רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

איטשע האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:א בילד פון א זמירות וואס ר' איציקל האט געגעבן אנשטאט א פאספארט און עס האט א סטעמפ פון 1973 פון ענגלאנד געטוויק עריפארט.


אפשר זענט איר מסביר, דער זיוף פאר׳ן ציבור דא?
אבי געטריבן ליצנות פון די ליינער דא?

מיר האט געשטערט אז די בילד קומט פון א נישט היימישע פלאץ, כאילו כ'דארף מחזק זיין מיין אמונה פון פון צווייפל-האפטיגע פלעצער.
איך האב אלץ געוואוסט פון דעם, און עס איז באקאנט.
נאכ'ן זעהן אז דאס איז א בלויזען זיוף, האב איך פארשטאנען פארוואס דאס קומט. דארט און נישט דא....כידוע.. ..וואס דארפן חיזוק און אמונה.....
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

הסרפד האט געשריבן:הערה: די A פון MAY איז אויס געריבן אין איין שטעמפל, אבער נישט דער צווייטן

ער האט אראפגענומען דעם ליין איז עס געבליבן ליידיג
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

מען קען נאך זעהן א חלק פון די ליין אינעם M.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

איטשע האט געשריבן:מען קען נאך זעהן א חלק פון די ליין אינעם M.

גוט
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

זיידעניו האט געשריבן:בעצם היום אינעם הייליגען טאג יום כיפור הבעל"ט, געפאלט אויס די יארצייט פון דעם צדיק יסוד עולם עטרת תפארת ישראל פועל ישועות בקרב הארץ, כ"ק מרן אדמו"ר הקדוש רבי משה יצחק בן הר"ר נפתלי אלימלך געווירצמאן זצ"ל, אדער ווי די חסידיש'ע וועלט האט אים גערופען ר' איציקל פשעווארסק'ער זי"ע.

אין זיינע יוגנע יאהרען האט מען שוין דערקענט אויף אים זיין אויסערגעווענליכע גינוני קדושה וטהרה. ער האט אמאל דערציילט אז איינמאל אהיימגייענדיג פון חדר מיט זיינע חברים, איז דורך געגאנגען הגה"ק ר' אברהם חיים הורוויץ, דער פלאנטשער רב זי"ע (דער שווער פון הגה"ק מסאטמאר זי"ע בזוו"ר), און ווי נאר ער האט אים באמערקט, האט ער א פרעג געטאן ווער איז דער אינגל? ווען מען האט אים געזאגט אז דאס איז א זון פון ר' נפתלי אלימלך, האט ער זיך אנגערופן "די שכינה רוהט דאך אויף אים". ווען ר' איציקל האט אמאל דערציילט די מעשה האט ער אויסגעפירט מיט גרויס עניוות "איך בין נייגעריג צו וויסן ווער עס וואלט נאך היינט אזוי געזאגט אויף מיר" !
אויף די עלטערע יארען פלעגט ער זיך מחמת ענוותנותו אָפְט מתמרמר זיין אז ער איז זייער זינדיג, און אז ער איז א חוטא ופושע, האט אים אמאל זיין איידעם כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק ר' יענקלע מ'פשעווארסק זצוק"ל געוואלט בארוהיגן, האט ער זיך אנגערופן צו אים, "דער שווער האט שוין פארגעסן וואס דער פלאנטש'ער רב האט מעיד געווען אויפ'ן שווער"? האט ער ג'ענטפערט מיט גרויס שברון לב "יא יא, אבער ליידער ליידער האב איך מיך קאליע געמאכט אין די שפעטערע יארן".

אזוי אויך האט ער געזאגט אמאל רעדנדיג פון זיינע יונגע יארן "ווי עס זעט אויס וואלט איך ווען געווען א לייט, אבער א לייט! , "ווען איך וואלט מיך נישט קאליע געמאכט".
אין יאר תרמ"ו ווען רבי איציק'ל איז אלט געווען פיהר יאר, האט דער הייליגער שינאווער רב געשריבען א בריוו צו ר' נפתלי אלימלך, ווי ער פארלאנגט אז ער זאל אריבערקומען וואוינען קיין שינאווע. ר' נפתלי אלימלך האט תיכף פארלאזט די שטאט גארליץ, און איז אריבער קיין שינאווע. זייט דעמאלס איז דער קליינער משה יצחק נתחנך געווארן און אויפגעצויגן געווארן אין שטוב פון שינאווער רב זי"ע, און ער איז געווען א שטענדיגער יוצא ונכנס ביים שינאווער רב אין שטוב.

ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז ער פלעגט מער זיין ביי זיין פעטער דער שינאווער, ווי ביי זיין טאטען. שוין אין יענע יארען האבן זיינע אויערן אויפגעכאפט אסאך הויכע ענינים וואס זענען איינגעקריצט געווארן אין זיין הארץ אויף די שפעטערע יארן.

אלס קינד האט ער זיך אמאל געשפילט אין הויף מיט הגה"ק ר' חנה האלבערשטאם זי"ע, דער קאלאשיצער רב, אן אייניקל פונעם שינאווער רב. דער שפיל איז געווען אז ר' חנה איז געווען "משיח" און ר' איציקל איז געווען משיח'ס אייזעל, אינצווישן איז דורך געגאנגען דער שינאווער רב, באמערקענדיג דעם שפיל פון די קינדער האט ער זיך פארטראכט און ער האט זיך אנגערופן "אפשר דער פערד פון משיח'ס גבאי"? .

אין די שפעטערע יארען ווען ער האט גערעדט פון די תקופה האט ער דערציילט בזה"ל, "איך בין געווען א ווילד אינגל אבער דארט ווי מען האט געדארפט צו זיין בין איך געווען. אמאל האב איך מיך אינטערגעווארפן אונטער'ן טלית פון שינאווער רב, ווען ער האט געזאגט דאס ווארט "והנורא" האט ער געווארפען מיט'ן עמוד. און ער האט אויסגעפירט יעדעס מאל ווען איך דאווען מיט א געזעצט הארץ, דערמאן איך מיך אז איך האב געזעהן א איד וואס האט געווארפן מיטן עמוד ביי "והנורא".

ווען ער האט געלערנט און די ישיבה און טאָרנע, און עס פלעגט אויסברעכן א וויכוח צווישן די בחורים, און זיי האבן זיך שטארק מפלפל געווען אין לערנען, האט דער קליינער משה יצחק אנטייל גענומען אין דעם פלפול, און אָפְט מאל ווען ער האט איבערגעשטיגען מיט זיין חריפות די אנדערע בחורים האט זיך דער ראש ישיבה הגאון ר' משה אפטער זצ"ל בעמח"ס אמרי יושר צושריגן "אה ! דער הייליגער רב, דער הייליגער רב! " מיינענדיג דערמיט אז מתחלה האט ער געמיינט אז דער שינאווער רב האט אים אריינגעשיקט און די ישיבה ווייל ער איז זיין פעטער, דערווייל האט ער זיך איבערגעצייגט אז ער פאסט זייער גוט אריין צווישן זיינע תלמידים, אדרבא ער איז נאך געווען פון די גרעסטע צווישן זיי.

נאך די חתונה האט ער מוסיף געווען קדושה על קדושתו אויף גאר א שטארקן פארנעם, ער פלעגט פאסטן תעניתים און עוסק זיין בתורה בייטאג און ביינאכט אן קיין הפסק, ער האט זיך אין די שפעטערע יארן אמאל אויסגעדריקט "איך האב דעמאלטס געפאסט זונטאג, מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך, דאנערשטאג".

אמאל איז געווען זייער א שווערער וועטער, אינמיטן ווינטער ווען אינדערויסן האבן געהערשט גרויסע פרעסטן און שווערע שנייען, האט זיך רבי איציקל ארויסגעלאזט אויף שבת קיין צעשינוב, צו זיין רבי'ן הגה"ק רבי שמחה ישכר בער האלבערשטאם זצ"ל דער ציעשינוב'ער רב, ווי זיין רבי האט אים דערזען אנקומענדיג אין אזא וועטער האט ער זיך אנגערופן "מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה",

