זכר גבאים לברכה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

איינפאכער איד האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:גבאים פון סאטמאר רב זי"ע אין אמעריקא
תש"ח - תש"י: ר' משה דוב וויינבערגער (פאיא רב)
תש"ט - תשל"ט: ר' יוסל אשכנזי
תשכ"ח - תשל"ט: ר' עזריאל גליק

הויז בחורים
תש"י - תשי"ב: ר' ישראל יודא באנדא, ר' יחזקאל שטיין (דער הויז בחור קיין א"י תשי"ב)
תשי"ב - תשי"ד: ר' וואלף בער לעבאוויטש, ר' הערש אלימלך ווערצבערגער
[b]תשי"ד - תשכ"ג [/b]לערך (14 הויז בחורים, יעדן טאג א אנדערע, יעדע האט געדינט איינמאל אין צוויי וואכן, ואלו הם):
זונטאג: ר' בנימין אליזער לעבאוויטש
מאנטאג: ר' חיים אלתר בראך
דינסטאג: ר' אנשיל גאלדבערגער
דינסטאג: ר' ירמיה טייטלבוים
מיטוואך: ר' מרדכי דוד קאהן
דאנערשטאג: ר' שמואל בראך
פרייטאג: ר' נפתלי לעבאוויטש
שבת: ר' יהושע זאב מייזליש (ליעדזש)
שבת: ר' ישכר בער לויפער
ר' שלום פעקעטע
ר' בערל בראך
ר' נטע פויגל
הב' דוד הערש בראך ע"ה

ר' שמואל בראך איז אויך געווען דער הויז בחור ווען -
ווען דער רבי פלעגט וויילן אין מאנטיסעלא פאר עטליכע וואכן נאך די ימים נוראים
ביי דער נסיעה אין תשט"ו קיין ארץ ישראל

ועוד יש להוסיף

הגה"צ ר' שמואל בראך זצ"ל אבד"ק אפסי ארץ איז געווען הויז בחור פון אינמיטן זומער תשי"ד, ביז ווינטער תשט"ז ווען ער האט חתונה געהאט.

איר האט אויסגעלאזט דעם גבאי ר' מאיר דייטש
און אויך אזעלכע וועלכע האבן געהאט זייערע חזקות ביים משמש זיין דעם רבי'ן, ווי הרה"ח ר' אברהם ווערצבערגער ז"ל, ר' אלי' דוד טירנויער ז"ל, ואחיו ר' מרדכי לייב ז"ל וועלכער פלעגט שלאפן מיט'ן רבי'ן אין די סוכה.

אגב איר האט אויסגעלאזט א שיינע צאל הויז בחורים וועלכע האבן געדינט אין יענע מיטעלע תש"י יארן, ובתוכם [אין מוקדם ומאוחר]:
ר' משה יצחק לעווינגער
ר' יצחק שטוהל ז''ל
ר' אברהם מאיר פאגעל ז"ל
ר' וואלף כ"ץ
ר' אברהם צבי הכהן גליקמאן
ר' ניסן מענדל הכהן גרינבערג [המכונה "ר' מענדל שיקאגא"]
ר' אברהם יושע מאטיאש
ר' מאיר ליפשיץ
ר' אהרן יודא שווארץ [בשנת תש"ך]
ר' משה אלי' פאלאטשעק
ר' יואל גאנץ
ואחיו ר' שמואל דוד גאנץ

פון די שפעטערדיגע תקופה:
ר' עקיבא וויינשטאק
ר' יעקב הערש ברייער [לכאורה האט ער געדינט די לענגסטע תקופה]
ר' משה גפן
ר' שלו' האלפערט
ר' מאיר שניצלער
ר' משה יקותיאל יודא שווארץ [ב"ר יעקל]
ר' שלו' יוסף ווייס [דער לעצטער הויז-בחור]

א דאנק פאר דער רשימה, אבער -
האבענדיג אין באזיץ די אלע נעמען (איך האב דאך געשריבן ועוד יש להוסיף), מיין פלאן איז געוועהן אויסער צו שרייבן בלויז נעמען, האב איך דאס געהאלטן אינמיטן אויסשרייבן אין מער א קראנעלישע סדר, לויט די יארן. דערנאך ערשט שרייבן די חזקות. אדרבה אויב קענט איר מיר צוהעלפן דערמיט, העלפט איר בארייכן דער 'ידיעות' פאר אנדערע אויך. (וויפיל הויז בחורים האט דען דער רבי געהאט יעדן טאג אדער צו עדע צייט? לויט די רישמות און זכרונות איז דאס א גרויסע מספר לפי הערך)

נאך א זאך עס איז דא א שטיקן נפק"מ וואס מ'דארף נעמען אין באטראכט, די חילוקים פון גבאי, משמש, און הויז בחור, וכ"ש בעלי חזקות און 'שטוב מענטשן', ודי.
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

חמרא טבא האט געשריבן:ר׳ ארי׳ לערמאן איז א ברודער מיט ר׳ יונה? עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ר׳ יונה איז אויך געווען א שטיקל משמש

זיי זענען ברודער.
ר' יונה זז"ג איז געווען עלטער.

ס'איז מיר באקאנט איין מעשה וואס דארט זענען די צוויי ברודער משמש געווען, ס'האט זיך נישט גוט אויסגעלאזט...

