א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

לכבוד די הונדערסטע תגובה אינעם אשכול!

אכטע פארזעצונג.

וואשינטאן. 1956 למס'.

ארום א טיש זענען געזיצן פרעזידענט דווייט די אייזענהאוער, דעפענס סעקרעטערי דאנעלד ראמספעלד, און סי איי עי דירעקטאר אלען דולעס, די זיצונג איז נישט געווען קיין עמטליכע און אויסער געציילטע פערזאנען האט קיינער נישט געוואוסט אז זי עקזעסטירט, די פרעזידענט האט געקוקט מיט ווארטענדיגע אויגן אויף דולעס.

אלען האט פונקטליך געוואוסט וואס דער פרעזידענט וויל, אבער ער האט גארנישט געהאט וואס צוצולייגן זינט לעצטע וואך.

ווען דער פרעזידענט האט געזעהן אז דולעס רעדט נישט האט ער זיך געוואנדן צו ראמספעלד, און געווארט צו הערן אינפראמאציע איבער די געהיימע סי איי עי אפעראציעס אין קארעא, וואס איז געווען בשותפות פון די סי איי עי און די מיליטער.

די עצם פאקט אז סי איי עי אגענטן זענען אקטיוו אין די קריג, איז געווען א געהיימניס וואס געציילטע חוץ די דריי דא האבן געוואוסט דערפון, און זייער ראלע אינעם קריג איז געווען קריטיש, פרעזידענט אייזענהאוער האט שוין געהאט די ערפארונג פון נוצן ציווילע אגענטן בשעת א קריג, און ער האט פארשטאנען די וויכטיגקייט דערפון, און זייער ווערד.

אין אנהייב פון 1945 ווען די אמעריקאנער ארמיי האט מער און מער אריינגעשניטן אין דייטשע טעריטאריע האט זיך די ארמיי גענויטיגט אין אינעווייניגסטע אינפראמאציע, צו וויסן ווי עס זענען דא רעשטלעך דייטשע סאלדאטן וואס מ'דארף נאך אויסראטן אזוי אז ס'זאל נישט איבערבלייבן פיינטליכע סאלדאטן אינטער די פראנט ליניעס, די אגענטן האבן זיך אריינגעדרייט צווישן די באפעלקערונג און גענאשט אינפראמאציע ווי זיי האבן נאר געקענט.

דאמלטס האט נאך די שפיאנאזש אגענטור געהייסן די או עס עס, א רעלאטיוו נייער אגענטור וואס האט זיך אפגעטיילט פון די מיליטער, אייזענהאוער האט אבער פארשטאנען די וויכטיגקייט פון אנהאלטן די נאנטע פארבינדוגען מיט די או עס עס, און ער האט זיי גענוצט אין גרויסן, אויסצוגעפינען ווי די דייטשן האבן א שטארקע און גרויסע אנוועזענהייט, און לויט דעם האט ער געוואוסט וויאזוי צו צוטיילן די מיליטערישע כוחות.

אבער וואס איז געווען נאך א גרעסערע געהיימניס וואס קיינער אויסער ער מיט נאך געציילטע האבן געוואוסט, איז געווען, אז די או עס עס האט געשפילט נאך אסאך א גרעסערע ראלע, און דאס איז געווען צו שפיאנירן אויף זייער קאלעגע אינעם קאמף קעגן די דייטשן.

די רוסן!!!

פרעמיער מיניסטאר ווינסאן טשויטשרעל איז געווען א מוראדיגע פיקח, און ער האט געהאט א שמעק פאראויס צו שאצן פארשידענע זאכן אויפן וועלטס שאך ברעטעל, ער האט פאראויס געזעהן די געפאר פון א היטלער-דייטשלאנד, יעדער האט געלאכט פון אים אבער אין די ענדע איז ער געווען גערעכט.

יעצט ווען די שרעקליכע קריג וואס האט אפגעקאסט אזויפיל פאטאליטעטן האט שוין געהאלטן ביים קומען צו איר ענדע, און נאצי-דייטשלאנד האט שוין נישט געשטעלט קיין ערענסטע געפאר פאר די ציווילע וועלט, האט טשויטשרעל געזעהן אין רוסלאנד אונטער די פירערשאפט פון סטאלין די קומענדיגע געפאר מיט וואס די אלגעמיינע ציווילע וועלט וועט זיך דארפן ספראווענען.

