וואס ליגט אונטער דעם טיטל מנהל? / ט.ב. שאץ מאץ

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

וואס ליגט אונטער דעם טיטל מנהל? / ט.ב. שאץ מאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

וואס ליגט אונטער דעם טיטל מנהל? / ט.ב. שאץ מאץ

וואס טוט א מנהל?, וואס נישט....

שווער צו געבן א כלל וואס איז די פונקטליכע ארבעט פון א מנהל, מיר וועלן זיך בכלל נישט באציען אויף קיין מנכ"ל פון א הנהלה גשמי אדער א מנהל פון א ארגענעזאציע, ווייל דאס גייט באמת אריין אינעם פעלד פון מענידשמענט ווי א מענידשער פון א קאמפאני, נאר וויבאלד ס'איז א אידישע ארגענעזאציע טראגט דער מענידשער דער נאמען מנהל.

מיר ווילן זיך בלויז אריין לאזן אין עולם המנהלות איבער תלמוד תורה'ס און ישיבות, ס'קוקט אפשר אויס ווי מיין ליסטע ווערט קלענער, נישט קיין מנכ"ל, נאר א ת"ת מנהל, וועסטו דאך אוודאי מיינען אז מ'רעדט דא פון איין דשאב, זאג איך דיר ניין, יעדע מנהל פון יעדע ת"ת האט אן אנדערע ארבעט וואס לא ראי זה כראי זה, אבער הצד השוה אז ס'איז א שווערע ארבעט.

וועלן דאך מאנכע מענטשן פרעגן וואס איז מיר א חילוק וואס איז די ארבעט פון א מנהל, בשלמא ביז אהער א גבאי א מקוה איד וכדומה, מוז מען דאך אמאל אנקומען צו זיי ערגעץ אינמיטן יאר, אבער דער מנהל, זאל ער זיך ווייטער טון זיין ארבעט און מיך צורו לאזן, ס'איז אבער נישט אזוי, ווייל פאקטיש האט יעדער פון אונז ב"ה א שטוב מיט קינדער וואס גייען אין א מוסד, און ווער עס האט נישט קיין זכרים, איז דאך אוודאי מתפלל אויף א קדיש'ל, ממילא איז מן הנכון ער זאל וויסן וואס טוט זיך אונטערן פארהאנג ווען זיין יונגל קומט אהיים סוף וואך מיט פארטיגע לימודים וויאזוי גייט דאס צו.

מיר האלטן פאר וויכטיג אראפ צו לייגן וואס איז א ארבעט פון א מנהל, וואס קען מעגליך זיין אינטרעסאנט פארן ציבור וואס ווייסט נישט, ווייל פאקטיש איז דאס א ארבעט וואס ווערט געמאכט אונטער א דיקע טיר מיט א שטארקן שלאס ווי ווייניג צוקוקער קענען זעהן און מיטהאלטן, ממילא האט מען נישט קיין השגה פון וואס אזא ארבעט באשטייט,
לאמיר קודם גיין באופן כללי, וואס איז נוגע פאר יעדן מנהל באופן כללי, און דערנאך באופן פרטי.

דאס איז קלאר אז א גוטע מנהל מוז האבן פיר צורות, ער מוז קענען האבן פיר פנים'ער, און זיך כסדר טוישן זיינע פנים'ער, בבחי' פושט צורה ולובש צורה,

וזהו הפנים'ער:
1) א פנים פאר די מלמדים,
2) א פנים פאר די עלטערן,
3) א פנים פאר די קינדער,
4) א פנים פאר די הנהלה (גשמי צו רוחני),

איצט וועלן מיר מסביר זיין פון וואס באדייט די פיר פנים'ער,

פנים נומ. 1 איז א פנים פאר די מלמדים:
דאס מיינט ארויס געבן לימודים, ארויסגעבן סיי וועלכע פאדערונג פאר די מלמדים, און גלייכצייטיג זיין ווי א געווענדליכע מענעדשער פון א פארבריק וואס שטייט איבער די ארבעטער'ס צו זעהן אז די ארבעט זאל געטון ווערן און אז די ארבעטער'ס זאלן קומען אין צייט, ווי אויך דארף דער מנהל וויסן מיט וואס פארא פנים איבער צו געבן א קאמפלעין וואס עלטערן געבן אריין אויפן מלמד, (איבער דעם חלק פון לימודים וועלן מיר שפעטער רעדן).