ר' יונה איז אויך געווען צוזאמען מיט זיין ברידער ר' אריה'לע פון די 'עשרה ראשונים' פון תלמידי הישיבה דחסידי בעלזא.
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
די גבאים קבועים זענען געווען:
לפני צהרים תש"ד - תשי"ז: ר' גרשון רייווער
לאחר צהרים תש"ד - תש"ט: ר' הלל ווינד
לאחר צהרים תש"ד - תשי"ז: ר' שלום פויגל

די גבאים קבועים ביים שלחן הטהור זענען געווען:
ר' שלום פויגל
ירושלים: ר' נפתלי ווינער (גאטסמאן),
תל אביב: ר' איסר יקטר

משמשים (אלעמאל זענען געווען צוויי (אדער דריי) איינער איז געווען אינדערפרי און דער אנדערע ביינאכט, און יעדע וואך האט זיך דאס געטוישט, די משמשים ליסטע איז לפי סדר השנים פחות או יותר):
תש"ד - תש"ה: ר' משה זילבער, ר' ישראל קלפהולץ (באכניא'ער), די ברודער ר' יוסף און ר' מנשה אייכלר, ר' שלמה נאס
תש"ו - תש"ז: ר' אפרים טרויבע, ר' מנחם לעפקאוויטש, ר' זלמן הופמאן, ר' נפתלי פרענקל
תש"ח - תש"ט: ר' הערש וואלף פריעדמאן, ר' ישראל מאנהיים, ר' משה טוביה גרינצווייג, ר' אברהם מינסקי
תש"י - תשי"א: ר' אהרן מרדכי רוטנער, ר' מרדכי וועבער
תשי"ב - תשי"ג: ר' אריה לערמאן, ר' אברהם חיים גרינפעלד, ר' בערל בעק, ר' יצחק לאנדא (ער איז געבליבן ביז תשי"ז)
תשי"ד - תשט"ו: ר' בנימין יוסף לוי, ר' אהרן דייטש
תשט"ז - תשי"ז: ר' יחיאל הירש, ר' בנימין גרוסמאן

ווען דער אויבערדערמאנטער ר' גרשן רייווער איז שוואכער געווארן האט ר' אריה לערמאן אים איבערגענומען שבתים און ימים טובים.

עטליכע משמשים האבן נאך זייער חתונה אנגעהאלטן ווייטער פארשידענע חזקות, לדוגמא:
בישול הדגים לשבת: ר' אהרן מרדכי רוטנער, ר' נפתלי ווינ'ער (עפ"י רוב איז דאס געווען איינע פון די תפקידים פון די משמשים, אבער ווען זיי זענען געקומען אויף שבת האבן זיי דאס געמאכט.
הגעלת כלים, והכנות לפסח: ר' זלמן הופמאן
בליל הסדר: ר' אהרן מרדכי רוטנער
ד' מינים: ר' נפתלי פרענקל

(קרעדיט: בקודש פנימה - ר' יצחק לאנדא, משב"ק)

ר' שלום פויגל היה משנת תש"ט [הגיע לארה"ק בשלהי שנת תש"ח] - לכאו' היה זאת שגגת המקלדת.
לגבי די גבאים ביים שולחן הטהור, פלעגט זיין די סדר אז ר' שלום פויגל ע"ה פלעגט שטיין ביים לינקע זייט, ר' איסר און ר' נפתלי פלעגן שטיין ביים רעכטע זייט.
יש לציין אז ווען ר' נפתלי פלעגט קומען קיין תל אביב, האט ער געשטאנען אלס גבאי און נישט ר' איסר.
אזוי אויך איז צו פארצייכענען אז די פרוי פון ר' נפתלי ע"ה האט געהאט בחזקה באקן די חלות פארן רב ז"ל און כידוע פלעגט זי זופן די מעל דרייצן מאל.

ווען דער משב"ק ר' גרשון רייווער איז עלטער געווארן און ער איז שוין נישט געווען בכוחו משמש זיין ווייטער, האט אים ר' יצחק לאנדאו איבער גענומען.
דאס הייסט, ער איז געווען 'הויז בחור' פון אינמיטן שנת תשי"ג פאר ארום צוויי יאהר, דערנאך האט באנדינט אלטס גבאי עד לפטירתו לחיי עולם פוהן די רב ז"ל.
נאר א פאר זאכן ווי למשל אנטוהן די בעקיטשע און נאך א פאר תפקידים וואס דאס האט געהערט ווייטער צו ר' גרשון.
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

איינפאכער איד האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:גבאים
תשכ"ח - תשל"ט: ר' עזריאל גליק

ר' עזריאל איז שוין געווען גבאי היבש פאר תשכ"ח, שוין געווען עמטליך גבאי ביים תשכ"ה נסיעה לארה"ק,
דאכצעך מיר אז ביים רויז איז ער אויפגענומען געווארן. ערגעץ אנפאנג די כף יארן
שבעה מי יודע!?
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

נחמן נתן האט געשריבן:בשעת אין די וועלט זענען געווען 'גבאים' מיט 'משמשים', איז אין חב"ד געווען 'מזכירים' - סעקרעטארן, א שטייגער וואס בן בוזי דינט אינערהאלב 'מורשת חכמי אמעריקא'.

א מזל טוב אנאנס אין המאור פארן לעגענדארן ליובאוויטשער מזכיר, הרה"ח רבי חיים מרדכי אייזיק חדקוב ע"ה.