אמאל איז אין סיביר א איד געקומען צו לויפן מיט א געוואלד צו רבי איציקל זצ"ל פארציילענדיג אז ער איז אנטלאפן פון מיליטער און די סאלדאטן לויפן אים נאך און זיי ווילן אים שיסן, דער רבי האט אים באפוילן אז ער זאל זיך אריינלייגן אין זיין בעט און זיך צודעקן, עס גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט קומען צו לויפן צוויי רוסישע סאלדאטן מיט אויסגעשטרעקטע רעוואלווערס אין זייערע הענט, און שטרענג באפוילן אז ער זאל ארויסגעבן דעם איד, דער רבי האט זיי קאלט אנגעקוקט און געזאגט איר קענט אים זיכן ווי איר ווילט, זיי האבן איבערגעדרייט די גאנצע שטוב, דורך גענישטערט יעדן ווינקל, חוץ אין די בעט, וויבאלד זיי האבן אים נישט געפונען זענען זיי געגאנגען פון ווי זיי זענען געקומען.

א מעשה נורא האט פאסירט מיט ר' איציקל זצ"ל אין יענע תקופה וואס ער האט געוויילט אין קראקא, זיין סדר איז געווען אז ער פלעגט א גאנצע נאכט זיין אויף אין לערנען בהתמדה רבה אין די ווייבער שול פון בית המדרש, שטייענדיג אויף די פיס א גאנצע נאכט, איין נאכט ח' ניסן אינעם טאג פון זיין טאטענס יארצייט, איז ער ווי זיין סדר אויפגעווען און געלערנט, אינמיטן האט ער זיך אראפגעבויגן נעמען די גמרא וואס ער האט געוואלט מסיים זיין צו זיין טאטענס יארצייט, יענע רגע איז דורך געפלויגן א קויל העכער זיין קאפ, און עס האט אים גארנישט פאסירט, עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז קעגן דאס בית המדרש האט געוואוינט א גוי א גרויסער שונא ישראל, און ער האט נישט געקענט פארנעמען דאס אז א איד לערנט מיט אזא התמדה נאכט נאך נאכט, דאס האט אים אזוי געקרענקט ביז ער האט באשלאסן דאס אפצושטעלן איינמאל פאר אלעמאל, אבער ה' רגלי חסידיו ישמור.

אינמיטן ווינטער תש"ט האט ער זיך אוועקגעצויגן פון פוילן קיין פאריז, ווי ער האט געוואוינט א משך פון אכט יאר, אין ער האט דארט אויפגעטון גדולות ונצורות, ער האט זיך באזעצט אינעם אלטן אידישן קווארטל "פלעצל", ווי זיין טיר איז געווארן דער אדרעס פאר די פולע צובראכענע הערצער וואס האבן געזוכט א שטיקעלע טרייסט אין זייער לעבן נאך די פולע צרות וואס איז אויף זיי דורך, צענדליגער אידן האבן זיך צוריקגעקערט צו אן אמת'ן ערליכן תורה לעבן א דאנק זיין התקרבות און חיזוק וואס ער האט זיי געגעבן מיט א ברייטע האנט.

ר' איציקל זצ"ל איז געווען זייער שטארק נאנט מיט'ן הייליגן בעלזער רב הקוה"ט ר' אהרן זי"ע, ער איז עטליכע מאל געפארן קיין ארץ ישראל צום הייליגן בעלזער רב, און ער האט גענאסן פון אים א געוואלדיגע קירבות, יעדעס מאל וואס רבי איציקל איז געקומען צום טיש האט ער אים מכבד געווען מיטן בענטשן, אמאל איז געקומען צום בעלזער רב'ס טיש איינער פון די חשובע רבנים, און די גבאים האבן אים געוואלט מכבד זיין מיטן בענטשן, האט זיך דער בעלזער רב אנגערופן "ווי קען איך מכבד זיין א צווייטן מיטן בענטשן ווען רבי איציקל זיצט ביים טיש".

א מעשה פלא האט פאסירט אין א געוויסן זונטאג אינדערפרי כ"א אב תשי"ז האט רבי איציקל געמאכט "הטבת חלום" פאר א בי"ד של שלשה דערנאך האט ער זיי א פרעג געטאן צו דער סאטמארער רב האט א ברודער, האבן זיי גענטפערט אז דער סאטמארער רב זי"ע האט געהאט איין ברודער דער עצי חיים זי"ע וואס איז שוין נסתלק געווארן א לאנגע צייט צוריק, שפעטער איז אנגעקומען די ידיעה פון די פטירה פונעם בעלזער רב זצ"ל, ויהי לפלא.

