בלאט 1 פון 2

משיב הרוח ומוריד הגשם, יעלה ויבא, סינדראם!

געשריבן: זונטאג אקטאבער 18, 2009 3:54 pm
דורך געלעגער
ב"ה מען האלט שוין דא.

מ'זאגט שוין ביים דאווענען "משיב הרוח ומוריד הגשם"
די שמחה וואס ס'שפרייט זיך אויס אויף געוויסע אידן איז נישט צום באשרייבן, מ'שטיינס געזאגט,
מ'גייט קענען שרייען ביי די שמו"ע ווען די גאנצע עולם איז שטיל און יעדער דאווענט רואיג, משיב הרוח ומוריד הגשם, א מחי'.....

ווען די איד זאל נאר שרייען זיין גשם דריקעניש אנפאנג שמו"ע, נו גוט, החרשתי, נישט אז ס'בלאנגט אזוי, אבער אז די שפירסט אז דער אויבערשטער האט דיך אראפגעשיקט אויף דעם עולם צו דערמאנען אידן, וועל איך נישט אריין רעדען,
וואס באדערט אבער איז די שרייסט אפילו ווען דער עולם האלט שוין ביי מודים, ס'הייסט?
אט הערט.

געדאווענט האב איך היינט נעבען א אידל וואס האט זיך פארווייקט און מקוה, פון וואו ווייס איך? ווייל אזוי האט עס געשמעקט,
צום מנין איז ער אנגעקומען שפעט, געשטעלט האט ער זיך ווען די בעל תפילה האט געהאלטען ביי אשרי, נישט געפערליך אבער גאנץ שפעט,
אבער ס'גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט און ער איז ביים בעל תפילה און ווייזט אום צו דאווענען שטייטער, חיפער נישט זאגט ער מיט גריםצארען פארן דרייצען יעריגען געוואוקס, שוין, אז א עלטערע איד הייסט פאלגט מען,
איז אבער געוועהן א איד און די מנין בערך די זעלבע יאר גאנג און גיבט זיך א דריי אויס צום בע"ת און זאגט, נאאא...
און ער דרייט מיט די הענט אזוי וואו מדרייט די רחיים של יד, די בחור זייענדיג ארייןגעכאפט צווישען צוויי אלטע לייט, נישט וואוסענדיג וועם צו פאלגען, האט אפגעמאכט אז ער נעמט די איזי וועי אוט, ער גייט ווי ביז יעצט,

פאר דעם איד האט עס שטייצעך נישט ג'שמעקט, האט ער אפגעמאכט אז ער גייט איגנארירן די גאנצע זאך פון בעל תפילה, ער גייט אנגיין וואו כאילו ער איז אליין דא, וואו למשל דא איז נישטא קיין מנין אידן אין דאווענען,
און אזוי האט די זאך געראולט,
די בע"ת האלט ביי ישתבח, די בעק דרייווער האלט ביי ברוך שאמר און מ'הערט צוויי קולות, אלעס איז געפארען ביז שמו"ע,
דער עולם האט זיך געשטעלט, אבער דער מקוה שמעקער האט נאך געהאלטען ביי קרי"ש און אזוי ווען ס'איז געוועהן שטיל הערט מען א איד זיך ברעכען די ציין ביי וזזזזכרתם, איינער האט געשישקעט אבער אום מיינט עס נישט,
מ'הערט די ציצית מיטן גאנצען קראפט,
די קיש איז אויך געוועהן אויף גאר א הויכע פארנעם, און דאס אלעס האלט איך מיט, איך האלט שוין ביי את צמח דוד....
צו ס'האט מיך נערוועז געמאכט?
אבער נאך וואו,
כ'האב געקענט עפעס טון?
נישט עכט, אוך פאנג נישט אן מיט אזעכע אידן,

