רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

יחידות ביי רבי איז געווען פאר מערע יארן א צייט וואס חסידים, חשובע אידן, אידער פון אנדערע קרייזען, פשוטע אידען אדער חשובע מענטשען אין פוליטיק וכו' האבן געקומען צום רבי
אין די ערשטע יארן האט דער רבי געזעצן דריי נעכט א וואך , און עס פלעגט אפט גיין ביז אינדערפרי.

שפעטער איז עס געווען צוויי מאל א וואך

איך וועל ניט רעדען וועגן דעם- ווי געזאגט אז איך רעד ארום די צייט וואס איך בין געווען דארטן.

די יחידות איז געווען מער מוגבל נאך דער רבי האט געהאט די הארץ אטאק ל"ע שמיני עצרת תשל"ח אינמיטן הקפות.
און אינגאנצן אופגעהערט א דריי יאר שפעטער.

איין מאל בין איך אריין אין חדר פון דער רבי אלץ קינד מיט מיין משפחה און נאך משפחות בקשר צום בר מצוה פון מיין עלטרע ברודער
דער רבי האט גערעט פאר דער עולם און דערנאך איז יעדער פארביי געגאנגען און געקראגן א דולר געבן אויף צדקה.

און פון תשמ"א- מ"ב איז געווען די סדר אז א פאר מאל א יאר איז געווען "יחידות כללית" דער ערשטע גרופ איז אריין
(ערשט איז געווען אין חדר פון רבי, ווען דער עולם איז גרעסער געווארן איז געווען אין קליינער בית מדרש, דערנאך אין גרויסער בית מדרש)
דער ערשטע גרופ איז געווען די אורחים דער רבי האט גערעט פאר זיי א שיחה, דער נאך ברי מצוה און דערנאך חתנים כלות

נאך תשרי האט דער רבי אויך דערעט דאן א שיחה פאר די בחורים , געדענק איך תשנ"ב דער לעצטער יאר פאר דער רבי איז געווארען ל"ע ניט געזונט
האט דער רבי שטארק גערעט אז די התמדה אין לימוד התורה דארף זיין ביז אז מען זאל חלומען אין שלאף א פלפול

אין תשמ"ו האט דער רבי אנגעהויבן טיילן דולארן זונטאג
דער ערשטע מאל איז געווען י"א שבט תשמ"ו- דאן איז ניט געווען זונטאג אבער דער רבי האט געטיילט יעדער א דולר יענעם טאג

אבער י"א ניסן - דער רביס יום הולדת איז געווען יענעם יאר זונטאג און דאן אנגעהויבן שטייען אויף די פיס און טיילן דולרין צו יעדער יעדן זונטאג

מיט די יארן איז דער שורה פון מענטשן געווארן גרעסער און גרעסער און דער רבי איז געשטאנען מערערע שעות אויף די פיס און געטיילט יעדער א דולר
און דאן האט מען געקאנט פרעגן דער רבי עפעס, בעטן א ברכה געבן דער רבי אזאך וואס מען האט געוואלט געבען.

דאס איז געווען אנדערש פון לעקאח ערב יום כיפור און הושענא רבה און כוס של ברכה מוצאי יום טוב
וואס דאן איז מען נאר אדורך אהן רעדן אדער בעטן עפעס באם רבי.

דער טאג פאר מיין ערשטע מאל לייגען תפילין איז מיין טאטע אריבער מיט מיר פארן רבי און דערמאנט אז איך הויב אהן לייגן תפילין און דער רבי האט מיר געבענטש איך זאל אויסוואקסן א חסיד ירא שמים און למדן.

אין יאר תש"נ בין איך אריבער דער זונטאג פאר מיין יום הולדת און געבעטן א ברכה און דער רבי האט מיט געבענשט מיט א שנת הצלחה
אין תנש"א בין איך אריבער פארן פארן אין קעמפ און אויך מזכיר געווען וועגן מיין יום הולדת און דער רבי האט מיר געגעבן א דולר פאר הצלחה אין קעמפ און א דולר פאר א שנת הצלחה

חוץ פון די לענגערע שעות דער רבי האט געשטאנען אויף די פיס טיילן דולרן, איז געוען אין די לעצטע צוויי האלב יאר פארן ווערן ניט געזונט ל"ע
האט דער רבי געטיילט צו יעדער קונטרסים פון חסידית א פאר מאל א יאר

פון אלע די חלוקות האט איך נאר געפעלט איינער וואס איך בין געוען אין די בערג אין קעמפ און איך האב ניט געוואוסט באצייטינס
(אנדערע האבו יא געוואוסט און גענומען טקסיס און קארס אנקומען אינצייט פאר די חלוקה.)

