ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

מיין אטעם איס פארכאפט געווען ביים עס ליינען איך האב נאכנישט באגעגנט אזא קאליבאר שרייבער
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
קויפער
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 10:45 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קויפער »

דאס ערשטע מאל וואס איינער האט מיר באגראבן לעבעדיגערהייט!
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

הערליכע ארבעט, מיר זענען שטארק דאנקבאר
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

דאס איז עכט גוט
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
שמואל חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 5:27 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל חיים »

מיין פארכאפטע אטעם האלט אין איין ריפרעשן דאס פעידזש... ווען קומט די נעקסטע חלק?
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

יישר כח
איך געדענק דעי מעשה פון ערגעץ איך ברעך מיך קאפ וואו איך האב עס אמאל געליינט
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 8)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

"האסטו אינגאנצן דיין זין פארלוירן?" האט זיך דער לופט ארמיי פאלקאווניק צושריגן אויפן באזע קאמאנדיר, פאלקאווניק יעדענסקי, ווי נאר מען האט פארמאכט די טיר הינטער אים אינעם קאמאנדיר'ס ביורא.

"איך וואלט דיר געבעטן, צו נידערן דיין שטימע. דיין הויכער קול שטימט נישט יעצט מיט מיין קאפ וויי," האט דער רינדיגער באזע קאמאנדער געזאגט אין א געלאנגוויילטע שטימע, ציענדיג יעדעס ווארט ווי דורך א לאקשן-מאשין. ער האט זיך צוריק געזעצט הינטער זיין ביורא טישל. די בענקל האט זיך צוקוויטשעט אונטער זיין ריזיגען וואג, און צופרידענערהייט האט דער זארגלאזע באזע פאלקאווניק צוזאם געלייגט זיינע הענט איבער זיין גרויסן בייכל.

"יעצט זעצט אייך ביידע אוועק, לופט-ארמיי פאלקאווניק לושקין און מר. פירסאוו. זיצט, זיצט!! און בעפאר דו גייסט ווייטער מיט דיין מאנאלאג, לושקין, געדענק אז איך בין דא דער העכסטער ראנק-אפיציר. פון איין פאלקאווניק צום צווייטן זאג איך דיר, ווען דו ביזט אויף מיין באזע האסטו קיין שום געוויכט אדער אוטאריטעט. אבער איך וועל דיר אויסהערן אויס רעספעקט פאר דיין פאזיציע אלץ פערזענליכע אסיסטענט צו גענעראל קאטשענקא. פאז'אלאסטא, זאג וואס שטערט דיר אין מאגן."

כאטש פירסאוו האט אנגענומען דעם לאדענונג, און זיך געזעצט אויפן בענקל קעגן איבער דעם באזע קאמאנדער, איז פאלקאווניק לושקין געבליבן שטיין אויף זיין פלאץ. ער האט טיף אריינגעאטעמט, און פרובירט איינצוצוימען די רעגעניש אין זיין רעדע.

"פאלקאווניק, די אקטן וואס זענען געטוהן געווארן אויף דיין באזע, אונטער דיין אויפזיכט איז נישט לעגאל אינעם סעוועטן מיליטערישע געזעץ בוך, און די שטראף וואס איז געווארן אויסגעטיילט פאר דעם סאלדאט איז פארבאטן געווארן נאך אין די 1960'ער. נאך דערצו, ווי איך פארשטיי, איז דער סאלדאט נישט דורך געגאנגען א קריג'ס געריכט, און דעריבער איז סיי וועלכע אורטייל נישט געזעצליך."

פירסאוו, וועלכער איז ביז איצט געווען ווי אן אפגעפאטשטער, האט גענומען קוראזש פונעם באזע קאמאנדיר'ס אומוויסנהייט און גלייכגילטיגקייט, און זיך אנגערופן מיט חוצפה צו פאלקאווניק לושקין.

"אזוי ווי איך האב דיר שוין ערקלערט פריער, דו טוסט זיך אריינמישן אין געשעפטן וועלכע דארפן דיר בכלל נישט
אינטערעסירן. א סאלדאט אויף די באזע האט געבראכן דאס געזעץ, די ציווילן געזעץ, נישט מיליטערע, מיטן אנגריפן מיליציע אינדערויסן פונעם מיליטערישן באז. די לאקאלע מיליציע אינאיינעם מיט די קאאפעראציע פון די באזע אטאריטעיטן האבן מיר געשטעלט מיט איין אויפגאבע. דאס איז צו דערגיין וואס דא איז פארגעגאנגען. איך אליין בין נישט אנהענגיג אין די מיליטערישע געזעצן, ווי איך מוז ווידער אמאל ערקלערן פאר דיר, נאר א פריוואטער געניטער פארשער. אין ערגסטן פאל אז דאס נאר אביסל 'דעדאוושינע'."

"דעדאוושינע איז א שאנדפולער, נישט געזעצליכער סיסטעם!" האט דער לופט ארמיי פאלקאווניק געשריגן אויף פירסאוו.
"און דאך ווערט עס פראקטיצירט אין אלע ווינקלען פון די ארמיי," האט פירסאוו צוריקגע'טענה'ט. "איך וואלט אפילו איינגעלייגט געלט אז אונטער דיין נאז, טאוואריש פאלקאווניק, אין דיין אייגן ווינקל פון די לופט-ארמיי, גייט פאר דעדאוושינע צווישן די סאלדאטן. און אויך"....
"האלט זיך דאס מויל, דו סאדיסטישער אידיאט," האט אים פאלקאווניק לושקין איבער געהאקט מיד-זאץ, נישט קענענדיג מער הערן די הויך-מוטיגע טאן מיט וואס פירסאוו האט אים אדרעסירט.

דער באזע קאמאנדיר, פאלקאווניק יעדענסקי, האט שוין געהאט גענוג פון די דראמע וואס האט זיך אויסגעשפילט פאר אים, נישט באגרייפנדיג וואס די גרויסע טומל איז, אז מען איז ארויס אביסל פון די ראמען אויף זיין באזע. ער האט אויפגעהויבן דעם טרייבל אויף זיין שרייב טיש און געדריקט א קנעפל.

"יא, ברענג אריין דריי גלעזלעך און א פלאש וואדקע," האט ער אריינגעזאגט א באפעל, און דערנאך אראפגעהאקט דעם טרייבל.

"פירסאוו, לושקין, טוטס מיר דעפ כבוד און טרינקטס ביי מיר אין ביורא א גלעזל וואדקע. ס'איז גוטע וואדקע. די בעסטע וואס די מארק באווייזט אין די פארווארפענע זייט פון די וועלט," האט ער געזאגט מיט זעלבסט וויכטיגקייט, ווי א פראפעסאר וואס ענטיילט וויסנשאפט. "מיינע סאלדאטן שעצן מיר אזוי, אז יעדעס שטיקל צייט באלוינען זיי מיר מיט די וואדקע וואס זיי האבן מיר ערלעדיגט."

