שושלת אליק

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

ר' עזריאל לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אננעמער האט געשריבן:
שישא האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:יישר כח פאר די אינפארמאציע, אבער איך וויל וויסן צו האט דער ר' ישראל'טשע געהאט נאך קינדער אויסער דער ר' יעקב,

ר' ישראל האט געהאט א זוהן ר' עזריאל. כ'האב עס יעצט געזען דא אין די שכינות'דיגע אשכול http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 32#p536732 (דאונלאודען די פייל פון צאצאי ר' יוסף מיאמפלי)

ר' עזריאל הלוי אב"ד דעליטין איז געוועהן א לוי, קען ער נישט זיין א זוהן פון ר' ישראל (ובדרך אגב אויף זיין רעבצין'ס מציבה שטייט בת ר' יחיאל מצאצאי ר' איצקיל דראביטשער ווייסט איינער ווער דער ר' יחיאל איז געוועהן ??)
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

בית החיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:דא איז דא א אלטע מפה פון דער שטאט אליק מיט דער בית החיים (ווי איך פארשטיי האט רי"מ גבאי נישט אין פלאן צו בויען א גדר ארום דער בית החיים און עס איז נאך בגדר א מת מצוה והכל קרוביו)

בית החיים 2.jpg

בית החיים 3.jpg

איך ווייס נישט ווען דער בית החיים איז חרוב געווארען אבער אויף א מפה משנת תרצ"ט איז עס שוין נישט אנגעצייכענט
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

ר׳ יוסף דוד חתן ר׳ מענדל האגער פון דעמיטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

איטשע האט געשריבן:אין מאורי גאליציא ווערט געברענגט ער אז ר׳ יוסף דוד חתן ר׳ מענדל האגער פון דעמיטש - זאבלאטאווער גזע, אז געווען מגזע ״אליק״, כ׳זאה אז יוסף דוד איז טאקע אן אליקער נאמען, ווייסט איינער וועמענ׳ס זוהן ער איז געווען?
אויף איינער פון די זאבלאטאווער רעקארדס, ווערט געברענגט זיין משפחה נאמען ״נוישטאדט״, הגם ביי די אנדערע ווערט ער דערמאנט מיט זיין שווער׳ס נאמען ״יוסל דוד האגער״.

ניחזי אנן ר' יוסף דוד הנ"ל איז געבוירען נישט לאנג נאך דער פטירה פון ר' יוסף דוד מאליק בשנת תר"ט (ער ווערט שוין דערמאנט און דער פרענומעראנטין לספר רביד הזהב משנת תר"ל) איז ער לכאורה געוועהן א קינד פון איינער פון ר' יוסף דוד'ס קינדער (ר' ישראל איז געבוירען בשנת תקע"ט און דער טעכטער נאך שפעטער, ע"פ דער מאמר פון הרב גרובער דא)

פון ר ' יוסף דוד מאליק איז באקאנט זעקס קינדער
ר' צבי אריה מפעלשטין צפת
ר' מרדכי מאליק
ר' ישראל מדעלטין
מרת מירל אשת ר' אליקים געצל מאוסטראה
מרת רייזל אשת ר' מרדכי מווארשיליווקא
מרת שיינא אשת ר' אברהם יהושע העשיל מבאזיליע

פון ר' צבי אריה, ר' מרדכי, און ר' אליקים געציל זענען לכאורה באקאנט אלע קינדער, ר' אברהם יהושע העשיל מבאזיליע האט געהאט א זוהן ר' יוסף דוד מבאזיליע ופורסקרוב, בלייבט איבער ר' מרדכי און ר' ישראל, ר' ישראל האט דאך געהייסען לאנדא איז מער מסתברא אז ער איז געוועהן א זוהן פון ר' מרדכי מווארשיליווקא (אזוי אויך דער נעמען פון דער קינדער פון ר' יוסף דוד זענען אפטא נעמען, הגם עס קען קומען פון זיין שווער וואס איז בזיוו"ר געוועהן א איידעם ביי ר' ישראל מליטשניץ), ווייסט איינער דער משפחה נאמען פון ר' מרדכי ??? (איך מיין אז נחוניא האט אמאל עפעס געשריבען וועגען דעם)
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

ר' מרדכי מווארשיליווקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

און קובץ שפתי צדיקים ד' (אזוי אויך דא) ווערט געברענגט א הזמנה פון ר' מרדכי מווארשיליווקא (חתן ר' יוסף דוד מאליק) צו דער חתונה פון זיין טאכטער דינה צו החתן ברוך נכד גיסו ר' ישראל און זיי זענען משער אז דער ברוך נכד גיסו איז א איינקיל פון ר' ישראל מדעליטין (בן ר' יוסף דוד) ווייל דער ר' ישראל איז זיכער נישט געוועהן א זוהן פן ר' ישראל מליטשניעץ און מסתמא א איידעם אויך נישט