דער ערשטע חלוקה איז געווען ערב שבועות תשל"ט דער רבי האט געגעבן יעדער קינד א סידור,
איך דעדענק עס ניט אבאר איך בין אריבער און געקראגן דעם סידור.

דער צוויטער איז געווען י"א ניסן תשמ"ב דער רביס יום הולדת השמונים, האט דער רבי געטיילט תניאס פאר יעדער נאך די פארבריינגען און עס איז אנגעגאנן ביז פארטאגס
איך געדענק אריבער גיין און קריגן דעם תניא פון רבי

(א צוויי יאר שפעטער האט דער רבי געדרוקט נאך אמאל דער תניא און גיהייסן טיילן אין זיין נאמן אבער דאס מאל האט דער רבי ניט געטיילט אליין)

כ חשון תשמ"ח האט דער רבי געהייסן דרוקען די מאמר החלצו פון רבי רש"ב וואס רעט שטארק וועגן אהבת ישראל און ווי שלעכט מחלוקת איז
דער רבי האט געהייסן אויסרופען אז דאס איז פאר מענער איבער 12 און מיידלאך איבער 11

ווען איך בין אריבער האט דער רבי מיר געפרעגט ביסט שוין נאך צוועלף וואס איך האב געענפערט אויף יא

שפעטער פון ערב ראש השנה תש"נ האט דער רבי כמה כומה פעמים דורך דער יאר געטיילט קונטרסים

איינמאל איז געווען יא ניסן תשמט וואס דער רבי האט געטייל קונטרס אהבת ישראל און געהייסן אויסרופען אז דאס איז פאר העכער בר מצוה און איך האב דאן געקראגן
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:41 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

פארוואס איז דא פיקטשערס קליפס ריקארדינג פון א יעדע רבי אדער שיינע איד וואס איז גרייט צו צאלען כל הון רב מבער צו זיין די פיקטשער אז ער איז אמאל געווען אין ליובאוויטש אין פון ניחום אבילם פון רבינו הקדוש מסאטמער זללה״ה איז גארנישט געבליבען???
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

בא ניחום אבלים ביים רבי האט מען ניט גענומען קיין בילדער אדער וידיאו סיי תשכ"ה ווען דער רבי איז געזעצן ל"ע אויף די פטירה פון מאמע און סיי תשמ"ח נאך די פטירה פון דער רבצין
די חסידים האבן געפילט אז עס איז ניט בכבוד צו נעמען בילדער ווען דער רבי זיצט שבעה ל"ע
בכלל אין די ערשטע יארן איז רידאקינג און בילדער ניט געווען ערלויבט עס איז נאר געווען אין די שפעטערע יארן וואס עס איז געווען ערלויבט
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום מוצ"ש נאוועמבער 28, 2020 11:17 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הערליך שיין הרב זאגארניש! ייש"כ פארן מהנה זיין
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שוין בכלל נישט קיין זאג גארניש ער זאגט דאך שיינע זאכן...
דביה תחדי נפשא
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

בעזרת השם ממשיך זיין מארגן
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

חמרא טבא האט געשריבן:שוין בכלל נישט קיין זאג גארניש ער זאגט דאך שיינע זאכן...

זייער שיין
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

א גרויסע שכח zugurnish@.
איך האב עטליכע מאל באקומען א דאללער פון רבי'ן. איין מאל מיין איך אז ס'געווען חול המועד אבער קען זיין איך בין מיך טועה.
ווייסטי טאמער די רבי האט געטיילט חול המועד?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

יא אויב עס איז געווען זונטאג איז דעמאלט איז עס דיר נארמאלע זונטאג דולרים. אויך אלע נעכט פון סוכות האט דער רבי גערעט א שיחה וועגן די אושפיזין פון יענער נאכט. נאכדעם געטיילט דולרים.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

דער רביס פארברענגענס איז געווען א שם דבר,
איך גיי ניט פרובירן געבען א תיאור פון דעם, נאכאמאל איך ברענג נאר מיינע זכרונות.

דער רבי פלעגט רעדן שעות פון דברי תורה, דברי התעוררות, או עניני השעה.
איבער די יארן האט דער רבי גערעט טויזענטע שעות דברי תורה.

אין די פריערדיקע יארן האט א פארברענגען געקאנט אנגיין ארום 8 שעה .

פון די דברי תורה איז געווען מאמרי חסידות, הדרנים אויף מסכות אין ש"ס, ביאורים אויף רש"י, ביאורים אויף רמב"ם, ביאורים אויף זיין טאטעס ביאורים אויף זוהר,
עניני פרשה השבוע און הוראות צו לערנען פון דעם, ביאורים אויף פרקי אבות ועוד ועוד.

