סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

היסטאריקער האט געשריבן:
ראש חדשים האט געשריבן:
כ״ו אב איז די יארצייט פונעם פעטער ז"ל


[align=justify]ביים ברית פונעם פעטער ז״ל איז געווען מוהל רבי משה ארי' פריינד, און דער וואלאווא'ער רב איז געווען די סנדק. אלעס איז אראפגעשריבען אין א פנקס, עס שטייט דארט אלע קינדער, עס איז געווען מטעם די רעגירונג, דער רב האט געהאט א כח, און מען האט אלעס געמוזט פארשרייבן פונקטליך, אין אמעריקע איז פונקט פארקערט פון דעם, מען טאר נישט ארויפצווינגען קיין רעליגיע.[/align]



אויב איך מעג פרעגן דערויף
מען האט אייביג געוויסט אז דער קדוי"ט איז געווען סנדק און דער ערוגת הבושם מוהל, כידוע אז דער רבי האט געזאגט פאר צעלימער רב ז"ל (אדער פארקערט) אונז האב מיר געהאט דעם זעלבן סנדק און מוהל
אפאר יאר צוריק ווען מ' האט געטראפן די שריפטן פון די רעגירונג אז ר' משה ארי' איז געווען מוהל איז עס געווען א ווינדער, אבער דער פשוטער תירוץ איז אז לעגאל האט מען געשריבן פון א ליגאלער מוהל אין שטאדט, אבער באמת איז דער ערוה"ב געווען


דער גאנצער "כידוע" האט נישט קיין שום האפט, איך ווייס איינער וואס איז עס נאכגעגאנגען סיי אין סאטמאר און סיי אין צעהלים, און עס האט נישט קיין שום מקור ברור.
בכלל האט נישט קיין פשט אז דער ערוגת הבשם וואס איז דעמאלט געווען רב אין הומנא, אויבעלאנד, זאל קומען צו פארן צו א מוהלות ביז קיין סיגוט, א וועג פון באלד א טאג (זיין שטארקען קשר מיטן קדיו"ט האט זיך אנגעפאנגן שפעטער אלס רב אין חוסט וואס איז נאנט צו סיגוט).
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שישא האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
ראש חדשים האט געשריבן:
כ״ו אב איז די יארצייט פונעם פעטער ז"ל


[align=justify]ביים ברית פונעם פעטער ז״ל איז געווען מוהל רבי משה ארי' פריינד, און דער וואלאווא'ער רב איז געווען די סנדק. אלעס איז אראפגעשריבען אין א פנקס, עס שטייט דארט אלע קינדער, עס איז געווען מטעם די רעגירונג, דער רב האט געהאט א כח, און מען האט אלעס געמוזט פארשרייבן פונקטליך, אין אמעריקע איז פונקט פארקערט פון דעם, מען טאר נישט ארויפצווינגען קיין רעליגיע.[/align]



אויב איך מעג פרעגן דערויף
מען האט אייביג געוויסט אז דער קדוי"ט איז געווען סנדק און דער ערוגת הבושם מוהל, כידוע אז דער רבי האט געזאגט פאר צעלימער רב ז"ל (אדער פארקערט) אונז האב מיר געהאט דעם זעלבן סנדק און מוהל
אפאר יאר צוריק ווען מ' האט געטראפן די שריפטן פון די רעגירונג אז ר' משה ארי' איז געווען מוהל איז עס געווען א ווינדער, אבער דער פשוטער תירוץ איז אז לעגאל האט מען געשריבן פון א ליגאלער מוהל אין שטאדט, אבער באמת איז דער ערוה"ב געווען


דער גאנצער "כידוע" האט נישט קיין שום האפט, איך ווייס איינער וואס איז עס נאכגעגאנגען סיי אין סאטמאר און סיי אין צעהלים, און עס האט נישט קיין שום מקור ברור.
בכלל האט נישט קיין פשט אז דער ערוגת הבשם וואס איז דעמאלט געווען רב אין הומנא, אויבעלאנד, זאל קומען צו פארן צו א מוהלות ביז קיין סיגוט, א וועג פון באלד א טאג (זיין שטארקען קשר מיטן קדיו"ט האט זיך אנגעפאנגן שפעטער אלס רב אין חוסט וואס איז נאנט צו סיגוט).

ווען איז די ערוה"ב געווארן רב אין חוסט?
ווען איז דער צעלימער רב געבוירן?
ווייל ביים צעלימער רב איז דער קדושת יו"ט געווען סנדק כמובא בערוה"ב פ' שופטים
און דאס ווארט גייט אז די רבי האט אים געזאגט אונז האב מיר געהאט דעם זעלבן סנדק און מוהל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

מי יודע האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
ראש חדשים האט געשריבן:
כ״ו אב איז די יארצייט פונעם פעטער ז"ל


[align=justify]ביים ברית פונעם פעטער ז״ל איז געווען מוהל רבי משה ארי' פריינד, און דער וואלאווא'ער רב איז געווען די סנדק. אלעס איז אראפגעשריבען אין א פנקס, עס שטייט דארט אלע קינדער, עס איז געווען מטעם די רעגירונג, דער רב האט געהאט א כח, און מען האט אלעס געמוזט פארשרייבן פונקטליך, אין אמעריקע איז פונקט פארקערט פון דעם, מען טאר נישט ארויפצווינגען קיין רעליגיע.[/align]



אויב איך מעג פרעגן דערויף

מען האט אייביג געוויסט אז דער קדוי"ט איז געווען סנדק און דער ערוגת הבושם מוהל, כידוע אז דער רבי האט געזאגט פאר צעלימער רב ז"ל (אדער פארקערט) אונז האב מיר געהאט דעם זעלבן סנדק און מוהל

אפאר יאר צוריק ווען מ' האט געטראפן די שריפטן פון די רעגירונג אז ר' משה ארי' איז געווען מוהל איז עס געווען א ווינדער, אבער דער פשוטער תירוץ איז אז לעגאל האט מען געשריבן פון א ליגאלער מוהל אין שטאדט, אבער באמת איז דער ערוה"ב געווען

איך האב דיין גאנצער הסבר געהערט אמאל ביי א שמועס פון אדמו"ר מהר"א, און קאן זיין אז בשעת דערציילן די מעשיות האט ער עס אויך געזאגט, נאר דער כותב המעשיות האט נישט געכאפט אדער נישט געוואוסט די היסטאריע דערפון


דאס איז זייער שיין מסביר פארוואס ס'שטייט אז ר' משה אריה איז געווען מוהל.
אבער פארוואס זאגט די רבי אז וואלאווע'ער רב געווען סנדק, דאס האט אויך דעדארפט זיין לעגאל?
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

dovidal האט געשריבן:ווי קען מען זעהן דעם שמועס פון רבין שליט"א מיט האדמו"ר מסאדיגער זצ"ל ?


שיק מיר א אימעיל צו [email protected]
וועל איך דער עס שיקן.
איך ווייס נישט ווי אזוי מ'טוהט א לינק פון א PDF
אויב וועט מיר איינער זאגן וועל איך עס ארויף לייגן מיט א לינק.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

עס האט דערציילט ר׳ ישעי׳ קארנבלי וואס ער האט געוואוינט אין סאטמאר, אז עס איז געווען א איד אין שטאט סאטמאר, וואס האט געהאט א שיך געשעפט, ער האט געלאזט אפען זיין געשעפט אום שבת. מען האט פראבירט מיט אלע וועגן אז ער זאל פארמאכן דעם געשעפט אום שבת, דער איז געגאנגען רעדן מיט אים און דער איז געגאנגען, אבער עס האט גארנישט געהאלפן
איין שבת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען איז דער פעטער ז״ל געגאנגען צו א קידוש. - ער פלעגט גיין צו קידוש'ס פון אנשים מכובדים. - ער איז געגאנגען אויף דער גאס און עס זענען אזוי מיטגעגאנגען מיט אים א דרייסיג פערציג אידן. אינמיטן וועג זאגט ר׳ פייבוש וואס איז דעמאלטס געווען די גבאי אז מען גייט יעצט אדורך גיין דעם געשעפט, ווען מען איז אנגעקומען צום געשעפט איז דער פעטער אריין אין געשעפט און האט אויסגעטון די שטריימל און האט געזאגט גוט שבת הער שווארץ (דער איד האט געהייסן שווארץ), און די גאנצע עולם איז אים נאכגעגאנגען און א יעדער האט אויסגעטון די שטריימל און געגריסט גוט שבת הער שווארץ, דערציילט ר׳ ישעי', ער איז געווען דער לעצטער ,ער איז נאך דעמאלטס געווען א יונגל, זאגט ער אז ווען ער איז ארוים איז דער איד צוגעגאנגען צום טיר און האט אראפגעשלעפן די לאדן און האט פארמאכט די געשעפט, און האט מער נישט געעפענט
*

דא איז משמע אז מ׳קען מוחה זיין אויך שיינערהייט, אן שרייען.
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

סופרים שטיבל האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
ראש חדשים האט געשריבן:
כ״ו אב איז די יארצייט פונעם פעטער ז"ל


[align=justify]ביים ברית פונעם פעטער ז״ל איז געווען מוהל רבי משה ארי' פריינד, און דער וואלאווא'ער רב איז געווען די סנדק. אלעס איז אראפגעשריבען אין א פנקס, עס שטייט דארט אלע קינדער, עס איז געווען מטעם די רעגירונג, דער רב האט געהאט א כח, און מען האט אלעס געמוזט פארשרייבן פונקטליך, אין אמעריקע איז פונקט פארקערט פון דעם, מען טאר נישט ארויפצווינגען קיין רעליגיע.[/align]



אויב איך מעג פרעגן דערויף

מען האט אייביג געוויסט אז דער קדוי"ט איז געווען סנדק און דער ערוגת הבושם מוהל, כידוע אז דער רבי האט געזאגט פאר צעלימער רב ז"ל (אדער פארקערט) אונז האב מיר געהאט דעם זעלבן סנדק און מוהל

אפאר יאר צוריק ווען מ' האט געטראפן די שריפטן פון די רעגירונג אז ר' משה ארי' איז געווען מוהל איז עס געווען א ווינדער, אבער דער פשוטער תירוץ איז אז לעגאל האט מען געשריבן פון א ליגאלער מוהל אין שטאדט, אבער באמת איז דער ערוה"ב געווען

איך האב דיין גאנצער הסבר געהערט אמאל ביי א שמועס פון אדמו"ר מהר"א, און קאן זיין אז בשעת דערציילן די מעשיות האט ער עס אויך געזאגט, נאר דער כותב המעשיות האט נישט געכאפט אדער נישט געוואוסט די היסטאריע דערפון


דאס איז זייער שיין מסביר פארוואס ס'שטייט אז ר' משה אריה איז געווען מוהל.
אבער פארוואס זאגט די רבי אז וואלאווע'ער רב געווען סנדק, דאס האט אויך דעדארפט זיין לעגאל?




יעצט געטראפן אפאר שמועסן אין משולחן מלכים בענין זה.

שיחה מיום ד' פרשת שופטים תשע"א

[b]רבינו: [/b]אין סיגוט האט מען דארט געטראפן אינטערעסאנטע דאקומענטן. מ'האט געטראפן פונעם פעטער (מרן רבינו בעל דברי יואל) ז"ל פונקטליך דעם דאטום ווען ער איז געבוירן, ווער ס'איז געווען סנדק און ווער ס'איז געווען מוהל.

האדמו"ר מסקווירא: אפילו די זאכן האבן זיי אלעס פארשריבן? צו פארשרייבן די כיבודים איז אן אינטערעסאנטע זאך, וואס האבן זיי געהאט דערפון?

רבינו: זיי האבן דאס פארשריבן. ביי יעדן איינעם שטייט אויפגעשריבן ווער ס'געווען מוהל און סנדק. ס'האט געהייסן 'מאטריקל'.

האדמו"ר מסקווירא: מסתמא איז דאס א וועג פון קאנטראלירן אלעס, א וועג פון האבן א פיקוח אויף יעדע זאך...

ס'איז געווען א ספק ווער ס'איז געווען סנדק?

רבינו: ס'איז אנדערש ווי מ'האט געוואוסט. מ'האט דא געוואוסט אז דער ערוגת הבושם איז געווען מוהל, און דארט שטייט אן אנדערער מוהל...

האדמו"ר מסקווירא: טאקע? און 'סנדק' ווער איז געווען?

רבינו: דארט שטייט אז דער וואלאווער רב (הגה"ק בי יעקב יוקל טייטלבוים ז"ל בן אחיו וחתנו של מרן הגה"ק בעל ייטב לב ז"ל ומח"ס היטב איטיב), מיין זיידע פון די מאמע'ס זייט.