פאלקאווניק לושקין האט געקרימט מיט די נאז אויף די היפאקריטיע פונעם קאמאנדיר -ער פאראורטיילט שווארץ מארק הענדלער בעת ער טרינקט שווארץ מארק אלקאהאל - אבער ער האט קלוגערהייט נישט קאמענטירט דערויף. פירסאוו איז שיעור צופלאצט געווארט אז דער באזע קאמאנדיר קען אזוי אפן מודה זיין אויף שווארץ האנדל, אבער ער האט גארנישט געקענט טוען דערוועגן ווייל ער וואלט נישט געטראפן קיין באווייז קעגן דעם באזע קאמאנדיר, און ער האט שוין קלאר געוואוסט אז די זעלנער אויפן באזע וואלטן אים אויסגעשפיגן אנשטאט העלפן. און זיין בעסטער טשאנס, די עדות פונעם אידישן סאלדאט אלישייב, איז צונישט געווארן. יענער איז אויסגעשטאנען די פייניגנוגען, דאס ווערן לעבעדיג באגראבן, אבער נאך אלץ געשוויגן און נישט ארויסגעגעבן קיין באווייז.
א יונגער סאלדאט האט אריינגעברענגט גלעזליך און וואדקע אויף א טאץ, און ווי א פראפעציאנאלן בארמאן געגאסן כרצון איש ואיש.
"פאז'אלאסטא, פאז'אלאסטא!! טרינקט און מאכט פרידן ווידעראמאל. נישטא קיין פראבלעם אויף די וועלט וואס אביסל וואדקע קען נישט אויסהיילן," האט דער באזע קאמאנדיר פרובירט צו בארואיגן די געמיטער.

לושקין האט אראפגעשלינגען דעם וואדקע צוזאמען מיט זיין פארדרוס אויף דעם באזע קאמאנדיר. פירסאוו האט זיך אנטזאגט פון דעם אלקאהאל.
"טאוואריש קאמאנדיר יעדענסקי, איך בין נישט דא צו טרינקן. איך בין דא צוליב קריטישע לאנדס-זיכערהייטס פראגן. איך פארלאנג דו זאלסט מיר גלייך איבערגעבן דעם זעלנער וועלכער האט זיך אליינס מודה געווען אלס קרימינאל אין לויף פון מיין אויספארשונג. זיין נאמען איז וואסילי איגאראוויטש קאטשענקא."
דער לופט-אמיי פאלקאווניק האט זיך געאיילט זיך אריינצומישן, און געזאגט דערויף א קאטאגארישן "אוממעגליך." ער האט זיך אנגענומען פאר דעם פלימעניק פון זיין אויבעראפיציר, גענעראל קאטשענקא. דער באזע קאמאנדיר האט, פארשטייט זיך, גענומען לושקין'ס זייט.

"איך גלייב נישט אז דאס איז מעגליך," האט ער געזאגט, פאמעלאך, ווי איינער וואס איז זייער באקוועם אין זיין פאזיציע.

"אוממעגליך? איך האב צוויי הונדרעט זעלנער וועלכע קענען אנצייגן אז קאטשענקא האט זיך אליינס אויפגעגעבן אלץ דער שולדיגער!" האט פירסאוו געשריגן.

"יא," האט יעדענסקי אים רואיג געענטפער, "אבער איך האב אויך צווי הונדרעט זעלנער וועלכע קענען אנצייגן אז דו האסט פיזיש געפייניגט א געטרייע זעלנער, אין די אפוועזנהייט פון זיינע אפיצירן, און אן א מיליטערישע פראצעס."

"איך האב געהאט איינדייטיגע ערלויבניש פון די מיליטער אין מיינע אקטן!" האט פירסאוו צוריקגעווארפן אין רעגעניש.

"דו האסט באווייז אויף די ערלויבניש?" האט יעדענסקי געפרעגט, א זיסע שמייכל אויף זיינע הענגיגע באקן.

"באווייז?" האט פירסאוו געזעצט אויפן טיש. "איך האב מאסקווע'ס קלארע אנווייזונגען, און די ערלויבניש פון די נאוואסיבירסקע פאליציע."

"דא איז נישט מאסקווע, און ציווילע 'ערלויבניש' האט נישט קיין געוויכט אויף א מיליטערישע באזע. דו האסט געבראכן די עהרע און די אויבערהערשאפט פון די מיליטער, און פארדעם קען איך דיר גארנישט העלפן. איך קען דיר נאך אנברענגן קלאגעס, אויב הערסטו נישט אויף צו שפרינגן אויף מיינע מידע נערוון."

"דאס האסטו געפלאנט פון אנהייב," האט פירסאוו געגרידשעט. "דו האסט אזוי געפירט אז די גאנצע זאך זאל צופאלן ווייל דו אליינס ביזט ענטוויקלט אין די אומלעגאלע אקטיוויטעטן פון דיינע באזע זעלנער."

יעדענסקי האט נאר געשמייכלט אויף די ווערטער, און זיך געוואנדן צו פאלקאווניק לושקין.

'לאמיר פארגעסן פון די אומאנגענעמע געשפרעכן פון שווארץ מארק און פייניגונגען, און זאג מיר וואס אייגנטלעך איז דיין געשעפט אויף מיין ארימע באזע."'

לושקין האט אנגענומען א פארמאלן פנים, אראפגעשטעלט דאס גלעזל, זיך אויסגעגראד די רוקן, און אנאנסירט די סיבה פאר זיין אנוועזנהייט.

"פאלקאווניק יעדענסקי, איך בין דא אויף א ספעציעלע אויפטראג פון גענעראל אנאטאלי קאטשענקא. מיינע באפעהלן זענען אפצוגעבן די דאזיגע דאקומענטן, אין וועלכע דער גענעראל פאדערט אז מען זאל דער סאלדאט מישא אלישייב שטעלן אויפן שנעל-צוג צו ראנק-העכערונג, אלץ אפיציר. דער גענעראל בעט אז מען זאל דעם זעלנער אלישייב אפשוקן צום אפיצירן-בילדונגס באזע, וואו ער וועט דורכגיין שולונג מיט אנדערע אפיציר-קאנדידאטן, אלץ דאנק פאר די ספעציעלע דינסט וואס דער זעלנער האט געטוען פארן גענעראל."

"וואס?" איז פירסאוו צושפרינגען מיט א קוויטש. "וואספארא נייע דרייענישן זענען דאס!?"

דער באזע קאמאנדיר, פאלקאווניק יעדענסקי, איז אויך געווען צומישט פון דעם אנטוויקלונג. "לאז מיר זעהן דיינע אפיציעלע באפעלס פאפירן."

לושקין האט ארויס גענומען א קאנווערט מיט דאקומענטן פון זיין אויבערמאנטל און עס אהין געגעבן דעם קאמאנדיר. יענער האט עס איבערגעבליקט נאר אויבערפלעכליך, און פארלירנדיג אינטערעסע אין דעם מאכט-שפיל צווישן דעם מאסקווער אויספארשער און דעם לופט ארמיי פאלקאווניק, האט אוועק געמאכט דעם גאנצן געשעפט מיט א באוועגונג פון זיין האנט, "נו, דיינע באפעלס פאפירן זעהען אויס אין ארדענונג. טוה ווי דו פארשטייסט."

