די אמעריקאנער זענען די זעלבע ווי די אוקריינער

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

די אמעריקאנער זענען די זעלבע ווי די אוקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

ליינענדיג איינע פין די היימישע צייטאנגען האב איך מיר אנגעטראפן מיט אן ארטיקל וואס זיי מאכן זיכער אריין צי לייגן יעדע צווייטע וואך, די נייעס הייבט זיך אן אזוי "שאק" נאכן אנדעקן אז א געוויסע גאס אין אוקריינע ווערט גערופן נאך אן אוקריינער העלד וואס האט אין די צייט פון די צווייטע וועלט מלחמה קאלארבלירט מיט די נאציס, דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס א געוויסע לייברערי אין די זעלבע שטאט אנטזאגט זיך שוין פאר אפאר יאר אוועק צונעמען א מאנומענט פון דעם דאזיגע העלד וואס איז סטאנצענירט אין פארנט פין די לייברערי,

אידישע גרופעס גייען אן מיט א מאקסימום פרעשור קאמפיין צו טוישן די נאמען פין די גאס פון דעם העלד וואס האט מיטגעארבעט מיט די נאציס אויף א שרעקליכען פארנעם.

ליינענדיג אפאר בלעטער שפעטער ליין איך ווי א געוויסע שרייבער רייסט גאר שטארק אראפ די לינקע ליבעראלן וואס פירן א קאמפיין וואס ער ריפט אן קענסלען קאולטשער. די דאזיגע ליבעראלן ווילן אז מען זאל אראפ נעמען מאנומענטן פון געוויסע אמעריקאנער העלדן וואס האבן אינטערדריקט שווארצע אויף אזוי ווייט אז געוויסע ווילן שוין אראפ נעמען פון דזשארדזש וואשינגטאן ווייל ער האט פארמאגט שווארצע קנעכט, און פון קריסטאפער קילאמביעס וויל ער איז געווען א אפענע ראסיסט.

טראכט איך צי מיר דער אוקריינער העלד ווילסטו אז מען זאל אראפ נעמען כאטש וואס ביי די אוקריינער איז ער א העלד ווייל איינער וואס קען מיט ארבעטן מיט אזאלעכע רציחות קומט נישט צו ווערן באעערט,אבער די שווארצע וואס זענן יארן געווען קנעכט אין אינטערדריקט ווילן אז מען זאל אראפ נעמען מאנומענטן פון איינער וואס האט זיי אינטער דריקט קענסטו נישט פארשטיין?.
לעצט פארראכטן דורך זיסע פיש אום זונטאג נאוועמבער 22, 2020 2:47 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

אזא צאמשטעל קען נאר מאכן איינער וואס לא קרא ולא שנה. קנעכטשאפט איז אנגעגאנגן פון ווען נח האט געשאלטן כנען ביז פאר 150 יאר צוריק בערך ביים ציווילען קריג. די וועלט האט נישט איינגעזעהן קיין שום פעלער אין קנעכטשאפט ביז עס זענען געקומען די גרויסע חכמים און מסביר געווען. משא״כ די נאציס זענען געווען אזאליכע רוצחים וואס איז נאכנישט געווען מימות עולם. איינער וואס האט קאלאברירט מיט נאציס איז בכלל נישט בגדר אנישי.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

איך וויל בכלל נישט פארגלייכן, אבער ביידי נאציס זענען אויך געווען א סאך וואס האבן געהאלטן אז זיי טיען גארנישט שלעכט אין עס פארענטפערט זיי נישט קיין טראפ.
וידגו לרב בקרב הארץ.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

א גוטן האט געשריבן:אזא צאמשטעל קען נאר מאכן איינער וואס לא קרא ולא שנה. קנעכטשאפט איז אנגעגאנגן פון ווען נח האט געשאלטן כנען ביז פאר 150 יאר צוריק בערך ביים ציווילען קריג. די וועלט האט נישט איינגעזעהן קיין שום פעלער אין קנעכטשאפט ביז עס זענען געקומען די גרויסע חכמים און מסביר געווען. משא״כ די נאציס זענען געווען אזאליכע רוצחים וואס איז נאכנישט געווען מימות עולם. איינער וואס האט קאלאברירט מיט נאציס איז בכלל נישט בגדר אנישי.

