רבי אברהם קליינמאן זצ"ל אב"ד מארגארעטען

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

רבי אברהם קליינמאן זצ"ל אב"ד מארגארעטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

איך גיי פתיחה איבער אן אשכול אויף א אדם גדול ה"ה הגה"צ מארגארעטענער רב זצ"ל וואס איז נסתלק געווארן מיט א קורצע תקופה צוריק. און אזויווי מיינע ידיעות איבער דעם מארגארעטענער רב זצ"ל זענען זייער מינימאל, דעריבער וואלט איך געוואלט בעטן ווער עס קען צוהעלפן און מיטטיילן מיט בילדער און ביאגרעפיע איבער דעם רב, למצוה יחשב.
(א ייש"כ פאר כמה מהחברים וואס האבן מיר געשריבן אין אישי איבער דעם רב זצ"ל).

- - -

הרה"ג רבי אברהם קליינמאן זצ"ל האט משמש געווען ברבנות נאך פארן צווייטן וועלט קריג אינעם שטאט 'נאדי סט. מיקלאש' אין אונגארן און געפירט דארט א ישיבה מיט פילע תלמידים. ער איז געווען א איידעם ביים מארגארעטענער רב הגה"צ רבי שמואל זלמן וויינבערגער זצ"ל, און נאכן קריג איז ער אויפגענומען געווארן למלאות מקום חותנו בעיר מארגארעטען, און האט אנגעפירט דארט ווייטער זיין ישיבה וועלכער איז געוואנדערט געווארן קיין טעמעשוואר בשעת די מלחמה. (פון צווישן זיינע תלמידים דארט אין טעמעשוואר איז אונז באקאנט הרה"ח ר' מרדכי גליקמאן שליט"א פון וומסב"ג).

נאך די מלחמה האט ער אריבערגעפירט זיין ישיבה קיין פראנקרייך און אזוי קיין אמעריקא ווי ער האט ווייטער מרביץ תורה געווען פאר תלמידים.

נאך אלע טלטולים האט דער רב זצ"ל קובע געווען משכנו אין בארא פארק און געגרינדעט דארט זיין קהלה 'קהל מהריא"ץ מארגארעטען' ע"ש אבי חותנו הגה"צ רבי יהושע אהרן צבי [שוסבורג] זצ"ל אב"ד מארגארעטען ומח"ס שו"ת מהריא"צ.

דער מארגארעטענער איז געווען א מורה הוראה מובהק און פילע האבן זיך געוואנדן אנצופרעגן אין איהם בדבר ה' זו הלכה, באזונדער אין עניני ממונות ווי דער רב האט געפירט דיני תורה'ס ביד רמה.

דער מארגארעטענער רב איז נישט לאנג צוריק נסתלק געווארן לה"ה זקן ושבע ימים קרוב צו די 100 יאהר. ער האט איבערגעלאזט בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, מרביצי תורה ויראה בישראל.

זכר צדיק לברכה.

- - -

ביטע זייט ממשיך ווער עס קען.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

נחמן נתן האט געשריבן:אבאזונדער אין עניני ממונות ווי דער רב האט געפירט דיני תורה'ס ביד רמה.

ער האט אויך געפירט דיני תורה בעניני אישות.
כך שמעתי מאדמו"ר מהר"א מסאטמאר.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך איינע פון די פילע לייסטונגען פונעם מארגארעטינער רב ז"ל על אדמת אמעריקא איז געווען זיין השגחה אויף גלאט-כשר פלייש באקאנט אלס די 'מארגארעטינער שחיטה'.

איינע פון זיינע זון זענען נפטר געווארן בחייוו בצעירותו, די קינדער פון יענעם זענען מרביצי תורה בישיבות סאטמאר, ר' אהרן הערש אין וומ"ס-ב"פ און ר' בעריש אין קר"י. דער רב איז אויך געווען א מחותן מיטן מאטעסדארפער רב ווען ער האט גענומען פאר אן איידעם ר' דוד צבי פישער ב"ר שמואל בנימין חתן הרב ממאטעסדארף זצ"ל.