פירסאוו איז אבער געווען דערגעגן מיט א קנאה, און זיך צושריגן אויף לושקין, "וואס איז דאס? וואספארא ספעציעלע דינסט? אוממעגליך! דער זעלנער אלישייב איז קיינמאל געווען אין א פאזיציע צו דינען דעם גענעראל אין סיי וועלכע קאפאציטאט. ער האט קיינמאל פארלאזט דעם געגנט פונעם באזע שטאט, און וואספארא נוצן קען א לופט ארמיי גענעראל האבן פאר אן איינפאכער זעלנער? וואס פארא שטיקעס פרובירסטו דא אנדרייען?"

לושקין האט אנגעשטעלט א באליידיגטע פנים און געפרעגט "דער געערטער גענעראל האט פערזענליך באהויפטעט אין זיינע באפעהלס פאפירן אז דער זעלנער האט אים געטוען א דינסט. צו פארשטיי איך גוט, אז דו ווילסט צווייפלען די ווארהאפטיגקייט פון זיינע ווערטער?"

זיכער נישט !! –

זיכער ! –

האבן ביידע געענטפערט אויף איין מאל, דער באזע קאמאנדיר לייקענדיג אז ער צווייפלט די ווערטער, און דער דרייסטער פירסאוו וואגנדיג זיך פעסטצושטעלן זיין פריערדיגע רייד.

עס האט אויסגעזעהן פאר לושקין אז כאטש יעדענסקי איז געווען א פולשטענדיגע אידיאט, האט ער כאטש געוואוסט זיין פלאץ, און האט געהאט די שכל נישט אפצופרעגן די ווארהייט פון די באפעלן פון איינע פון די מאכטפולסטע גענעראלן אין די סאוועטן פארבאנד.

"פאלקאווניק יעדענסקי, איך מוז…"

"אוי שווייג שוין, פירסאוו, מיינע נערווען קענען נישט דערהייבן מער דאס גריזשן פון דיין קול. און איך האב צופיל רוקן ווייטאג מיך צו שטעלן אין קריג מיט די מיליטערישע מאכטן העכער מיר. די באפעלן זענען קלאר, געב א קוק אליין, און דערנאך פארלאז מיין ביורא ווייל איך האב וויכטיגערע זאכן צו ערלעדיגן. דאברעי דעי."

פירסאוו האט געשפירט אזא רעגעניש, אז ער האט אינגאנצן פארגעסן זיין פלאץ, און געלאזט די הייסע סם וואס האט געפליסט אין זיין בלוט איבער נעמען זיין גאנצן וועזן. מיט איין האס האט ער א כאפ געטאן א וואדקע גלעזל און עס געווארפן מיט כעס אינעם ריכטונג פונעם ביורא פענסטער, ווי עס האט זיך צעשמעטערט אויף פיצלעך. די פלוצלינג'דיגער קלאנג האט צוטרייסלט די נערוון פון דעם פעשן קאמאנדיר. פירסאוו האט אראפגעזעצט זיינע הענט אויפן קאמאנדיר'ס טישל און זיך טיף אריינגעבויגן, אז זיין פנים איז געקומען נאנט צו יענעם'ס פנים.

"דו דרייסטלאזער שוואך קאפ. דו לאזט זיך ארום פירן ווי א קעלבל, און ווי א בלעטל ווערסטו פארבלאזן דורך די שוואכסטן ווינטל. דו ביזט א גארנישט, א דומ-קאפ וואס איז נישט ווערדיג די טישל און פאזיציע פון א פאלקאווניק!"

יעדענסקי האט אנגענומען די זידלונג מיט די זעלבע לאנגווייליגע אויסדריק אויף זיין פנים. ער האט צוזאמגעלייגט זיינע הענט איבער זיין בויך און זיך פארקלערט אפאר מינוט, דערנאך האט ער ווידער אויפגעהויבן דעם טרייבל און אריינגעזאגט: "שיק אריין אהער צוויי באזע וועכטער, זיי זאלן ארויספירן דעם אומגעוואונטשענער פארשוין פון מיין ביורא. אייגנטליך, נעמט אים אראפ פונעם באזע אינגאנצן, און אויב טרעט ער אריין אין באזע געגנט, ארעסטירט אים פאר "פארדעכטיגטע אקטיוויטעטן" קעגן דעם סאוועטן מיליטער."

קיין מינוט איז נישט אדורך פון ווען דער קאמאנדיר האט אראפגעלייגט דעם טרייבל, און צוויי שטרענגע מיליטעריש פאליציי לייט זענען אריינגעקומען אינעם ביורא, סאלוטירט זייער באזע קאמאנדיר, און אינטערהאלטנדיג פירסאוו ווי א קראנקער וואס קען נישט גיין אויף זיין אייגענע פוס, אים ארויסגעפירט מיט שאנדע.

"וואס זאגסטו לושקין," האט יעדענסקי זיך געוואנדן צו זיין גאסט. "דער פארשוין פירסאוו איז נישט געווען גוט פאר מיין געזונט. הא! נישט ווערד דעם פאזיציע פון פאלקאווניק, האט ער געזאגט! ווייסט ער דען נישט, אז נישט גרינג קומט מען אן צו מיין פאזיציע? נאר מיט פלאג, שווייס, און כיטרע. אזא פיינער אפיציר ווי איך בין, נישט גרינג איז דאס אנגעקומען, לושקין, איך זאג דיר!"

לושקין האט גארנישט געענטפערט דערויף. ער האט געקענט פילע אפיצירן, שוואכע קעפ און אידיאטן, וועלכע זענען נאר אנגעקומען צו זייער פאזיציע צוליב פראטעקציע און פאמיליע פארבינדונגען. אבער ווי זאגט די וועלט, די וועלכע וואוינען אין גלאזערנע-הייזער זאלן נישט ווארפן קיין שטיינער. נאך אלעמען, האט ער אליינס געברענגט באפעלן אז מען זאל א יונגן זעלנער ערהויבן צו ווערן טרענירט פאר אן אפיציר'ס פאזיציע נאר אויפן ווארט פון א גענעראל, ווייל יענעמ'ס פלימעניק האט אים גערעכנט אלץ פריינט.

נאכ'ן צוזעהן די ספעקטעקאל אינעם פאראדע פעלד, האט לושקין פארשטאנען די נויטיגקייט פון אזא שריט. אלץ פערזענליכער אסיסטאנט צום גענעראל, האט ער ערשט באקומען דעם טעלעגראם וואס וואסילי קאטשענקא האט געשיקט אין וועלכע ער האט געפאדערט די הילף פון זיין פעטער. לושקין האט געוואוסט ווי ערנסט גענעראל קאטשענקא נעמט אן זיינע פאמיליע געשעפטן, און איז גלייך אריין צו זיין ביורא איבערצוגעבן דעם טעלעגראם.

אבער אלעס נעמט צייט, ספעציעל אין די מיליטער, און ביז מען איז נאכגעגאנגען וואס דא גייט פאר, און ביז מען האט געקענט קומען אין קאנטאקט מיט וואסילי'ן האט גענומען צופיל צייט. עס איז געפאלן צן לושקין צו ראטעווען דעם זעלנער, בעפאר דער פארשוין פירסאוו האט געקענט טאן עפעס דראסטיש וואס וואלט געקאסט יענעם דאס לעבן.

