סיפורים פונעם אור שבעת הימים דער הייליגער בעש"ט זצוק"ל פאר מוצאי שבת!

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

סיפורים פונעם אור שבעת הימים דער הייליגער בעש"ט זצוק"ל פאר מוצאי שבת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

אינטערעסאנט אז עס איז נאכנישט דא אזא אשכול.
איך האף אי"ה יעדעס וואך ארויפצולייגן א סיפור פונעם בעל שם הקדוש. איך וועל עס נישט לייגן מוצ"ש וויבאלד איך גיי [כמעט] קיינמאל נישט אריין אין אפיס מוצש"ק. איך וועל אי"ה פראבירן ארויפצולייגן דאנערשטאג/פרייטאג, און דערוילעם זאל עס לייענען מוצאי שבת.
און שטייצעך אז איך לייג נישט קיין שלאס אויף דעם אשכול און יעדער קען לייגן א שיינע סיפור - ספעציעל אויב עס מאכט זיך אז איך פארגעס אדער איך קום נישט אן דערצו - און לאמיר האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן.
[איי? צו וואס עפענען אזא אשכול אין א פוירפל מאנטאג?... אה, דער געדאנק איז מיט יעצט איינגעפאלן, ואם לא עכשיו אימתי?!]
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

יישר כח פארן עפענען.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

@לעגאו. זייער א גוטע איידיע אזא אשכול. כ'האף אז די ערשטע פאנגסטו אן מיט די פריבעטשיק מעשה, געדענק צו לייגן דיין ריכטיגע אדרעס ווייל אויב נישט צופאלט די גאנצע מעשה...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מ'דארף נישט לייגן די אדרעס, מ' דארף אוועקריקן דעם פריפעטשיק, און ארויסגראבן ס'אוצר!!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

זייער א פיינע איידיע
פארוואס אבער אין פארברענגען?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

ניס קראכער האט געשריבן:זייער א פיינע איידיע
פארוואס אבער אין פארברענגען?

איך האב מיר אויך גע'יושב'ט וואו עס צו לייגן, אדרבה זאג דו און זאלן עס די אחראים אריבערפירן.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:זייער א פיינע איידיע
פארוואס אבער אין פארברענגען?

איך האב מיר אויך גע'יושב'ט וואו עס צו לייגן, אדרבה זאג דו און זאלן עס די אחראים אריבערפירן.

אריבערגעפירט.
אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן גלעזל »

או הא! גוטע געדאנק, יישר כח פארן עפענען... דארף מען יעצט ווארטן ביז סוף וואך צו זען די ערשטע סיפור.
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

אפשר איז כדאי צו לאזן דעם אשכול פאר קאמענטארן, און די סיפורים אין א באזונדער אשכול.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון ר' אייזיקל קאמארנער זי"ע אין זוהר חי, לחביבת דבריו לאמיר עס ברענגען אריגינעל.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=413
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (182.78 KiB) געזען 2149 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

סיפור למוצאי שבת תולדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

איינמאל ווען דער הייליגער אפטער רב זצוק"ל איז געווען אין שטאט בארדיטשוב האט ער דערציילט:
דער הייליגער בעש"ט איז געפארן אמאל אויפן וועג מיט די תלמידים. אונטערוועגנס האבן זיי זיך אפגעשטעלט פאר א וויילע ביי א קרעטשמע וועלכע האט זיך געפינען עטליכע פרסה נעבן דעם גרויסן שטאט בראד.

פארן זיך געזעגענען פונעם בעל אכסניא האט דער הייליגער בעש"ט געבעטן פונעם בעל הקרעטשמע אז ער זאל אים עפעס בעטן, האט דער בעל אכסניא געזאגט "איך האב ב"ה אלץ וואס איך דארף און עס פעלט מיר גארנישט!". האט דער הייליגער בעש"ט געזאגט "אויב אזוי וויל איך עפעס בעטן פון דיר!". ווי פארשטענדליך האט דער בעל אכסניא באלד צוגעזאגט אז ער וועט אויספירן אלעס וואס דער רבי וועט נאר בעטן פון אים.