אין חודש אדר תשי"ז האט זיך רבי איציקל אריבערגעצויגן קיין אנטווערפן, וואו ער איז שוין פארבליבן וואוינען במשך די צוואנציג יאר ביז צו זיין פטירה.
די שטאט אנטווערפען האט זוכה געווען אז אין איר האט אנגעהויבן שיינען פני מש"ה כחמה, זיין באשיידענע וואוינוג אין בית המדרש'ל אויף 56 מערקאטאר שטראאסע, איז געווארן א צענטראלער צוצואינגס פונקט ווי עס האבן געשטראמט אידן פון די גאנצע וועלט געהאלפן צו ווערן מיט ישועות, רפואות, פרנסה, הונדערטער אידישע שטיבער זענען פון דארט אויפגעראכטן געווארן לשם ולתפארת.

ביי זיינע הייליגע טישען שבת קודש, און ביי מלוה מלכה, ראש חודש, אין ביי יעדע יומא דפגרא, איז געווען א שעת הכושר ווי מען פלעגט זען ביי אים אפענע זאכן פאר חשוכי בנים ל"ע פלעגט ער צו געבן שיריים א "ביין", דאס האט געמיינט אז דער איד איז א געהאלפענער, אמאל ביים טיילן שריים האט זיך צוגעשטופט א איד וואס האט נאר געהאט טעכטער און ער האט געוואלט באקומען א "ביין" האט זיך רבי איציקל אנגערופן צו אים "גיי אוועק, איך דארף דאס האבן פאר די וואס האבן אינגאנצן נישט קיין קינדער…"
רבי איציקל זצ"ל איז אויך געווען שטארק דבוק צו כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט מסאטאמר זי"ע ער פלעגט אסאך מאל פָארן צום סאטמאר'ן רבי'ן זי"ע אויף ימים נוראים. אפילו אין די עלטערע יאהרען, שוין ווען ער איז געווען אלט העכער די תשעים, ווען ער פלעגט זיין ביים סאטמאר'ן רבי'ן ביי די תפלות די הייליגע טעג, פלעג ער צו שטיין נאכין דאווענען צוזאמען מיט'ן סאטמאר'ן רבי'ן זי"ע, ביי די ארון קודש, און ביידע פלעגן וואונטשען לשנה טובה פאר'ן גאנצען ציבור.

סוף זומער תשל"ו איז רבי איציקל געווען אויף אפרוה אין א שטעטל נעבן אנטווערפן, מוצש"ק א' סליחות, איז געקומען א איד זיך מזכיר זיין, איבער עפעס א וויכטיגע ישועה, האט זיך דער רבי ר' איציקל אנגערופן "איך האב נישט קיין כח", און ער האט געזאגט פאר זיין איידעם וואס איז טאקע נאך אים געווען דער ממשיך דרכו כ"ק מרן אדמו"ר מפשעווארסק זי"ע המכונה בפי כל "ר' יענקעלע, האט ער אים געזאגט כהאי לישנא: זעץ דיך אויפן בענקל און נעם קוויטלעך ווייל איך האב נישט קיין כח".

אינמיטן עשרת ימי תשובה איז ער זייער שוואך געווארן, ווען ער האט געדאווענט מנחה און געזאגט "אבינו מלכינו", אנשטאט צו זאגן כתבינו בספר חיים טובים, האט ער געזאגט "חתמינו" אזוי ווי ביי נעילה, ווען דער משב"ק האט אים פאראכטן האט ער געזאגט "עה! חתמינו", און ליידער איז דאס געווען טאקע זיין לעצטע תפילה וואס ער האט מתפלל געווען אויף דעם עולם, אין ער האט שוין טאקע געהאלטען ביי די נעילה.

ומש"ה בן חמש ותשעים שנה לא כהתה עינו ולא נס ליחו, דער זכות פונעם הייליגען צדיק פשעווארסק'ע רבי זצ"ל, זאל מגין זיין אויף גאנץ כלל ישראל, ער זאל איינרייסן אויבען אין הימעל, פאר אלע צעבראכענע הערצער, יעדער איינער מיט וואס ער דארף זאל געהאלפען ווערן, און מיר זאלען אלע גע'חתם'עט ווערן מיט א גמר חתימה טובה, און ער זאל שוין פאר אונז די גאולה שלימה שיקען, בב"א.