פנים נומ. 2 איז דער פנים פאר די עלטערן:
סוף כל סוף איז דער מנהל דער מענטש וואס דינט צו זיין דער פארמיטלער צווישן די עלטערן אין דער מלמד, און אז איינער וויל זאגן א הערה אויף זיין זון'ס מלמד זאגט ער דאס ענדערשט פארן מנהל ווי פארן מלמד זעלבסט, דא דארף דער מנהל האבן א צווייטע צורה, ער דארף אויסהערן דעם טאטן צו די מאמע, און ווייזן אינטרעס צו זייער בקשה, און אפי' ווען ער ווייסט אז די עלטערן זענען דאס מאל גערעכט מוז ער לפנים זיך אנעמען פאר זיינע מלמדים, נישט אז דער טאטע זאל קענען שפטער ארום גיין זאגן אז דער מנהל אליין האט מיר געזאגט ווי גערעכט איך בין, שפעטער נעמט דער מנהל דעם קאמפלעין און דרייט אויס דעם דאשיק און האלט פאר דעם מלמד, דאס איז אזא פושט צורה ולובש צורה כפשוטו, בכלל איז געווענדליך דער מנהל דער אויסגערופענע מומחה צו וועמען מ'ווענט זיך און מ'רעדט זיך דורך אלע עניני חינוך, דא ווייזט ער זיין מחנך פנים פאר די עלטערן וואס רעדן זיך דורך מיט אים בעניני חינוך.

פנים נומ. 3 א פנים פאר די קינדער:
געווענדליך רעדט א מנהל צו די קינדער, צו ביים עסן, צו סתם דרשות, צו ווען ער גייט ארום פון חדר צו חדר איבער געבן עפעס פאר די קינדער, און אסאך מאל ווען א מנהל רופט אריין א קינד אין אפיס צו רעדן מיט אים אדער דורך גיין זיינע לימודים, מוז דער מנהל האבן א קינדערישע לשון לימודים, ער מוז האבן די נויטיגע שפראך און די נויטיגע פנים כאילו ער איז יעצט ווי א מלמד, מיט מלמד'ישע שטריכן.

פנים נומ. 4 א פנים פאר די הנהלה:
פאר די הנהלה רוחני, מוז דער מנהל זיין געווענדליך דער ערנסטע מענטש וואס גיבט איבער דעם ריפארט פונעם ת"ת פאר די הנהלה, און גלייכצייטיג איבער שמוסן מיט גרויס ערנסקייט די ענינים העומדים על הפרק, אויב איז דאס פאר הנהלה גשמי, מוז דער מנהל זיין דער וואס פארדערט דעם חלק הגשמי פון די הנהלה, ער טראגט דעם פנים ווי ער איז דער וואס פארלאנגט פון זיי למשל צייטלעך באקומען וועידשעס פאר די מלמדים, אדער אז מ'דארף א אויסברייטונג אין די עס - זאל, צו א הוספה אין די סטעף ועוד ועוד.

סך הכל האלט מיר דא ביי 4 צו 5 פנים'ער, קומט אויס אז דער מנהל איז גאר אנדערשט פון סיי וועלכע ארבעט, ווייל א מלמד זעלבסט ער טראגט איין פנים פון אנפאנג ביז צום סוף, ער איז א מלמד בייטאג און ביינאכט, ער עסט ווי א מלמד שלאפט ווי א מלמד און טראכט ווי א מלמד, ער דארף נישט טוישן זיין ליניע קיינמאל אין טאג, משא"כ א מנהל דארף האלט אין איין טוישן זיין צוגאנג צו די מענטשן מיט וועמען ער קומט אין קאנטאקט דורכאויס זיין ארבעט, און דער וואס רעדט מיט אים מיינט אז דאס איז דער איינציגע פנים וואס ער טראגט.

