ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

כ'דארף יעצט איינהאלטן מיין אטעם פאר א וואך?

מעסיוו, שכח!
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

wow wow דאכט זיך מיר מ'האלט שוין ביים פיפטען פארמעסט פון אינזער העלד, חזקה על ... שלא......
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

היום יום שלישי!!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

קליינע טאטע האט געשריבן:wow wow דאכט זיך מיר מ'האלט שוין ביים פיפטען פארמעסט פון אינזער העלד, חזקה על ... שלא......

וועלעכע אנדערע פינף ?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

דר'עולם איז אויף שפילקעס
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואלטער ס'איז שפעט...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 20)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

מישא האט גענומען אזא שנעלן טריט אויף צוריק מיט זיין רעכטן פוס, אז האט ער זיך כמעט איבערגעדרייט רוקווערטס. ער האט געזעהן דעם פויסט קומען, ווייל באלקאנסקי איז נישט געווען א פלינקער צוליב זיין ריזן וואוקס, אבער צוליב דעם האט ער אויך געהאט זייער לאנגע הענט וואס האבן געקענט גרייכן איבער א ווייטערן דיסטאנץ ווי מישא'ס, און מישא האט זיך שנעל געדארפט ארויסזעהן פון יענעמ'ס דירעקטע גרייכונג.

מישא האט געוואוסט אז פונט פאר פונט קען ער נישט באזיגן באלקאנסקי ווייל יענעמ'ס הענט זענען געווען אויפגעבלאזן מיט מוסקלען, מיט פויסטן אזוי גרויס און הארט ווי בערג שטיינער. איין גוט געצילטע פויסט וואלט ערלעדיגט מישא'ן אויף אייביג. דעריבער האט ער געדארפט קעמפן מיט שכל און מיט אויסגערעכנטקייט. די קאמפס טאקטיק וואס ער האט אנגענומען איז געווען באזירט אויף צוויי זאכן. איינס, ער האט געדענקט וואס דער כינעזער גענעראל-פילאזאף, סון-צו, האט געשריבן אין זיין מיליטערישע פילאזאפיע בוך, "די קונץ פון קריג": אויב דיין פיינט איז פארזיכערט אין אלע פונקטן, זיי גרייט פאר אים. אויב איז ער שטערקער פון דיר, זאלסטו אים אויסמיידן." און די צווייטע האט ער זיך געלערנט פון וואסילי. יענער איז געווען א טראפ נידעריגער און דינער פון אים, אבער פלינקער, דעריבער פלעגט ער אויסמיידן מישא אין האנט צו האנט קאמבאט, און זיך ארויסדרייען און אוועקצורוקן פון מישא'ס אטאקע ביז מישא איז מיד געווארן.

באלקאנסקי איז געווען א טיפישע אטאקירער, אן קיין שכל און נאר כעס. ער האט געהאלטן אין איין ווארפן פויסטן אין מישא'ס ריכטונג, און מישא האט זיי אויסגעמיטן דורכן בייגן זיינע קניען און זיך ארויסרוקן פון וועג. עטליכע קלאפעס האבן אים יא דערכאפט, אבער נאר לייכטערהייט ווייל ער האט זיך געהאלטן אין איין רוקן מיט זייער ריכטונג. באלקאנקסי איז געווארן נערוועז, אנטוישט, און מיד. זיין אטעמען איז געווארן שווערער פון זיין אנשטרענגעניש, און שווייס האט זיך באוויזן איבער זיין פנים און זיינע אקסלען. ער האט זיך גענומען שעלטן און שרייען.

"דו פארכסט זיך פון מיר, דו וויזעל!"

מישא האט נישט געענטפערט, נאר ווייטער אויסמיטן די אטאקע.

"דו...אידיאט, דו רוקסט זיך...ווי א דערשראקענע קינד, דו...!" זענען זיינע אטעמס אנגעקומען שווער.

מישא האט ווייטער געטוען זיינס.

"דו גייסט זיך...היינט אנלערנען…"

און מישא האט זיך געגעבן א דריי אויף זיין רעכטע פוס צו געווינען מער שוואונג אין זיין ארעם, און מיט די זייט פון זיי האנט, וואו די ביין איז שטערקער און הארטער, געגעבן א האמער-זעץ פאר זיין קעגנער אויפן באק ביין. די צושויער האבן אלע געהערט די קלאפ, און קראך, ווי באלקאנסקי'ס באק ביין האט זיך אנגעטראפן אין די צארן פון מישא'ס האנט. זיי זענען ערשטוינט געווארן דערפון, און טייל האבן ארויסגעלאזט זייערע איינגעהאלטענע אטעמס אויפן קול ווי באלקאנקסי'ס קניען האבן זיך געוואקלט, געבויגן, און דערנאך געפאלן.

באלקאנסקי איז געווען ביים באוואוסטזיין אויף דער ערד. מישא האט ארויפגעלייגט איין פוס אויף יענעמ'ס ברוסטקאסטן און אביסל געבויגן זיין קאפ אז באלקאנסקי זאל קענען זעהן, און לייענען, זיינע אויגן. ער האט גארנישט געזאגט, ווייל ווערטער זענען נישט געווען נויטיג. אלע ארום האבן פארשטאנען.

מישא האט אראפשפאצירט פונעם פעלד צו די טויט-שטילקייט פון אלע פארזאמלטע. וואסילי האט אים נישט באגלייט. ער האט פארשטאנען איז מישא האט זיך דא ערנסט שאדן געמאכט, און ער האט געוואלט פארבלייבן אויפן פעלד אויסצושמעקן ווי ווייט די שאדן איז געגאנגען, און צו מישא דארף זיך היטן דאס רוקן.