ביים ליובאוויטשער הרבי זי"ע איז געווען די מזכירים

1 בראש הרב חיים מרדכי אייזיק ע"ה חודוקוב- ער איז געווען ראש המזכירים, יו"ר פון די הויפט מוסדות פון חב"ד
מרכז לעניני חינוך (וואס די שלוחים איבער די וועלט זיינען מכח דעם מוסד) , מחנה ישראל, הוצאת ספרים קה"ת, אגודת חסידי חב"ד.
דורך עם איז געטאן געווארען שליחויות רבות פון רבי'ן איבער די וועלט.
הרב חודוקוב איז געקומען פון ריגא, ער איז געווען מנהל פון ישיבה דארט און געארבעט פאר דער באוואסטער מרדכי דובין
דער רבי ריי"צ האט עם געברענגט צו אמעריקא קומענדיק בשעת די מלחמה
ער איז אוועק ליל שבת ג' אייר תשנ"ג

2 הרב אליהו ע"ה קווינט געווען א ליטוועשע איד א תלמיד חכם, געווען א מזכיר אין די ערשטע יארן, געטייפט מערעע בריוו פאר דער רבי
נפטר הושענא רבה תשל"ה

3 הרב זושא שיפרין המכונה משה לייב ע"ה ראטשטיין (אויף זיין פאספארט ארויסגיין פון רוסלאנד און מיט דעם געבליבען)
דער רבי פלעגט עם זאגן די ענפער די בריוו און ער פלעגט טייפן און שיקן

(דער רבי האט באקומען מערער בריוו דער רבי פלעגט ניט שרייבן די בריוו , נאר זאגן צום מזכיר
(און כעדות המזכירים, בשעת מעשה ליינען די קומענדיקע בריוו) און דער מזכיר פלעגט פארשרייבען שנעל
און דער נאך טייפען, דער רבי פלעגט איבערקוקען און מען האט דאס געשיקט.)

ר' משה לייב (זושא) איז געווען אויך מזכיר באם רבי ריי"צ, בשעת די מלחמה איז ער אנטלאפן דורך יאפאן
און געקומען אין ניו יארק אוועק ט חשון תשכ"ח

4 הרב שלום מנחם מענדל ע"ה סימפסאן געווען אחראי אויף די ארכיון פון רבי'ז בריווען (שפעטער איז די סדרה פון איבער 30 בענדער געדרוקט דורך דעם ארכיון)
אויך פלעגט ער צוגרייטען אלע אפיצעלע בריווען פון מזל טוב און ל"ע ניחום אבלים, און ברענגען צום רבי צו חתמנ'ן

זיין טאטע איז געווען מזכיר ביים רבי ריי"צ
ער איז אוועק דעם זומער אויף זיין 90 יום הולדת ערב ר"ח אב

5 הרב ירחמיאל בנימין הלוי ע"ה קליין געבוירן אין מאה שערים , זיין מאמע מרת רחל איז אוועק אפאר טעג נאך זיין געבורטס
און דאס איז די סיבה פאר זיין נאמען

ער איז נתקרב געווארן צו חב"ד, און געקומען לערנן אין 770 געווארן ערשט א מזכיר פון הרב חודוקוב
און דורך אויס א מזכיר פון רבי
געווען אחראי שטייען ביי די נעכט פון יחידות (זונטאג נאכטף דינסטיג נאכט און דאנערשטיק נאכט
דער רבי פלעגט זיצען כמעט א אגנץ נאכט און די מזכירים האבן געדארפט מאכן זיכער אז מען בלייבט ניט לאנג

נאך וואס הרב ראדשטטין איז אוועק איז געענדיקט די בריווען אין אידיש און לה"ק נאר פון דאן איז געווען קורצע ענפערס בכת יד קודש
און די מזכירים פלעגן אריינבערענגען די בריוו פון דער רבי פלעגט אראפשרייבן דער ענפער און זיי געבען די ענפער צו דער וואס האט אריינגעשריבען

ער האט אויך געווען די דרייוער צו ברענגען דער רבי צום מקוה, און אויך צום שטוב חלק פון די טעג

ער איז אויך געוען דער וואס האט געהאט קשרים מיט מענטשען אין ארץ ישראל און געברענגט וואס דער רבי האט פון זיי געוואלט

ער איז אוועק יח סיון תשע"ה

6 הרב ניסן ע"ה מינדעל געווען אויך ביי דער רבי ריי"צ געווען אחראי אויף טייפען די ענגלישע בריוו פון רבי
אויך געשריבען אסאך ספרים אין ענגליש ווי תניא אין ענגליש אויך געדרוקט די "טאקס אנד טיילס" וואס חב"ד האט ארויסגעגעבן
ער איז אוועק שבת י"ב תמוז תשנ"ט

7 הרב יהודה לייב שיחי' גראנער געארבעט אויך אין קה"ת צום אנהויב, און עורך געווען ספרים צום דרוק.
דערנאך משמש, מיט אחראי אויף יחידות די דריי נעכט פון וואך, אויך געברענגט די בריוו צום רבי און דער רבי געשריבן קורצע ענפערס.
ער איז געבארן געווארן ז אייר תרצ"א לאורך ימים ושנים טובות

8 הרב חיים יהודה שיחי' קרינסקי אויך מהנהלת מרכז לעניני חינוך (כנ"ל די ארגנזאציע וואס איז אחראי אויף די שלוחים אין וועלט ) מחנה ישראל און קה"ת
און אגודת חסידי חב"ד אויך "דובר חב"ד"

אויך געדרייועט דער רבי צום ציון פון רבי ריי"צ, און צום שטוב געוויסע טעג, אויך געווטען ביי יחידות כנ"ל.

