אביסל שכל!!! אביסל מענטשליכקייט!!!
געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 12:31 pm
נארמאל וואלט איך אנגעהויבן דעם ארטיקל מיט א שיינע משל מסביר צו זיין פאר די טייערע ליינער דעם ענין פון וואס איך וויל רעדן, למעשה קען איך נישט טרעפן א פאסיגע משל וואס זאל ריכטיגער מסביר זיין דעם ענין ווי די ווערטער אליינס, על כן האב איך באשלאסן אז איך וועל צוגיין גלייך צום ענין.
בעצם איז עס א ענין וואס אין א נארמאלע וועלט פאר בלויז עטליכע יאר צוריק וואלט געווען א בושה אז מען דארף פון אזא זאך רעדן און אזאנס מסביר זיין אבער ליידער לעבן מיר אין אזא מאדנע צודרייטע וועלט און מען האט נישט קיין אנדערע ברירה נאר פשוט גיין לערנען דעם עולם מענטשליכקייט.
שמועס איך לעצטנס מיט א נאנטער ידיד מיינער און ער איז מיר מגלה די ביטערע נייעס אז מען האט ביי אים געטראפן די ביטערע מחלה ה"י אויף קיין שום איד נישט געזאגט.
זייענדיג גענוג נאנט און אפן מיט מיר האט ער זיך געשפירט גענוג באקוועם און זיך ערלויבט זיך אויסצורעדן און אויסגיסן דאס הארץ פאר מיר און מיר אביסל פארציילט איבער זיין מצב.
איך בין שרעקליך ערשטוינג געווען צו הערן פון אים אז דער מצב איז ליידער פיל ערגער ווי איך האב געמיינט.
און איך רעד לאו דוקא פון די ביטערע יסורים וואס ער גייט אדורך סיי מיט די מחלה און נאך מער מיט די ביטערע רפואות אויף אלע גויים געזאגט.
איך רעד פון גאנץ עפעס אנדערש.
אמאל נישט צי לאנג צוריק האט יעדער חדר אינגל געוואוסט מיט א פשטות אז עס איז נישט קיין נארמאלע זאך צוצוגיין צו יענעם און זיך מישן אין זיינע פריוואטע געשעפטן אין סיי וועלכע ענין, בפרט אין עניני רפואה, יעדער פארשטייט אז עס איז פשוט נישט קיין מענשטליכקייט.
יעדער פארשטייט? ליידער נישט, יעדער פלעגט פארשטיין, היינט ליידער איז אנדערש, ווי דער איד פארציילט מיר טאקע.
זיין טייערע משפחה וואס זענען פאר זיך גענוג צובראכן פונעם מצב ווערן פשוט און גראד באפאלן מיט קשיות, וואו זיי גייען און וואו זיי שטייען, מענטשן ווילן פונקטליך וויסן וואס עס האט יא אדער נישט פאסירט, מען קריכט אריין אין די קישקעס און מען פרובירט צו דערגרינטעווען פונקטליך אויף וועלכע חלק פונעם גוף ער האט די מחלה און נאך פון די סארט קשיות וואס איך שעם מיך פשוט צו שרייבן איוף א ברבים'דיגע פארום.
ער זאגט אז אין די צייט וואס ער אליינס ווייסט נאכנישט פונקטליך זיין דיאגנאז איז שוין דא מענטשן אויפן גאס וואס ווייסן שוין פונקטליך צו פארציילן און אנצייגן וואס די מעשה מיט אים איז.
נו, איז וואס? מען האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון קיין טראגערס און ברענגערס? נע, דרי נישט קיין קאפ עס איז נישט קיין נייע זאך.
איז הער וואס ער פארציילט מיר ווייטער.
פארציילט ער מיר אז עס האט גענומען עטליכע שטאפלען העכער ווען דעם פרייטאג צונאכטס איז דער איד אליינס געגאנגען אין שול דאווענען האפנדיג הנאה צו האבן פון א שיינע רואיגע דאווענען, אנקומענדיג אין שול איז מען אים אליינס גאר באפאלן מיט די אלע אויבן דערמאנטע פראגן.
ער זאגט אז ממש דער גאנצער עולם האט ארומגערינגלט און אויסגעפרעגט כאילו ער זאל ווען מאכן א שלום זכור אדער א קידוש דעם שבת און דער עולם קומט פשוט אפגעבן דעם הערצליכן מזל טוב לכבוד די שמחה.