[align=center]למזל טוב
קול ששון וקול שמחה
קול חתן וקול כלה[/align]
בשיר וקול תודה נברך לאלקינו שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן נשואת בתי הכלה מרת דינה ת' עב"ג החתן כמר ברוך נ"י נכד גיסי הרב מו"ה ישראל שליט"א והחתונה תהי' אי"ה בשבת נחמו הבעל"ט לכן אמרתי ואקרא למאהבי לבוא על ראש שמחתי ובשמחתבם ישמח לבי גם אני
דברי הק' מרדכי בהרב הק' מלטשניעץ זצ"ל

הזמנה.jpg
הזמנה.jpg (91.66 KiB) געזען 3171 מאל

אויף jri און דער שטאט קאלאמיי Kolomyya בשנת תרצ"ד טרעפט מען איינער יוסף דוד דאכנער בן ברוך ודינה וואס איז נפטר געווארען אין עלטער פון פופציג יאר, לכאורה איז דאס א זוהן פון מרת דינה הנ"ל בת ר' מרדכי און זיין טאטע איז כנראה א זוהן פון ר' יעקב דאכנער פון דעלטין חת"ר ישראל מדעליטין
ווייסט איינער עפעס מער פרטים איבער ר' יוסף דוד דאכנער ?? האט ער איבער געלאזט דורות ??

11.jpg
11.jpg (34.65 KiB) געזען 3171 מאל

אזוי אויך זעהט מען דארט אז שפעטער האט ר' ברוך חתונה געהאט היט איינער מרת טויבא רחל בראנדוויין וואס איז געבוירען אין סטרעטין און זיי האבען געהאט א קינד מרים שפרה בשנת תרנ"ד (נפטרה בקאלאמיי בשנת תר"ע) יהודה הירש בשנת תרנ"ח (געבוירען אין רוהטין און דארט שטייט אז ער קומט פון דעליטין און זי פון סטרעטין) אנה חיה בשנת תרס"ג (נולדה בקאלאמיי) הניא גוטא בשנת תרס"ה (נולדה ונפטרה בקאלאמיי בשנת תרס"ה) יעקב בשנת תרס"ז (נולד בקאלאמיי)

ווייסט איינער ווער דער טויבא רחל בראנדוויין איז ??? (עס איז נישט טויבא רחל ב"ר פנחס בראנדוויין אשת ר' אברהם מקנעניטש ווייל זייער זוהן ר' יצחק אייזיק איז געבוירען בשנת תר"ס און נישט מרת טויבא רחל אשת ר' בערצ'ע מסאטמער בת ר' אליעזר מאזיפאלע ווייל זי איז שוין אוועק בשנת תרמ"ב)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:אין מאורי גאליציא ווערט געברענגט ער אז ר׳ יוסף דוד חתן ר׳ מענדל האגער פון דעמיטש - זאבלאטאווער גזע, אז געווען מגזע ״אליק״, כ׳זאה אז יוסף דוד איז טאקע אן אליקער נאמען, ווייסט איינער וועמענ׳ס זוהן ער איז געווען?
אויף איינער פון די זאבלאטאווער רעקארדס, ווערט געברענגט זיין משפחה נאמען ״נוישטאדט״, הגם ביי די אנדערע ווערט ער דערמאנט מיט זיין שווער׳ס נאמען ״יוסל דוד האגער״.

ניחזי אנן ר' יוסף דוד הנ"ל איז געבוירען נישט לאנג נאך דער פטירה פון ר' יוסף דוד מאליק בשנת תר"ט (ער ווערט שוין דערמאנט און דער פרענומעראנטין לספר רביד הזהב משנת תר"ל) איז ער לכאורה געוועהן א קינד פון איינער פון ר' יוסף דוד'ס קינדער (ר' ישראל איז געבוירען בשנת תקע"ט און דער טעכטער נאך שפעטער, ע"פ דער מאמר פון הרב גרובער דא)

פון ר ' יוסף דוד מאליק איז באקאנט זעקס קינדער
ר' צבי אריה מפעלשטין צפת
ר' מרדכי מאליק
ר' ישראל מדעלטין
מרת מירל אשת ר' אליקים געצל מאוסטראה
מרת רייזל אשת ר' מרדכי מווארשיליווקא
מרת שיינא אשת ר' אברהם יהושע העשיל מבאזיליע

פון ר' צבי אריה, ר' מרדכי, און ר' אליקים געציל זענען לכאורה באקאנט אלע קינדער, ר' אברהם יהושע העשיל מבאזיליע האט געהאט א זוהן ר' יוסף דוד מבאזיליע ופורסקרוב, בלייבט איבער ר' מרדכי און ר' ישראל, ר' ישראל האט דאך געהייסען לאנדא איז מער מסתברא אז ער איז געוועהן א זוהן פון ר' מרדכי מווארשיליווקא (אזוי אויך דער נעמען פון דער קינדער פון ר' יוסף דוד זענען אפטא נעמען, הגם עס קען קומען פון זיין שווער וואס איז בזיוו"ר געוועהן א איידעם ביי ר' ישראל מליטשניץ), ווייסט איינער דער משפחה נאמען פון ר' מרדכי ??? (איך מיין אז נחוניא האט אמאל עפעס געשריבען וועגען דעם)