דער הייליגער בעש"ט האט זיך אוועקגעזעצט שרייבן א בריוו און דאס גע'חתמ'ט און איינגעקנייטשט, און דאס אדרעסירט: "לקהל בראד, לפרנס החודש פלוני ולפרנס החודש פלוני". דער הייליגער בעש"ט האט דאס איבערגעגעבן פארן קרעטשמער און אים געזאגט "איך וויל אז דו אליין זאלסט זיי איבערגעבן דעם בריוו", דער קרעטשמער האט פארשפראכן דאס אויסצופירן און אריינגעלייגט דעם בריוו אין זיין ביזעם טאש.

דאן האט דער הייליגער בעש"ט געזאגט צום קרעטשמער "איך גלייב אז דו וועסט מיר אצינד באגלייטן..." דער קרעטשמער האט ווי פארשטענדליך זיך באלד צוגעיאגט און געגאנגען איינשפאנען די פערד און אזוי איבערבייגנדיג זיך איבער א קעסטל אינעם שטאל איז דער בריוו אומבאמערקטערהייט ארויסגעפאלן פון זיין טאש אריין אין דעם קאסטן...
דער קרעטשמער האט באגלייט דעם בעש"ט און די גאנצע מעשה מיטן בריוו איז אים ארויס פון קאפ! אין די נאכפאלגענדע שטיק צייט איז ער אפי' אמאל געווען ביים הייליגן בעש"ט און דער בעש"ט האט גארנישט גערעדט מיט אים דערוועגן.

עטליכע יאר איז אריבער און דער הייליגער בעש"ט איז נסתלק געווארן לעולם הבא, און ביים קרעטשמער האט זיך דער ראד א דריי געטון, און ער איז געווארן א יורד, און פארלוירן זיין גאנצע האב און גוטס... יעדע וויילע האט ער פארקויפט נאך חפצים פון שטוב און מיט די געלט וואס ער האט געלייזט דערפון האט ער געשפייזט זיין פאמיליע...

עס איז אדורך "זיבעצן יאר" ווען איין טאג איז דער קרעטשמער געווען פארנומען צו זוכן און נישטערן אין זיין גאנצע הויז וואס צו פארקויפן צו קענען גיין זיך איינהאנדלען א שטיקל ברויט... ווען פלוצים האט ער זיך אנגעשטויסן אין דעם קאסטן אין שטאל און דארט אנטפלעקט דעם בריוו...! דער קרעטשמער האט זיך באלד געכאפט ביים קאפ, אז ווארשיינליך איז דאס גאנצע עניות און עונש פארן נישט אויספירן זיין צוזאג וואס ער האט געגעבן פארן הייליגן בעש"ט...

ער האט זיך נישט פארזוימט קיין מינוט און זיך באלד ארויסגעלאזט אויפן קורצן וועג צום שטאט בראד. אנקומענדיג אין שטאט איז ער באלד צוגעגאנגען צום ביהמ"ד וואו אלע ארימעלייט פלעגן נעכטיגן. און זיך אנגעהויבן נאכפרעגן ביי די שטאט איינוואוינער איבער די צוויי פרנסי החודש מיט די דאזיגע נעמען. אבער אלע האבן געזאגט אז אין די לעצטע צוואנציג יאר זענען נישט געווען פרנסים מיט די געזוכטע נעמען! דאן האט זיך עמיצער אנגערופן "גראדע היינט קומט פאר וואלן פאר די נייע פרנסי החודש, אפשר וועלן די נייע פרנסים טראגן די נעמען..." עודם מדברים און די טיר פון ביהמ"ד פראלט אויף און צוויי קינדער קומען אריין מיט פרייליכע קולות "מזל טוב! פלוני און פלוני האבן יעצט געוואנען די וואלן, און מען טראגט זיי אצינד צו קהל כדי צו זעצן אויפן פאזיציע!"

די האר פון קאפ האט זיך אויפגעשטעלט ביים קרעטשמער הערנדיג גענוי די צוויי נעמען וועלכע זענען געווען אנגעצייכנט אויפן בריוו...!!!
מען האט זיך שנעל באראטן און מחליט געווען זאפארט אריבערצוגיין צו קהל און איבערגעבן דעם בריוו פאר די נייע פרנסים. דער קרעטשמער איז געקומען אין באגלייטונג פון די שטאט'ס-לייט און איינגעמאלדן פאר די צוויי אינגע פרנסים - איינער אין די עלטער פון 20 און איינער אין די עלטער פון 25 - אז ער האט א בריוו פונעם בעש"ט אדרעסירט צו זיי!, די פרנסים האבן זיך צעשמייכלט פון די תמימות פון דעם אידל "דער בעש"ט איז שוין בעולם העליון פאר צוואנציג יאר... ער האט אונז נישט געשיקט קיין בריוו..." אבער דער קרעטשמער האט זיי דערציילט די גאנצע מעשה און זיי דערלאנגט דעם בריוו און זיי האבן אנגעהויבן צו לייענען:

להרבני פלוני ולהרבני פלוני! דער מענטש וואס שטייט פאר אייך מיט דעם בריוו פלעגט צו האבן שיין פרנסה, אבער איז מיט די יארן געווארן א יורד און איז אצינד א ביטערע ארעמאן. איך בעט אז איר זאלט זיך משתדל זיין אים ארויסצוהעלפן אין זיין שווערן מצב און אים אויפרעכטן.
און א ראי' אז דער בריוו איז אמת'דיג: אייערע פרויען שטייען אצינד פאר די געבורט פון א קינד, און מען וועט אייך יעצט קומען מבשר זיין אז די פרוי פון פלוני האט געבוירן א בן זכר און די פרוי פון פלוני האט געבוירן א מיידל!
אונטערגעשריבן: ישראל בעל שם טוב.

זיי האלטן נאך אינמיטן לייענען דעם בריוו ווען די טיר פראלט אויף און א שליח לויפט אריין "מזל טוב! מזל טוב! די פרוי פון פלוני האט געבוירן א אינגל און די פרוי פון פלוני האט געבוירן א מיידל!"

די גאנצע שטאט האט גע'רעש'ט און גערידערט פון דעם וואונדערליכן פאסירונג - פון די גרויסקייט און די ווייטע בליק פונעם הייליגן בעל שם טוב, און אלע שטאט'ס-לייט האבן באווארפן דעם קרעטשמער מיט גרויסע נתינות פון וועלכע ער איז שטארק נתעשר געווארן!

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן, א גוטע וואך.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

א גרויסן דאנק!
זכותו יגן עלינו!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:א גרויסן דאנק!
זכותו יגן עלינו!
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:א גרויסן דאנק!
זכותו יגן עלינו!
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
guar
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2008 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך guar »

ווייסט איינער פארוואס מען רופט דעם בעש"ט מיטן נאמען "אור שבעת הימים"
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מזל טוב מזל טוב כן תהיה לנו!

זכותו יגן עלינו אמן!
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

guar האט געשריבן:ווייסט איינער פארוואס מען רופט דעם בעש"ט מיטן נאמען "אור שבעת הימים"

כ'האב געטראפן עפעס אינעם גליון הדיעה והדיבור (תולדות אהרן).
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איינמאל ווען דער הייליגער אפטער רב זצוק"ל איז געווען אין שטאט בארדיטשוב האט ער דערציילט:
דער הייליגער בעש"ט איז געפארן אמאל אויפן וועג מיט די תלמידים. אונטערוועגנס האבן זיי זיך אפגעשטעלט פאר א וויילע ביי א קרעטשמע וועלכע האט זיך געפינען עטליכע פרסה נעבן דעם גרויסן שטאט בראד.

פארן זיך געזעגענען פונעם בעל אכסניא האט דער הייליגער בעש"ט געבעטן פונעם בעל הקרעטשמע אז ער זאל אים עפעס בעטן, האט דער בעל אכסניא געזאגט "איך האב ב"ה אלץ וואס איך דארף און עס פעלט מיר גארנישט!". האט דער הייליגער בעש"ט געזאגט "אויב אזוי וויל איך עפעס בעטן פון דיר!". ווי פארשטענדליך האט דער בעל אכסניא באלד צוגעזאגט אז ער וועט אויספירן אלעס וואס דער רבי וועט נאר בעטן פון אים.

דער הייליגער בעש"ט האט זיך אוועקגעזעצט שרייבן א בריוו און דאס גע'חתמ'ט און איינגעקנייטשט, און דאס אדרעסירט: "לקהל בראד, לפרנס החודש פלוני ולפרנס החודש פלוני". דער הייליגער בעש"ט האט דאס איבערגעגעבן פארן קרעטשמער און אים געזאגט "איך וויל אז דו אליין זאלסט זיי איבערגעבן דעם בריוו", דער קרעטשמער האט פארשפראכן דאס אויסצופירן און אריינגעלייגט דעם בריוו אין זיין ביזעם טאש.

