מחשבות פון אונטערן טלית

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

מחשבות פון אונטערן טלית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

לכבוד מיין 500'סטע תגובה, (וואסי די כבוד?)

___________________

זיץ איך מיך אזוי באקוועם, איינגוויקלט אינעם ווארעמען טלית ווי א שטיקל פלייש אינעם קרעפל, פארזינקען אין מיינע שמחבות, יעדע פאר מינוט געב איך שאקל מיטן קאפ פאר מיין שכן תלי וואס דערציילט מיר זיינע וועכענטליכע איבערלעבענישן וואס ער האט אלס מיטגעמאכט דרייווענדיג זיין באס אין וויליאמסבורג.. ער לייגט אראפ איין מעשה נאכן אנדערען בטוב טעם ודעת אזש מנחם מענדל קען זיך קומען לערנען ביי איהם ווי צו ריכטיג דערציילן א מעשה...

ב''ה א באקוועמע פלאץ ביי דרום, די מקוה איז געווען פיין היינט צופרי, די קאווע איז געלונגען, הכנות בעסער ווי געראכטן, די בעל תפילה איז געווען זייער גוט נישט געצויגן נישט געכיפערט, א פיינע סעודה ווארט מיך אינדערהיים, און יעצט זיץ איך ביים לייענען און כ׳הער אויס תלי... וואס קען זיין בעסער? ס׳האט זיך געשפירט ווי מיין לעבן איז פערפעקט!

ביז...

ס׳געקומען די מינוט וואס אלעס האט זיך געטוישט... מיין לעבן וועט שוין קיינמאלש זיין די זעלבע זייט איך האב געהערט דעם געשריי:

מי שברך אבותינו.. בערעבערעבערעברעברבערעבערע הוא יברך עעעעעעעעעס......... עעעעעעעעעס....

שמארטיק בן פארטיג! בעביר שיעלה להגבהת התורה!!!

ועעעעעעס... הע? ועעעעעעס נא.. הע? עה הע.. נו? יענקל וויזוי הייסט דיין בחור?...

מער האב איך שוין נישט געהערט... איך בין געבליבן זיצן פארפרוירן ווי א דורכגעווייגטע ראול טישאס וואס איז נארוואס אַרויסגעשליידערט געווארן פון א איגלו אין אנטארקטיקע...

ווען די רביצין וואלט ווען אריינקומען אין שוהל און געמאכט א טאמבל סאוס, וואלט איך נישט געווען אזוי שאקטירט ווי יעצט...

הגבה.... שמארטיקל האט נישט ליב צו באקומען הגבה!! די גבאי ווייסט עס פון דעי 1!! די גאנצע בעסמעד ווייסט עס. שמארטיקל ברויך נישט קיין הגבה. שמארטיקל האט נאך קיינמאל נישט געקריגן הגבה.

אזוי ווי די סדר איז אז הגבה גיט מען פאר א ג'מאנטשיק (ווייל מסתם איזער א גיבור, ניין?) האבעך שוין פמה כעמים געזאגט פארן גבאי'ן ב'חיימנחם, געמיך וואדי ווילסט, נאר איין זאך בעטעך רעטעך דיך ברחמים ובתחנון: געמעכיש קיין הגבה! און 6 יאר האטער זיך טאקע געהלטן דערצו, אבער היינט האט ער געבראכן זיין הייסע ציזאג, ער וויל מיך צופיקסן צו וואס? וואס וועט דא זיין רבוש''ע???

ש'טא צופיל צייט צו טראכטן, אומזיסט האביך זיך געפרואווט איינרעדן אז אט אט וועק איך זיך אויף פון א בייזער חלום, מיין שכן זעצט שוין מיטן עלבוי, שמארטי! דו גאנצע ס'מדרש ווארט!

ברית בלילה הויב איך זיך אויף מיט א זיפץ.. איך שפאציר דורך דעם קורצן וועג בעוד קברת ארץ (ב׳ פשטים) וואס האט פלוצליג אויסגעזען לענגער פונעם וויליאמסבורג בריק.. ס'טלית מיינער איז שטייצעך געבליבן געפאנגען אינטערן שכןס באנק מיטשלעפנדיג מיין קאפל...
מיין קנעפל פארהאנקעט זיך אין שמעלקי׳ס פאה. יואלי׳ס קנעפל אין מיין גארטל... אלעס אויפן לאנגן וועג צום בלעמער, יעדעם׳ס אויגן פון גראב ביז פיצי באגלייטן מיין גאנצן דרך (עכ''פ אזוי האבעך מיך איינגערעדט...)