טשויטשרעל איז קיין נאר נישט געווען און ער האט געוואוסט אז סטאלין האט גרויסע אמביאציעס, ער האט אבער אויך געוואוסט אז סטאלין פארשטייט אז ער וועט נישט קענען אריינעמען די גאנצע וועלט אונטער קאמוניזם, אבער א חלק יא, און טשויטשרעל האט געוואלט וויסן אויף וועלכע חלק סטאלין צילט.

צו צילט ער אויף מערב איירעפע, און ער וויל אויפעסן די אייראפישע קאלטור לענדער און עקענאמישע גרויסמאכטן, א שטייגער ווי דייטשלאנד און פראנקרייך, אבער דאמאלטס זענען זיי נישט פארבינדן געהעריג אין טעריטאריע, אלס איין גרויסע פארבאנד.

אדער צילט ער מער אויף די נאכשלעפערישע נישט אנטוויקעלטע לענדער, וואס אין פאקט וועלן אים נישט ברענגען צו א גרויסע פארדינסט.

די פרעמיער האט געזעהן נאך ווייטער, איינמאל סטאלין האט שוין אנגעפאנגען, צו איז עס מיט זיינע שכנים, אדער מיט די גרעסערע און וויכטיגערע פישלעך וועט ער אבער פרובירן צו ערגענצן זיין מאכט, און אויסשפרייטן זיין איינפלוס אויך אויף די איבריגע לענדער.

טשויטשרעל האט באשלאסן אז מ'דארף גענוג פרי פארלויפן די וועג פאר סטאלין, און פאר יעדע פרייז האט ער געוואלט אפהאלטן סטאלין פון בכלל אנהייבן מיט זיין אויסשפרייטונג.

צוליב האט ער זיך געוואנדן צו די אמעריקאנער, די או עס עס איז ווייט נישט געווען אזוי פארגעשריטן און סאפעסטיקירט ווי די בריטישע עם איי 6, אבער די עם איי 6 איז געווען פארנומען אין זייער היימלאנד ענגלאנד צו כאפן די דייטשע שפיאנען וואס די אבווער האט איינגעפלאנצט אין גרויסן, די איי עם 6 האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו שפיאנירן אויף רוסלאנד צו זעהן וואס זייערע פלענער זענען.

אין א פארנאכטס האט אלען דולעס געטאנצן מיט זיין פעראשוט, העכער די ארט ווי די אמעריקאנער גענעראל שטאב האט זיך אויפגעהאלטן, דורכאויס די נאכט איז ער געזיצן מיט פרעזידענט אייזענהאוער און אויסגעשטעלט א סטראטעגיע וויאזוי צו אינפילירן די רוסן און געוואויר ווערן זייערע פלענער.

אייזענהאוער וואס האט שוין דאמאלטס געהאט פאליטישע חלומות האט אועקגעלייגט ביי זיך אין קאפ, אז אלען דולעס וועט נאך האבן א ארט אין זיין אדמעניסטראציע.

און יעצט זיצט ער דא מיט דולעס און ראמספעלד, פון ראמספעלד האט ער געהערט א רוטינע רעגולער באריכט, אבער דולעס איז געזיצן שטיל ווי א פיש, זיין פנים האט געוויזן אז ער פלאגט זיך מיט זיין געוויסן.

אייזענהאוער'ס כאראקטאר האט דאס נישט געקענט דולדן און נערוועזערהייט האט ער ארויסגעשאסן צו דולעס, ער זאל אים - זיי מוחל - זאגן וואס אזאנס גייט פאר, אז ער איז אזוי צופליקט.

דולעס האט אריינגעקוקט אייזענהאוער אין די אויגן, און זיך אנגערופן מיט א מידע שטימע.

''פארפרוירענע אייז ווייסט פון אונזער אנוועזענהייט אין קארעא''

אייזענהאוער האט געשאסן פון אויפרעגונג און ציטער ווען ער האט דאס געהערט, ער איז אבער געווען אומבאהאלפן פונקט ווי דולעס.

פארפאלן, ס'איז אומעגליך צו געוואויר ווערן ווער פארפרויענע אייז איז.

------

מאסקעווע רוסלאנד 1938 למספ'.

זיי זענען נישט געווען קיין סאך אין צאל, אבער פונקט גענוג צו דעקן דעם שטח, ברוך האט גלייך געכאפט אז מ'מיינט אים, און ער האט פיבערהאפטיג אנגעהויבן זוכן א וועג ארויס פון דא.

