על חטא. א הסבר מיט א פירוש אויף א יעדע עקסטער

ספרי קודש אויפן וועב

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות כ'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בכחש ובכזב

בכחש - געלייקענט וואס מ'האט געטוהן אדער וואס איז געווען, געלייקענט ח"ו אינעם אייבערשטען אדער אין א פקדון. בכזב - צוגעזאגט און נישט מקיים געווען (עיון תפלה)

בכחש - מ'איז שולדיג געלט און מ'לייקענט דאס, געגענאגען צו דין תורה און געזאגט דארט ליגענט, וכ"ש אויב דורך דעם ליגענט האט מען גאר געוואונען דעם די"ת. בכזב - צוגעזאגט אויף אן אופן וואס דורך דעם ווערט מען מחוייב און נישט מקיים געווען, גערעדט אחד בפה ואחד בלב, גערעדט ליגענט, וכ"ש אויב דורכדעם איז געקומען שלעכטס אויף א צווייטן (פני ארי')


על חטא שחטאנו לפניך בכפת שוחד

געצוואונגען צו נעמען שוחד (עץ יוסף)

אין דעם איז נכלל סיי דער דיין וואס נעמט שוחד, און סיי דער נידון וואס געט שוחד (פני ארי')

סיי דורך געלט, סיי דורך ווערטער, אדער אפילו סתם טובות (עיון תפלה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות ל'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בלצון

געמאכט ליצנות פון מענטשן, פון דברי תורה, פון א מצוה, פון איינער וואס איז מקיים א מצוה. זיך אוועקגעשטעלט מיט מענטשן וואס רעדן נישט קיין דברי תורה אדער דברי מצוה נאר סתם פוסטע רייד, וואס דאס הייסט א מושב לצים (פני ארי')


על חטא שחטאנו לפניך בלשון הרע

דערציילט שלעכטס אויף א מענטש, אפילו אמת (עיון תפלה)

גערעדט שלעכטס אויף איינעם סיי בפניו סיי שלא בפניו, אפילו נאר מצער צו זיין אדער דערשרעקן אדער סתם פאר א ווערטל. מ'האט מקבל געווען לשון הרע, געטוהן א מעשה צוליב דעם לשון הרע, גורם געווען בזיונות פאר א צווייטן, וכ"ש מלשינות (פני ארי')

אבק לשה"ר - לשה"ר ברמז, אדער דערציילן צו שטארק די לויב פון א צווייטן וואס דאס איז גורם אנדערע זאלן איהם אוועקמאכן (עיון תפלה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות מ'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך במשא ובמתן

נישט געהאנדעלט ערליך, און שאדן געטוהן פאר א צווייטן (עץ יוסף)

אויסגעלויבט זיין אייגענע סחורה און אוועקגעמאכט א צווייטענס סחורה, גענומען טייערער ווי די עכטע פרייז, מ'פרעגט פרייזן בשעת ווען מ'האט אפילו נישט קיין געלט צו קויפן, נישט מדקדק געווען אין די מאס, נישט געווען נזהר אין השגת גבול, צוגעוואוינט קינדער צו קויפן ביי איהם מער ווי ביי א צווייטן, גע'חנפ'עט דעם קונה מיט ווערטער, געווען פון די יושבי קרנות, זיך גערעגט אויף די קונה ווען יענער האט נישט געוואלט געבן וויפיל ער בעהט, זיך פארזוימט צו צערייסן א באצאלטע שטר (דובר שלום)

אלע מיני אונאת ממון, צוגעדעקט פעלערן פון א חפץ, צוגעפוצט אלטע חפצים שאלן אויסזעהן ווי ניי, אויסגעמישט איין סארט פירות מיט אנדערע, עובר געווען אויף פעלער ווי ס'איז פארהאן א מי שפרע, זיך באנוצט מיט א משכון ווען מ'טאר נישט, געבארגט אן רשות (פני ארי')

חטאים אין געלט זאכן וואס מענטשן זענען זיך אליין מורה היתר (עיון תפלה)

במשא - דורך די עבירות האט מען צוגענומען כוחות פון די קדושה, ובמתן - און דאס געגעבן פאר די טומאה רח"ל (תפארת עוזיאל)


