פראקטעצירן פראסטרעטאציע - אידיש גערעדט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

פראקטעצירן פראסטרעטאציע - אידיש גערעדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

פארווארט: דעם אויסדרוק "פראקטעצירן" וואס איך נוץ לעצטנס (מייסטנס במחשבה) נעמט זיך (מעגליך מיט א לייכטע גרייז) פון הרב ר' @כאניש'ס אריגיניעלע חתימה, וכאן המקום להודות לו, תשוח"ח לו.

מעשה שהיה: ראובן קלאפט אהן ביי שמעונ'ען זיין שכן, "איך קען אפשר מקיים זיין 'השואל את הפרה'; מיין פעלד דארף אן אקער, קען איך אפשר בארגן דיין קוה?"

ענפערט אים שמעון: סארי, מיין קוה איז פארכאפט, זי איז נישט אוועליבעל.

יעצט, דער ראובן אונזערע האט שוין געהאט געלייגט גרויס האפענונג אויף דעם קוה, דער סקעדהועל פון די נעקסטע פאר חדשים איז אים שוין געווען אויסגעשטעלט, באזירט אויף דעם חלום אז זיין פעלד וועט געאקערט ווערן דורך דעם פעסטע קוה פון שמעון. ער איז יעצט פראסטרעריט! אבער נישט סתם... הערט נאר זיין רעאקציע:

"איך מאך א נדר מער נישט צו אקערן דעם פעלד מעתה ועד עולם!"...

אה... ער שפירט זיך יעצט בעסער, ער'ט זיך אויסגעגעבן...

(די מעשה האט זיך אפגעשפילט, און טוט זיך אפשפילן, טאג טעגליך, אין קאפ פון לומדי פרק "אין בין המודר"; אויב זענט איר נייגעריג צו וויסן די פונקטליכע קאנסיקווענסן פון אט דעם 'נדר רשעים', כאפט א שפאציר קיין מסכת נדרים פרק ד' משנה ו'.)

איז וואס קלערט איר? איז דאס א געזונטע מהלך?

ליפא שמעלצער זז"ג האט ערגעצוואו א ליין איבער א איד וואס איז געווארן פראסטרעריט (בטעות) אויף זיין שכן און א שריי געטוהן: זאל מיין גראז וואקסן ביז'ן הימל דארף איך נישט דיין גראז שניידער, אקעי?!!

דאס איז שוין פיל מילדער פונעם אויבנדערמאנטע מעשה מיט'ן קוה; עס אינוואלווד נישט דעם הארבן איסור, און זעלבסט אפטוה, פון שיסן א נדר.

אבער א היימישע (= אייראפעישע אפשטאמיגע אינעם 21'סטע יאר הונדערט) איד פירט זיך נישט אזוי אויף. פינטל.

איך שטעל מיך יעצט אפ, ס'נאך דא וואס צו אויסשמועסן איבער דעם טשיקאווע, אבער וויכטיגע, טעמא, ואולי המשך יבוא.
דערווייל, אויב זענט איר פראסטרעריט, האלט אייך נישט איין; לאזט אייך הערן!!
לעצט פארראכטן דורך אהרן הלוי אום מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 10:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פראטעקצירן פראסטרעזאציע - אידיש גערעדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

ניין, בכלל נישט פראסטרעיטעט, פארקערט, זייער הנאה געהאט.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פראטעקצירן פראסטרעזאציע - אידיש גערעדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

כ'פאשטיי נישט, לויט אייך קומט אויס אז די מורא'דיגע חשש פון די ווארט איז; ווייל בימי חז"ל האבן מענטשן געמאכט נדרים נאכן זיך באנוצן מיט די ווארט??

ביטע זייט אייך מזבר.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פראטעקצירן פראסטרעזאציע - אידיש גערעדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אהרן, פראקטעצירן,

מורעץ 'מסביר'
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: פראטעקצירן פראסטרעזאציע - אידיש גערעדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:כ'פאשטיי נישט, לויט אייך קומט אויס אז די מורא'דיגע חשש פון די ווארט איז; ווייל בימי חז"ל האבן מענטשן געמאכט נדרים נאכן זיך באנוצן מיט די ווארט??

ביטע זייט אייך מזבר.