ובשיחה מיום ה' פרשת בא תשע"ג

רבינו: ס'איז א פלא וואס מ'זאגט נאך אז דער צעהלימער רב ז"ל (הגה"צ ר' לוי יצחק גרינוואלד ז"ל בעל מגדלות מרקחים – דודו זקינו של האדמו"ר מפאפא שליט"א) האט געזאגט פאר'ן פעטער ז"ל (מרן רביה"ק בעל דברי יואל ז"ל) אז זיי האבן געהאט דעם זעלבן סנדק און דעם זעלבן מוהל,[2] ווייל היינט קומט מען דאך צו צו די אלטע ארכיוון, איז מען צוגעקומען צו די ארכיוון אין ראמעניא, אין באניע איז דא די ארכיוון פון סיגוט, און כ'האב געזעהן א קאפיע פון דעם, און דארט שטייט פארצייכנט דער טאג וואס דער פעטער ז"ל איז געבוירן געווארן, און דארט שטייט ווער ס'איז געווען סנדק און ווער ס'איז געווען מוהל, און נישט דער ערוגת הבושם, און דארט שטייט דער נאמען פון וואלאווער רב ז"ל (הגה"ק רבי ישראל יעקב יוקל ט"ב ז"ל).

האדמו"ר מפאפא:
ס'איז זייער שווער צו וויסן...


אויב איינער קען אהער ברענגען וואו די רבי שליט"א זאגט אז דאס איז נאר פארשריבן צוליב וואס עס דארף זיין לעגאל??? וועט עס זייער קלאר ארויס ברענגען די זאך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס איז דער חידוש דא, ברענג נאר אהער אונזערע מאטריקל עקספערטן וועלן זיי אויך זאגן אז נישט אלעמאל האט די דברים ככתבן מיטן מציאות, סיבות קענען זיין טויזענטער א שאד צו שפעקולירן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ראש חדשים
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

המשך רבינו הק'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש חדשים »

בשנות המלחמה

[align=justify]דער פעטער ז"ל איז געווען דער איינציגסטער וואס איז געווען אונטער די רשעים און האט נישט צוגערירט די בארד, ער האט ארום געוויקעלט דעם קאפ מיט א טיכל און געזאגט א תירוץ אז ער האט ציין ווייטאג, און א פלא זיי האבן אים געלאזט, שפעטער נאכן קריג האט אים דער בעלזער רב [הרה"ק מהר"א] געזאגט "סאטמאר רב איך בין אייך מקנא" - ער האט יא אפגעשניטן בלית ברירה
]וזה לשון רבינו שליט"א במעמד אסיפה כללי כ' סיון תשע"ח - דער רבי זכרונו לברכה איז געווען א יחיד בדורו, ער איז ניצול געווארן מצפרני הרשעים מיטן צלם אלקים על פניו, די דיוקנא קדישא ונזר אלקיו על ראשו, דאס איז שמן משחת קודש, "דאס איז פון הימל א ראי' סייעתא דשמיא לכל דבריו", קיינער האט צו דעם נישט זוכה געווען, יהי' מה שיהי', וד' עמו שהלכה כמותו בכל מקום, נגד יהי' מי שיהי', קיינער האט נישט זוכה געווען צו דעם קיין שום צדיק קיין שום גדול שבעולם, ס'זאל זיין נכנס בשלום ויצא בשלום מיט'ן צלם אלקים על ראשו].
*
איך האב געהערט ווי אזוי ר' יוסל אשכנזי האט פארציילט פאר'ן טאטן ז"ל, ער איז געווען צוזאמען אין בערגן-בעלזן, עס איז געקומען שמחת תורה דארף מען דאך פראווען הקפות, עס איז נישט געווען קיין מענטשן, האט ער געזאגט פאר ר' יוסל "דו זינג", און ר' יוסל האט געזינגען און ער האט געטאנצן שעות ארוכות ארום די בעט, אזוי מיט איין מענטש.[/align]
על אדמת אמעריקע

[align=justify]מ'זאגט אז אמאל האט מען געזאגט פארן פעטער ז"ל אז דאהי אין אמעריקע קען מען נישט אויפטוהן פאר אידישקייט, ווייל ס'איז נישט געווען דא קיין תלמידי בעש"ט הק', האט ער עס נישט געוואלט אפקויפן, נאר ער האט געזאגט "אז דער באשעפער איז דא, קען תורה אויך זיין דא", מ'קען דא אין אמעריקע אויך טוהן.
דאס ערשטע יאר האב ער נאך געטראכט פון צוריק פארן, אבער ווען ער האט באשלאסן צו בלייבן דא, האט ער באשלאסן אז מ'קען יא, און מ'וועט דא אין אמעריקע בויען אידישקייט, ער האט אויפגעאקערט אמעריקע, ס'איז נישט צוגלייבן וואס היינט איז דא אין אמעריקע, מ'האט זיך אזאנס נישט געקענט פארשטעלן אמאל, דאס אידישקייט, דאס ערליכקייט, תלמוד תורה'ס, ישיבות, ערליכע אינגלעך, ערליכע מיידלעך, נשים צדקניות, בני ישיבות אין ערליכע בעלי בתים.
*
ווען ער איז ארויס געקומען אויף אמעריקא, איז ער געווען דער איינציגסטער שטריימל אויפן גאס, קיינער איז נישט געגאנגען אויפן גאס מיט א שטריימל. איז ער אמאל געגאנגען אין גאס מיט ר' יוסל, ר' יוסל איז געגאנגען מיט א הוט און דער פעטער איז געגאנגען מיט א שטריימל, און ר' יוסל ווייזט פארן רבי'ן, "דער רבי זאל זעהן אז מען לאכט". זאגט ער אים, ווער זאגט אז מ'לאכט פון מיין שטריימל, אפשר לאכט מען פון דיין הוט.
דאהי האט דער רבי דאס געפאדערט פונעם עולם, דא איז אמעריקא, יעדער קען טון וואס ער וויל, גייטס מיט שטריימלעך אויפן גאס. אינדערהיים, אין די גרויסע שטעט, פעסט, דעברעצין, [נישט אין סאטמאר, ארשיווע, דאס זענען געווען קליינע שטעט], אז א פאליציי האט געזעהן אין גאס מיט א שטריימל, האט ער געקענט אראפלאזן צוויי פעטש, אדער נעמען אין פאליציי אמט, אבער אין אמעריקע איז פריי.
]איך געדענק ווען איך בין געווען א קינד, בין איך געגאנגען מיט לאנגע אראפגעלאזטע פיאות, סתם קינדער זענען געגאנגען מיט ארויפגעדרייטע פיאות אויפן אויער, און מען האט מיר נאכגעשריגען, "דו מיט די פיאות!, דו מאכסט א חילול השם!' איך בין געווען א קינד, כ'האב נישט געוואוסט וואס כיהאב שלעכטס געטוהן.[
דעמאלטס איז געווען די מקוה אין וומס"ב אויף דיוויזשאן, איז דער פעטער אמאל געגאנגען שבת אין מקוה, איז געזעסן אן אמעריקאנער איד, און ווען דער פעטער איז געקומען מיטן שטריימל, האט ער צוזאמגעפאטשט די הענט און געזאגט "א בראך אויף דיר אמעריקע, אין אמעריקע מיט א שטריימל!''. דער פעטער האט עם געהערט, איז עס אים געפאלן, און ער האט געזאגט, יא! דורכגעבראכן אמעריקא, אין אמעריקא א שטריימעל!.
*
עס איז געווען אין די בראשית יארן וואס ער איז געקומען קיין אמעריקע, ווען די עניות איז געווען ביי אים זייער גרויס, און ער האט געהאט אסאך חובות, יענע צייט איז געווען א אידענע וואס האט געשטאמט פון א חסיד'שע משפחה פון דערהיים, זי איז געקומען קיין אמעריקע פריער און האט דא חתונה געהאט מיט איינעם. זיי זענען געווארן אמעריקאניזירט, און זיי האבן אלעס אפגעלאזט, אבער געלט האבן זיי געהאט, ער איז אריין אין מסחר און האט שיין מצליח געווען.
איין טאג האט ער זיך אפגעזעגענט, איז זי געבליבן אזוי אליינס, און זי האט זיך בארעכענט פון וואו זי שטאמט און זי האט באקומען א הרהור תשובה. איז זי געקומען צו די רעביצין אז זי זאל אריינגיין מיט איר צום רבי'ן בעטן א וועג ווי אזוי תשובה צו טון. זיי זענען אריין צום פעטער ז"ל, האט דער פעטער געזאגט אז זי איז דאך אן עלטערע פרוי און מען קען איר נישט הייסן פאסטן, האט ער געזאגט אז עס איז א שווערע שאלה און זי זאל צוריק קומען די אנדערע וואך. זי איז צוריקגעקומען די אנדערע וואך, און זי האט געזאגט אז זי האט אסאך געלט און איז גרייט זיך צו לאזן קאסטן, האט דער פעטער געזאגט די ערשטע זאך פון יעצט און ווייטער זאל זי זיך פירן אידיש, און אויף וואס עס איז געוועזן האט ער געזאגט וחטאך בצדקה פרוק, און זאל געבן א יעדע חודש א געוויסע סכום פאר ישיבה תורה ודעת - תורה ודעת איז דעמאלטס געווען די איינציגסטע ישיבה, עס האט געהייסן די ישיבה.
ווען זי איז ארויס איז די רעביצין אריינגעקומען זאגן אז מ'לעבט דאך מיט חובות און די געלט וואלט געקענט זיין א גרויסע ישועה. - דעמאלטס האט ער נאכנישט געהאט אפילו קיין מוסדות, ער האט נאך געהאט חובות פון ארץ ישראל ־ האט דער פעטער ז"ל געזאגט נעמען פאר זיך איז נישט קיין קונץ. - ווייל ער האט נישט געוואלט נעמען געלט פון חילול שבת, אבער געזאגט האט ער אז פאר זיך איז נישט קיין קונץ צו נעמען - מען קען זאגן נאך טעמים אויך.
*
דער פעטער ז"ל איז געווען אין שיקאגא תש"ח און ער האט געשאפן דארט פינעף טויזענט דאלער, עס איז געווען א גרויסע סכום בימים ההם תש"ח, למעשה פאר ער איז אהיימגעפארן איז מען אריינגעקומען צו אים מיט א שאלה אויף די מקוה, און ער איז געגאנגען קוקן, און האט געזעהן אז עס איז דא נאך שאלות, און ער איז נישט געווען צופרידן פון דעם, האט ער געפרעגט פארוואס פאררעכט מען עס נישט?, האט מען געזאגט ווייל קיינער האט נישט קיין געפיל דערצו, האט ער אוועקגעגעבן די גאנצע פינעף טויזענט דאלער צו פאררעכטן די מקוה, איז ער אהיים געפארן אן גארנישט, און ער האט נאך געדארפט צובארגן, און ער איז נאך געבליבן א בעל חוב.[/align]
מלחמתו עם קליפת הציונית

