פארוואס האסטו אויסגעוועלט דיין ניק?

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

פארוואס האסטו אויסגעוועלט דיין ניק?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסמאן »

ווי עס איז דער מנהג המקום דא אין קרעטשמע, ווען מען האלט ביים מאכן א סיום צו א ספעציפישן סומע פון תגובות, און מען באקומט א העכערונגס 'מעדאל', ווידמעט מען עטליכע שורות לכבוד די מאורע. דערפאר וועל איך נישט זיין אנדערשט און לכבוד מיין 100'סטע תגובה וועל איך אויך אזוי טוהן, נאר אנשטאטס אפצופירקלען עטליכע שורות ארויסצוברענגען מיינע עמנאציאלע געפילן וועל איך עפענען אן אשכול וואס איך האב שוין לאנג געהאט בדעה צו עפענען, און יעצט לכבוד די שמחה וועל איך געבן 'קידוש' פאר די גאנצע עולם הנאה צו האבן.

אלזא צו אונזער נושא, ובזה החלי בעזרת מקלדתי ועכברי.
איך דריי זיך שוין ארום דא א שיינע 8-9 חדשים, כאטש איך האב זיך נישט צופיל אנגערופן האב איך פראבירט מיטצוהאלטן אלע אקטיוויטעטן דאהי, און געשלינגען מיט דארשט אלע ארטיקלען און נושאים וואס זענען אוסגעלופטערט געווארן אינערהאלב די 'היימישע קרעטשמע', אבער א באזונדערע אינטרעסאנטקייט איז געווען צו באטראכטן די ספעציפישע נעמען וואס די אידן דא האבן זיך אויסגעוועלט צו זיצן אונטער דעם, המכונה "ניק". פארשידענע ווערטער וואס איך האב אין מיין לעבן נישט געזען, אדער צוזאמגעשטעלעכטס וואס אין ריל לייף ווען מען זאל יענעם אזוי באטוטלען וואלט ער געווען דאס גענאר פון בית המדרש, האט מיר אייביג געואוונדערט, וואס ברענגט אייך אויסציוועלן דעם ספעציפישן ניק נאמען וואס איר האט זיך אויסגעוועלט?
טייערע חברים, (מנהלים, אויב איז פארהאן א פראבלעם דערמיט, אדער אויב איז שוין געווען אן ענדליכן אשכול ביטע לאזט מיר וויסן) ביטע שארט ארויף די פענעס און טיילט אונז מיט וואס פאר א רוח שאינה מציה האט דער געכאפט ווען דו האסט אויפגעסיינט ביי אידישע וועלט זיך צו באקליידן מיט א געוויסער נאמען. פארשטייט זיך אז אויב ענטהאלט עס אינפארמאציע וועלכע קען פירן צו 'גילוי' דארפט איר נישט שרייבן, אבער געווענליך האט יעדער א סיבה וואס עס האט אים געברענגט צו ניצן זיין ניק נאמען.

וועט איר מיר זאגן: נו, הייבט אן!
אלזא, דער אמת איז אז 'ביזנעסמאן' האט ביי מיר נישט קיין שום באדייט, און איך האב עס נישט פאר א געוויסע סיבה, וואס יא, עס האט מיר געדויערט עטליכע טעג ביז איך האב באשלאסן וואס צו ניצן, וואס עס האט מיר באוואויגן פליצלונג פארוואנלט ווערן אן א 'ביזנעסמאן' מיט א שיינעם נעקטיי ווייס איך באמת נישט!

פיין. אצינד לאמיר הערן וואס איר זאגט.
תורה איז די בעסטע סחורה.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך האב אויך נישט געקענט באשליסן וועלכע ניק צו נעמען. איך האב געזעהן אז יעדער האט אזעלעכע "ארידשינאל" אינטערעסאנטע ניקס, און איך האב נישט געקענט אויפקומען מיט עפעס א גוטס! ביז איך האב באשלאסן אז עס דארף נישט זיין עפעס פאני אדער דיפרענט. סתם אזוי א ניק איז אויך גוט. און דאן האט עס מיר געכאפט! סתם אזוי! דאס וועט זיין מיין ניק.