די סוף פון די מעשה איז געווען אז דער איד האט עס נישט איבערגעטראגן און איז אהיים פון ביהמ"ד נאך פאר מען האט אנגעהויבן דאס דאווענען, אהיימגעקומען און געזאגט אז מער גייט ער נישט אין שול, ער האט פשוט אנערקענט אונטער וועלכע סארט געזעלשאפט מיר לעבן היינט, ער קען עס פלעין נישט הענדלען.
מיין קליינע שכל זאגט מיר אז אזא מציאות אז א איד זאל פשוט נישט קענען גיין אין שול ווייל מען באפאלט אים מיט קשיות דאס איז שוין איבערגעטריבן, ער גייט נישט אין שול, נישט ווייל ער איז צו שוואך אדער ווייל זיין האר פאלט שוין ארויס און ער שעמט זיך צו גיין אין שול, ניין, דאס איז נישט דער מציאות אין אונזער פאל, דער איד גייט נישט אין שול פשוט ווייל מען לאזט אים נישט קיין מנוחה.
טייערע אידן, וואס האט מיט אונז פאסירט? האבן מיר טאקע פארלוירן דאס ביסל מענטשליכקייט? צי האבן מיר שוין אויך פארלוירן דאס ביסל בושה מיט וואס אידישע קינדער זענען אזוי אויסגעצייכנט? איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי א מענטש לייגט אוועק די בושה און מענטשליכקייט אין א זייט און גייט צו צו א מענטש אים אויספראקן ברבים איבער אלע פריוואטע ענינים זיינע.
איך האב געהערט די מעשה און געהאפט אז מען רעדט פון א צופאל, איך האב נישט געקענט גלייבן אז דאס איז כהיום די נארמאלע מציאות.
רעד איך צו א צווייטן ידיד מיינער און איך פארצייל אים מיין שטוינונג איבער דעם ענין, איך האב גלייך באמערקט אז די בלוט קומט אים אויף אין קאפ ווען איך רעד פון דעם.
זאגט ער מיר אז ממש דאס איז וואס ליגט אים שוין אויפן צונג א לאנגע צייט, געווען איז עס ווען איינער אין זיין פאמיליע איז געגאנגען אונטער די חופה בשטומ"צ און צו די זעלבע צייט האט זיך א צווייטער משפחה מיטגלידער נעבעך געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה.
אקוראט דאס זעלבע ווי אויבן דערמאנט איז ליידער געווען ביי דעם אינגערמאן, ער און זיינע אנדערע פאמיליע מיטגלידער זענען באלאגערט געווארן מיט פראגן אויב יענער משפחה מיטגלידער וועט יא איבערלעבן ביז די חתונה אדער נישט.
ווי שטארק איך וויל עס נישט גלייבן איז דאס געווען דער פאקט ווען באשעפענישן מיט פלאכע קעפ אן הערנער האבן נישט געהאט די מינדעסטע בושה צו שטעלן אזעלכע פראגן.
זענען מיר טאקע פארוואנדלט געווארן אין צוויי פיסיגע חיות וואס ווייסן נישט צו נוצן דעם גרויסן רונדעכיגקייט אויף די פלייצעס? מיר האבן אייביג געוואוסט אז ווען א איד באטרעפט ליידער א צרה גייט מען נישט צו אים אויספרעגן אלע מיני קשיות איבער די טראגעדיע, פשוט אביסל מענטשליכקייט.
טייערע אידן מען רעדט פון שפיכת דמים ממש!!! די סארט פעלער זענען ליידער נישט קיין נייעס ביי אונז, אבער צו הערן אז די מענטשליכקייט שטאפל ביי אונזער ציבור שטייט אין אזא גאר נידריגע שטאפל דאס איז שוין יא א שטיקל נייעס און גראדע נישט אזא בע'טעמ'טע.
יעצט שטייענדיג אין די געהויבענע טעג פון אלול תשרי לאמיר זיך אלע מקבל זיין אז מיר וועלן "אביסל" מער אכטונג געבן ווי אזוי מיר פירן זיך אויף און קיינמאל נישט צוגיין צו א איד אין אזא מצב אויסטוישן א ווארט איבער זיין מצב אויסער אויב דער איד פילט זיך גענוג באקוועם און קומט אליינס צו צו אייך און הייבט אן רעדן איבער דעם.
קען זיין אז איך האב געשריבן אביסל איינגעהאלטן פשוט צוליב כבוד הציבור און איך וואלט מעגליך געדארפט שרייבן פיל שארפער אבער מורי ורבותי מיר האפן אז איר האט געכאפט דעם פינטל, ביטע, אביסל שכל און אביסל מענטשליכקייט.