קודם איז שוין רוב וועלט שוין יארן יארן לאנג נישט געווען קנעכטשאפט ווען אמעריקע האט עס געטון, זיכער נישט פון פשוט פארכאפן מענטשן פון זייער לאנד און זיי שלעפן איבערן ים ווי אין אומשטענדן ווי רוב זענען או געקומען, אן געפיל פאר משפחה פארבינדונגען אדג.
נאכדעם אעז פעלקער מארד אויך אייביג ליידער געווען א חלק פון די היסטאריע, בפרט אנטקעגן אידן.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

אין די צייטן פון George Washington און מכש״כ אין די צייטן פון קאלאמבוס איז נאך קנעכטשאפט געווען א נארמאלע זאך. איך רעד נישט פון פאנגן מענטשן פאר קנעכטשאפט וואס דאס איז שוין נישט געווען קיין נארמאלע זאך פאר איבער טויזענט יאר צוריק. איך רעד בעיקר פון די בני חם.

עס האבן קיינמאל נישט געפעלט קיין אנטיסעמיטן. אבער קיינמאל נישט מיט אזא רציחה וואס די חיות בדמות אנשים האבן געהאט, חוץ די איקריינער חיות וואס האבן זיך נישט געהאט וואס צו שעמן פאר די נאציס מיט זייער בארבאריזם און רציחה.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

Goodmorning האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:אזא צאמשטעל קען נאר מאכן איינער וואס לא קרא ולא שנה. קנעכטשאפט איז אנגעגאנגן פון ווען נח האט געשאלטן כנען ביז פאר 150 יאר צוריק בערך ביים ציווילען קריג. די וועלט האט נישט איינגעזעהן קיין שום פעלער אין קנעכטשאפט ביז עס זענען געקומען די גרויסע חכמים און מסביר געווען. משא״כ די נאציס זענען געווען אזאליכע רוצחים וואס איז נאכנישט געווען מימות עולם. איינער וואס האט קאלאברירט מיט נאציס איז בכלל נישט בגדר אנישי.

קודם איז שוין רוב וועלט שוין יארן יארן לאנג נישט געווען קנעכטשאפט ווען אמעריקע האט עס געטון, זיכער נישט פון פשוט פארכאפן מענטשן פון זייער לאנד און זיי שלעפן איבערן ים ווי אין אומשטענדן ווי רוב זענען או געקומען, אן געפיל פאר משפחה פארבינדונגען אדג.
נאכדעם אעז פעלקער מארד אויך אייביג ליידער געווען א חלק פון די היסטאריע, בפרט אנטקעגן אידן.

אבער נאכאלץ נישט קיין פארגלייך צווישן א מאסן מערדער און קנעכט האלטער
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אביסל טיפער האט געשריבן:

ערשטנס, צו אויסקלארן, האלט איך נישט פון אראפנעמען סטאטוען פון אמעריקאנער העלפן, אבער איך האב ליב צו ערקלערן דעם צד, די וועלט איז פול מיט קאלירן נישט אלעס איז שווארץ אדער ווייס.
קולומבוס האט גערצחט מיליאנען אינדיאנער וואס האבן דא געוואוינט בעפאר אים.
אין וואשינגטאן׳ס צייטן איז אין אייראפע פון וואו די קאלאניסטן האבן געשטאמט, שוין דורות נישט געווען קנעכטשאפט, און זיי זענען דאך געווען מער פאר פרייהייט ווי אייראפע.
און די אוקראיניער האלטן אויך אז די חברה זענען געווען מיט די דייטשן ווייל די רוסן האבן יארן אונטערדרוקט אוקראיינע, און טאקע נישט שיין געווען צו הרגענען אידן, אבער זיי הא ן דאך פיל געהאלפן פאר אוקראיינע.

איך וואלט עס נישט ממש פארגליכן, נאכדערצו עפעס וואס איז שוין געשען אין צוואנציגסטן יאר הונדערט, אבער די זיסע פיש געבן א נייע פערספעקטיוו פאר מיר.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

מיין פוינט איז בכלל נישט צו פארגלייכן ווייל מען קען פשוט נישט, מיין פוינט איז אז העלדיש קייט אין קאלטור קימט נישט אריין אויב יענער איז א אכזר אדער א רשע,
אין פינקט ווי די ווילסט נישט זען נאצי שטיצער ווערן באהערט ווילן זיי נישט זען ווי מענטשן וואס האבן זיי אינטערדריקט וווערן באהערט.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

זוספיש האט א נקודה, אבער דער משל איז פארט נישט ריכטיג, וויבאלד די קנעכטשאפט דאן איז געווען ווייט פון א האלעקאוסט כרחוק מזרח ממעריב, און די העלדן זענען קיין מערדער נישט געווען, נאר פשוטע לאנד העלדן פינקט ווי אנדערע, די מהות פון אויסרייסן זייער נאמען גייט אינאיינעם מיטן מהות פון אויסרייסן אמעריקנע היסטאריע.
משא"כ די נאצי קאלאברירער זענען געווען קאלטבליטיגע רוצחים, און מיר ווילן נישט אויסרייסן היסטאריע פון אקריינע נאר באעהר נישט איינעם וואס זיין ספעשלטי איז געווען רצח'נען יודן
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