מי היה רבי משה אפטער ? אפשר נכד של האמרי משה
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

געהערט פון א איד דעם פארגאנגענעם ראש השנה.

ווען ער איז געווען אין אנטווערפו ביים צדיק. און האט משום איזה סיבה פארשפעטיגט דעם פליגער, און ער האט מער נישט געקענט נוצן דעם טיקעט, און צו קויפן א נייע האט געקאסט א מטבע, זאגט צו אים מיילעך לייפער, אז ער קאן אים פארשאפן א טיקעט (לא להלכה ולא למעשה... ), אבער ער מוז קודם אריינגיין צום צדיק אז די זאך זאל פארן געשמירט. ער גייט אריין צום רבין און פארציילט די מעשה און דער רבי וואונטשט אים אן, און זאגט אז ווען סקומט זיין רייע ביים טישל אין לופטפעלד, זאל ער זאגן ערליך מיט כוונה דעם פסוק והאנשים אשר פתח הבית וכו.

אנקומענדיג צום טישל, אנגעצויגענרהייט שעפשעט ער שטיל דעם פסוק, און די קלוירק פון די נעקסטע טישל רופט זיין קלוירק צו זאגן עפעס, און ער דרייעט זיך אויס צו יענעם צו הערן וואס יענער האט צו זאגן, און אזוי בשעת מעשה זיגלט ער אפ זיין טיקעט....
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14499
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

האט ר' איציקעל געהאט נאך קינדער אויסער די רעביצין פון ר' יענקלע זצ"ל
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הרב_שלום האט געשריבן:האט ר' איציקעל געהאט נאך קינדער אויסער די רעביצין פון ר' יענקלע זצ"ל


זיכער
ער האט געהאט א גאר חשובע זוהן הרה''צ ר' יוסף חיים זצ''ל אין נאך דריי קינדער וואס זיי זענען נעבעך געהארגעט געווארן ביי די ביטערע חורבן צוזאמען מיט דער רעביצין פין רבי איציקל זי''ע

איז נאר געבליבן ווי איר האט דערמאנט דער רעביצין פין ר' יענקעלע זצ''ל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

איז דאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הה"ק רבי יעקלע פשעווארסקער ..
אטעטשמענטס
SENDMORE.jpg
YLV.jpg
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

dovidal האט געשריבן:הה"ק רבי יעקלע פשעווארסקער ..

מה פתאום? הרה"ק רבי יענקעלע חתם א"ע 'מיאשליסק'.

'וויעליטשקער' הוא שם משפחה כידוע, אולי זה שייך למשפחת ר' סענדר חיים אבי הרב ממעלבארן זצ"ל ששם משפחתו במקור היה וויעליטשקער.
להוסיף
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להוסיף »

נתקבל באישי:

החתימה 'יעקב וויעליטשקער' לא קרוב ולא רחוק בכלל לכתי"ק.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

IMG_0151.JPG
IMG_0151.JPG (219.61 KiB) געזען 3580 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ווער איז דער איד וואס שטייט ביי די זייט?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ר' אנשיל גבאי ע"ה

דאס איז אין די קור-ארט באדגאסטיין
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

מומחה יוחס האט געשריבן:ווער איז דער איד וואס שטייט ביי די זייט?

דאכציך דאס איז הרה"ח ר' שלמה כ"ץ ע"ה פון קרית יואל
(ס'זיכער נישט ר' אנשיל נאדל דער גבאי)
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

הרב_שלום האט געשריבן:האט ר' איציקעל געהאט נאך קינדער אויסער די רעביצין פון ר' יענקלע זצ"ל

הנצחה אין איינע פון די פשעווארסקער ספרים
Capture.PNG
Capture.PNG (136.36 KiB) געזען 3408 מאל
נאדווערנער אייניקעל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 3:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאדווערנער אייניקעל »

לויט דעם זעהט אויס אז ר' איציקל האט דעהאט צווי טעכטער, איינער אשת ר' יחזקאל בן האדמו"ר מליזענסק קלויזענבערג, און דער צוויטער אשת ר' יענקעלע זצ"ל.
וואס איז דאס דער נאמען 'אלחנה'? ס'מיינט 'חנא',ס'מיינט 'אלקנה', אדער בכלל 'אלחנן'. וואס איז פשט פון דו 'אלחנה' נאמען, ווער ווייסט?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35240
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הבעש''ט האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ווער איז דער איד וואס שטייט ביי די זייט?