בשנת תשל"ה האט דער רב פארלוירן זיין חשובע רביצין הרבנית פעסיל ע"ה ובשנת תשס"ח איז דער מארגארעטינער רב נפטר געווארן אלט זייענדיג פונקט 100 יאר, והובל למנוחות בעיה"ק ירושלים על הר הזיתים, זיין זון הרה"ג ר' אהרן צבי שליט"א האט ממלא געווען מקומו ברבנות מארגארעטין.

המאור באשרייבט די פטירה
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:נאך איינע פון די פילע לייסטונגען פונעם מארגארעטינער רב ז"ל על אדמת אמעריקא איז געווען זיין השגחה אויף גלאט-כשר פלייש באקאנט אלס די 'מארגארעטינער שחיטה'.

איינע פון זיינע זון זענען נפטר געווארן בחייוו בצעירותו, די קינדער פון יענעם זענען מרביצי תורה בישיבות סאטמאר, ר' אהרן הערש אין וומ"ס-ב"פ און ר' בעריש אין קר"י. דער רב איז אויך געווען א מחותן מיטן מאטעסדארפער רב ווען ער האט גענומען פאר אן איידעם ר' דוד צבי פישער ב"ר שמואל בנימין חתן הרב ממאטעסדארף זצ"ל.

בשנת תשל"ה האט דער רב פארלוירן זיין חשובע רביצין הרבנית פעסיל ע"ה ובשנת תשס"ח איז דער מארגארעטינער רב נפטר געווארן אלט זייענדיג פונקט 100 יאר, והובל למנוחות בעיה"ק ירושלים על הר הזיתים, זיין זון הרה"ג ר' אהרן צבי שליט"א האט ממלא געווען מקומו ברבנות מארגארעטין.

המאור באשרייבט די פטירה

עטליכע הערות והוספות, דער מארגערעטן'ער רב איז געווען א כהן.

ער האט נאר געהאט איין זוהן הרה"ג ר' מאיר שמואל הכהן ז"ל שנפטר בדמי ימיו על פני אביו, (זיין אלמנה הנקראת רביצין קליינמאן, איז לאנגע יארן געווען מנהלת אין די בית רחל מוסדות אין ב"פ), וואס האט איבערגעדרוקט דעם שו"ת מהריא"ץ זעה דא.

דערנאך האט ער איבערגעלאזט צוויי טעכטער שיחי', איין איידעם איז ר' יהושע הכהן קליינמאן (דאכט זיך ער איז א ברודער פארן מארגערעטנער), איינער פון די קינדער פון ר' יהושע איז דער מייסד פונעם מוסד המפורסם למען אחי, און דער צווייטער איידעם איז ר' דוד צבי פישער הנ"ל.

איבערגענומען דאס רבנות האט נכדו ר' אהרן צבי קליינמאן בן בנו יחידו הנ"ל ר' מאיר שמואל ז"ל, וואס ער איז א מגי"ש שוין אסאך יארן בישיבה סאטמאר וומס"ב.

א מודעה אין המאור בנוגע רעגיסטראציע צום מארגערעטנער ישיבה און דער עפענונג פון כולל פאר שוחטים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גערעכט בן הרחמן, טעיתי כשה אובד שגיאות מיללער יבין
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

מיללער האט פריער ערווענט אז דער מארגארעטענער רב האט עוסק געווען אין כשרות. אין המאור טרעף איך ווי ער צייכענט צו צו א הכשר פונעם מארגארעטענער רב.
לחיים ולברכה!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ענדליך האמיר נאך עפעס געפונען איבער'ן מארגארעטענער רב זצ"ל. - אין המאור.

