די היסטאריע פעדער - א שירעם נאכן רעגן!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

די היסטאריע פעדער - א שירעם נאכן רעגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

דער ווינט בוזשעוועט אין זיין פון-פאראויס אויסגערעכנטען ריכטונג. ער האט זיך גוט צוגעגרייט א טייוולאנישער פלאן וויאזוי אלעס אויסצורייסן. לעקור את הכל כפשוטו. די רעזולטאטן שפעטיגן נישט צו קומען. אלעס פליעט מיט. אלעס ווערט מיטגעריסן. אלעס ווערט פארוויסטעט און וואנדאליזירט.

דער שטורעם פירט צו נישט גוטע פלעצער. ס'פארט צום ריכטונג פון ים, און שליידערט דארט אלעס אריין. עס לויפט איבערן וואלד, פארשפרייט דארט א מדבר'ישער טרוקנקייט, פלאקערט דערביי אויף ווילדע פייער-צינגען אינעם גאנצן סביבה, און עס פארניכטעט דעם גאנצן ארום.

יעדער קוקט זיך צו מיט אנגסט: אזויפיל שווייס און בלוט, געלט און כח, האבן מיר אינוועסטירט דאס אויפצובויען, און די זאווערוכע פארטיליגט אלעס! טייל שטעלן זיך אנטקעגן מיט פארשידענע שוץ-מיטלען, ווידער טייל בייגן אונטער דעם קאפ, אבער פאקטיש גערעדט ליידן אלע. יעדער גייט ארויס מיט אונגעהויערע שאדנס.

דער שטורעם-ווינט שפירט זיך מאכטפול: "קיינער קען מיר נישט באזיגן! כ'בין מאכטפול! כ'האב זיך ארויפגעצוואונגען אויפן גאנצן יקום, און איבערגענומען קאנטראל!"

"יא יא, בייזער רוח!" ענטפערן מיר צוריק, "ביסט ריזיג! אבער דיין מפלה איז נאנט. נישט נאר וועסטו אייננעמען א מיאוס'ן סוף, נאר וועסט פארשריבן ווערן לחרפה ולדראון עולם אין וועלטס היסטאריע, דיין נאמען וועט בלייבן צו שאנד און צו שפאט ביי יעדן, מ'וועט שפייען ביים דערמאנען דיין נאמען און דיר אנערקענען אלס שותף מיטן שטן".

פון וואו בין איך אזוי זיכער מיט דעם? פשוט. היסטאריע חזר'ט זיך איבער. אונזער וועלטל איז שוין נישט קיין יונגערמאנטשיק, ס'דא וואו צוריקצוקוקן און פון וואו צו דרינגען מסקנות. קוק וועסטו זען, אז יעדע ריזיגע קאטאסטראפע ווערט ביז היינט דערמאנט מיט פיינטשאפט ביי יעדן. קיינער קוקט נישט ארויף אויפן בייזן ווינט וואס האט בשעתו באהערשט זיין וועלטל.

==

טיראנען זענען געקומען, דיקטאטורן זענען אויפגעשטיגן, איבערגעווארפן מאכטן און פארכאפט טראנען. דער אימפעראטור באווייזט צו ווארפן זיין אימה אויפן גארער וועלט. יעדער זינגט לשבחו, יעדער בוקט זיך צו אים, אלע פראקלאמירן זיינע אידעען, יעדער טוט וואס ער הייסט. מאנכע קלערן פון רעוואלט, אבער פאלן באלד. דאס מערהייט האט שכל און שטעלט זיך צו.
ער ראבעוועט, ערמארדעט, זידלט אויס גאנצע געביטן, ווישט אפ דערפער, מאכט חרוב שטעט, ווארפט אום מלוכות. פיינט און פריינט ציטערן פון אים, קיינער איז נישט פארזיכערט, זיין שווערד-שארף לאזט קיינעם נישט קיין מנוחה. ער שפירט זיך ווי ער וואלט געווען מלך העולם. ס'גייט אים פיין, אלעס פארט ווי געפלאנט. זיין וויזיע פון חורבן און צושטערונג, קומט צו שטאנד. זיין לאנג-יעריגער טרוים פון אני ואפסי איז געווארן א פאקט. ער שפירט זיך זיגרייך און אומבאזיגבאר.

זיין טריאומף איז אבער צייטווייליג, און זיין אונטערגאנג – אומפארמיידבאר. מיט א ברייטערן בליק אויף צוריק, זעט מען אז זיין טיראניע האט טעראריזירט א מאקסימום פון עטליכע צענדליג יארן, עטוואס לענגער ווי דער בייזער שטורעם-ווינט, אבער איז נאכהער פארשוואונדן געווארן אויף אייביג; כצל עובר, כענן כלה, כרוח נושבת וכחלום יעוף.