און אסאך מאל דארף מען טראגן אלע פינעף פנים'ער בלויז אין איין טאג, לאמיר נעמען א פשוט'ן וואכעדיגע זונטאג, צופרי ביי שחרית טרעפט אן דער מנהל אין שול עטליכע עלטערן וואס שמועסן זיך דורך מיט אים בנוגע חינוך און בנוגע זייערע קינדער וואס זענען ביי אים אין מוסד, דא ווייזט ער זיי דער מנהל'ישן פנים וואס האט די לאנג יעריגע עקספיריענס אין זיין מנהל'ישע קאריערע, דערנאך קומט ער אן אין חדר און טוישט דעם פנים כלפי די מלמדים זעהן יעדער זאל אנקומען אין צייט, און אנהייבן דעם סדר היום בכי טוב,
ביי לאנטש טוישט ער ווידער דעם פנים און רעדט צו די קינדער (אויף זייער שפראך), איבער א ענין וואס איז נוגע פאר די קינדער למשל אז די וואך גייט מען אפשר גיין אויף א טרופ ווער ס'וועט זיך פארהערן חזרה,
נאך חדר קומט פאר א מיטונג פון די הנהלה רוחני איבער דעם פראבלעם אז קינדער האבן וואקי טאקי'ס, און וויאזוי מ'גיבט זיך א עיצה מיט דעם (אויך מיר א פראבלעם), ביינאכט איז דא א מיטונג פון די הנהלה גשמי, דאס מאל איז עס נישט צו ערנסט בלויז אז עטליכע מלמדים'ס טישן זענען לעצטנ'ס צובראכן געווארן און זיי האבן נישט ווי צו האלטן זייערע זאכן, און גלייכצייטיג רעדט מען שוין וועגן דעם נייעם שטאק וואס ווערט געפלאנט צו צובויען צום בנין, אזוי טוישט ער זיינע פנים'ער אין איין טאג, לקיים מה שנאמר והי' לארבעה פנים...

דאס איז נאר די פשוט'ע א"ב צו זיין א מנהל נאך בעפאר מ'הייבט אן די עצם ארבעט, כאטש וואס מ'קען זיך אויף יעדן אויבדערמאנטע פנים שטעלן און מאכן א ברייט'ס וועלן מיר אבער גיין ווייטער, למעשה איז נישטא קיין גיידליינס און קיין מהלך וואס א מנהל דארף אלץ צו טון און פון וואס באשטייט באמת זיין ארבעט, אנדערשט ווי א מלמד וואס איז דא קלארע מהלכים פון וואס זיין ארבעט באשטייט, לאמיר נעמען א כתה ה' מלמד, פארשטייט יעדער אז כתה ה' לערנט גוט גמ', און חומש ביז רביעי, און דארף זעהן יעדער זאל קענען און ליב האבן צו קומען אין חדר, און דאס האט זיך זיין מהלך וויאזוי מ'רעדט מיט כתה ה' קינדער גמ' און חומש ביז רביעי, משא"כ א מנהל האט נישט קיין באשטומטע ארבעט וואס צו טון, ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז יעדער מנהל איז אליין מחליט אדער אנדערע זענען מחליט פאר אים פון וואס זיין ארבעט באשטייט.

ס'איז דא מנהלים פון קליינע מוסודת וואס טראגן דעם עול פון כתה א' ביז כתה ט', אט די מנהלים איז כמעט נישט מעגליך ער זאל קענען ארויסגעבן פונקטליכע לימודים פאר יעדן חדר ווייל יעדע עידש איז דאך אנדערשט, דערפאר מאכט זיך אזוי אין די קלענערע מוסדות אז די מלמדים זענען דיע וואס קומען אויף מיט די לימודים און צעטלעך, און דער מנהל איז דער שר המסכים וואס גיבט די הסכמה וואס צו לערנען.
ווידער אסאך מנהלים פון קליינע מוסדות זענען להיפך זיי טראגן יא דעם עול מיט א מורא'דיגע פונקטליכייט, וועלכע חדר זאל לערנען וואס, ב' לערנט ביז שני, ג' לערנט ביז שלישי, ד' לערנט ביז רביעי, ה' ביז חמישי, (נישט יעדע סדרה איז אזוי פונקטליך, אסאך מאל איז שני זייער ווייט און צומאל איז שלישי זייער נאנט, ס'איז נאר ווי מיין מגי"ש פלעגט זאגן "ס'איז נאר א משל"...) און אזעלכע מנהלים ארבעטן גאר שווער ארויס צו געבן לימודים, מאכן קונטרסים, קאפיס, ועוד, ווייל זיי דארף'ן האלטן קאפ אויף זייער אסאך מיני לימודים, וואס איז מחולק איינס פונעם צווייטן, אט די מנהלים פון א קליינע מוסד וואס טוט אזא מין ארבעט ער האט באמת מורא'דיגע שווערע ארבעט, ווייל יעדע כתה איז דאך אנדערשט פון דעם אנדערן, און ער האלט מיט יעדן כתה מיט א פונקליכקייט.