די העסליכע בליקן פון גערעגטע אפיצירן האבן אים נאכגעפאלגט מישא'ן. דער פרעמדער און אומערפארענער ליוטענאנט האט נארוואס באליידיגט און עררעגט א טייל אפיצירן און זייער סארדזשענטן, און זיי געמאכט אויסזעהן אומאפעקטיוו און נוצלאז אין די אויגן פון זייערע זעלנער. מישא האט זיך אנגענומען פאר זעלנער וועלכע זענען נישט געווען אונטער זיין אחריות אדער אויפזוכט, ווען זייערע אייגענע אפיצירן האבן זיך נישט געקומערט אויף זיי. אין איין נאכמיטאג האט מישא זיך איינגעהאנדלט א פיינטשאפט פון א גרויסע טייל פון די מענטשן מיט וועם ער האט זיך געדארפט פארטראגן כדי אויסצופירן זיינע פליכטן.

מישא האט געוואוסט אז ער האט זיך אליינס אפגעטוען, אבער ער באמת גארנישט געקענט טוען דערוועגן. מער ווי דאס קעמפן קעגן אנדערע, ער איז געווען אין א שטענדיגע קאמף קעגן זיך. קעגן זיין נאטור. זיין כאראקטער וואס האט נישט צוגעלאזט אז ער זאל צוזעהן אן אומרעכט, און דאס פארקוקן. אז ג-ט האט אים געקענט פיזישע מאכט און פארכטלאזיגקייט, האט ער עס געזעהן אלץ זיין אמת'ע פליכט דאס אויסצונוצן צו באשוצן די וועלכע זענען געווען שוצלאז. ער האט פארשטאנען אז פאר פראקטישקייט און דיפלאמאטיע וואלט ער זיך פיל מער פארדינט אויב ער וואלט געגאנגן מיטן שיינעם און גענוצט ווערטער אנשטאט הענט. אבער זיין היציגקייט האט אלץ געזיגט איבער אים.

***

עס האט גענומען עטליכע טעג פאר די גערעדע איבער די באזע זאל זיך בארואיגן. כאטש די עפיזאד צווישן אלישייב און באלקאנסקי איז נישט געווען קיין סוד, איז דאך קיינער נישט געקומען פאדערן פון מישא זיך צו שטעלן פאר א מיליטעריש געריכט צו פארענטפערן זיינע אקטן. קיין איינער האט געברענגט קלאגעס קעגן אים, און באלקאנסקי האט זיך געהאלטן שטיל אין זיין באראקן בשעת זיינע ביינער האבן זיך געהיילט. אויב האט איינער נאכגעפרעגט אויף אן אפיציעלע אנקלאגע האט מען געטאפט א וואנט. קיין איינער האט געוואלט דערציילן וואס עס האט פאסירט ווייל די אפיצירן האבן נישט געוואלט אנערקענען אז דעדאוושינע האט פאסירט אונטער זיי. אן אנקלאגע קעגן אלישייב וואלט אנטדעקט צופיל פארבארגענע אנגעלעגנהייטן, און דאס האבן אלע געוואלט פארמיידן.

אלישייב האט אבער פארלוירן א טייל פון שטיצע און הייקעלע פריינטשאפט וואס ער האט יא גענאסן פון די אפיצירן בעפאר זיין געשלעג מיט באלקאנסקי. עטליכע אפיצירן זענען געגאנגן קעגן דעם שטראם און אפענערהייט געוויזן אנערקענונג פאר אלישייב'ן, אדער פשוט אנגעגאנגען ווי פריער. פון די אנדערע זייט, אבער, האט ער פלוצלינג באקומען די שטאטוס פון א העלד צווישן די פשוט'ע זעלנער וועלכע האבן געהערט פון דעם עפיזאד, אדער פון די וועלכע האבן עס געקענט פעסטשטעלן פון אנדערע וואס זענען דארט געווען. די זעלנער וועלכע האבן אפגעאטעמט פון באלקאנסקי'ס פייניגונגען האבן אנגהויבן קוקן אויף אלישייב ווי זייער רעטער, און זיי האבן אים נאכגעפאלגט מיט א באגייסטערונג ווי די גאז-שטויב וואס פאלגט נאך א גלאנציגע קאמעט. אויך די ווערטער פון סון-צו האבן זיך אויסגעשטעלט אלץ ריכטיג: "באהאנדל דיינע מענער ווי דיינע אייגענע געליבטע זוהנען, און זיי וועלן דיר אינעם טיפסטן טאל נאכפאלגן".

איין קליינע נקמה האט אלישייב יא געהאט. זיין פרישסטע באריכט צו קריוטשקאוו'ן האט ענטהאלטן אבזיכטליכע מיסאינפארמאציע. ער האט באריכטעט אז ער איז "מעגליך" געקומען אויף די שפירן פון סאלדאטן מיט אנטי-סאוועטישע מיינונגען און אקטיוויטעטן. איינע פון זיי איז א סארדזשענט מיטן נאמען באלקאנקסקי, און אז ער ארבעט, אנשיינענד, אונטער די אויפזוכט פון זיינע אויבעראפיצירן, ליוטענאנט בענקאוו און קאפיטאן איליעין. אויך האט ער אנגעדייטעט אז עס איז "מעגליך" אז די אנטי-סאוועטישע אקטיוויטעטן זענען פארבינדן מיט קרימינאלע אקטיוויטעטן, "מעגליך" אונטער די פירערשאפט פון די בראטווע.