[align=justify]בשנת תש"ח, איז געווען א מרידה במלכות שמים, ווען פושעים, פוקרים, ועוקרי הדת האבן אראפגעשטעלט א מלכות המינות בארצינו הקדושה, און זיי האבן געשטעלט די מדינה אויף עקירת הדת, זיי האבן געוואלט עוקר זיין דעם דת, און טוישן דאס כלל ישראל פאר א אנדערע מהות.
איך האב געהערט פונעם טאטן ז"ל, ס'איז געווען פרשת יתרו תש"ח, ס'איז געווען פרייטאג צונאכטס נאכן טיש ביים פעטער ז"ל אין צימער איז געווען טונקל, דער טאטע ז"ל איז געווען דארט אין צימער, דעמאלטס האט מען גערעדט אז מ'גייט מאכן א מדינה, איז אריינגעקומען א איד ר' מאיר שענקלעווסקי האט ער געהייסן, ער איז געווען פון די אגודה, האט ער דערציילט נייעס פארן פעטער, אז ווי עס זעהט אויס וועט זיין א מדינה.
ער איז געקומען צום פעטער זיך שואל עצה זיין, היות מ'וועט מאכן א מדינה וועט מען דאך אויך מאכן א רעגירונג, און די אגודה וועט אויך אריינגיין אין די רעגירונג, - אזוי שטעלט ער זיך פאר - ממילא טראכט ער אריין וועלכע מיניסטעריום וועט מען געבן פאר די אגודה? 'פארטיידוגונס מיניסטעריום', פארשטייט ער אז דאס דארף מען געבן פאר א גענעראל, פאר אן אפיציר, 'פינאנאץ מיניסטעריום' פארשטייט ער אויך אז דאס איז אויך נישט פאר די אגודה, דאס דארף מען געבן פאר א באנקירער, האט ער געזאגט אז ער פארשטייט אז 'אויסערן מיניסטעריום' דאס פאסט פאר די מדינה אז ס'זאל זיי א איד מיט א בארד.. ממילא לפי דעתו וועט איטשע מאיר לעווין אוודאי זיין אויסערן מיניסטער, אזוי האט ער פאנטאזירט.
מילא אז איטשע מאיר וועט ווערן אויסערן מיניסטער וועט יעדער פון די אגודה באקומען עפעס א פאסטן, און ער פארשטייט אז מ'וועט עפענען א קאנסול אין ניו יארק, נו, אז מ'וועט עפענען א קאנסול אין ניו יארק, וועמען וועט מען נעמען אלס דער קאנסול אין ניו יארק? פארשטייט ער אז מ'וועט אים נעמען - אזוי האט ער געזאגט אויף זיך, - ווייל ער איז א גרויסער אגודה פירער, און ער איז פאסיג צו זיין דער קאנסול" איז ער געקומען זיך שואל עצה זיין מיט'ן פעטער צי ער זאל דאס אננעמען צי נישט, דאס איז געווען זיין מחשבה.
דאט דער רבי געגעבן א שפרינג אויף פון בענקל, און זיך אויסגעדריקט מיט זייער א שארף לשון: עס איז ביי מיר ברור בלי שום ספק אזוי ווי איך גלייב באמונה שלימה, אזוי ווי דער אויבערשטער האט געגעבן די תורה פאר אידישע קינדער, אז ס'וועט קיין אידישע מדינה נישט זיין", ער איז ממש ארויס פון די כלים.
נאכדעם האט ער זיך אראפגעזעצט און ער האט זיך בארואיגט, האט ער געזאגט פאר'ן טאטן ז"ל "איך גלייב נישט אז נאך דעם ביטערן חורבן, אז דער אויבערשטער וועט נאך שיקן אזא נסיון פאר אידישע קינדער פאר ביאת המשיח.
אזוי האט דער רבי ז"ל געזאגט פארן טאטן, ז"ל, דער טאטע האט דאס אסאך מאל דערציילט.
*
ווען עס איז געווארן די מדינה האבן זיי געדארפט האבן א מיליטער - דאס פארשטייט יעדער אז א מדינה דארף האבן א מיליטער וואס האט געפירט זייערע מלחמות - האבן זיי געמאכט א געזעץ אז יעדער איינער דארף גיין אין מיליטער, דעמאלטס איז געווארן 'חוק גיוס חובה', ס'איז א בושה צו זאגן אבער אסאך חרד'ישע אידן, היימישע אידן, זענען דעמאלטס געגאנגען אין מיליטער, זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה מ'האט זיי געצווינגען.
דעמאלטס איז געווען 400 בחורים און אינגעלייט וואס האבן געלערנט אין ישיבות, און מטעם זייער חוק האט דער זיכערהייט מיניסטער געקענט געבן א פטור פאר וועמען זיי האבן געוואלט אז זיי דארפן נישט גיין דינען אין מיליטער און די דעמאלטס'דיגע מנהיגים - זיי ליגן שוין לאנג אין פינסטערן גיהנם - האבן געזאגט אז פאר 400 בחורים איז נישט כדאי צו מאכן אן עסק, ווייל עס וועט מילא אונטערגיין, עפרא לפומי'. ביי די ראשי הציונים איז געווען א דבר ברור אז ערליכע אידן וועלן נישט האבן קיין קיום אין זייער מדינה.
מיט עטליכע יאר צוריק איז געווען אין קרית יואל א אינגערמאן, אן אייניקל פון איינעם פון די ראשי המדינה פון דעמאלטס, אן עכט חסיד'ישער אינגערמאן, ער איז געווען ביי מיר אין שטוב, האט ער דערציילט אז ווען ער איז געווען א אינגל איז ער געפארן מיט זיין זיידן אין די קאר, ער האט נישט געקענט קיין פרומע אידן קיינמאל, און ווען מען איז דורכגעפארן די פרומע געגענט אין ירושלים האט ער געזעהן פרומע אידן, האט ער געפרעגט דעם זיידן זיידע, וואס איז דאס?, האט דער זיידע געזאגט עה, דאס איז נאר א צייטווייליגע זאך, ס'וועט נישט אנהאלטן, דאס איז געווען זייער פלאן.
זיי האבן זיך נישט געכאפט דעמאלטס וואם עס וועט זיין דער מציאות, בליעה"ר היינט צוטאגס ווען עס זענען דא העכער 40 טויזנט בני הישיבות בחורים און אינגעלייט וואס זיצן און לערנען און גייען נישט אין מיליטער.
*
איך האב זוכה געווען צו זיין כמה פעמים בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רביה"ק זי"ע בשעת ווען ער האט גערעדט אין שטוב איבער די קליפה הציונות, און די גזירות וואס זיי זענען גוזר אויף ערליכע אידן מיטן ציל אז עס זאל ח"ו נישט בלייבן קיין זכר פון אידישע קינדער, פלעגט מען זעהן פון זיינע ווערטער ווי ער זעהט אין אלע מעשים פון די ציונים א ביטערע טומאה און א קליפה וואס הערשט אויף די וועלט.
עס איז געווען בערך תשכ"ג, כ'בין נאך געווען א בחור, איז געווען דאס ערשטע מאל וואס דער פויבסט איז דעמאלטס געקומען צו פארן קיין ארץ ישראל, עס איז געווען אזא נייעס, יעדער האט גערעדט דערפון, יעדער האט געשמועסט, עס איז געווען אזא גאנצע עסק, דער פעטער ז"ל האט דאס אבער אנדערש אנגעקוקט, כ'בין געווען דעמאלטס ביים פעטער אין שטוב, ווען ער האט גערעדט דערפון, ער האט דאס אנגעקוקט מיט אזא בליק אז די קליפה הציונית מיט די קאטוילישע קליפה האבן זיך צוזאמגעשטעלט, ער האט דאס אנגעקוקט עפעס אזוי ווי די ראש כוחות פון די צוויי טומאה האבן יעצט אן התחברות, ער האט גערעדט דערפון מיט אזא ווייטאג, דעמאלטס האט מען נישט געקענט זעהן קיין שמייכל אויף אים.
עס ליגט מיר אין זכרון ווי ער האט געזאגט אזא אויסדרוק, עס איז געועון אינטערעסאנט געדענק איך עס נאך, ער האט עס געזאגט אויף דעם וואס די ציונים האבן געמאכט א גאנצע עסק און פאמפע איבעראל וואו דער פויבסט האט באזוכט - "וואו ער לייגט נאר אראפ די לאפע - געווענליך זאגט מען אזא לשון נאר אויף א בהמה - איז ביי זיי א חשיבות..."
*
איינמאל ווען איך בין געווען ביים פעטער ז"ל אין שטוב, דעמאלטס איז געווען א מדובר פון ניתוחי מתים, עם איז געווען א גרויסער קאך דערוועגן, איך געדענק ווי ער איז געזעסן אין שטוב, און עס ליגט מיר אין זכרון וואס ער האט דעמאלטס געזאגט בזה הלשון:
"איך פארכט מיך, ס'וועט קומען א צייט אן ערליכער איד וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל". האט דער פעטער ז"ל געזאגט בלש"ק "עס איז דא א חוק חינוך חובה, אז יעדעס אינגל מוז לערנען די לימודים וואס די רעגירונג באפעלט, דאם הייסט ווי היינט - תכנית ליבה - אז נישט קען מען אפשפארן דעם בית חינוך, דאס ווענדט זיך אינעם 'בילדונגם מיניסטער' (שר החינוך), אז ער באשליסט קען ער אפשפארן אלע תלמוד תורות".
"צווייטנס, ניתוחי מתים, דער געזעץ לאזט שניידן יעדן נפטר, ס'ווענט זיך אינעם 'געזונטהייט מיניסטער' (שר הבריאות). "דריטנס - האט ער געזאגט - אלע בחורים זענען מחויב חוק גיוס חובה צו גיין אין מיליטער, עס ווענדט זיך אינעם 'פארטיידוגונגס מיניסטער' (שר הבטחון), אז ער ערלויבט נישט צו גיין... ס'איז נישטא קיין געזעץ וואס פטר'ט בני הישיבה פון מיליטער, מ'איז תלוי אין די 'גוטסקייט' פונעם מיניסטער, זאל ער באשליסן אז מ'זאל מוזן גיין, מוז מען יעדער גיין אין מיליטער.
האט ער געזאגט בלשון קדשו "איך פארכט זיך, עס וועט קומען דער טאג וואס אן ערליכער איד וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל".
איך געדענק די ווערטער ווי דער פעטער ז"ל האט דאס געזאגט בשעתו, איך האב דאס דעמאלטס נישט פארשטאנען ווי אזוי דאס ארבעט בכלל, היינט פארשטיי איך דאס שוין ליידער.[/align]
גדולתו בתורה

[align=justify]ער איז געפארן אויף א שבת אין דעבריצין אין יאהר תש"ב. און דער דעברעצינער רב [הגה"צ מגדולי פוסקי דורינו רבי משה שטערן זצ"ל אב"ד דעברעצין בעל מחבר שו"ת באר משה] וואס האט געוואוינט דארט איז נאך געווען א אינגערמאן, זיין זיידע [הגאון הגדול רבי שלמה צבי שטראסער זצ"ל] איז געווען דעמאלטס רב אין דעברעצין, איז ער אריינגעגאנגען צום רבי'ן פרעגן קשיות וואס ער האט געהאט ביים לערנען, האט ער געפרעגט צוויי קשיות אויף די סוגיא וואס ער האט געלערנט. איז אריינגעקומען די גבאי ר פייביש [ה"ה הרב החסיד ר שרגא פייביש אשכנזי ז"ל הי"ד, משב"ק] און ער האט געדארפט רעדן דריגנט מיט'ן רבי'ן - עפעס איז פארגעקומען זייער דריגנט און מען האט אים ארויסגעשיקט פאר די רבי האט אים געענטפערט, שפעטער האט מען שוין נישט געקענט אריינגיין צום רבי'ן צוליב די צרות, און ער האט נישט באקומען א תירוץ, מיט א פאר יאר שפעטער דא אין אמעריקא איז ער געקומען צום רבי'ן שוין אלס דעברעצינער רב (נאכ'ן קריג איז ער געווארן דעברעצינער רב), ס'איז שוין געווען מיט צען יאר שפעטער, איז ער אריינגעגאנגען צום רבי'ן, די ערשטע פרעגט איהם דער רבי, וואס איז מיט די צוויי קשיות.. ער האט אים געענטפערט די קשיות. אזוי גוט האט ער געדענקט יעדע זאך.
*
אין יאר תשי"ב ווען ער איז געפארן קיין ארץ ישראל, איז ער דורך געפארן די שטאט פאריז, דארט איז געווען די ישיבה פון הגאון רבי גרשון ליבערמאן זצ"ל [תלמיד ישיבת נאווארדאק, מגדולי בעלי המוסר], ער האט שוין דעמאלטס געהאט א ישיבה. האט ער גערופן דעם פעטער ז"ל אז ער זאל פארהערן די בחורים.
זיי האבן געהאלטן אינמיטן לערנען מסכת בבא מציעא פרק שנים אוחזין (י' ע"א), די סוגיא פון 'ד' אמות של אדם קונה ברשות הרבים', ווער עס לערענט די סוגיא ווייסט, אז 'ד' אמות של אדם קונה' איז א תקנתא דרבנן, כדי מען זאל זיך נישט קריגן. אינמיטן פארהערן האט דער פעטער ז"ל געזאגט, עס איז דא וואס האלטן א עם איז א דאורייתא, מען האט דאס אוועק געמאכט, ווייל דארט אין די סוגיא, איז קלאר אז עס איז נאר א דרבנן. האט ער [ר' גרשון ליבערמאן[ געזאגט, יא דער רבי קען אלעס. שפעטער האבן זיי געזוכט און זיי האבן געטראפן אז עס איז דא א ירושלמי (בבא מציעא פ"א ה"ד) וואס זאגט, אז מען לערנט דאס ארויס פון א פסוק ביי דוד המלך (דברי הימים א כב יד), וואס לויט דעם איז עס א דאורייתא.
*
ער איז אמאל געזיצן מיט רבנים, און איינע פון די רבנים האט נאכגעזאגט א חתם סופר, האט דער פעטער זיך אנגערופן: "עס איז נישט דא אזא חתם סופר", האט דער רב האט געזאגט: "וואס הייסט, איך האב עס דאך געזען אינעם חתם סופר", האט דער פעטער נאכאמאל געזאגט: "עס איז נישט דא אזא חתם סופר". שפעטער איז דער רב געגאנגען נאך זוכן דעם חתם סופר, ביז ער האט געטראפן אז עס איז א "חתן סופר" וואס ברענגט עס אראפ פונעם זיידן דער חתם סופר, אבער עס שטייט נישט אין חתם סופר אליין.
נאכן קריג עס איז געווען בערך תש"ח, און מען האט אים גערופען צו רעדן א דרשה אין ישיבת קליוולאנד, ער האט געפרעגט וועלכע מסכת מען לערנט, האבן זיי געענטפערט מסכת נדרים, און ר' יוסל האט געוואוסט אז דער רבי האט נישט געלערנט דעמאלטס נדרים, האט ער - ווי א גבאי - פראבירט אפצושטופן אז דער רבי קען יעצט נישט, צום סוף האט ער געזאגט א שיעור פון צוויי שעה.
*
עס איז געווען אמאל וואס איינע פון די גרויסע מושלים פון די מדינה, מיט די משפחה נאמען נחתומי, וואס איז געקומען קיין אמעריקע, זיין ווייב האט עפעם איין געשמאגלט אריבער די גרעניץ קיין אמעריקע, און מען האט איר געכאפט ביי די מעשה און מען האט איר ארעסטירט. עט איז געווארן א גאנצע סענזאציע דערפון, בפרט ביי די אמעריקאנע אידן.
ר' סענדר [הרה"ח ר' סענדר דייטש ע"ה מראה"ק] איז געקומען אזוי ברענגען די נייעס. דער פעטער איז געווארן אזוי פארטראכט, און געפרעגט, צו זי האט א גוטער לויער, אן אדוואקאט, מען דארף זען צו שאפן א גוטן אדוואקאט, ר' סענדר האט זיך געווינדערט, וואס גייט עס אזוי אן פארן רבי'ן, האט דער פעטער געזאגט, ער הייסט דאך נחתומי, לכאורה האט ער פארדרייט זיין נאמען, און פריער האט ער געהייסן בעקער. און ער האט געזאגט, ער געדענקט אז אינדערהיים אין אונגארן איז געווען א משפחה בעקער, און זיי זענען געווען כהנים, איז זי דאך א אשת כהן, ווערט דאך דא א שאלה פון א אשת כהן שנשבית וואס ווערט אסורה לבעלה (עי' מסכת כתובות נא:), און ער וועט אפילו נישט וויסן אז מען דארף פרעגן א שאלה, אזוי איז זיין מח געפארן.[/align]
הנהגתו בעניני אש"ל