{א מאמר חסידות האט דער רבי געזאגט מיט א האנטטיכל ארום געבינדען די האנט כמנהג הרביים (אבער דאס פארשטעלט אונטער די טישטאך
מען האט געזונגען א ספציעלע ניגון הכנה, און דער רבי פלעגט זאגן עס אין ניגון מיוחד און דער עולם פלעגט אופשטיין.

{-אינטרעסאנט באמערקן אז אינאנהויב נאך וואס דער רבי האט געהאט די הארץ אטאק ל"ע שמיני עצרת תשל"ח
ווען דער רבי האט פארבראכט זיינען די דאקטוירים געצען אין בית מדרש מיט א מאניטער אויף דער ערד קוקענדיק ווי דער רביס הארץ גייט
האבן די דאקטוירים געזאגט (עס איז דא וידיאו פון דר ווייס וואס ער דערציילט דאס) אז ווען דער רבי האט געזאגט די שיחות
איז די הארץ געווען זייער ניט גוט, עס איז ארוף און אראפ איו א ווילדער אויפן און ער האט געטראכט בעטן דער רבי ענדיקן די פארבריינגען
אבער ווען דער רבי האט געזאגט דער מאמר חסידות איז די הארץ דעארבעט געהעריג אהן קיין פראבלעם}

דער רבי האט אסאך מאל געזאגט א מאמר אבער ווי א שיחה ניט וועלן מטריח זיין דער עולם אופשטיין,
איינער האט יא אופגעשטאנען יעדער מאל אפילו נאך זיין סטראוק און עס איז עם ענגעקומען שווער- דער רש"ג}

געווען בא פארברענגען פון קינדווייס אוף איך וועל באמערקען אפאר פון די פארברענגענס וואס שטייט מיר אין זכרון

י"א ניסן תשמ"ב דער רביס יום הולדת השמונים - איך האב דערמאנט פריער, די שיחות דעדענק איך ניט איך בין נאר געווען 6 יאר אלט
אבער איך געדענק גוט אריבערגיין נאכדעם און קריגן א תניא פון דער רביס האנט און דערנאך האט דער טאטע מיר געזאגט זאגן ברכות השחר ווייל עס איז שוין טאג.

די פארברענגנס איז געווען אדער שבת 1:30 נאכמיטאג, אדער אין די וואכן 9:30 בא דער נאכט און פלעגט ציען אין מיינע צייטן אין די וואכן ביז 12:30 - 1
אמאל שפעטער פון דעם

אלץ קינד האב איך מערסטינס געזעצן אויפ פלאר לעבן דער רביס בענקול , ערשט פלעג איך האלטן מיין זיידעס פלאץ הינטער דער רבי
דערנאך באם פארברענגען זיצן אויף דער פלאר

געדענק איך למשל דער פארברענגען אין די וואכן ז חשון תשמ"ו דער רבי האט גערעט וועגן א פרוי וואס האט עם געשיקט א בריוו
אז איינער האט איהר געהייסן איבער שיקען א בריוו ער האט איר געשיקט און אויב ניט וועט איהר שלעגט זיין

דער רבי האט געזאגט פארשטייט זאך איך האב איהר געזאגט צו ארויסווארפן דער בריוו און זאך ניט דערשרעקן
אבער דער בעש"ט האט דאך געזאגט אז אלץ וואס מען הערט איז א הוראה אין עבודת השם האט דער רבי געזגאט זאלן אלע שיקען בריוו צו זייער באקאנטע און בעטן זיי שיקען צו זייער 10 ברקרנטע א שטיקל פון רד"ק און נאך ספרים הקדושים וואס ברענגען ארויס ווי מען דארף בעטן און ווארטן אויך די גאולה

אדער דער פארברענגען שבת נאך פורים תשמ"ה וואס איז געווען זייער א פריילעכער און דער שמש פון שול ר' אשר סאסאנקע
וואס איז געזעצן לאנג אין תפיסה אין רוסלאנג איז אופגעשטאנן און דערציילט עשות וואס איז עם געטראפן אים תפיסה

געדענק איך די פארברענגען פון שבת טז אלול תשמ"ו דער רבי האט גערעט אז נעכטען איז געווען טו אלול דער טאג וואס דער רבי רש"ב
האט מייסד געווען די ישיבה תומכי תמימים און אין 770 איז שא שטיל - איך האב געמיינט זאגט דער רבי אז איך וועל זען 770 דיין חאדארם
אבער לפועל איז ניט אזוי און דער רבי האט געבעטן מען זאל שטארק פייערן דעם חשובען טאג

אדער דער פארברענגן שמחת תורה תשמ"ז פאר הקפות וואס דער רבי האט מבאר געווען דער לעצטער רש"י פון חומש "לעיני כל ישראל "
וואס זאגט רש"י איז די גרויסע נפלאות וואס משה רבינו האט געטאהן לעיני גל ישראל- ברעכן די לוחות

וואס איז אינגאנצען ניט פארשטאנדיק דאס איז די גדלות פון משה?