מישא האט נישט געפילט קיין שולד געפילן אז ער האט געשוקט מיסאינפארמאציע פאר קריוטשקאוו'ן. פאקטיש האט ער נישט געגעבן זיין עהרן-ווארט צו שפיאנירן אויף די אנדערע אפיצירן, נאר נאכגעפאלגט קריוטשקאוו ווען ער האט אים געדראעט מיט די וואוילזיין פון זיין פאמיליע. אפילו ווען ער וואלט יא געגעבן א שבועה וואלט עס אים נישט פארפליכטעט, ווייל נאר א שבועה וואס איז געגעבן געווארן פרייוויליג קען פארבינדן אדער פארפליכטן א מענטש. עס האט אים אויך נישט געדרוקט די געוויסן אז ער לייגט אריין באלקאנסקי , בענקאוו, און אילעין אין ערנסטע בלאטע מיט זיין באריכט. די בראטווע איז געווען אזא ווייט פארשפרייטע מאפיע ארגאניזאציע אין די מיליטער, אז די רעגירונג האט גארנישט געקענט טוען דערוועגן. זיי האבן אפילו נישט פארזוכט, נאר געלאזט די קרימינאלע פירונגען פון די בראטווע אנגיין אומגעשטערט. דאס ארגסטע וואס די דריי וואלטן געקענט ליידן צוליב אלישייב'ס באריכט וואלט נאר געווען אביסל אומאנגענעמליכקייטן.

מישא'ס ריזיקע האט זיך אפגעצאלט ווען א צייט נאך זיין באריכט האט ער באקומען א בריוו פון דערהיים, און ער האט דערקענט זיין מאמע'ס שריפט. ער האט עס געליינט ווי א דורשטיגער אין א וויסטעניש.


צו אונזער טייערער זוהן מיכאל אלישייב,
סאוועטישע ארמיי באראקן – בערלין

מיר שרייבן דיר מיט גרויס גליק און דאנקבארקייט צו ג-ט וואס מיט זיין הילף זענען מיר ענדליך געהאלפן געווארן – פאפא'ס שטעלע אינעם מיניסטעריום איז מיר נישט קיין הינדערונג, און מיר האבן באקומען א בריוו אז מען האט אונז ענדליך באשטימט רייזע וויזעס צו עמיגרירן קיין ארץ ישראל. פאפא און די קינדער זענען בענקעדיג, און מיר קענען קוים ווארטן זיך ווידער צו טרעפן מיט מומע לודע, פעטער גבריאל, פעטער אוריאל, און אלע זייערע קינדער. מיר וועלן ווידעראמאל זיין א אידישער משפחה אין א אידישע לאנד.
איך בעט דיר, מיכאל, קום מיט אונז. פארלאז די אלע נישטיגקייטן, און קום מיט אונז קיין ארץ ישראל. דיינע געשוויסטער וועלן דיר ווידער קענען, און דו וועסט קענען טרעפן א רוה פון דיין צייט אינעם מיליטער, (און אפשר אויך, האפנטליך, טרעפן א וואוילע בוכארער כלה פון א פיינע משפחה, יא ?). מיר ווילן ווארטן פאר דיר, דעריבער לאז אונז וויסן, ווען דו וועסט קענען ווידעראמאל אהיים קומען, און מיר וועלן אלע צוזאמען פארן.
גבריאל שיקט זיינע ווארימסטע וואונטשן, און ער פרעגט וויאזוי דו קענסט זיך באגיין אן אים, דיין סארדזשענט. אויך ווארימע גריסן פון אברהם, רחל'י, לאנא און עלא. אלע בענקן זיך נאך דיר.

צום שלוס, וויל איך דיר ווידעראמאל דערמאנען, ווי איך האב דיר דערמאנט צענדליגע מאל, קריג זיך נישט מיט יעדן און מאך נישט קיין בושות פאר דיין משפחה.
מאמא


צו מיינע געערטע עלטערן, גאט זאל אייך געבן לאנגע יארן,
בוכארא, אוזבעקיסטאן – פאמיליע אלישייב

מיין הארץ איז איבערגעפילט מיט געפיל, איר האט מיר דערפריידט מיט אייער געוואונטשענע נייעס. ארץ ישראל איז געווען א טרוים וואס איר האט גערעדט צו מיר און מיינע געשוויסטער פון קליינווייז אן. אז ג-ט האט געשענקט, און איר קענט ערפילן דעם טרוים, דאן שפירט מיין הארץ מיט אייער פרייד. פארדריסלעך קען איך נישט מאכן דעם רייזע מיט אייך, און מיט גבריאל, אברהם, רחל'י, לאנא און עלא (ביטע קישט מיינע טייערע געשוויסטער פאר מיר). מיינע פליכטן פארלאנגען מיין אנוועזנהייט אין אן אנדערע לאנד איצט, איך האף איין טאג אייך אלע צו טרעפן אין ארץ ישראל. דערווייל בין איך געצווינגען נאר צו שיקן גרוסן פון בערלין.
בערלין איז קאלט אין די ווינטער, אבער דאך בעסער און ווארימער פון מיין פריערדיגע באזע, דעריבער קען איך זיך נישט באקלאגן. די נעכט זענען לאנג, און געוויס לאנגווייליג, אבער דער טאג ברענגט מיט זיך פילע אחריות'ן און אסאך שווערע ארבעט, אז דאס הארץ ווערט באגענוגנט מיט די ערפילונג דערפון.
איך האב געמאכט נייע באקאנטשאפטן, און מיט מיין סארזשענט צו מיין רעכטע האנט, פעלט מיר נישט קיין געזעלשאפט. די לאקאלע שפראך ווערט מיר ווי אימער גרינגער און גרינגער.
עס וועט מיר זיין אן עקסטער פארגעניגן אויב וועט איר מיר גריסן מיט בריוון ווען איר קוואטירט זיך איין אין ארץ ישראל. לאזט מיר וויסן וויאזוי עס שפירט זיך צו טרעפן אינדערהיים. איר וועט שטענדיג זיין אין מיין תפילות, און אין מיינע געדאנקן.