יעצט הייבט זיך אן די פוקח'סדיגע קאמענדס, גליקע געדאקען פון גליקע לייט,

תלי זאגט ס׳א שווער ספר... (שכח פאר די קאנפעדענס, ס׳עט מיר צוניץ קומען...)

לייבוש צייגט מיר פון דערווייטענס א פויסט, ווי איינער זאגט מ׳ברויך דא האבן שטארקע מאסעלס!

טובי' רוימט מיר אריין אין אויער, ביסט רעדי פאר די טשעלענדש?

כ'זעה פון דערווייטענס מ'אלעמען באקאנטן צכ'קייזיק, אקעי וועכע גוטס גייט ער היינט ארויסקארנען... אבער עץ מיינטס טאאקע צכ'קייזיק האט געווארט ביז איך שפרייז דורך זיין פלאץ? א מכה! ער שרייט שוין פינדערוויטענס זיין גוטס, ווארום ער וויל דאך מהנה זיין נאך אידן.. האלאו! משפטים איז א שווערע פרשה! ביסט זיכער העסטעס קענען מאכן?! זיינע ארומיגע האבן ווי געזען זיין געברויך און האבן איהם צוגעטיילט א שטילע געלעכטער, מאכנדיג מיר רויטער און רויטער פון טריט צו שריט...

נתי האלצעך פארן גוט-זאגער, ער גײט נישט ס'טיטל אזוי שנעל אַוועק פאר צכ'קייזיק, לייגט ער שנעל צו דברי חכמה: כ'האף האסט מיגעברענגט בלעכענע הויזן! כיכיכי.. כעל באלד לאכן..

שלומי זאגט, האלאו, שבארטי! פאגעס דיש ביך צו געבד א בי שברך!!
פאר א רגע כביברא טראכט איך איבער צו דער בעל הגבה טיילט טאקע מי שברך׳ס? כ׳געדענק נישט גארנישט פון הגבה!! געוואלד!!

פון די ווייטענס זעה איך שוין שמיי לייב מיט בערל וואס זיצן נעבן באלעמער דיכענען אויף מיר ווי א מאמע לייב וואס לאקערט אויף א פארציקונג, ס׳קוקט אויס ווי זיי גרייטן זיך צו א מלחמה, זיי שארפן זיך שוין די נעגל רעדי זיך צו ווארפן אויפן קרבן אין אן אויגן בלינק... ס׳ווילן זיי פון מיר? טרייעך צו כאפן,

ענדליך שטעל איך צאם די פאזעל וואדא גייט 4...
שמיי לייב וואס באמערקט אייביג אלעס, ער גלייכט זייער דער תפקיד פון אוועק געבן זיין בענקל פארן בעל ההגבה, און צו מיין שלעכט מזל איז עס איהם געלונגען דאס מאל, ער האט אויסגעכאפט בערל וואס האט אן אנדערע תאוה, נעמליך צו געבן א שטיפ ארויס דאס באנק זיינעם פארן הגבה מיט א אימפעט ווי א שארק וואס יאגט זיך צו זיין נארוואס אנדעקטן נאכטמאל...

איי וועט איר פרעגן, וואס שטערט מיך צו באקומען ס'בענקל? איזעס דעיניש באקוועמ(ט)ער פון א באנק? דאס צו ענטפערן דארפט איהר קודם קענען שמיי לייב.

אז כ'וואלט געזאגט אז שמיילייב מאכט נישט צו ס'אויבישטע קנעפל פשוט ווייל ער קעניש, קלאטשט נישט ביים זינגען ווייל די רעכטע האנט זיינעם קעניש ריטשן ס'לינקי, נעמט צוויי האנטוכער אין מקוה פלעין ווייל איינס קאווערט נישט אלעס, אויב וואלט איך דאס געזאגט אויף איהם וואלט איך איבערגעטריבן ממש א משהו... פארשטייט איהר שוין אליין אז ווען שמיילייב דערהויבט זיך פונעם אומשילדיגן בענקל (מיט אן אימפארשטענדליכן זריזות) נאכן הויערן דערױף א גאנצן ליבן לייענען, בלייבט איבער א רשימה דשמיילייב אז מ'קען דערויף מאכן אייערשפייז תיכף נאכן אראפקום, ניטאמאל אויל דארף מען גיסן ביפאר, אלעס איז אנגעגרייט דארט...

יעצט איז דער אויסגעמאטערטע בענקל מיוחד געווארן פאר מיר...