נאר רש"י זאגט פריער אין חומש אז רש"י האט געבראכן די לוחות משל פון דער פרוי וואס האט מזנה געווען האט דער שושובינין צוריסען די כתובה
אז דער חטא זאל זיין לייכטער דערפאר האט משה צוברעכן די לוחות די כתובה פון אידן מיטן אויבערשטען אזוי איז די חטא העגל ניט אזוי הארב

האט דער רבי אויסגעבראכען אין א שטארקע געוויין און דערעט שטארק אז דאס איז די אהבת ישראל פון משה גרייט ברעכן די לוחות מעשה ידי הקב"ה
נאר צו ראטעווען אידען וואס האבן געזינדיקט

די פארברענגעןס אין חודש טבת תנש"א וואס דער רבי האט גערעט וועגען די שואה וואס די צאל אומגעקומענע און די געפערליכע יסורים איז עפעס העכער פון אונזער פארשטאנד
און קאן נאר גיין אין די גדר פון "שתוק כל עלה במחשבה"

אדער שבת ויקרא ה ניסן תשמ"ז אלאנגע פארברענגן וועגען שער הפטורה פון יענער וואך "עם זו יצרת לי תהילתי יספירו "
די טייערקייט פון יעדער איד

איינער פון די זאכן וואס איז געווען ביי פארברענגען איז צווישן די שיחות האט מען געזונגען חסידישע ניגונים
און אפט פלעגט דער רבי מעודד זיין מיטן האנט צו זינגען שטארקער

און אפאר מאל אויך אופשטייין און טאנצען

בא מיר איז די צייט וואס דער רבי פלעגט אופשטיין איז געווען בא מיר זייער טייער, איך פלעג ציילן אין מיין יומן ווייפול מאל דער יאר דער רבי האט אופגעשטאנען
(ביז איך האב געהאט א שריפה און דער יומן איז פארברענט האב איך אופגעהערט שרייבן)
איך געדענק נאך אין יאר תשמ"ו איז געועען 6 מאל מאל, תשמ"ז 4, תשמ"ח 13 און אינמיטן תשמ"ט איז געווען דער שריפה האב איך אופגעהערט שרייבן און ציילן

עס איז געווען א גרויסער שמחה און דער עולם איז אלע אופגעשטאנען און געטאנצט ווען דער רבי איז אופגעשטאנען

המשך יבוא בעזרת השם
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

יישר כח הרב זאגארניש זייער אינטערסאנט, האלט זיך נישט צוריק פון שרייבן בכלל דאס לעבן פון חסידי ליובאוויטש אין קראוןהייטס
א'מונה ב'טחון ג'עלט
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

ניט זיכער וואס איר מיינט אבער איך האב טאקע אופגעהאדעוועט אין קראון הייטס און געלערנט מערסטע יארן אין קראון הייטס
אבער א יאר נאך די הסתלקות האב איך געלערנט א יאר אין איינגלאנד א יאר אין פראנקרייך
און זינט א צוויי יאר נאך די חתונה לעב איך ניט אין קראון הייטס שוין נאנט צו צוואנציק יאר
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

ממשיך זיין וועגן די פארברענגעןס

געווען פארברענגענס וואס מען האט געוואוסט פון פאראויס און געווען פארברענגענס וואס מען האט נאר אויסגעפונען די לעצטע סקונדע
למשל געדענק איך פארברענגען ל"ג בעומר תשמ"ו נאכן קומען צוריק פון די אוהל און נאך מעריב אזייגער 10 ביינאכט האט דער רבי געמאלט אז עס גייט זיין א פארברענגען

יענער פארברענגען האט דער רבי שטארק גערעט וועגן מאנען די גאולה און דער עולם האט שטארק געזונגן וויי וואנט משיח נאו
און דער פארברענגען האט געענדיקט מסתמה 2 2:30 אינדערפרי

שבת אויך איז שבת מברכים איז געווען יעדער מאל א פארברענגען
ווייל ווען דער רבי איז אנגעקומען קיין אמעריקא האט דער רבי ריי"צ געבעטן דער רבי פארברענגען יעדער שבת מברכים
פון דאן ביז דער רבי איז געווארען ל"ע ניט געזונט כ"ז אד"ר תשנ"ב האט דער רבי פארבראכט שבת מברכים
(אין תשל"ח נאך די הארץ אטאק האט דער רבי פארבראכט מוצאי שבת אנשטאט שבת פאר צוויי יאר)

