פארשטיין בכלל?
דעס איז דער ברודער, וואס האט מיט זיין נארישן שכל און נידעריגע מעשים נישט געקוקט אויף זיינע אייגענע בלוט און פלייש און בארויבט די געלט, וואס דאסמאל איז עס געווען לעבן, פאר זיך.

וועמען האט דער טאטע מער פיינט? אויף וועם איז ער מער אויפגערעגט? - אויפן פריץ און אלע ארומיגע.
פון וועם האט ער דאס מערסטע צער? ווער האט צופיצלט זיין הארץ אויף שברי שברים? - זיין אפגעפארענער יונגאטש...

.............................................

עד כאן המשל וועגן די ציונים, כ'האף כ'האבעס גוט ארויסגעברענגט...

ליהוי ידוע, די משל איז נאר אויף די גשמיות'דיגע פשעים, די רוחניות איז שוין אינגאנצן א צווייטע געפערליכע מעשה, אויף דעם האב איך נישט קיין משלים....
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זיסקינד האט געשריבן:
פייערקרעקערס האט געשריבן:מ'מעג זיין א סאטמארער און מ'מיז נישט אראפרייסן יעדע זאך וועגן די ציונים

שטייען די ציונים עד היום הזה און פיהר'ן א מלחמה בד' ובתורתו, איך רעד שוין נישט פון דער כפירה בגלות ומרידה באומות וכד',
נאר וועגן גזירות על הדת, חדשים לבקרים, וואס אפילו א ציוני א שותו"מ (אויב ס'איז שייך אזא מין כלאיים), דארף עס וויי טוהן, לעצטנ'ס מיט די ריבוי חילול שבת ברחבי ארה"ק, גזירת החינוך גזירות הגיוס,
ס'איז דא אפציעל פארטייען וואס רופן אויס ברבים אז זייער גאנצע ציהל איז קעגן ערליכע אידן שותו"מ, א זאך וואס ס'איז נישט אין גאנץ וועלט, טראכט אריין ווען אין איינע פון די מדינות שטעלט זיך אויף א פירער פון א פארטיי רעדט אפציעל קעגן אידן, וואס וואלט עס אנגעמאכט א טומל אין די וועלט, און אין ארץ ישראל איז דא פארטייען וואס רעדן אפציעל קעגן שותו"מ די ערגסטע,
און אויך די פארטייען וואס זענען א"ג קרובים לדת אדער שומרי מסורת, ווי צ.ב.ש. ליכוד גייען אויך אן מיט גזירות על הדת תמידים כסדרם,
מיליאנען קינדער מזרע ישראל ווערן נתחנך לכפירה ולשמד, ווייס'ן נישט צו זאגן פון קיין שמע ישראל רח"ל,

דאס איז דער הווה, איך רעדט שוין נישט פון דעם עבר זייערע,

און זיי גייען און שטעלן זיך ארויס ווי די פארטרעטערס פון כלל ישראל, און נעמען קאלט בלוטיג די זכרון פון קדושי ישראל הי"ד און נוצ'ן עס אויס פאר בויען זייער המשך המרידה בד' ובתורתו ה"י,

די אלע נייעס און צייטונגען און ארץ ישראל פרייען זיך אז דאס איז די גרעסטע צינסטישע צערמאניע זייט די מדינה שטייט,
היש לך חילול השם גדול מזה ??

און אויף דעם נוצ'ן זיי נאך די קדושים וטהורים פאר זייער פראפעגאנדע,

מ'דארף זיין א סאטמארער דאס צו פארדאמען ???

יעדער איד וואס האט נאך א אידיש געפיהל טוהט עס וויי, און איינער וואס טוהט עם נישט וויי איז נישט נגוע בציונות נאר א שטיק ציוני, און געדענק רק אין יראת אלוקים במקום הזה והרגוני,

זכור את אשר עשה לך עמלק,
גדול המחטיאו יותר מן ההרגו,

כ'שטום צו מיט יעדע ווארט, דברים כדרבונות, סי'דאך א הימל געשריי...

איין זאך טאמער מעג איך פארשטיין.

אויף די דייטשן ימ"ש איז דא א גאנצע גערעדעכט'ס אויב זיי הייסן 'עמלק', רוב שיטות איז אז זיי זענען מזרע עמלק, שטייט אין עפעס א גמ' דענקיך נישט ווי: 'גרממיא' של אדום שאילמלא הקב"ה מניחן הם הולכין ומכלין את העולם וכו' (עפעס אזוי), יש גורסין 'גרמניה', און אסאך האלטן אז זכור את אשר עשה לך עמלק גייט ארויף אויף די דייטשן... וי"א אז סי' מוז נישט זיין אזוי...