דאן האט דער הייליגער בעש"ט געזאגט צום קרעטשמער "איך גלייב אז דו וועסט מיר אצינד באגלייטן..." דער קרעטשמער האט ווי פארשטענדליך זיך באלד צוגעיאגט און געגאנגען איינשפאנען די פערד און אזוי איבערבייגנדיג זיך איבער א קעסטל אינעם שטאל איז דער בריוו אומבאמערקטערהייט ארויסגעפאלן פון זיין טאש אריין אין דעם קאסטן...
דער קרעטשמער האט באגלייט דעם בעש"ט און די גאנצע מעשה מיטן בריוו איז אים ארויס פון קאפ! אין די נאכפאלגענדע שטיק צייט איז ער אפי' אמאל געווען ביים הייליגן בעש"ט און דער בעש"ט האט גארנישט גערעדט מיט אים דערוועגן.

עטליכע יאר איז אריבער און דער הייליגער בעש"ט איז נסתלק געווארן לעולם הבא, און ביים קרעטשמער האט זיך דער ראד א דריי געטון, און ער איז געווארן א יורד, און פארלוירן זיין גאנצע האב און גוטס... יעדע וויילע האט ער פארקויפט נאך חפצים פון שטוב און מיט די געלט וואס ער האט געלייזט דערפון האט ער געשפייזט זיין פאמיליע...

עס איז אדורך "זיבעצן יאר" ווען איין טאג איז דער קרעטשמער געווען פארנומען צו זוכן און נישטערן אין זיין גאנצע הויז וואס צו פארקויפן צו קענען גיין זיך איינהאנדלען א שטיקל ברויט... ווען פלוצים האט ער זיך אנגעשטויסן אין דעם קאסטן אין שטאל און דארט אנטפלעקט דעם בריוו...! דער קרעטשמער האט זיך באלד געכאפט ביים קאפ, אז ווארשיינליך איז דאס גאנצע עניות און עונש פארן נישט אויספירן זיין צוזאג וואס ער האט געגעבן פארן הייליגן בעש"ט...

ער האט זיך נישט פארזוימט קיין מינוט און זיך באלד ארויסגעלאזט אויפן קורצן וועג צום שטאט בראד. אנקומענדיג אין שטאט איז ער באלד צוגעגאנגען צום ביהמ"ד וואו אלע ארימעלייט פלעגן נעכטיגן. און זיך אנגעהויבן נאכפרעגן ביי די שטאט איינוואוינער איבער די צוויי פרנסי החודש מיט די דאזיגע נעמען. אבער אלע האבן געזאגט אז אין די לעצטע צוואנציג יאר זענען נישט געווען פרנסים מיט די געזוכטע נעמען! דאן האט זיך עמיצער אנגערופן "גראדע היינט קומט פאר וואלן פאר די נייע פרנסי החודש, אפשר וועלן די נייע פרנסים טראגן די נעמען..." עודם מדברים און די טיר פון ביהמ"ד פראלט אויף און צוויי קינדער קומען אריין מיט פרייליכע קולות "מזל טוב! פלוני און פלוני האבן יעצט געוואנען די וואלן, און מען טראגט זיי אצינד צו קהל כדי צו זעצן אויפן פאזיציע!"

די האר פון קאפ האט זיך אויפגעשטעלט ביים קרעטשמער הערנדיג גענוי די צוויי נעמען וועלכע זענען געווען אנגעצייכנט אויפן בריוו...!!!
מען האט זיך שנעל באראטן און מחליט געווען זאפארט אריבערצוגיין צו קהל און איבערגעבן דעם בריוו פאר די נייע פרנסים. דער קרעטשמער איז געקומען אין באגלייטונג פון די שטאט'ס-לייט און איינגעמאלדן פאר די צוויי אינגע פרנסים - איינער אין די עלטער פון 20 און איינער אין די עלטער פון 25 - אז ער האט א בריוו פונעם בעש"ט אדרעסירט צו זיי!, די פרנסים האבן זיך צעשמייכלט פון די תמימות פון דעם אידל "דער בעש"ט איז שוין בעולם העליון פאר צוואנציג יאר... ער האט אונז נישט געשיקט קיין בריוו..." אבער דער קרעטשמער האט זיי דערציילט די גאנצע מעשה און זיי דערלאנגט דעם בריוו און זיי האבן אנגעהויבן צו לייענען:

להרבני פלוני ולהרבני פלוני! דער מענטש וואס שטייט פאר אייך מיט דעם בריוו פלעגט צו האבן שיין פרנסה, אבער איז מיט די יארן געווארן א יורד און איז אצינד א ביטערע ארעמאן. איך בעט אז איר זאלט זיך משתדל זיין אים ארויסצוהעלפן אין זיין שווערן מצב און אים אויפרעכטן.
און א ראי' אז דער בריוו איז אמת'דיג: אייערע פרויען שטייען אצינד פאר די געבורט פון א קינד, און מען וועט אייך יעצט קומען מבשר זיין אז די פרוי פון פלוני האט געבוירן א בן זכר און די פרוי פון פלוני האט געבוירן א מיידל!
אונטערגעשריבן: ישראל בעל שם טוב.

זיי האלטן נאך אינמיטן לייענען דעם בריוו ווען די טיר פראלט אויף און א שליח לויפט אריין "מזל טוב! מזל טוב! די פרוי פון פלוני האט געבוירן א אינגל און די פרוי פון פלוני האט געבוירן א מיידל!"

די גאנצע שטאט האט גע'רעש'ט און גערידערט פון דעם וואונדערליכן פאסירונג - פון די גרויסקייט און די ווייטע בליק פונעם הייליגן בעל שם טוב, און אלע שטאט'ס-לייט האבן באווארפן דעם קרעטשמער מיט גרויסע נתינות פון וועלכע ער איז שטארק נתעשר געווארן!

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן, א גוטע וואך.

א בעלשעמסקע מעשה!
מקור? ביטע.
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

לעגאו איינער האט דיר שוין מקדים געווען דא
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

סיפור למוצאי שבת ויצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

די וואך לייג איך א קורצערע סיפור, ואתכם הסליחה.

דער הייליגער רוזינער זצוק"ל האט דערציילט: דער בעל שם טוב פלעגט וויינען בלויז צוליב צרות ישראל, און בלויז דריי מאל האט ער געוויינט צוליב זיין אייגענע צער: 1) ווען מען האט אים צוגענומען זיינע מדריגות [ווי באלד דערציילט באריכות], 2) ווען זיין טאכטער הצדיקת אדל איז אריינגעפאלן אין וואסער אין אוסטאמבול אויפן וועג קיין א"י, 3) ווען זיין רביצין איז נפטר געווארן, זאגנדיג: איך האב געמיינט אז איך וועל קענען ליגן אין א"י, אבער אצינד אז מיין האלבע גוף ליגט אין חו"ל זע איך אז מיין אנדערע האלב וועט שוין אויך ליגן אין חו"ל!.

און דער רוזינער האט דערציילט פאר זיין חסיד ר' דודיא [בע"מ תהלה לדוד על השו"ע] בזה"ל: "ווער עס איז געווען דער רבי פונעם בע"ש ווייסטו דאך" [אחי' השילוני]. איינמאל איז ער געקומען צום בע"ש און אים איבערגעגעבן אז אין הימל איז געווען א גרויסע קטרוג אויפן בע"ש, און מען האט מחליט געווען אז מען וועט אויספראבירן דעם בע"ש מיט א גאר גרויסע נסיון, און מען וועט אים אוועקנעמען די מוחין! אבער אזויפיל האב איך געפועלט – האט אחי' השילוני אויסגעפירט – אז איך זאל דיר קענען מבשר זיין אז דאס וועט פאסירן כדי דו זאלסט זיך רישן דערויף!

וכך הוה, דער ס"מ איז געקומען אונטערשטעלן א נסיון פארן הייליגן בע"ש און אלע מדריגות זענען צוגענומען געווארן פון אים, און עס האט שוין געהאלטן ביי רגעים... דאן האט זיך דער הייליגער בע"ש געגעבן א דערמאן: "איך בין דאך געווען א בעש"ט! און אזוי שנעל זאל איך דורכפאלן?!" דער הייליגער בע"ש האט געגעבן א קרעכץ, און דער באשעפער האט געהאלפן אז ער האט צוריקבאקומען די מדריגות און איז ניצול געווארן!