"'דו האסט באגליקט, יעדענסקי, אז דער גענעראל האט ערלעדיגט פאר דעם סאלדאט צו ווערן אראפגעפירט פון דיין באזע," האט לושקין געזאגט בעפאר ער האט פארענדיגט זיין געשפרעך מיט דעם באזע פאלקאווניק. "אויב וואלט זיך ארויסגעגאסן, דורך די פלוידעריי פון די סאלדאטן, וואס דא איז פארגעגאנגן, וואלט עס געברענגט א שאנדע אויף דיר, אויף דיין באזע, און אויף די גאנצע סאוועטישע ארמיי. שטעל זיך פאר וואס די אמעריקאנער וואלטן געמאכט דערפון. זיי וואלטן אונז גערופן בארבאריש און גרויזאם. פילייכט אויב דער סאלדאט וועט אוועקגעפירט ווערן פון דא, און דו פון דיין זייט וועסט פארבאטן די רעדע און געפלוידער פון די היינטיגע עפיזאד, וועט די גאנצע זאך פארשטומט און פארגעסן ווערן. לאמיר נאר האפן."

נאך די ווערטער האט לושקין האט געוואונטשן א גוטע נאכט פארן פאלקאווניק, סאלוטירט, און ארויס פון יענעם'ס ביורא. אינדרויסן פונעם בנין האט ער געקענט שפירן די פייערדיגע אטמאספערע וואס איז נאך פארגעגאנגען אויפן באזע. מען האט עס געקענט הערן פון דערווייט ווי די געלעכטער און פריידיגע קולות זענען ארויסגעקומען פון די באראקן. די סאלדאטן זענען געווען נאך ציווילדעוועט פונעם טאג'ס געשעענישן, און די אפיצירן זענען נאכנישט געווען צוריק זיי צו האלטן אין די ראמען. די סארדשענטן האבן אויך אנטייל גענומען אין די טרינקן און זינגען, און אלעס איז געפארן אויף רעדער. נו, אז מען לאזט דעם געפאנגענעם בער גיין פריי, וואס קען מען דען ערווארטן האט ער צו זיך געטראכט פילאזאפיש איבער דעם כאראקטער פונעם סאוועטישן סאלדאט, און זיך צעשמייכלט ווי ער האט אוועקשפאצירט.


-פארזעצונג קומט אי"ה-
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

הייסע ווארע.

דו ביסט גוט.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:יישר כח
איך געדענק דעי מעשה פון ערגעץ איך ברעך מיך קאפ וואו איך האב עס אמאל געליינט


אפשר אין די בולעטין ?
אויב יא האט עס נישט אנגעהאלטן.
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

די האסט א שריפט וואס איז ווערד א פעדער פון גאלד!!
סארא רייכע שפראך.

אויב מעג איך אן ניצליכע געדאנק געבען, עס וואלט געווען א גוטער זאך ווען ס'איז דא א קליינע 'אין קורצען פון פריער' איידער א נייער פארזעצונג, א דאנק
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

וואף יעצט גענדיגט ליינען
מוירעדיג יישר כח
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

רוף מיר ווען די מעשה איז פארטיג
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

פיינע נייעס, שכח
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

דו ביסט טןויט משוגע................
איך ליין דיננע זאכן מיט א פארכאפטע אטעם
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 8)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

וואלטיער האט געשריבן:1

מיר ווארטן אויף דו המשך
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 9)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

אין אן אלטע הערליכע געביידע, געציילטע קילאמעטער פונעם ארמיי באזע אין סיביר, האט זיך געפונען די אדמיניסטראטיווע ביוראען פון די אפיצירן-באזע. אפיציר-קאנדידאט מישא אלישייב האט אריינגעצויגן דעם ארמיי אויטא אינעם פארק פלאץ פארנט פונעם געביידע און פארלאשן דעם מאטאר. ער האט אליינס געהאט געפירט דעם טרעקל פול מיט סופלייען און פאסט פעקלעך פון זיין אלטן באזע צום אפיצירן טרענירונגס באזע, ווייל דער סופליי פראפארטשיק האט זיך געפוילט פון פארן דעם וועג. אנשטאט האט ער באאויפטראגט מישא צו פירן דעם טרעקל, זינט ער איז סייווי געפארן. מישא האט עס געזאלט איבערגעבן פארן דארטיגן קוואטיר-מייסטער.

די בנין פארנט פון אים איז באשטאנען פון אן אלטן פאלאץ אלס הויפט אפטייל, און אנדערע סטרוקטורן האבן געדינט אלץ די נייע באראקן פאר די אפיצירן קוואטיר. א שילד האט געוויזן אז הינטער די געביידע און באראקן איז געלעגן די שאסיי וואס האט געפירט צו די רעשט פון די באזע.ער האט אריינגעלייגט די אויטא שליסלעך אין זיין יוניפארם קעשענע, און אריינגעטראטן אינעם הויפט געביידע. די ריזיגער פארהאל איז געווען אומגעהויער גרויס און הויעך, אז זיינע פיסטריט האבן געטראגן מיט זיך א הילכיגע ווידער-קול. א סעקרעטארין איז געזעצן אין א מיליטערישן יוניפארם אינעם צענטער פונעם פארהאל, הינטער א הערליך געשניצטן האלצענע שרייב-טיש, אן איבערבלייבעניש פונעם פריערדיגן איינוואוינער פון דעם ריזן פאלאץ. עס האט העכטסווארשיינליך געהערט צו א גראף אדער א פרינץ בעפאר ער איז געווארן ארויסגעשטויסן דורך די באלשעוויק רעוואלוציאנערן. דער גאנצער פארהאל האט געוויזן אלטע לוקסוס און פריווילעג. איצט האט עס געהערט צו די קאמוניסטישע פארטיי און רעגירונג.

"דאברעי אוטרא," האט מישא געגריסט די סעקרעטארין מיטן נאמען סארדזשענט פעלענסקא, לויט די נאמען מארק אויפן מונדיר.

"דאברעי אוטרא, נאמען ביטע."

"אפיציר קאנדידאט, מיכאל יוסעפאוויטש אלישייב."

זי האט איבערגעבליקט איר קאלענדאר צו באשטעטיגן זיין אנקום צייט.

"אפיציר קאנדידאט אלישייב, איר זענט א האלבע שעה פרי און די באזע פאלקאווניק איז נישט גרייט אייך אויפצונעמען יעצט. איר קענט גיין זיך איינקווארטירן אין שטוב 120 אין די קאנדידאטן באראקן. מאכט זיכער צו זיין צוריק אין א האלבע שעה צו ערשיינען פאר דעם פאלקאווניק. זיין קאנציליי איז אין שטוב 380. דאברעי אוטרא, קאנדידאט, פיל גליק אין אייער טרענירונג."