געבארען געווארען ט"ו כסלו תרצ"ד לאורך ימים ושנים טובות

משמשים אין שטוב איז געווען בעיקר ר' שלום שיחי' גאנזבורג
אויך ר' חס"ד הלברשטאם
אויך כמה וכמה בחורים במשך די יארן.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

עס איז געווען נאך איינער געווען א מזכיר פאר דער רבי געווארן רבי

דער רבי ריי"צ האט געשטעלט דעם רבי אלץ מנהל פון די מוסדות מרכז לעניני חינוך, מחנה ישראל, און הוצאת ספרים קה"ת

איז געווען א איד - ניט קיין ליבאוויטשער, וואס האט געטייפט די בריוו פארן רבי
ר' מאיר ליבער ע"ה קעלער.

ער האט געארבעט מיט די רבי אין די זעלבער צימער.

מענטשען פלעגן קומען רעדן מיט דער רבי, אבער ער האט גטאן זיין ארבעט.

איין מאל האט זיך געהערט ווי עס איז גאנץ איטרעסאנט וואס דער מענטש רעט מיט די רבי
האט ר' מאיר ליבער געטייפט אביסל באמעלעכער צו קאנען צו הערן

מיטאמאל זאגט עם דער רבי "זע נא ניט אריינטייפען אין בריוו וואס מען רעט"..

האט ער גלייך צוריקגעקערט צום ארבעט.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

zibala האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:גבאים
תשכ"ח - תשל"ט: ר' עזריאל גליק

ר' עזריאל איז שוין געווען גבאי היבש פאר תשכ"ח, שוין געווען עמטליך גבאי ביים תשכ"ה נסיעה לארה"ק,
דאכצעך מיר אז ביים רויז איז ער אויפגענומען געווארן. ערגעץ אנפאנג די כף יארן

אין זיין ספר 'עזר מקודש' שטייט ער איז אפציעל אריינגעקומען אדר תשכ"ד ווען דער רבי האט געהאט דער 'רויז', אבער ביתר שאת איז זיין גבאות פארשטערקערט געווארן נאכ'ן סטראוק תשכ"ח.

אגב, שטייט אויך דארט אז דער רבי האט געהאט דריי לעבען באגלייטערס: א. דער ערשטע רביצין ב. דער צווייטע רביצין ג. ר' יוסל
ווען איז זיין טאטע ר' פייוויש גאווארן גבאי, און סאטמאר אדער נאך ביפאר?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

א יישר כח פאר הרב zugurnish פארן אזוי שיין ארויסברענגען וואס פונקטליך איז געווען יעדן'ס תפקיד.

אם כבר לכאן הגענו, אפשר קענט איר אויך מרחיב זיין איבער די מזכירים און משמשים ביים רבי'ן ריי"צ?

באקאנט איז ר' יחזקאל פייגין ע"ה. ווער נאך?
לחיים ולברכה!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גא"מ א גרויסן דאנק פאר הרב zugurnish זייער אינטערסאנט.

כ'האב זיך אלס געוואונדערט וויאזוי דער רבי האט געשריבן אזויפיל בריווען.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

נחמן נתן האט געשריבן:
אם כבר לכאן הגענו, אפשר קענט איר אויך מרחיב זיין איבער די מזכירים און משמשים ביים רבי'ן ריי"צ?

באקאנט איז ר' יחזקאל פייגין ע"ה. ווער נאך?

איך קאן פרובירן, ניט זיכער איך ווייס אלע

1 איהר האט דערמאנט הרב יחזקאל (חאטשע) פייגין הי"ד
ער איז געווען א דערהויבענער איד, און גרויס פארשטייער איך חסידות חב"ד
(אין חב"ד שפראך הייסט עס א משכיל אין חסידות) ער איז אויך געווען משפיע אין תומכי תמימים
און געווען אחראי אויף די דברי תורה אין חסידות געדרוקט אין די קובץ התמים וואס דער ישיבה תומכי תמימים האט ארויסגעגעבן.

ער איז געהרגט געווארן ביי די נאצים ימח שמם מיט זיין גאנץ משפחה אין ריגה אויף י כסלו (נעכטן די יארצייט) תש"ב
צוזאמען מיט דער חסיד הנודע ר' איטשע מתמיד און דער "ידי בית חיינו הרב אליהו חיים אלטהויז
ווען די נאציס האבן אלע אריינגעטריבען אין שוהל און אנגעעצונדען די שול.

הי"ד

2 החסיד הנודע ר' אלחנן דוב (חאניע) הי"ד מרוזוב
ער איז אויך געווען מזכיר ביי רבי רש"ב

אין די code name אין רוסלאנד איז געוען האד"ם (הרב אלחנן דוב מרוזוב)

די קמונסיטין האבן עם געפייניקט, ער איז ארעסטיררט געוואן און דערנאך באהאלטן מערערע יאר פון זיי

ביז אין שנת תרח"צ האבן די קאמוניסטין געכאפט מיט זיין זון שמואל מיט נאך חסידים
און זיי אלע געהארגעט
ביי חב"ד רופט מען די עשרה הרוגי מלכות

זיי האבן פריען געשאסן זיין זון פאר עם און דערנאך עם געשאסן
(ער פלעגט גראדע זאגן צו ווערן ארעסטירט ביי די קאמוניסטין איין יאר איז א חובה
צווי יאר איז א מצוה , דריי יאר איז שוין מיחזי כיוהרא)

א פאר יאר צוריק האט איינער פון די שלוחים אין רוסלאנד דערגיינגען צו די ארכיונים און געפונען וואו זיי האבן די חסידים באגראבט און ארופגעלייגט א מצבה)

