סאדאם חוסעין האט געשריבן:סידיראם האט געשריבן:מיין חבר האט א שאלה. יעדע מוצאי שבת עסט ער פליישיג'ס ביי מלוה מלכה כמנהג פשעווארסק, ווי באקאנט פלעגט רבי איציקל זאגן אז ווער עס עסט יעדע וואך מעג עסן אפילו מוצאי שבת חזון. האט ער א שאלה צו מוצאי תשעה באב די יאר וואס מען גייט זיך דאן וואשן מלוה מלכה, צו דעמאלס מעג מען אויך עסן פלייש, אדער איז מוצאי תשעה באב הארבער.
ניין מוצאי תשעה באב איז גרינגער, אבער איך גלייב שווער אז ר' איציקעל זאל האבן געזאגט אזא מימרא קעגן די הלכה, אפשר רעדט ער פון די שריים פון שבת על פי הבני יששכר, וכדו' אזא היתר,
ר' איציקעל האט נישט עוקר געווען קיין סעיף בשלחן ערוך.
ר' איציקל האט טאקע נישט עוקר געווען קיין סעיף בשולחן ערוך. און דאכט זיך מיר אז ער האט בעסער געקענט שולחן ערוך ווי סאדאם חוסעין און האט פארשטאנען אז די שולחן ערוך רעדט נישט פון איינער וואס איז מקפיד יעדע וואך צו עסן פלייש ביי מלוה מלכה, וואס דאן ווערט דאס גערעכנט אלס א המשך צו די שבת, און אלס סעודת מצוה. (אויב איך געדענק גיט ווערט דאס אויך דערמאנט אין ספר אוצר הלכות)
עס איז מיר א שטיקל פלא אז אזא ידען ווי דיר זאל נישט וויסן די ווארט פון רבי איציקל, גיי נאך היינט אריין אין פשעווארסק (אין וויליאמסבורג איז אויך דא א פשעווארסקע ביהמ"ד מיט א מלוה מלכה יעדע וואך) וועסטו טאקע זעהן א מעשה רב אז מען גיבט פליישיג'ס. און אזוי פירט מען זיך נאך היינט צוטאג'ס ביי נכדו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אז ביי מלוה מלכה יעדע וואך גיבט מען פלייש "אויך מוצאי שבת חזון" היות מען עסט יעדע וואך. (הגם כ"ק אדמו"ר שליט"א אליין עסט נישט קיין איין וואך קיין פלייש ווייל ער פארנעמט דאס, ער האט פון דעים א קבלה פון זיין זיידע, אבער פאר'ן עולם גיבט מען יעדע וואך אויך שבת חזון)
ועוד יותר, רבי איציקל פלעגט זאגן אז אפילו אויב איינער עסט נישט יעדע וואך קיין פלייש, אבער אויב מוצאי שבת חזון נעמט ער זיך פאר צו עסן פלייש ביי מלוה מלכה יעדע וואך, דאן מעג ער שוין עסן פלייש פון יעצט און ווייטער.