(פארוואס איך האב געלייגט א _ צווישן ביידע נעמען איז ווייל איך בין געקומען פון יופאק וואו אסאך הענדלס האבן אזא ליין צווישן ביידע נעמען, און ווען איך בין דא אריינגעקומען האב איך געזעהן אז איך_הער האט אויך אזא ליין האב איך געמיינט אז דא איז אויך דא די משוגעת. עניוועי, איך האב שוין חרטה דעראויף, אבער טו בעד :x )
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

ווען מיינס א חבר האט מיר אינטראדוסט צו די קרעטשמע, האב איך קודם אביסל געליינט דא פאר איך האב מיר איינגעשריבן דא.
למעשה ווען עס איז געקומען צו מאכן א ניק האב איך נישט געקענט דיסיידן וואס צו מאכן, האבעך געפרעגט מיין חבר וואס זאל איך מאכן פאר א ניק, זאגטערמער דשאסט פיק עניטינג און דעטסאיט האב איך געענטפערט האלב פאר'גולמ'ט יא יא, געבט ער זיך גלייך א רוף אן 'נא דאס איז א גוטע ניק' פרעג איך אים וואס? זאגט ער יא יא, שוין אזוי איז עס געגאנגען אהין און צוריק.
עניוועיס עס איז נישט געוועהן מיין איידיע.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

אוי וויי, וויאזוי האב איך געקענט פארגעסן?
קאנגערעדשולעישאןס פאר דיין 100סטע תגובה.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

יא יא האט געשריבן:אוי וויי, וויאזוי האב איך געקענט פארגעסן?
קאנגערעדשולעישאןס פאר דיין 100סטע תגובה.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז שוין דא אזא אשכול אין פארברענגן, מיטן קעפל "פשט פון אייער ניק", אבער עס שאדט נישט איבערצושמועסן דא אויך, כולי האי ואולי וועלן זיך אנרופן אזעלכע ניקס וואס באזוכן מער דא ווי דארט.

הכלל, ווען איך האב מחליט געווען צו מאכן דעם "קרעמער" ניק, האב איך ארויסגענומען א פעדער און פאפיר, און זיצנדיג אמאל ביי א חולה אין שפיטאל ל"ע האב איך געמאכט א ריזיגע ליסטע פון כאראקטערן נאך וועמען איך וויל מיך קורא שם זיין, אויף די ליסטע האבן זיך אפגעפונען אזעלכע ניקס ווי "טאני סאפראנא" און אלע זיינע מיטהעלפער (אויב איר פארשטייט נישט ווער דאס איז, פרעגט ניטאמאל איבער), אזוי אויך אלע כאראקטערן פון "סיינפעלד" (כנ"ל), למעשה בין איך טאקע געבליבן מיט קאסמא קרעמער...
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

פון מיין פערספעקטיוו איז די זאך אזוי, 50% אדער מער ניקים דא  האבן עפעס א שייכות צו איינע פון די קומענדע: זייער פערזענליכקייט, ציל GOAL, מהות, שטרעבן, ארויפגעקוקטער פערזאן וכדו', לכן אויב איינער וויל זיך באמת דערגרינטעווען נאך א ניק (וואס איז אודאי נישט אויסגעהאלטן צוליב גילוי...) קען נאכגיין די שפירן פון'ם ניק אויסצוגעפינען ווער דער יעניגער איז.  למשל איך 'ביזנעסקאפ' קען מען נאכפארשן ווייל זיין קאפ לויפט אלטס נאר אויף ביזנעס וכדו' וכדו' עכ"פ אזוי ארבייט אויך די FBI פון טיפס דא און דארט שטעלן זיי צאם א גאנצע סקעטש פונעם מענטש.

איז רבותי ווער עס וויל נישט מען זאל אים נאכגיין זאל טראכטן פארן זיכען א ניק אויב עס איז נישט צו נאנט צו זיין פערזענליכקייט ווייל אז נישט קען מען אלעס געוואר ווערן. למשל דער ניק 'יא יא' ער ווייסט ניטאמאל אז איך ווייס ווער ער איז, וויזוי ווייס איך? ווייל כ'האב היינט געזען איינעם אין ביהמ"ד וואס בשעת וואקען האלט ער אין איין שאקלען די קאפ אויף פאראויס "יא יא" נו אודאי ווייס איך ווער ער איז זאגסט דאך עס ממש ארויס מיטן מויל 'איך בין יא יא', איך האב שוין אפי' געוואלט צוגיין צו אים...  
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