ווידער די מנהלים פון די גרעסע מוסדות, האבן א אנדערע שווערע ארבעט, ער איז טאקע נאר מנהל למשל אויף כתה א' ב' ג', ער האט אפי' א פונקטליכע אויסשטעל וואס יעדע חדר דארף לערנען, ווייל ער האט עטליכע קלאסן פון ב' און עטליכע קלאסן פון ג', ממילא לגבי לימודים האט ער נאר 3' מיני לימודים, כתה ב' לערנט חומש ביז פסוק ז' און די ערשטע רש"י, און כתה ג' לערנט ביז שני מיט די ערשטע 5 רש"י'ס, און פארדעם איז אים לייכטער נאכצוגיין די ארבעט וועלכע חדר האט מצליח געוועהן און ווער נישט, ער האט שוין אפי' עספירענס וועלכע רש"י איז לייכטער און וועלכע רש"י איז שווערער, און וואס ס'איז מער געאייגנט פאר כתה ב' און וועלכע רש"י מ'קען שוין לערנען אין כתה ג', אבער לעומת זה מוז אזא מנהל האלטן חשבון אויפן יעדן קינד, ווייל די לימודים זעלבסט פארן פון זיך אליין, און אזא מנהל געווענדליך איז דער וואס געט ארויס די לימודים מיט די צעטלעך וואס דאס אליין איז א שווערע ארבעט.

די שעות פון די ארבעט איז באמת גאר אסאך, ווייל זיין עיקר ארבעט איז נישט ווען יעדער ארבעט, ס'וואלט זיך געזאגט אז די גרינגסטע שעות פון א מנהל איז ווען אלע מלמדים ארבעטן אין חדר, ווייל דעמאטץ דארף ער נאר נאכגיין די ארבעט ווי א געווענדליכע מענידשער (ס'איז גענוג א שווערע ארבעט), אבער די עיקר שווערע ארבעט, איז ווען דער עולם גייט שוין אהיים, די אפיס ארבעט, די צעטלעך, די פאן קאל'ס, מסדר זיין אלע זייטיגע ענינים, אפי' רעדן מיט עלטערן איז אויך נאר בעיקר אין די שעות נאך חדר, רעדן מיט מלמדים איז אויך בעיקר נאך די שעות ווען מ'לערנט שוין נישט.

אפילו אזא בין הזמנים, ווען יעדער מלמד נעמט אביסל מנוחה פון זיין ארבעט, קומט אויס אז רוב מאל זענען די בין הזמנים טעג גאר די סאמע שווערסטע טעג פארן מנהל, בין הזמנים פון תשרי איז דער עול פון דעם אריבערגאנג פון חדרים, ווי עס איז איינגעפירט אין רוב מוסדות אז די קינדער גייען אריבער נאך שמחת תורה, דארף דער מנהל פירן חשבונות וועלכע כיתה גייט צו וועמען, און אויב מ'דארף צושטעלן א נייע מלמד, טוישן א מלמד, וועלכע מלמד נעמט וועלכע קלאס, צומאל צוטיילן א קלאס, דארף ער מאכן חשבונות וועלכע קינד רעכטס און ווער לינקס, בין הזמנים פסח, טוט מען געווענדליך די קעמפ ארבעט, ווער גייט ווי, וואס פאר דעם אליין קען מען שרייבן א באזונדערע ארטיקל וויאזוי מלמדים ווערן איינגעטיילט אין די זומער קעמפס, ווער איז א שלאף רבי און ווער א מלמד וכל המסתעף.

ס'איז א נארמאלע זאך אז א טאטע רופט א מנהל נאך 10 אזייגער ביינאכט און האלט אויף דער מנהל אויפן טעלעפאן א היפשע שטיקל צייט דורך צו רעדן א ענין, ס'איז אפשר אויך א נארמאלע זאך אז מ'רופט א מלמד אויך אין די שפעטע שעות, אבער דער מלמד האט דאך נאר 25 קינדער, ממילא קומט אים נישט אויס צופיל צו רעדן מיט עלטערן נאך 10'ע ביינאכט, אבער דער מנהל ער האט דאך אפאר הונדערט קינדער וואס די עלטערן פילן זיך גאנץ באקוועם צו רופן שפעט ביינאכט, און דער מנהל דארף זיין ביזי מיט זיי, צומאל איז דאס שווערע עלטערן וואס ווילן סתם הרג'נען דעם מלמד ווייל ער האט היינט געשריגן אויף זייער הייליגע קינד און נאר דער מנהל איז דער וואס בארואיגט זיי, רוב עלטערן האבן באמת נישט קיין השגה וואס זיי ווילן, זיי ווייסן נאר איין זאך, מיינע קינדער זאלן נישט כאפן וואס איך האב געכאפט פון מיינע (קריגס געליטענע) מלמדים....

