רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:ב' - רבי שלמה זלמן האט מען יא גערופען וויעליפאלי'ר רבי הגם ער איז טאקע נישט געוועהן קיין רבי אבער ער איז געוועהן א גברא רבה מאוד,
ענדליך צו זיינע קרובים קינדער פון רבי דוד'ל בריזל זצ"ל וואס זענען געוועהן דערהויבנע חסידים אויף א העכערע שטייגער און משפיע געוועהן ענליך ווי רבי'ס

ווען איז ר' שלמה זלמן נפטר געווארן, וואו ליגט ער, איז דא פון אים קינדער?
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

מיללער האט געשריבן:

הרה"צ רבי שלמה זלמן זצ"ל האט געהאט צוויי טעכטער פאר'ן קריג וואס זענען ליידער אומגעקומען ביים קריג,
און נאכן קריג האט ער נישט געהאט קיין קינדער אזוי ארום אז עס איז ליידער נישט געבליבען פון איהם קיין דורות,
ער איז געוועהן די ראש המשפחה ביי משפחת פרענקל הנכבדה, נאך אסאך אידן האבן אויסגעניצט די געלגנהייט צו שעפן מבארו הזך,
לפי זכרוני האט ער געוואוינט נאך ערגעץ חוץ פון פלעטבוש געדענק איך נישט יעצט קלאר,
ער איז נפטר געווארן אלט זייענדיג בערך 81 יאר זומער תשל"ט, און איז נטמן געווארן אויף'ן הר הזיתים, יהא זכרו ברוך.

עס וואלט געוועהן כדי צו עפנען א אשכול פאר זיך פאר איהם, עס איז דא אסאך וואס צו שרייבען וועגן איהם,
ווער עס איז באקאנט מיט זיינע פלומעניק'ס וכדומה, און האבן א יד צו מער אינפערמציע זענען געבעטן נא אל תמנע טוב..... יישר כחכם !
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מעתיק,

איך זעה נישט וויאזוי 'עפענען אן אשכול' מאכט איינעם גרעסער אדער קלענער, פארוואס זאל מען נישט אין דיזע אשכול שרייבן לכבודו ולכבוד בית אבותיו?

איר האט אפשר א בילד פון רבי שלמה זלמן נאכן קריג? אדער א בילד פון זיין מצבה?

זיינע טעכטער זענען געווען פארהייראט? מיט וועם?
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

שתי תשובות בדבר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

לאן אתה הולך האט געשריבן:הרב רימנובער, ביזטו זיכער אז דו האסט געהערט פון ר' יענקעלע די מעשה איבער די שטריימעל איז געווען מיט ר' אליעזר'ל ? נישט מיט צאנזע רב ?

אגב פארשטיי איך נישט וואס ר' יענקעלע האט אויסגעפירט אז פין די מעשה זעהט מען אז א'טייל מאל ארבעט רוח הקודש למחצה לשליש ולרביע, לכאורה ביי די מעשה זעהט מען אז ס'האט געארבייט 100 פראצענט, ווייל ער האט געזאגט אז 'די שטריימעל איז געווען', איך האב אלץ פארשטאנען אז דאס איז די שפיץ פין די מעשה אז ער האט געזאגט אויף די שטריימעל אין נישט אויפן חסיד, וצ''ע.

שתי תשובות בדבר,לאמיר אייך ענטפערן על ראשון ראשון ......

א'). יעצט ממש הער איך איבער די טעיפ פון רבי יענקעלע זיע"א פארציילן די מעשה, און ער זאגט אז ס'איז טאקע געווען רבי אליעזר'ל פון דזישיקוב און נישט צאנזער רב .
אז ר' אליעזר'ל האט געקוקט אויף א'אינגערמאן און געהאט טענות אויף אים .