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן, א גוטע וואך!
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

סיפור למוצאי שבת וישלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

דער הייליגער בעש"ט האט אמאל געזען אז עס הערשט א גרויסע קטרוג אויף איינע פון זיינע גאר חשובע און נאנטע תלמידים, און אז עס איז ל"ע נגזר געווארן אויף אים מיתה ר"ל.
דער הייליגער בע"ש האט אנגעהויבן צו פארארבעטן מעשים אפצוראטעווען זיין תלמיד פון דעם גזירה, אבער ער האט נישט געקענט מבטל זיין דעם גזירה. נאך פילע כוחות האט דער הייליגער בע"ש אויסגע'פועל'ט אז מען זאל פארגרינגערן דעם ביטערן גזר דין אין אויסטויש פאר זיבן יאר גלות ליידן!

דער בע"ש האט זיך געאיילט צו איבערגעבן פאר דעם תלמיד וואס דא האט זיך אפגעשפילט און אים פארלייגן די אפציעס, ווי פארשטענדליך האט דער תלמיד תיכף מקבל געווען אויף זיך ענדערש צו גיין גלות ליידן ווי זיך צו שיידן פון דעם וועלט.

אויפן וועג אהיים האט זיך דער תלמיד אריינגעזעצט אין ביהמ"ד און אנגעהויבן צו מאכן א חשבון וויפיל פון זיינע חפצים ער וועט ברויכן פארקויפן צו קענען פארדינען גענוג געלט דערפון זיך צו קענען דערהאלטן ביים לעבן דורכאויס די זיבן גלות יארן, און אזוי מאכנדיג דעם חשבון האט ער איינגעדרימלט... און אט חלומ'ט ער זיך:

אין איינע פון די טעג פון די זיבן יארן, דער תלמיד וואנדערט גולה אחר גולה און אט איין פארנאכטס קומט ער אן צו א גאסט הויז מיטן פלאן צו נעכטיגן דארט, און בעפארן זיך צולייגן איז ער ארויס אביסל שפאצירן אויף די פרישע לופט. און אט זעט ער פונדערווייטנס א ליכטיגקייט ארויסקומען פון א קליין הייזקעלע. פון גרויס נייגער האט ער באשלאסן אהינצוגיין און זען וואס דאס הייזקע איז, אבער צו זיין גרויס וואונדער... ווי מער ער האט זיך דערנענטערט צו דעם הייזל איז דער הייזל מער און מער דערווייטערט געווארן פון אים... אזוי איז ער געגאנגען און געגאנגען ביז ער איז געווארן גאר ערשעפט און פארמאטערט, און אין זיין פארלעגענהייט האט ער זיך אראפגעזעצט אויף א שטיין זיך צו כאפן דעם אטעם, און איז אנטשלאפן געווארן...

ווען ער האט זיך אויפגעכאפט האט ער אנגעהויבן צו גיין ווייטער אין וועג ביז ער איז אנגעקומען צו א גאסט הויז וואו ער האט איבערגענעכטיגט, אינדערפרי ווען דער תלמיד האט געוואלט באצאלן דעם גאסט געבער פארן צושטעלן אזא פיינע אכסניא, האט אים דער גאסט געבער געלאזט צואוויסן טון אז די סארט געלט וואס ער פארמאגט מיט זיך איז גארנישט ווערד אין דעם מדינה... פארלוירענערהייט האט ער אים פארגעשלאגן צו באצאלן מיט זיין גאלדענעם זייגער אבער דער בעל אכסניא האט דאס נישט געוואלט אננעמען, אבער דער תלמיד האט דאך נישט פארמאגט עפעס אנדערש דעריבער האט דער גאסט געבער נאך לאנגע הפצרות מסכים געווען זיך צו לאזן באצאלן מיט דעם גאלדענעם זייגער.

נאך דעם אינצידענט איז דער תלמיד געווארן גאר צעקלאפט ביי זיך, און געטראכט צו זיך אז ווארשיינליך וועט ער אויסגיין פון הונגער אין דעם פלאץ וויבאלד זיין געלט איז גארנישט ווערד דאהי און ער וועט נישט קענען קויפן קיין עסן דערמיט...