אייער געטרייע זוהן (און ברודער)
מיכאל אלישייב


מישא האט נאך געהאפט אז זיין בריוו וועט אנקומען בעפאר זיין פאמיליע וועט פארלאזן בוכארא, אבער ער איז נישט געווען זיכער אז דאס וועט אים געלונגען. ער האט זיך געמוזט באגעניגן מיט דעם אז משפחה איז אומבאשעדיגט, און אויפן וועג קיין ארץ ישראל. זיין הארץ איז געווען פול פאר די ערשטע מאל אין א לאנגע וויילע.

***

אלישייב'ס הצלחה אין מיסאינפארציע האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג. אדאמאוו האט אים געמאלדן אז די אפיציעלע דירעקטיווע פון קריוטשקאוו איז געווארן מער דרינגענד. קריוטשקאוו'ס אמביציע האט זיך אפגעצאלט, און מען האט אים אויפגענומען אלץ ק.ג.ב. פארזיצער. קריוטשקאוו האט זיך געזארגט איבער די זיכערקייט פון זיין פאזיציע, און די פאזיציע פון די סאוועטישע פאראיין אויף די וועלטס פאליטישע ארענע. ער האט מער געפאדערט פון אדאמאוו, און דעריבער האט אדאמאוו מער געפאדערט פון אלישייב'ן. אדאמאוו האט דורכגעקוקט אלע באריכטן וואס אלישייב האט געשוקט, און א פארדאכט אויף די ווארהייט פון די באריכטן האט זיך ערצינדן אין אים. ער האט געשוקט פאר אלישייב'ן א קורצע מעלדונג: איך זעה וואס דו פרובירסט צו טוען. פאררעכט עס זאפארט.

מישא האט נישט פארשטאנען פארוואס אדאמאוו האט אים געגעבן א ווארענונג און א געלעגנהייט צו פאררעכטן זיינע אקטן. ער האט געמיינט אז אדאמאוו וועט אים פארהאלטן די נעקסטע מאל ווען ער האט באזוכט די געזעהלשאפט קלאב, אבער אנשטאט דעם האט אים אדאמאוו מער אריינגעדרייעט אין קריוטשקאוו'ס פלענער. ער האט זיך אוועקגעשטעלט נעבן מישא ווען ער האט געוואשן געשיר אונטער א רינענדיגע קראן, און אים געהאלפן זייפן די גאפלעך און לעפלעך. די גערויש פון די וואסער האט פארדעקט זייערע ווערטער, און אדאמאוו האט געקענט רעדן צו מישא'ן פרייערהייט.

"דיינע אויפגאבן האבן זיך געטוישט. איך האב פאר דיר א באזונדערע מיסיע."

מישא האט נישט רעאגירט.

"דו קענסט מאיאר ברונער. ער ארבעט פאר אונז."

אדאמאוו האט אנגעגעבן די נאמען פון א דויטשע שטאזי מאיאר וועלכע האט געהאט א הויכע שטעלע און פארבינדונגען אין די ליעזאן אפטיילונג. אלישייב האט אים געקענט, און פיל מאל צוזאמען געארבעט מיט אים.

"מיר האבן פארדאכטן אז ער ארבעט אויך מיט די אמעריקאנער."

מישא האט ווידער נישט רעאגירט. ער האט געווארט צו הערן וואס קריוטשקאוו פארלאנג פון אים, דירעקט.

"מיר האבן אים נאכגעפאלגט און נאכגעקוקט, אבער ער איז פארטוען אין צופיל קרימינאלע אקטיוויטעטן אויף די זייט, אז עס איז שווער צו וויסן וואו די קרימינאל ענדיגט זיך און דער שפיאן הייבט זיך אן."

אדאמאוו האט צוגעלייגט נאך זייף צו זיין טאץ, און דערנאך ווייטער גערעדט אווי איינער וואס איז סתם פארטוען אין א קאך-ווירטשאפט שמועס.

"אז ער ארבעט פאר אונז האט ער צופיל צוטריט צו אונז, און ער ווייסט וואס און וואו מיר האלטן, און אויב ארבעט ער אויך פאר זיי דאן ווייסן זיי דאס אלעס אויך. דו פראגע איז, ווער נאך ארבעט מיט אים, און וואס ווייסן זיי?"

"וואו קום איך אריין דא?" האט מישא געפרעגט ווען אדאמאוו איז נישט געקומען צום פונקט.

"דו ביזט שוין געווען אין זיין שלאס?" האט אדאמאוו געפרעגט.

"יא," האט מישא געענטפערט.

"דאן ווייסטו די אויסשטעל פונעם שלאס, און וואו זיין ביורא געפונט זיך דערין. איך דארף אז דו זאלסט זיך אריינזעהן אין זיין ביורא און זיך אומקוקן."

"אריינזעהן?"

"ס'איז נישט אזוי שווער. ער ווארפט יעדעס יאר א פייערונג פאר אלע אפיצירן און סאלדאטן אין זיין געזעהלשאפט. אז דו וועסט באקומען אן איינלאדענונג וועסטו עס אננעמען. דו ווייסט וואו זיין ביורא געפונט זיך אינעם סטרוקטור, און עס וואלט נישט געווען אזוי פארדעכטיגט אויב איינער וואלט דיר געזעהן זיך דרייען אין יענעם פליגל פונעם שלאס. פאקטיש געפונען זיך דארט עטליכע שטאזי ביורא שטובער, און דו האסט דארט אן אינטערעסע אלץ א ליעזאן אפיציר. אויך ביזטו שוין עטליכע מאל דארט געווען אויף אפיציעלע געשעפטן."