ב). און רבי יענקעלע ברענגט צו א' ראיה פון א' מעשה אויף די מעשה אז אין רוח הקודש זעהט מען נישט אלעס ,אז ס'איז געווען צוויי תלמידים וואס זענען געפארן צום רבי פון לובלין זיע"א,איינער האט געהייסן יוחנן און איינער א'מורה הוראה,איינער פון דעמביץ און איינער פון מעליץ,זענען זיי געפארן קיין לובלין ,אינמיטן וועג זענען זיי געווארן הונגעריג און קיין געלט האבן זיי נישט געהאט,האבן זיי זיך בארעכענט אז איינער וועט זיך פארשטעלן ווי א' רבי און איינער ווי א' גבאי,זענען זי דוירך געפארן א' דארף ,און זיי האבן זיך אוועק געשטעלט נעבן א' אידישע קרעטשמע,און די גבאי איז אריין געגאנגען און געזאגט אז ס'איז דא א' רבי, איז די דארפסמאן ארויס געגאנגן און אריין גערופען די רבי,און זיי אנגעגריייט א'גוטע וועטשערע (נאכטמאל אויף פויליש) ,נאכן עסען זאגט די דארפסמאן צום גבאי אז ער וויל שרייבן א'קוויטל,האט ער אים געשריבן א'קוויטל,אז ער וויל קינדער ,פרעגט אים די רבי ווי לאנג איז ער פארהייראט? זאגט ער פינעף און צוואנציג יאר ,איז די רבי געווארן איבערראשט און דערשראקן,און די גבאי האט מחזק געווען די רבי זאגענדיג,איר זענט א'רבי און זאגט!!!,קיין גרויסע אויסווייל האט ער נישט געהאט,און ער האט אנגעוואונטשען.

און די צוויי חסידים זענען אנגעקומען שפעט ביינאכט קיין לובלין,און זיי האבן זיך געלייגט שלאפן אויף א'באנק און שוהל,און באלד קומט צו גיין די גבאי פון רבי פון לובלין,און וועקט זיי אויף ,און פרעגט זיי, דו הייסט יוחנן און דו הייסט אזוי?,זאגן זיי יא,און די גבאי האט זיך געבייזערט אויף זיי,ווייל ער האט זיי אסאך ארום געזוכט שפעט ביינאכט,און זיי געזאגט אז די רבי האט זיי געהייסן שוין קומען,און זיי האבן זיך דערשראקן ,זענען זיי שוין אריבער געגאנגען ,און די רבי האט זיי אזוי געזאגט,א'פלא פון א'זאך,די איד פארט שוין צו מיר פינעף און צוואנציג יאר,אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער,און איך האבן אים נישט געקענט העלפן,און ביי ענק איז ער געהאלפן געווארן,זאגט'ס מיר ווער איז געווען די רבי ? און ווער איז געווען די גבאי?.

האבן זיי זיך זייער דערשראקן,אז די רבי זאל נישט האבן א'קפידה אויף זיי,האבן זיי אזוי גענטפערט ,אז מ'האט דעם רבי'ן מגלה געווען פון הימעל די מעשה ,און מ'האט נישט מגלה געווען ווער איז די רבי און ווער איז די גבאי,זעהט אויס אז די רבי דארף עס נישט וויסן.

לייגט צו רבי יענקעלע זיע"א אז זעהט מען אויך אויס פון די מעשה,אז מ'איז מגלה דעם רבי האלב צו א'דריטל,און די איבריגע ווייסט ער טאקע נישט,און די די רבי פון לובלין איז געווען מפורסם פאר א'בעל רוח הקודש און נישט אלעס האט מען אים מגלה געווען.
לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאן אתה הולך »

שכח רימנובער פאר אזא שיינעם תוכן'דיגער תשובה. די קשיא איז נאך אבער אלץ אביסל שווער, ווייל די מעשה גייט אז ר' אליעזר'ל האט געזאגט אז ''די שטריימעל איז געווען און וויעליפאלי'', נישט אז ער האט געזאגט אז די חסיד איז געווען, נו איז דאך עס ממש הונדערט פראצענט רוה''ק. אזוי האט איר אויך געברענגט די מעשה.
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:איינמאל מאכט זיך אז אז ר'אליעזרל פון דשזיקעוו זי"ע האט געהאקט ביים טיש אטקעגן די וואס פארן קיין וויעליפאלי ,און ער רופט זיך אן צו א'חסיד וואס איז געשטאנען דארט'ן ,ווילסטו מיר זאגן אז די שטריימל איז נישט געווען אין וויעליפאלי ?.
און די חסיד קוקט אן דעם רבי און ער ווייסט נישט וואס די רבי וויל פון אים?, שפעטער איז ער געוואויר געווארן אז זיין שוואגער האט געבארגט זיין שטריימעל און ער איז געפארן דערמיט קיין וויעליפאלי אויף שבת.[/b].