נאכ'ן איבערגעבן די שליסלעך פון די מיליטערישן טרעקל מיט אנווייזונגען וועם דאס איבערצוגעבן, איז מישא צוריק ארויס פונעם בנין און זיך געוואנדן אינעם ריכטונג פון די באראקן. מיטל וועג האט ער געהערט הויכע שטימעס און געלעכטער קומען פון אן אפענעם פענסטער פון א זייטיגע סטרוקטור. אזויווי ער האט זיך נאכנישט אויסגעקענט מיט די פונקטליכע געביידעס אויף דעם גענויען באזע, און עס איז פונקט געווען מיטאג צייט, האט ער גערעכנט אז עס געווען מיטאג מאלצייט פאר די סאלדאטן. ער האט באשלאסן אהין אריינצוגיין זעהן אויב דארט איז די עס-זאל, און אויך צו זעהן אויב ער וועט קענען עפעס צובייסן בעפאר זיין זיצונג מיט דעם פאלקאווניק.
ווי נאר ער איז אדורך דעם שוועל איז אים קלאר געווארן זיין טעות, ווייל אנשטאט טישן און בענק און מיטאג עסערס, איז די שטוב געווען אויסגעלייגט מיט צוויי אלטע ביליארד טישן, אפאר לעדערנע סאפעס, און אינטערעסאנטע מלחמה מעלעריי אויף די ווענט ארום. עס איז נישט געווען א עס-זאל פאר אפיציר קאנדידאטן, נאר א שפיל קלאב פאר אפיצירן, צו פארברענגן זייער מיטאג פריי צייט. ווען ער איז באמערקט געווארן דורך אנוועזנדע איז פלוצלינג שטיל געווארן אינעם קלאב הויז, און אלע אויגן האבן זיך אויסגעדרייט צו אים מיט אומפריינטליכקייט. מישא האט פארשטאנען זייער באלאסטיגונג, ווייל זיין מאנטל האט אנגעוויזן אז ער איז א נאר געווען אן איינפאכער זעלנער, און לויט די אפיצירן איז איינער פון דעם נידעריגן ראנק נישט ווערד געווען צו אטעמען די זעלבע לופט פון די העכערע ראנקיגע אפיצירן. זיי האבן אים געוואלט מאכן אומבאקוועם, ווי א מוריטשקע וואס האט זיך בטעות געטראפן אין א בינען שטאק.

"אפיציר קאנדידאט, מישא אלישייב," האט מישא זיך פארגעשטעלט. ער האט קודם געטראכט צוצולייגן אז ער זוכט די קאנדידאטן עס-זאל, אבער נאכדעם זיך מיישב געווען דערגעגן נישט וועלנדיג געבן זיי די הנאה אז ער האט פארלוירן זיין וועג.

"מישא אלישייב, הממ?" האט זיך אנגערופן א נידעריגער און דארער אפיציר, אן אויבער לויטענאנט, לויט זיין יוניפארם אינזיגניען. "קאמעראד אלישייב, מיר האבן געהערט פון דיר. "יעוורעי" רופן זיי דיר, אויף דעם פויערן באזע פון וואו דו קומסט. מיינער א קאזין געפונט זיך אויף דעם באזע אלס א טרענירונג סארדזשענט, און ער האט מיר געשריבן וועגן דיר. די רעדע איז אז דו האסט נישט קיין מורא צו טיילן קלעפ, און נאך ווייניגער מורא עס צו כאפן."

נישט וויסנדיג ווי אזוי צו רעאגירן צו אזא פארשטעלונג, איז מישא געבליבן גענצליך שטיל.

"דו שווימסט יעצט מיט די גרויסע פיש, קאמעראד אלישייב. צו קענסטו מיטשווימען, אדער וועסטו פארפאלן ווערן?" האט זיך אנגערופן א צווייטער אפיציר, א ביליארד שטעקן אין זיין האנט.

דער קליינער אפיציר האט זיך דערנענטערט צו מישא, און אים אפגעמאסטן פון קאפ ביז פיס. "קאראמאזאוו," האט ער זיך ענדליך פארגעשטעלט, "יאקוב וואלענטינאוויטש קאראמאזאוו איז מיין נאמען. דו געפונסט זיך יעצט צווישן די עליטע, קאמעראד אלישייב. מער נישט צווישן די קרימינאל קלאס פון די מיליטער. דא וועסטו מוזן באווייזן דיין ווערד, נישט מיט מוסקלען, נאר מיט א שארפן פארשטאנד. צי האסטו אן אייזענע קאפ, אדער באשטייט דיין גאנצער ווערד פון שנעלע פויסטן?"

"קאראמאזאוו, לאז אים צורוה," האט זיך געהערט א קול פון הונטן.

מישא האט קיין נערווען נישט געהאט אנטיילצונעמען אין די זעלבע קינדער שפילן וואס ער איז שוין דורך געגאנגען מיט אלעק דווארסאק אויפן פריערדיגן באזע. איבעראל ווי דער נייער פישל האט פראבירט צו שווימען מיט די אנערקענטע אינעם פיש שולע, האט מען אים צוערשט געגעבן צו פארזוכן איינזאמקייט און איזולירונג, בעפאר ער האט געקענט אקצעפטירט ווערן אלס א מיטגליד. אין די באראקן פון די פשוטע זעלנער איז "דעדאוושינע" באשטאנען פון פיזישע קלעפ און דערנידערונג. אין די העכערע אפיצירינ'ס באזע איז עס באשטאנען פון סאציאליע איזולירונג, אדער ווערן ארויסגעווארפן פון די געזעלשאפט. מישא, אבער, האט שוין געהאט גענוג פון די דאזיגע שפילן, און האט ענטזאגט צו ווייזן די נויטיגע רעספעקט. ענדערש, קעגן זיין בעסערן דעת, איז ער איינגעגאנגען זיך צו טריצן מיט דעם קליינעם אפיציר.

"אויבערליוטענאנט קאראמאזאוו. איך בין באקאנט מיט א סארדזשענט קאראמאזאוו פון מיין פריערדיגע באזע. דיין קאזין, זאגסטו? יעצט זעה איך איין אז עס איז טאקע אמת."

"וואס איז טאקע אמת?" האט קאראמאזאוו געפרעגט מיט נייגער.

"עס איז אמת וואס די וועלט זאגט אז עס איז אייביג די קליינטשיקסטע אין די פאמיליע וואס ליארעמט די מערסטע אזוי אז מען זאל אים אויך באמערקן."

די ארומיגע אפיצירן האבן זיך צוהיסט צו פארדעקן זייער געלעכטער אויפן טריץ וואס איז געווען אויפן חשבון פון זייער קאלעגע. קאראמאזאוו איז אבער נישט געווארן זויער פון דעם שטאך.

"אך, ווען איך וואלט נאר געהאט א רובל פאר יעדעס מאל איך האב געהערט אן אומאריגינעלן וויץ אויף מיין מאנגל אין הייעך," האט ער פאלטש באדויערט. "אזא שוואכער טריץ. איך האב ערווארטעט מער פון דיר. א שארפערן צונג, און אפשר א קלוגערן רעטאריק. איך בין זייער שטארק אנטוישט, יעוורעי."

קאראמאזאוו האט זיך פארטראכט פאר א מאמענט, זיינע הענט האבן געשפילט מיט דעם ווייסן ביליארד פילקע. טייל פון די פארזאמלטע אפיצירן האבן זיך געטרויט צו לאכן, הנאה האבנדיג פון דעם סצענע וואס האט זיך אפגעשפילט.

"איך זאג דיר וואס, טאוואריש אלישייב, איז מיר יעצט בייגעפאלן. דו זעהסט דעם אפיציר דא?" האט קאראמאזאוו אנגעוויזן אויף א מאן ביים אנדערן זייט ביליארד טיש. "ער איז אונזער אייגענע יעוורעי, און מיר רופן אים "איינשטיין". ער האט א בריליאנטן מח. איך שלאג פאר א פארמעסט צווישן אייך יעוורעיסקע. דאס איז הויפטזעכליך פאר אונזער אונטערהאלטונג, צו זעהן ווער עס פארמאגט דעם שארפערן קאפ."