אין מיינע יארן ווי האט מען געוואוסט אז עס גייט זיין א פארברענגען שבת אז דער רבי איז אריין שבת צום דאווענען איז הרב גראנר געשטאנען לעבן ארון קודש און דער רבי וועט עם זאגן עס גייט זיין א פארברענגען

איך געדענק שבת שבועות תשמ"ט וויבאלט אז יו"ט דער רבי פארברענגט סוף טאג מיט וואשן פאר א סעודה האט ניט געדארפט זיין א פארברענגען 1:30 ווי יעדן שבת
דער גבאי האט טועה געווען און מכריז געווען א פארברענגען 1:30 האט דער רבי געזאגט אז מהאט שוין ארויסגערופן שאל זיין אזוי און פארבראכט ביידע מאל

שבת י"ב סיון תנש"א איז נאך דער פארברענגען 1:30 צום סוף טאג איז דער רבי אריין פלוצלענג צום א צווייטע פארברענגען
לכבוד יב סיון סיום ימי התשלומין פון שבועות, איך בין דאן ניט געווען איך בין געגאנגען חזרן חסידות אין א שול צו מנחה , און איך בין אנגעקומען נאך שבת

נאך דער רביצין איז אוועק אין כ"ב שבט תשמ"ח האבן כמה וכמה דברים געביטן איינער פון די זאכן אז זינט נאך די שלושים האט דער רבי פארבראכט יעדן שבת

אויך שיחת אין די וואכן איז געווען אפט, און דאס האט מען ניט געוואוסט פריער
רון נאך מעריב אדער מנחה אז דער רבי האט געזגאט אז ער וועט רעדן איז דער שבת אלארם אין קראון הייטס געפייפט האט מען געוואוסט אז דער רבי רעט
אדער מען איז געלאפן אין 770 אדער געהערט אויפן הוק אפ

חוץ פון די שבת פארברענגען פלעגט מען יעדן שבת שטופן הערן דער רבי זאגן מפטיר,
דעשען אז דער רבי פלעגט ווויינען באם מפטיר

אויך האט דער רבי מגיה געווען א שיחה געקליבען אהן ענין פון א שיחה אדער כמה שיחות פון פאריקע יארן
פאר ידעער שבת די לקוטי שיחות און שפעטער האט מען עס געדרוקט אין די ספר לקוטי שיחות

אויך אין לעצטע יארן האט דער רבי מגיה געווען די פאריקע שבת שיחות און עס איז ארויס מוגה

אויך פון צייט צו צייט איז ארויס אין לעצטע יארן א מאמר חסידות פון רבי מוגה

אזוי איז די לעבן געווען ארום 770 צי די שבת פארברענגען, צי א שיחה אין וואך צי אקונטרס דער רבי האט געטיילט
צי אנייער מבצע דער רבי האט גערעט וועגן

המשל יבוא אי"ה
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

א שיינעם דאנק הרב @זאגארניש פאר די שיינע און אינהאלטסרייכע אויטענטישע באשרייבונג פונעם לעצטער ליובאוויטשער רבי זי"ע.
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

ווי איך פארשטיי זענט איר א שליח, ביטע קומט אריין אין די נושא פון שליחות
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

1)לאמיר טאהן איין זאך אויף אמאל
2) אין ארבעט אין א מוסד חינוך אין ערי השדה
3) ניט זיכער איך בין פעהיג דאס קאנען טאהן חוץ פון די כללות דיקע ענין
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8785
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וויאזוי קענסטו אזא גוטן יידיש?
דוכט זיך אז אין ליובאוויטש פון היינט איז שוין יידיש נישט אזא גאנגבארע ארטיקל.
אולי אני טועה - ביטע קום אריין מיט מער אינפארמאציע
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איז עס שוואכער היינט ווי ווען איך בין געווען א בחור אביסעל איבער צוואנציג יאר -יא.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

ביים רבין איז דורך יאר געעוען אסאך ספציעלע צייטן
עס איז דא תשרי און דא חנוכה, פורים צי פסח, אדער חסידישע יומי דפגרא

אבער תשרי חודש השביעי אויך מיט א שין (פינטלע פון לינקע זייט) מושבע= אנגעזעטיקט מיט השפעות

חודש תשרי האט מען שוין געפילט אין סוף אלול דער רבי פלעדט שרייבן בריוו לכל בני ובנות ישראל
וועגן די אנדייט פון די ימים טובים,
אסאך אורחים פלעגן קומען פאר תשרי ספציעל פון ארץ ישראל,
איינער םון די אורחים קבועים איז געווען הרב אברהם הערש כהן פון ירושלים
און הרב משה גרינברג פון בני ברק וואס האט געזעצן אין טורמע אין רוסלאנד מערערע יארן און געשריבן א מחזור אין תפיסה פון זכרון
רב מענדל פוטערפאס דער באוואוסטער משפיע וואס איז געזעצן אין רוסלאנד טורמע יארן לאנג