אחוץ אז מען העט זאגן אז די מעשה גייט אביסל אנדערש, אז ר' אליעזר'ל האט קודם אנגעשריגן דעם חסיד פארן גיין אין ווען דער חסיד האט זיך פארענטפערט אז ער איז נישט געווען האט ר' אליעזר'ל ערשט דעמאלטס געזאגט אז די שטריימעל איז געווען. (אדרבה, אפשר קענט איר איבערזען פינקטליך וויאזוי ר' יענקעלע פארציילט עס. אנדערש בלייבט נאך א צ''ע)
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

מיללער האט געשריבן:מעתיק,
איך זעה נישט וויאזוי 'עפענען אן אשכול' מאכט איינעם גרעסער אדער קלענער, פארוואס זאל מען נישט אין דיזע אשכול שרייבן לכבודו ולכבוד בית אבותיו?

הגם אז אין יעדן פאל איז דא מעלות לכאן ולכאן דאס הייסט צו שרייבען און אשכול פון די משפחה אדער ראש הגזע עכ"ז דארף מען עס דן זיין ביי יעדן געלעגנהייט באזונדער,

אינעם דאזיגען פאל און אזוי אויך בדרך כלל האב איך נישט געמיינט צו זאגן אז דאס מאכט גרעסער אדער קלענער,
אבער און יעדן הינזיכט ווען עס איז דא אסאך וואס צו שרייבען [וואס געווענליך ביי איינער וואס איז "מפורסם" פאר א גדול איז דא מער] איז למען הסדר כדי צו עפנען אן אשכול פאר זיך,
און אפילו ווען עס איז מעט הכמות, אויב מ'באציעט זיך דירעקט צו איינעם איז אויך כדי עס זאל זיין און א באזונדער'ן אשכול,
אבער ווען איז נוגע די גאנצע משפחה איז זיכער ריכטיג ווי איר שרייבט, ונראה פשוט.
לעצט פארראכטן דורך ממעתיקי השמועה אום מאנטאג מאי 09, 2016 2:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

מיללער האט געשריבן:מעתיק,
איר האט אפשר א בילד פון רבי שלמה זלמן נאכן קריג? אדער א בילד פון זיין מצבה?

כ'גדענק אז יא, די בילד איז ממש אפאר יאר פאר ער איז אוועק, נישט תחת ידי, כ'דארף עס אפירזוכען !

זיין מציבה מיין איך אז כ'האב עס נאר געזעהן אויף'ן הר הזיתים אליינס, א בילד געדענק איך נישט צו האבן געזעהן.
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

מיללער האט געשריבן:
בניו של רבי אברהם כיהנו באדמו"רות.
1. רבי שלמה זלמן [אדמו"ר מיעדלווע] (תרי"ז-י"ט בטבת תרצ"ח) כיהן בוויפולי, בידלובה ודמביץ שם נפטר.

בנו של רבי שלמה זלמן,
א. רבי מאיר כיהן בבחרותו משנת תרצ"ו בדמביץ. נרצח בשואה.
ב. בן אחר של רבי שלמה זלמן, הרב נפתלי צבי פרנקל עלה לארץ ישראל לפני מלחמת העולם השנייה. בנו הוא פרופ' יעקב יהושע פרנקל שהיה ראש המחלקה לפסיכולוגיה באוניברסיטת בר-אילן עד שנפטר בחג השבועות ה'תשמ"א. .

אויסער די צוויי דערמאנטע זון פון רבי שלמה זלמן (השני) מוויעליפאלע, איז געווען נאך א זון רבי יהודה יצחק פרענקל וואס האט געוואונט נאך די קריג אין תל-אביב און שפעטער אין בני ברק, דא אויף אוצה"ח איז דא א שיין בילד פון הרב פרענקל במחיצת מרן החזון איש ביי א ברית:
בילד
הרב פרענקל ווערט געזען האלטנדיג דעם רך הנימול - עמידה לברכה.
....דארט שטייט עטליכע פרטים איבער הרב [יודא יצחק (און נישט ר' נפתלי צבי) ] פרענקל וואס ......

עס איז געוועהן א גרויסער מוהל מיט יארן צוריק פרענקל, א וויעליפאלי אייניקל, דאכט זיך אז עס איז טאקע איינער פון די דערמאנטע ברידער, איז פאר איינעם קלאר ווער ?

אויב דאס איז איהם קען זיין אז ער איז גאר געוועהן די מוהל ביי די ברית וואס מ'זעט אויפן בילד.