א הערה: ביי דעם געבארט פון מ' שבע (לימים אשת ר' יחיאל ווייך מיאגילניצא?) בת ר' יוסף דוד, האט איר פאטער בכלל נישט קיין פאמיליע נאמען. דער רושם האט ערשט געשריבן אויפן פאטער [לייגט אריין טיטלן במחשבה לכל אחד כראוי לערכו הק'], יוסף דוד בן מענדל האגער, די מוטער, גיטל בת יעקב; דערנאך פארראכטן: פאטער, יוסף דוד חתן מענדל האגער, מוטער, גיטל בת מענדל האגער.
אפשר איז דאס א רמז אז ר' יוסף דוד'ס פאטער האט געהייסן ר' יעקב? ווי דען קומט דעם נאמן דא אריין?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הסרפד האט געשריבן:

אויב מען האט פשוט פארמישט ר' יוסף דוד מיט זיין רעביצין, פארוואס האט מען עס נישט אינגאנצען מתקן געוועהן און געשריבען יוסף דוד בן יעקב ? עס איז מער מסתברא אז מאיזה סיבה האט מען נישט געוואלט אדער געקענט שרייבען זיין טאטע'ס נאמען, און יעקב איז אדער א פשוטע טעות, אדער האט ער פארבירט צו זיך ארום שפילען אביסל וכו' ושערי השערות לא ננעלו
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:אויב מען האט פשוט פארמישט ר' יוסף דוד מיט זיין רעביצין, פארוואס האט מען עס נישט אינגאנצען מתקן געוועהן און געשריבען יוסף דוד בן יעקב ? עס איז מער מסתברא אז מאיזה סיבה האט מען נישט געוואלט אדער געקענט שרייבען זיין טאטע'ס נאמען, און יעקב איז אדער א פשוטע טעות, אדער האט ער פארבירט צו זיך ארום שפילען אביסל וכו' ושערי השערות לא ננעלו

פשוט: ווייל אין רוב שטעט (כולל זאבלטוב) האט מען נישט געשריבן דעם נאמן פון דעם פאטער'ס פאטער, נאר די מוטער'ס.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:און קובץ שפתי צדיקים ד' (אזוי אויך דא) ווערט געברענגט א הזמנה פון ר' מרדכי מווארשיליווקא (חתן ר' יוסף דוד מאליק) צו דער חתונה פון זיין טאכטער דינה צו החתן ברוך נכד גיסו ר' ישראל און זיי זענען משער אז דער ברוך נכד גיסו איז א איינקיל פון ר' ישראל מדעליטין (בן ר' יוסף דוד) ווייל דער ר' ישראל איז זיכער נישט געוועהן א זוהן פן ר' ישראל מליטשניעץ און מסתמא א איידעם אויך נישט

[align=center]למזל טוב
קול ששון וקול שמחה
קול חתן וקול כלה[/align]
בשיר וקול תודה נברך לאלקינו שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן נשואת בתי הכלה מרת דינה ת' עב"ג החתן כמר ברוך נ"י נכד גיסי הרב מו"ה ישראל שליט"א והחתונה תהי' אי"ה בשבת נחמו הבעל"ט לכן אמרתי ואקרא למאהבי לבוא על ראש שמחתי ובשמחתבם ישמח לבי גם אני
דברי הק' מרדכי בהרב הק' מלטשניעץ זצ"ל

הזמנה.jpg

אויף jri און דער שטאט קאלאמיי Kolomyya בשנת תרצ"ד טרעפט מען איינער יוסף דוד דאכנער בן ברוך ודינה וואס איז נפטר געווארען אין עלטער פון פופציג יאר, לכאורה איז דאס א זוהן פון מרת דינה הנ"ל בת ר' מרדכי און זיין טאטע איז כנראה א זוהן פון ר' יעקב דאכנער פון דעלטין חת"ר ישראל מדעליטין
ווייסט איינער עפעס מער פרטים איבער ר' יוסף דוד דאכנער ?? האט ער איבער געלאזט דורות ??

11.jpg

אזוי אויך זעהט מען דארט אז שפעטער האט ר' ברוך חתונה געהאט היט איינער מרת טויבא רחל בראנדוויין וואס איז געבוירען אין סטרעטין און זיי האבען געהאט א קינד מרים שפרה בשנת תרנ"ד (נפטרה בקאלאמיי בשנת תר"ע) יהודה הירש בשנת תרנ"ח (געבוירען אין רוהטין און דארט שטייט אז ער קומט פון דעליטין און זי פון סטרעטין) אנה חיה בשנת תרס"ג (נולדה בקאלאמיי) הניא גוטא בשנת תרס"ה (נולדה ונפטרה בקאלאמיי בשנת תרס"ה) יעקב בשנת תרס"ז (נולד בקאלאמיי)