אבער הלוואי וואלט דאס געווען מיין איינציגסטע זארג... איך כאפ א בליק אויפן אלטן ריזן ספר תורה און ס׳ווערט מיר קאלט און ווארעם... וויזוי גיי איך מיך א עצה געבן מיטן הגבה ווען איך ווייס נישט די ערשטע זאך פון אט דעם חכמה ומלאכה? כ'טריי מיך צו דערמאנען אויב מיין חתן רבי לעבן האט עפעס גערעדט דערפון, אבער גארנישט שווימט נישט ארויף אויפן זכרון... פארוואס? פארוואס לערנט מען דאס נישט אויס פאר יעדן חתן? טראכט איך מיט ביטערפליג, שטאט'ס לערנען אז מ'דארף דעם ווייב קויפן פרעזענטס, קעמען דאך לערנען וויכטיגע זאכן וואס איז באמת נוגע אויף למעשה...

איך שעפשע א תפילה צום רבוש''ע אז איך זאל עטליעסט אנקומען צו מיין פלאץ מיט גאנצע איברים, און מ'גיימער צו צום ענין... א קוש מיטן טלית אויפן ספר, און מיט א הארץ פול מיט האפענונג הייבעך אהן...

וואס זאל כ׳ענק זאגן רבותי, ס'באמת געווען א שווערע אויפגבאי, (אויף מיר, נישט אויף גבאי) ווי נאר מיינע צוויי הענט האבן אנגעכאפט די צוויי לעבעדיגע העלצער איז מיין טלית (שטייצעך שטייצעך!!! וואדען?) אראפגעפאלן פון די אקסלן מיינער, אזוי אז כאב אויסגעזען ווי א גאוסט... (איינער ווייסט פון וואס כ'רעד?)


יעצט דארף איך אויפראולן דעם ספר, כ'טרייעס צו מאכן די שמאלסטע פאסיבל, אבער ב'חיימנחם שטייט דארט ווי א סקעירקראו אויפן פעלד, ''דריי עמידים'' ברומט ער ארויס, שוין, האבעך שוין עפעס געלערנט היינט...

איך טריי מיך אנצוגארטלן מיט קאנפידענס, (א עכטע גארטל האבעך שויניש געהאט עט דעט פוינט) כ׳געב אהייב אויף דעם ספר מיט אַלע כוחות!! מאנכע האבן שוין אפילו אנגעהויבן וזאת התורה אשר שם משה...!! אבער גאר שנעל האבן זיי איינגעזען אז זיי האבן פריצייטיג דערקלערט זיג... די ספר האט צוריק געלאנדעט אויפן באלעמער ווי א קינד וואס פלאצט אראפ וויינען אויפן פלאהר נאכן אפלערנען אז די לאלי וואס באבי האט געגעבן ברויך מען אוועק לייגן אויף שבת...

די רעכטע האנט האט טאקע מצליח געווען אויפצוהייבן פרשת בראשית און חצי שמות, אבער די לינקע זייט ז'געווען דער וואס האט ערשט געטראסקעט, מיטשלעפענדיג ס'רעכטע...די חברה וזאת התורה זאגערס זענען צוריק שטיל געווארן מיט א שטילקייט וואס האט איינגענומען ס'גאנצן ארום, א שפאנונג האט געהערשט אין ס'מדרש א'מאט געקענט שניידן סלייסעס..

כ'בין געווען פארלוירן, ווי א שטיקל מייזן אפפאל אין א פישקע ספרינקעלס..

און פליצלינג, איז די גאנצע עולם געווארן מיינע גוטע פריינט...

שלעפעס קודם ארויס א טראפ!

בייג א משהו איין די קניען!

פאוקעס דיין ענערדשי אויף דיין טשעסט!

אטעם אריין טיף!

קריעיט א בעלענס!

שטיי וואס נענטער צום בלעמער!

וואס?! כ'בין געווארן געפערליך צומישט, כ'האב געפילט ווי א באטערפליי וואס האצעך פארבלאנדשעט אין א פען פעקטארי...

אקעי, כ'וויל נישט פארשאלטן ווערן מיטן ארור אשר לא יקים את דברי התורה הזאת, פארצווייפלטערהייט טרייעך נאכאמאל מיט אלע גוטע עצות.. און, ך'השם, ס'געלונגען! איך שטיי מיטן ספר אין מיינע צוויי הענט ווי א Wינער! אקעי ס'וואקעלט צעך אביסל.. אבער איי דיד איט!!