נאכאמאל איך מיין בכלל נישט צי צישטעלן ווייל קיינער קען נישט זיך פארמעסטן מיט די נאצי רשעות, אבער פשוט צי לאזן וויסן אז היטלער איז געווען א חלק
פין די דייטשע היסטאריע אין דאך האבן זיי עם אויס געמעקט ווייל היסטאריע וואס קימט מיט רשעות איז נישט עפעס וואס דיין קאלטור זאל זיין געבויט אויף,
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ס'איז שווער צו זאגן א חילוק, די שאלה איז נאר פארוואס איז דער אוקריינער געווען א העלד? וואס האט ער געטוהן? ווי א גרויסע נאצי איז ער געווען?

באמת אויב מען וויל דן זיין א מענטש, דארף מען קוקן אויף וואס ער האט געטוהן אין זיין לעבן, אבער מענטשען זענען נישט שווארץ און ווייס, וואשינגטען האט געטוהן העלדישע זאכן אין זיין לעבן, מאידך גיסא, האט ער געהאט קנעכט, וואס דאס איז א שלעכטע זאך, וואס איז די גאנצע געשטעל פון די מענטש וואשינגטאן? שווער צו זאגן, אבער רוב אמעריקאנער וועלען האלטען אז זיין העלדישקייטען זענען געווען מער פון די קנעכטשאפט, בפרט אז מען נעמט אין באטראכט די פאקט אז וואשינגטאן האט סוף כל סוף באפרייעט זיינע קנעכט.

לאמיר נעמען א צווייטער מענטש, מארשאל פעטאין פון פראנקרייך, ער האט ארויסגעוויזען ביי די ערשטע וועלט קריג שטארקע העלדישקייטען, אבער ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז ער געווען א גאנצע נאצי מיטארבייטער, סיי מיליטעריש און סיי מיט זייערע רשעות, און רוב פראנצויזען האלטען אז זיינע שאנדפולע מעשים פון די צווייטע וועלט מלחמה וועגט שטארק איבער זיינע העלדישקייטען פון די ערשטע וועלט מלחמה.

מילא אז די זאגסט מיר עפעס אן אוקראיינער, ווען איך קען נישט זיין היסטאריע, איך ווייס נישט וואס זיינע העלדעשקייטען זענען געווען, און איך ווייס נישט ווי ווייט זיינע נאצישע מעשים זענען געגאנגן, און די פרעגסט מה נשתנה, קען איך דיר נישט ענטפערען.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:זוספיש האט א נקודה, אבער דער משל איז פארט נישט ריכטיג, וויבאלד די קנעכטשאפט דאן איז געווען ווייט פון א האלעקאוסט כרחוק מזרח ממעריב, און די העלדן זענען קיין מערדער נישט געווען, נאר פשוטע לאנד העלדן פינקט ווי אנדערע, די מהות פון אויסרייסן זייער נאמען גייט אינאיינעם מיטן מהות פון אויסרייסן אמעריקנע היסטאריע.
משא"כ די נאצי קאלאברירער זענען געווען קאלטבליטיגע רוצחים, און מיר ווילן נישט אויסרייסן היסטאריע פון אקריינע נאר באעהר נישט איינעם וואס זיין ספעשלטי איז געווען רצח'נען יודן

מיליאנען פאר כאפט זענען געשטארבן אויפן וועג פון אפריקה און געפערליכע אומשטענדן, גראדע
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אמת, איך טו נישט דא אינטערשאצן די אכזריות קעגן די קנעכט בימים ההם,
נאר די העלדן זענען נישט געווען קיינע רוצחים, כלומר זיי האבן נישט געזיכט צו אויסראטן און אויסהארגענען קיין מענטשן, נאר זיי זענען געווען קעמפפער און העלדן פאר א לאנד וואס האט טעלארירט קנעכטשאפט, וואס האט גראדע צוגעברענגט צו די טויט פון אומצאליגע קנעכט, משא"כ דער נאצי מיטארבייטער, האט בפועל געשטיצט און צוגעהאלפן דאס אויסמארדן הינדערטער טויזנטער יודן, בלויז לשם שנאה און לשם מארדן.
כאפסט די חילוק?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

בבקשה האט געשריבן:ס'איז שווער צו זאגן א חילוק, די שאלה איז נאר פארוואס איז דער אוקריינער געווען א העלד? וואס האט ער געטוהן? ווי א גרויסע נאצי איז ער געווען?