ווייסט איינער ווער דער טויבא רחל בראנדוויין איז ??? (עס איז נישט טויבא רחל ב"ר פנחס בראנדוויין אשת ר' אברהם מקנעניטש ווייל זייער זוהן ר' יצחק אייזיק איז געבוירען בשנת תר"ס און נישט מרת טויבא רחל אשת ר' בערצ'ע מסאטמער בת ר' אליעזר מאזיפאלע ווייל זי איז שוין אוועק בשנת תרמ"ב)

אפשר איז זי טויבא רחל בת ר' אורי בראנדוויין וזוגתו חיה שרה אפרתי. געבוירן אין ראהטין בשנת תר"מ.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הסרפד האט געשריבן:א הערה: ביי דעם געבארט פון מ' שבע (לימים אשת ר' יחיאל ווייך מיאגילניצא?) בת ר' יוסף דוד, האט איר פאטער בכלל נישט קיין פאמיליע נאמען. דער רושם האט ערשט געשריבן אויפן פאטער [לייגט אריין טיטלן במחשבה לכל אחד כראוי לערכו הק'], יוסף דוד בן מענדל האגער, די מוטער, גיטל בת יעקב; דערנאך פארראכטן: פאטער, יוסף דוד חתן מענדל האגער, מוטער, גיטל בת מענדל האגער.
אפשר איז דאס א רמז אז ר' יוסף דוד'ס פאטער האט געהייסן ר' יעקב? ווי דען קומט דעם נאמן דא אריין?

ווער איז דאס ר' יחיאל ווייך מיאגילניצא ?? (און תפארת שבמלכות שטייט בתו שבע'לע נשאה להצדיק ר' שלום הגר בן ר' ברוכ'יל מויזניץ הוא נפטר בצעירתו בדאמיטש והיא נישאה בשנית ליהודי ת"ח ועשיר מפורסם בעיר יאגלינצא שליד טשארקוב)

טויבא רחל בראנדוויין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נחוניא האט געשריבן:אפשר איז זי טויבא רחל בת ר' אורי בראנדוויין וזוגתו חיה שרה אפרתי. געבוירן אין ראהטין בשנת תר"מ.

עס איז אביסעל א דוחק אז איינער וואס איז געבוירען אין תר"מ האט שוין געהאט א קינד אין תרנ"ד, ועוד אויף מרת טויבא רחל הנ"ל שטייט אז זי איז געבוירען און סטרעטין נישט אין ראהטין (ובדרך אגב וועגען ר' אורי בראנדוויין הנ"ל איז געוועהן א שמועס דא)
מער מסתברא איז אז עס קען זיין טויבא רחל בראנדוויין (נו' 69) וואס איז אוועק אין סטרי בשנת תרס"ח אין עלטער פון 39 יאהר (לפי"ז נולדה תרכ"ט) א טאכטער פון משה און אסתר רבקה בראנדדוויין (און אפשר איז דער סימא עלקא בראנדוויין (נו' 56) סימא עלקא בראנדוויין בת שמעלקא זינגער וטויבא רחל בראנדוויין וואס איז אוועק און סטרי בשנת תרס"ח און עלטער פון 15 יאהר, איהר קינד מזיווג ראשון, (איך קען נישט ליינען דער ביכער אז איינער זעהט דארט עפעס מער זאל ער ביטע שרייבן))
אבער ווער איז דער ר' משה בראנדוויין ??
און אז נחוניא איז שוין דא, ווייסט איהר אפשר דברים ברורים בנוגע דער קינדער פון ר' מרדכי מווארשיליווקא ?? (דערווייל האבען מיר בתו דינה (דאכנער?) בנו ר' יצחק מאיר ? (השערה בשפתי צדיקים ע"פ הפרענומעראנטן בהרי בשמים) און אפשר ר' יוסף דוד הגר)
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום מאנטאג אקטאבער 28, 2019 12:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:אפשר איז זי טויבא רחל בת ר' אורי בראנדוויין וזוגתו חיה שרה אפרתי. געבוירן אין ראהטין בשנת תר"מ.

עס איז אביסעל א דוחק אז איינער וואס איז געבוירען אין תר"מ האט שוין געהאט א קינד אין תרנ"ד, ועוד אויף מרת טויבא רחל הנ"ל שטייט אז זי איז געבוירען און סטרעטין נישט אין ראהטין (ובדרך אגב וועגען ר' אורי בראנדוויין הנ"ל איז געוועהן א שמועס דא)
מער מסתברא איז אז עס קען זיין טויבא רחל בראנדוויין וואס איז אוועק אין סטרי בשנת תרס"ח אין עלטער פון 39 יאהר (לפי"ז נולדה תרכ"ט) א טאכטער פון משה און אסתר רבקה בראנדדוויין (און אפשר איז דער סימא עלקא בראנדוויין בת שמעלקא זינגער וטויבא רחל בראנדוויין וואס איז אוועק און סטרי בשנת תרס"ח און עלטער פון 15 יאהר, איהר קינד מזיווג ראשון)
אבער ווער איז דער ר' משה בראנדוויין ??
און אז נחוניא איז שוין דא, ווייסט איהר אפשר דברים ברורים בנוגע דער קינדער פון ר' מרדכי מווארשיליווקא ?? (דערווייל האבען מיר בתו דינה (דאכנער?) בנו ר' יצחק מאיר ? (השערה בשפתי צדיקים ע"פ הפרענומעראנטן בהרי בשמים) און אפשר ר' יוסף דוד הגר)