די אנדערע אפיצירן האבן הנאה געהאט פון דעם פארשלאג. דאס לעבן פון א סאלדאט פלעגט ווערן טיילמאל העליש לאנגווייליג, און דעריבער זענען זיי געווארן קונצלער אינעם פאך פון צוטרעפן אליינס אונטערהאלטונג.

"א פארמעסט!! א פארמעסט!!" האבן זיך טייל צושריגן און געפאטשט מיט די הענט.

מישא האט אויפגעהויבן איין האנט צו בעטן פאר שטילקייט, און ווען די געשרייען האבן נאכגעלאזט אביסל, האט ער געפרעגט אויבערליוטענאנט קאראמאזאוו'ן, "און אויב איך ענטזאג זיך פון אנטייל נעמען אין די פארמעסט?"

"איך זעה נישט ווי דו האסט אן אויסוואל, טאוואריש. דו וועסט אנטייל נעמען אין דעם פארמעסט, אדער דו וועסט ווערן אויסגעשפיגן פון געזעלשאפט. הער מיר גוט צו, מיין טייערע יעוורעי. די אנדערע קאנדידאטן אויפן באזע זענען געקומען דא פונעם ערשטן טאג. זיי האבן טרענירט און געהארעוועט פון אנהייב זמן, אזוי אז ביים ענדע פון די שולונג זאלן זיי קענען גראדואירן אלס פולשטענדיגע אפיצירן. דו, קומסט זיך אן אינמיטן זמן, ווי א פרינץ צו א פארטיגע מאלצייט. אלעס איז דיר שיין אנגעגרייט, גרייט צום עסן. און דו וועסט גראדואירן צוזאמען מיט זיי, אין די זעלבע צייט. נו, פרעג איך דיר, איז דאס רעכט?"

"ניין," האבן א טייל פארזאמלטע געענפערט אין איין שטומע, אנשטאט אלישייב'ן, און ווייטער געלאכט.

"ניין, עס איז נישט רעכט. דו ווילסט ווערן דא אנגענומען אלץ איינער פון אונז? דאן דארפסטו דורך גיין א פייער פראבע. פיזישע פראבעס זענען נישט ווערדיג. דאס האסטו שוין דורכגעמאכט, און אויב איינער האט נאך צווייפלונג אויף דיין פיזישע טיכטיגקייט, האט נאר צו הערן שמועות פון דיין רעפוטאציע אויף די באזע פון וואו דו ביזט געקומען."

מישא האט געגרימאסט אויף דעם אנמערקונג. עס האט אים געשטערט אז אלע האבן געוואוסט פון דעם עפיזאד, כאטש פאלקאוויק לושקין האט פרובירט צו פארשטומען די גערעדע. נאך שיין איז געווען פון קאראמאזאוו אז ער האט נישט אנגעמערקט אויף מישא'ס פנים, און די וואונד דערויף. קאראמאזאוו האט אים איבערגעהאקט די געדאנקן מיט זיין ווייטערטיגע רייד.

"אויך איז אינטערסאנט אנצומערקן, אז דו וועסט זיך נישט אפזאגן פון דעם פארמעסט, ווייל איך פארשטיי אז א כאראקטער אזוי ווי דיינס, מיט אזא רעפוטאציע, קען זיך נישט אפזאגן פון א פראוואקאציע. ווי א הונט נאך א ביינדל טוסטו לעכצן צו פארכאפן און באזיגן די דאזיגע פראוואקאציע. פונקט שטודיר איך פסיכילאגיע אלס מיין הויפטפאך, און איך וויל זעהן אויב מיין אנאליז איז ריכטיג. דעריבער, דאנערשטאג נאכט, נאך נאכטמאל פרייע צייט, וועט דער פארמעסט פארקומען דא אינעם אפיצירן קלאב. שארף דיין קאפ זיך צו פארמעסטן אין א פעסטן שאך שפיל, און גרייט זיך צו פאר א פראבע אין וועלט'ס קענטעניס, היסטאריע, און דעבאטע. דערוואג זיך נישט צו קומען אומבאהאלפן. דאברי דעי, טאוואריש יעוורעי."

עטליכע אפיצירן האבן געפאטשט מיט די הענט אלס צושטימונג און צופרידנהייט, און א טייל האבן זיך צוגעשארט צו מישא'ן אים קלאפן אויף די פלייצע, און אים וואונטשן "פיל ערפאלג". אנדערע האבן געגעבן שטיצונג און ערמוטיגונג'ס ווערטער פאר "איינשטיין", און אים געשאקלט די האנט. אפיציר קאנדידאט אלישייב האט זיך אויסגעדרייט און ארויסשפאצירט פונעם קלאב הויז, און געשפירט גענוי ווי קאראמאזאוו האט אים כאראקטאריזירט: ווי א הונט מיט א ביינדל - ענטצינדן מיט שפאנונג. מישא האט זיך אליינס געוואונדערט אויף דעם פסיכילאגיע דערפון, אז זיין נאטור האט געזוכט אזוי זיך צו פארמעסטן, צו קריגן, צו געווינען. דאנערשטאג נאכט וועט ער זיך טרעפן אויף א שלאכטפעלד, א שלאכט פון שארפע מוחות.

ער האט זיך פלוצלינג געגעבן א כאפ, און שנעל געקוקט אויף זיין האנט זייגער, עס איז שוין פאריבער מער ווי די האלבע שעה וואס ער האט געהאט זיך פארצושטעלן פאר'ן באזע פאלקאווניק. מיט איילנדע טריט האט ער זיך צוריק געקערט צום אלטן פאלאץ, האפנדיג אז זיין פארשפעטיגונג וועט נישט צופיל עררעגן דעם פאלקאווניק.

-פארזעצונג קומט אי"ה-
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

פיינע ווארע!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

אייזן!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

WOW WOW! אטעם-פארכאפנד!
מייסטער שפראך! רייך און זאפטיג!


אויב שייך ביטע איינער צו מאכן א PDF פון ביז איצט לכבוד יו"ט
לעצט פארראכטן דורך זאג א גוטס אום מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

יש לו מנה האט געשריבן:אייזן!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

גאר גאר גוט
קייפ איט קאמונג פליס מיר ליינען מיט דארשט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 10)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

'פארמעסט דאנערשטאג' איז געקומען ווי יעדן דאנערשטאג אין סיביר: גרוי, האפענונגלאז, און מיט א ציגאר צווישן די ליפן. דאס מאל איז עס געקומען אין פארם פון ליוטענאנט קאראמאזאוו, וועלכער האט אויסגעטיילט די ביליגע רוסישע ציגארן פאר די אנדערע אפיצירן וואס האבן זיך אריינגעשטופט אינעם קלאב צימער. עס איז נישט פארבליבן צופיל פלאץ זיך צו רירן, ווייל עס זענען אנגעקומען פיל מער ווי די ערווארטעטע מענטשן. פון מויל צו אויער האט זיך ארומגעדרייעט די נייעס פון דעם פארמעסט צווישן די צוויי יעוורעיסקע, איינער אן אפיציר, און דער צווייטער אן אפיצירס קאנדידאט. אלע זענען געקומען, סיי אויס לאנגווייליגקייט און סיי אויס נייגער. אינעם רוטין פונעם סאלדאט איז געווען זייער ווייניג אונטערהאלטונגס געלעגנהייטן, און זיי האבן עס געמוזט כאפן סיי וואו זיי האבן דאס געקענט טרעפן.