[align=justify]איך האב געהערט פון ר' בערל פריעדמאן ע"ה - דער ראש הקהל -, וואס ער האט זיך געדרייט ביים רבין אין שטוב נאך אלץ אינגערמאן, ער איז דאך געווען א זוהן פון ר' ליפא ע"ה, האט ער זיך געקענט דארט דרייען, און ווען די פעטער האט געגעסן איז די טיר געווען אפען אז דער בחור זאל קענען ברענגן די עסן, האט ער געגעבן א עפן די טיר און אריינגעקוקט און געזעהן ווי דער פעטער זיצט, אין איין האנט האלט ער א מוסר ספר א חובת הלבבות אדער א ראשית חכמה, און מיט די אנדערע האנט האט ער געגעסן, און צוויי שנירלעך טרערן רינען פון זיינע אויגן, עס איז אים געפאלן אזא פחד ער איז ארויסגעלאפען פון דארט.
דער פעטער האט געגעסן זייער שטאַ ט, עס האט געקענט נעמען צען מינוט צווישן איין לעפל און די אנדערע, ער האט עס געהאלטן אזוי איו די האנט און אריינגעקוקט אין ספר. אפשר צען מינוט האט געקענט נעמען צווישן איין לעפל און די אנדערע
*
עס האט מיר דערציילט א איד, אז עס איז געווען אמאל ווען דער פעטער ז"ל איז צוריקגעקומען פון וועג פארטאגס, און ער האט געטראכט אז עם איז שוין א שאד זיך צו גיין שלאפן, די משמשים האבן אים געבעטן אז ער זאל זיך אנלאנען, ביז מען האט גע'פועל'ט אז פאר פופצן מינוט וועט ער זיך אנלאנען, האט ער געפרעגט ווער וועט זיין שומר אים אויפצווועקן נאך פופצן מינוט, האט מען געשטעלט דעם איד.
האט דער איד געזאגט אז ער האט געזעהן דעם רבי'ן שלאפן, ער האט זיך אויפגעדעקט די פיס און איבערגעצויגן די דאכענע ביז איבערן קאפ, אזוי איז ער געשלאפען מיט אויפגעדעקטע פיס און צוגעדעקטע קאפ. אבער דער איד האט נישט געהאט קיין הארץ אים אויפצווועקן, האט ער צוגעווארט ביז פינעף און צוואנציג מינוט, ער האט נישט געהאט דאס הארץ צו וועקן, אבער די רבי האט דאך געהייסן, האט ער אנגעהויבן ריקן ביז די רבי האט זיך אויפגעוועקט, ער קוקט אויפ'ן זייגער עס איז פינעף און צוואנציג מינוט, און ער האט זיך אנגעהויבן צו בייזערן, "וואו איז פייבוש?! איך האב געזאגט פופצן מינוט", - פייבוש איז זיך געגאגען באהאלטן, ער האט דאך מורא געהאט - עס האט אים אזוי געאהרט, עס האט נאר געדארפט זיין פופצן מינוט!.
*
עס איז געווען איין יאר פורים און ער איז געווען בגילופין כנהוג. האט זיך דער פורים רב אויפגעשטעלט אויפן טיש און געזאגט אז יעצט איז ער רבי... האט דער פעטער ז"ל געזאגט 'אויב וועסטו נישט שלאפן אין קיין בעט פערציג יאר וועסטו זיין רבי'...
א ענליכע מעשה איז געווען אינדערהיים: ווען ער איז געווען רב אין סאטמאר, האט ער זיך איינמאל פארקילט אזוי ווי א בשר ודם. איין טאג איז די שטאטישע דיין אריבער געקומען צו אים עפעם אדורך שמועסן, עס איז געווען עטליכע דיינים ר' אלי' [לייכטאג] און ר' ישעי' [קליינמאן], איך מיין אז עם איז געווען מיט ר' אלי,' האט ער געזאגט פארן רבי'ן אז ווען איך בין פארקילט - אזוי האט ער געזאגט אויף זיך - טרינקט ער א ווארעמע טיי, און לייגט זיך אריין אין בעט, און דעקט זיך צו מיט א פעדערן דאכענע, און שלאפט אדורך די נאכט, און צופרי וועקט ער זיך אויף אן אנדערן מענטש, זאל דער רב אויך אזוי טון, איך טוה אזוי, און איך בין א אנדערע מענטש. זאגט אים דער רבי "פערציג יאר בין איך שוין נישט געשלאפען אין א בעט, יעצט זאל איך מיר אריינלייגן אין א בעט"?!.[/align]
קדושה וטהרה

[align=justify]דער ראמענישער קייסער איז אמאל געקומען קיין סאטמאר, און אלע חשוביע מענטשן פון שטאט האבן געדארפט ארויסגיין מקבל פנים זיין דעם קייסער, ־ דער קייסער איז אויך אמאל געווען אין סיגוט, דער זיידע ז"ל דער עצי חייים איז דארט געווען, דער קייסער האט געזען דעם זיידן, דעם זיידע'ס פנים האט געלויכטן, עס איז געווען קלסתר פניו דומה לשמש, האט ער אים געגעבן א מעדאל וואס דאס האט מען געדארפט אנטון, האט דער טאטע ז"ל פארציילט אז דער זיידע האט עס איייביג געהאלטן אין א לעדל און האט עס נישט אנגעטון וויבאלד עס האט געהאט א קרייץ - דער פעטער איז אויך ארויסגעגאנגען מיט די ראשי קהילה אלס פארטרעטער פון די ארטאדאקסישע קהילה, און להבדיל דער גלח איז אויך געגאנגען.
דארט איז מען געשטאנען אויף א פלאטפארמע, און ווען דער קייסער איז אנגעקומען, האט דער פעטער געמאכט די ברכה און האט אויסגעטון די היט לכבודו. אינמיטן האט מען אנגעפאנגען צו זינגען די הומנע, עס האט אנגעפאנגען צו זינגען אן ערל'טע, דער פעטער האט אנגעפאנגען צו אנטלויפן פון דארט, האבן אים די ראשי קהילה אנגעכאפט און געזאגט אז אויב ער גייט אוועק איז עס א פארברעך, דאם הייסט אז מען ראוועלטירט - ווער עס פארשטייט. - האט ער ארויפגעלייגט די הענט אזוי אויפען אויער און אזוי איז ער געשאנען די גאנצע צייט.
ר' ליפא שווארץ איז דארט געווען, האט ער אים געזאגט נאכדעם אז ער וויל גיין אין מקוה, און ער האט זיך איבערגעטוישט פון קאפ ביז פוס און ער האט געהייסן ברענגן נייע וועש. דערציילט ר' ליפא אז דער פעטער ז"ל איז געשטאנען אין מקוה און האט געוויינט בדמעות שליש, און האט זיך גע'טובל'ט און ער איז ארויס.
*
דער פעטער ז"ל האט געוואוינט אין א צוויי שטאקיגע הויז. די אונטערשטע שטאק איז געווען די קאך, און אויבן איז געווען זיין שטוב, עס איז אויך געווען די גבאי שטוב, א זילבער שטוב, א שלאף שטוב, און פריוואטע שטיבל. איינמאל פארן דאווענען איז ער געגאנגען זיך צוגרייטן צום דאווענען, מען האט געמיינט אז עס וועט נעמען א לענגערע צייט, איז דער הויז בחור אוועק געגאנגען פון דארט, און צווישן האט מען ארויפגעשיקט אן ערל'טע זאל גיין רייניגן די שטובער. למעשה האט דער פעטער געענדיגט שנעלער ווי געראכטן און ער האט געזען אז ער איז אליינס מיט א ערל'טע האט ער גערופן דעם בחור, ער האט געזען אז קיינער איז נישט דארט, איז וינס ויצא החוצה, איז ער ארויסגעלאפן אין גאס, און ער איז געשטאנען אליין אויף די טרעפ אן דעם חאלאטל, אזוי מיט די וועסטל און הויזן אנעם בעקיטשע. ער האט געזען אויף די אנדערע זייט גאט גייט דורך ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער, האט ער געשריגן "יקותיאל הערש, יקותיאל הערש מען האט מיר איבערגעלאזט מיט א גוי'טע", יקותיאל הערש האט געזען ווי דער רבי שטייט אליין אזוי אויף די טרעפ, איז ער שנעל אריבער געגאנגען די גאס, און אז ער איז דארט געווען איז ער צוריק אריין.[/align]
מדותיו

[align=justify]ער האט אמאל געהאט אן אפוינטמענט ביי א דאקטאר, מען האט אים געזאגט אז די אפוינטמענט איז אויף דריי אזייגער, האט ער זיך צוגעיאגט כדי ער זאל זיין אין צייט, און מיט'ן זיך יאגן איז ער אנגעקומען ווען עס איז שוין געווען באלד פיר אזייגער, ער איז געווען זייער נערוועז, און ער האט געזען אז ר' יוסל אשכנזי איז נישט אזוי נערוועז, ער וואלט דאך געדארפט זיין אסאר מער אנגעצויגן, האט ער אים אויסגעפרעגט וואס עס גייט פאר, ביז ער האט אים געזאגט אז באמת האט מען געדארפט זייין פיר אזייגער און ער האט געזאגט דריי אזייגער, ווייל ווען נישט וואלט מען אנגעקומען פינעף אזייגער, האט ער זיך אזוי צופייערט און געזאגט 'דאס הייסט אז דו האסט געזאגט שקר!' ער האט אזוי געקאכט, ער האט מער נישט געוואלט רעדן מיט אים יענעם טאג.
*
ער האט געהייסן די בחורים גיין נאך געלט. עס איז איינמאל אויסגעקומען אז מען האט איינגעטיילט פאר א בחור צו גיין נאך געלט, דעם בחור'ס טאטע איז געווען א פארמעגליכער, איז דער טאטע אריין צום פעטער ז"ל און געזאגט אז ער איז גרייט צו באצאלן, וויפיל האט מען דעמאלטס געקענט מאכן פינעף דאלער, צעהן דאלער? ער האט נישט געוואלט אז ער זאל אויסקוקן ווי א שנארער. האט דער פעטער ז"ל געזאגט אז ער דארף נישט זיין געלט נאר ער וויל אז ער זאל גיין נאך געלט, האט ער געזאגט ווייל עס קען אמאל זיין אז ביי די זיבעציג יאר זאל מען נישט וויסן אז מען דארף טון א טובה פאר א צווייטן.
*
עס איז געווען א מעשה נאך אינדערהיים אין סאטמאר, עס איז געווען א עלטערע רויטער בחור. איין שיינעם טאג איז ער א חתן געווארן. - אמאל פלעגט זיין די מנהג אז א חתן האט באקומען אן עליה דער ערשטער שבת נאכ'ן שידוך, - דער חתן האט באקומען אן עליה, עס איז געווען יענע וואך פרשת תולדות און דער פעטער ז"ל האט געליינט און האט אנגעהויבן די ווערטער ויהי עשו בן ארבעים שנה וכו', דער עולם האט זיך צושמייכלט - הערשט דעמאלטס איז ער רויט געווארן... - דער פעטער האט גארנישט באמערקט און האט געליינט ווייטער.
דער חתן איז געווען זייער אנגעווייטאגט, מוצאי שבת איז ער אריין צום פעטער זיך אויסרעדן, האט דער פעטער זיך פארענטפערט אז ער האט גארנישט געמיינט, א ארימע בחור איז ער געווען, האט דער פעטער געזאגט אז ער וויל אים מפייס זיין, און ער האט אים אויסגעצאלט די גאנצע חתונה.
*
א איד איז אמאל געקומען נאך געלט צום פעטער ז''ל, האט ער אים געפרעגט וויפיל געלט ער דארף, האט דער איד געזאגט פיר טויזנט דאלער, האט ער אים געזאגט ער זאל שפעטער צוריקקומען, ווען ער איז צוריק געקומען, האט ער אים געגעבן דריי טויזנט מיט אכט הונדערט, שפעטער האט מען אים געפרעגט פארוואס ער האט נישט געגעבן די איבריגע צוויי הונדערט, האט ער געענטפערט, ווייל אויב וואלט איך אים געגעבן די גאנצע פיר טויזנט וואס ער האט געבעטן, וואלט אים וויי געטאן פארוואס ער האט נישט געבעטן פינף טויזנט דאלער.[/align]
ברכותיו הקדושים