איך בין היבש פראסטרעריט
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: פראטעקצירן פראסטרעזאציע - אידיש גערעדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אהרן, פראקטעצירן,

טעמבעל וואס איך בין!!
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: פראטעקצירן פראסטרעזאציע - אידיש גערעדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

די ריכטיגע אויסלייג אין אידיש (זאגנדיג דעם ענגלישן ווארט) איז "פראסטרעיטעד". היימישע שרייבער וואס פאראידישן דעם ווארט שרייבן געווענליך "פרוסטרירט", "פרוסטערירונג", פרוסטעריזאציע".
אוועטאר
שופלאד
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:00 pm
לאקאציע: אראפ פון אמט

Re: פראטעקצירן פראסטרעזאציע - אידיש גערעדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופלאד »

די נמשל פון ליפא שמעלצער באלאנגט אין פרק ארבעה נדרים, נישט אין פרק אין בין המודר.
איינס פון די ארבעה נדרים שהתירו חכמים - מ'דארף נישט דערויף קיין "מותר לך מותר לך מותר לך" -, איז נדרי הבאי, גוזמאות. ווי א פליהענדער קעמל, אדער מורישקעס אזויפיל ווי די יוצאי מצרים, אדער גאר א פיר עקעדיגן שלאנג... עיי"ש.
לכאורה איז הוא הדין מיט גראז ביז צום הימל, אדרבה ווער ס'האט א בילד פון אזאנס זאל עס שוין אפיר ברענגען
’נישט פאר שוואכע הערצער’
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: פראטעקצירן פראסטרעזאציע - אידיש גערעדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

שופלאד האט געשריבן:די נמשל פון ליפא שמעלצער באלאנגט אין פרק ארבעה נדרים, נישט אין פרק אין בין המודר.
איינס פון די ארבעה נדרים שהתירו חכמים - מ'דארף נישט דערויף קיין "מותר לך מותר לך מותר לך" -, איז נדרי הבאי, גוזמאות. ווי א פליהענדער קעמל, אדער מורישקעס אזויפיל ווי די יוצאי מצרים, אדער גאר א פיר עקעדיגן שלאנג... עיי"ש.
לכאורה איז הוא הדין מיט גראז ביז צום הימל, אדרבה ווער ס'האט א בילד פון אזאנס זאל עס שוין אפיר ברענגען

:smile:
דארף מען זיך זעצן לערנען די סוגיא...
אבער דאכצעך אז אייער טענה איז נוטה לדברי הבאי...
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: פראקטעצירן פראסטרעטאציע - אידיש גערעדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

לצד 'בלויזע' פראסטרעטאציע, קען זיך אמאל מאכן א געפיהל פון א טיפע קלעם און ווייטאג, רח"ל;
ווער ווייסט וואו אין דער תורה טרעפן מיר איינער פון די הייליגע העלדן, וואס אין א צייט פון טיפע קלעם געמישט מיט פראסטרעטאציע, דריקט ער זיך אויס צו זיינע נאנטע "פארוואס, פארוואס האט איר מיר אזוי שלעכטס געטוהן".
(ויש ללמוד משם שאין איסור לבכות על חלב שנשפך)
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פראקטעצירן פראסטרעטאציע - אידיש גערעדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אהרן הלוי האט געשריבן:לצד 'בלויזע' פראסטרעטאציע, קען זיך אמאל מאכן א געפיהל פון א טיפע קלעם און ווייטאג, רח"ל;
ווער ווייסט וואו אין דער תורה טרעפן מיר איינער פון די הייליגע העלדן, וואס אין א צייט פון טיפע קלעם געמישט מיט פראסטרעטאציע, דריקט ער זיך אויס צו זיינע נאנטע "פארוואס, פארוואס האט איר מיר אזוי שלעכטס געטוהן".
(ויש ללמוד משם שאין איסור לבכות על חלב שנשפך)

מיינסט יעקב אבינו מיט'ן ערתם אותי?

אויב יא עי' בספה"ק אמרי נועם (סוף העמוד) ווי ער ברענגט ארויס אז ס'איז נישט קיין מקור.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: פראקטעצירן פראסטרעטאציע - אידיש גערעדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

כאנאכאלצניש געכאפט וואס ס'ווארט מיינט....
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”