ר' זושא פארטיזן וואס איז געווען א פרטיזן אין די מלחמה יארן, ער פלעגט אלעמאל מעודד זיין די זינגען און געווען א לעבעידיקע מענטש

ער איז אוועק סוכות אין סוכה, יענעם ערב סוכות איז ער אריבער ביים רבי און געקראגן ד' מינים - ווי דער רבי פלעגט געבן א רשימה פון מענטשן
אבער יענעם יאר האט דער רבי עם ניט געזאגט "ממשיך זיין על כל השנה כולה" - וואס דער רבי האט געזאגט אנדערע
א צוויי נעכט שפעטער איז ער אוועק

ר' משה ירוסלבסקי געעוען אחראי אויף די הכנסת אורחים פאר די מערערע געסט דער רבי האט עם שטארק מכיר טובה געווען אויף דעם
(ער האט אמאל געשריבן צום רבי אז ער וועט געבן עסן צום אורחים ביז אדר"ח חשון
ענפערט איהם דער רבי "ב' דר"ח טאר מען אויך ניט פאסטען"...

דער רבי פלעגט קומען די ערשטע נאכט אין סוכה פון די אורחים און זאגן א שיחה פאר זיי און ר' געבטן אז ר' משה זאל גיין פאראויס אלץ מארח

אין די ערשטע יארן האט מען געגעבן דעם קוויטל _(פ"נ אין ליובאוויטש שפראך) ערב ראש השנה, און דער טאג איז געווען זייער געפאקט
דער רבי פלעגט פארן נאכדעם צום ציון פון רבי ריי"צ
אמאל איז געוען אזוי שפעט- אין תשי"ז האט דער רבי געדארפט גיין צו פוס פון אטלאנטיק אוועניו אין בראנזוויל ביז קראון הייטס

אזוי אז די שפעטערדיקע יארן האט מען מסדר געווען אז מען גיט עס נאך סליחות די ערשטע נאכן א 2:00 אינדערפרי
ראש השנה איז די הויכטפונקט תקיעות

תקיעות רעט זיך ארום אסאך וועגן קרוינען דעם קעניג , קבלת המלכות און עס איז געווען א ערסטע צייט ביי די רביים
זיי פלעגן ניט רעדען אפילו ביי די סעודות (אפשר אביסול)

באם רבין איז תקיעות געוען די הויכטפונק ווייל דער רבי איז געווען די בעל תוקע פון תקיעות מיושב
איך האב געהאט די זכיה האבן א גוטע פלאץ און געזען און געהערט תקיעות זייער גוט תשמ"ט, תש"נ תנש"א, תשנ"ב.

(אין די פריערדיקע יארן פלעגט דער רבי בעטן די יוצאי רוסיא שטייען לעבן עם ביי תקיעות)
דער רבי איז געקומען צום בימה מיט דריי פעקלעך וואס מען האט קיין אנהונג ניט וואס איז געווען אינעווייניג
(מען פלעגט זאגן עס איז קוויטלאך אבער קיין הוכחה אויף דעם איז ניטא)

און האבן א האנטטיכל פון צמח צדק אמאל איז עס געפאלן און דער גבאי ר' לייבל גראנער איז צוגעלאפן אופהויבן און דער רבי האט עם געוויזן אז ער זאל דאס ניט אנרירן
דער צווייטער גבאי האט ניט באמערקט און אויך צוגעלאפן און דער רבי האט עם געוויזן ניט אנרירן

אויך געהאט כמה שופרות צווישן זיי פון צמח צדק און רבי מהר"ש און פון זיין טאטע

דער רבי האט גענומען די טלית איבער זיין קאפ און די פעקלאך מיט די שופרות וכו' פאר אביסל צייט
אנדערע טענהן דער רבי האט געזונגען א ניגון דאן

דער נאך געזאגט די פסוקים פאר די תקיעות מיט אספציעלע ניגון (אביסל ענלאך צו ווי דער רבי רש"ב האט געזונגען)
בא יתוודה בלחש האט דער רבי ווידער געלליגט די טלית איבערן קאפ מיט די פעקלאך

געוען יארן וואס דער רבי האט דעהאט שוועריקייטן בלאזן
איך געשענק די לעצטע יאר תשנ"ב איז געווען זייער גרינג אהן קיין שוועריקייטן
נאכן תקיעות פלעגט דער רבי גיין צוריק צו זיין פלאץ און ארומדרייען ווייל עס איז א גרויסער ענין זען דער רבי דער בעלתוקע דאמאלט