קעמפ, וואלט זיך געפאדערט א באזונדערע ארטיקל, ס'איז קלאר אז רוב מנהלים ווערן צוריסן מיט די ארבעט אין קעמפ, ווייל אויסערדעם וואס ער האט די גאנץ יעריגע ארבעט קומט צו אסאך ארבעט פון האלטן די קינדער מער שעות, אויפשטיין, לייגן, זיין במקום א טאטע מאמע, אפגערדט אז מסדר זיין די פלעצער די חדרים, (איך רעד שוין נישט ווען ס'רעגנט....., א שמחה וואס נאר א קעמפ יונגל פארשטייט...) קעמפ ארבעט איז דאך זיכער נישט אין די אויגן פון די עלטערן, חוץ וויזיטינג דעי.

דאס איז אלעס נקודות וואס רוב מענטשן טראכטן נישט, און מחמת חסרון ידיעה מיינט מען דאס איז א טיטל אן א מיטל, (איך האב נאך געטראכט אריין צו שמירן דא די נושא איבער א מנהל פון בחורים אויך, אבער איך זעה יעצט אז ס'פארדערט זיך א עקסטערע ארטיקל איבער דעם ועוד חזון למועד).

בקיצור, וואס וויל איך דא?, אריין האקן נאך אזא 10 – 15 טויזנט קערעטער'ס?, ניין, מיין מעסידש איז איין זאך, אז ווען דיין יונגל ברענגט אהייים א צעטל פאר פורים, אז מ'קלויבט צוזאמען געלט פאר א מתנה פארן מנהל ביטע שיקט 2$, זאלסטו עס שיקן בחפץ לב ווייל ס'קומט אים ערליך (אפשר זיך שפעט דערמאנט ס'איז א וואך נאך פורים, נעווער טו לעיט!)

נו? ווי האלט מען?
ניש קשה 11600
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

שכוח מורינו האדמו"ר משא"ץ שליט"א.

דו רעדסט צום דבר! (צום זאך בלע"ז)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פרינטער, פרינט זיי מוחל.

דער אמת איז אז ביים עפענען דעם ארטיקל האב איך געמיינט אז ער רעדט פון טריאו אדער קרעמער..., אבער זעהנדיג אז דער נושא איז איבער איינע פון די מערסט שרעקעדיגע פיגורן ביי די קינדערלעך, האבן מיר באשלאסן עס צו ארויסדריקן.

קאמענטארן טו פאלאו, אויב וועט זיין שטייטזעך.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זייער שיין צולייגט דעם מהות "מנהל", יישר כח גדול.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

ר שאצ א יישר כח פארען ארטיקעל (איך בין נישט קיין מנהל)

יאנאש איך האב אויכעט אזוי געמיינט
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אוי שאצעלע, אוי שאצעלע, א ארטיקעלע א שיינע...

איז אזוי, דו האסטעך זעהט אויס געיאגט, איי מין "נאר" 11,000 קערעקטערס?... סאו האבעך דיך געוואלט בעטן, ווען דו האסט צייט, שרייב טאקע די סדר היום פון קרעמער טריאו און סאכדעס... פון יאנאש ווייסעך שוין, ער פרינט א גאנצן טאג... אבער די אנדערע מנהלים.. איי העוו נאו איידיע...

שאצי טענק יו...

אופס.. יעצט כאפעך, דו האסט געשריבן נאר איין זייט, וואס טוצעך מיט א מוסר דרשה פאר די מנהלים...

און אזוי טייפענדיג, האסט פארגעסן, די מנהלים דארפן אויך האנדלען מיט "עסקנים" ווען מ'דארף אסר'ן א קאנצערט....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שמאל קעפיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאל קעפיג »

הערליך אראפגעלייגט מיסטער שאץ מאץ.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך הייב דיך אן צו פארדעכטיגן - שאץ מאץ!