די לשון במחיצת מרן החזון איש איז לכאורה נישט די ריכטיגע אויסדרוק,
וויבאלד אז און אוצה"ח ווערט געברענגט אז די ברית איז פארגעקומען בבית מדרשו פון הרב פרענקל,
און דאס וואס איינער פרעגט עס אפ דארט אז ער האט "מסתמא" נאכנישט געהאט זיין בית מדרש דארט פארן פטירה פון חזון איש איז לכאורה אויך א טעות,
וויבאלד די בריוו וואס איז דארט ציטירט איז אויף'ן אדרעס פון זיין בית מדרש און די דאטום איז תש"ה,

און וועלכע יאר די ברית איז געוועהן איז נישט קלאר משמע עס זאל זיין ווי עס שטייט דארט בשם פלוני אויף עטליכע וואכן פארן פטירה פון חזון איש,
מחמת כמה פשוט'ע טעמים, ווייסט איינער ברור ?
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

מיללער האט געשריבן:זיינע טעכטער זענען געווען פארהייראט ? ....

ווי ס'זעט אויס - נישט !
כ'האב געזעהן זייערע נעמען דערמאנט און א הזכרה לע"נ, ווערט נישט דערמאנט קיין שום טיטל און אנדרע אינפערמציע נאר די נאמען און ע"ה הי"ד,
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

עדות הרה"ק מבעלזא זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

די ערשטע בעלזער רב זיע"א איז געווען אנגעלאנט אויף מיילך גבאי, און ער האט געהערט א וואגן אריינקומען אין הויף, פרעגט ער מיילך ווער? , האט זיך מיילך אנגערופן עה, פון די קליינע רבי'לעך דער וויעליפאלי רבי,

האט בעלזא רב געזאגט וויייסט וואס איך וועל דיך זאגן מיילך, זיי מאכן זיך אזוי לאנג נאריש ביז זיי ווערן אמת'דיגע ערליכע אידן.

(ר' יענקעלע זצ"ל בשם זיין שווער ר' איציקל זצ"ל )
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג יוני 09, 2016 10:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איטשע טבריאנער
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 3:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע טבריאנער »

א אייניקל ואס האט געווינט און געפירט אין בריגל:
הרה"ק רבי יצחק זי"ע הי"ד (בהרה"ק ר' נטע?)

זיין אייניקל הרה"צ ר' נטע זצ"ל האט געווינט אין ב"פ
אוועטאר
איטשע טבריאנער
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 3:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע טבריאנער »

במחילת כבודכם, יש אודותיו אשכול viewtopic.php?p=844656#p844656
ואנוכי לא ידעתי
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הוי מי יתן לנו תמורתו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

איטשע טבריאנער האט געשריבן:א אייניקל ואס האט געווינט און געפירט אין בריגל:
הרה"ק רבי יצחק זי"ע הי"ד (בהרה"ק ר' נטע?)

זיין אייניקל הרה"צ ר' נטע זצ"ל האט געווינט אין ב"פ

בעסער געזאגט פלעטבוש,געווען זייער באטאמטע איד, א'פריינטליכע און זייער א' צוגעלאזענער איד, פארברענגט מיט אים שעות ארוכות ,געווען כמעין המתגבר,געהאט א'ריכטיגער טעם זקנים,זיך געדרייט ביי היפש רבי'ס פונעם פריעדיגן דור,געהאט א' הערליכע הדרת פנים, זיין צורה האט געשיינט אין געלויכטן,נאך גוט געדענקט ר' שימעלע פון זשעליכאוו זצוק"ל וואס פלעגט זיך דרייען ביי זיין זיידע, ער האט נהנה געווען מיגיע כפו, נישט געוואלט נהנה זיין פון ראביסטעווע, (והמבין יבין),געווען א'בעל צדקה, ממש ס'בענקט זיך מיר זייער נאך אים,הוי חבל על דאבדין ולא משתכחין,מי יתן לנו תמורתו.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הרבנית חנה ע"ה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

זייענדיג לעצטע וואך אין רימנוב להשתטח על ציון זקיני הרבי ר' מענדעלע זיע"א אין זיין יארצייט טאג, האב איך באמערקט אין בית החיים די קבר פון הרבנית חנה ע"ה טאכטער פון הרה"ק ר' שלמה זלמן פון וויעליפאלי האב איך גענומען א' בילד דערפון און דא האט איר עס.
אטעטשמענטס
וויעליפאלי.jpg
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג יוני 09, 2016 5:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מקום קבורתה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:זייענדיג לעצטע וואך אין רימנוב להשתטח על ציון זקינו הרבי ר' מענדעלע זיע"א אין זיין יארצייט טאג, האב איך באמערקט אין בית החיים די קבר פון הרבנית חנה טאכאער פון ר' שלמה זלמן פון וויעליפאלי האב איך גענומען א' בילד דערפון און דא האט איר עס.