וואס בלייבט יא, לאנג-טערמיניג, אין זיין אנדענק? אין לויף פון די פאלגנדע הונדערטע אדער טויזנטע יארן, פארבלייבט ער איינגעקריצט מיט פינסטערע אותיות אלס וואנזיניגער אכזר, אלס בארבארישער הארצלאזער מערדער. ער פארנעמט דעם אויבן-אן ביים מי שפרע, און ואלה לגנאי.

זיינע סטאטועס ווערן אומגעווארפן, זיינע איבערבלייבענישן געשענדעט. קיינער פאלט אים מער נישט צו די פיס, קיינער קוקט נישטאמאל אין זיין ריכטונג, יעדער ווייסט אז זיינע רעגולאציעס זענען געווען א דורכפאל פארן מענטשהייט, יעדער ווייסט אז מ'איז בלויז מיטגעשלעפט געווארן מיט זיין שטורמישן ווינט ווילאנג ס'האט געבלאזן מיט טעראר. עקל און אפשיי איז זיין אנדענק, ימח שמו און שחיק טמיא איז זיין צונאמען, למזכרת נצח, לאות קין, ולמשמרת לדורות עולם.

==

דער מאכט פונעם היסטארישן פעדער איז ריזיג. 'זיין מייעסטעט', דו קענסט פרובירן ארויפצוצוואונגען אויף דיינע ארימע בירגער וואס דו ווילסט, אבער די היסטאריע ביכער וועלן באשטימען ווער דו ביסט געווען; א העלד אדער אן אומגליק. דער ברייטער דעת הקהל, וואס ווערט אנטדעקט נאכן אראפווארפן פון זיך דיין שאנדפולער יאך, וועט צוביסלעך אנערקענט ווערן אלס דער ניכטערער בליק אויף היסטאריע, די לעגיטימע ווערסיע, און דאס וועט ענדגילטיג זיגן.

אויב ווילסטו פארמיידן אייביגע פאראכטונג, קלער דיך איבער ווילאנג דו לעבסט. קענסט זיך נישט פארנעמען מיט רויט-בלוט, און ערווארטן צו ווערן פאראייביגט מיט גאלדענע אותיות.

==

אין צווייטן קלער; וואס האבן מיר אבער פון אזא סארט געווינס? א געווינס וואס איז בלויז אין די היסטארישע בלעטער? קען דאס דען דינען אלס טרייסט פאר די פארפאלגטע אונטערטאנען, בשעת זיי פלאגן זיך ביטערליך איבערצולעבן דעם טאג אונטער זיינע מערדערליכע פויסטן? קען דאס מיט עפעס גרינגער מאכן פאר די אנגעווייטאגטע און פארביטערטע הערצער, וויסנדיג אז אין א קומענדיגע תקופה וועט דער דיקטאטור פארוואנדלט ווערן ללעג ולקלס?

געוויס נישט! ווען דער חרב חדה פאכעט ביים האלז, ווען מען איז אינעם אויג פון שטורעם, מען ראנגלט זיך מיטן מלאך המות, גייט קיינעם נישט אן קיינע פארשפרעכונגען איבערן ווייטן עתיד. מ'קוקט אויפן מאמענט. יעצט איז ביטער, און אויסער באלדיגע פאזיטיווע דערגרייכונגען, וועלכע זאלן זאפארט דראסטיש טוישן די אנטוויקלונגען, איז קיין זאך נישט גענוג צו בארואיגן געמיטער.

אמת, די היסטאריע פעדער איז רייך און האט א געוואלד מיט קראפט, עס איז משפיל גאים עדי ארץ, און מאכט צונישט די שטאלצע חיות. אבער עס איז א נצחון וואס קומט צו שפעט. עס שטעכט אריין טיף אין די העלזער פון די אונטערדרוקער, אבער לאנג נאך זיי זענען שוין געפאלן. ווי א שירעם נאך א רעגן, און ווי זיך שטארקן איבער אן ערמארדעטן גיבור.

==

ליבעראלן. איר הייבט זיך אייערע קרומע קעפ, עס איז יעצט אייער פרילינג. פריידט אייך מיט אייערע בהמה'ישע שיטות. יובל'ט שיכור'ערהייט אויף אייער זיג! איזדיעקעוועט זיך אויפן אומשולדיגן ציוויליזאציע! היסטאריע ווייזט, אז אסאך האבן עס שוין געטון פאר אייך, ועלתה בידם.

אבער געדענקט, כאפט אריין! אכול ושתה כי מחר תמות! אלע פריערדיגע קאפיטלען אינעם היסטאריע בוך ענדיגן זיך מיטן פאקט, אז אייערס גלייכן האבן צום סוף געטראסקעט זייער טיף.