מישא האט נישט גערעדט. אדאמאוו האט אים געזאגט, "דיין שורצל ענטהאלט נאך אנווייזונגען, און דעם דאטום. קוק עס גוט דורך. ברענג מיר אינפארמאציע וואס איך קען נוצן."

אדאמאוו האט אראפגעלייגט די געשיר, און זיך גענומען צו א צווייטע זאך אין קאך. דא האבן זיך געענדיגט זיינע אויפגאבן, און מישא'ס האבן זיך אנגעהויבן.

-פארזעצונג קומט אי"ה-
לעצט פארראכטן דורך וואלטיער אום דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

אויב ערשיינט קאפיטל 20 צוויי מאל אינעם תגובה דאן לאזט מיך וויסן און איך וועל עס פאררעכטן. איך האב מיך עפעס פארפלאנטערט אין טעכישע ענינים.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואלטיער האט געשריבן:אויב ערשיינט קאפיטל 20 צוויי מאל אינעם תגובה דאן לאזט מיך וויסן און איך וועל עס פאררעכטן. איך האב מיך עפעס פארפלאנטערט אין טעכישע ענינים.

ערשיינט נאר איינמאל, און וווואאאאאאאאאאףףףףףף!!!!! יישר כח!!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

WOW
א פיינע קאפיטל דאס געווען!
קיפ איט אפ!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

עס איז קיין איינמאל נישט ערשינען
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

מייסטערהאפטיג
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

מוירעדיג
יישר כח
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

דער לאזט נישט נאך.. מייסטערהאפטיגע ארבעט!!
mee
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:18 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mee »

מורה'דיג אינטערעסאנט....שכח
\
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

זייער אינטערעסאנט!

ישר כוח.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח!
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

דער איז פיינע נייעס.
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

ש'כח פארן מהנה זיין יעדעם
קען מען שוין קוים ווארטן פאר קומענדיגע דינסטאג
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

דינסטאג עס איז!!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
איש חשוב
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:48 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חשוב »

Can someone make a PDF till here?
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 21)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

אקטאבער - 88'
אסט-בערלין

קאטשענקא האט פארענדיגט ביגלען זיין העמד, און אויך דעם בלויען מיליטערישע אנצוג ספעציעל געאייגנט פאר פארמאלע אקטיוויטעטן. אויף דער אנדערע זייט שטוב, נעבן זיין שטאקיגע בעט, האט אלישייב פארענדיגט זיינע פארברייטונגען מיטן אנהעפטן זיינע ראנק אינזיגניען אויף זיינע אקסלען און ברוסט, און אויך אויסגעגליכן זיין הארטן קראגן מיט די גאלדענע קנעפ דערויף. האנט ביקסן זענען פארבליבן אין די שראנקען, זינט די באפעלן זענען געווען צו ערשיינען אן האנט געווער. די אטמאספערע פונעם נאכטס פייערונג איז געווען געשטימט אויף א פארמאלע עלעגאנטן אוונט, און דער דויטשער גאסט געבער האט נישט געוואלט פארדארבן דעם העכערן קלאס אטמאספערע מיט האנט געווער.

דער גאסט געבער, מאיאר ברונער, איז געווען נישט נאר געווען א שטאזי אפיציר, נאר ער איז אויך געווען זייער איינפלוסרייך און פריינטליך. ער האט געהאט א באזונדערע ספארט צו ווארפן אפולענט פייערונגען מיט שאמפאניע, ציגארן, און די טייערסטע פרוכטן און קעזן, צו בעאיינדרוקן די אנדערע אפיצירן אין די שטאזי, מיליטערלייט, און ק.ג.ב. אגענטן. די רעדע צווישן די אונטער אפיצירן, וועלכע זענען געווענליך נישט געווארן איינגעלאדנט צו די שוואויל-טאגן, איז געווען אז די אלע לוקסוסן און טייערע פראדוקטן זענען נישט נאר געווען שווארץ-מארק מאטעריאל, נאר דווקא די רעזולטאט פון ערפרעסונג - מאיאר ברונער האט גענוצט זיין איינפלוס צו לייגן דרוק אויף געשעפט'ס אייגענטומער, דאס אויב מען געבט אים נישט די אלע פראדוקטן פריי אונטערן טיש, וועלן זיך די הענדלער טרעפן אין הונשאנהאוזן, א שטאזי געפענגעניש אין בערלין.

"יעוו," האט זיך וואסילי אנגערופן פון קעגן איבער די בעט, "דיינע שיך זענען דיר שמוציג."

מישא האט אראפ געקוקט נערוועזערהייט אויף זיינע שיך, וועלכע זענען געווען געפוצט צו אזא גלאנציגן שיין, אז די פארגאנגענע צאר און צארינע וואלטן זיך געקענט שפיגלען דערין. ער האט געזוכט וואו די אנגעגעבענע שמוץ האבן זיך געפונען.

"איך טרייב נאר א שפאס פון דיר. דו האסט זיך שוין צוואנציג מאל געקוקט אין שפיגל, איין און דרייסיג מאל געפוצט דיינע שיך, און די רעשט צייט פארברענגט ארומצושפרייזן דעם ענגן שטוב. דיין יוניפארם איז פערפעקט, אטעם אפ אביסל. וואס נערווירט דיר אזוי?" האט וואסילי געפרעגט.

'איך שפיר נישט ווי איך געהער צו אזא פייערונג, צווישן די שטאזי און ק.ג.ב. אגענטן. איך בין אן אפיציר, און א איד פון בוכרארא, נישט קיין וויכטיג-טוער," האט ער זיך פארענטפערט, זינט ער האט נישט געקענט זאגן פאר וואסילי די אמת'ע סיבה פארוואס ער איז נערוועז געווען. ער האט זיך נאכאמאל פארראכטן די קנעפ אויפן אנצוג.