זי איז געווען די פרוי פון ר' משה טארים ז"ל פון רימנוב (גבאי פון רבי יוסעלע פון רימנוב זצוק"ל) זוהן פון הרה"ק ר' נתן לייב זצוק"ל זוהן פונעם רבי ר' מענדעלע פון רימנוב זיע"א.

איר זוהן איז געווען ר' שלמה זלמן טארים דער גבאי פון ר' יוסעלע פון רימנוב זוהן פונעם רבי ר' הערש זיע"א.
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

האב איך יעצט געטראפן א שיינע מעשה פון הרה״ק הנ״ל, האב איך גענומען א בילד צו ארויף לייגן דא אבער די פייל איז צו גרויס.
הילף אפרישיעטעד.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

מיללער האט געשריבן:
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:ב' - רבי שלמה זלמן האט מען יא גערופען וויעליפאלי'ר רבי הגם ער איז טאקע נישט געוועהן קיין רבי אבער ער איז געוועהן א גברא רבה מאוד,
ענדליך צו זיינע קרובים קינדער פון רבי דוד'ל בריזל זצ"ל וואס זענען געוועהן דערהויבנע חסידים אויף א העכערע שטייגער און משפיע געוועהן ענליך ווי רבי'ס

ווען איז ר' שלמה זלמן נפטר געווארן, וואו ליגט ער, איז דא פון אים קינדער?
מיללער האט געשריבן:איר האט אפשר א בילד פון רבי שלמה זלמן נאכן קריג? אדער א בילד פון זיין מצבה?

פון דא:

טריסקער האט געשריבן:רבי שלמה זלמן פרענקעל מוויעלפאלי ארה"ב בן רבי יוסף חיים מוויעליפאלי שענדישוב
כ"ז תמוז תשל"ט

בילד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
בניו של רבי אברהם כיהנו באדמו"רות.

1. רבי שלמה זלמן (תרי"ז-י"ט בטבת תרצ"ח) כיהן בוויפולי, בידלובה ודמביץ שם נפטר.

בנו של רבי שלמה זלמן,
א. רבי מאיר כיהן בבחרותו משנת תרצ"ו בדמביץ. נרצח בשואה.
ב. בן אחר של רבי שלמה זלמן, הרב נפתלי צבי פרנקל עלה לארץ ישראל לפני מלחמת העולם השנייה. בנו הוא פרופ' יעקב יהושע פרנקל שהיה ראש המחלקה לפסיכולוגיה באוניברסיטת בר-אילן עד שנפטר בחג השבועות ה'תשמ"א.

בנוגע דעם אנדערן זון פון רש"ז מוויעליפאלי (השני); הרב נפתלי צבי פרנקל, וואס דארט שטייט אז ער איז ארויף קיין אר"י נאך פאר די קריג, אויב עס איז אמת איז ער אבער פון אר"י געקומען נאך אמעריקא, אדער איז עס א טעות און ער איז קודם געווען אין אמעריקא און פון דא איז ער ארויף קיין אר"י. אינעם בארימטען "בלאך קאלעקשאן" איז פארהאן איבער צוואנציג בריוון פון הרנ"צ פרענקל וואונענדיג דא אין אמעריקא אין די יארן צווישן תש"ד ביז תשי"ח.

הרב פרענקל האט זיך באזעצט אין באלטימאר וואו ער האט געארבעט אלס פארשטייער פון ישיבת רי"א (YU) פון ניו יארק, שפעטער איז ער ארויף קיין אר"י וואו ער איז אוועק בשנת תשל"ה

ברכת מז"ט פאר רבי שלמה זלמן פרענקל מיעדלאוו לרגל נישואי בנו ר' נפתלי צבי הנ"ל עב"ג בת רבי אלעזר עפשטיין אב"ד זאלאשיץ, משנת תרפ"ג
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=4
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

מיללער האט געשריבן:
בניו של רבי אברהם כיהנו באדמו"רות.