על חטא שחטאנו לפניך במאכל ובמשתה

נישט געווען געווארענט ריכטיג אין נטילת ידים, אין ברכות, אין מאכלות אסורות, אין עסן געזונטערהייט, אין זיך אויפפירן איידל בשעת'ן עסן, אין די תעניות, אין געבן פון די אייגענע עסן פאר ארעמעלייט (עיון תפלה)

ס'האט זיך געמאכט א שאלה אויף די עסן וואס מ'איז געוואר געווארן ערשט נאכ'ן עסן, נישט געווען געווארענט צו פרעגן א מורה הוראה יעדע שאלה וואס האט זיך געמאכט אויף די עסן, נישט געווען געווארענט אין ווערים, געגעסן אדער געטרינקען אן א ברכה, פארגעסן צו בענטשן אדער מאכן א נאך ברכה, געגעסן פון א צווייטענס סעודה ווען יענער האט נישט געהאט גענוג פאר זיך, געמאכט ברכות אן כוונה (פני ארי')

געגעסן פון א סעודת הרשות, געגעסן אשער געטרונקען חוץ לסוכה (עץ יוסף)
לעצט פארראכטן דורך לוי יצחק אום מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 11:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות נ'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בנשך ובמרבית

נשך כסף, נשך אוכל, רבית קצוצה, אבק רבית, הערמת רבית, רבית מוקדמת, רבית מאוחרת, געבן רבית, נעמען רבית, עדות אדער ערב אדער פארהאנדלער אין אן הלואת רבית (עיון תפלה)

אבית מיט ווערטער, רבית מיט כבוד (שיח יצחק)

נשך - דורך די עבירות האט מען אראפגעביסן פון די קדושה, מרבית - און דאס פארמערט צו קליפות (תפארת עוזיאל)


על חטא שחטאנו לפניך בנטית גרון

מיט א גאוה וואס דערקענט זיך אויך פון אינדרויסן דורך זיין פירינג און תנועות, גייט עקב בצד אגודל, זיצט נאר אנגעליינט, רעדט נאר מיט אנשים מכובדים און נאר קורץ, בעהט כבוד און טאמער מ'געט עס איהן נישט רעגט ער זיך, גייט מיט א קומה זקופה (פני ארי')

אלע מיני גאוה, רעדט ברייטע שפראך, בארימט זיך, לויבט זיך אליין אויס, זיך אליין מחזיק טובה, קופץ בראש, נעמט זיך אליין דעם טיטל, פירט זיך מיט א סלסול, האט ליב כבוד און לויפט עס נאך, גס לבו בהוראה, גלייבט אין זיך אליין (עיון תפלה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות ס' (שׂי"ן שמאלית)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בשׂיח שפתותינו

גערעדט שלעכטס אויף א צווייטן (עץ יוסף)

ווען מ'האט געזאגט זאכן וואס דארפן האבן כוונה, האט מען דאס געזאגט אן כוונה, און נישט אינזין געהאט וואס ער זאגט און צו וועמען ער זאגט און די פירוש המילות, למשל קריאת שמע, שמונה עשרה, פותח את ידיך, און נאך. אויך ביים לערנען האט מען נישט ריכטיג צוגעלייגט קאפ צו פארשטיין וואס מ'לערענט (עיון תפלה)

גערעדט אום שבת וואכעדיגע זאכן, געזאגט פאר א גוי אום שבת צו טוהן א מלאכה, אויסגערעדט צווישן תפלין של יד און של ראש, אויסגערעדט ביים דאווענען ווי מ'טאר נישט (מועד לכל חי - פאלאג'י)

גערעדט דברים בטלים, גערעדט דברים בטלים אין א ביהמ"ד בפרט בשעת'ן דאווענען, אוועקגעמאכט א גוטע זאך, אדער אויסגעלויבט א שלעכטע זאך, סיי פון מדות און סיי פון שכליות (פני ארי')