"פונקט פארקערט," האט א שמייכל געשפילט אויף וואסילי'ס פנים ווי ער האט געטשעפעט מישא'ן אביסל, "די ארגסטע און מערסט-נאטארישע ק.ג.ב. אגענטן זענען געווען אידן. דו וועסט זיך שפירן ווי ביים טאטן אין וויין גארטן."

מישא האט צוויי מאל געבלינקט אויף דעם אנמערקונג, און דערנאך נערוועז געלאכט אויף וואסילי'ס פארזוך אים צו בארואיגן.

"א דאנק דיר פאר די דערמאנונג."

די סארקאזם געטראפט פון יעדעס ווארט, אבער פאקטיש האט דאס געלעכטער אים אביסל צורעכט געשטעלט זיינע נערווען. גלאנצד אין זייערע יוניפארמען, האבן זיך די מיליטערלייט אריינגעזעצט אין א סאוועטן-מיליטער אויטא, און זיך ארויסגעלאזט אינעם ריכטונג פונעם באל פייערונג. מאיאר ברונער'ס וואוינונג איז געווען אן אלטן שלאס, גלייך אינדערויסן פון בערלין. א טייל פונעם בנין איז געווען זיין וואוין ארט, און א טייל האבן געדינט אלץ שטאזי קאנצילייען פאר אפיצירן. מישא האט שוין עטליכע מאל באזוכט אויף אפיציעלע ליעזאן געשעפטן, אבער קיינמאל פאר געזעהלשאפט סיבות.

ביז מען איז אנגעקומען צום שלאס האט זיך גענומען טראפן א פראסטיגן ווינטער רעגן. די אנדערע אפיצירן האבן זיך איבער געדעקט מיט זייערע שירעמעס צו באשיצן די וואלענע יוניפארמען, אבער מישא האט גאר געהויבן זיין קאפ אינעם ריכטונג פון די טראפן. ער האט געלאזט די קאלטע טראפן אראפ לויפן זיין פנים, אים ריינוואשן, און דערניכטערן פון דעם צומישעניש וואס האט אים באגלייט די אלע חדשים אין דעם לאנד. ער האט זיך געוואונדערט וויאזוי אזא ריינע פורע זאך, קען נאך פאלן אין אזא קארופטירטע, שווארצע פלאץ ווי דער שטאזי שטאט.

א שרעקליכע בענקעניש פאר זיין היים אין בוכארא האט אים איבערגענומען, און מיט דעם איז מעלאנכאליע אריינגעקראכן אין זיין הארץ. אזוי אריינגעטוען איז ער געווען אין זיין דעפרעסיע, אז ער האט בכלל נישט אבסעווירט די רייכטום פונעם הערליכן אויפנאם שטוב ווען ער איז אריינגעגאנגן. ער איז געווען בלינד צו אלע אירע טשאטשקעס און קריסטאלן. די שטוב איז געווען אנגעשמעקט מיט זיסע ריחות פון צוקער טארטן, און שטארקערע גערוכן פון אלטע ספעציעלע קעז. שאמפאניע אין פלאטען גלעזלעך זענען געווארן אויסגעטיילט דורך סערווירער אין שטייפע, ווייסע העמעדער און שווארצע וועסטלעך.

מישא האט דאס גארנישט באמערקט, און האט כמעט אריינגעקראכט דירעקט אין אזא סערווירער. וואסילי האט אים געגעבן א זאג אריין אין אויער, "דאס איז נישט קיין באערדיגונגס צערעמאניע נאר א פייערונג."

דער גאסט געבער האט געמאכט די פארשטעלונגען, באקאנטשאפטן, און פארבינדונגען צווישן די אפיצירן, פאליטיקאנטן, און ציווילע מאכער און אנדרייער. ווען ער האט זיך דערנענטערט אין מישא'ס ריכטונג, האט הער ברונער מיטגעשלעפט מיט זיך א יונגערמאן אין א פערפעקטן בלויען אנצוג, און מישא האט געקענט הערן ווי ער שטעלט אים פאר פאר די צוהערער אלס זיין נעפע, זיין שוועסטער'ס איינציגסטע זוהן.

'אה, מאיאר יעגענעוו, קאפיטאן ליכטער, לויטענאנט אלישייב, סארדזשענט קאטשענקא, קען איך אייך ביטע פארשטעלן מיין נעפע, יאהאן פעלדמייסטער.'

אלע האבן געשאקלט די הענט צווישן זיך. מאיאר יעגענעוו און קאפיטאן ליכטער האבן קאמפלימענטירט זייער גאסט געבער אויף די הערליכע מעבל און דעקאר פונעם שלאס. כאטש די אפיצירן וועלכע ברונער האט אדרעסירט זענען געווען רוסן האבן זיי אלע גערעדט נאר אין דויטש צו דעם גאסט געבער, א דאנק דעם וואס זיין נעפע, דער יונגער יאהאן, האט נישט פארשטאנען קיין איין ווארט פון דעם רוסן שפראך. אלישייב און קאטשענקא זענען שוין דאן געווען גענוג קענטיג אין דויטש, און דעריבער האבן זיי נאכגעפאלגט די אנדערע און גערעדט נאר אין דויטש.

א אנדערער פארשוין האט זיך צוגערוקט נענטער צו די גרופע, און ברונער האט אים אויך פארגעשטעלט פאר די אנדערע אלץ "מיסטער אדאמאוו."

מישא האט נישט ארויסגעוויזן זיין איבערראשונג, און ווען עס איז געקומען זיין רייע זיך פארצושטעלן האט ער געגעבן זיין האנט פאר אדאמאוו כאילו זיי האבן זיך נישט געקענט.