1. רבי שלמה זלמן (תרי"ז-י"ט בטבת תרצ"ח) כיהן בוויפולי, בידלובה ודמביץ שם נפטר.
2. רבי יוסף חיים חתן רבי אלתר מסטריזוב כיהן בשנדישוב. בשנת תר"צ ביקר בארצות הברית. נרצח בו' באב תש"ב.

בנו של רבי שלמה זלמן,
א. רבי מאיר כיהן בבחרותו משנת תרצ"ו בדמביץ. נרצח בשואה.
ב. בן אחר של רבי שלמה זלמן, הרב נפתלי צבי פרנקל עלה לארץ ישראל לפני מלחמת העולם השנייה. בנו הוא פרופ' יעקב יהושע פרנקל שהיה ראש המחלקה לפסיכולוגיה באוניברסיטת בר-אילן עד שנפטר בחג השבועות ה'תשמ"א. .

דא האב איך ארויפגעשטעלט מציבת בתו של רבי שלמה זלמן, הרבנית שרה חיה אשכנזי:

בילד

און איר מאן, רבי חנוך העניך דוב אשכנזי מאלעסק ריישא:

בילד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מכתב מהאדמו"ר רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי - ברוקלין ז"ל
https://new.liveauctioneers.com/item/27 ... omo-zalman

בילד
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

לאן אתה הולך האט געשריבן:הרב רימנובער, ביזטו זיכער אז דו האסט געהערט פון ר' יענקעלע די מעשה איבער די שטריימעל איז געווען מיט ר' אליעזר'ל ? נישט מיט צאנזע רב ?

אגב פארשטיי איך נישט וואס ר' יענקעלע האט אויסגעפירט אז פין די מעשה זעהט מען אז א'טייל מאל ארבעט רוח הקודש למחצה לשליש ולרביע, לכאורה ביי די מעשה זעהט מען אז ס'האט געארבייט 100 פראצענט, ווייל ער האט געזאגט אז 'די שטריימעל איז געווען', איך האב אלץ פארשטאנען אז דאס איז די שפיץ פין די מעשה אז ער האט געזאגט אויף די שטריימעל אין נישט אויפן חסיד, וצ''ע.

אין באבוב דערציילט מען די מעשה אויפן הייליגען צאנזער רב זצ״ל, און טאקע אז צום ערשט האט ער געמיינט אז דער איד איז געװען אין װיעליפאל (ער איז דורך זאגען גוט שבת עטליכע מאל און דער סאנזער רב האט זיך נישט אומגעקיקט אויף איהם) און דערנאך װען דער איד האט זיך געװאונדערט דעראויף האט ער געזאגט װילסט מיר זאגען אז דער שטריימיצל איז נישט געװען אין װיעליפּאלע? וכו׳
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

נכדי אור לשמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיללער האט געשריבן:
רבי שלמה זלמן נולד בשנת תקס"ד. היה תלמידם של רבי מאיר הלוי מאפטא ורבי נפתלי צבי הורוביץ מרופשיץ. נפטר בי"ז בכסלו תרי"ח בקרקוב.
בנו רבי אברהם מילא את מקומו. היה חתנו של רבי יעקב ממעליץ. נפטר בד' בשבט תרס"ו.
בניו של רבי אברהם:
1. רבי שלמה זלמן (תרי"ז-י"ט בטבת תרצ"ח) כיהן בוויפולי, בידלובה ודמביץ שם נפטר.
2. רבי יוסף חיים חתן רבי אלתר מסטריזוב כיהן בשנדישוב. בשנת תר"צ ביקר בארצות הברית. נרצח בו' באב תש"ב.
בנו של רבי שלמה זלמן, רבי מאיר כיהן בבחרותו משנת תרצ"ו בדמביץ. נרצח בשואה. בן אחר של רבי שלמה זלמן, הרב נפתלי צבי פרנקל עלה לארץ ישראל לפני מלחמת העולם השנייה. בנו הוא פרופ' יעקב יהושע פרנקל שהיה ראש המחלקה לפסיכולוגיה באוניברסיטת בר-אילן עד שנפטר בחג השבועות ה'תשמ"א. אחד מנכדיו של פרופ' פרנקל, שלמה בניהו פרנקל, שקרוי על שם האדמו"ר, ערך סיום על הש"ס משנה ליום הבר מצווה שלו.
בנו של רבי יוסף חיים מסנדישוב, רבי שלמה זלמן היגר לארצות הברית וכיהן בפלטבוש, ניו יורק, באדמו"רות וויליפולי.
בנו רבי יוסף חיים ממלא את מקומו. רבי יוסף חיים חתן של רבי לוי יצחק הורוביץ מבוסטון. בין חתניו, הרב ישראל אליעזר אדלר, רב בית הכנסת "מנחה חדשה"-דז'יקוב, בבורו פארק

וואו ליגט רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי-פלעטבוש?