זיין בליק איז געפאלן אויף א ליידיגע פארלאזטע געביידע, ער האט שנעל אהינגעוואנדן זיינע טריט און אריין.

פון אינעווייניג האט ער געהאט א גוטע בליק ארויס צו די גאס, אזוי ער האט געקענט זעהן פונקטליך וואס די קעי דזשי בי אגענטן טוען, זיי האבן אבער אים נישט געקענט זעהן.

ער האט גוט געזעהן זייערע צווייפעלנישן, און ער האט געהאפט מיטן גאנצן הארץ אז די חברה וועלן זיך אפטראגן פון דא, ער איז אבער אויך געווען רעאליסטיש און ער האט פארשטאנען אז ער מוז אנגרייטן א פלאן וואס צו טוהן טאמער די אגענטן מאכן אפ צו שטורעמען די געביידע.

זיינע אויגן האבן געזוכט עפעס מיט וואס ער זאל קענען מאכן א שטריק, און מיט דעם זיך קענען אראפלאזן, טאמער עס וועט אויספעלן, זיין בליק איז געפאלן אויף א לאנג דיקע דראט, ס'האט אים אויסגעזעהן גענוג פעסט אים צו קענען האלטן.

פון זיין ארט ביים פענסטער האט ער געקענט זעהן אז ס'טוט זיך א געזעמל, ער האט זיך געמאכט גרייט, די סקונדע די חברה קומען דא אריין אינעווייניג און די גאס איז לער, יאפעץ איך אפ פון דא.

אונטן אויף די גאס האבן די אגענטן זיך גרייט געמאכט אריינצוגיין אין די געביידע, מ'האט נאר געווארט אויפן קאמאנדיר מישא זאל אנקומען.

א שווארצע אויטא האט זיך אפגעשטעלט נישט ווייט, מישא איז ארויס און באטראכט דעם גאנצן ארום.

'' עטס זענטס זיכער ער איז נאך דארט?'' האט ער געפרעגט

'' מיר האבן אים נאכנישט געזעהן ארויסגיין'' איז געקומען די ענטפער.

''פיין'' מישא איז געווען צופרידן, שטילערהייט האט ער זיך שוין געריבן די הענט מיט פרייד.

די סקונדע מישא האט געגעבן דעם באפעל זענען די אגענטן אריינגעלאפן אין די געביידע, אויף די סקונדע האט ברוך געווארט און שטילערהייט איז ארויסגעקראכן פון פענסטער, שעפשענדיג א תפילה, פארזיכטיגערהייט האט ער זיך אראפגעלאזט צו דער ערד.

ד הויט האט געברענט אויף אים ער האט וואס שנעלער געוואלט זיך זעהן ארויס פון די פלאץ.

די סקונדע זיינע פיס האבן אנגערירט די ערד האט ער זיי אויסגעשטרעקט צו מאכן פליטה וואס שנעלער.

אבער די קול פון א ביקס האט אים פארפרוירן.

פארזעצונג קומט אי''ה
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
יאיר ויזרח
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 7:10 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר ויזרח »

;1@ ;1@ ;1@ ישר כח
אוועטאר
אלטע מלמד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע מלמד »

מורא'דיג. פליז לאז נישט די קויל צו לאנג פליען
[email protected]
סלאווא אוקראיני
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

א גוטע שטיקל לכבוד חוה"מ
גיי אן ביסט מעכטיג
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

סופרים שטיבל האט געשריבן:א גוטע שטיקל לכבוד חוה"מ
גיי אן ביסט מעכטיג
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

יש לו מנה האט געשריבן:
פארזעצונג קומט אי''ה

נו?
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

האפענטליך מארגן. בעז''ה
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

יש לו מנה האט געשריבן:האפענטליך מארגן. בעז''ה

פאר דיין זיך וויסנדיג מאכן פון די בקשות אליינ'ס קומט דיר א ייש"כ מרובה

און כ"ש אויף דעם עצם ארטיקל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

יישר. און ש'כח פאר אלע ליינערס.

אי''ה כחצות הלילה בערך העמיר ארויפלייגן די נעקסטע פארזעצונג.