תשליך איז אין די ערשטע יארן ביז תשכז איז דער ברי געגעאנגען מיט די חסידים צו באטאניק גארדענעס
אין יאר תשיז דאכט זאך האט גערעגנט און עס איז געווען פארשפארט
האט דער רבי איבער געקראכן די גדר צוזאמן מיט די חסידים און געטאן תשליך

סוף יום טוב האט דער רבי געוואשן און פארבראכט, מען פלעגט זינגן אלע רביים ניגונים און נאך מעריב און הבדלה האט דער רבי געטיילט כוס של ברכה

ו' תשרי איז דער רבי מוטערס יארצייט
דער רבי פלעגט פארברענגען און מאגן א סיום אויף א מסכת און זאגן א הדרן , גערעט וועגן דער מאמע ווי זי האט געהאט מסירת נפש גיין אין גלות מיט איהר מאן
דער טאטע פון רבי און עם העלפן דארטן , אויך געפונען "בעריז" אז דער רבי טאטע זאל שרייבן זיין חידושי תורה אויף זיין חומש תניא און זוהר
דער רבי האט געדרוקט און בא פארברענגען האט ער מבאר געווען די זאכן זיין טאטע האט געשריבן און עס איז געדרוקט די סט "תורת מנחם תפארת לוי יצחק"

צו כפרות איז דער רבי ארויס אין חצר און געברענגט דעם האן צום שוחט הרב ישראל שמעון קלמנסון
(ער פלעגט אויכט טאן שפעטער מלקות)
ערב יו"כ האט דער רבי געטיילט לעקאח און שפעטערע יארן האט מען עס געמאכט א פאר טעג פריער אויף די יארצייט ו תשרי

פאר כל נדרי האט דער רבי ארויס ספציעל צו די בחורים און געבען זיי ברכת הבנים אנו=הויבן מיט וידבר , יברך וכו'
און רעדן א ספציעלע שיחה פאר די בחורים
איך האב געהאט די זכיה זיין דארטן זינט נאך מיין בר מצוה פון תשמ"ט

געווען הרב חיים שמריהו גורארי פון תל אביב א קאזין פון די רש"ג ער פלעגט קויפן פתיחת הארון צו כל נדרי און נעילה
און אויף שבת בראשית ווען מען האט פארקויפט די מצות האט ער געבעטן דער רבי א ברכה ער זאל קומען נעקסטן יאר אויך
תשד"מ האט דער רבי ניט געענפערט האט דער גבאי דאכט זאך געפרעגט נאכאמעל ביז דער רבי האט געגעבן א ברכה
נעקסטן יאר איז ער אנגעקומען אבער ווען ער איז צוגעגיינגען עפענן דעם ארון איז ער אווער אין שול גלייך פאר כל נדרי
איך געדענק זיין אין שול דאמאלט.

דער הויכטפונק פון יום כיפור באם רבי איז געווען אין מיטן קדיש ביי סוך נעילה פלעגט דער רבי ארוף גיין אויך ספציעלע טרעפ
און מעודד זיין שטארק די נגינה פון "נפליאנס מארטש" אלץ א מארטש נצחון אז יכער האט מען געחתמט געווארן פאר א גוטע יאר

דער זמן איז געוען זייער טייער און די אופן דער רבי האט מעודד געווען מיט די האנט איז געווען לעילא ולעילא

המשך יבוא אי"ה
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אפשר דערציילט איר איבער ר' לייבל גראנער ע"ה
פון די ווידעאוס זעהט ער אויס ווי א גרויסע תמים און ערליכע איד
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דער זאג גארנישט, זאגט גאר פיל. אויב איז דאס גארנישט, דאן וואונדער איך זיך וואס איז דאס יא רעדן.
הערליך שיין און כראנאלאגיש, מיט א אריגינעלן טעם
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

ער איז געווען זייער איבערגעגעבענע גבאי, אנגעהויבן נאך אלץ בחור ווען דער רבי געווארן רבי,
און במשך פון יארן געווען מסור ונתון
צווישן די ארבעט איז געוען צו זעהן בא יחדיות מען זאל ניט זיצן לאנג און געדארפט בעטן ארויס גיין
אזוי אויך שפעטער ביי חלוקת הדולרים און קונטרסים געדארפט מאכן זיכער מעט רעט ניט לאנג און מען גייט ווייטער
אריינגברענגען צעטלאך מיט שאלות און געבן די ענפערס דעבן צו די וואס האבן געפרעגט

ער האט אויך געארבעט אין הוצאת ספרים קה"ת און צווישן שי ספרים געמאכט "ספר המנהגים חב"ד"

חוץ פון גבאי האט עם דער רבי געמאכט מיט נאך צוויי חברי ועד המסדר" אין 770 צו מאכן זיכער עס איז דא סדר ביים דטווענען פארברענגן און הקפות , חלוקות וכו'
נאך דער רביס הארץ אטאק אין תשל"ח ל"ע איז ער געווארן מער משמש אויך
ספציעל אין תשל"ח איז ער ניט אהיים נאך די הארץ אטאק ער מיט די אנדערע מזכירים אויך נאך דער סטראוק ך"ע אין תשנ"ב געווען לעבן רבין און געהאלפן אלץ וואס מען האט געדארפט

ער איז געווען א תלמיד חגם, און אפט האט עם דער רבי געפרעגט נאכן פארברענגן האסט ניט קיין שאלות?