וואס דיד איט ווען דיד איט?? שטייעך אזוי מיטן ספר תורה אין די הענט ווי א נער אויפן מארק, קיין אהנונג וואס מיין נעקסטע סטעפ גייט זיין... אה, כ'ווייס שוין וואס כאצו טוהן, מ'דארף זיך דרייען... נאכא מייזל כאמעך רעדמאנט! אבער באשעפער 1ציגער! וויזוי דרייט מען זיך (ארויס פונעם פלאנטער)???

כ'דערמאן זיך אז מ'ברויך זיך דרייען רעכטס און לינקס, אקעי נאו פראבלעם, רעכטס און לינקס.

וועלעכע זייט קודם? ס'הייסט וועכעלע? א איד גייט רעכטס! אקעי אבער אפשר מיינטעס אז די אידן פון די רעכטע זייט דארפן קודם זען די כתב, ד.ה. אז איך דארף מיך דרייען לינקס קודם... עפעס א מחלוקה איז דא ביי בואי בשלום, גיי געדענק...

ש'טא קיין צייט צו טראכטן, כ'הייב מיך אהן ספינען ווי א דריידל, זאל יעדער זען וויפיל ער וויל!! הערשט ווען כ'האב שוין געזען דעם רב צום דריטן מאל מיט ברייט צועפענטע אויגן, האבעך צוביסלעך אפגעשטעלט מיין שנעלעם געלאפ, געבענדיג עקשעלע א טשענס פאר יעדעם צו ליינען א שורה מיט די פינקי פינגער.

כ'וויל מיך שוין אראפזעצן אבער איין איד, אזא דערציילונג פון צדיקים איד, פאכעט מיטן נאנא פינגער צו מיין ריכטונג, וואס וויל ער פון מיר? ער צייגט מיך איין מינוט אויף שטום שפראך ר'האט נאכיש געפארטיגט לייענען זיין גאנצע פסוק און ס'קען זיין א שאלה פון כ'ווייס ניש וואס... א צווייטער מיז טרעפן אלע אותיות פון זיין נאמען, אזוי ווערט געברענגט ערגעץ, פארשטייסט, דערפאר דארף איך ליידן...

מיין הענט טוט שוין וויי! סאל מיר נאר נישט אומפאלן דא, כאניש קיין כח צו פאסטן...

ענדליך זעצעך מיך אראפ. מיינע הענט וואקלען זיך נאך ווי א קאנסטראקשען דרילער אויפן גאדער, כ'האלט נאך פעסט דעם ספר, ווארטענדיג אויפן גלילה בחור'ל... (ער באקומט די עיקר שכר, גיי פארשטיי.. שוין, כ'מיין די ערוך השולחן וואונדערט זיך פונקט ווי מיר...)

איין בליק אויפן אומשילדיג קינד האט מיך אביסל בארויגט, צרת רבים חצי נחמה... יעצט הייבט די עולם אהן פאוקעסן אויפן בעל מפטיר, כ'אטעם אפ אביסל... דאסמאל האט בערל אויסגעכאפט שמיי לייב וואס שטייט נעבעך, און מיך געברענגט א סידור אויפגעמישט צו אשרי, שיין פונעם. ער טרייט מיך צו בארואיגן, כ'בין אויך אמאל געווען א ביגינער, זאגט ער, היינט איזת א פיעס אוו קעיק! wow כ'קוק דיך ארויף יעצט! (פשוט ווייל איך זיץ און דו שטייסט)...

יעצט הייבצעך אהן די קישן צערעמאניע... אלע קומען קישן די ספר תורה, די פראבלעם אינאר, אז כ'וויל זען ס'פנים פונעם קישער ממש פארא ספליט סעקאנד, און דער קישער וויל מיך זען, אבער אנשטאט איך זאל קוקען קודם און נאכדעם ער, אדער פארקערט, האבן זיך די בליקן געטראפן יעדעס מאל אהן אויסנאם!! שוין, יש מנהיג לבירה..

ביקש שמארטיקל לישב בשלווה, אבער פליצלינג, ווי א מייז אימיטן העלן הויז, איז מיר באפאלן א פראגע וואס האט צוגערויבט מיין מנוחה, מיין הארץ האט אנגעהויבן זעצן ווי א בעיסמענט פאמפ נאך א האריקעין, אין-קאומע-ליגערס האבן זיך געקענט דערוועקן פון די קלאפעניש... געוואלד! כ'קוק אריין אין סידור שטייט דארט אז די חזן זאגט יהללו את שם השם וכו' און די ציבור זאגט ווייטער הודו על ארץ ושמים... אבער כ'קעמכיש דערמאנעווען אויב ס'קאטע אזוי!!! און אויב יא, ווי העלעך וויסן ווען אנצוהויבן?? און ווי און וויזוי וועלעך אראפלייגן דעם סידור וואס בערל האט מיך אזוי גערן געשאנקן???