אן אנדערער זון פון רבי יוסף חיים איז געווען רבי בן ציון פרענקל אב"ד דק' בני שלמה זלמן פון פלעטבוש, ער ליגט אין וועלוואוד חלקת הסתדרות האדמורים:
viewtopic.php?p=1198315#p1198315
בילד

דארט ליגט אויך נאך א ברודער ר' אברהם פרענקל ז"ל:
viewtopic.php?p=1198318#p1198318
בילד

אויף די מציבות שטייט אז רבי בנציון פרענקעל און זיין ברודער רבי אברהם זענען אייניקלעך פון אור לשמים.
ווייסט מען וויאזוי די יחוס גייט?
באר מים
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 7:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר מים »

מיללער האט געשריבן:אינטערעסאנט אז מיר האבן נאכנישט קיין אשכול איבער שושלת וויעליפאלי (סיידן איבער נכדו רבי יצחק ב"ר נטע ליפשיץ זצ"ל), איך קאפיר קודם פון וויקיפידיה:

רבי שלמה זלמן נולד בשנת תקס"ד. היה תלמידם של רבי מאיר הלוי מאפטא ורבי נפתלי צבי הורוביץ מרופשיץ. היה מסתגף וצם רוב ימיו. נחשב לבעל מופת גדול. נפטר בי"ז בכסלו תרי"ח בקרקוב.

בנו רבי אברהם מילא את מקומו. היה חתנו של רבי יעקב ממעליץ. נפטר בד' בשבט תרס"ו.

חתנו של רבי שלמה זלמן, רבי נטע (נכדו של רבי אריה לייבוש ליפשיץ מוישניצא), החל גם הוא לכהן בווילפולי לאחר פטירת חמיו. אחריו כיהן בנו רבי יצחק.

הדור השלישי והלאה:
בניו של רבי אברהם כיהנו באדמו"רות.

1. רבי שלמה זלמן (תרי"ז-י"ט בטבת תרצ"ח) כיהן בוויפולי, בידלובה ודמביץ שם נפטר.
2. רבי יוסף חיים חתן רבי אלתר מסטריזוב כיהן בשנדישוב. בשנת תר"צ ביקר בארצות הברית. נרצח בו' באב תש"ב.

בנו של רבי שלמה זלמן, רבי מאיר כיהן בבחרותו משנת תרצ"ו בדמביץ. נרצח בשואה. בן אחר של רבי שלמה זלמן, הרב נפתלי צבי פרנקל עלה לארץ ישראל לפני מלחמת העולם השנייה. בנו הוא פרופ' יעקב יהושע פרנקל שהיה ראש המחלקה לפסיכולוגיה באוניברסיטת בר-אילן עד שנפטר בחג השבועות ה'תשמ"א. אחד מנכדיו של פרופ' פרנקל, שלמה בניהו פרנקל, שקרוי על שם האדמו"ר, ערך סיום על הש"ס משנה ליום הבר מצווה שלו.

החסידות לאחר השואה
בנו של רבי יוסף חיים מסנדישוב, רבי שלמה זלמן היגר לארצות הברית וכיהן בפלטבוש, ניו יורק, באדמו"רות וויליפולי.

בנו רבי יוסף חיים ממלא את מקומו. רבי יוסף חיים חתן של רבי לוי יצחק הורוביץ מבוסטון. בין חתניו, הרב ישראל אליעזר אדלר, רב בית הכנסת "מנחה חדשה"-דז'יקוב, בבורו פארק

די דאטום "י"ז כסלו" אין וויקיפידיה איז א טעות, ווי מ'זעהט קלאר אויף די מצבה - די יארצייט איז י"ג כסלו