רבי שמואל זאנוויל האט געהאט א זון רבי משה.
רבי מרדכי מווארשאליווקא האט געהאט א טאכטער גיטל אשת ר' שלמה חיים האראדעצקי בן רבי יעקב מטאלנא.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נחוניא האט געשריבן:רבי שמואל זאנוויל האט געהאט א זון רבי משה.

יישר כחך
און ווער איז דאס ר' יעקב מטאלנא ??
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום מאנטאג אקטאבער 28, 2019 12:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:רבי שמואל זאנוויל האט געהאט א זון רבי משה.
רבי מרדכי מווארשאליווקא האט געהאט א טאכטער גיטל אשת ר' שלמה חיים האראדעצקי בן רבי יעקב מטאלנא.

יישר כחך
און ווער איז דאס ר' יעקב מטאלנא ??

רבי יעקב האראדעצקי איז געווען א זון פון רבי דוד האראדעצקי אייניקל פון רבי דוד לייקעס און איידעם פונעם טשערנאבלער מגיד.
רבי יעקב האט געוואוינט אין טאלנא און איז געווען נאמן ביתו פונעם פעטער רבי דוד'ל טאלנער.
ער איז געווען א איידעם ביי רבי ברוך מרדכי מקוידינוב.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נחוניא האט געשריבן:

יישר כחך נאך אמאל (אם נחוניא כאן הכל כאן!!)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:א הערה: ביי דעם געבארט פון מ' שבע (לימים אשת ר' יחיאל ווייך מיאגילניצא?) בת ר' יוסף דוד, האט איר פאטער בכלל נישט קיין פאמיליע נאמען. דער רושם האט ערשט געשריבן אויפן פאטער [לייגט אריין טיטלן במחשבה לכל אחד כראוי לערכו הק'], יוסף דוד בן מענדל האגער, די מוטער, גיטל בת יעקב; דערנאך פארראכטן: פאטער, יוסף דוד חתן מענדל האגער, מוטער, גיטל בת מענדל האגער.
אפשר איז דאס א רמז אז ר' יוסף דוד'ס פאטער האט געהייסן ר' יעקב? ווי דען קומט דעם נאמן דא אריין?

ווער איז דאס ר' יחיאל ווייך מיאגילניצא ?? (און תפארת שבמלכות שטייט בתו שבע'לע נשאה להצדיק ר' שלום הגר בן ר' ברוכ'יל מויזניץ הוא נפטר בצעירתו בדאמיטש והיא נישאה בשנית ליהודי ת"ח ועשיר מפורסם בעיר יאגלינצא שליד טשארקוב)

סך הכל העתקתי מJRI
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

ר' מנחם מענדיל מדעמיטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

איידי דאתי לידן האב איך אביסל מסדר געוועהן דער תולדות פון ר' מענדיל מדאמיטש ע"פ JRI (און אביסל ע"פ תפארת שבמלכות-אלפסי) וכל שיש בידו להוסיף יבוא ויוסיף

ר' מענדיל איז געבוירען בשנת תר"צ צו זיין טאטע ר' דוד מזאבלטוב און זיין מאמע פעסיא לאה בת רמ"ל מסאסוב
ר' מענדיל האט בזיווג ראשון חתונה געהאט מיט שבע בת ר' ישראל מליטנשיץ חתן הרה"ק מאפטא (דער הזמנה איז געדריקט און קובץ שפתי צדיקים ד) דער חתונה איז געוועהן פאר שנת תר"ח (שהרי ר' דוד שנפטר בתר"ח בא על החתום)

    א. בתו גיטיל אשת ר' יוסף דוד הגר/ניישטאט הנ"ל (ע"פ השערה נולדה בערך תר"י)
    ב. בנו שמעלקא נולד בשנת תרכ"ב
בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט מרת חנה בת ר' יוסף דרוביטשער (ב"ר יחיאל מיכל בן ר' יצחק ב"ר יוסף מיאפולא)

    ג. בתו פוליא נולד בשנת תר"נ חתונה געהאט בשנת תר"ע מיט ר' חיים ב"ר אברהם גאלדקלאנג און טויבא קירשנבוים פון צאנז
ר' מענדיל איז נפטר געווארען בשנת תרנ"א אין עלטער פון 61 יאהר