און א עקסטערע דאנק פאר @שלמה מולכו פארן מיר אריינשיקן אין אישי אז כ'האב געמאכט א טעות ביים לעצטן פארזעצונג, כ'האב געשריבן אז דאנעלד ראמספעלד איז געווען סעקרעטערי אוו דעפענס, שלמה האט מיר פארראכטן אז ס'איז געווען טשארלס ווילסאן.

ייש''כ @שלמה.

בד''וו איך בין נישט אזוי יונג צו מאכן אזא טעות ווען יעדער ווייסט אז ראמספעלד האט געדינט אונטער בוש השני, ס'איז פשוט געווען ערעב גאגעל וואס האט מיר דאס גענטפערט ווען כ'האב אים געפרעגט.

און גראדע אז מ'רעדט שוין איז ראמספעלד געווען צוויי מאל דעפענס סעקרעטאר, די ערשטע מאל ביי פרעזידענט פארד
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

בלעכענער פנים האט געשריבן:
סופרים שטיבל האט געשריבן:א גוטע שטיקל לכבוד חוה"מ
גיי אן ביסט מעכטיג

איך זאג דיר מיט א בלעכענער פנים: דו ביזט מעכטיג!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ניינטע פארזעצונג.

''בלייב שטיין, אויב שטעלסטו נאך איין טריט וועט עס זיין דיין לעצטע''

ברוך האט גוט געוואוסט אז ס'איז דאמירן בעלמא, און פאר א דורכדרינגליכע אויספארשונג גייען זיי אים נאכנישט אזוי שנעל אוועקלייגן. דערווייל האט ער גענוצט זיין גאנצע קאנצעטראציע אויפצוקומען מיט א פלאן וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פון דעם פלאנטער.

מישא אליין האט זיך ארומגעדרייט ווי א קינד אויף א חתונה אויפגעבלאזן פון שטאלץ, זיין גאווה און זעלבסט זיכערקייט האט דערגרייכט די וואלקענעס.

ס'האט פאר מישא נישט געפאסט זיך צו אינדזעקעווען אויף זיין קרבן, אין פארענט פון אלע אגענטן. ניטאמאל צו גיין כאפן א בליק האט ער געשפירט פאר וויכטיג. דעריבער האט ער געשפילט פראפעסעניאל און געהייסן פאר זיינע אגענטן אים אפצופירן צו די קעי דזשי בי הויפט קווארטיר ווי דארט וועט ער זיך קענען אפגעבן מיט דעם אידל ווי עס דארף צו זיין.

מישא אליין איז געווען שיכור פון גליק, ער איז געווען זיכער אז לויט ווי דער איד האט פרובירט צו אנטלויפן מוז זיין אז ער באהאלט עפעס.

ווען ער ווייסט ווען וואס ס'ווארט אים.....!

-----

וואשינגטאן 1954 למספ'.

זעמעלע האט זיך געיאגט דורך די לאנגע קארידארן צו זיין אפיס. כאטש ער איז געווען א פעלד אגענט האט ער פארמאגט די פריוויליגע צו פארמאגן א אייגענע אפיס. פונדערווייטענס האט זעמעלע געקענט זעהן דעם דירעקטאר אלען אים אקעגן קומען, ער האט געווארט ביז דולעס איז אים אריבערגעגאנגען און ער האט אים באגריסט מיט א פריינטליכע גוט מארגן.

דולעס האט זיך ווי געגעבן א כאפ אויף, קוקענדיג ווער עס האט אים באגריסט. א שטראל האט אויפגעלאכטן אין זיינע אויגן ווען ער האט באמערקט אז ס'איז זעמעלע.

''קום צו מיין אפיס אין א האלבע שעה'' האט דולעס באפוילן.

זעמעלע האט געקענט זעהן אז עפעס דרוקט אויף אלען און עס רויבט אים אוועק זיין געוויסן. ער איז געווען העכסט נייגעריג צו וויסן וואס גייט פאר, ער האט עס אבער דערשטיקט אין זיך און נאר געשאקעלט מיטן קאפ פאר אלען אלס באשטעטיגונג.

ער האט שוין אנגעהויבן גיין ווייטער ווען ער האט געהערט ווי דולעס שרייט אים נאך, '' זאג אויך פאר דיין אויבערהאר סעם, אז איך וויל אים אויך זעהן צוזאמען מיט דיר.''