[align=justify]דער פעטער איז אמאל געגאנגען מבקר חולה זיין ר' מיכאל בער ווייסמאנדל, [מייסד וראש ישיבה נייטרא] ער איז געווען זייער צובראכן, ער האט פארלוירן א ווייב מיט קינדער, און ער איז דאך געווען דער גרויסער עסקן אין די מלחמה יאהרן צו ראטעווען, און ער איז געווען זייער צובראכן אויף די אלע צרות וואס איז געווען. און ס'האט אים זייער וויי געטון צרות הכלל וצרת הפרט. ער איז געווען קראנק דערפון און ער איז טאקע אוועק זייער יונג.
דער פעטער ז"ל איז איהם געגאנגען מבקר חולה זיין, האט ער אים געזאגט דברי חיזוק אזוי, אז עס איז דא א גרויסע מחלוקה וועגן בין השמשות צווישן די שיטת הגאונים און שיטת ר"ת, וואס איז די נפק''מ צווישן די צוויי שיטות ס'איז דא א טיפע חילוק, די שיטת הגאונים האלט ווען ס'איז שוין אביסל טינקל איז שוין נאכט, די שיטת ר"ת האלט ווען ס'איז נאך אביסל לעכטיג איז נאך טאג, און די הלכה איז אזוי ווי די ר"ת, אז ווען ס'איז נאך אביסל לעכטיג איז נאך טאג. די מימרא האט ער געזאגט.''ווען עם אביסל לעכטיג איז נאך טאג".
*
עס האט דערציילט ר יוסף מאיר מארקאוויטש פון וויליאמסבורג, וואס ער קומט פון מאקעווע, אז דער פעטער ז"ל איז אמאל געווען אין מאקעווע, - אמאליגע צייטן איז נישט געווען קיין סינק נעבן די מקוה, ווען מען איז ארויסגעקומען פון מקוה און מען האט זיך געוואלט וואשן די הענט, האט מען געדארפט גיין ביז צום ברונעם און דארט האט מען געהאט וואסער.
ווען דער פעטער איז דארט געווען אין מאקעווע איז ער געגאנגען אין מקוה, האט זיין טאטע געזאגט פאר זיין שוועסטער וואס איז געווען א קליין מיידל אז זי זאל נעמען א שיסל וואסער און אנגרייטן, כדי ווען ער קומט ארויס זאל ער האבן וואסער זיך צו וואשן. האט זי גענומען וואסער און עס אראפגעלייגט אויף די ערד נעבן די מקוה, ווען ער איז ארויס געקומען און האט געזען די וואסער, האט ער זיך זייער געפריידט, און ער האט געזען דארט די קליין מיידל אז זי האט געברענגט די וואסער, האט ער געזאגט "יישר כח מיידעלע, זאלסט לעבן לאנג", ביי די מלחמה האט זי פארלוירן א משפחה מיט קינדער, און זי האט איבערגעלעבט, און האט געלעבט זעקס און ניינציג יאר.
*
עס איז געווען א איד פון פלעטבוש ר' שמואל דייטל, ער איז געווען א זוהן פון ר' משה דייטל, וואס איז געווען א חסידישע איד וואס האט געוואוינט אין טעטש. ס'איז דא א בריוו פונעם קדושת יו"ט וואס ער שרייבט, אז ער מאכט חתונה א קינד, - דאס איז געווען ווען די פעטער ז"ל, האט חתונה געהאט - און ער בעט ער זאל שיקן געלט, ער איז געווען א גביר און זיין זון איז שוין געווען אזוי אמעריקאניזירט.
ער האט געהאט א זון, וואס איז שוין געווען א עלטערע בחור, וואס איז שוין מחונך געווארן דא אין אמעריקע, אזוי לויט די אמעריקאנע שיטות, ער האט געוואלט אז זיין זוהן זאל שוין חתונה האבן, אבער דער זון האט זיך שוין געעלטערט, איז ער געפארן צום פעטער קיין בעל הארבער, עס איז שוין געווען אויף די עלטערע יארן. און ער האט געגעבן א קוויטל, ער האט מזכיר געווען וועגן א שידוך, האט אים דער פעטער אנגעווינטשן "דער אויבערשטער זאל העלפן ער זאל ניצל ווערן פון גוי'שע הענט", האט ער נאכאמאל זיך אנגערופן אז ער דארף א שידוך פאר זיין זוהן, האט דער פעטער נאכאמאל אנגעווינטשן" דער אויבערשטער זאל העלפן ער זאל ניצל ווערן פון גוי'שע הענט", דער איד האט געמיינט אז עס איז שוין לעת זקנתו, און דער פעטער ז"ל פארשטייט נישט וואס ער בעט, איז ער אהיימגעגאנגען.
דער איד האט געהאט א געשעפט אין פלעטבוש, איין טאג זענען אריין געקומען צוויי רויבער אזוי מיט ריכטיגע געווער, און זיי האבן אים געגעבן א זעץ אז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד, און זיי האבן געשאסן. בחסדי ה' איז עס אדורך געפלויגן ממש די שפיץ פון זיין נעגל, און זיי זענען אנטלאפן. און ער האט זיך אויפגעהויבן און איז אהיימגעגאנגען, אזוי איז ער ניצל געווארן ממות לחיים. דעמאלטס האט מען פארשטאנען ברכת קדשו פון פעטער ז''ל.
*
ס'איז געקומען אמאל א איד פון ארץ ישראל וואס האט געלערנט אין כולל חזון איש, און ער האט געוואלט אריינגיין צום פעטער ז''ל, ס'איז שוין געווען דאהי אין קרית יואל, איז ער געגאנגען צו בעקערטאן וואו דער פעטער האט דעמאלטס געוואוינט, און ער האט נישט געקענט אריינגיין, צי ס'איז נישט געווען קיין זמן אריינצוגיין, צי ער האט זיך נישט גוט געשפירט, מען האט נישט געקענט אריינגיין.
האט ער געפרעגט צי ס'איז דא איינער וואס מען קען רעדן אין לערנען, האט מען אים געשיקט צום דיין פון דא ]הגאון הגדול ר' געציל בערקאוויטש שליט"א], אז מיט אים קען מען רעדן אין לערנען, איז ער אריבער געגאנגען צום דיין און ער האט גערעדט מיט אים א שעה צוויי, ער איז געווען א גרויסער ת"ח, האט אים דער דיין געפרעגט וואס ער זוכט דא, האט ער געזאגט אז ער איז געקומען צום סאטמאר רב און מען לאזט אים נישט אריין, דער דיין האט געזען אז ער איז א ת"ח האט ער אנגערופן ר' יוסף'ן און געזאגט אז ס'איז דא א איד פון ארץ ישראל א ת''ח ער וויל אריינגיין צום רבי'ן און ער קען נישט אריינגיין, זאגט ער אים אז ער זאל אים אריבעררופן איז ער אריבערגעגאנגען צום רבי'ן.
ווען ער איז אנגעקומען האט מען אים געשריבן א קוויטל, ער האט נישט געוויסט וואס דאס איז, ער האט געהאט א רעביצין מיט אכט קינדער, ער איז אבער נישט געווען צופרידן מיט דעם, האט ער אריינגעשריבן אין קוויטל יפקד עוד בזש"ק, ער איז אריין האט אים די רבי אנגעווינטשן 'כהנה', ער איז נישט געווען צופרידן, צי ער האט נישט פארשטאנען, האט אים די רבי געזאגט 'ועוד', דער איד האט געהאט נאכדעם זיבעצן קינדער.[/align]
ענינים שונים

[align=justify]איך געדענק ווען איך בין געווען אין סענדז סט. ביים חנוכת הבית, ס'איז געווען אַ גרויסע מסיבה פרשת כי תבא, דער פעטער האט דעמאלטס געזאגט "ברוך אתה בבואך וברוך אתה בצאתך". אז ווי נאר מ'קומט אריין ברוך אתה בבואך", דארף מען שוין זעהן "ברוך אתה בצאתך", אז מ'זאל ארויס גיין פון דא, ער האט געוואלט אז די ישיבה זאל ארויסגיין מחוץ לעיר, ער האט נישט געוואלט אז עס זאל זיין אין שטאט.
*
דער פעטער ז"ל האט אויסגעלאזט די ווערטער ביי ראש חודש בענטשן 'בזכות תפילת רבים', ווייל אין די גמרא שטייט נישט דאס לשון, די תפילה איז דאך א נוסח אין די גמרא.
*
דער פעטער ז"ל איז אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד, האט ער געהערט ווי א בחור מאכט אים נאך, האט ער זיך אנגערופן, נע, כ'מאך שוין אנדערש.
*
דער פעטער האט געפירט א ישיבה דא אין אמעריקע, און אויך פארן קריג, און בחורים זענען בחורים, בחורים לא נשתנו, האט זיך געמאכט אמאל אז א בחור האט עפעם צובראכן, אין ישיבה איז נישט געווען קיין געלט, און מען איז געוואר געווארן ווער דאס איז, און מען האט פארציילט פארן פעטער, ער האט גארנישט געטוהן, ער האט צוגעווארט אויפן פארהער, מען פלעגט אזוי אדורך גיין און ער האט פארהערט יעדן א שאלה, ווען דער איז אנגעקומען, פרעגט ער, וויפיל נזיקין איז דא אין די משנה אין בבא קמא, זאגט ער פיר, און רעכענט אויס השור הבור המבעה, פרעגט דער רבי וואס מיינט מבעה, זאגט ער א מענטש, פרעגט דער רבי פארוואס זאגט נישט די משנה "אדם", אזא שאלה האט ער געפרעגט, איז ער שטיין געבליבן, און דער פעטער האט גענטפערט "ווייל א מזיק איז נישט קיין אדם"!
*
ווען דער פעטער ז"ל איז געקומען צווישן א גרויסן עולם האט ער איבערגעדרייט דעם קאפל, דאס איז געווען וועגן עין הרע. ביי די סארט זאך איז מאן דקפיד קפיד ומאן דלא קפיד לא קפדינן.
*
דער פעטער האט זיך געפירט צו מאכן א ברכה אויף גאנצע טרויבן, און עס אריינגענומען אין מויל און נאכדעם אויסשפייען מען אויס דאס קערל.
*
דער פעטער ז"ל האט געזאגט פארן טאטן נאך ווען ער איז געווען א אינגל, ווילסט קענען זאגן תורה זאלסטו לערנען חתם סופר, ער האט איהם געפרעגט צי ער קען שוין מחדש זיין חידושי תורה, האט ער געזאגט אז ס'פאלט איהם נישט איין, האט ער איהם דאן געהייסן לערנען חתם סופר.
*
דער פעטער ז"ל פלעגט עסן פירות יעדן שבת אינדערפרי פאר די סעודה. אפילו ווען ער האט זיך תיכף געוואשן צו די סעודה, ער פלעגט עסן א געהעריגן שיעור, און ער האט געמאכט א נאך ברכה.
*
די וועלט איז מקפיד אז א בעל הבית זאל קודם מאכן די ברכה, וועגן די גמרא (ברכות לה:) וואס זאגט כאן קודם ברכה כאן לאחר ברכה, אז פאר ווען מ'מאכט א ברכה איז די עסן נישט זיינס קען מען נישט מכבד זיין.)
אבער ביים פעטער ז"ל האב איך געזעהן עטליכע מאל אז ער האט נישט מקפיד געווען אויף דעם, כ'האב דאס געזען ווען ער איז געווען צו גאסט ביי א צווייטן און מ'האט אויפגעגעבן כיבוד, האט ער א ברכה געמאכט, און נישט געהייסן דעם בעל הבית זאל קודם מאכן א ברכה כ'האב דאס געזען אויך ווען ער האט געהאט א אורח און מ'האט אריינגעברענגט כיבוד, און יענער האט געזאגט אז דער פעטער זאל קודם מאכן א ברכה, האט ער געזאגט פאר'ן אורח אז מ'האט דאס אריינגעברענגט לכבודכם.
*
דער פעטער ז"ל און דער טאטע ז"ל זענען נישט געגאנגען מיט קיין ווייסע שאל קיינמאל, נאר מיט א פערביגע שאהל, נישט שבת און נישט אינדערוואכן, זיי האבן נישט געוואלט גיין אזוי, ווייל אינדערהיים - אין די פלעצער ווי זיי האבן געוואוינט - האט עס געהייסן א מאדערענע זאך.
כ'האב געהערט, און כ'ווייס אז אינדערהיים האט מען געזאגט א ווערטעל, אז ווען מען האט געזעהן א בחור גיין מיט א שורעם און מיט א ווייסע שאהל איז א סימן אז ער גייט וועגן א שידוך... ס'האט געהייסן אז מ'האט זיך אהערגעשטעלט.
*
דער פעטער ז"ל פלעגט גיין אין מקוה ערב שבת ממש פארן זמן. ער האט געהאט אן ענין צו גיין ווי שפעטער, ווי נענטער צו שבת (עי' בפרע"ח שער השבת פ"ג, ובמשנת חסידים מס' יום השישי פ"ג שיהיה קרוב לשבת). נאך די מקוה האט מען שוין גארנישט געטון, מ'איז שוין נישט עוסק אין קיין עניני חול. דער פעטער ז"ל פלעגט קומען מיטן שטעקן אין מקוה, אויפן וועג אהיים האט ער שוין נישט געהאט דעם שטעקן. ווייל ס'איז שוין געווען שפעט, מ'האט שוין נישט געקענט טראגן.
*
דער פעטער ז"ל ווען ער האט געזאגט א הוראה לאיסור, האט ער געזאגט נאר א זאך וואס ער האט מברר געווען להלכה אז עס איז אזוי, זיינע אלע הוראות וואס ער האט געזאגט האט ער מברר ומלבן געווען כדת של תורה, ער האט דאס אפגעשריבן אויף זיינע ספרים, מיט א בירור פון ש"ס ופוסקים.
אודאי, עס איז דא אן ענין פון הרגש אויך, עס איז דא ענינים פון הרגש, תלמידים פונעם פעטער ז"ל זענען זיך מונע אפילו פון זאכן וואס דער פעטער ז"ל האט נישט געזאגט קיין הוראה ממש לאיסור, עס איז געווען זאכן וואס האט איהם וויי געטאן, ווער עס האט געהערט פון איהם די דברות קודש אין די ענינים, ווער עס האט געזעהן ווי אזוי ער האט געקאכט אין די ענינים, עס האט איהם נוגע געווען עד דכדוכה של נפש, און ער האט דעם רגש, אודאי, א תלמיד פונעם פעטער ז"ל איז זיך מונע פון פארן מיט 'אל על' וכדומה, אפילו ס'איז נישטא קיין הוראה לאיסור, נאר וואס, עס איז דער רגש. ווער עס האט דעם געפיהל, אשרי לו. אבער דאס איז צוויי זאכן, צו זאגן א הוראה לאיסור איז גאנץ אנדערש.[/align]
החדש הזה לכם ראש חדשים
אוועטאר
ראש חדשים
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש חדשים »