ר' יוסף דוד אין מרת גיטיל האבען געהאט פינף קינדער

    א. ר' אברהם יהושע העשיל נולד בשנת תרל"א
    ב. שבע נולדה בשנת תרל"ד
    ג. דינה רבקה נולדה בשנת תר"מ (אשת ר' אשר הכהן פליגמאן, תפארת שבמלכות)
    ד. ר' יצחק מאיר
    ה. פעסיא לאה אשת ר' חיים שמואל טעסלער (תפארת שבמלכות)
ראי"ה האט חתונה געהאט בשנת תרס"ז צו מרת שרה בת ר' מרדכי ליטוואק וחנה דרוביטשער (אפשר איז דאס זיין שטיף מאמע ??) אלפסי האט פרטים איבער איהם און זיין קינדער ונלאתי להעתיקו

ר' יצחק מאיר האט חתונה געהאט מיט ליבא מירל ליטוואק (אויך פון זיין שטיף מאמע'ס משפחה ?? (ביי זיין קינדער שטייט עפעס וועגען ברעזנא רוסלאנד)) און געהאט א טאכטער שפרה שנפטרה בשנת תרס"ג בת ג שנה געהאט א זוהן מעכל שנפטר בתרס"ה בן תשעה חדשים געהאט א טאכטער רייזל צפורה בשנת תר"ע געהאט א זוהן מרדכי בשנת תרע"א

מרת שבע האט חתונה געהאט מיט ר' שלום בן המקור ברוך (תפארת שבמלכות) ולאחר פטירתו האט זי חתונה געהאט בשנת תרס"ד מיט ר' יחיאל שמחה ווייך (בן ר משה וחוה) פון יאגילניצא און דארט געהאט בשנת תרס"ה א זוהן יוסף דוד ובשנת תרס"ח א זוהן משה

עס איז א פלא אז אלע פינף קינדער פון ר' יוסף דוד הייסען נאך זיין ווייב'ס זייט (אי"ה-אפטא רב שבע-אמה דינה-אשת ר' ישראל מליטשניץ יצחק מאיר-אפטא פעסיא לאה-אם אביה) נאר אויב עס איז ריכטיג אז ער איז געוועהן בן ר' מרדכי מווארשליווקא איז עס פארשטענדליך ווייל עס איז אויך פון זיין זייט (און יוסף דוד האט ער נישט געקענט געבען און דינה רבקה איז טאקע נאך אם אמו) און אזוי אויך איז פארשטענדליך פארוואס זיין איינקליך האב'ן נישט געוויסט צו דערציילען זיין יחוס חוץ אליק ווייל אלץ אנדערש איז שוין נכלל ביחוס רמ"מ מדאמיטש

און אזוי אויך אפשר הייסען דער איינקליך מרדכי און רייזיל נאך דער עלטערן פון ר' יוסף דוד
ווייסט איינער ווען ר' מרדכי מווארשאליווקא איז אוועק ??
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

ר' מנחם מענדיל מדעמיטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

דא איז דא דער מציבה פון ר' יצחק מאיר בן ר' יוסף דוד
יעצט זעה איך אז הרב הסרפד האט שוין עוסק געוועהן אין דער משפחה, האט ער אפשר עפעס צו צולייגען ??
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:דא איז דא דער מציבה פון ר' יצחק מאיר בן ר' יוסף דוד

זענען דא אייניקלעך פון דעם ר' יוסף דוד הגר\נוישטאט וואס זענען אינטערעסירט צו וויסן אויב ער איז געווען א זון פון רבי מרדכי מווארשאליווקא?
אויב יא אפשר זאלן זיי מאכן א דנא טעסט און זען אויב עס שטימט מיט אנדערע אייניקלעך פון רבי ישראל מליטשניץ.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט מרת חנה בת ר' יוסף דרוביטשער (ב"ר יחיאל מיכל בן ר' יצחק ב"ר יוסף מיאפולא)

ראי"ה האט חתונה געהאט בשנת תרס"ז צו מרת שרה בת ר' מרדכי ליטוואק וחנה דרוביטשער (אפשר איז דאס זיין שטיף מאמע ??) אלפסי האט פרטים איבער איהם און זיין קינדער ונלאתי להעתיקו

ר' יצחק מאיר האט חתונה געהאט מיט ליבא מירל ליטוואק (אויך פון זיין שטיף מאמע'ס משפחה ?? (ביי זיין קינדער שטייט עפעס וועגען ברעזנא רוסלאנד)) און געהאט א טאכטער שפרה שנפטרה בשנת תרס"ג בת ג שנה געהאט א זוהן מעכל שנפטר בתרס"ה בן תשעה חדשים געהאט א טאכטער רייזל צפורה בשנת תר"ע געהאט א זוהן מרדכי בשנת תרע"א

אויף ר' יוסף דרוביטשער שרייבט מען אז ער איז געוועהן א איידעם ביי ר' דוד וויינגארטען נכד ר' דוד לאהק'ס, שולשלת לובעשאוו האבען געהייסען וויינגארטען און זיי האבען עפעס מיט ברעזנא, ווייסט איינער מער פרטים איבער ר' דוד וויינגארטען ומשפחתו ?? אדער איבער ר' יוסף דרוביטשער ??
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט מרת חנה בת ר' יוסף דרוביטשער (ב"ר יחיאל מיכל בן ר' יצחק ב"ר יוסף מיאפולא)

אויף ר' יוסף דרוביטשער שרייבט מען אז ער איז געוועהן א איידעם ביי ר' דוד וויינגארטען נכד ר' דוד לאהק'ס, שולשלת לובעשאוו האבען געהייסען וויינגארטען און זיי האבען עפעס מיט ברעזנא, ווייסט איינער מער פרטים איבער ר' דוד וויינגארטען ומשפחתו ?? אדער איבער ר' יוסף דרוביטשער ??