בצר לו איז ער ארויסגעגאנגען פונעם גאסט הויז און צו זיין שרעק האט ער אנערקענט אז דער גאנצער לאנד מיט אירע איינוואוינער זענען אים גאר פרעמד און אומבאקאנט, צעבראכענערהייט האט דער תלמיד ארומגעוואנדערט א לאנגע צייט נישט וויסנדיג וואו אהין צו גיין. נאך א לאנגע צייט וואנדערן נע ונד האט ער ענדליך געזען אז ער דערקענט עטוואס דעם פלאץ, אויף זיין אנפראגע ביי דורכגייער וואו ער געפינט זיך האט מען אים גענטפערט אז ער געפינט זיך אין די געגנט פונעם שטאט מעזבוז!... הערנדיג דאס האט ער זיך זייער דערפרייט און באלד געוואנדן זיינע טריט צום שטאט מעזבוז.

...ויקץ משנתו והנה חלום... דער תלמיד טרעפט זיך אינעם ביהמ"ד פונעם בעש"ט און דער הייליגער בעש"ט שטייט נעבן אים און צייגט אים אויפן זייגער אז ער האט געדרימלט קוים עטליכע מינוט... און דער בעש"ט זאגט צו אים: זאלסטו וויסן אז די דאזיגע פאר מינוט וואס דו האסט זיך גע'חלומ'ט, איז פאררעכנט געווארן ווי גאנצע זיבן יאר, און אצינד ביזטו ריין פון יעדע קטרוג און דו וועסט זוכה זיין צו אריכת ימים ושנים!

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן. א גוטע וואך!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:דער הייליגער בעש"ט האט אמאל געזען אז עס הערשט א גרויסע קטרוג אויף איינע פון זיינע גאר חשובע און נאנטע תלמידים, און אז עס איז ל"ע נגזר געווארן אויף אים מיתה ר"ל.

זייער שיין.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

סיפור למוצאי שבת וישב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

לכבוד ההילולא של המגיד ממעזריטש זצוק"ל זי"ע ועכ"י - י"ט כסלו

דער הייליגער בעל התניא האט געהערט פונעם הייליגן מגיד וואס האט געזאגט: "אויב וואלט איך נישט געהערט פונעם בעל שם טוב הק' אליין אז ער איז א יליד אשה, וואלט איך נישט געגעלייבט אז ער איז א יליד אשה!"

נאכן פטירה פונעם הייליגן בע"ש איז געבליבן ביים גרויסן מגיד א פאטשיילע פונעם הייליגן בע"ש, איינמאל האט דער גרויסער מגיד באמערקט אז אויפן פאטשיילע איז פארבליבן עטליכע שטויב\ברעקלעך פון טאביק וואס דער הייליגער בע"ש האט געשמעקט. באמערקענדיג דאס, איז אים באפאלן אזא פחד אזש דער גרויסער מגיד האט אוועקגע'חלש'ט...!

דער גרויסער מגיד האט געזאגט: איך בין גרעסער פון אלע תלמידים פון אונזער גרויסן רבי'ן דער הייליגער בע"ש, מיט דעם וואס איך בין דער איינציגער וואס קען זען בחוש אז יעדעס מאל וואס דער הייליגער בע"ש נעמט אריין א מאכל אין מויל, קומט א פייער פון הימל און איז מאכל דעם מאכל.

איינמאל ערב יום הקדוש זענען דער הייליגער בע"ש און דער גרויסער מגיד געזעצן ביים סעודה, ווען דער גרויסער מגיד האט געזען ווי עס קומט א פייער און איז מאכל די מאכלים וואס דער הייליגער בע"ש לייגט אריין אין מויל. האט אים דער הייליגער בע"ש געזאגט, אז משה רבינו איז אצינד דא געווען און ער האט מיר אויסגעלערנט די כוונות וואס ער האט מכוון געווען ביים עסן בעפאר'ן ארויפגיין אין הימל פאר די ארבעים יום.

דער הייליגער בע"ש האט געזאגט: "אויב וואלט געווען נאך איינער וואס קען זאגן עננו אזויווי איך מיטן מגיד וואלט משיח שוין געקומען!".

זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן. א גוטע וואך!
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

אנטשולדיגט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

אזויווי פאריגע וואך, וועל איך די וואך אויך ווארשיינליך נישט קענען ארויפלייגן א סיפור, סאבסיטוט געזוכט. ערנסט פאראינטערעסירטע זאלן זיך ביטע מעלדן.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”