מארגארעטטענער רב זצ"ל פירט אריבער זיין ישיבה - בשנת תשכ"ד - פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק.
אטעטשמענטס
Margaretten 01.gif
Margaretten 02.gif
Margaretten 03.gif
לחיים ולברכה!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

בןהרחמן האט געשריבן:דערנאך האט ער איבערגעלאזט צוויי טעכטער שיחי', איין איידעם איז ר' יהושע הכהן קליינמאן (דאכט זיך ער איז א ברודער פארן מארגערעטנער), איינער פון די קינדער פון ר' יהושע איז דער מייסד פונעם מוסד המפורסם למען אחי,

יא, ר' יהושע איז זיין ברודער און האט געהייראט בת אחיו, זייער פאטער האט געהייסן ר' יצחק אייזק און געוואוינט נאך די מלחמה אין צפת"ו.

ר' יהושע'ס איינציגסטער איידעם איז הג"ר אברהם חיים שטיינווארצל, רב וראה"כ מטה אפרים ור"י שערי יושר.
ועמך כולם צדיקים
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

נחמן נתן האט געשריבן:מיללער האט פריער ערווענט אז דער מארגארעטענער רב האט עוסק געווען אין כשרות. אין המאור טרעף איך ווי ער צייכענט צו צו א הכשר פונעם מארגארעטענער רב.
אטעטשמענטס
Kleinman.JPG
Kleinman.JPG (115.59 KiB) געזען 2932 מאל
לחיים ולברכה!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מיללער האט געשריבן:איינע פון זיינע זון זענען נפטר געווארן בחייוו בצעירותו, די קינדער פון יענעם זענען מרביצי תורה בישיבות סאטמאר, ר' אהרן הערש אין וומ"ס-ב"פ און ר' בעריש אין קר"י.

אנדערע קינדער זענען הרב... חתן אב"ד לאנדסבערג, הרב שמעון חתן רמ"מ ווייס דומ"ץ פאפא, אן איידעם רב מאסקאוויטש (בן ר' יצחק אלעזר) און דאכציכמיר ר' אלטר אליעזר הורוויץ איז אויך אן איידעם.

כמדומה לי אז די מאגערעטענע רב איז געווען א תלמיד פון ר' שאול בראך ז"ל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
דמשק
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דמשק »

נישטא קיין איידעם האראוויץ אין די משפחה
אוועטאר
דמשק
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דמשק »

געהערט אמאל פון מהר"א מסאטמאר אז ער איז געזעצן ביי דין תורה מיט מארגרעיטנער רב. איינע פון די בעלי דין האט זיך שטארק מתחצף גיוועין די רב האט זיך אויפגעשטעלט יענעם דערלאנגט א פאטש און פנים און זיך אנגעריפן "צום בי"ד איז מען זיך נישט מתחצף" א עכטע פארצייטישע רב גיוועיזען נישט געוויסט פון קיין חכמות
אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלוועל קליינער »

ער איז געווען א שוואגער מיט הגה"ק מראחוב זצוק"ל, הגה"ק מהר"ם מבריסק מטאשנאד זצוק"ל הי"ד, ועוד ועוד זיין שווער האט געהאט איידעמער גאר גרויסע לייבן אין תורה וחסידות נאך פון פאר די קריג ווען וועלט איז נאך געווען וועלט!
מארגרעיטן
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 9:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגרעיטן »

די קינדער פון הרב מאיר שמואל זצ"ל:
הרב אהרן הערש שליט"א אב"ד מארגארעטען (ב"פ)
הרב ישכר בעריש שליט"א (ק"י)
הרב אייזיק שליט"א (וומ"ב)
הרב שמעון שליט"א (ב"פ)
איידימער:
הרב אשר אדלער שליט"א (רב בהמ"ד סערעדנא מאנסי)
הרב מיכל מאסקאוויטש שליט"א (ב"פ)
הרב זלמן לייב אייכענשטיין שליט"א (ב"פ)
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער רב האט געהאט א ברידער וואס האט געהאט א קעמפ "הדר התורה" אויב איך געדענק גוט ע"פ רוב אינגלעך פון באר שמוא'
שפעטער האט ער עס געטוישט אויף "בנות הדר התורה" פאר תלמידות פון תומר דבורה וכדומה
וואס ער האט עוסק געווען א גאנץ יאר געדענק איך נישט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
דמשק
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דמשק »