רבי יוסף דראהביטשער נולד בין השנים תק"פ-תקפ"ו. זוגתו פייגא בת ר' שמאי.
יוצ"ח:
א) שיינדל. נולדה כ"א תשרי ת"ר. אשת רבי משה אברהם מראשקוב.
ב) שרה. נולדה כ"ה אדר תר"א. נפטרה י"ד אייר תר"ב.
ג) רבי שמאי. נולד כ"ה חשון תר"ג.
ד) מרדכי. נולד י"ט אב תר"ה. נפטר ג' אלול תר"ה.
ה) חנה חיה. נולדה כ"ד אייר תר"ט. אשת רבי מנחם מענדל מדאמיטש בזיווגו השני.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נחוניא האט געשריבן:רבי יוסף דראהביטשער נולד בין השנים תק"פ-תקפ"ו. זוגתו פייגא בת ר' שמאי.
יוצ"ח:
א) שיינדל. נולדה כ"א תשרי ת"ר. אשת רבי משה אברהם מראשקוב.
ב) שרה. נולדה כ"ה אדר תר"א. נפטרה י"ד אייר תר"ב.
ג) רבי שמאי. נולד כ"ה חשון תר"ג.
ד) מרדכי. נולד י"ט אב תר"ה. נפטר ג' אלול תר"ה.
ה) חנה חיה. נולדה כ"ד אייר תר"ט. אשת רבי מנחם מענדל מדאמיטש בזיווגו השני.

איז מעגליך אז מרת חנה חיה האט חתונה געהאט מיט איינער ר' מרדכי ליטוואק און געהאט א קינד שרה אשת ר' אברהם יהושע העשיל הגר הנ"ל ??
(איך טרעף נישט ווען מרת חנה חיה האט חתונה געהאט מיט רמ"מ אבער זיין ערשטע ווייב מרת שבע איז אוועק בין תרכ"ב לתרל"ד)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:דא איז דא דער מציבה פון ר' יצחק מאיר בן ר' יוסף דוד
יעצט זעה איך אז הרב הסרפד האט שוין עוסק געוועהן אין דער משפחה, האט ער אפשר עפעס צו צולייגען ??

ליידער נישט - איך האב אויך פארגעסן אז איך האב א מאהל געשריבן דערפון!
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:אין מאורי גאליציא ווערט געברענגט ער אז ר׳ יוסף דוד חתן ר׳ מענדל האגער פון דעמיטש - זאבלאטאווער גזע, אז געווען מגזע ״אליק״, כ׳זאה אז יוסף דוד איז טאקע אן אליקער נאמען, ווייסט איינער וועמענ׳ס זוהן ער איז געווען?
אויף איינער פון די זאבלאטאווער רעקארדס, ווערט געברענגט זיין משפחה נאמען ״נוישטאדט״, הגם ביי די אנדערע ווערט ער דערמאנט מיט זיין שווער׳ס נאמען ״יוסל דוד האגער״.

ניחזי אנן ר' יוסף דוד הנ"ל איז געבוירען נישט לאנג נאך דער פטירה פון ר' יוסף דוד מאליק בשנת תר"ט (ער ווערט שוין דערמאנט און דער פרענומעראנטין לספר רביד הזהב משנת תר"ל) איז ער לכאורה געוועהן א קינד פון איינער פון ר' יוסף דוד'ס קינדער (ר' ישראל איז געבוירען בשנת תקע"ט און דער טעכטער נאך שפעטער, ע"פ דער מאמר פון הרב גרובער דא)

פון ר ' יוסף דוד מאליק איז באקאנט זעקס קינדער
ר' צבי אריה מפעלשטין צפת
ר' מרדכי מאליק
ר' ישראל מדעלטין
מרת מירל אשת ר' אליקים געצל מאוסטראה
מרת רייזל אשת ר' מרדכי מווארשיליווקא
מרת שיינא אשת ר' אברהם יהושע העשיל מבאזיליע