ס'קומט צו זיין שמו"ע דער עולם האט שוין לאאאנג אויסגעטרעטען מ'ווארט שוין אויף א בע"ת פאר הויכע שמו"ע, מיין אידל געט זיך א הויב אויף און ער שטעלט זיך דאווענען, נישט פארן עמוד, ווייל ביי אום און מח עקזעסטירט נישט יעצט קיין מנין און דעם שטובל, און אזוי ביקט ער זיך איינמאל און נאך אמאל, און דא קומט עס...
א ברייטע שמייכעל שפרייט זיך אויס אויף זיין בארד, און ער געט א שריי, "משיב הרוח ומוריד הגשם"
אזא שמייכעל האב איך שוין לאנג נישט געזעהן, ער האט ב"ה דערמאנט דעם גאנצען עולם אז יעצט איז רעגען צייט,
דאס אז די וועטער אינדערויסען איז אזוי ווינטערדיג אזש מ'קען איינגיין, איך וואלט צופראסקעט דעם על גאור פארן ארויפברענעגען די ווארט גלאבעל ווארמונג, דאס אלעס איז נישט גענוג צו דערמאנען דעם מוריד הגשם, אבער מיין שמעקעדיג אידל מיט זיין געשריי וועט יעדעם דערמאנען, אלסע פיין,
דער שמייכעל איז נישט אראפ ביז נאך די געשריי פון יעלה ויבא,
אה ב"ה היינט איז זיין אושפיזא, היינט שרייט מען צוויי מאל ביים דאווענען, ס'ארא סימחע.
ס'זעהט באמת אויס אז דע איד טוהט נאר די פיר ביקעס און צוויי קלאפעס אלעס ווייל ער זאל קענען שרייען גשם,
און אויב זאגט מען יעלה ויבא אויכעט איז דאך שמחה און אלע געדערים,
א גוטע זאך האב איך געזעהן ביי איינע פון די אידן און די מנין, ווען מיין גראבטשיקס האט זיך צופיפען מיט די גשם סינדראם האט א צווייטע איד זיך צושריגען בוני ירושלים, א-וואו איינער זאגט, אז די ווילסט שרייען שריי איבעראל, ביי מיר איז אלעס א חלק פונעם סידור,
ס'האט מיר געקאסט שמייכעל,
איך זאג נישט אז מ'זאל עס נאכטוהן, ווייל אויב יא וועלען אונזערע קינדער נישט וויסען אז ס'איז געוועהן אזא זאך וואו שטילע שמו"ע.....
אבער אויף די מינוט איז עס גוט געוועהן,
אלענפאלס, אסאך אידן האבען היינט זייער יאר צייט, איך מיין אושפיזא,
לאמיר געבען לחיים, און וואונטשען א רפואה שלימה,

געשריבן: זונטאג אקטאבער 18, 2009 3:58 pm
דורך קראצער
;l;p-

געשריבן: זונטאג אקטאבער 18, 2009 3:58 pm
דורך קרעמער
דאס ערד איז יעצט מיין געלעגער, נאכן אראפפאלן און זיך קייקלן פאר געלעכטער.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 18, 2009 4:01 pm
דורך געשמאקער
איך קען מיך נישט אוי פערן צי רייסען פאר געלעכטער אין געלעגער כא כא כא כאאאאאא :lol: :lol: :lol: :grin: -c:o -c:o -c:o

געשריבן: זונטאג אקטאבער 18, 2009 4:12 pm
דורך אונגארישער
געלעגער טייערער כדריי מיר פאר געלעכטער ,
די האסט דא ציזאמגעקניפט אזא מין מענטאטלעטי (אושפיזו)

א מקווה ווייקער = שמעקער
א בעל תפילה נערווירער
א שמונה עשרה שטערער
א גשם שרייער
א יעלה ויבא שרייער

געשריבן: זונטאג אקטאבער 18, 2009 4:13 pm
דורך שעפטיל
אוי האב איך געלאכט... וואס איז? געלעגער האט געשריבן אנארטיקל.. יש"כ זייער הנאה געהאט פון דיין געלונגענעם פעדער...