דאכציך דאס איז הרה"ח ר' שלמה כ"ץ ע"ה פון קרית יואל
(ס'זיכער נישט ר' אנשיל נאדל דער גבאי)

וואס עפעס ר' שלמה?
כ'האב מורא אז איר האט בלויז געקענט שוין מיט די אראפגעלאזטע בארד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17015
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נאדווערנער אייניקעל האט געשריבן:לויט דעם זעהט אויס אז ר' איציקל האט דעהאט צווי טעכטער, איינער אשת ר' יחזקאל בן האדמו"ר מליזענסק קלויזענבערג, און דער צוויטער אשת ר' יענקעלע זצ"ל.
וואס איז דאס דער נאמען 'אלחנה'? ס'מיינט 'חנא',ס'מיינט 'אלקנה', אדער בכלל 'אלחנן'. וואס איז פשט פון דו 'אלחנה' נאמען, ווער ווייסט?

האסט פארזעהן די רעבעצין פון דעם 'ר' אלחנה', סאו ער האט געהאט דרי(י) טעכטער.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
וויי. יו. על. (YUL)
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי. יו. על. (YUL) »

איך האב געזען די וואך אין א מכתב פון הרה"ק רבי איציקל ווי ער שרייבט וועגן בעטן וויזע פונעם קאנאדישן קאנסול צו קענען קומען קיין קאנאדא (ער שרייבט דארט אז ער איז נישט קיין אוהב ישראל)
ווייסט איינער אויב הרה"ק רבי איציקל איז אמאל געווען אין קאנאדא ?
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

אין די דריי טעג פונעם יארצייט זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

נאך א בילד אויפן פיאקער ארומגענומען מיט אנשי שלומו

094.jpg
094.jpg (136.25 KiB) געזען 2883 מאל
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

איז שוין ארויסגעקומען אמאל א בוך / ספר איבער די תולדות פון הרה"ק ר' איציקל זי"ע?
הנותן לשכוי בינה...
איך שיהיה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2016 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך שיהיה »

רועה אבן ישראל
פעם התבטא כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע ואמר בדרך צחות שעשיו דיבר יודיש כמו גוי שאמר ולמה זה לי בכורה שפירושו 'פארוואס דאס מיר בכורה' - (אוצר מאמרים משולחן רבותינו א' עמ' 222)
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

בירור יחוס פשעווארסק לאפטא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

הילף מברר צו זיין יחוס רבי איציקל'ס יחוס צום אוהב ישראל מאפטא

דא האב איך געלייגט צוויי אויסצוגן, איינס פון י"ג אורות ח"ב (לשה"ק, אנטווערפן, תש"ס); דער צווייטער פון די דרייצן ליכטיגקייטן (אידיש, ברוקלין, תשס"ד)

בפשטות גייט דער יחוס:
רבי איציקל מפשעווארסק
חתן רבי ישכר דוב הכהן גלאנץ
חתן רבי אברהם יהושע העשיל פרענקל (אשכנזי) מבוקארעסט (ושם זוגתו הרבנית טויבא ע"ה בת בי יהודה זונדל בן מהר"ש מבעלזא)
בן רבי שמואל מזינקוב (בן רבי משולם זלמן נכד בן אחר בן להחכם לצבי)
חתן רבי יצחק מאיר מזינקוב
בן אוהב ישראל מאפטא
אטעטשמענטס
יחוס אפטא לשהק.jpg
יחוס אפטא לשהק.jpg (117.8 KiB) געזען 1842 מאל
יחוס אפטא אידיש.jpg
יחוס אפטא אידיש.jpg (235.57 KiB) געזען 1842 מאל
לעצט פארראכטן דורך ישלהוסיף אום מאנטאג פעברואר 17, 2020 7:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”