זיינע זין זיינען געקומען צו אמריקא , ווען דער רבי ריי"צ האט געזען זיין זון שלום א פאר טעג פאר די הסתלקות האט ער אנגעהויבן וויינען
(שלום איז געווען אזעלטנע גאון אין נגלה מיט חסידית,מיט חכמת התכונה און נאך)
זיין זון ר' מנחם מענדל איז אוועק א פאר יאר צוריק אין די עלטער פון הונדרעט

דער יארצייט פון ר' חאניע איז ח ניסן (תרח"צ)

3 ר' חיים ליבערמאן געווען מזכיר אין רוסלאנד, פולין, ריגה , און אמריקא
ווען מען האט ארעסטירט דער רבי ריי"צ טו סין תרפז איז דער צוקופטיקע איידעם דער רבי געלאפן מיט ר' פנחס אלטהויז
צו ר' חייםז דירה עם דערציילען וועגן דער ארעסט, און ער האט שנעל פארברענט דאקיומענטען אז עס זאל ניט אריינפאלן אין די קאמוניסטישע הענט

פון ריגה איז ער געקומען אין אמעריקא מיט די רבי ריי"צ

ער איז אוועק אין די עלטער פון 98 כז סיון תנש"א

4 ר' זושא שיפרין המכונה משה לייב ראטשטין האב איך געשריבען פריער ביי די רבי'ז מזכירים

5 הרב אליהו סימפסון
געוען פון די תמימים אין ליובאוויטש ביי די רבי רש"ב
ווען די רבי ריי"צ געקומען קיין אמעריקא איז ער אין אנהויב איינגעשטאנען ביי עם

דער איידעם דער רבי זי"ע איז אויך געווען מזכיר פארשידענע צייטן
עס איז פאראן בריוו פון רבי ריי"צ געחתמט מ"ש מזכיר

מסתמה דא נאך , דאס וואס איך דעדענק אויף די מינוט
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 3:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

נאר צו מוסיף זיין
ר' חאטשע פייגין הי"ד האט געשריבען מערערע בריוו צו חסידים, וועגן וואס טוט זאך ביים רבי ריי"צ
און היינט צוטאג ארבעט מען אין הוצאת ספרים קה"ת אויף דרוקען זיינע בריוו.

ר' אליהו סימפסאן איז געווען דער וואס פלעגט אריינגיין מיט די חסידים צו יחידות אין אמעריקא
וויבאלט מען האט ניט געקאנט פארשטייען דער רבי ריי"צ רייד צוליב זיין ניט געזונט ל"ע
פלעגט ער אריינגיין מיט זיי און מסביר זיין די רביס ווערטער

אמאל האט מען איבערגפרעגט שפעטער וואס דער רבי האט געזאגט
האט ער גענפערט איך ווייס ניט , ווען איך גיי ארויס פון רביס צימער מעק איך עס אויס פון מיין זכרון
(וויבאלט עס איז א פריוואטע ענין פון נאך א איד)
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

א גרויסן יישר כח פארן ברענגן אלעס אזוי שיין מסודר. כה לחי.

-
zugurnish האט געשריבן:נאר צו מוסיף זיין
ר' חאטשע פייגין הי"ד האט געשריבען מערערע בריוו צו חסידים, וועגן וואס טוט זאך ביים רבי ריי"צ
און היינט צוטאג ארבעט מען אין הוצאת ספרים קה"ת אויף דרוקען זיינע בריוו.

ב"ה איך האב די זכי' געהאט צו מוסיף זיין א בריוו פון ר' חאטשע פאר די מכון וואס גיבט זאך אפ מיט די בריוון.
לחיים ולברכה!
בשם כל ישראל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 8:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשם כל ישראל »

אנא עבדא האט געשריבן:בעלזא:

הרה"ק רבי שלום זי"ע:
ר' אלימלך גבאי (וכבר נשתברו הרבה קולמוסים לברר האם היה נכד הרה"ק הרר"א אלימלך או לא).
ר' וואלף גבאי (הינדנהיים). (היילמאן)

הרה"ק ר' יהושע זי"ע:
ר' פנחס גבאי (ליבערמאן מזאלקאוו)
ר' אורי גבאי (לאנדמאן מסטרעליסק)

הרה"ק ר' ישכר דוב זי"ע:
ר' אשר ישעיה (אביגדור מבעלזא - חתן ר' פנחס גבאי)
ר' אהרן יהושע (לאנדא מבעלזא - חתן ר' פנחס גבאי)
ר' מענדעלע לאנדמאן (אחיובנו של ר' אורי ואחיו של ר' אברהם אב"ד סטרעליסק ור' פנחס אב"ד דוברומיל)
ר' אורי לאקמאן
ר' מיכלע לאקמאן (ב"ר אורי)
ר' משה איסר (ראטקאף)
ר' משה שינאווא'ער

הרה"ק ר' אהרן זי"ע:
ר' נחמן הערש (צינגער, מבעלזא)
ר' הלל וינד
ר' שלום פויגל

חוץ פון זיי אלע, איז געווען אויך אסאך 'שטוב מענטשן' וואס מ'קען זיי רעכענען במידה מסויימת אלטס גבאים, ווי ר' בצלאל ובנו ר' שמואל בצלאל'ס, ר' יוסלה יארטשובער, ר' דוד געצילס, ר' איטשלע קומיסער (פרידמאן), ר' יעקב שמואל וואריש'ער (כ"ץ), און נאך אסאך.