דער אויספיר פון אייער פרק אין היסטאריע בוך, איז שוין פארזיגלט, און קען שוין פון-פאראויס פארשריבן ווערן. איר וועט נישט לאנג פארבלייבן דא, מיט אייערע דומע פאליסיס. די כפירה'דיגע אנשויאונגען, אוממאראלישע פירונגען, שאנדפולע אידעאלאגיעס, נארישע געזעצן, לעכערליכע פרינציפן, וועלכע איר פארשפרייט צווישן די אומוויסנדע און באצוואונגט זיי אויף די עליטע; זענען א בלויזער צייכן אז אייער עתיד איז צו פאלן.

איר האט אסאך שטיצער, איר האט אסאך וויילער, אבער נאר פונעם דלת עם הארץ, דאס פסולת פונעם כדור העולם, וואס פאלן פאר אייער פראפאגאנדע. זיי באזינגען אייך, ווייל עס איז אייך געלונגען צו אינפילטרירן זייערע שוואכע קאנטראלירבארע מוחות, ווי אלע בייזוויליגע מאנארכיעס האבן געטון. עס איז דער אנהויב פון אייער מיאוס'ע ענדע. נאכן זיך אויסקורירן פון אייער שעדליכע באקטעריע, וועט מען לאכן אין די פויסטן הערנדיג בלויז אייערע נעמען. איר וועט זיין א שאנדע פארן גאנצן יצירה.

אבער וואס העלפט דאס אונז יעצט? למעשה פלאגן אונז זיך טעגליך אפ מיט די נארישע באשעפענישן, וועלכע זוכן צו פארפינסטערן אונזער לעבן, די וועלכע שלעפן די וועלט אויף צוריקוועגס אנשטאט אויף פארווערטס, און שארפן זיך זייערע ציין אונז צו פארציקן אויב מיר קלערן אנדערש פון זיי!

אמת, מיר וועלן נאך מאכן א יום טוב איבער זייער נידערלאגע, אבער אויף דערווייל קענען מיר, אידן, זיך בלויז מחזק זיין: פונקט ווי א בר דעת איז נישט ברוגז אויפן בייזן-ווינט, וויסנדיג ווער עס האט אים געשיקט: רוּחַ סְעָרָה עֹשָׂה דְבָרוֹ; אזוי אויך ווייסן מיר אז לֶב מֶלֶךְ בְּיַד ה' עַל כָּל אֲשֶׁר יַחְפֹּץ יַטֶּנּוּ.

פון הימל שטעלט מען אונז נסיונות, צו זען ווי מיר שטארקן זיך. אונז מוזן זיי ביישטיין, ווייזן אונזער אומבויגזאמקייט צו די לעסטערער, אונזער לאיאליטעט צום אדון העולם, אונזער טרייהייט צו די תורה ווירדן. און האלטן פאר די אויגן אז: מַאי דְּמִפַּקְדַתְּ אִיבָּעֵי לָךְ לְמֶעֱבַד, וּמַה דְּנִיחָא קַמֵי קֻדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא, לֶעֱבִיד.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: די היסטאריע פעדער - א שירעם נאכן רעגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

גאר גאר שטארק!!

אין מילים!!!

זייער שרייבעריש!

און איבער אלעם: צום פינטל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: די היסטאריע פעדער - א שירעם נאכן רעגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

וווווואףףףף מהאט מיר געדארפט ערוויילן זיידי ביידן אז חוח'ל זאל זיך נעמען צוריק צו די עבודה

די טינט וואס רינט ארויס פון דיין פעדער איז ווי א מרקחת פון מר דרור און זאלב אויל, די קערעקטארן טראגן אזא חשיבות ווי די גאלדענע אותיות אין די היסטאריע ביכער

שרייב חוח'ל שרייב, בארייך אונזער וועלט מיט דיינע מייסטער ווערק
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: די היסטאריע פעדער - א שירעם נאכן רעגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

שטארק!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די היסטאריע פעדער - א שירעם נאכן רעגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דאס איז פיינע נייעס!!!


אין אידיש וואלט מען געזאגט "חוח"
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די היסטאריע פעדער - א שירעם נאכן רעגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

juj!!!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: די היסטאריע פעדער - א שירעם נאכן רעגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

וואס זעלעך טוהן חוחי לאזט נישט שרייבן וואס כ'וויל?
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: די היסטאריע פעדער - א שירעם נאכן רעגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

צום פוינט. גאלדענע שפריט. הנאה געהאט. שכח
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די היסטאריע פעדער - א שירעם נאכן רעגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
חוח בין השושנים האט געשריבן:
דער מאכט פונעם היסטארישן פעדער איז ריזיג.

די ...פעדער איז רייך און האט א געוואלד מיט קראפט... עס שטעכט אריין טיף
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: די היסטאריע פעדער - א שירעם נאכן רעגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

א זאפטיגע שטיקל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”