נסיעת ידידים השנית (א' וישלח תש"ע) מאונט ציון סעמעטערי

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

געווען דערביי
היינט שוין א שטיקל נאסטאלאגיע
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

טאגבוך פון יענע נסיעה. זיסע זכרונות.

זעה דא: טאגבוך א' וישלח תש"ע
לחיים ולברכה!
aaw5952
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: חסידי סקווירא באמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

א גוט ווארט האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 28, 2009 9:20 am
בן בוזי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 28, 2009 8:48 am
ווידעראום אין די חלקה פון ר' איציקל בארא פארקער ליגן עטליכע אלטע סקווערער חסידים. (ס'איז נישט קיין ראי' לדבר אבער זכר לדבר זיכער).
נאר ר' אביגדור באטניק, מיט ר' חיים אייזיק קרסניאנסקי וואס זיין ווייב ליגט שוין דארט פון א 10 יאר פריער, און אפשר נאך איינער.
ר' אביגדור באטניק איז נאך געווען בײ ר' איציקל סקווירא. במשפחת סקווירא פלעטבוש זאגט מען ר' אביגדור האט געגעבן פון די ערשטע א קוויטל פאר ר' דוד'ל סקווירא, בשעת די ברידער זענען נאך געווען צוזאמען. אױך פארציילן זײ, פון די ערשטע שאלות וואס סקווירא רבי ז"ל האט געפרעגט האדמו"ר מסקווירא פלעטבוש ז"ל ביים אנקומען קיין אמעריקע איז אויב ר' אביגדור לעבט נאך (ר' אביגדור האט שוין נישט געלעבט). ווי עס שטייט דא האט ר' אביגדור געהאט א זין וואס איז אוועק בחייו, אין אמעריקא איז ר' אביגדור געווען פארנומען צוזאמשטעלן געלט פאר די אייניקלעך יתומים. עס זענען געבליבן פון ר' אביגדור שומרי שבת.
ר' משה גיטעלמאן איז נאך א יוד וואס איז נאך געווען בײ ר' איציקל סקווירא, אין אמעריקא האט ער זיך געדרייט בײ ר' איציקל מסקווירא ב"פ ז"ל, ער ליגט אויך אינטערן אוהל פון ר' איציקל מסקווירא ב"פ. פון אים איז ליידער דערווייל נישטא קיין שומרי שבת.
ר' חיים אייזיק איז ארויס געקומען היפש נאכ'ן פטירה פון ר' איציקל מסקווירא ב"פ, אבער האט זיך געדרייט אין זיין בית מדרש אויף 47 סטריט אין ב"פ און איז געווען פאראינטערסירט איבער ר' איציקל. פון ר' חיים אייזיק איז דא חסיד'שע דורות.
עס איז אויך געווען פון די גאלדענברויט משפחה (ר' חיים, גבאי ביי ר' איציקל מסקווירא-ב"פ און איז ארויס געקומען מיט אים קיין אמעריקא, א ברידער פון ר' ברוך (כידוע), גבאי בײ ר' איציקל קישינעווער, זון פון ר' זיידל שוחט) וואס האבן געדאווענט אונעם סקווערער קלויז אויף סאוט סעקאנד. דאכט זיך ר' חיים האט נאך געדאווענט אויף סאוט סעקאנד ביז גאר שפעטער.
דא און דא איז דערמאנט איבער נאך עמיצער, פאטיל/פאטי בורשטיין, א סקווירא חסיד פון דערהיים, וואס האט דאכט זיך אלס קליין קינד געזען ר' איציקל סקווירא ז"ל, אין אמעריקא איז ער געווען פון די משוררים בײ ר' איציקל מסקווירא-ב"פ.
לעצט פארראכטן דורך aaw5952 אום דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 8:50 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
aaw5952
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: חסידי סקווירא באמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

שורה 25 ר' חיים גאלדענברויט ביים אריין קומען קיין אמעריקע פון ענגלאנד. זע דא נאך דעטאלן.
Olympic Sailing Southampton-NY 08.jpg
Olympic Sailing Southampton-NY 08.jpg (385.54 KiB) געזען 92 מאל
Olympic Southampton-NY Arrival 08.jpg
Olympic Southampton-NY Arrival 08.jpg (389.12 KiB) געזען 92 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”