על חטא שחטאנו לפניך בשׂקור עין

געקוקט אויף זאכן וואס מ'טאר נישט, עבו"ז, פרויען, א רעגנבויגן שלא לצורך, כתב וואס איז בולט פון א קבר, די פנים פון איינער וואס איז בכעס, די שטרויכלינג פון א צווייטן, אן רעמאן וואס מוטשעט זיך און נישט ארויסגעהאלפן ביז יענער האט זיך געדארפט אראפלאזן און איהם בעהטן, א נישט שיינע זאך ביי א צווייטן און ער האט איהם נישט מודיע געווען שטילערהייט, קאלירטע קליידער פון א פרוי, אויף זיין פעלד אום שבת צו זעהן וואס מ'דארף פאררעכטן, אויף חמץ ווען מ'טאר שוין נישט הנאה האבן דערפון, אויף א צווייטענס בריוו אן רשות, א בוים וואס געט ארויס בלומען אין חודש ניסן און נישט געמאכט א ברכה, באשעפענישן וואס מ'דארף מאכן א ברכה משנה הבריות און נישט געמאכט, אן אבידה און זיך נישט וואוסענדיג געמאכט, א צווייטענס בהמה פאלט און נישט געהאלפן אויפהייבן, א צווייטענס בהמה פאלט אונטער זיין שווערע לאסט און נישט געהאלפן, ספרים אדער עסן ליגט אויף דער ערד בבזיון און נישט אויפגעהויבן, א קעניג אדער גרויסע ת"ח און נישט געמאכט א ברכה, א לוי' און נישט באגלייט, ירושלים בחורבנה און נישט געריסן קריעה, א ס"ת אדער תפלין וואס איז פארברענט געווארן און נישט געריסן צוויי מאל קריעה, א נעסט פון פייגל און נישט מקיים געווען די מצוה פון שילוח הקן, כלאים אין זיין פעלד און נישט אויסגעריסן, א שלעכט אויג ביין געבן צדקה, אריינגעקוקט אין די פנים פון אן ארעמאן בשעת ער עסט ביי זיין טיש, געזען א ת"ח אדער אן אלטע איד קומען און פארמאכט די אויגן נישט צו דארפן אויפשטיין, ארומגעקוקט בשעת שמונה עשרה, געקוקט אויף די הענט פון די כהנים בשעת דוכענען, געזעהן זיינע חברים נעמען זיך צאם צו טוהן א מצוה און זיך נישט אריינגערעכענט צווישן זיי, זיך געקוקט אין שפיגל.
נישט געקוקט ווען מ'דארף יא קוקן, אויפן ספר תורה בשעת הגבה, אויף די ציצית, אויף די פינגער ביי מאורי האש, אויף די לבנה ביי די ברכה פון קידוש לבנה, אויף די כוס בשעת קידוש און ברכת המזון, אויפן פנים פונעם רבי'ן, אין די חכמה און גוטע הנהגות פון א חכם, אדער יא געקוקט אבער ס'געווען א אויסערליכע קוק נישט פון הארץ (דובר שלום)

ווען מ'האט גערעדט פון א צווייטן, האט ער געמאכט מיט די אויגן אזא מין תנועה וואס דאס מיינט ביי מענטשן אוועקצומאכן יענעם (עיון תפלה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות ע'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בעינים רמות

זיך געהאלטן גרויס במחשבה, דיבור אדער מעשה, סיי קעגן השי"ת און סיי קעגן מענטשן, סיי אין וועלטליכע זאכן און סיי אין רוחניותדיגע זאכן (עיון תפלה)

זיך געפירט מיט א גאוה באהאלטן מיט א לבוש פון ענוה, געוויזן אז מ'האט שוין אזויפיל כבוד אז אפילו ער וועט זיך פירן אביסל נידריג יעצט וועט עס נישט אנטלויפן פון איהם (פני ארי')


על חטא שחטאנו לפניך בעזות מצח

אן עזות פנים און א סרבן (עץ יוסף)

נישט גענוצט די מדת העזות דארט ווי מ'דארף עס נוצן - לעשות רצון אבינו שבשמים, גענוצט די עזות קעגן זיינע רבי'ס, זיי צו פאשעמען אין הלכה, חוצפה כלפי השי"ת (עץ יוסף)

זיך גע'חוצפה'ט קעגן גדולי ישראל אדער איינער וואס איז גרעסער פון איהם, ווען ער האט זיך געקריגט מיט ת"ח גערעדט מיט אן עזות נישט מיט אן איידעלקייט (עיון תפלה)


ועל כולם אלוק סליחות, סלח לנו, מחל לנו, כפר לנו
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

ייש"כ זייער שיין
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות פ'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בפריקת עול

מ'האט אראפגענומען דעם עול השי"ת פון זיך (עץ יוסף)

אראפגענומען פון זיך דעם עול תורה, עול מלכות שמים, עול מצוות, עול דרך ארץ, עול פון די רעגירונג - פון מתפלל זיין בשלומה און אננעמען אירע געזעצן, עול פונעם ציבור - צו זיין מיט זיי צוזאמען, עול פון די שטוב, נישט נושא בעול געווען מיטן חבר (עיון תפלה)