געשריבן: זונטאג אקטאבער 18, 2009 4:18 pm
דורך שוועמל
שכויח געלעגער!!

געשריבן: זונטאג אקטאבער 18, 2009 4:23 pm
דורך scy4851
געלעגער, איך האב שטארק הנאה געהאט פון דיין ארטיקעל, עס דערמאנט מיך פון א יודעל און מאנסי, ער איז שוין אופען עולם האמת, אבער ער האט אויך נישט געליטען די מוריד הגשם שרייערס, און ער פלעגט אריין שיסען וויא ער האט נאר געהאלטען..אמאל פלעגט ער שרייען על הצדיקים אמאל ולמלשינים, און איינמאל האט ער א געשריי געטוהן חונן הדעת.. איך זאג דיר, עס איז געווארען א גאנצע פורים פון די שטילע שמו"ע דארט.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 18, 2009 5:24 pm
דורך שוועמל
כ'אב פריער אינזין געהאט צו שרייבן ס'מיר ארויס פון קאפ.

ממילא ווען ער שרייט יעלה ויבא בעצם ראש חודש איז דאך גוט.
אבער ס'יז פארהאן אידן וואס מאכן זיכער אויסצוקלאפן ביי מעריב יעלה ויבא איין טאג בעפאר ראש חודש כדי צו קריגן אביסלע אטענשאן ווען דער עולם שרייט צוריק עהה...! נא נא!!! עההה... דערביי דרייט מען מיט די האנט אויף אראפצו צייגנדיג "עה מארגן איז ראש חודש"....
דער איקער איז אז די AT&T (אטענשאן) האט ער געקריגן.


באמת דאס זענען צוויי באזונדערע סינדראמס, פארלאנגט אן אשכול פאר זיך.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 18, 2009 5:25 pm
דורך הויכער
זייער גוט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: זונטאג אקטאבער 18, 2009 7:03 pm
דורך מוישע_יאכעס
יא יא געלעגער פארגאנגענער ממחרת ר"ח אב איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען מיט אזא שמו"ע שרייער און איין מנין אבער צו זיין בראך איז דעך נאר דא איין טאג ר"ח אבער ס'נאו פראבלעם דער איד האצעך אנייצע געגבען אינמיטן שמו"ע הער מיר שרייען יעלה ויבא עה!!! לאמר אזוי צו זאגען אז מ'זאגט נישט......
אלענפאלס דיין ארטיקל איז געוואלדיג שקויעח

געשריבן: זונטאג אקטאבער 18, 2009 7:44 pm
דורך שטארק זיך
געגער, איינס ארויף...

נאר א פראגע אויב איך מעג:

איז ער דיין וועלט בארימטער בעל תוקע...?
אויב יא, טויש שוין צו א צווייטע מנין.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 18, 2009 7:58 pm
דורך צום זאך
געלעגער, ס'קאסט מיר א שמייכל.. געלעגער בייזערט זיך און דער עולם פרייד זיך, הא?..

ס'איז מיר אמאל אויסגעקומען צו דאווענען אין די ביהמ"ד פון די 'אשל אברהם' נורסינג היים אויף 40 העיווארד, געווען איז דאס קרוב צום זמן מעריב און איך האב נאך געוואלט כאפן א מנחה.. כ'האב מיך מיטגעכאפט מיט זייער שמו"ע (מעריב) אויף אמאל הערט זיך א געשריי יעלה ויבא! גייט נישט דורך אפאר סעקונדע'ס נאך איינס.. נאך איינס.. א גאנצע קווייער! איר פארשטייט? ביי די אידן איז א גאנצע שמחה אז מ'געדענקט נאך צו זאגן יעלה ויבא.. ס'הייסט די זכרון ארבעט נאך, נו וודאי פרובירט יעדער איבערשרייען דעם צווייטן.. זאלן זיי דערלעבן די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט מיט נחת און פרייד!