אבער, אויב מעג איך פרעגן, זענען די ציונים מזרע עמלק? איז מען מקיים דעם זכור מיט דעם? (אפשר מיינט מען די קליפה פון עמלק... אולי...)
אדרבה כ'וועל זיך פרייען טאמער וועט מער איינער אויפקלערן דאסוואס אפאר האבן שוין געשריבן אויף דעם אשכול דעם 'עמלק' טיטל אויף די ציונים?!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:פאר ווען כ'בין ממשיך מיט די 'תגובות אויף תגובות', וואס וועט, ווי ס'זעהט אויס לכאורה, נעמען אפאר טעג, וויליך צולייגן א שטיקל צום משל, בארוהיגן דעם עוילעם דא וואס קענען זיך נישט קומען צו זיך אז ווען איך רעד פון רוצחים דערמאניך נישט די 'ציונים'...

איז אזוי, האלט'ס קאפ:

ר' שמערל דנן, אונזער אומפארגעסענער, האט געהאט איין זוהן וואס די ראבער'ס האבן 'נישט' פארכאפט (כ'האב ענק עס געזאגט?..), דער זוהן איז געווען א יענער שמויגער ער האט נישט געהאלטן ביי גארנישט וכו',

ר' שמערל האט, ווי אויבנדערמאנט, געהאלטן אינמיטן שאפן געלט פאר זיינע קינדערלעך וואס זענען נעבעך פארכאפט געווארן און שוועבן אין א מורא'דיגן סכנה, אקיצער, ר' שמערל האט געשאפט א שיינעם סכום, וואס ס'געווען ווערד צו אויסלייזן איין קינד זיינט'ס, אזוי אויך איז נישט זיכער אויב מ'קען זיך פארלאזן אויף די ראבער'ס און זיי וועלן טאקע באפרייען איין קינד פארן ברענגען דעם גאנצן סכום.

ר' שמערל האט געוואלט שיקן די געלט, אזוי ווי נאר דער שמויגער זיין יונגאטש איז נאך געווען אומפארכאפט, האטער עס געשיקט מיט איהם'ען, ער האט'צעך נעבעך געלאזט פארטרויען אופאיהם.

דער יונגאטש, נישט מער און נישט נאכמער, האט גענומען די שיינעם סכום געלט און אפגעצויגן מיט דעם, געקויפט נאשרייען וואדקע וכו'וכו'...

לאמיר אריינטראכטן אביסל, ווער זענען די גרעסערע רוצחים און פושעים, פארשטייט'צעך די ראבער'ס, אזוי אויך די אלע וואס האבן זיי צוגעלאזט מאכן רוהיגערהייט די'ע רציחות, ווי ס'שוין אויבן געווארן ברייט ארויסגעברענגט.
אבער ווער האט געטוהן א גרעסערע 'עוולה'? וועמען קען מער נישט פארשטיין בכלל?
דעס איז דער ברודער, וואס האט מיט זיין נארישן שכל און נידעריגע מעשים נישט געקוקט אויף זיינע אייגענע בלוט און פלייש און בארויבט די געלט, וואס דאסמאל איז עס געווען לעבן, פאר זיך.

וועמען האט דער טאטע מער פיינט? אויף וועם איז ער מער אויפגערעגט? - אויפן פריץ און אלע ארומיגע.
פון וועם האט ער דאס מערסטע צער? ווער האט צופיצלט זיין הארץ אויף שברי שברים? - זיין אפגעפארענער יונגאטש...

.............................................

עד כאן המשל וועגן די ציונים, כ'האף כ'האבעס גוט ארויסגעברענגט...

ליהוי ידוע, די משל איז נאר אויף די גשמיות'דיגע פשעים, די רוחניות איז שוין אינגאנצן א צווייטע געפערליכע מעשה, אויף דעם האב איך נישט קיין משלים....

די משל איז נישט דומה לנמשל,

ווייל די מעשה איז געווען אנדערש

לאמיר קודם צוריקגיין מיט א 25 יאר,
א גרויס שמחה און דארף מזל טוב ר שמערל האט געהאט צווילינג יונגלעך, די גאנצע דארף איז געפארן אויף רעדער די ערשטע מאל וואס זיי לעבן מיט אזא זאך.. א צווילינג, זיי האבן שוין געהערט פון אזא זאך אבער נאר אין גרויסע שטאט, יעצט דא אזא אינטרעסאנטע ערשיינונג, די גאנצע עולם איז געקומען מיטהאלטן די ברית'ן, ויקרא שמו בישראל אייזיק און שלמה,

