רבי משה חיים לוצאטו ב"ר יעקב (רמח"ל) - כ"ו אייר תק"ו
געשריבן: זונטאג מאי 25, 2014 8:08 pm
דעם מאנטאג נשא, כ"ו אייר תשע"ד פאלט די יארצייט פון איינער פון די גדולי איטליה, דער גרויסער גאון און בקי בנגלה ובנסתר, איש אלקים רבינו משה חיים לוצאטו ב"ר יעקב זצלה"ה הנקרא בפי כל רמח"ל.
רמח"ל נולד בשנת תס"ז בפאדובה, איטאליע, לאביו רבי יעקב חי לוצאטו ז"ל.
ער האט געלערענט תורה ביי זיין גרויסן רבי'ן רבי ישעיה באסאן זצ"ל. ביי די 14 יאר האט זיין רבי אויף אים געשריבן מורא'דיגע תוארים: "אהבת עולם אהבתיהו וחא היה גדול בביתו ממנו... וכל טובי היה בידו כי אין נסתר מחמדו".
אין אנדערע בריוון פון גדולי פאדובה צו יענער צייט געפונט מען אויך: "ראשו מגיע השמימה... עוסק בקדשים דבר יום ביומו... רך ויחיד בבני אמו, זו כנסת ישראל".
זיין תלמיד רבי יקיתואל גורדון מתאר את רבו הקדוש: "כשהיה בן י"ד שנים היה יודע כל כתבי האריז"ל בע"פ".
בן כ' שנה זכה למראות אלקים וקיבל תורה מפי "מגיד אמת" וואס האט אים מגלה געווען כבשי דרחמנא וסתרי דרכי השם. רבינו שרייבט אין א אגרת דג' דחנוכה ת"צ: "נרדמתי ובהקיצי שמעתי קול אומר: לגלאה נחיתנא רזין טמירין דמלכא קדישא... ואני לא רואה אותו אלא שומע קולו מדבר מתוך פי".
דארט אין אגרת זעט מען אז ער האט אויך געהאט גילוי מלאך מט"ט 'שרא רבא', ואליהו זכור לטוב.
אזוי האט אנגעהאלטן צויי יאר בערך. ווען די זאך איז אנטפלעקט געווארן ברבים (ע"י תלמידו מהר"י גורדון) איז דער שול געווארן איבערגעפילט פון אידן וואס האבן געוואלט זוכה זיין לערנען תורה מפיו, עד אפס מקום ממש.
צווישן זיינע גרויסע תלמידים ציילן זיך רבי משה דוד וואלי זצ"ל וואס האט מחבר געווען צענדליגער ספרים על פי קבלה אויף תנ"ך. (הרמ"ד איז געווען עלטער פון רמח"ל און רופט זיך אלס תלמיד). גם רבי יעקב חזק אשר החיד"א מפליג מאד בגודל קדושתו, וגם רב ישראל יחזקאל טרוויש זצלה"ה נמנו בין גדולי התלמידים.
פולמוס - א שטורמישער תקופה
היינט צוטאגס, ווי שטארק רמח"ל איז איבעראל אנגענומען און באוואוסט, איז אבער בחייו געווען אנדערש.
די בריוו וואס זיין תלמיד מהר"י גורדון האט געשיקט האבן געגרייכט אויך קיין וינה. דארט האט זיך געפונען רבי משה חגיז זצ"ל אויף א מיסיע קעגן די שבתאות וואס האט נאך געבלאזן יענער צייט. מהר"ם חגיז האט געזען אין דעם א ממשיך דרך הש"ץ און האט געשיקט בריוו צו רבני וונעציא אויפצושטורמען די וועלט איבער דעם. פון דארט זענען געפארן בריוו צו מהר"י באסאן וואס האט דאן געוואוינט אין רייגיו. בשנת ת"צ בערך דריי יאר נאך די גילויים האט רמח"ל געמוזט פארשפארן זיינע כתבים מיט א שבועה און נישט עפענען בלי רשות רבו.
פאר די קומענדיגע פיר יאר האט געהערשט שלום, און רמח"ל האט דאן געשריבן ספרים שאינם עפ"י קבלה.
בשנת תצ"ב (או תצג) התחתן עם בת רבי דוד פינצי זצ"ל במנטובה.