היינט האט מיין אינגל אהיימגעברענגט א צעטל פון חדר אז מען דארף מארגן ברענגען 2 דאלער ווייל מען גייט קויפן א מתנה פארן מנהל.

עס איז דא איינס פון צוויי זאכן: אדער האסטו זיך אראפגעזעצט שרייבן דעם ארטיקל תיכף נאכן אויסטיילן די צעטלעך פאר די קינדער.

אדער ביסטו א בעל רוח הקאקאש.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שאץ, הערליך אראפגעלייגט, וואטס נעקסט?
אפשר א טאג בוך פון א מענעדזשער אק"א מנהל גשמי?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

צום פינטל הרב שאץ, הנאה געהאט צו ליינען.

נ"ב:

א מנהל באקומט נישט קיין טיפס אזוי ווי מלמדים.

א מנהל אין א גרויסע מוסד ציטערט געווענדליך היבש אויף זיין פאסטן. (ער האט אסאך מער מלמדים וואס האלטן אן אויג אויף זיין זיץ...)

ער דארפן האבן אן עקסטערע צורה ווען ער ארבייט מיט די מענדשער, וואס מאכט געווענדליך זיכער אז ער איז אויף די זעלבע דרגה ווי אים. פארשטייט זיך אויך פאר די קעכער, פוילישער גוי אא"וו.

בד"וו, היינט האבן שוין כמעט אלע מנהלים א יונגערמאן א סעקרעטערי, וואס נעמט קער פון די באס טשעינדשעס, קאפיס אד"ג. א נורסרי מנהל האט מער ווי איין סעקרעטערי.

ועוד ועוד.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

שאצי איך זיך דיין ארטיקעל פין סדר היום אין א הארדווער סטאר ווי געפיט זיך דאס ?
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שאצ, זייער גוט אראפגעלייגט. א באזונדערן דאנק פאר'ן לייגן דעם ארטיקל ערשט נאך פורים; האסט מיר איינגעשפארט 2 דאלאר...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שאץ, כאב עס שוין אפגעליינט און פארשטייט זיך אז איך האב הנאה געהאט.

זייענדיג איינער וואס האט געהאט באלד מער מנהלים ווי מלמדים אין זיין לעבן, קען איך דיר זאגן אז אלדאו עס איז געווען לא ראי זה כראי זה, האסטו ארויסגעברענגט יעדן איינעם פון זיי אין דיינע שורות, ברענגענדיג מיר צום החלטה אז דו ביסט א מייסטער מענטשן קענער.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

שוין נישט דאס ערשטע מאל וואס דו טוסט מהנאה זיין מיר,
א שיינעם דאנק קומט זיך דערפאר פאר דיר.
צו איז עס זאל זיין מיט סתם א טאג בוך א שיינעם,
מחיה ביזטו מיט דעם א יעדעם איינעם.
אדער מיט אן ארטיקל מיט שיינע גראמען דערויף,
צאלן זאל דיר השי"ת דערפאר ברכות לרוב.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שאצ'ל, הערליך איז א בלאסער אויסדרוק, אבער כאנישט עפעס בעסער'ס, זיי מיר מוחל.

יישר כחכם. גוט אראפ געלייגט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אזוי מאט'ערהייט אראפגעשטעלט אזא גלאנציגע זאך, און פול מיט תוכן אין געפיל. מורא'דיג.

ווי אלע מנהלים, האבעך אויך געטראכט אז דו בארעדסט דא די מנהלי הקרעטשמע, וניחמתני...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
א טאטע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 12:24 pm
לאקאציע: א מאל אין קאך, אמאל אין הויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טאטע »

א ישר כח הרב שאץ, נהנתי.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

סאכדעס האט געשריבן: ווי אלע מנהלים, האבעך אויך געטראכט אז דו בארעדסט דא די מנהלי הקרעטשמע, וניחמתני...


איר דארפט אן ארטיקל איבער מנהלים פון קרעטשמע???
דא האט איר אן ארטיקל


.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.
.


דאס איז דאך זייער גאנצע ארבעט, מעקן!!!!.......
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

חא חא חא.

אבער וויפיל פנים'ער (ניק'ס) האבן זיי?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

שאצ איך האב שטארק הנאה געהאט פינעם ארטיקעל.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

שאץ איך האב עס ארויסגעפרינט פאר מיין מנהל העמיר זען וואס ער זאגט דערצי
Liberalism is a mental disorder
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”