געשריבן: זונטאג אקטאבער 18, 2009 8:00 pm
דורך פרעזידענט
;l;p-

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 11:53 am
דורך משיח
איך מיר שווער בילדערן (בלע"ז: פיקטשערען) ווי אזוי ס'זעט אויס די מעריב מוצאי ערשטע טעג פסח, ווען דער ליידענדע האבן א גאנצע רשימה אויסצושרייען: "מוריד הטל", "אתה חוננתנו" (האבן זיי דען נישט אויף וואס צו בעטן?!), "ותן טל ומטר", "יעלה ויבוא"...

געלעגער, דאנקע שיינע

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 1:59 pm
דורך שלמי
א גוט שטיקל, געלעגער.
און דו גייסט מיר אנמאכן בושות די נעקסטע מאל איינער וועט דאס טוען אין מיין מנין, יוי וועל איך לאכן... און די אידן וואס ווייסען פונעם קרעטשמע וועלן זיך א דריי טאן צו מיר און אנלאנען די קאפ אויף די לינקע האנט, ווי צו זאגן: "געלעגער, הא?"

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 2:21 pm
דורך והוא פלאי
אני כשלעצמי בין דן לכף זכות די אלע שרייערס, זיי שרייען נישט צו דערמאנן יענעם, נאר זיך צודערמאנען, אז זיי זאלן נישט האבן קיין ספק נאכן דאווענען צו זיי האבן געזאגט.
וכן מובא בירחון אור תורה תשנ"א בשם ת"ח אחד ר' מאיר מאזוז שליט"א
ועי' בתשו' ארץ צבי סי' כ"ד שמיישב איך מותר לעשות זה, הלא אין זה לחש
דער פשטות'דיגער מקור איז אבער ווייל עס איז דא מקומות וואס דאס איז דער אופן פון הכרזת השמש שלא להפסיק בין גאולה לתפילה, עי' מחצה"ש תחלת תכ"ב דהמ"א חולק ע"ז אבער דער מהרש"ל און דער ע"ש הייסן אזוי טון

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:36 pm
דורך געלעגער
א גרויסן יישר כח פאר אלע יודן וואס האבען גענימען די מוה און ארויסגעקומען אפגעבען זייער הענטעלעך מיט חחחחח'ס,
און א ספיציעלען דאנק פאר די וואס האבען זיך געמוהט און געדריקט אפאר ווערטער, דאס גיבט די שטיפ צו גיין ווייטער.

פלאי טייערע, לאמיך דיר זאגען עפעס שטיל און די אויער קיינער זאל נישט הערען.
דו נעמסט זאכען זייער ערענסט, ריק ארויף די היט און גיב א שמייכעל...

אזוי......
דו קענסט יא....
נו גוט, געגאנגען צוריק צו די גמרא.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 8:43 pm
דורך פרייליכערהייט
אויף דיין געלעגער,
לאכן מעג-ער, (מסתמא וואלט פינקי אזוי געפלאכטן די צוויי ווערטער עס צו מאכן גראמעדיג,)

הערסט איך דאווען אין א בית מדרש ווי די אידן ליידן פון א פארקערטע סינדראם, ווי מוצאי שמחת תורה, ווען פיהל ווערן פארנומען אויסצושרייען דעם מוריד הגשם דערמאנונג, שרייען טייל אריין סעקונדעס שפעטער, "ותן ברכה", אדער מוצאי יום הקדוש ווען דערוילעם איז שוין ביי די המבדיל געדאנקן (טייל ביי די טשיז קוכן) זענען זיי ביי דאס זייעריגע שרייען "הקל הקדוש" ,
הא לן והא להו, מזה אחד, ומזה, קלו וקלו דברי אדוישעם חיים, ומני ומנך תסתיים שמעתתא,

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 1:42 pm
דורך scy4851
והוא פלאי האט געשריבן:ועי' בתשו' ארץ צבי סי' כ"ד שמיישב איך מותר לעשות זה, הלא אין זה לחש

דער חזון איש האט טאקע אזוי געהאלטען אז מען טאר נישט ווייל אין זה לחש

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:10 pm
דורך והוא פלאי
געלעגער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר אלע יודן וואס האבען גענימען די מוה און ארויסגעקומען אפגעבען זייער הענטעלעך מיט חחחחח'ס,
און א ספיציעלען דאנק פאר די וואס האבען זיך געמוהט און געדריקט אפאר ווערטער, דאס גיבט די שטיפ צו גיין ווייטער.