אזוי זענען די צווילינג געוואקסן און יעדער האט גראד באמערקט אז די צוויי זענען אינגאנצען אנדערש, שלמה איז געווען א פלייסיגע יונגעל געלערנט געדאווענט ווי עס ברויך צו זיין, און אייזיק איז געווען יענע סוחר, געווילדעוועט און אנגעמאכט פראבלעמען ווי מען קען נאר, ביידע זענען אינטערגעוואקסען, שלמה איז אריין און א ישיבה ווייט אוועק פון דארף און אייזיק האט זיך ארומגעדרייט זוכן וואס צו טון,

צוביסלעך האט ער אנגעהויבן צו גליטשען מער און מער, ער האט זיך אנגעהויבן צו רופן "איזי", ביז עס איז עם אריין און קאפ א משגעת, אז וואס איז דעס אז ער מוז זיין אינטערדריקט אינטער די פריץ און די אנדערע גוים לאמיר זיך אביסל אויסמענטשעלען און זיך קויפן אייגענע פראפערטי און ווערן בעל הבית פאר זיך, אזוי פלעגט ער זיך אלץ טענה'נען מיט זיין טאטע, לאז שוין אפ די פארנאטישע זאכן לאמיר ווערן מענטשען, אזוי איז עס אנגעגאנגען ביז איין טאג האט ער אפגעמאכט אז ער גייט צווינגען זיין טאטע עם צו פאלגן,

ער האט זיך צאמגעקליבן א גרופע פון חבירים אזוי ווי עם, און אנגעהויבן צו פראטעסטירן אקעגען די פריץ אז אזוי ווי זיי זענען אויך מענטשען דארפן זיי האבן א אייגענע שטיק לאנד, אזוי איז עס אנגעגאנען א שטיק צייט, און גארנישט האט זוך גערירט, האבן זיי אנגעהויבן צו אנדרייען שטיקלעך אין דארף, אנגעספרעיט די גאסן, צובראכן פענסטערס, און פארשטייט זוך אז כדי אנצוגיין מיט די שטיק האבן זיי געברויכט האבן פון ווי צו לעבן, איז מען אויפגעקומען מיט א המצעה, מען גייט אנהייבן צו איינברעכען ביינאכט אין די פישקעס אין שול און אזוי וועט מען מאכן געלט,

אינצווישן איז געשען די אויבערדעמאנטע פארכאפונג אויף שמערלס משפחה, זיי האבן יעדעם פארכאפט אויסער איזי וואס האט זיך נישט צופיל געדרייט אינדערהיים, און שלמה וואס איז געווען אין א ישיבה ווייט אוועק,

און די צייט וואס שמערל איז ארום געגאנגען שאפן געלט צו באפרייען זיינע קינדער, איז איזי געווען פארנומען אנצודרייען אלעס וואס מען קען נאר צו אויפרעגן די רויבער, ער פלעגט אהונגיין און וואלד ביינאכט און שיסן און די ליפט כדי צו אויפרעגן די רויבער, און ווען שמערל איז געקומען מיט טרערען און די אויגן זיך בעטן ביי איזי ער זאל אויפהערן ווייל די רויבער ווערן מער ווילד און לכבוד דעם האבן זיי שוין געהרגעט צוויי פון זיינע קינדער, האט איזי גענטפערט זיין טאטען,

"איך זע אז דעס איז די איינציגסטע וועג אז די זאלסט איינזעהן אז אונז ברויכן האבן אייגענע פראפערטי און אויפהערן מיט די פארנאטישקייטן, במילא וועל איך זעהן נאכמער זיי אויפצורייצן און אזוי וועסטו מוזן נאכקומען מיינע פלענער,

און ווען שמערל האט זיך שוין אנגעקליבן גענוג געלט צו אויסלייזן די קינדער איז איזי אריינגעקומען און דערהיים און פשוט אוועק געכאפט די געלט פון זיין טאטען, נאכדעם איז ער געגאנגען און אויפגעהאנגען פלאקאטן זיך צו רייצן מיט די רויבער,

די רויבער זענען אריין און א שרעקליכע כעס זענען זיי געגאנגען און אויפגעזיכט שלמה פון ישיבה און עם אויך פארכאפט.

ביז דא איז די הוספה צו די מעשה.