איך האב מיך אלץ געוואונדערט פארוואס די טיטאניק אומגליק איז געבליבן איינגעקריצט אין די וועלטליכע געשיכטע אלץ איינע פון די גרעסטע אומגליקן, אסאך מער מענטשן זענען אומגעקומען ביי וואולקענאוס, ערד ציטערנישן, פארשוועמונגן, אבער די טיטאניק געשיכטע ווייסט יעדער פונקטליך די מעשה, איך בין אויך אלץ געווען נייגעריג און איך האב געלייענט איבעראל ווי איך האב נאר געקענט איבער די פרטי הפרטים פון די טיטאניק אומגליק.

טראטענדיג פון א ניק איז מיר די נאמען פשוט ארויפגעשווימען די ערשטע רגע, ס'איז געליגען ממש אין איינע פון די ערשטע קעמערלעך פון מיין מח
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

נאכ'ן זיך דרייען דא אין די קרעטשמע א לענגערע צייט, האב איך איינמאל באשלאסן אז איך "מוז" אויף עפעס מגיב זיין, עס האט זיך געהאנדלט אין עפעס א ידיעות התורה'דיגע ענין, אדער איבער א געוויסן ספר, איך געדענק שוין אפילו נישט וואס דאס איז געווען.

נו, אומר ועושה, איך גיי זיך מאכן א ניק, צווישן די ניקס וואס האבן זיך דעמאלט דארט געדרייט געדענק איך "ספרים שאפע" און נאך עפעס א ניק וואס האט געהאט א שייכות מיט ידיעות התורה, לערנען, ספרים וכו' וכו', --

עניווועי, טו מעיק א לאנג סטארי שארט, אזוי איז באשאפן געווארן מיין "לומדישער" ניק.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דא איז די אשכול פון וואס קרעמער רעדט. איך וואלטעס ווען צוזאם געשטעלט, אבער אז דער מייסד האט געגעבן די הסכמה אז ס'זאל זיין צוויי, לאזעכעס אזוי. אדער איז אפשר אן אפשען, יענץ אהער צו ברענגען.
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

נאכ'ן זיצן ביי א לאנגן ביזנעס מיטינג צוזאמען מיט ר' יודל מייזעלס שליט"א האב איך מיר געזעצט צום אידישן וועלט אביסל אויסלופטערן און די ניק דאטקאם איז מיר גלייך ארויפגעשוואמען, עס האט מיר נאר געוואנדערט אז ר' יודל אליינס האט עס נישט גענומען פאר זיך.
קרעמער האט געשריבן: (אויב איר פארשטייט נישט ווער דאס איז, פרעגט ניטאמאל איבער),
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

איך בין איינמאל אנגעקומען אין קרעטשמע, און גענומען ליינען א אינטערעסאנטן אשכול, איך האב מיר אזאנס געווארפן פאר געלעכטער אז מיין בעה"ב איז געקומען צו לויפן... ווען כ'האב אים געוויזן וואס איך ליין (אה, ער איז לגמרי נישט געווען קיין שרעקעדיגע בעה"ב) זאגט ער מיר, "היימישע קרעטשמע? אלטע מעשיות, יא, פיינע שרייבערס דארט".

זינט דאן האב איך אסאך באזוכט, ביז איין טאג האב איך מחליט געווען צו עפענען א ניק, און טייפנדיג האב איך געטראכט אזוי, וואספארא ניק קען איך מיר געבן?, און... אן קיין פריערדיגע ווארענונג איז ארויס גערונען פון מיין קיבארד... שמערי בערי....

יעצט אז איינער וויל מיר גילוי'ען זאל ער נאר פרובירן....
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווען איך בין געווען א אינגעל אין כיתה ז' ח', איז געווען איינער וואס פלעגט מיך רופן שוועמל, איך ווייס אויך נישט פארוואס.

אין די היזיגע קרעטשמע איז מיר די מעשה געקומען אין גענאק, אריין אין געדאנק און ארויס פון פרצוף, הענט אראפ פוס ארויף = שוועמל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך בין וויכטיג, און א מאכער.. סאו עניטינג עלס?..