און ארץ ישראל, ביי כ"ק מרן מהר"א זי"ע איז געווען בשעת'ן טיש נאך גבאים: און תל אביב הרה"ח ר' איסר יקטר, ר' נפתלי וויענ'ער און נאך.

ובנוסף, איז געווען א גאנצע רשימה פון 'הויז בחורים', אבער כ'מיין אז פאר דעם קען מען מאכן א עקסטערע אשכול, ס'איז דא אזעלעכע וואס זענען היינט זייער באקאנט.
בשם כל ישראל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 8:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשם כל ישראל »

די גבאים קבועים זענען געווען:
לפני צהרים תש"ד - תשי"ז: ר' גרשון רייווער
לאחר צהרים תש"ד - תש"ט: ר' הלל ווינד
לאחר צהרים תש"ד - תשי"ז: ר' שלום פויגל

די גבאים קבועים ביים שלחן הטהור זענען געווען:
ר' שלום פויגל
ירושלים: ר' נפתלי ווינער (גאטסמאן),
תל אביב: ר' איסר יקטר

משמשים (אלעמאל זענען געווען צוויי (אדער דריי) איינער איז געווען אינדערפרי און דער אנדערע ביינאכט, און יעדע וואך האט זיך דאס געטוישט, די משמשים ליסטע איז לפי סדר השנים פחות או יותר):
תש"ד - תש"ה: ר' משה זילבער, ר' ישראל קלפהולץ (באכניא'ער), די ברודער ר' יוסף און ר' מנשה אייכלר, ר' שלמה נאס
תש"ו - תש"ז: ר' אפרים טרויבע, ר' מנחם לעפקאוויטש, ר' זלמן הופמאן, ר' נפתלי פרענקל
תש"ח - תש"ט: ר' הערש וואלף פריעדמאן, ר' ישראל מאנהיים, ר' משה טוביה גרינצווייג, ר' אברהם מינסקי הרה"צ ר' יצחק מאיר הגר מסארוואן (תש"ח)
תש"י - תשי"א: ר' אהרן מרדכי רוטנער, ר' מרדכי וועבער
תשי"ב - תשי"ג: ר' אריה לערמאן, ר' אברהם חיים גרינפעלד, ר' בערל בעק, ר' יצחק לאנדא (ער איז געבליבן ביז תשי"ז)
תשי"ד - תשט"ו: ר' בנימין יוסף לוי, ר' אהרן דייטש
תשט"ז - תשי"ז: ר' יחיאל הירש, ר' בנימין גרוסמאן

ווען דער אויבערדערמאנטער ר' גרשן רייווער איז שוואכער געווארן האט ר' אריה לערמאן אים איבערגענומען שבתים און ימים טובים.

עטליכע משמשים האבן נאך זייער חתונה אנגעהאלטן ווייטער פארשידענע חזקות, לדוגמא:
בישול הדגים לשבת: ר' אהרן מרדכי רוטנער, ר' נפתלי ווינ'ער (עפ"י רוב איז דאס געווען איינע פון די תפקידים פון די משמשים, אבער ווען זיי זענען געקומען אויף שבת האבן זיי דאס געמאכט.
הגעלת כלים, והכנות לפסח: ר' זלמן הופמאן
בליל הסדר: ר' אהרן מרדכי רוטנער
ד' מינים: ר' נפתלי פרענקל

(קרעדיט: בקודש פנימה - ר' יצחק לאנדא, משב"ק)[/quote]
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

און אונגארין ביים קריג איז געווען די משמשים ביים בעלזא רב ז"ל:
ר' דוד שפירא [נאך פון באכניא].
ר' יעקב וויינבערגער הי"ד.

'הויז בחור' - ר' אלטר שמואל פארגעס.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7413
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אנא עבדא האט געשריבן:און אונגארין ביים קריג איז געווען די משמשים ביים בעלזא רב ז"ל:
ר' דוד שפירא [נאך פון באכניא].
ר' יעקב וויינבערגער הי"ד.

'הויז בחור' - ר' אלטר שמואל פארגעס.

מי היה ר' יעקב?
האם היה לו קשר משפחתי להגאון ר' יהושע וויינבערגער זצ"ל?
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:און אונגארין ביים קריג איז געווען די משמשים ביים בעלזא רב ז"ל:
ר' דוד שפירא [נאך פון באכניא].
ר' יעקב וויינבערגער הי"ד.

'הויז בחור' - ר' אלטר שמואל פארגעס.

מי היה ר' יעקב?
האם היה לו קשר משפחתי להגאון ר' יהושע וויינבערגער זצ"ל?

ממונקאטש ?
- יא.
בעלזא
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 2:09 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא »

ישלהוסיף האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:הרה"ק ר' אהרן זי"ע:
ר' נחמן הערש (צינגער, מבעלזא)
ר' הלל וינד
ר' שלום פויגל

חוץ פון זיי אלע, איז געווען אויך אסאך 'שטוב מענטשן' וואס מ'קען זיי רעכענען במידה מסויימת אלטס גבאים, ווי ר' בצלאל ובנו ר' שמואל בצלאל'ס, ר' יוסלה יארטשובער, ר' דוד געצילס, ר' איטשלע קומיסער (פרידמאן), ר' יעקב שמואל וואריש'ער (כ"ץ), און נאך אסאך.

און ארץ ישראל, ביי כ"ק מרן מהר"א זי"ע איז געווען בשעת'ן טיש נאך גבאים: און תל אביב הרה"ח ר' איסר יקטר, ר' נפתלי וויענ'ער און נאך.