"זייער אנגענעם זיך צו באקענען מיט אייך," האט אדאמאוו געזאגט, און אלע האבן צוגעשאקלט צופרידענערהייט. מאיאר ברונער האט צוגעלייגט אז ער און אדאמאוו האבן געפירט צוזאמען געשעפטן צוצושטעלן ווארן און פארזארגונגען פאר די רעגירונגס בנינים, און אזוי האבן זיי געבויעט זייער באקאנטשאפט. די אנדערע האבן געהאט קנאפע נייגער אין די די פראוויזיע פון ווארן פאר די רעגירונג, און האבן שנעל פארדרייט די שמועס צו אנדערע מער אינטערעסאנטע טעמעס. מישא האט מיטגעשפילט מיט זיי די גאנצע צייט, כאטש אינעווייניג האט ער געשפירט ווי א וואלקאן קעסלט אין אים.

ברונער, זיין נעפע פעלדמייסטער, און אדאמאוו, האבן זיך ווייטער גערוקט צו מאכן נייע באקאנטשאפטן און שמועסערייע. וואסילי האט זיך אוועקגעשארט צו די טישלעך צו ברענגען קעז און גלעזלעך זויערע ביר פאר זיינע קאמעראדן, אבער פאר מישא'ן האט ער געברענגט א גלאז וויסקי, וויסדיג אז דאס איז זיין פארצוג. מישא האט נישט געטרונקן, נאר געהאלטן די גלעזל פארטראכטערהייט. וואסילי האט אים אנגעקוקט מיט פארדעכטיגטע בליקן, אבער דערנאך געצויגן מיט די אקסלען ווי איינער וואס איז געווען געוואוינט צו מאדנע אויפפירונג.

מישא האט זיך אוועקשטעלט נעבן די דשעז מוזיקאנטן, א סאקסאפאן שפילער און א טראמפעטער, וועלכע האבן זיך געגרייט מיט זייערע אינסטרומענטן אנצוהייבן א מעלאדי. אויף זיין אנדערע זייט זענען געווען אויפגעשטעלט צוויי שפיל טישן, און טייל פון די געסט זענען געשטאנען ארום די טישן אבזערווירן ווי די קארטן-האנדלער טיילן די קארטן מיט אזא קונצלערישע פונקטליכקייט. וואסילי און די אנדערע האבן זיך צוגעשטעלט באטראכטן די שפילער און קארטן טיילער.

די שפיל האט זיך געצויגן אויף א רואיגע טעמפא, ביז איין שפילער האט זיך געוועט א ריזיגן סומע, אסאך מער ווי א רעגירונגס באאמטע האט זיך געזאלט ערלויבן, און אלע פארזאמלטע האבן באקומען א גרויסע אינטערעסע אין דעם שפיל. אז די ריזיקע האט זיך אזוי פלוצלינג געהויבן, האט עס געברענגט אן אויפהייטערונג אונעם גאנצן זאל, און אלע ארום האבן פאקוסירט זייער אינטערעסע אינעם שפיל. מישא האט געזוכט מיט זיינע אויגן וואו אדאמאוו האט זיך געפונען, און ווען זיינע אויגן האבן געטראפן אדאמאוו'ס האט ער דארט גלייך אלעס געזעהן. דער שפילער איז געווען פון אדאמאוו'ס מענטשן, און זיין ציל איז געווען צו צוען די אויגן און די אינטערעסע פון די פארזאמלטע און די גאסט געבער, אז קיינער זאל קוקן אין די ריכטונג אין וואס מישא איז געווען געצילט. מישא האט לייכטן שאקל געטאן מיטן קאפ אז ער האט פארשטאנען אדאמאוו'ס סיגנאלן, און ער האט זיך געוואנדן ארויס פונעם פייערונגס זאל, אינעם ריכטונג פון די קאנציליי פליגל.

***
די פליגל פונעם שלאס וועלכע האט ענטהאלטן די קאנצילייען פאר די אפיצירן, איז געווען אינעם הונטערשטן טייל פונעם בנין. די לאנגע קארידארן זענען געווען ליידיג און שטיל, און מישא'ס סאנפטע פיס-טריט זענען פארשטומט געווארן אין די הערליכע טעפיכער. קיינער האט זיך מער געפונען אין יענעם טייל פונעם פליגל. די אפיצירן און באאמטע זענען געווען ביים פייערונג, און די רייניגונגס שטאב האט איצט געדינט אלס סערווירער און קאך-שטאב. הערר ברונער'ס ביורא איז געווען ביים ענדע פונעם קארידאר. מישא האט נישט געוואלט פארלירן צייט און ארויסגענומען די שלאס-פיק סעט וואס איז ער האט מיטגעברענגט מיט זיך. פאר אפאר טעג האט ער פראקטיצירט אויף עטליכע שלעסער אין זיין ביורא ווען ער איז געווען אליין, און ער שוין געשפירט א באקוועמע קענטעניס מיט די ווערקצייג. ער האט זיך מענטאל געגרייט צו קנאקן דעם שלאס שנעלערהייט, אן דעם וואס עס זאל בלייבן א צייכן דערויף. ווי נאר ער האט זיך דערנענטערט האט ער געזעהן א דינעם שיין, ווי פון א טאשן לאמפ, לויפט אדורך די שמאלע שפאלט אונטער די טיר, און עס האט זיך אים געדאכט אז ער האט געהערט א פארשטומטן קלאפ קומען פונעם צימער.