איך ווייס נישט וואס כאב צום סוף געטאן, ווייל פליצלינג איז געווארן אזא בהלה, יהללו מיט הודו קולות האבן זיך געהערט פון אלע זייטן, כ'האב מיך געטראפן וואקן מיטן ספר צום ארון הקודש, בשעת די עולם שטעלט זיך אין א שיינעם טשו טשו טרעין צו א קוש טאן פארן ספר, א קליינע דריי יעריגס קעניש ריטשן בייג איך מיך גערן אראפ צינעם, א צוויטן הויבט זיין ריזיגע פינעף יעריגע ברודער אויף מיט די לעצטע כוחות...

שוין, דערלאנגט דעם ספר פאר איינעם און אפגעיאגט פון סצענע... יעצט ווייס איך נאכאלס נישט צו די בעל ההגבה ברויך אויסרופן דעם יהללו...

אן ערשעפטער בינעך צוריקגעגאנגען צו מיין פלאץ.

שוין, מיט דעם האצעך געענדיגט מיין הגבהה איבערלעבע נישט.

____________________________________________

ויהי אחר המגיפה

לאור די שווערע דורכגאנג וואס האט איבערגעלאזט א ריס אין הארצן, וואסער אין די לונגען, שטיינער אין די נירן, און א לאך אין זאקן, האביך דעסיידעד אז לא לת לחשות, איך בינעס שוין טאקע דורך אבער ס׳דא נאך אסאך אידן, רחמנות בני רחמנות וואס זענען נאך ליידער אויף יענע זייט בריק, (און האלטן ביים טאנצן דערפון יעדע ליאדע מינוט) ממילה ביניך ענק דא מבשר ואומר אז כ׳גרייט מיך אין די טעג צו עפענען די טויערן פון מיין נייע ביזנעס:

שמרתיך הגבה לעססאנס

נאכן דורכגיין א שמרתיך איבערלעבעניש, זענט איהר געראנטירט צו ווערן א פראפעסיאנאלע בעל הגבה כרקן וזגול..

איי וועט איהר פרעגן, און מיט רעכט, ווי קומט צו מיר, וואס ציטערט פון הגבה ווי פונעם דענטיסט, צו פירן א הגבה לעססאנס ארג.? נאר אזוי ווי ס'באקאנט אז א שוסטער גייט מיט צוריסענע שיך, א שניידער מיט ציריסענע הויזן, א שלום בית מאכער האט שלום זית, א מחנך האט די ווילדסטע קינדער אין שוהל, וכו׳ אזוי אויך קען די הגבה עקספערט נישט וויסן די ערשטע זאך פון הגבה...

די לעססאנס וועט געגעבן ווערן אין עטליכע פאזעס.

פאזע #1

שמיעורי תורת הנפש: שמארטיקל'ס מהלך

די ערשטע פאזע פון די איבערלעבעניש וועט זיין א סעריע שיעורים געבויט אויף ''שמארטיקל'ס מהלך - ש'מורה האבן'', דארט וועט מען אויסלערנען פאר אלע משתתפים די יסודות פון סעלף דענפיקאטס און סעלפעס טיעם, און סעלף אליינס אוודאי אויך, וואס פארן בכלל וויסן וואס די ווארט הגבה באדייט איז דאס די נקודת היסודי, כ'וואלט אפילו געזאגט די שליסל, צו זיין א פראפעסיאנאלע הייבער. דארט העט מען דורכגיין די גאנצע מהלך פון די רגע וואס מ'הערט די נאמען אויסרופען ביז מ'זעצט זיך צוריק אראפ. וויזוי צו בלייבן מיט א בלעבענעם פנים ביים הערן די נאמען אינמיטן העלן לייענען, וויזוי צו דורכוואקן ס'גאנצע בית מדרש איגנארירענדיג אלעמען'ס קאמענדס, וויזוי נישט רויט צו ווערן, וויזוי צו זאגן ש'כח פארן גבאי אויף א וועג אז מ'זאל נישט פילן ווי א שמאטע, וכו' וכ' וואס ס'נישט מעגלעך אלעס אויסצויקייען אינעם ראם פון איין שמארטיקל.