יעצט לאמיר אריינטראכטן אביסל, ווער זענען די גרעסערע רוצחים און פושעים? פארשטייט'צעך די ברודער, וואס האט נאך צוגעהאלפן צו די'ע רציחות,
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

שער בלאט פונעם ספר "פשעי הציונית בהשמדת הגולה" פון אוצר החכמה.
דער שרייבער איז בכלל נישט קיין סאטמארער

ספר פשעי הציונית .jpg
ספר פשעי הציונית .jpg (47.27 KiB) געזען 1192 מאל
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:אויף די דייטשן ימ"ש איז דא א גאנצע גערעדעכט'ס אויב זיי הייסן 'עמלק', רוב שיטות איז אז זיי זענען מזרע עמלק, שטייט אין עפעס א גמ' דענקיך נישט ווי: 'גרממיא' של אדום שאילמלא הקב"ה מניחן הם הולכין ומכלין את העולם וכו' (עפעס אזוי), יש גורסין 'גרמניה', און אסאך האלטן אז זכור את אשר עשה לך עמלק גייט ארויף אויף די דייטשן... וי"א אז סי' מוז נישט זיין אזוי...

viewtopic.php?p=1980076#p1980076
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

פעלט פון די מעשה אז איזי האט געשיקט די רויבער...
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
איין זאך טאמער מעג איך פארשטיין.

אויף די דייטשן ימ"ש איז דא א גאנצע גערעדעכט'ס אויב זיי הייסן 'עמלק', רוב שיטות איז אז זיי זענען מזרע עמלק, שטייט אין עפעס א גמ' דענקיך נישט ווי: 'גרממיא' של אדום שאילמלא הקב"ה מניחן הם הולכין ומכלין את העולם וכו' (עפעס אזוי), יש גורסין 'גרמניה', און אסאך האלטן אז זכור את אשר עשה לך עמלק גייט ארויף אויף די דייטשן... וי"א אז סי' מוז נישט זיין אזוי...

אבער, אויב מעג איך פרעגן, זענען די ציונים מזרע עמלק? איז מען מקיים דעם זכור מיט דעם? (אפשר מיינט מען די קליפה פון עמלק... אולי...)
אדרבה כ'וועל זיך פרייען טאמער וועט מער איינער אויפקלערן דאסוואס אפאר האבן שוין געשריבן אויף דעם אשכול דעם 'עמלק' טיטל אויף די ציונים?!

סאטמאר רב זצ״ל ברענגט נאך א מכתב פון ר׳ אלחנן וואסערמאן וואס האט געהערט פון זיין רבין דער חפץ חיים אז די ציונים זענען נזרע עמלק

דאס איז חוץ וואס דער רבי ברענגט אסאך אראפ די רשבא בענין זה אז זיי זענען מנשמת שין דלתין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
אבער, אויב מעג איך פרעגן, זענען די ציונים מזרע עמלק? איז מען מקיים דעם זכור מיט דעם? (אפשר מיינט מען די קליפה פון עמלק... אולי...)
אדרבה כ'וועל זיך פרייען טאמער וועט מער איינער אויפקלערן דאסוואס אפאר האבן שוין געשריבן אויף דעם אשכול דעם 'עמלק' טיטל אויף די ציונים?!

רביה''ק מסאטמאר בספרו הקדוש עה'ג ועה''ת, ברענגט אין נאמען פון הגה''ק ר' אלחנן וואסרמאן זצ''ל וואס האט נאכגעזאגט בשם רבו החפץ חיים זצ''ל אז די ציונים זענען ''עמלקים אמתיים''

און דאס איז דאס לשון פון ר' אלחנן זצ''ל אין איינע פון זיינע מכתבים.
''מעת שפרקנו עול התורה ממנו שרצו זרע עמלק בתוכנו ונתרבו בינינו המומרים להכעיס כמו היבסקציה הנמצאים לא לבד במדינה האדומה, כי אם בכל תפוצות ישראל, מקצה הארץ עד קצה הארץ וגם בארץ הקודש, אשר המתייוונים שמה הן אותם היבסקציה בעצמן ואין שום הבדל ביניהן, רק שאלו כותבים בז'רגון יידיש ואלו כותבים ומפטפטים בז'רגון עברי, אבל על הללו והללו נשבע הקב"ה שאין שמו שלם ואין כיסאו שלם עד שימחו מן העולם... הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם, מוריהם ומדריכיהם, כתבניהם ודרשניהם – אלו הם מזרע עמלק העומדים בראש צבאותיהם להילחם נגד הקב"ה, בארץ הקודש רודפים באף ובחימה נוראה את המחזיקים בתורת ה', ולו היה הכוח בידם, היו הורגים אותם ממש''

אזוי אויך אין זוהר הקדוש ווערט כמ''פ געברענגט אז בעקבתא דמשיחא וועלן די ערב רב וואס זענען מזרע עמלק אויף שטיין אויף יודן און ווערן זייערע מנהיגים און מ'וועט געפערליך ליידן פון זיי ''עד דישיצי יתהון קוב''ה מן עלמא'' בביאת הגואל.