דא איז שוין זעמעלע געווארן אינגאנצן צומישט, ס'איז אין גאנצן נישט דער סדר אז ער זאל זיין דער וואס זאל מעלדן פאר זיין אויבערהאר אזא זאך. ער האט עס אבער אראפגעשלינגען און שוין קוים געקענט ווארטן געוואויר צו ווערן וואס ס'שפילט זיך דא אפ.

ווען זעמעלע איז אריין צו סעם אין אפיס האט ער אים געזעהן זיצן מיט סטיוו און אנאלאזירן פארשידענע רעגלמעסיגע באריכטן.

סטיוו איז געווען אונטער סעם'ס אפטיילונג, און סעם האט זיך כמעט נישט גערירט אן אים, כאטש סעם האט מער געגליכן זעמעלע פון סטיוו, איז אבער זעמעלע נישט אייביג געווען צו דער האנט.

זעמעלע טראץ זיין הויעכע ראנג איז נאך אלס ארויס אויף מיסיעס, דאס איז געווען אויף זיין דירעקטער פארלאנג, ער האט געהאט די מעגליכקייט צו באקומען סעם'ס ארט, ער האט עס אבער נישט געדארפט, ווייל דאס וואלט געמיינט אז ער מעג מער נישט ארויס גיין אויף מיסיעס, א זאך צו וואס ער האט בשו''א נישט מסכים געווען.

זעמעלע און סעם האבן געהאט א ספעציעלע פריינדשאפט צווישן זיך, זייענדיג די איינציגסטע פרומע אידן אויף אזעלכע הויכע פאזיציעס אינערהאלב די סי איי עי, און ס'איז געווען זאכן וואס סעם האט מיטגעטיילט פאר זעמעלע אבער נישט פאר סטיוו, א שטייגער ווי דער עקזיסטענץ פון 'פארפרוירענע אייז'.

מיט אלענ'ס הסכמה האט סעם מיטגעטיילט די געהיימעניס מיט זעמעלע, און נישט פאר סטיוו, זיי זענען געווען גענוג קלוג נישט צו ווייזן פאר סטיוו אז זיי באהאלטן פון אים עפעס, אבער סטיוו האט עס געשפירט. ער איז געווען גענוג קלוג נישט צו מאכן קיין עסק דערפון, אבער די קנאה ווארימעל האט שטיל און טיף געגראבן.

יעצט ווען זעמעלע איז אריינגעקומען איז אריינגעקומען, האט סטיוו גלייך דערשפירט זעמעלע'ס אומבאקוועליכקייט מיט זיין אנוועזענהייט, ער האט עס אבער דערשטיקט און נישט געלאזט זיין געפיל זיך אויסדרוקן אויפן געזיכט.

זעמעלע האט מיט א טרוקענע שטימע דערציילט סעם אז אלען ווארט אים צו זעהן, אין א האלבע שעה ארום. ער האט קיין ווארט נישט געזאגט, אז ער איז אויך געלאדענט געווארן צום זיצונג.

א האלבע שעה שפעטער:

סעם און זעמעלע האבן זיך נישט געגלייבט וואס זיי זעהן.

אלען דוללעס, איז געזיצן מיט א צוזאמגעבראכענע מינע, זיינע אויגן זענען געווען האלבוועגס פארלאשן, פאר זעמעלע האט עס נאך מער געציפט צו זעהן, זינט זייער באקאנטשאפט גייט שוין צוריק 16 יאר ביז 1938.

אלען האט געוויזן פאר די צוויי זיך צו זעצן, און ער האט אנגעהויבן רעדן.

''ס'איז מיר קלאר געווארן אז מיר האבן א ליעק דא אינערהאלב די העכסטע ראנגען. הערשט נעכטן נאכמיטאג האב איך דערציילט פארן פרעזידענט אז 'פארפרוירענע אייז' האט אונז אין זיין לעצטן מעסעדזש צוגעלייגט א ווארענונג ווי פאלגענד. ביטע זיין פארזיכטיג מיט וועם ענק טיילן מיט אינפראמאציע, ענקער אנוועזענהייט אין קארעא איז מער נישט קיין געהיימעניס, איך ווייס דערפון,''. אלען האט זיך א סקונדע אפגעשטעלט כאפן דעם אטעם, און ער האט ווייטער פארגעזעצט, ''איך ווייס אויך ווער עס שטייט אונטער די ליעק, אבער איך קען מיך נישט ערלויבן דערווייל צו אנטדעקן ווער עס איז, אבער אזויפיל יא זייטס פארזיכטיג און געטרוי נישט קיינעם.''