פלאי טייערע, לאמיך דיר זאגען עפעס שטיל און די אויער קיינער זאל נישט הערען.
דו נעמסט זאכען זייער ערענסט, ריק ארויף די היט און גיב א שמייכעל...

אזוי......
דו קענסט יא....
נו גוט, געגאנגען צוריק צו די גמרא.

יישר כח פאר מיך מאכן שמייכלן צוויי מאל, איין מאל ביים לייענען ארגינעל, און איין מאל יעצט, און איך בין נישט רבי, יומא דמחייך רבי וכו',
הגם איך בין זייער דאנקבאר פאר די ארטיקלך, בדרך כלל טייל איך נישט קיין גרינע, און איך וואלט געקענט באשטיין מען זאל אויף שטעלן א קעסטל אין די זייט פאר דעם, עס שטערט די שקלא וטריא,
יעצט, איך נעם נישט זאכן ערנסט, והא ראי' איך ליין און איך שרייב, דער טבע פון יומאר, אין דער יופי דערפין איז, ווייל עס צונעמט חולשות בני אדם, וואס יעדער זעט, נאר מענטשן מיט שטארקע כשרונות אין הבעה, ברענגן עס גוט ארויס,
והנה בדרך כלל, ביזטו מער ווי גערעכט, און די סיבה פ"וו מענטשן שרייען איז כאשר כתבת, און דער געלעכטער ווערט גרעסער, ווייל עס איז דא א טעם אבער דער פלוני הצועק ווייסט נישט, נאר שרייט אדער פאר עטענטשן וכו', אדער ווייל אני ואפסי אין עוד וכדו',
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט,

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 7:05 pm
דורך ווארד2007
והוא פלאי האט געשריבן:אני כשלעצמי בין דן לכף זכות די אלע שרייערס, זיי שרייען נישט צו דערמאנן יענעם, נאר זיך צודערמאנען, אז זיי זאלן נישט האבן קיין ספק נאכן דאווענען צו זיי האבן געזאגט.
וכן מובא בירחון אור תורה תשנ"א בשם ת"ח אחד ר' מאיר מאזוז שליט"א
ועי' בתשו' ארץ צבי סי' כ"ד שמיישב איך מותר לעשות זה, הלא אין זה לחש
דער פשטות'דיגער מקור איז אבער ווייל עס איז דא מקומות וואס דאס איז דער אופן פון הכרזת השמש שלא להפסיק בין גאולה לתפילה, עי' מחצה"ש תחלת תכ"ב דהמ"א חולק ע"ז אבער דער מהרש"ל און דער ע"ש הייסן אזוי טון

לעצטענס געזען אז רביה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע האט זיך אזוי געפירט (שטייצעך נישט אזוי הויך, אבער כדי נישט צו האבן דעם ספק)

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 9:57 pm
דורך פרעזידענט
יישר כח געלעגער, האסט מיך שטארק מהנה געווען, א מזל האסט יענעם געהאט אויפן קאפ ביים דאווענען...

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 29, 2009 9:37 pm
דורך איך_הער
געלעגער, אצינד געלאכט, אבער נישט סתם נאר גאר גוט. און אצינד באדאנקעך מיך.

פון צייט צו צייט, בעטעך איבער דעם עולם פארן קריכן אויף די געהירן מיטן ארויף ברענגען אשכולות פון די דריטע פעיזש, און אפשר באלד פון די פערדע אויך.

Re: משיב הרוח ומוריד הגשם, יעלה ויבא, סינדראם!

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 6:50 pm
דורך א דריטער
ארויף לאור המצב