צום לעצט וועט געגעבן ווערן א חיזוק שמיעור, גערופן ''דערהייבט אייך מיטן הייבן'' ווי מ'וועט ארומרעדן פון די געוואלדיגע מצוה נדירה פון הגבה, נוטל שכר כנגד כולם, וכו'

דערנאך (ווער ס׳האט סוקסעפולי איבערגעלעבט זאפע איינס), וועט ארויפגיין א מדרגה צו פאזע #2


שמרתיך גיבורים טרענינג:

דא וועט מען שוין אנהייבן טוהן למעשה, נאמאר מאנקי ביזנעס, נאר די סיריעס חברה וועלן דא ארויסקומען לעבעדיג...

וועט זיין א פול סייז דשים, אויססשטאפירט מיט די לעטעסט עקסעליד אינסטערמענטס.. אבער די עיקר וועט זיין די וועגס, (weights ב'לייז) דאס איז א איבונג ווי מען הייבט אויף א שטיקל אייזן געפארמט ווי א ביינדל, וואס דאס שטארקט די מאסעלס א'מזאל זיין גרייט פאר די שווערע ספרי תורה...

יעצט קומט פאזע #3

שמרתיך 5 סטעפ מעטאד:

דא וועט מען שוין גיין הלכה למעשה ממש, מ'וועט אריינברענגען פאלשע ספרי תורה געמאכט פון פלעסטיג, אבער ס'וועט זיין פול מיט סעמענט, פארשידענע סייזעס און וואג, געמאסטן לויט עכטע תורות, און מ'וועט פרעקטיסען די פעימאס 5 סטעפ מעטאד;

אין קורצן, LPPSS

Lift. Pull. Pick. Spin. Sit.

1. צום ערשט גיט מען א קליינעם הייב דעם ספר.

2. דערנאך גיט מען א קליינעם שלעפ.

3. הערשט דאן הויבט מען אויף דעם גאנצן ספר תורה.

4. מ׳דרייט זיך רעכטס, לינקס.

5. פיינעלי זעצט מען זיך אראפ.

(ס'וועט אויך זיין א ספּעציעלע קלענערע גרופע פון "PSS טשעמפיאן גיבורים" וואס וועלן נאר גיין מיטן 3 סטעפ מעטאד, איבערהיפענדיג די ערשטע צוויי סטעפס.)

מ'וועט ארבעטן מיטן ספעציעלען שמרתיך טעכניק, (אויך באקאנט אלס די קרעין פרינץ עפל) ווי מען בעלענסט די באדי אויף א אויפן ווי מ'קען אויפהייבן גאר שווערע אביעקטן.

ס'מובן מאיליו, אז מ'וועט אריינגיין בפרטי פרטים פון יעדע זאך כאנאר געשריבן ממש אויף שפיץ גאפל (דארט ווי מ'לייגט די סטעיק)...

צום לעצט, וועט מען דארפן דורכגיין דעם ספּעציעלען שמרתיך עקזעם, ווי מ'וועט אריינקומען אין א עכטע ס'מדרשל, מיט עכטע מענטשן (געדינגענע עקטערס), מ'וועט אויסרופן דיין נאמען, אלע מענטשן ארום וועלן פּרובירן דיך צו מאכן בישות... וכו׳

ווער ס'דורך דעם גאנצן טעסט, און צוריק אנגעקומען צום פלאץ גאנצערהייט וועט באקומען א ספּעציעלע דאקומענט געסיינט דורך שמארטיקל, אז ער איז א סערטיפייד בעל הגבה און איז גרייט ארויסצוגיין מאכן הגבה פאר כלל ישראל!!!

רבותי איך וואלט גערן געשריבן נאך פלענער, אבער א געשריי האט איבערגעריסן מיינע מחשבות:

יעמוד מערעמערעמערעמערמערע שמארטיק בן פארטיג חמישי!! ---------

ברכו את השם המבורך!!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כ'גיי עס שוין ליינען,
אבער שטעלנדיג דיר אויפן חזקה, און אונטערן טלית, באקומסטע גלייך דיינע באליבטע חברה

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;1@ ;1@ ;1@ :i" :i" :i"

|{}+ |{}+ |{}+

%f#@ %f#@

און געדענק אז די חברה לאכן דיר נישט הינטערן רוקן, נאר זיי קלאטשן אפי' ווען דו קוקסט נישט...
לעצט פארראכטן דורך חוח בין השושנים אום זונטאג פעברואר 23, 2020 1:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירנן »

מזל טוב שר חמש מאות
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אהה מזל טוב מזל טוב, כהאב עס שוין אנגעהויבן ליינען... זע איך מנחם מענדל האט זיך ביי דיר געלערנט..