מיום היתה ישראל לגוי, איז נאך נישט אויפגעשטאנען אזא כת וואס האט אזויפיל אפגעטוהן פארן כלל ישראל ברחניות ובגשמיות, סיי פארן קריג וואס אין די אלע שטעט ווי די רוח הציונות ולאומיות האט געבושעוועט זענען די גאנצע יוגענט אלפים ורבבות אראפ פונעם יודישן וועג כידוע לכל. און סיי נאכן קריג מיט ילדי תימן וטעהראן און אין די אלע קיבוצים ווי מ'האט אויסגעריסן פון גאנצע דורות יעדן זכר פון אידישקייט מיט אזא שנאה תהומית, מיט בשר החזיר והשפנים וואס מ'שטאפט זיי, געשטאכן אויף יריעות פון ספרי תורה כידוע לכל. און ווער רעדט נאך פון די בגידה נוראה בשעתן קריג פון שיקן אויף הפקר בזדון ובשאט נפש מליאנען מאחינו בני ישראל צו די שרעקליכע תאי הגזים און די כבשונות השריפה רח''ל. ווער רעדט נאך פון די אבות הציונות ווי הערצל ימ''ש ודומיו וואס האבן קלאר און אפן געשטעלט זייער ציהל אפצומעקן תורת ישראל מעל עם ישראל.

די אלע פאקטן איז זייער גוט באקאנט. נו איז דען בכלל א שאלה צו זענען די ציונים מזרע עמלקים? איי זיי זענען געבוירן צווישן אידן? איז דאך שוין דא דער באקאנטער טורי זהב אויף די ברכה שלא עשני גוי וואס דער רבי זצ''ל ברענגט כמה פעמים בספה''ק

נו ווער זאגט טאקע אז זייערע נשמות זענען מזרע עמלק? זייערע מעשים פון די לעצטע הונדערט און צוואנציג יאהר, זאגן און זענען מעיד על עצמם יותר ממאה עדים, אז זיי זענען די ריכטיגע עמלקים פון וואס די תוה''ק און דער זוה''ק רעדן, וואס זענען מעולם געווען א רצועה מרדות לישראל,
זרע מרעים בנים משחיתים פונעם נוקבא דסטרא אחרא אמן דערב רב, וואס זענען שוין ליידער מעכב גאולתינו ופדות נפשנו זה יותר משבעים שנה. און אויף זיי זאגט דער פסוק ''מלחמה לה' בעמלק מדר דר'' מדורו של משה עד דורו של משיח שיבוא במהרה וילחם עמהם ויעבירם ויבטלם מן העולם בב''א
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

דא האסטו נאך א ספר וואס איז מאריך וועגן דעם שרעקליכן ענין
דער מחבר איז אויך נישט "חשוד" אויף סאטמאר
עיין שם ותמצא פחד פחדים
שנפלד.bmp
שנפלד.bmp (61.93 KiB) געזען 1046 מאל
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:פעלט פון די מעשה אז איזי האט געשיקט די רויבער...

קען זיין אז עס איז א זאך וואס איך ווייס נישט,

אבער לפי ידיעתי האבן די ציונים נישט געשיקט די נאציס נאר זיי גערייצט ווען עס איז שוין געווען אינמיטן די רצחות,

אויב ווייסט איינער אנדערש ביטע אנצייכענען.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

גיט האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:פעלט פון די מעשה אז איזי האט געשיקט די רויבער...

קען זיין אז עס איז א זאך וואס איך ווייס נישט,

אבער לפי ידיעתי האבן די ציונים נישט געשיקט די נאציס נאר זיי גערייצט ווען עס איז שוין געווען אינמיטן די רצחות,

אויב ווייסט איינער אנדערש ביטע אנצייכענען.

שטימט בכלל נישט אין היסטאריע, פאר ווער עס ווייסט
די ציוני'סטישע בויקאט אין אמעריקא אויף דייטשע פראדוקטן איז געווען נאך איידער די רציחות האבן זיך אפילו אנגעהויבן, עס איז נאר געווען פארדעם רדיפות און גזירות אקעגן אידן (איך ווייס נישט אויף זיכער, אבער איך מיין אז קריסטאל נאכט איז געווען נאכדעם, אז איינער ווייסט קלאר זאל ער שרייבן), און ווי איינער פון דעם אשמדאי ימ"ש'ס נאנטע שרייבן אין זיין טאגבוך אז ווען עס איז אנגעקומען די ידיעה צו דעם אשמדאי אז די ציונים האבן באקאטירט דייטשלאנד האט ער זיך אראפגעווארפן אויף דער ערד און געביסן דעם קארפעט און געשריגן 'יעצט וועל איך זיי ווייזן, איך וועל זיי אויסראטן וכו'', ימח שמו וזכרו לעד ולנצח נצחים.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

גיט האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:פעלט פון די מעשה אז איזי האט געשיקט די רויבער...