אנטשולדיגט פארן עס נישט לייגן ביומא דהילילא
עס איז נישט גרינג געווען
Capture.GIF
Capture.GIF (11.29 KiB) געזען 1711 מאל
החדש הזה לכם ראש חדשים
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

הערליך, ייש״כ.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

ראש חדשים האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן עס נישט לייגן ביומא דהילילא
עס איז נישט גרינג געווען
Capture.GIF



די קומטס אונז גארנישט, און ווען די לייגסט עס קומט דיר א גרויסע ייש"כ
די עולם האט זייער הנאה.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

א שיינעם דאנק פאר די שווערע ארבעט, פרינט'ן מיר עס יעצט ארויס לכבוד שבת
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

די וואך געווען מפורסם בקול קהלתינו
אטעטשמענטס
קול קהילתינו שופטים תש''פ_עמוד_1.jpg
קול קהילתינו שופטים תש''פ_עמוד_1.jpg (180.32 KiB) געזען 1552 מאל
קול קהילתינו שופטים תש''פ_עמוד_2.jpg
קול קהילתינו שופטים תש''פ_עמוד_2.jpg (221.01 KiB) געזען 1552 מאל
קול קהילתינו שופטים תש''פ_עמוד_3.jpg
קול קהילתינו שופטים תש''פ_עמוד_3.jpg (221.05 KiB) געזען 1552 מאל
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

המשך
אטעטשמענטס
קול קהילתינו שופטים תש''פ_עמוד_4.jpg
קול קהילתינו שופטים תש''פ_עמוד_4.jpg (196.85 KiB) געזען 1552 מאל
אוועטאר
ראש חדשים
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש חדשים »

ו׳ אלול איז די יארצייט פון זיידן זכרונו לברכה, דער ייטב לב.