אקעי, הער מיך אויס, איך האב נישט קיין אהנונג פארוואס, אבער דאס איז די ניק וואס צייטליך האט געעפענט פאר מיר, נאך פאר כ'האב אפילו געוויסט וויזוי מ'טייפט יודיש אויפן קאמפיוטער.. היינט זעה איך ער האט געהאט א ווייטן בליק...

ראביי ביזנעסמאן, איך וויל דיסעגריען מייט דיין באהויפטינג אז א גרויס חלק פון די ניקס זענען א ציהל צו וואס מ'וויל אנקומען, קודם כל, איך וויל נישט זיין א וויכטיג מאכער, איך בין שוין.. אבער אז דו טראכסט אריין, ווייניג ניק'ס זענען נעמען?.. דאונט טעלל מיט אז למשל משה קארענפעלד, ווילן ווער משה'ס האבן זיי זיך א נאמען געגעבן אזוי, צו למשל צייטליך וויל ווערן צייטליך אדער איכער וויל ווערן א איכער..

און נאך מער, אסאאאך מאל ווען איך ענדיג אפטייפן א תגובה און דו וועסט מיך פרעגן וואס איך האב יעצט געשריבן, וועל איך דיר נישט קענען נאך זאגן.. (די יעצטיגע תגובה איז נישט איינע פון די דאזיגע..) די סיבה דערצו איז, ווייל מ'שרייבט וואס די פינגערס טייפן, ס'גליטשט זיך שוין אליין.. למשל ווען איך זאל האנט עפענען א ניק, וואלט איך געעפנט א ניק מיטן נאמען פינגער, אדער נאמען, אדער אדער, וועלעכע ווארט ס'וועט ארויסקומען די ערשטע, אן טראכטן א מינוט..

אבער ביזנעסמאן, א רקידה'לה קענען מיר נאך אלץ כאפן, סידעך א גרויסע "סימכע" היינט, דו ביסט אנגעקומען צו א שר המאה.. אבער זעה אז די צווייטע מאה זאל נישט דויערן אזוי לאנג.. איך זעה אז דו קענסט פיין שרייבן, ספעציעל ווארפסטו אריין שיינע זאכן אין נגינה, ווארף אריין מער אפט..

זאלסטע זעהן גראבע נחת, מיט אסאאאך געלט.. וויכי..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

איך בין געקומען ווען עס איז נאך געווען א רעלאטיוו קליינע קרעטשמע פאר עס האט איבערגענומען די גאנצע אידישע וועלט האב איך באשלאסן אז אין קרעטשמע באלאנגט א פויער'ל
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

אין קעמפ איז געוועהן א מדריך וואס האט זיך געריפן "קניהויז", פאר איך האב זיך אויפגעסיינט האב איך געשמועסט מיט אים, איז מיר די נאמען ארויפגעקומען די ערשטע.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

יעצט ווילסטו אוודאי וויסן וויאזוי מיין מאדנע ניק איז צושטאנד געקומען..

ווען איך בין געווען א קליין קינד, בערך 6-7 יאר אלט, האט איינמאל מיין זיידע זיך אנגערופען צו מיר; "צום זאך" ווען וועסטו שוין טוהן "צום זאך"??...

איי.. וואס רעדט איך שטותים דא... גארנישט מיין זיידע.. פשוט און גראב איך אליינס האב געטשאוסט מיין ניק, כ'האב געטראכט אזוי, שרייבן וועל איך דאך נישט צום זאך.. נו אויב אזוי זאל כאטטשיג מיין ניק זיין צום זאך... אבער ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז מיין ניק אויך נישט צום זאך.. טשענדזשן קען מען שוין נישט, וועט עס בלייבן ביי דעם..

ביזנעסקאפ האט געשריבן:פון מיין פערספעקטיוו איז די זאך אזוי, 50% אדער מער ניקים דא  האבן עפעס א שייכות צו איינע פון די קומענדע: זייער פערזענליכקייט, ציל GOAL, מהות, שטרעבן, ארויפגעקוקטער פערזאן וכדו', לכן אויב איינער וויל זיך באמת דערגרינטעווען נאך א ניק (וואס איז אודאי נישט אויסגעהאלטן צוליב גילוי...) קען נאכגיין די שפירן פון'ם ניק אויסצוגעפינען ווער דער יעניגער איז.  למשל איך 'ביזנעסקאפ' קען מען נאכפארשן ווייל זיין קאפ לויפט אלטס נאר אויף ביזנעס וכדו' וכדו' עכ"פ אזוי ארבייט אויך די FBI פון טיפס דא און דארט שטעלן זיי צאם א גאנצע סקעטש פונעם מענטש.