קען זיין אז עס איז א זאך וואס איך ווייס נישט,

אבער לפי ידיעתי האבן די ציונים נישט געשיקט די נאציס נאר זיי גערייצט ווען עס איז שוין געווען אינמיטן די רצחות,

אויב ווייסט איינער אנדערש ביטע אנצייכענען.

שוידערליכער "בונד" נאך פון די תר"צ יארן צווישן די ציונים און די נאציס ימ"ש! ביידע פראקציעס וועלכע האבן געהאט איין געמיינזאמער ציהל: עס זאל נישט בלייבן ח"ו קיין שם ושארית פון אידישן פאלק רח"ל היל"ת

https://www.jstor.org/stable/2536016?seq=1

Annotation 2020-01-27 115801.jpg
Annotation 2020-01-27 115801.jpg (190.09 KiB) געזען 959 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינפאכער איד אום מאנטאג יאנואר 27, 2020 11:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

זענדל האט געשריבן:דא האסטו נאך א ספר וואס איז מאריך וועגן דעם שרעקליכן ענין
דער מחבר איז אויך נישט "חשוד" אויף סאטמאר
עיין שם ותמצא פחד פחדים
שרופי הכבשונים מאשימים.jpg
שרופי הכבשונים מאשימים.jpg (50.22 KiB) געזען 965 מאל

הרב זענדל הי"ו, איר וועט מיר געוויס מוחל זיין אויב איך לייג איבער דעם דעקל פונעם קונטרס אויף א גרעסערן פארמאט כדי ס'זאל זיין קלאר און ליינבאר.
אויך לייג איך צו איין בלעטל אינמיטן פונעם ספר אלס א דוגמא פון די פילע האר-אויפשטעלנדע פאקטן וואס הרב שענפעלד ז"ל ברענגט דארט אינעם קונטרס.

שרופי הכבשונים.jpg
שרופי הכבשונים.jpg (156.88 KiB) געזען 965 מאל
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
גיט האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:פעלט פון די מעשה אז איזי האט געשיקט די רויבער...

קען זיין אז עס איז א זאך וואס איך ווייס נישט,

אבער לפי ידיעתי האבן די ציונים נישט געשיקט די נאציס נאר זיי גערייצט ווען עס איז שוין געווען אינמיטן די רצחות,

אויב ווייסט איינער אנדערש ביטע אנצייכענען.

שטימט בכלל נישט אין היסטאריע, פאר ווער עס ווייסט
די ציוני'סטישע בויקאט אין אמעריקא אויף דייטשע פראדוקטן איז געווען נאך איידער די רציחות האבן זיך אפילו אנגעהויבן, עס איז נאר געווען פארדעם רדיפות און גזירות אקעגן אידן (איך ווייס נישט אויף זיכער, אבער איך מיין אז קריסטאל נאכט איז געווען נאכדעם, אז איינער ווייסט קלאר זאל ער שרייבן), און ווי איינער פון דעם אשמדאי ימ"ש'ס נאנטע שרייבן אין זיין טאגבוך אז ווען עס איז אנגעקומען די ידיעה צו דעם אשמדאי אז די ציונים האבן באקאטירט דייטשלאנד האט ער זיך אראפגעווארפן אויף דער ערד און געביסן דעם קארפעט און געשריגן 'יעצט וועל איך זיי ווייזן, איך וועל זיי אויסראטן וכו'', ימח שמו וזכרו לעד ולנצח נצחים.

דעמאלס דארף מען טאקע טוישן אז איזי האט געשיקט די רויבער.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

אוי באשעפער, רחמים!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

געוואלד און געשריבן, כ'זעה דא אפאר אידן וואס האבן נישט קיין אהנונג בחייכון וביומיכון ובחיי דכל בית ישראל אין היסטאריע פון די קריג (חוץ פון ציונות...).

איך אנטלויף באציינט'ס...
(אויף דערווייל...

נאך דא אסאך וואס צו שמועסן, וואס מיינט א 'נאצי', 'מיין קאמפף', 'אושוויץ' און אלעס ארום, די שרייענדיגע שווייגעניש פון די וועלט, און 'פאקטן' (ד"מ נישט השקפה אדער השערות) פון די פשעים פון די ציונות,

כ'האף כ'וועל האבן צייט און געדולד,
און אין קורצן... עוד חזון למועד)
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

הויעך האט געשריבן:מוראדיגע און אמתדיגער ארטיקעל.
שכויעך נאר בשמחה פארן עפענען די אויגען, ווען מרעדט זיך איין אז די אלע וועלט פירער האבן אונז אזוי ליעב.