פון ר' צבי אריה, ר' מרדכי, און ר' אליקים געציל זענען לכאורה באקאנט אלע קינדער, ר' אברהם יהושע העשיל מבאזיליע האט געהאט א זוהן ר' יוסף דוד מבאזיליע ופורסקרוב, בלייבט איבער ר' מרדכי און ר' ישראל, ר' ישראל האט דאך געהייסען לאנדא איז מער מסתברא אז ער איז געוועהן א זוהן פון ר' מרדכי מווארשיליווקא (אזוי אויך דער נעמען פון דער קינדער פון ר' יוסף דוד זענען אפטא נעמען, הגם עס קען קומען פון זיין שווער וואס איז בזיוו"ר געוועהן א איידעם ביי ר' ישראל מליטשניץ), ווייסט איינער דער משפחה נאמען פון ר' מרדכי ??? (איך מיין אז נחוניא האט אמאל עפעס געשריבען וועגען דעם)

רבי מרדכי מאליק האט געהאט א טאכטער חוואליא געבוירן בשנת תקצ"א און א טאכטער שיינא שרה געבוירן בשנת תקצ"ג.
אפשר האט איינער פון זיי חתונה געהאט מיט עפעס א הרב ניישטאט, און בשנת תר"י בערך געהאט דעם זון ר' יוסף דוד, וועלכער האט שפעטער געטוישט די משפחה נאמען צו האגער.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נחוניא האט געשריבן:רבי מרדכי מאליק האט געהאט א טאכטער חוואליא געבוירן בשנת תקצ"א און א טאכטער שיינא שרה געבוירן בשנת תקצ"ג.
אפשר האט איינער פון זיי חתונה געהאט מיט עפעס א הרב ניישטאט, און בשנת תר"י בערך געהאט דעם זון ר' יוסף דוד, וועלכער האט שפעטער געטוישט די משפחה נאמען צו האגער.

אלץ איז מעגליך אבער ר' מרדכי מווארשיליווקא איז מער מסתברא מכמה טעמי
1. מען וועט דארפען זאגען אז ר' מרדכי מאליק האט געהאט א איידעם וואס האט איבערגעלאזט דורות ונשתכח זכרו לגמרי
2. ר' מרדכי מאליק שרייבט אין א בריוו צו ר' יצחק נעשכיזער משנת תרי"ח בזה"ל (געדריקט אין זכרון טוב)
אבקשה נא את שאהבה נפשי לעורר עלי רחמי שמיא ממקור הרחמים שיזכינו השי"ת ויפקוד אותנו מהרה בזה השנה בזרע של קיימא באריכת ימים ושנים טובים כאשר כבוד תורתו יודע את כל הרפתקאות דעדו עלי מכבר ובפרט וכו', נא ונא העתירו בעדי אל ה' שיעזרני מהרה בזש"ק באי"ט, ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותי די, וגודל בקשתי למחול וליקח פנאי ולשמוע את כל פרטי הדברים שמסרתי ביד המוכ"ז
און אזוי אויך שרייבט ער אין א בריוו צו איהם משנת תרכ"ד
אחדש"ת כראוי לקדוש ישראל באתי לבקש מכבוד תוה"ק לעורר רחמים עלי כי זה ששה ימים אשר בני יחידי יקירא שמעון שלמה בן רחל סימא חיה אינו בקו הבריאות, וביום ה' ולילה שלאחריו היה לו חמימות מאוד ר"ל וכו׳, לזאת אני שולח במכוון את המוכ"ז וגודל בקשתי לעורר רחמים שישלח לו רפואה שלמה מהרה כי אין בכחינו לסבול, השי"ת ירחם עלינו שנזכה לגדלו בנחת באריכות ימים ושנים
איז משמע פון דעם אז בשנת תרי"ח האט ער שוין נישט געהאט קיין זרע אויף דער וועלט און מען טרעפט טאקע נישט קיין זכר פון זיין דריי טעכטער מזיווג ראשון (בשנת תרטו"ב שרייבט ער שוין צו איהם "אשיח ואספר לפני מעכת"ה את דאגתי ויגוני, ומעכת"ה יודע את כל לבי) הגם עס קען זיין אז ער מיינט קינדער אבער איינקליך האט ער יא געהאט
3. דאס וואס איך האב פריער געשריבען וועגען דער פינף נעמען פון ר' י"ד הגר'ס קינדער איז כמדומה לי א שטארקע סמך (ובפרט אז ר' מרדכי'ס ערשטע זיוויג האט שוין זיכער נישט געלעבט)
4. ר' מרדכי איז געוועהן א באקאנטע רבי מיט א הויף און האט געלעבט בערך צעהן יאהר נאך רי"ד הגר'ס חתונה איז עס א חידוש אז דער איינקליך זאלן גארנישט וויסען צו זאגן נאר נכד אליק משא"כ ר' מרדכי מווארשיליווקא איז גאנץ אומבאקאנט

איך זעה אז ר' ישראל מדעליטין קומט אייך נישט אין באטראכט, איז דא א מקור אז ער האט נאר געהאט איין קינד ??
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:איך זעה אז ר' ישראל מדעליטין קומט אייך נישט אין באטראכט, איז דא א מקור אז ער האט נאר געהאט איין קינד?

אינעם צענסוס פון אליק משנת תר"י ווערט נאר דערמאנט ביי אים די טאכטער שרה 15 יאר אלט (=געבוירן תקצ"ה).
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”