הערלך הערלך הערלך זייער שיין שטארק טאלאנט און חוש הדמיון.

כ'האף כוועל נישט ווארטן ביז די טויזענט פאר נאך.... קודם לאמיך עס ענדיגן ליינען
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

געליינט אין איין אטעם, הו איז דאס שווער געווען... א 12 מינוטיגע אטעם... כמעט ווי ביי די פרשנדת'לעך

איין זאך כאפ איך אבער נישט, האסטו ניש באמערקט אז אין שול איז פונקט געווען יענעם טאג דיין סעקאנד קאזין וואס הייסט צופעליג אויך שמארטיק בן פארטיג??
מ'האט גארנישט געמיינט דיר... סתם זיך פארדרייט דעם קאפ, סתם זיך געערגערט, סתם זיך געבייזערט אויפן גבאי...

וואלסטו געוואוסט אז מ'מיינט נישט דיר, וואלסטע דאך אויך געקומען טרעפן דיין פסוק...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ביטע אריינקומען נאר מיט קאמפלימענטן...
מיין געצימבל אינעם פאריגן תגובה איז אביסל לועג לרש... שמארטיקל מוז דאך יעצט בלייבן כאטש אפאר שעה ביי נאמבער 500, קען ער נישט ענטפערן, כאטש ער האט גוטע ענטפערס.

וועט דעיע תגובה אים ארויפברענגען צו 501? וועט ער וועלן ווייזן להכעיס אז לא מחשבותי מחשבותיכם וכו'?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

מייזן אפפאל איט איז... :lol:
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

חוח בין השושנים האט געשריבן:ביטע אריינקומען נאר מיט קאמפלימענטן...
מיין געצימבל אינעם פאריגן תגובה איז אביסל לועג לרש... שמארטיקל מוז דאך יעצט בלייבן כאטש אפאר שעה ביי נאמבער 500, קען ער נישט ענטפערן, כאטש ער האט גוטע ענטפערס.

וועט דעיע תגובה אים ארויפברענגען צו 501? וועט ער וועלן ווייזן להכעיס אז לא מחשבותי מחשבותיכם וכו'?

ער העט ענטפרן מיט זיין אנדערע ניק....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

צום עצם ענין,
די קריעיטיוויטי איז מעשיגע צו ווערן, די טאפיק וואונדערבאר, די לשונות זענען אנבעליוועבל, די שפראך... מ'קען דאך צעדרייט ווערן און פלאצן פאר קנאה.

פון וואו האסטו דאס אלעס אויפגעפיקט?? אגב, אז ביסט שוין יא דארט, שמארטיקל, ברענג מיר אויך אביסל...
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

אלטער האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-
אהה מזל טוב מזל טוב, כהאב עס שוין אנגעהויבן ליינען... זע איך מנחם מענדל האט זיך ביי דיר געלערנט..

הערלך הערלך הערלך זייער שיין שטארק טאלאנט און חוש הדמיון.

כ'האף כוועל נישט ווארטן ביז די טויזענט פאר נאך.... קודם לאמיך עס ענדיגן ליינען


שוין האבאיך אויס געפלאצט עטליכע מאל, דער איז פיינע נייעס

זע איך אז אויב גיי איך צו דעם שמרתיך הגבה לעססאנס העל איך מיר שפארן אסאך קלאסן....

כ'קען דיר שוין באשטעלן צומקומען הגבה ביי אינז אין סמעדריש???
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

לגבי די שמרתיקא לעסאנס. i am fully for it !!

די וואס שעמען זיך צו גיין פאר לעסאנס, זאלן אין אכט נעמען: סגעווען זייער א חשובע מענטש וואס האט אויך געדארפט חיזוק ביים גיין הגבה... מהאט אים מחזק געווען און אונטערגעזאגט: הייב אויף די רעכטע האנט, הייב אויף די לינקע האנט וכו'.

כ'וויל ניש ארויסשרייבן זיין נאמען, ווייל אפשר איז איינער פון יענע חסידות און מ'וועט זיך רעגן אויף מיר... עלעך געבן נאר אזעלכע סארט ראשי פרקים:

הסגן אומר לו אישי [...] הגבה ימינך, ראש בית אב אומר לו אישי [...] הגבה שמאלך...