איז רבותי ווער עס וויל נישט מען זאל אים נאכגיין זאל טראכטן פארן זיכען א ניק אויב עס איז נישט צו נאנט צו זיין פערזענליכקייט ווייל אז נישט קען מען אלעס געוואר ווערן.

און אויב איך וועל מיך פרובירן צו דערגרינטעווען יענעמס סאשעל.. דארף איך נאכגיין די שפירן פון זיין 'אוועטער' הא?..

שוועמל האט געשריבן:ווען איך בין געווען א אינגעל אין כיתה ז' ח', איז געווען איינער וואס פלעגט מיך רופן שוועמל, איך ווייס אויך נישט פארוואס.

נו! גילו!!.. און צווייטענס כ'האב דיר שוין לאנג איבערגעבעטן.. פארגעס דערפון!
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

keshmoi kein he ;l;p-
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסמאן »

קרעמער האט געשריבן:עס איז שוין דא אזא אשכול אין פארברענגן, מיטן קעפל "פשט פון אייער ניק", אבער עס שאדט נישט איבערצושמועסן דא אויך, כולי האי ואולי וועלן זיך אנרופן אזעלכע ניקס וואס באזוכן מער דא ווי דארט.

:oops:
יא יא האט געשריבן:אוי וויי, וויאזוי האב איך געקענט פארגעסן?
קאנגערעדשולעישאןס פאר דיין 100סטע תגובה.

ברוכים תהיו.
סתם_אזוי האט געשריבן:
יא יא האט געשריבן:אוי וויי, וויאזוי האב איך געקענט פארגעסן?
קאנגערעדשולעישאןס פאר דיין 100סטע תגובה.

ברוכים תהיו.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ראביי ביזנעסמאן, איך וויל דיסעגריען מייט דיין באהויפטינג אז א גרויס חלק פון די ניקס זענען א ציהל צו וואס מ'וויל אנקומען, קודם כל, איך וויל נישט זיין א וויכטיג מאכער, איך בין שוין.. אבער אז דו טראכסט אריין, ווייניג ניק'ס זענען נעמען?.. דאונט טעלל מיט אז למשל משה קארענפעלד, צו משה קאפויער, ווילן ווער משה'ס האבן זיי זיך א נאמען געגעבן אזוי, צו למשל צייטליך וויל ווערן צייטליך אדער איכער וויל ווערן א איכער..

האסט זיך אויסגעמישט מיט ביזנעסקאפ, מיר האבן טאקע דעם זעלבן משפחה נאמען אבער פארט איז ער א צווייטער.

אבער ביזנעסמאן, א רקידה'לה קענען מיר נאך אלץ כאפן, סידעך א גרויסע "סימכע" היינט, דו ביסט אנגעקומען צו א שר המאה.. אבער זעה אז די צווייטע מאה זאל נישט דויערן אזוי לאנג.. איך זעה אז דו קענסט פיין שרייבן, ספעציעל ווארפסטו אריין שיינע זאכן אין נגינה, ווארף אריין מער אפט..

זאלסטע זעהן גראבע נחת, מיט אסאאאך געלט.. וויכי..

אמן און דאנקע, און איינוועגסט וויל איך דיר אפגעבן א באזונדערן דאנק פארן מיר מאכן אזוי איינגענעם דא. קיפ איט אפ!
תורה איז די בעסטע סחורה.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

do somebody still need any info. on my name ?? :wink:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יא, שאאאר.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

פשוט פשט אין מיין ניק דאס בין איך



shmate האט געשריבן:do somebody still need any info. on my name ?? :wink:



יא זאג וואספארא מין שמאטע זענט איר ? דיספאזעבל אדער ריוסעבל ?
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

יא זאג וואספארא מין שמאטע זענט איר ? דיספאזעבל אדער ריוסעבל ?[/
magic :wink:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

בעטער בעליעוו ביזט MAGIC
Liberalism is a mental disorder
פשוט פשט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט פשט »

It is my nature to simplify things , many times when my magidei shiurim would make a whole pshetl I would ask them what's wrong with the simple pshat and they had trouble getting out of it.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”