דא האט דער חשוב'ער מצבות שטעלער געברענגט די מצבה פון רבי שלמה זלמן זצ"ל אין קראקא מיט די העתקת הנוסח
בילד
צדיק כתמר יפרח
פ"נ ה"ה אוהב ישראל שוחר אמת הרב
וכו' כקש"ת מ' שלמה זלמן יוסף
בהרבני החסיד אי"א כש"מ אברהם
ז"ל אב"ד מוויעליפאלי זצוק"ל בקו"ט
ביום ב' י"ג כסלו שנת תרח"י שאף
למקום מחצבתו הטהורה זורח לנו משם
נהרה שפכו דמעה כמים מוגרים ארץ
לא נחשה מזעוק זעקת מרה מי עלה
למרום לשמי ערץ העמיד לנו בפרץ בעת
צרה זכר רב מפעליו בלתי להבוע לילא
בהלקחו פקד רוח קדשהו מהרבות
תהלותיו לשוננו בל תרגיע נצח דור
לדור שבחנו מעשהו

שמעו שמוע התמהו תמהו למי האח!
נדמה עת הפרדו מי גבר חי נאסף כמהו
הלוד ושמוה בצאתו מחלדו, זה לנו אותב
ליקרת נפשהו, לעת מצוא צדקת תום
נכרה מקדש אל הוכן מרום כסאהו נגונן
בצדקתו, כה נמצא עזרהו.

בנו רבי אברהם היה חתן ר' אברהם משענדישוב בנו של ר' יעקב ממעליץ.
ר' יעקב ממעליץ היה לו חתן שהיה נקרא ר' אברהם אביש פרענקיל [אביו של ר' ראובן פרענקל] וכפי סדר השנים לא יתכן שהוא מיו"ח של רבי שלמה זלמן
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

טעות גמור שנשתרש בטעות אצל הרבה נכדים ומחברים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

באר מים האט געשריבן:
רבי שלמה זלמן נולד בשנת תקס"ד. היה תלמידם של רבי מאיר הלוי מאפטא ורבי נפתלי צבי הורוביץ מרופשיץ. היה מסתגף וצם רוב ימיו. נחשב לבעל מופת גדול. נפטר בי"ז בכסלו תרי"ח בקרקוב.

בנו רבי אברהם מילא מקומו. חתנו של רבי יעקב ממעליץ.

בנו רבי אברהם היה חתן ר' אברהם משענדישוב בנו של ר' יעקב ממעליץ.
ר' יעקב ממעליץ היה לו חתן שהיה נקרא ר' אברהם אביש פרענקיל [אביו של ר' ראובן פרענקל] וכפי סדר השנים לא יתכן שהוא מיו"ח של רבי שלמה זלמן

טעות גמור הוא

רבים טעו בזה וכתבו שרבינו אברהם פרנקל מוויעליפאלי היה חתנו של רבי יעקב ממעליץ, ולצערינו נשתרש טעות זה בהרבה מקומות והרבה נכדים ומחברי ספרים הלכו שולל אחר טעות זו ללא שום בירור וחיפוש, ואינו נכון כלל.
מקור טעותם הוא, כי נשתבשו עם רבי אברהם אביש פרנקל מאלפין (אביו של רבי ראובן פרנקל) שהוא היה חתנו של הרה"ק רבי יעקב ממעליץ. אך אחרי בירור מדויק רואים שסדר השנים אינו תואמים, כי רבי אברהם מוויעליפאלי נולד בשנת ת"ר, ור' ראובן פרנקל בנו של רבי אברהם אביש נולד בשנת תק"צ

וכאן אביא את שם זוגתו של רבי אברהם,

זוגתו של רבי אברהם מוויעליפאלי היא מרת רבקה בת הרב יעקב יצחק אבד"ק וואיניטש, בן רבי ישראל מסטאשוב בנו של הרה"ק רבי מאיר מאפטא זי"ע בעל אור לשמים.
ר' יעקב יצחק מוואיניטש היה חתנו של רבי מנשה מראפשיץ בנו של רבי אשר ישעי' מראפשיץ ונכד הרה"ק רבי נפתלי מראפשיץ זי"ע.

נחוניא האט געשריבן:אויף די מציבות שטייט אז רבי בנציון פרענקעל און זיין ברודער רבי אברהם זענען אייניקלעך פון אור לשמים.
ווייסט מען וויאזוי די יחוס גייט?

כאן גם תמצא תשובה לשאלתך...!,
חותנו של רבי אברהם, הוא רבי יעקב יצחק בן רבי ישראל בנו של האור לשמים.
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

ספר ניצוצי שלמה - לקט מתורתו ועבודתו של הגה"ק מוהרש"ז מוויעליפאלי זצ"ל
אטעטשמענטס
ניצוצי שלמה.jpg
ניצוצי שלמה.jpg (101.2 KiB) געזען 2390 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”