פונקט אין דער מיטן פון דעם שטוב האט מישא געזעהן א טישל, מיט צוויי בענקלעך, איינס קעגן איבער דעם צווייטן. אויפן טיש איז געלעגן א שאך ברעט, מיט די שאך פיגורן פונקטלעך אויסגעלייגט. אויך צוויי נאטיץ בוכער, און צוויי פענעס, זענען געלעגן אנגעגרייט אויפן טישל, נעבן אן איינצלנעם שטונדן-גלאז, מיט גאנץ ווייניג זאלץ דערין. די טיפישע שאך זייגער האט נישט געהאט א טייל אינעם שפיל. די כללים פונעם נאכטס שפיל זענען געווען ניי און צוגעפאסט ספעציעל פאר א נייע סארט אונטערהאלטונג.

מישא האט זיך אומגעקוקט אויף דעם גאנצן משוגעת, דעם שפעקטעקאל וואס ער איז געווען געצווינגן פארצושטעלן. ער האט געשפירט פאראיבל, שפאנונג, קעמפערישקייט און מידיקייט, אלעס אויף איין מאל. ער האט נישט געקענט געדענקן דאס לעצטע מאל וואס ער איז געווען אזוי איבערגעמידט. די באזונדערע שולונג און טרענירונג פון די לעצטע טעג האבן אים אפגעקאסט יעדעס ביסל כח, מיט אן אומגעהויערן אנשטרענגונג אויף זיינע מוסקלען און מח צעלן. אויסער די טעגליכע פיזישע איבונגען פון לויפן מיילן דורך פראסטיגע לופט, געוועהר פראקטיצירונג און מוסקל אויפבוי, האט מען שטודירט טעגליך די קונסט פון קריג. זיי האבן זיך געלענט לופט, טאנק, און פוס-טרופן מאנאווערן. מאטעמאטיק, מאפעס און סאטאליטן. וויסנשאפט און פילאזאפיע. פארטיי פראפאגאנדע איז אויך געליפערט געווארן רעגלמעסיג דורך דעם באשטימטן פארטיי פארטרעטער וואס יעדעס צוג און גרופע אין די מיליטער איז געווען פארפליכטעט אויפצוהאלטן. מישא איז שוין געווען אזוי ערמאטערט אז די שלאף האט גערופן צו אים ווי א סירען, און דא האט מען אים אריינגעצויגן אין א פארמעסט פונעם מח.

זיין שפיל קעגנער, "איינשטיין", האט זיך אריינגעיאגט אינעם צימער, און זיך אראפגעזעצט אויף איינע פון די זיצן. די גערויש אין דעם שטוב איז געווארן אויערן באטויבנד, ווען רוב פארזאמלטע האבן זיך גענומען יובעלען און קלאפן מיט די הענט אין איינקלאנג.

"שטיל, ביטע, שטיל," האט קאראמאזאוו אויסגעשריגן מיט אויפגעהויבענע הענט, די ציגאר רויך צושפרייטנדיג זיך מיט זיין האנט באוועגונג.

"געערטע פארזאמלטע, אפיצירן פון דעם איינפאכער מאן'ס מיליטער -די לעגענדארע סאוועטישער ארמיי - ווילקאמען," האט ער דראמאטיזירט ווי א שוי שפילער. די פארזאמלטע האבן געפאטש מיט הענט און געפיפן מיט די ליפן אין אויפהייטערונג. קאראמאזאוו האט גענאסן און געשמייכלט, און ווייטער גערעדט.

"איך געב אייך היינט אונזערע פארמעסט קאנדידאטן. פון איין זייט האבן מיר פארמעסט קאנדידאט נומער איינס. א פרישער אפיצירס קאנדידאט, מישא אלישייב, אויך באקאנט מיטן צונאמען "יעוורעי". ער האט א רעפוטאציע פון איינצלנע ווערטער, אבער פילע מוסקלען."

אלע האבן זיך צולאכט. מישא האט געזידט.

"פון דער אנדערער זייט האבן מיר פארמעסט קאנדידאט נומער צוויי, אונזער אייגענע יעוורעי, דאנילא דובראווסקי, אויך באקאנט מיטן באליבטן צונאמען, "איינשטיין". אן אויסגעצייכנטער ענזשיניר און מאטעמאטיקער, מיט א בליץ שנעלן קאפ. ער וועט אונז אלע היינט ווייזן אז פאר אן אפיציר איז א שנעלע קאפ בעסער ווי שנעלע פויסטן. קאמעראד "איינשטיין" האט אונזער פולן שטיצע, און דער בוך-מאכער האט אים געגעבן בעסערע אויסזוכטן צו געווינען, דעריבער האף איך אז איר האט זיך אלע געוועט אויפן ריכטיגן קאנדידאט. אלזא! זאל זיך דער פארמעסט אנהייבן!"

די צושויער האבן געקלאטשט ווידעראמאל, און מישא האט נאר געוואלט אויספרובירן צו זיינע "שנעלע פויסטן" קענען עפעס שאדן מאכן אויף קאראמאזאוו'ס עלעגאנטן פרצוף. קאראמאזאוו האט זיך געגרייט אויסצוגעלייגן די געזעצן פונעם שפיל. פון טאש האט ער ארויסגענומען א דיקן קאנווערט, און עס געהאלטן הויך פאר די פארזאמלטע צו זעהן.

"דא האב איך א ליסטע פון פראגן וואס מיר האבן צוזאמגעשטעלט. איך וויל באדאנקן אלע וואס האבן זיך באטייליגט אין די צוגרייטונג פון די ליסטע, און געהאלפן צוזאמען שטעלן די פאסיגע פראגן. איך וועל שטעלן פאר די פארמעסט שפילער די פראגן, און איינער וועט מוזן אראפשרייבן די ענטפער אויף זיין פאפיר, דערווייל וואס דער צווייטער וועט מאכן זיין שריט אויפן ברעטל. די שטונדן-גלאז פארמאגט נאר גענוג זאלץ אויף דרייסיג סעקונדן. בעפאר די דרייסיג סעקונדן זענען פאריבער וועלן ביידע קאנדידאטן מוזן טוען דאס וואס זייער רייע פארלאנגט, איינער וועט מוזן שנעל טראכטן און אראפשרייבן זיין ענטפער, און דער צווייטער רוקן זיין שאך פיגור אויפן ברעטל. דערנאך וועט מען איבערדרייען די גלאז, און די ראלעס וועלן זיך טוישן. שפילער, געבט אכט. נישט נאר וואס איר וועט נישט האבן קיין סאך צייט אויסצורעכענען אייער נעקסטע שריט, נאר איר וועט דארפן האלטן קאפ סיי אויפן ברעטל, און סיי אויף די פראגן וואס מיר וועלן שטעלן."