ובנוסף, איז געווען א גאנצע רשימה פון 'הויז בחורים', אבער כ'מיין אז פאר דעם קען מען מאכן א עקסטערע אשכול, ס'איז דא אזעלעכע וואס זענען היינט זייער באקאנט.

די גבאים קבועים זענען געווען:
לפני צהרים תש"ד - תשי"ז: ר' גרשון רייווער
לאחר צהרים תש"ד - תש"ט: ר' הלל ווינד
לאחר צהרים תש"ד - תשי"ז: ר' שלום פויגל

די גבאים קבועים ביים שלחן הטהור זענען געווען:
ר' שלום פויגל
ירושלים: ר' נפתלי ווינער (גאטסמאן),
תל אביב: ר' איסר יקטר

משמשים (אלעמאל זענען געווען צוויי (אדער דריי) איינער איז געווען אינדערפרי און דער אנדערע ביינאכט, און יעדע וואך האט זיך דאס געטוישט, די משמשים ליסטע איז לפי סדר השנים פחות או יותר):
תש"ד - תש"ה: ר' משה זילבער, ר' ישראל קלפהולץ (באכניא'ער), די ברודער ר' יוסף און ר' מנשה אייכלר, ר' שלמה נאס
תש"ו - תש"ז: ר' אפרים טרויבע, ר' מנחם לעפקאוויטש, ר' זלמן הופמאן, ר' נפתלי פרענקל
תש"ח - תש"ט: ר' הערש וואלף פריעדמאן, ר' ישראל מאנהיים, ר' משה טוביה גרינצווייג, ר' אברהם מינסקי
תש"י - תשי"א: ר' אהרן מרדכי רוטנער, ר' מרדכי וועבער
תשי"ב - תשי"ג: ר' אריה לערמאן, ר' אברהם חיים גרינפעלד, ר' בערל בעק, ר' יצחק לאנדא (ער איז געבליבן ביז תשי"ז)
תשי"ד - תשט"ו: ר' בנימין יוסף לוי, ר' אהרן דייטש
תשט"ז - תשי"ז: ר' יחיאל הירש, ר' בנימין גרוסמאן

ווען דער אויבערדערמאנטער ר' גרשן רייווער איז שוואכער געווארן האט ר' אריה לערמאן אים איבערגענומען שבתים און ימים טובים.

עטליכע משמשים האבן נאך זייער חתונה אנגעהאלטן ווייטער פארשידענע חזקות, לדוגמא:
בישול הדגים לשבת: ר' אהרן מרדכי רוטנער, ר' נפתלי ווינ'ער (עפ"י רוב איז דאס געווען איינע פון די תפקידים פון די משמשים, אבער ווען זיי זענען געקומען אויף שבת האבן זיי דאס געמאכט.
הגעלת כלים, והכנות לפסח: ר' זלמן הופמאן
בליל הסדר: ר' אהרן מרדכי רוטנער
ד' מינים: ר' נפתלי פרענקל

(קרעדיט: בקודש פנימה - ר' יצחק לאנדא, משב"ק)

במלאות שנה להסתלקות המשמש בקודש אצל הרה"ק מרן מהר"א זי"ע מבעלזא הרה"ח ר' יחיאל הירש ז"ל.
יש לציין אשר ר' יחיאל זכה לשמש את מרן זי"ע במשך הכי הרבה שנים, כאשר נתמנה לשמש את מרן זי"ע אחר חג השבועות תשי"ג, ונשאר עד סוף חיי מרן זי"ע לשמשו בנאמנות - מעדות המשמש בקודש הרהגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א לבני ר' יחיאל בעת שבא לנחמם.
(ועל מה שהוסיף במוסגר שר' יצחק לאנדא נשאר עד סוף תשי"ז, האמת הוא שהוא לא נשאר בתור משמש, והוא היה משמש רק לשנה אחת, רק המשיך לשמש את מרן זי"ע בכמה חזקות שהיה לו, וכן היה הדוקטור של מרן, כאשר הוא עמד על המשמר לשמור על בריאותו של מרן זי"ע).
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

בעלזא האט געשריבן:

ס'איז נישט ריכטיג.
ער איז געווען משב"ק פון תשט"ו [דא: viewtopic.php?p=1970097#p1970097 האט מאן-דהו געשריבן תשט"ז, לכאו' נישט ריכטיג], און ער זיך צו געלערנט אלול תשי"ד צו די ארבעט, ממילא האט ער אריינגעכאפט צו זיין משב"ק ביי די חנוכת הבית פון די ישיבה און רח' אגריפס.
ר' יצחק לנדאו שיחי' האט משמש געווארן אלט'ס משמש איבער צוויי יאהר, שפעטער איז ער געווען א שטיקל גבאי, דאס הייסט א חשוב'ערע תפקיד, און ער האט אויך געהאט אפאר חזקות וואס האט געהערט צו איהם, וביניהם און די געזונט זאכן.
בעלזא
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 2:09 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא »

אנא עבדא האט געשריבן:

איר קענט זיך אנ'עצה געבן מיט די מציאות, ר' יחיאל הירש איז געווארן משמש נאך שבועות תשי"ד (איך האב א טעות געהאט ווען איך האב געשריבן תשי"ג), און ר' יצחק לאנדא איז געווען נאר איין יאהר משמש בפועל, ווען שפעטער איז ער געבליבן אזוי ווי די שרייבסט, א שטיקל גבאי.
דאס הייסט אז ר' יחיאל הירש איז געווען משמש דריי יאהר, און ר' יצחק לאנדא, נאר איין יאהר.
דאס איז געהערט געווארן פון די משמש בקודש וואס איז נאך מיט אונז הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א, ווען בשעת די שבעה פון ר' יחיאל הירש האט איהם איינער געזאגט אז ר' יצחק לאנדא איז געווען די לענגסטע משמש, האט ער זיך צושריגן "וואס רעדסטו, די ווייסט נישט". און האט געזאגט אז ר' יחיאל איז געווען משמש ביז סוף לעבן פון הייליגן רב ז"ל.
נא רוואס היינט ווען די וועלט ווייסט נאר פון די ספר בקודש פנימה, וואס יצחק לאנדא האט ארויסגעגעבן, מיינט יעדער אז "הכל שלו", כידוע די רב זכרונו לברכה האט געהייסן יעדן משמש זאל נישט דערציילן זאכן וואס מ'זעהט ביי איהם, און יצחק לאנדא טענה'ט אז די רב האט איהם עס נישט געזאגט, על כן האט ער ארויסגעגעבן א ספר, און מיט וועמען די וועסט זיך דינגען, וועט ער זאגן וואס הייסט ס'שטייט בפירוש אין בקודש פנימה פארקערט, און גיי דינג דעך, ר' יצחק לאנדא האט גענומען די עט סופרים און אראפ געשריבן די סדר המשמשים ביים רב ז"ל, ווי ס'האט איהם געשמעקט (און אויך אריינגעמישט פאליטיק....), און פון יעצט וואס ער זאגט איז קודש קדשים.
און צודערצו צום סיבה פארוואס די רב ז"ל האט געוואלט ר' יחיאל זאל בלייבן וויטער משמש וואס איז ביי קיינעם נישט געווען, ביי קיין איין משמש נישט, אין איתנו יודע עד מה, אבער בדרך אפשר, כידוע ר' יחיאל איז געווען א תמים און האט זיך נישט אריינגעמישט און געפרעגט צופיל, נאר משמש געווען באמונה, און געטוהן וואס ס'פאדערט זעך, משא"כ די א טייל פון די אנדערע משמשים וואס .............. ואכמ"ל
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: זכר גבאים לברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

יעצט גיי זאג מיר אז דו האסט נישט אריין געמישט פאליטיק דא...

ר' יצחק לנדאו איז געווען משב"ק 2 יאהר, ר' יחיאל הירש האט אנגהויבן ווינטער תשט"ו.
ס'איז אייביק געווען 2 משמשים צוזאמען [און די שפעטערע יארן], און ר' אהרן דייטש האט איבער גענומען ר' יצחק לנדאו.

אויב איז דא איינער וואס מרן מהר"א מבעלזא זי"ע האט געוולט ער זאל בלייבן איהם משמש זיין איז דאס ר' יצחק לנדאו - ער האט זיך געבעטן אז ער וויל שוין גיין, ער איז שוין געווען 25 יאהר אלט ביים פטירה, ס'איז א אריכות דברים און דעם ואכמ"ל.

דאס וואס ר' אהרן מרדכי האט אוועק געמאכט די יאהרן וואס מ'האט גערעכט פאר ר' יצחק - מיינט גאר עפעס אנדערש, ואין כאן מקומו.

די אלע משמשים וואס איר שרייבט אז.......... גייט חזר'ן קודם נאכאמהאל דעם עניין פאר איר זענט מוציא שם רע על לא דבר.
שמחם בבנין
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:47 am

Re: זכר גבאים לברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחם בבנין »

רבי יצחק לנדוי איז קלאר געוועהן משמש איבער דריי יאהר, אין דער בעלזער רב ז''ל האט איהם זייער שטארק ליב געהאט..

אין פארדרייטס נישט קיין פאקטן, מיר וועט קיינער נישט לערנען היסטוריע

אין שרייבטס מיט מער אביסל דרך ארץ אויף ר' יצחק קודם כל ער איז עלטער פין אונז אלע, צווייטענס ער איז געוועהן באמת א געטרייע משמש אן קיין פשטים
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: זכר גבאים לברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

מכחיש זיין השמש בצהריים, ארי החי?
פארוואס?
וועם האט ער וויי געטוהן?
רבי יצחק האט מיט א תמימות משמש געוועהן לפני ולפנים, ווי קען איינער מערער זיין אויף דעם?
כבודו פון רבי יחיאל ז''ל במקומו מונח, און אז די ווילסט אז ער זאל זיין די לענגסטע, קיין פראבלעם. בדיל ויעבור.
ס'שווער צו היינט מגדיר זיין קלאר און צו מעסטן גטריישאפט און חשיבות פון תפקידים,
ביידע זענען געוועהן איינגעשטעלט און איינגעשפאנט במלאכה קשה שבמקדש די צאהל יאהרן וואס זיי זענען געוועהן.

יעצט פארשטיי איך שוין וויאזוי מ'קען בזמננו זיין א האלקאוסט דינייער...
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכר גבאים לברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שיינע ארטיקל אין המבשר תורני די וואך פרשת ויצא תשפ"א (קרעדיט אידישע וועלט?)

.
בילד
בילד
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: זכר גבאים לברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:שיינע ארטיקל אין המבשר תורני די וואך פרשת ויצא תשפ"א (קרעדיט אידישע וועלט?)

.
בילד
בילד

איר קענט ביטע ברענגען די ארטיקל אויף א אנדערע וועג ?
כ'קען דאס נישט ארפאנעמען.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”