ער האט זיך שטילערהייט דערנענטערט צום טיר, און ווען ער איז שוין געווען ממש פארנט דערפון האט ער געקענט זעהן אז נישט נאר וואס די טיר איז געווען אויפגעשפארט, עס איז נאך געווען א טראפ אפען. די שיין פונעם טאשן-לאמפ האט זיך אינטערמיטירנד באוויזן צווישן די שפאלטן, ווי איינער וואלט דאס ארום געשיינט אינעווייניג אין צימער. דער וואס איז געווען אינעווייניג האט נישט געהערט מישא זיך דערנענטערן אינעם קארידאר ווייל זיינע באוועגונגען אינעווייניג האבן זיך נישט געטוישט.

מישא האט נאר באדויערט אז ער האט נישט פארמאגט זיין האנט געווער מיט זיך. דאס וואלט אים געגעבן די אויבערהאנט אויב דער וואס איז געווען אינעווייניג איז געווען באוואפנט. עס איז נאר געווען איין וועג דאס פעסטצושטעלן.

ער האט זיך מער נישט געדארפט פארכטן פון מאכן גערודער, ווייל דער איינברעכער האט אים געגעבן א געשמאקן אויסרייד אויב וואלט איינער זיי געכאפט. ער האט יעצט געקענט זאגן אז ער האט נאכגעפאלגט דעם פארדעכטיגן ביז אינעם צימער. אויב וואלט ער אונטערזוכט יענעמ'ס טאשן וואלט ער זיכער געטראפן א נאכגעמאכטן שליסל אדער א שלאס-פיק סעט, און דאס וואלט געדינט אלץ גענוג באווייז.

מישא האט שנעלערהייט אויפגעזעצט די טיר, און מיט זיין ברייטן געבילד באשאטן דעם טיר עפענונג.

'צום טייוול!" האט ער געהערט דעם לעסטערונג פון דעם ערשיטערטן איינברעכער, ווי יענער איז זיך צושפרינגען פון זיין פלוצלינדיגער ערשיינונג. אין ענגליש. דער דערשראקענער קרימינאל האט אויסגעשריגן אין ענגליש.

מיט זיין רעכטן האנט האט מישא געפליקט דעם לעקטער, אויפ'ן וואנט נעבן טיר. און די שטוב איז געווארן באוואשן מיט א געלן ליכטיגקייט. ער האט יעצט גוט געקענט זעהן דעם געוואגטער וועלכער האט גענומען אויף זיך א נארן מיסיע זיך איינצוברעכן אין די קאנציליי פון א הויך ראנקיגער שטאזי באאמטער. דער יונגער פנים פון יאהאן פעלדמייסטער האט יעצט געהאט דעם קאמישן אויסדריק פון שאק, צומישעניש, און זיין מויל איז געהאנגען אפן, וואו ער איז געשטאנען הינטער מאיאר ברונער'ס שרייב טיש, די לעדלעך אפן און די פאפירן אויפן טיש אביסל צוווארפן.

מישא האט געפילט א פארדרוס קעגן דעם אידיאט'ס אויבערהארן, אז זיי האבן אריינגעשוקט אזא יונגען אומערפארענער אגענט אינעם לייבן גרוב. וואס האבן זיי געקענט טראכטן, צו ריזיקירן אזוי מיט די לעבן פון זייער אייגענעם מאן?

"דו ביזט אן אמעריקאנער," האט מישא געזאגט אווי צו זיך אליין.

פעלדמייסטער האט זיך נאר אומגעקוקט שנעל, און די גלאנץ אין זיינע אויגן האבן אנגעדייטעט אז ער רעכנט זיינע שאנסן און אויסוועגן, וויאזוי ער זאל זיך די שנעלסטע ארויסזעהן פון דעם קאנציליי.

"אבער מאיאר ברונער האט דיר פארגעשטעלט אלץ זיין נעפע," האט ער ווייטער געזאגט, דאס מאל דירעקטירט צום אמעריקאנער.

פעלדמייסטער נישט געענטפערט נאר זיך גערוקט נענטער אביסל, ווי איינער וואס פרובירט צו אנטלויפן, אדער צו אטאקירן.

מישא האט זיך נישט גערירט פון זיין פלאץ ביים טיר, נאר ווייטער גערעדט צום דערשראקענעם. "דאס הייסט אז ברונער ארבעט טאקע צוזאם מיט די אמעריקאנער, און אז דו ביזט פון זיינע קאנטאקטן. און דו האסט זיך דא אריינגעבראכן ווייל די אמעריקאנער האבו די זעלבע פארדעכטענישן וואס מיר האבן. דו האסט געזוכט באווייז אז ער ארבעט פאר די סאוועטן אויף די זייט."

פעלדמייסטער האט זיך שנעל צוגערוקט צום אפענעם לעדל אויף די רעכטע זייט פונעם שרייב טיש, און ארויסגענומען א פיסטאל וואס איז געלעגן דערין. ער האט עס שנעל געהויבן אין געצילט גלייך אין מישא'ס ריכטונג. זיינע אויגן זענען געווען ווילד און דערשראקן.

"רוק זיך אוועק פונעם טיר, אדער איך וועל דיר שיסן," האט ער שנעל געזאגט פאר מישא, און ער האט אראפגערוקט און געשפאנט די פיסטאל-האמער עס צו מאכן גרייט צום שיסן.

-פארזעצונג קומט אי"ה-
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

הההההההההה
אוי פליז!!!!!!!!!! ביז דינסטאג העליך יעצט דארפן ווארטן????
לאמיר האפן לכבוד חנוכה העסטו שרייבן יעדן טאג...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

wow wow

פיין פיין
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

געוואלדיגע ישר כוח פארן שרייבער פאר די הערליכע פארזעצונג!

אבער נאך א גרעסערע ישר כוח פארן ממשיך זיין מיט א תמידות אן לאזן די ליינער מיטן צונג אינדרויסן ווי לוזער'ס - אנדערש ווי פילע אנדערע שרייבער דא אויפן וועלטל. שכוח!!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”