קאראמאזאוו האט זיך אפגעשטעלט פאר א רגע צו זעהן וואספארא איינדרוק זיינע ווערטער האבן געמאכט אויף די פאזאמלטע, און ווען רוב האבן געשמייכלט און צוגעשאלקט מיט קאפ אין צושטימונג, איז ער ווייטער אנגעגאנגן מיט זיינע רייד.

"א דורכשניטליכע שפיל פון שאך קען ווערן געשפילט אין אומגעפאר פערציג שריט. מיר האבן אנגערייט ניינציג פראגן, אין פאל אז עס ציעט זיך דער שפיל אויס לענגער. עס ווענדט זיך אויף די שפילער, ווי שנעל זיי קענען זיגן זייער קעגנער. די געווינער קען נאר באהויפטן א געווינס אויב זיינע געשריבענע ענטפער וועלן זיך אויסשטעלן ריכטיג. אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז ער האט פארפעלט ביי א געשריבענע ענטפער, וועט ער פארלירן דאס געווינס, און עס מעגליך גיין צו זיין קעגנער. אויב דער קעגנער וועט אויך האבן פעלערהאפטיג געענטפערט, וועלן מיר זיין אין א פאטט-סיטואציע, און עס וועט נישט זיין קיין געווינער, נאר אויב די קאנדידאטן וועלן איינגיין איבערצושפילן דעם שאך שפיל אויף א שפעטערע דאטום. איז אלעס קלאר, מיינע קאמעראדן, ברידער, און אויבעראפיצירן?"

די עולם איינגעשטימט, און די פארמעסט האט זיך אנגעהויבן.

דערנאך וואס קאראמאזאוו האט געדרייעט דעם זאלץ-גלאז, איז איינשטיין געגאנגן ערשט, אלץ דער ווייסער שפילער. ער האט נישט געדארפט ווארטן, נאר גלייך זיך צוגעריקט נאנט צום טישל נאך איידער קאראמאזאוו האט געקענט אויסלייענען די ערשטע פראגע אין פול.

"רעכן אויס די דריי גרעסטע טייכן מיט וואס אונזער היימלאנד איז באשאנקן געווארן," האט קאראמאזאוו הויך אנאנסירט.

איינשטיין האט גערוקט א פויער ארויף צוויי קעסטלעך. מישא האט שנעל אראפגעשריבן - באיקאל, לעדאגע, און אנעגא טייכן. ער האט אויסגעלאזט די קאספישן ים, ווייל זי איז געווען צו גרויס צו ווערן גערעכנט אלץ א טייכל.

זיי האבן געווארט די זאלץ זאל אויסלויפן די לעצטע סעקונדן, און עס שנעל איבערגעדרייט.

קאראמאזאוו האט געזאגט "רעכן אויס די פלאנעטן אין א רייע, לויט די נאנטקייט צו די זון."

מישא האט גערוקט א פויער איין קעסטל ארויף. איינשטיין האט שנעל געשריבן - מערקור, ווענוס, ערד, מארס, יופיטער, סאטורן, אוראנוס, נעפטון, פלוטאן. עס זענען ווידער געבליבן אפאר סעקונדן ביז מען האט ווידער איבערגעדרייט די גלאז.

קאראמאזאוו האט געזאגט "רעכן אויס כאטש פינף רוימישע קייסערן וועלכע זענען ערמארדעט געווארן."

איינשטיין האט גערוקט א צווייטע פויער ארויף נעבן דעם ערשטן. מישא האט געטראכט פאר אפאר סעקונדן, און דערנאך שנעל געשריבן - קלאודיוס, וויטעליוס, קאממאדוס, אלעקסאנדער סעווערוס, און מאקסימיניוס.

קאראמאזאוו האט געזאגט "שרייב אראפ די סימבאלן פון די ערשטע אכטצן כעמישע עלעמענטן פון די פון די פיריאדן-סיסטעם פון עלעמענטן."

מישא האט גערוקט א פערדל צוויי ארויף און איינס רעכטס. איינשטיין'ס אויגן האבן זיך שנעל גערוקט רעכטס און לינקס ווי ער האט גערעכנט אין זיין קאפ, און אויסגעלייגט די עלעמענטן לויט זייער אטאמישע נומער. ער האט צוערשט געשריבן די בוכשטאבן סימבאל פאר וואסערשטאף. דערנאך פאר העליום. דערנאך ליטיום, בעריליום, בור, קוילנשטאף, שטיקשטאף, זויערשטאף, פלואר, נעאן, נאטריום, מאגנעזיום, אלומיניום, סיליקיום, פאספאר, שוועפל, קלאר, ארגאן. און אלעס אונטער די דרייסיג סעקונדן וואס די זאלץ זייגער האט ערלויבט. נישט אז דאס איז געווען א ריזן קונץ פאר איינשטיין. ער וואלט געקענט אויסרעכענען אלע עלעמענטן אין א סדר, אן אויסברעכן אין א שוויץ, אבער דאס האלטן אן אויג אויף א שאך ברעטל אין די זעלבע צייט איז שוין געווען אביסל מער קאמפליצירט.

ווי די שפיל איז אנגעגאנגן איז געווארן קלאר אז איינשטיין האט געהאט די אויבערהאנט אין דעם שאך שפיל, זייענדיג א מאטעמאטיקער. כאטש אלישייב האט גוט געשפילט, און איז נישט געווען קיין בטלן דערין, האט דאך איינשטיין געמאכט בעסערע און שנעלערע שריט. אבער ווען ס'איז געקומען צו די פראגן, איז איינשטיין געציילטע מאל געווען שטומפירט, ספעציעל ווען ס'איז געקומען צו וועלטליכע ענינים. ער איז נישט געווען אזוי אריינגעטוען דערין, און זיין אינטעלעקטואלע שטארקייט איז געלעגן אין אנדערע וויסנשאפטן, נישט פאליטיק און וועלט-וויסן. ער האט פרובירט צו ענטפערן אלע פראגן, אבער א טייל פון די פארזאמלטע האבן באמערקט אז ער האט געציילטע מאל געענטפערט נישט ריכטיג אויף זיין פאפיר, און אז דאס וועט אים קאסטן זיין פארדינטע געווינס.

די געמוטער זענען געווארן אביסל צוהיצט ווען נאך פיר און פערציג שריט האט דער ווייסער שפילער באזיגט דעם שווארצן. די סאלדאטן וועלכע האבן זיך געוועט אויף אלישייב'ן האבן זאפארט פארלאגט אן אונטערזוכונג פון די געשריבענע ענטפער, נישט וועלנדיג פארלירן זייער וועטסגעלט. ווען ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז איינשטיין האט נישט גוט אויסגערעכנט די סאוועטישע מיניסטערן און דעפארמענט הויפטן, האבן זיך אלע בארואיגט אז ס'איז געבליבן א גלייכשטאנד, און א געווינער וועט נאר אנאנסירט ווערן נאך אן איבער-שפיל. יענע נאכט זענען אלע געגאנגן שלאפן צופרידן, מיט די צוזאג פון נאך דראמאטישע אונטערהאלטונג.

-פארזעצונג קומט אי"ה-
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

יישר כח גדול
זייער אינטרעסאנט
גוט באשריבן
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

זייער שיין דאס איז גוואלדיג גוט
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

געוואלדיגע נייעס
שכח
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”