אלען האט זיי ביידע אריינגעקוקט אין די אויגן און געזאגט. ''אין די איבער פינעף און צוואנציג יאר וואס איך בין אין די שפיאנאזש וועלט האב איך שוין געהאט אלע סארטן סיטואציעס, קאמפלעצירטע און שווערע, און איך בין עס אייביג איבערגעקומען, אבער אזא פארראט פונעם העכסטן קאליבער האב איך קיינמאל נישט געקלערט אז ס'וועט צו דעם אנקומען. דעריבער איז מיין באפעל צו ענק, אלס מיינע פארטרויליכסטע מענטשן אין די אגענטור, געב איך ענק די אויפגאבע צו דערגיין ווער ס'שטייט אונטער דעם.''

זעמעלע און סעם האבן זיך איבערגעבליקט, און דערנאך געשאקעלט מיטן קאפ אלס הסכמה.

''יעדע געזעץ אדער רעגולאציע מעג געבראכן ווערן אין דעם פאל, לאזטס נישט קיין שטיינדל אומבארירט.''

די אנטשלאסענקייט האט זיך געליינט אין זייערע אויגן, און אלען האט הנאה געהאט דערפון.

ביים ארויסגיין האט סעם זיך אנגערופן צו זעמעלע, ''מיר וועלן שוין באלד רעדן, איך דארף צוריקגיין ענדיגן מיט סטיוו איבערגיין די באריכטן.''

''אבער געב אכט וואס דו רעדסט'' האט זעמעלע א זאג געטוהן מיט א בליץ אין זיינע אויגן, סעם האט גוט געזעהן די פייערעל אין זעמעלעס אויגן ווען ער האט עס געזאגט. א שוידער איז דורעכגעלאפן זיין קערפער, ווען ער האט געכאפט ווי אהין ער צילט.

נעה.... מיטן גאנצן הארץ האט ער געהאפט אז זעמעלע מאכט א טעות

------

ברוך איז געזיצן אליין אין די טונקעלע שמוציגע צעל, די קעי דזשי בי האט זיך נישט עקסטער אויסגעצייכענט מיט זייער געסט אויפנאמע. ס'האט אים באנג געטוהן אז ס'איז געקומען צו אזא מצב, ער איז אבער נישט געבראכן געווארן.

שלוחי מצוה אינם ניזוקין האט ער זיך געהאלטן אין איין חזר'ן מיט א אמונה און בטחון צו ערשטוינט ווערן, ער האט גוט געוואוסט אז די מצוה פון מקרב זיין אידישע הערצער לאביהן שבשמים איז אומשאצבאר, די אלע עלטערן און אור עלטערן וואס זייערע אייניקלעך האט ער צוריק געברענגט תחת כנפי השכינה, האט ער געוואוסט, שטייען יעצט און בעטן פאר אים ביים כסא הכבוד.

ברוך אבער איז נישט געווען די טיפ צו זיצן און ווארטן אויף א נס, זיין טעמפוראר האט זיך שנעל געטוישט, און זיין בלוט האט גענומען קאכן. ניין ער וועט נישט פאלן פאר זיי.

צום ערשט האט ער זיך געפריידט אז ער האט נישט מיטגענומען זיין אינדעטעפיקאציע מיט אים, אזוי אז זיי זאלן נישט האבן די מינדענסטע אינפראמאציע איבער אים, נישט אז ער האט געמיינט אז זיי וועלן קיינמאל נישט געוואויר ווערן ווער ער איז, ער האט אבער נישט געפלאנט זיי גרינגער צו מאכן די ארבעט.

די צווייטע זאך האט ער געזוכט א וועג ארויס פון דא, טעכניש האט ער געוואוסט אז ס'איז אוממעגליך צו אנטלויפן פון די געביידע, ער האט אבער געוואוסט אז עס וועלן זיך מאכן נאך געלעגענהייטן צו אנטלויפן, אפשר ביים וועג צו סיביר, ווער ווייסט.

און די פלאנירונג האט זיך אנגעהויבן.

קיין סאך צייט האט ער נישט געהאט ווען פלוצלינג האט זיך די טיר געפענט און א וועכטער איז אריינגעקומען.

