התקשרות פון רבי איציקל מפשעווארסק זצ"ל מיט הרה"ק מסאטמאר זצ"ל
הרה"ק המפורסם רבי איציקל מפּשעוואָרסק זצ"ל, האָט דערציילט אַז אין שנת תרפ"א האָט ער צוליב אַ געוויסע סיבה געמוזט זיין אין די ימי האלול אין טשעכיי, האָט ער זיך דורכגערעדט מיט זיין רבי'ן הגה"ק מקאָלאָשיץ זי"ע צו וועמען ער זאָל פאָרן אויף ראש השנה אויב ער וועט נישט אָנקומען אַהיים, האָט דער קאָלאָשיצער רב אים געענטפערט ער זאָל פאָרן קיין אורשיווא צו רבי יואל'ישן ווייל דאָרט וועט ער שפּירן אַן התעוררות. דער קאָלאָשיצער רב האָט זיך אויסגעדריקט בלשון קדשו: "דאָרט וועסטו פילן אַ היימישן טעם".
(דער סאטמאר רבי זי"ע איז דעמאָלט בסך הכל אַלט געווען 43 יאָר).פלעגט רבי איציקל זי"ע מוסיף זיין: איך בין בטבע נישט קיין בעל בכי, אָבער פאָרט דעמאָלט ראש השנה ווען איך בין געווען ביים רבי'ן האָב איך זיך נישט געקענט איינהאַלטן פון וויינען און גיסן טרערן ביי די תפילות און דרשות, קיינמאָל האָב איך נישט אַזויפיל שופך דמעות געווען ווי אין יענעם ראש השנה!
פון דעמאָלט האָט רבי איציקל זי"ע משתוקק געווען צו זיין נאָך אַ ראש השנה ביים סאטמאר רבי'ן זי"ע, און נאָך אויף די עלטערע יאָרן - אין די יאָרן תשכ"ח און תשל"א - ווען רבי איציקל איז שוין געווען גאָר שוואַך און אַלט האָט דער צדיק פאָרט אַלעס אָנגעווענדט, זיך מטלטל געווען בטלטולי דגברא און איז געקומען צו פאָרן פון אַנטווערפּען קיין ניו יאָרק זיך מסתופף צו זיין בצל קדשו פון סאטמאר רבי'ן זי"ע,
(תשכ"ח אויף ראש השנה און תשל"א אויפ'ן ערשטן טאָג סליחות), הערן דעם סאטמאר רבי'נס הייליגע תפילות און זיין צוזאַמען אונטער איין דאַך מיט דעם צדיק הדורות אין אָט די הייליגע טעג.
רבי איציקל האָט דעמאָלט געזאָגט אַז אַלס דעם וואָס דער רבי איז דער צדיק הדור, וואָלט איך זיך נאָך נישט געשלעפּט אַזאַ שווערן וועג, ווייל ס'קומט מיר זייער שווער אָן מחמת חולשתי און ס'איז העכער פון מיינע כוחות, אָבער וויבאַלד דער סאטמאר רבי איז דער איינציגסטער לוחם מלחמות ה' צבאות אינעם דור דאַרף מען צו אים פאָרן מיט מסירות נפש.
הרה"ק רבי איציקל מפּשעוואָרסק זי"ע איז בכלל געבליבן דבוק ומקושר צום סאטמאר רבי'ן, און דער רבי אַליין פלעגט אים אַרויסווייזן גרויס אהבה און אים שטאַרק מעריץ און מחבב געווען מיט גרויס ידידות. רבי איציקל האָט געזאָגט אין יאָר תשכ"ז ווען דער רבי איז אַרויס מיט אַזאַ שטאַרקן פייער קעגן די ציונים, נאָך די זעקס טאָגיגע מלחמה, אַז ער מוז פאָרן צום סאַטמאַר רב אים געבן חיזוק, ווייל ער איז דער איינציגסטער וואָס לאָזט זיך אַזויפיל מבזה זיין פאַרן אויבערשטן! ס'איז נישטאָ בדורינו נאָך איינער וואָס לאָזט זיך אַזוי מבזה זיין פאַרן כבוד שמים, ווי דער סאַטמאַר רב. אויך ווען דער רבי זי"ע האָט באַזוכט אין לאָנדאָן, איז רבי איציקל זי"ע געפאָרן פון אַנטווערפּען לקבל את פני הקודש, און ער האָט דעמאָלט געזאָגט דעם רבי'ן אַז באמת וואָלט ער נישט מחויב געווען צו קומען רבי איציקל האָט זיך דעמאָלט שלעכט געשפּירט, ער האָט געהאַט היץ , אָבער ער איז פאָרט געקומען וויבאַלד דער רבי איז דער איינציגסטער וועלכער איז זיך מבזה פאַר כבוד שמים.
*
אַמאָל ווען ס'איז געקומען צו רבי איציקל איינער פון די חסידים וועלכער האָט זיך מסתופף געווען בצלו פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל ימים נוראים, און ער האָט דערציילט רבי איציקל'ען פון די עבודת הקודש און די דרשות וואָס דער סאטמאר רבי זצ"ל האָט געזאָגט אין ימים נוראים און אין הושענא רבה, האָט זיך רבי איציקל זי"ע אויסגעדריקט בלשון קדשו: "עס איז נאָך דאָ היינט ערליכע אידן אויף די וועלט, אָבער וועמען עס טוט באמת וויי דער כבוד שמים איז ער איינער".
ווי געזאָגט, אין שנת תשכ"ח, איז רבי איציקל פאַרבליבן אין אַמעריקע אויף ראש השנה כדי צו דאַווענען ביים רבי'ן כאָטש זיינע חסידים האָבן אים אַסאַך געבעטן ער זאָל צוריק אַהיימקומען אויף ראש השנה, און ווען איינער פון די מקורבים האָט זיך דעמאָלט מתרעם געווען אַז מחמת הדחק האָט ער נישט געקענט דאַווענען געהעריג, האָט ער געענטפערט: אויך איך האָב נישט געקענט דאַווענען געהעריג, אָבער איך האָב זוכה געווען צו הערן דאָס דאַווענען פון אַ צדיק אמת!
נאָך אין שנת תשל"א ווען ער איז שוין געווען אַלט און זייער שוואַך און נישט געקענט גיין געהעריג אויף די פיס, איז רבי איציקל געפאָרן צום סאטמאר רבי'ן מיט מסירת נפש ממש, זיך מסתופף צו זיין בצילו אינעם ערשטן טאָג סליחות.
*