מיללער האט געשריבן:בשנת תשס"ח איז דער מארגארעטינער רב נפטר געווארן אלט זייענדיג פונקט 100 יאר,

ער איז אלט געווען 101. געבוירן בשנת תרס"ז
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי אברהם קליינמאן זצ"ל אב"ד מארגארעטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פון שנת תשט"ו זייענדיג א רב ומורה הוראה אין פאריז
https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/sou ... 93?lang=he
אטעטשמענטס
001.jpg
001.jpg (181.21 KiB) געזען 1023 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: רבי אברהם קליינמאן זצ"ל אב"ד מארגארעטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פון שנת תשט"ו זייענדיג א רב ומורה הוראה אין פאריז
https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/sou ... 93?lang=he

זייער אינטערסאנט.

ווער איז געווען די בעל הבית פון די פירמא לה-כשר?

ווער איז געווען דער שוחט?

פארוואס האט מען געדארפט שיקן פלייש פון פאריז קיין ארץ ישראל?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי אברהם קליינמאן זצ"ל אב"ד מארגארעטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

וואס ווייס איך דען... אזויפיל יא, שיקן פלייש קיין ארץ ישראל צוליב מסחר איז אסאך עלטער ווי תשט"ו
דער מארגערעטענע רב אליינס האט שוין געגעבן א השגחה אויף א פלייש פלענט אין ראמעניע פארן קריג (אין יאר תרצ"ז) וואס האט געשיקט גערייכערטע פלייש (הנקרא בלשוננו: סאלאמי) קיין ארץ הקודש צי פארקויפן. דאס איז געווען ווען ער איז געווען רב אין ס. מיקלאש, רומעניע.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי אברהם קליינמאן זצ"ל אב"ד מארגארעטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מיר איז אויפפאלענד אויף דעם מכתב אז ער שרייבט קיין "ישראל" און נישט ארץ ישראל...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: רבי אברהם קליינמאן זצ"ל אב"ד מארגארעטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:מיר איז אויפפאלענד אויף דעם מכתב אז ער שרייבט קיין "ישראל" און נישט ארץ ישראל...

דו ביסט זיכער אז דאס מיינט ארץ ישראל?

וואס מיינט ״להכשר מפה לישראל״?

און וואס מיינט ״בשר כדוש״?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי אברהם קליינמאן זצ"ל אב"ד מארגארעטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ממש אזוי האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:מיר איז אויפפאלענד אויף דעם מכתב אז ער שרייבט קיין "ישראל" און נישט ארץ ישראל...

דו ביסט זיכער אז דאס מיינט ארץ ישראל?

וואס מיינט ״להכשר מפה לישראל״?

דא האסטו די ענטפער צי ביידע שאלות (פון ארויפציר דעם בלאט)
די פירמע הייסט "לא-קאשער" (לה כשר) און יא ס'מיינט ארץ ישראל ווי דו קענסט זעהן אויף דעם צעטל אז די פלייש פון לאקאשער בהשגחת מארגארעטן איז צים פארקויפן אין תל אביב און ירושלים...

----

ס'מיינט מסתמא בשר כבוש (בלשוננו: געפיקעלטע פלייש, קארנד ביעף)

בילד

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:

טאקע אינטערעסאנט דעמאלטס. בכלל נישט זיין סטייל געווען.

כ׳טראכט אפשר האט ער עס געשריבן כדי צו קענען ערהאלטן אן אישור כניסה פאר די קרטונים - אדער ווי ער רופט עס ׳כרטונים׳ פון די פארט אוטאריטעטן אין ארץ ישראל. און דעריבער האט ער געשריבן א ישראל׳ישע סטייל.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי אברהם קליינמאן זצ"ל אב"ד מארגארעטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

די רב ז"ל בערוב ימיו (קרוב צי די הינדערט) ביים צינדן חנוכה ליכט
אטעטשמענטס
IMG-9048.jpg
IMG-9048.jpg (311.32 KiB) געזען 908 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”