[align=justify]ער איז געבוירן תקס״ח און נפטר געווארן תרמ״ג, פינף און זיבעציג יאר איז ער געווען, פון תקס״ח ביז תרמ״ג.
*
ווען ער איז נאך געווען א קינד, איז זיין טאטע אמאל געגאנגען צום רבי'ן פון לובלין מיט'ן ייטב לב און ער האט געגעבן א קוויטל כנהוג, דער רבי פון לובלין האט עס געליינט, ווען ער איז אנגעקומען צו די נאמען פונעם ייטב לב האט ער געזאגט, "ער שיינט ער שיינט". דער ייטב לב האט אויך געהאט א שוועסטער, ווען ער האט געליינט איר נאמען האט ער זיך אנגערופן "נעבעך נעבעך", זי האט חתונה געהאט )להרה״ג רבי ישראל אב״ד טארנא ומח״ס שו"ת מהרי״ך(, און זי איז ליידער פארברענט געווארן, זי האט נישט איבער געלאזט קיין קינדער, עס איז טאקע געווען נעבעך.
*
נאך פאר ער איז בר מצוה געווארן האט שוין זיין נאמען גע'שמ'ט אלץ א עילוי, און שדכנים האבן אנגעטראגן שידוכים, האט דער ישמח משה געזאגט אז פון הימל האט מען אים מגלה געווען אז זיין באשערטע איז די טאכטער פון טאלטשאווער רב, און ער האט געשיקט א שליח קיין טאלטשאווא, ער האט זיך נישט געראכטן אויף דעם, ער איז אבער נישט געבליבן אין טאלטשאווא, ער איז צוריק געקומען צום זיידן.
*
ווען דער ייטב לב איז נאך געווען א יונגל האט אים זיין טאטע געשיקט קיין אוהעל צום זיידן דער ישמח משה, ער איז נתגדל געווארן ביים ישמח משה, ער האט בר מצוה געהאט אין אוהעל, פאר די בר מצוה האט אים דער ישמח משה צוגערופן און געזאגט דארפסט זין צוגרייטן א פשעטל, און אזוי ווי דער פעטער גייט קומען, דאס מיינט דער ארי' דבי עילאה, וויל איך דיך עס פארהערן פארדעם, איז ער געגאנגען לערנען, ביז ער האט געהאט א שיין פשעטל, איז ער געקומען זאגן פארן ישמח משה, זאגט אים דער ישמח משה לאמיר הערן, האט אים דער ייטב לב געזאגט די פשעטל, זאגט אים די ישמח משה, "דאס שטייט שוין דארט און דארט", איז ער געגאנגען מאכן א צווייטע פשעטל, ווען ער האט געענדיגט די צווייטע פשעטל איז ער נאכאמאל געקומען זאגן פאר'ן ישמח משה, זאגט אים דער ישמח משה נו לאמיר הערן, האט ער אים געזאגט די צווייטע פשעטל, זאגט אים די ישמח משה, "דאס שטייט שוין דארט אין דעם ספר", האט ער געמאכט א דריטע, האט אים דער ישמח משה געזאגט, "דאס איז גוט".
*
דער ייטב לב האט זיך מתמרמר געווען אויף דעם וואס ער האט נישט געלערנט ביים חתם סופר, ער איז אויפגעצויגן געווארן ביים ישמח משה אין אונגארן )עס איז נישט געווען ווייט( האט געזאגט אז א שאד ער האט נישט געלערנט אין פרעשבורג ביים חתם סופר, ווייל עס וואלט אים צוניץ געקומען ביים שרייבן א תשובה.
*
דער זיידע איז געווען כגובה ארזים גבהו, אין תורה אין עבודה אין צדקות וקדושה, און אלע ענינים, אלע מעלות שמנו חכמים.
*
דער ישמח משה איז געווען אביסל ווייט פון די עולם, ער איז געווען אסאך איינגעשפארט, רבי אלעזר ניסן איז געווען נאכמער איינגעשפארט, משא״כ דער ייטב לב האט געעפנט די טיר, געדאווענט אין ביהמ׳יד.
ער האט גענומען די מנהגים פונעם ישמח משה און עס אויסגעברייטערט, ער האט אסאך משנה געווען, ער האט געהאט א געוואלדיגע השלמה, צוזאמען מיט פירן א ישיבה, הגם אז מ'האט געזאגט אז דער ייטב לב איז ממש זייער דומה צום זיידן, דער ישמח משה, )ער האט דאך אויף דעם געזאגט די תורה פון דמתה לתמר( אבער ער האט געפירט גאנץ אנדערש און אסאך משנה געווען.
למשל זאגן ברוך ה׳ לעולם, דער ישמח משה האט נישט נישט געזאגט ברוך ה׳ לעולם, ווייל ס׳האט אסאך שמות, אין יעדע פסוק איז דא א שם, ער האט אסאך אינזין געהאט ביי די שמות, האט ער געזאגט אז אויב ער גייט עס זאגן וועט ער ענדיגן מעריב אינדערפרי. אבער דער ייטב לב האט יא געזאגט. - כ׳האב געהערט פון טאטן ז״ל אז דארט אין סיגוט איז געווען אידן, תלמידים פון ישמח משה, וואס זיי האבן געדענקט אז די רבי ז"ל )דער ישמח משה( האט נישט געזאגט, זיי זענען געווען פארנומען אז דער רבי ז״ל האט נישט אזוי געטון. איינמאל איז געווען א בעל תפילה וואס האט נישט געזאגט ברוך ה׳ לעולם, און ער האט אנגעהויבן קדיש, האט דער ייטב לב זיך געשטעלט שמו״ע, און נאר דעמאלטס האט ער נישט געזאגט, ער האט זיך צוגעשטעלט צום בעל תפילה.
אזוי אויך די מצות, דער ישמח משה פלעגט נישט עסן קיין מצות פסח נאר די כזיתים ביים סדר, חוץ פון דעם האט ער גארנישט געגעסן, אפילו נישט שבת ויו״ט, אבער דער ייטב לב האט יא געגעסן מצות, הגם ער האט נישט אייביג געגעסן מצות פסח, כ'האב געהערט פון טאטן ז"ל אז ס'האט זיך געוואנדן לויט ווי גוט עס איז אים געפאלן די ווייץ, אויב עם איז געווען שיינע ווייץ האט ער געגעסן די מצות, אויב נישט נישט. )כ׳האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואט הייסט שיינע ווייץ, ביז מ׳איז ארויסגעפארן קיין אריזאנא(.
*
נאכ׳ן הסתלקות פון ישמח משה איז ער געווארן רב אין אוהעל, זיי זענען געווען גרויסע מתנגדים, האבן זיי נישט געוואלט נעמען רבי אלעזר ניסן, אבער דער ייטב לב איז געווען א גרויסע מושלם, ער איז געווען א תלמיד חכם, און א בעל דרשן, האבן זיי אים גענומען. אבער זיי האבן זיך אויסגענומען פינף תנאים, איינס, אז ער טאר נישט געבן קיין קמיעות. צוויי, אז ער טאר נישט שעלטן ביי דרשות. דריי, ער טאר נישט פירן טיש. פיר, ער טאר נישט צוגיין צום עמוד. פינעף, ער טאר נישט פירן קיין ישיבה. פינף פונקטן, אזוי אז ער זאל נישט קענען פירן קיין חסיד'ישע לעבן. ימים נוראים איז ער געפארן אויף רימנוב, - אז ער קען ממילא נישט צוגיין צום עמוד, וואס דארף ער בלייבן אין שטאט דאווענען מיט די בעלי בתים די בעסערע מענטשן, איז ער געפארן אויף רימנוב, אכט יאר איז ער דארט געפארן, און די נוסח אויף ימים נוראים האט ער גענומען פון רימנוב.
צום סוף האבן זיי אים פאר'מסר'ט פאר די רעגירונג אז ער איז נישט קיין אונגארישער נאר א גאלאציאנער - אזוי האט מען עס גערופן, דאס הייסט ער איז געקומען פון גאליציע - און אזוי ווי די אונגארישע זענען זייער שטאלץ, האבן זיי זיך אנגענומען פאר זייער כבוד, און די רעגירונג האט אים פארטריבן, ער האט געפאקט פעק און זיי האבן אים ארויסגעשטעלט אויסערן לאנד. מ׳האט אים ארויסגעשיקט זייער שפלות'דיג, מ׳טאר עס נישט זאגן הויך זיי זענען געקומען ערב שבת, אים גענומען מיט די קינדער און פעקלעך און אריבער געפירט די גרעניץ.
ווען דער דברי חיים האט עס געהערט, האט ער אים דעמאלטס געמאכט רב אין גארליץ, ער איז געווען א שטארקע ידיד, און א מחותן מיטן דברי חיים. אין גארליץ איז ער געווען רב א קורצע צייט, נאך די פטירה פון רבי אלעזר ניסן תרט״ו, איז ער געווארן רב אין דראהביטש, ער איז געווען דארט רב בערך דריי יאר ביז תרי״ח. דעמאלטס איז דער ייטב לב איז געווען אין א קור-ארט אין שכינות פון סיגוט, בשעת עס איז נפטר געווארן אין סיגוט רבי שמואל זאנוויל כהנא ע״ה, - ער איז געווען אן איידעם ביים קונטרס הספיקות - האט די משפחה גערופן דעם ייטב לב ער זאל מספיד זיין, און עס איז איז זיי זייער געפאלן די הספד, האבן זיי אים אויפגענומען אלץ רב. דער ר׳ שמואל זאנוויל איז געווען א עושר, זיין זון ר׳ קלמן איז געווען א מיליאנער, די כהנא'ס זענען אייניקלעך פון אים, דעמאלט האט שוין נישט געלעבט דער רב פון סיגוט רבי יוסף שטערן, האבן זיי אים גענומען, רבי יוסף שטערן איז געווען א קאסוב'ער חסיד, און די כהנא'ישע זענען געווען צאנזער חסידים, האבן זיי גענומען דעם ייטב לב, וואס ער איז דאך געווען א מחותן מיטן צאנזער רב. אזוי איז ער געווארן רב אין סיגוט. אין סיגוט איז ער געווען רב פינף און צוואנציג יאר ביז די פטירה תרמ״ג.
*
ווען ער איז געווארן רב אין סיגוט , האט מען אויפגענומען אין שטאט צוויי דיינים, די כהנא'ישע האבן גענומען דעם דברי גאונים רבי חיים לייב )ארי'( כהנא, ער איז געווען א גרויסע תלמיד חכם, ער איז זיי געווען א קרוב, און דער ייטב לב האט אויפגענומען דעם ערך ש"י.
*
אויפ'ן וועג קיין סיגוט איז ער געפארן דורך אוהעל, אין אוהעל איז ער געגאנגען אויפן ציון פונעם ישמח משה, נאכדעם איז ער געפארן ווייטער, עס איז געווען דארט דער קול ארי׳, ער איז נאך געווען דעמאלטס א אינגערמאן, און ער האט געגעסן קעסט דארט אין אוהעל, ער האט נאך געקענט דעם ישמח משה, און ער איז געגאנגען באגלייטן דעם ייטב לב ביז צום באן, ווען ער איז אנגעקומען צו די באן איז ער צוגעגאנגען און געקויפט א טיקעט, עס האט געהייסן א בילעט, און ער איז מיטגעפארן באגלייטן דעם ייטב לב ביז קיין סיגוט, דערנאך איז ער אהיים געפארן.
אין אוהעל האט מען אים גענומען זוכן, ער האט נישט געהאט געזאגט פאר קיינעם, עס איז נאך דעמאלטס נישט געווען קיין טעלעפאנען, און מען האט נישט געוויסט וואו ער איז, ווען ער איז אהיים געקומען האט מען אים געפרעגט וואו ער איז געווען, האט ער געזאגט, באמת האב איך נישט געפלאנט צו גיין נאר צו באגלייטן ביז די באן, אבער ווען איך בין אנגעקומען צו די באן האב איך געזען דעם הייליגן ישמח משה באגלייט אים האב איך געקויפט א טיקעט, און איך בין מיטגעפארן.
*
דער ייטב לב האט געפירט א ישיבה אין סיגוט מיט בחורים, עס האבן געלערענט יונגע בחורים און עלטערע בחורים צוזאמען. ער האט אפילו געהאט אונטער די בר מצוה מען האט געלערנט מיט א חזר בחור אזוי ווי בימים ההם, עס איז נישט געווען עקסטער אזוי ווי היינט, ער האט געהייסן שרייבן אויף זיין מציבה 'העמיד תלמידים הגונים וישרים', ער האט געזאגט, איך וועל זיך נישט שעמען מיט מיינע תלמידים, נישט בזה און נישט בבא. - ער האט זיך זייער אראפגעלאזט צו די בחורים, ער האט זיי אויסגעהערט און געשמועסט מיט זיי, [ער איז געווען א גרויסער עניו און א צוגעלאזענער מענטש].
דער גארליצער רב איז געווען א איידעם ביים ייטב לב, ער פלעגט בעטן זיין שווער ער זאל זיך אפלאזן פון די קינדער, די בחורים. ער האט זיך אמאל אפגערעדט פאר זיין טאטע דער דברי חיים, אז זיין שווער איז פארנומען א גאנצע טאג מיט די בחורים, האט דער דברי חיים געזאגט: "יא אוודאי, אז מען זינדיגט נישט אין די יונגע יארן, קען מען זיך אזוי אויפפירן אין די עלטערע יארן".
*
פאר ער איז אוועק האט ער געזאגט אז ס'איז נישט נפטר געווארן קיינער פון ישיבה די גאנצע זמן וואס ער האט געפירט, בימים ההם איז געווען א אפטע זאך קינדער זענען אוועק מען איז געווארן פארקילט, עס איז נאך נישט געווען די אלע מעדעצינען עס איז נאך געווען פרימיטיוו, אבער ביי אים אין ישיבה האט ער געזאגט איז נישט נפטר געווארן קיינער.
ער האט געטיילט פעטש פאר בחורים און אפילו פאר אינגעלייט אינמיטן בית המדרש.
איז געווען אמאל אינמיטן פארלערנען האט ער געדארפט עפעס נאכקוקען אין מסכת פסחים האט ער געשיקט א בחור זאל ברענגען א מסכת פסחים גמ', און בשעת יענער האט אים געברענגט האט ער זיך אזוי אויסגעדרוקט אז יענער איז א מחזיר על הפסחים, אזא מליצה, גלייך נאכדעם האט ער זיך געכאפט "אוי וויי וואס האב איך געזאגט", אין די טאטע האט געזאגט אז יענער איז כל ימיו ארום געגאנגען נאך צדקה - יא א דיבור פון א צדיק.
*
דער ספר ייטב לב איז נאך ארויס געקומען בחייו, דער מהר"ם שיק האט עס באקומען, און ער האט עס זייער מחשיב געווען, אזוי ווייט אז ווען ער האט פארגעלערנט חומש רש"י, פלעגט ער זאגן שטיקלעך פונעם ספר ייטב לב.
ווען דער ספר ייטב לב איז ארויסגעקומען, איז עס ארויסגעקומען אן א נאמען, עם האט נישט געהאט קיין שער -בלאט, דעמאלטס איז געווען די עשירים די ראטשילדס, וואס ווער עס האט מחבר געווען א ספר און האט אריין געשיקט א ספר, האט ער געשיקט א שיינע מטבע.
איז געווען א איד פון חוסט וואס האט געלאזט דרוקן א שער-בלאט מיט זיין נאמען, און עס אריינגעלייגט אין א ייטב לב און ער האט דאס געשיקט, ווען דער ראטשילד האט עס באקומען האט ער געשיקט געלט, ער האט דאס אבער נישט געשיקט גלייך צו אים נאר ער האט עם געשיקט פארן רב פונעם שטאט, אז ער זאל עם איבערגעבן פאר דעם איד, דאס איז געווען דער מהר"ם שיק וואס איז געווען רב אין חוסט, ווען דער מהר"ם שיק האט באקומען דאס געלט, האט ער דאך יא געוויסט ווער דער מחבר איז, האט ער געלאזט רופן דעם איד, און ער האט אים געפרעגט פארוואס ער האט עס געטון (פון וואו ווייסט מען די מעשה, עס איז נאך היינט דא דעם ספר מיט דעם שער-בלאט מיט יענעמ'ס נאמען(.
*
איך האב געהערט פון ר׳ אברהם ווערצבערגער, וואס האט עס געהערט פון זיין שווער, וואס האט עס געהערט פון א עלטערע איד, וואם האט דערציילט די מעשה, ווען ער איז געווען די צווייטע טעג סוכות אין סיגוט.
ווען דער ייטב לב איז געווען רב אין גארליץ, האט אמאל אויסגעבראכן א שווערע קראנקייט א כאלעריע, - רבי מאיר נתן איז דעמאלטס נסתלק געווארן דערפון, - עס איז דא א תורה אין ייטב פנים וואס ער האט געזאגט ראש השנה (דרוש לב), ווי ער טייטש ׳הרופא לכל תחלואיכי וכו', ווי ער דאנקט דעם אייבערשטן בשם די גאצע שטאט.
האט דער איד פארציילט אז איין טאג איז ער געווען אין א צווייטע שטאט, און ווען ער איז אהיימגעקומען איז שוין געווען גאר שפעט אינמיטן די נאכט, און אריינקומענדיג אין שטאט האט מען געדארפט דורכגיין דעם בית החיים, אזוי גייענדיג אינמיטן הערט ער קולות ארויס קומען פונעם בית החיים, ווען ער איז געקומען נענטער האט ער געהערט אז דאס איז דעם רבי'ס קול, האט ער זיך אפגעשטעלט קוקן, האט ער געזען ווי דער ייטב לב לויפט ארום דעם בית החיים מיטן שטעקן, אזוי שטייענדיג דארט האט אים דער ייטב לב באמערקט, און האט אים געזאגט כאפ דיך אן אין מיין גארטל און קום מיט, אזוי וועט דיר גארנישט געשען. אזוי זענען זיי ארום געלאפן, און דער ייטב לב האט געשריגן ארויס פון מיין שטאט, ארויס פון מיין שטאט! דער ייטב לב איז געווען א פוילישער ער האט גערעדט מיט א שטארקע 'ר' (הנשמע כעין ח'). נאכדעם זאגט אים דער ייטב לב, "השמר והזהר אויב דו וועסט פאר איינעם פארציילן וואס עס איז דא געווען, עס איז בנפשך". ווען דער איד איז שוין געווען אויף די עלטערע יארן האט ער געזאגט, איך האב שוין נישט וואס מורא צו האבן, איך קען שוין גארנישט דערלייגן, האט ער פארציילט די מעשה.
*
עס איז באקאנט די מעשה אז דער ייטב לב האט געזאגט בשעת א מגיפה ל״ע אז מען זאל זיך מצייר זיין, זיין צורה און מען וועט געראטעוועט ווערן.
*
איז אמאל געווען א מעשה, ראש השנה אויפדערנאכט האט דער ייטב לב געוואלט אריינקומען צום טיש, האט מען אים געזאגט אז עס איז נישטא קיין חלה, וואס איז געווען, א בחור איז געווען הונגעריג האט ער אויפגעגעסן די חלה, שפעטער האט מען פארשאפט אן אנדערע חלה און דער ייטב לב איז אריינגעקומען צום טיש, האט ער געפרעגט ווער האט גענומען די חלה, האט מען אים געזאגט א בחור, ווער איז דער בחור, פלוני ופלוני, האט דער ייטב לב אים געלאזט רופן, ער איז געקומען און אזוי געציטערט דא לדא נקשן, פרעגט אים דער ייטב לב עס איז ראש השנה ביינאכט ווען כלל ישראל טונקט איין די חלה אין האניג, אז דו האסט גענומען די חלה פון ווי האסטו געהאט האניג, האט דער בחור געענטפערט ״מים גנובים ימתקו״, האט דער ייטב לב געזאגט ״גוט...״
*
אין רימנוב זענען זיך יעדעס יאר צו די יארצייט (ל"ד בעומר) צוזאמגענומען א חבריא קדישא, (מתלמידי הרה״ק מהרמ"ם מרימנוב זצוק״ל). איינמאל האט מען געמאכט א תקיעת כף, אז ווער עס וועט אוועק גיין פון די וועלט, וועלן די אנדערע וואס זענען שוין נפטר געווארן מוזן אקעגן קומען, און דער ראפשיצער רב (הרה״ק רבי אשר'ל ז״ל) האט זיך אנגערופן, אז אויב די יונגעלייט וועלן שטעלן מעד, וועט מען זיי אויך ארייננעמען, דער ייטב לב און דער דברי חיים זיי זענען געווען די אינגעלייט, און זיי האבן געשטעלט מעד און מען האט זיי אויך אריינגענומען, האט דער ייטב לב געזאגט פארן הסתלקות, אז ער האט געמאכט די בעסטע געשעפט פון אלע, ווייל צו אים וועלן זיי אלע דארפן קומען.[/align]
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
החדש הזה לכם ראש חדשים
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

מפורסם די וואך אין קול קהלתינו
אטעטשמענטס
קול קהילתינו כי תצא תש''פ_עמוד_1.jpg
קול קהילתינו כי תצא תש''פ_עמוד_1.jpg (200.16 KiB) געזען 1443 מאל
קול קהילתינו כי תצא תש''פ_עמוד_2.jpg
קול קהילתינו כי תצא תש''פ_עמוד_2.jpg (233.01 KiB) געזען 1443 מאל
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

יישר כח פאר די שיינע סיפורים

איך האב אמאל געהערט א סיפור פונעם רבין איך מיין עס איז געווען מיט ר׳ אלעזר ריישא האט אנגעווינטשען פאר איינעם זיבן רויטע טעכטער

עמיצער קען די מעשה?
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

מצב כללי האט געשריבן:יישר כח פאר די שיינע סיפורים

איך האב אמאל געהערט א סיפור פונעם רבין איך מיין עס איז געווען מיט ר׳ אלעזר ריישא האט אנגעווינטשען פאר איינעם זיבן רויטע טעכטער

עמיצער קען די מעשה?