אז מרעדט שוין יא טאר מען נישט פארגעסן פון די פעלקער וואס האבן יא געהאלפן די יודן
רומעניע ווי דער קעניג אליין האט זיך אנגעטוהן א געלע לאטע
דענמארק ווי מהאט געראטעוועט די יודן מיט די פישער שיפלעך
אלבעניע מיין איך האבן אויך די גוים נישט געלאזט טשעפענען זייערע יודישע שכנים
ועוד זאלן די היסטאריקער ציווייזען

צום ערשטנ'ס שכויעח, פאר דיר און פאר אלע באדאנקער'ס וכו'.
(כ'בין דא צוריק...)

ס'שטייט (זוי הייבט מען אן א דרשה, ניין?), "רבי מחייב את העשירים, הלל מחייב את העניים', ד"מ מ'זעהט ווי רבינו הקדוש האט דערגרייכט טראץ זיין עשירות, און הלל הזקן טראץ זיין עניות, דאס איז מחייב אונז אלע רייכע מענטשן צו ארעמע, צו תורה און עבודת ה'.
לענינינו, דעס אז ס'געווען 'חסידי אומות העולם' איז א פאקט וואס מ'דארף באטאנען, מ'דארף שעצן די אלע גויים וואס האבן (רוב מאל) מיט מסירות נפש געראטעוועט אידישע קינדער.
כ'האב געהערט אמאל א נאמער וויפל אזוי גערופענע 'חסידי אומות העולם' זענען איינגעשריבן אויפציעל אין היסטאריע בוך, כ'געדענק נישט וויפל, אבער ס'איז ממש כטיפה מן טיפה מן הים אטנקעגן די גויים בכלל און די רציחות פון די גויים בפרט.
פארקערט, דעס אז ס'יא געווען גויים וואס האבן געראטעוועט אידן, דעס איז די גרעסטע מחייב פאר אלע פעלקער וואס האבן אונז געלאזט אויסגיין. ווייל די'ע חסידי אומות העולם האבן אויפגעוויזן אז ווער ס'האט געוואלט האט געקענט.
איך רעד דא סיי פון די גויים וואס האבן באהאלטן אדער געהאלפן באהאלטן אידן, אדער כאטש נישט געמסר'ט פאר די נאצים אדער אליין געהארגעט (וואס דאס איז געווען ליידע א שטייגער), און סיי פון די מדינות וואס האבן יא געהאלפן 'אביסל'.
כ'וועל צולייגן, איינער ('קארן'...) האט דא שוין געשמועסט וועגן ענגלאנד (אויף ענגלאנד אין א באזונדערן תגובה, אי"ה..) וואס האבן געראטעוועט טויזנט קינדער וכו', [גראדע, איינער פון די קינדער איז רבינו הגדול כ"ק ירושליימ'ער רב שליט"א לרפו"ש...], איז דעס וואס מדינות האבן יא אריינגענומען א גאר קליינע קבוצה אידן און געראטעוועט, וואס דעס האבן זיי געמוזט טוהן, מ'איז דאך אזא גוטע וואוילע וועלט, אבער דעס איז די גרעסטע וויי געשריי פארוואס זיי האבן נישט געלאזט בשום אופן מער פון די'ע קליינע רשימות, וואס יעדער האט געצאלט כל הון דעלמא צו ווערן אין דעם אריינגערעכנט,
ווען סי'הערשט אזא פייער אין אייראפע, און דערווייל קעמען אנטלויפן, פארוואס פארמאכט מען זי די טיר? פארוואס שיקט מען צוריק אלע שיפן אין פייער אריין? וואס איז די אומפארשטענדליכע עקשנות??
..........................
און יעצט צו פאקטן,
די מדינה וואס האט באוויזן די מערסטע צו ראטעווען די אידן (און די'ע 'מערסטע' איז אויך נישט צו סאך) איז האלאנד, וייזכר שמם לטובה וואס אין די'ע לאנד איז געווען זייער אסאך חסידי אומות העולם וואס האבן מיט מס"נ געראטעוועט אידן.
וואס דו שרייבסט וועגן ראמעניע? כ'ווייס נישט וואס דו שרייבסט, כ'דארף עס אביסל דורכטוהן..., אבער דאס ווייס איך אז אין ראמעניע איז געווען די 'ערגסטע' (נישט די מערסטע) מיתות משונות, הונדערטע טויזנטע אידן זענען גערצח'עט געווארן אויף וועגן וואס מ'קען פשוט נישט באטאנען (ווען כ'האב עס געליינט, האביך נישט געקענט שלאפן מער נעכט ווי נאכן ליינער די שרעקליכע מעשה'ס פון אושוויץ...), כ'האב שוין דערמאנט אויבן די השגחה עליונה ווי אזוי האלב ראמעניע זענען געבליבן לפליטה (און געווען א עיר מקלט פאר אסאך אידן און באוואוסטע רבנים וואס זענען אנטלויפן פון אנדערע פלעצער...). אין ראמעניע איז געווען די סארט רציחות פון ת"ח ת"ט, אן קיין חשבונות און אן קיין סדר, ממש ווי די אלטע פארשאלטענע פראגראמ'ען, און דרך אגב, די ערשטע פלאץ ווי ס'איז פארגעקומען א אידן פאגראם ביי די קריג יארן (אזוי אויך די ערשטע מאל וואס מ'האט געהערט פון שטארבן אין א באן וואס איז געפארן אהין און צוריק אפאר טעג ביזו ווען אלע זענען אויסגעגאנגען רח"ל הי"ד - דעס האט מען געטוהן פאר די'ע וואס האבן נישט אנגעיאגט צו שטארבן ביז דארט הי"ד...) איז געווען אין ראמעניע, אין שטאט יאסי, ווי ארום צען טויזנט אידן זענען געהארגעט געווארן דורך 'די אפציעלע מיליטער' און בשליחות פון די פיהרער פון לאנד (דענק איך נישט יעצט זיין פארשטאלטענען נאמען ימ"ש), דעס איז נאך געווען דאכט'צעך מיר פאר די ת"ש יארן, (ראמעניא איז א לאנגע געשיכטע פאר זיך), און ווען נישט די ביטערע קריג וואלט עס געווען א אומפארגעסנע געשעהניש...,
דעס וואס דו שרייבסט אז דער קעניג אליין האט זיך אנגעטוהן א געלע לאטע, אדער איז עס געווען סוף קריג ווען ער האט'צעך געוואלט ריין מאכן פאר די וועלט, אדער האסטו א טעות געהאט מיט א צווייטן לאנד, (כ'וועל פראבירן זיך אינטרעסירן...)...