ח"ו צו מאכן ווערטלעך אויף אזעלכע זאכן, אבער ווי קען מען האלטן ביי זיך אזא גוטס? היט דעם תקנת המקום: נישט מוחה זיין!
לעצט פארראכטן דורך חוח בין השושנים אום זונטאג פעברואר 23, 2020 1:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קעסטל
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 6:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעסטל »

נאר דורכגעלאפן די שורות, וואַהט א שמארטיקל! גיימער עס מארגן געהעריג דורכלייענען.

מזל טוב צום 500!!
פול מיט לעכער, אבער שטארק, ווי א קעסטל..!!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואף! נאך א שמארטיקל אין די אונטערן סעריע!

אנטשולדיגט, אבער כ'בין נישט בכח צו לאכן יעצט... מארק אנרעד אויף א צווייטן געלעגנהייט.

די מזל טוב קענסטו שוין יעצט נעמען...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

פון דא

שמארטיקל האט געשריבן:איך בין געווען זייער פאַרנומען אין קאנטרי יצ׳ו

א פרישע שמארטיקל איז אויפן וועג, וועט ארויפגיין נאָך די וואך

Stay tuned


אונז זעמער שיער געגאנגען 0ff tune פון זיין אזוי לאנג tuned...
לערנען מיר זיך אבער, אז נעווער גיוו אפ!

מיר בלייבן אלזא tuned ביז די נעקסטע.. זאל דויערן וואס זאל דויערן, זאל קאסטן וואס זאל קאסטן, מיר ווארטן !!
ארויף
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארויף »

אזאנס געלאכט!
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

ארויף האט געשריבן:אזאנס געלאכט!
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

נישט נארמאל קריעטיוו!
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אוי איז ער פיינע נייעס, אויסגעשאסן עטליכע מאל, מיינע קינדער מיינען איך בין... געווארן
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

Haklal האט געשריבן:אוי איז ער פיינע נייעס, אויסגעשאסן עטליכע מאל, מיינע קינדער מיינען איך בין... געווארן

יעדער דא מאכט מיט די זעלבע... ללמד על Haklal כולו יצא
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

גאר פיין הרב שמארטיקל!
א פיינע הכנה פאר די מרבין בשמחה, האמיר פיין געשמייכלט (עכט מיין איך צו זאגן געלאכט אויפן קול),

מר פריעדמאן, איר האט אפשר נאכאיינס??
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

שמארטי האסט אונז נאכאמאל נישט אנטוישט...
שמארטיקל האט געשריבן:
ש'טא קיין צייט צו טראכטן, כ'הייב מיך אהן ספינען ווי א דריידל, זאל יעדער זען וויפיל ער וויל!! הערשט ווען כ'האב שוין געזען דעם רב צום דריטן מאל מיט ברייט צועפענטע אויגן, האבעך צוביסלעך אפגעשטעלט מיין שנעלעם געלאפ,


ווען כ'האב דאס געליינט האבן מיינע רויטע באקען פארדעקט מיינע טרערן וואס זענען געלאפן פין מיינע באהאלטענע אויגן פין געלעכטער..
מיין חבר לעבן מיר איז אנטלאפן פין די אלע אויגן וואס האבן זיך ארומגעדרייט קוקען ווער די צולאזטער יונגערמאן איז..
טענק יוי & מזל טוב פארן נייעם ראנג הקב"ה יעזור כמו שנכנס כן יכנס .
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שמארטיקל פאָלאַצתי מאוד

גוט געשריבן

און דערביי געלערנט א לעסן אין הגבהה

געוואלדיג.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

[quote="חוח בין השושנים"]כ'גיי עס שוין ליינען,
אבער שטעלנדיג דיר אויפן חזקה, און אונטערן טלית, באקומסטע גלייך דיינע באליבטע חברה

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;1@ ;1@ ;1@ :i" :i" :i"

|{}+ |{}+ |{}+

%f#@ %f#@




הריני מצטרף בזה מיטן גאנצן פרצוף מיינער וואס ווארפטצ'עך מהודו ועד קיש פון געלעכטער.

ווייל ווען שמארטיקל שמארטיקלט א שמארטיקל איזעס נישט סתם א שמארטיקל. ס'איז 'א שמארטיקל'!!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3649
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

שיגנער!!
יעצט פארשטיי איך פארוואס מיין קלאוני ווארפצעך אזוי...
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

שוין לאנג נישט אזאנס צאמגעלאכט.... יוש איז דאס גוט...
דע שמיילייב ברויך מען נאך צינעמען טיפער.. עד הסוף.. וואס הילי שמעי גמלי.. מהאמיר #שמיילייב...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”