באמת אויב מען וויל דן זיין א מענטש, דארף מען קוקן אויף וואס ער האט געטוהן אין זיין לעבן, אבער מענטשען זענען נישט שווארץ און ווייס, וואשינגטען האט געטוהן העלדישע זאכן אין זיין לעבן, מאידך גיסא, האט ער געהאט קנעכט, וואס דאס איז א שלעכטע זאך, וואס איז די גאנצע געשטעל פון די מענטש וואשינגטאן? שווער צו זאגן, אבער רוב אמעריקאנער וועלען האלטען אז זיין העלדישקייטען זענען געווען מער פון די קנעכטשאפט, בפרט אז מען נעמט אין באטראכט די פאקט אז וואשינגטאן האט סוף כל סוף באפרייעט זיינע קנעכט.

לאמיר נעמען א צווייטער מענטש, מארשאל פעטאין פון פראנקרייך, ער האט ארויסגעוויזען ביי די ערשטע וועלט קריג שטארקע העלדישקייטען, אבער ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז ער געווען א גאנצע נאצי מיטארבייטער, סיי מיליטעריש און סיי מיט זייערע רשעות, און רוב פראנצויזען האלטען אז זיינע שאנדפולע מעשים פון די צווייטע וועלט מלחמה וועגט שטארק איבער זיינע העלדישקייטען פון די ערשטע וועלט מלחמה.

מילא אז די זאגסט מיר עפעס אן אוקראיינער, ווען איך קען נישט זיין היסטאריע, איך ווייס נישט וואס זיינע העלדעשקייטען זענען געווען, און איך ווייס נישט ווי ווייט זיינע נאצישע מעשים זענען געגאנגן, און די פרעגסט מה נשתנה, קען איך דיר נישט ענטפערען.

גענאגלט. האסט גוט ארויסגעברענגט מיינע געדאנקן,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ווען בבקשה מיט אביסל טיפער רעדן איבער נאציס קען מען זיי גלייבן, ווארום זיי האבן עס מיטגעלעבט בשעתם... :wink: :wink:
viewtopic.php?p=2489329#p2489329
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

בקיצור, @זיספיש פארשטייט נישט די פראבלעם פונעם קענסל קאלטשער

און איך דארף יעצט קומען מיט סברות אפצוטיילן צווישן א מאסן מערדער פון א ציוויליזירטע סאסייעטי און א סלעיוו-אונער פון א צוריקגעבליבענע סאסייעטי
(לאמיר נישט רעדן, אבער וואו אין די וועלט געבן זיך די שווארצע אליינס אן עצה? ליבעראליזעם-קאמוניזעם ריפלעיסט זייער אזוי געגארטן האר)
אוועטאר
שרויפקאפ
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:08 am

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפקאפ »

איך מיין אז עס איז דא דא נאך איין נקודה,
די אלע וואס קעמפן אזוי שטארק צו פארמעקן היסטאריע איז נישט אזוי ווייט ווייל זיי האלטן נישט אויס די אכזריות, עס איז מער א וועג ארויסצוברענגען זייערע ווילדע אנארכיסטישע געדאנקען, (איך מיין נישט צו זאגן יעדער וואס שטיצט דעם געדאנק, איך מיין דער עיקר די וואס קערן איבער די גאסן אז סקען זיך דאכטן אז זייערע איידעלע נאטורן לאזן זיי פשוט נישט שלאפן בשעת אזעלכע אומרעכטן ווערן אפגעטון) איך גלייב נישט אז מען וועט זיי אמאל בטעות כאפן זיך דערבערעמען אויף א היימלאזער מענטש, אויב עפעס נאר פארקערט...

מיר קוקט עס אויס צו זיין מער א וועג צו באקעמפן די רעגירונג און אנדרייען ראיאטן... (ווייל אפילו דער שווארצער אליינס האלט אויך נאר פון ב.ל.מ. ביז ווילאנג ער אליין איז נוגע בדבר... פון ווי ווייס איך עס? משום מעשה שהי')
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: די אמיריקאנער זענען די זעלבע ווי די אקריינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שרויפקאפ האט געשריבן:יין אז עס איז דא דא נאך איין נקודה,
די אלע וואס קעמפן אזוי שטארק צו פארמעקן היסטאריע איז נישט אזוי ווייט ווייל זיי האלטן נישט אויס די אכזריות, עס איז מער א וועג ארויסצוברענגען זייערע ווילדע אנארכיסטישע געדאנקען

גענאגעלט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”