זייער באקאנט. מ'האט דא גערעדט דערפון.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

איינער פון די צדיקים האט צוגעזאגט פאר א איד א בן זכר, מיט'ן תנאי אז ער וועט געבן א סכום וואס דער צדיק האט געפאדערט, אבער דער איד האט געזאגט אז ער וועט געבן נאך ער וועט האבן דעם קינד.
למעשה ווען ער האט געהאט דעם קינד, האט ער נישט געוואלט געבן דאס געלט, האט דער צדיק איהם געזאגט, 'שעלטן מעג מען דאך נישט, קום וועל איך דיר בענטשן מיט אכט רויטע טעכטער', וכך הוה. און הרה"ק מהר"ש מבאבוב האט נאך געקענט טעכטער פון דעם איד...


איך מיין אז דער רבי שליט"א האט לעצטנס דערציילט די מעשה אויף ר' יהושעל'ע טאמשאווער
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

מפורסם די וואך אין קול קהלתינו
אטעטשמענטס
קהלתינו_עמוד_1.jpg
קהלתינו_עמוד_1.jpg (192.69 KiB) געזען 1266 מאל
קהלתינו_עמוד_2.jpg
קהלתינו_עמוד_2.jpg (227.25 KiB) געזען 1266 מאל
קהלתינו_עמוד_3.jpg
קהלתינו_עמוד_3.jpg (229.6 KiB) געזען 1266 מאל
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

וויאזוי סיינט מען זיך אויף עס צו באקימען?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

להגדיל שמו האט געשריבן:וויאזוי סיינט מען זיך אויף עס צו באקימען?


[email protected]
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

סופרים שטיבל האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:וויאזוי סיינט מען זיך אויף עס צו באקימען?


[email protected]

ישר כוח
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
ראש חדשים
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש חדשים »

י״ג אלול איז די יארצייט פונעם טשערקאסער.

[align=justify]ער האט געהייסן יעקב ישראל, ער געווען דער דריטער זון פון רבי מאטעלע טשערנאבלער, - דער טאטע ז"ל האט דערציילט אז הרה"ק רבי מאטעלע טשערנאבלער ז"ל האט געהאט אכט זון, ער האט געהאט אלע שבעה רועים, אברהם דער טריסקער מגיד זצ"ל, יצחק האט געהייסן רבי איציקל סקווערער ז"ל, יעקב איז געווען דער טשערקאסער רב (הרה"ק רבי יעקב ישראל זצ"ל) - און איז געועון א איידעם ביים מיטעל'ן רבי'ן (ר' דוב בער מליובאוויטש) דעם תניא'ס זון. דער טשערקאסער איז נאך געווען פון די ערשטע קינדער פון רבי מאטעלע, ער איז נאך געווען אן אייניקל פון רבי אהרן קארלינער.
דער זיידע רבי שלום אליעזר'ל [ראצפערטער] איז געווען א אייניקל פון אים, רבי שלום אליעזר'ל איז געווען א איידעם ביי רבי מאטעלע הארנסטייפלער, און רבי מאטעלע הארנסטייפל איז געווען א אייניקל פונעם טשערקאסער.
עס איז דא א אינטערסאנטע מעשה ווי אזוי דער שידוך איז צושטאנד געקומען, דער תניא איז אמאל געווען אויף א באזוך ביי רבי מאטעלע מטשערנאבלער, אינמיטן זאגט ער פאר רבי מאטעלע אז ער וויל זיך משדך זיין מיט אים, האט אים רבי מאטעלע געזאגט גוט, וועלכע קינד ווילט איר? האט ער געזאגט אז ער וויל זיך אויסוועלן.
די קינדער זענען שוין געשלאפן, האט מען אים אריינגעפירט דארט וואו זיי זענען געשלאפן, און ער האט געלייגט זיינע הענט אויף זייערע קעפלעך, און אויף איינעם האט ער געזאגט אז אים וויל ער, נאכדעם האט מען אריינגעברענגט א ליכט, ווייל עס איז געווען טונקל דארט, האט מען געזען אז דאס איז דער טשערקאסער, האט דער תניא געזאגט "איר זאלט מיר ניט אויסבייטן ווייל איך וועל דערקענען", אזוי איז ער א חתן געווארן אלס קינד.
*
מען האט געשלאסן די שידוך, און מען האט געטרינקן לחיים, און דער תניא האט געוואונטשן, "לחיים לחיים מחותן, השפעות טובות ברוחנית ובגשמיות", און רבי מאטעלע האט צוריק געוואונטשן "לחיים לחיים מחותן, השפעות טובות בגשמיות וברוחנית", דער תניא האט געזאגט ברוחניות ובגשמיות, און רבי מאטעלע האט געזאגט בגשמיות וברוחניות, איז געווארן דארט א וויכוח וואס קומט קודם רוחניות אדער גשמיות, דער תניא האט געהאלטן אז קודם דארף זיין רוחניות, און אז מען וועט זיין גוט אין רוחניות וועט נשפע ווערן גשמיות, רבי מאטעלע האט געהאלטן פונקט פארקערט, אז אידן וועלן האבן גשמיות וועט שוין זיין רוחניות, האט רבי מאטעלע טשערנאבלער געזאגט אז מען זעט אין פסוק שטייט ביי יעקב אבינו 'ונתן לי לחם לאכול ובגד ללבוש' און נאכדעם שטייט 'והיה ה׳ לי לאלוקים', זעט מען אז יעקב אבינו האט געהאלטן אז קודם דארף זיין גשמיות און נאכדעם רוחניות, האט דער תניא געזאגט 'יעקב אבינו'ס גשמיות איז לויטער רוחניות'.
נאך די חתונה האט ער געגעסן קעסט ביים תניא. עס איז געווען צייטן וואס עס איז געווען א פירוד צווישן חב״ד און רבי מאטעלע טשערנאבלער, צוליב דעם דרך החסידות פון חב״ד און דער וועג פון זאגן תורה, חסידות עפ"י קבלה, האט איינער געפרעגט דעם טשערקאסער וויאזוי ער קען הערן ווי דער תניא זאגט תורה, ער איז דאך געזעצן דארט ביים טיש ווען דער תניא האט געזאגט תורה, האט ער געזאגט "וואס דער טאטע האט מיר נישט געגעבן קיין רשות צו הערן, הער איך נישט".
אמאל איז געווען ווען ער איז געקומען צו פארן צו א איד, אין אונגארן האט מען דאס גערופן א גוט באזיצער - היינט הייסט דאס א פארמער - ער האט געהאט גרויסע נכסים, ער איז געקומען צו אים אין שטוב, און ער פרעגט אים צי ער קען אים געבן א פערד במתנה? זאגט דער איד אז יא, זאגט ער אז ער וויל זיך אליינס גיין אויסקלויבן וועלכעס פערד ער וויל. גייט ער אריין אין שטאל, און ער ווייזט אן אויף איינע פון די פערד אז דאס וויל ער האבן. דער איד פרובירט זיך צו דינגען "רבי, עס מוז זיין דוקא דער פערד, אפשר איז גוט א צווייטע פערד?", אבער דער טשערקאסער האלט זיך ביי זיינס אז נאר דעם פערד דארף ער.
דער איד האט נישט פארשטאנען וואס איז דער חילוק צווישן דעם פערד און די אנדערע פערד, דער בעה"ב האט געוויזן אויף א צווייטע פערד "דער פערד ווען מ'פארט אריין אין א בלאטע, וואס פארא פראבלעם איך האב, איך שפאן איין דעם פערד און ער נעמט מיך ארויס פון אלע פראבלעמען". אבער דער רבי האט זיך געהאלטן ביי זיינס 'איך וויל דוקא דעם פערד'. ווען ער האט געזעהן אז ער האלט נישט ביים געבן דאס פערד איז ער צוריק אריינגעגאנגען אין שטוב.
זייענדיג אין שטוב זאגט ער איהם "אפשר קען איך זעהן דיינע ביכער?!", נו, אז דער רבי וויל זעהן די ביכער, נעמט ער ארויס זיינע פאפירן און צעטעלעך, בקיצור, דארט זענען געווען פארשידענע שטרות, וועקסלען, דער רבי גייט דאס אריבער, און ער שטעלט זיך אפ ביי איין וועקסל, א שטר, און ער פרעגט וואס איז דאס?
זאגט דער בעל אכסניא אז איינער איז אים שולדיג געבליבן געלט, און יענער איז געשטארבן, און ער זעהט נישט ווי אזוי ער זאל קענען איינמאנען דעם חוב.
זאגט איהם דער רבי "אויב אזוי איז דאס דאך שוין נישט ווערט אסאך, אפשר גיסטו מיר במתנה דעם וועקסל?" זאגט ער יא רבי, מסכים איך גיב אוועק דעם שטר. דער רבי זאגט אים יישר כח, דאס וועקסל איז מיינס. און ער רופט אויס "איך בין מוחל דעם חוב! מוחל דעם חוב! מוחל דעם חוב".
אויף איינמאל הערט מען א קלאפ אין שטאל, ווען מ'איז געגאנגען קוקן וואס דאס איז, זעהט מען ווי דער פערד וואס דער רבי האט פריער געבעטן ליגט אויסגעצויגן טויט, יעדער איז שטיין געבליבן, וואס איז דא געשעהן?
האט דער רבי געזאגט "דער איד איז שולדיג געבליבן געלט, פון הימל האט מען אים אראפגעשיקט אז ער זאל מוזן באצאלן דעם חוב, מיט דעם וואס ער וועט ארבעטן פאר דיר, אבער מיט דעם וואס דו האסט מיר אהינגעגעבן דעם חוב און איך האב דאס מוחל געווען האט ער געהאט זיין תיקון און ער האט געקענט קומען למנוחתו". א מורא'דיגע מעשה. די מעשה איז א מורא'דיגע מוסר השכל, עס איז נישט קיין הפקר וועלט!
*
דער טשערקאסער זיידע ז"ל האט קודם געוואוינט אין הארנאסטייפלא, דאס איז נישט ווייט פון טשערנאבעל, הערשט שפעטער האט ער זיך אוועקגעצויגן קיין טשערקאס, דאס איז זייער ווייט פון יענע געגנט . די בני העיר האבן געהאט טענות צו אים פארוואס ער פארט אוועק פון הארנאסטייפל, האט ער זיי געזאגט אז זיין אייניקל וועט נאך צוריק קומען, שפעטער איז טאקע דער אייניקל רבי מאטעלע צוריק געקומען.
דער טאטע ז"ל האט דערציילט אז רבי מאטעלע האט געוואוינט אין הארנאסטייפל און זיין זיידע האט געוואוינט אין טשערקאס, אמאל האט ר' מאטעלע באקומען א שליחות אז דער זיידע רופט איהם, איז ער געפארן קיין טשערקאס אויף שבת. ער איז דארט געבליבן עטליכע טעג נאך שבת ווען ער האט שוין געוואלט אהיימפארן איז ער צוגעגאנגען צום זיידן זיך געזעגענען, און ער האט אים געפרעגט אויף די סיבה פארוואס ער האט אים גערופן.
זאגט אים דער זיידע רוף אריין די באבע, ווען די באבע איז אריינגעקומען זאגט אים דער טשערקאסער כ'האב א דין תורה מיט די רביצין, כ'וויל אז דו זאלסט פסק'ענען די דין תורה"
ער קוקט אזוי אן וואס איז דאס ענין? זאגט אים דער זיידע אז זיי זענען שוין ביידע אויף די עלטערע יארן, און ס'דערנענטערט זיך דער זמן וואס מ'דארף זיך געזעגענען פון דעם עולם, האבן זיי א סכסוך ווער עס זאל פריער גיין פון די וועלט . דער טשערקאסער האט געזאגט אז ער וויל פריער גיין פון די וועלט, ווייל אויב וועט די רביצין גיין פריער וועט ער דארפן זיצן שבעה נאך איר, האלטן שלשים, דאס וועט אים זייער שווער זיין, דאס וועט שטערן זיין עבודה, דאס איז נישט פאר איהם, וועגן דעם וויל ער גיין פריער.
דערנאך האט די באבע גענומען דאס ווארט, און זי האט געזאגט אז ס'קען נישט זיין אז ער וועט פריער אוועקגיין פון די וועלט, און זי וועט נישט קענען הערן איר מאנ'ס קידוש... זי קען נישט מסכים זיין אויף אזא זאך, ממילא מוז זי פריער גיין פון די וועלט.
זי, די באבע האט גערעדט זייער הארציג, און אירע טענות האבן אים צוגעטרעטן - קודם האט ער נישט געוואלט פסק'ענען, ער האט געזאגט אז ביידע וועלן דערלעבן משיח'ן, אבער דער זיידע האט אים געהייסן זאגן זיין פסק - און ער האט געגעבן גערעכט פאר די באבע, און דער זיידע האט אנגענומען דעם פסק. אזוי איז טאקע געווען זי איז קודם אוועק, און א קורצע צייט שפעטער איז ער נפטר געווארן . (הרבנית הצדיקת נפטרה ביום ער"ח סיון תרל"ו, והרה"ק מטשערקאס נסתלק ביום שב"ק י"ג אלול תרל"ו.)[/align]
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
החדש הזה לכם ראש חדשים
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

ייש"כ
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”