די וועכטער האט געוויזן פאר ברוך זיך אויפצושטעלן, ברוך האט קיין ווארט נישט געפרעגט, ער האט אנגעהויבן חזר'ן פסוקי אמונה און בטחון, זיך פארשטעלענדיג אז מ'גייט אים יעצט פירן אויף אויספארשונג, ער האט הייס מתפלל געווען צום טאטן אין הימעל אז ער זאל אים שטארקן זיין גייסט און ער זאל האבן כח אריבערצוטראגן די אלע פייניגונגען. ער איז געווען דרייסט און אנטשלאסן נישט צו אנטמוטיגט ווערן, ער איז געווען גרייט אויף מסירות נפש.

בשעת'ן דורכגיין אלע קארידארן האט ברוך זיך איינגעחזר'ט די גאנצע וועג, אלע קארידארן און צימערן וואס מ'איז דורכגעגאנגען, ווילענדיג האבן א בערך'דיגער בלו פרינט פון די גאנצע געביידע.

נאכן ארויפגיין און אראפגיין אפאר שטאקן און נאכן דורכגיין ענדלאזע קארידארן מיט פילצאליגע צימערן, איז מען אנגעקומען צו א צימערל, מיט א קליינע אויפשריפט אויספארשונג צימער, די וועכטער האט געפענט די טיר און געהייסן פאר ברוך זיך צו זעצן אקעגן מישא, וואס האט יעצט גענומען די פליכט פון אויספארשער ווילענדיג זיין דער וואס וועט אויספארשן דעם אידלען, מישא איז געווען פארטיפט און זיינע פאפירן און ניטאמאל א בליק געגעבן אויף וועם מ'האט דא אריינגעברענגט.

נאך פארטוהן אין זיינע פאפירן האט ער באפוילן פארן וועכטער צו פארלאזן די צימער נישט פאר ער לאזט אים איבער די שליסלעך צו די קייטלען אויף ברוך'ס הענט.

הערשט דערנאך האט ער אויפגעהויבן זיין קאפ און צום ערשטן מאל געגעבן א בליק אויף ברוך. זייערע אויגן האבן זיך באגעגענט, ברוך האט שארף אריינגעשניטן זיינע בליקן אין די פארוואונדעטע מישא, און זיך שטילערהייט אנגערופן.

משולם.....?!

פארזעצונג קומט אי''ה
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

פיינע ווארע, זעט זיך אן האסט געהאט א פיינע פרישע וואך...
בריגלער
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 7:09 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריגלער »

זייער זייער גוט ;l;p- ;l;p- ;l;p-

קיפ אפ
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
בריגלער האט געשריבן:זייער זייער גוט ;l;p- ;l;p- ;l;p-

קיפ אפ
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

אפשר קען מען מאכן א אשכול נאר פאר די פארזעצונג און עקסטער פאר הערות?
אז איך זאל נישט קומען קוקן יעדע מאל וואס מען שרייבט און זעהן אז עס איז נאר א הערה
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הערשט יעצט דאס ערשטע מאל געעפנט דעם אשכול צו זען וואס איך פארפאס שוין דא עטליכע מאנאטן

איין הערה האב איך דערווייל, און דאס איז אויף די ערשטע שורה פון די ערשטע קאפיטל: טערעזיענשטאט איז נישט אין פוילן, נאר אין טשעכיי

אויסערדעם איז דאס א מייסטערהאפטיגע געלונגענע נאוועל, גיי אן!
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

די ביסט פיין.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

אייוועלט שרייבער האט געשריבן:אפשר קען מען מאכן א אשכול נאר פאר די פארזעצונג און עקסטער פאר הערות?
אז איך זאל נישט קומען קוקן יעדע מאל וואס מען שרייבט און זעהן אז עס איז נאר א הערה

לכאורה האט געשריבן:הערשט יעצט דאס ערשטע מאל געעפנט דעם אשכול צו זען וואס איך פארפאס שוין דא עטליכע מאנאטן

אפשר איז מען עס מסדר?
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

בעז''ה העמער עס מסדר זיין
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער שטארק, דערמאנט מיר אביסל פון אונטר די נעגל פון קאמוניסטישע הענט.

כהאב זייער הנאה פון די נקודה פון גלייך אויסזאגן, למשל מישא/משולם, אדער סטיוו.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

יש לו מנה האט געשריבן:בעז''ה העמער עס מסדר זיין

א גרויסן שכח
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

אטעם פארכאפנד! יישר כח!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

וואס האט פאסירט??
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ישלו מנה,
מיר זענען רוצא מתאים...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”