האט ער אפט געשריבען דער רבי שאלות אויף די רייד באם פארברענגען
איך בין געווען א שכן זיינע א פאר יאר
ער איז ליידער אוועק ל"ע פון קראנא ערב פסח
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

zugurnish האט געשריבן:ער איז געווען זייער איבערגעגעבענע גבאי, אנגעהויבן נאך אלץ בחור ווען דער רבי געווארן רבי,
און במשך פון יארן געווען מסור ונתון
צווישן די ארבעט איז געוען צו זעהן בא יחדיות מען זאל ניט זיצן לאנג און געדארפט בעטן ארויס גיין
אזוי אויך שפעטער ביי חלוקת הדולרים און קונטרסים געדארפט מאכן זיכער מעט רעט ניט לאנג און מען גייט ווייטער
אריינגברענגען צעטלאך מיט שאלות און געבן די ענפערס דעבן צו די וואס האבן געפרעגט

ער האט אויך געארבעט אין הוצאת ספרים קה"ת און צווישן שי ספרים געמאכט "ספר המנהגים חב"ד"

חוץ פון גבאי האט עם דער רבי געמאכט מיט נאך צוויי חברי ועד המסדר" אין 770 צו מאכן זיכער עס איז דא סדר ביים דטווענען פארברענגן און הקפות , חלוקות וכו'
נאך דער רביס הארץ אטאק אין תשל"ח ל"ע איז ער געווארן מער משמש אויך
ספציעל אין תשל"ח איז ער ניט אהיים נאך די הארץ אטאק ער מיט די אנדערע מזכירים אויך נאך דער סטראוק ך"ע אין תשנ"ב געווען לעבן רבין און געהאלפן אלץ וואס מען האט געדארפט

ער איז געווען א תלמיד חגם, און אפט האט עם דער רבי געפרעגט נאכן פארברענגן האסט ניט קיין שאלות?

האט ער אפט געשריבען דער רבי שאלות אויף די רייד באם פארברענגען
איך בין געווען א שכן זיינע א פאר יאר
ער איז ליידער אוועק ל"ע פון קראנא ערב פסח

כ׳האב אסאך שעות געהערט פון אים ביי אים אין אפיס. זייער א געשמאקע מענטש געווען. אסאך פארציילט.
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

אגב, שלא מענין - כ׳האב נישט געטראפן אן אנדערער פלאץ וואו דאס צו שרייבן,כהאב מיר געקויפט דעם פארגאנגענעם ערב שבת דאס ביכל ״סאמארקאנד״ געשריבן דורך הרב הלל זאלצמאן. וואף, איז דאס אויסטערליש. עס איז די געשיכטע פון חסידי חב״ד אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג אין רוסלאנד, בפרט אין סמארקאנד אוזבעקיסטאן.

די בוך איז עפעס שלא מעולם הזה. כ׳האב נישט אראפגעלייגט דעם ביכל ביז כהאב דאס גענדיגט מדאשקע לדאשקע. די דראמאטישע איינצעלהייטן, אויססטערלישע מסירות נפש, העלדישע קאמפן פאר אידישקייט, האר אויפשטעלנדע געשיכטעס און איבער אלעם די מוסר, חסידות און יראת שמים וואס גיסט זיך פון די בלעטער איז עפעס ספעציעל.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

יא דער מסירת נפש איז דאן געווען, און נאכמער פאר די חסידים האבן געשווערצט די גרעניץ
האט מען געלערנט אין באהאלטענע חדרים און ישיבות
און די קאמוניסטין האבן ארעסטירט און געהארגט רח"ל אסאך מטובי החסידים הי"ד

אויך דער מעשה אליין פון שווערצען די גרעניץ פון איבער טויזנט ליובאוויטשע חסידים איז געווען פול מיט מסירת נפש,
ווי דערציילט אין לשון קודש אין ספר "פעילות חוצה גבולות, און נאך פלעצער
דורך המשפיע ר' יונה ע"ה פולטאווער, ר' מענדל פוטערפאס ע"ה מרת שרה ע,ה קצנלבויגן מיט ר' לייבל מוצקין ע"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”