בשנת תצ"ד קיבל רשות מרבו לדפוס את ספר הויכוח "חוקר ומקובל" (וי"א "כללות חכמת האמת"). דאס האט מעורר געווען נאכאמאל הר"ם חגיז ורבני ווינעציא בטענה שהפר את השבועה. די כתבים האט רמח"ל געשיקט צו רבי יעקב פאפירש כ"ץ קיין פראנקפורט שדן מקצתם לשריפה ומקצתם לקבורה. אבער עטליכע זענען בשתיקה נעתק געווארן און שפעטער געדרוקט געווארן.
יש גורסין אז די כתבים האט ער אפגעשיקט לרבו הר"י באסאן, אבער זיינע מתנגדים האבן עס אויף א אופן ארויסדערווישט (מכתב מזויף וכו') און אזוי איז עס אנגעקומען קיין פראנקפורט/אמסטארדם ונעלמו.
(אין יענע היציגע תקופה זענען געווען רבנים וואס זענען ארויס מיט א ח' אנטקעגן לערנען די ספרים, וכבוד א' הסתר דבר)
בין הגדולים שעמדו על צדו היו:
רבו מהר"י באסאן
רבי יונתן אייבשיץ
רבי בנימין כהן
רבי שאול מאמסטרדם
רבי יצחק לאמפירונטי (פחד יצחק)
רבי אבי עד שר שלום באזילה
רבי אפרים פיש. רבו של רבי חיים פאלק
בין הגדולים שעמדו עם הר"מ חאגיז:
רבי יעקב כ"ץ
רבי יעקב עמדין
רבי יוסף אירגוס (שומר אמונים קדמון)
רבי יחיאל מקאמארנא
ועוד
גם כמה מגדולי תלמידי בעש"ט שבחוהו והללוהו עד מאד. על ספרו "קל"ח פתחי חכמה" יש הסכמה מרבי ייב"א מאוסטראה ומפליג מאד בשבח רבינו.
גם הישמח משה מביא בליקוטים על מועדים שקיבל ממגיד ממעזריטש שהספר קל"ח פתחי חכמה היא "בהיר וטהור".
על ספרו מסילת ישרים יש כמה וכמה מתלמידי בע"ש שהתבטאו נוראות, כמו האפטא'ער רב, המגיד מקאזניץ, הרמ"מ מרימנוב, הרנ"ח מברסלב, הדברי חיים ועוד.
נאך די פאסירונג האט רמח"ל פארלאזט איטאליע און געגאנגען קיין אמסטרדאם וואו ער האט פאר א צייט עוסק געווען אין שלייפן דימאנטן. דארט האט ער מחבר געווען די ספר "מסלת ישרים" בשנת ת"ק.
רבינו רמח"ל האט לבסוף ימיו (תק"ג) געוואנדען זיינע טריט קיין הייליגן לאנד ארץ ישראל (עכו, טברי') כדי לזכות יותר באור התורה דארץ הקדושה. זיין לעצטע יאר תק"ו האט געבוזשעוועט א מגיפה וואס האט ליידער אים אומגעברענגט מיט זיין זון, נישט איבערלאזנדיג קיין דורות ל"ע. אלט זייענדיג 40 יאר.
הר"י באסאן האט געקלאגט אויף אים אז ער האט בחינת משה רבינו וואס האט נישט זוכה געווען להתקיים בארץ ישראל.
פולע צענדליגער ספרים האט רמח"ל געשריבן מיט זיין בליציגען מוח און חכמת אלקית. ליידער זענען בערך העלפט דערפון נעלם געווארן. אבער מיר זענען געבליבן מיט אסאך פון זיינע הייליגע ווערק בעיקר איבער השקפה, קבלה ומוסר (40 ספרים).
אין די ישיבה'שע וועלט איז ער געבליבן באקאנט מיט זיין הייליגן מוסר ספר "מסלת ישרים" וואס דער גר"א ותלמידו הגר"ח האבן שטארק מעריץ געווען.
דער גאון שרייבט ער האט שונה געווען דערויף מאה ואחד פעמים!
על ספרו "אדיר במרום" פי' על האדרא רבא, ווערט געברענגט אז דער גאון איז ארויס בבגדי יום טוב לקראתו!
רמח"ל איז אנגענומען ער ליגט אין טבריה נעבן רבי עקיבא. אבער יש חולקים על זה.
זכותו הגדול יגן עלינו ועכ"י
יש עוד הרבה להוסיף ואין פנאי