דענעמארק דארף מען אויך באצייכענען, ווי מ'האט געראטעוועט אסאך אידן אינטער די נעגל פון די נאצי, דורך די פישער שיפלעך.
וועגן אלבעניע געדענק איך נישט.
אבער אין איטאליע למשל איז אויך געווען א תקופה ווי מ'האט אראפגעשמוצט דעם פארשאלטענעם ארכי רוצח מוסלעמיני ימ"ש פון בענקל, (וואס האט'צעך איינגעשלאסן מיט היטלער ימ"ש זיין בעסטער חבר... אינעם מלחמה), די פאלק האט ווידערגעשפעניגט אין די דייטשן, אבער דעמאלט'ס האבן איינגענומען די דייטשן דעם לאנד און די גורל פון די אידישע קינדער איז גלייך פארחתמ'עט געווארן ליידער רח"ל, (זיי האבן צוריקגעשטעלט יענעם ימ"ש וואס איז געווען אינטער זיי, ביז סוף מלחמה ווען די מענטשן אין לאנד האבן איהם גערצח'עט און אויפגעהענגט אינמיטן הויפט שטאט, כן יאבדו כל אויבך ה').
ס'איז קלאר, אז מיט די דייטשן האט מען נישט געקענט מאכן שטיקלעך..., זיי זענען נישט געווען קיין מענטשן וואס מ'קען האנדלען מיט זיי, און טאמער יא, איז עס מיט געווען מיט טיפע שטיקלעך (אי"ה אין אן אנדערן תגובה...), איז כמעט נישט געוועזן שייכות פאר א איינגענומענע לאנד 'נישט מסכים' זיין צו זייערע רצונות, און ביי די ליסטע פון זייערע פאדערונגען איז געווען אלעמאל די ערשטע די אידן.

עד כאן אויף היינט.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:דעס וואס דו שרייבסט אז דער קעניג אליין האט זיך אנגעטוהן א געלע לאטע, אדער איז עס געווען סוף קריג ווען ער האט'צעך געוואלט ריין מאכן פאר די וועלט, אדער האסטו א טעות געהאט מיט א צווייטן לאנד, (כ'וועל פראבירן זיך אינטרעסירן...)...

דענעמארק דארף מען אויך באצייכענען, ווי מ'האט געראטעוועט אסאך אידן אינטער די נעגל פון די נאצי, דורך די פישער שיפלעך.
[/quote]
עס איז געווען די קעניג פון דענמארק וואס האט זיך אנגעטון א געלע לאטע
צעקה בקול דממה דקה
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”