פארברענגט צייט מיט ליידיגגיין און מיט דעם ווארפט ער אראפ עול מלכות שמים (שיח יצחק)

אראפגענומען א שווער פעקל פון זיך און ארויפגעלייגט אויף א צווייטן (פני ארי')

דורך נישט לערנען איז אריין אין איהם שלעכטע מחשבות (נשמת חי')

אין די צייט וואס מ'האט געקענט לערנען מער בעיון לערענט ער פשוט (דברי אהרן - קארלין)


על חטא שחטאנו לפניך בפלילות

געזינדיגט במחשבה - מלשון עוון פלילי (סידור בית יעקב - עמדין)

געזינדיגט ביי דין תורה - מלשון ונתן בפלילים, א דיין וואס האט זיך נישט אויפגעפירט ריכטיג, נישט געווען דורכגעטראכט ביים פסק'ענען, נישט געווען געווארענט נישט צו מאכן א טעות, גערעדט צו איינעם איידל און צום צווייטן הארט, נישט געהאלטן ביידע פאר רשעים בשעת'ן די"ת, פארקרומען דעם פסק, נישט ארויסגעגעבן דעם פסק ביים ערשטן געלעגענהייט.
אזוי אויך יעדע מענטש, גע'טענה'ט ליגענט ביים די"ת, געזאגט זיינע טענות צום דיין נישט פארענט פונעם בעל דין אדער נאך איידער די די"ת, געלייקענט, נישט געפאלגט דעם פסק, געגאנגען אין ערכאות (פני ארי', דובר שלום)

נישט דן געווען א צווייטע איד לכף זכות (שם)

געהאט טענות אויף השי"ת, אדער מהרהר געווען אויף השי"ת וועגן - מלשון פלילות עם קונו, היתכן א צדיק באקומט שלעכטס, היתכן א רשע באקומט גוטס, ס'וואלט געדארפט זיין אנדערש, דאס אן עון פלילי און א שרעקליכע חוצפה כלפי שמיא.
געטראכט קעגן תלמידי חכמים אז ס'שטימט נישט לויט זיין שכל, געטראכט אויף אידן וואס טוען מצוות אז זיי טוען עס שלא לשם שמים (דובר שלום)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות צ'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בצדית ריע

געלאקערט [מלשון ואשר לא צדה] אויף א צווייטן יענעם שלעכטס צו טוהן אפילו אויב צום סוף איז עס נישט געלונגען, געטוהן דריידלעך אז א צווייטער זאל קויפן דוקא זיין סחורה, געלאקערט אז א צווייטער זאל דורכפאלן מיט בזיונות אדער נישט קענען אן הלכה. (דובר שלום)

געפאנגען [מלשון צידה] א צווייטן מיט ווערטער צו זיין זיין חבר, און אז ער האט איה ליב ווען אמת'דיג האט ער איהן נישט ליב, אזוי אויך אלע מינע פאפעריי, סיי בין אדם לחבירו סיי בין אדם למקום, געטוהן מצוות פאר אייגענע הנאה און מיט דעם געפאנגען אנדערע מענטשן זאלן איהם האלטן פאר אן ערליכע איד, צוריקגעהאלטן א צווייטן פון טוהן א מצוה (דובר שלום)

געלאקערט אויף א צווייטן און גורם געווען אז אן אנדערער זאל יענעם שלעכטס טוהן (פני ארי')


על חטא שחטאנו לפניך בצרות עין

געטוהן מצוות מיט א עצבות נישט בשמחה (עץ יוסף)

געקוקט מיט א שלעכט אויג ווען פאר א צווייטן איז געגאנגען גוט מיט געזונט, קינדער, נחת, כבוד, געלט, קענען לערנען, וכדומה. געגעבן צדקה מיט א קארגשאפט און ווייטאג, נישט אויפגענומען מענטשן בסבר פנים יפות, קארגשאפט ביים צאלן טעגליכע הוצאות וואס מ'מוז, בפרט ביים איינקויפן פאר א מצוה - הוצאות שבת ויו"ט, אתרוג, צרכי פסח, וכדומה. (דובר שלום)

געקענט טוהן א טובה פאר א צווייטן אן דעם וואס דאס זאל איהם עפעס קאסטן, אבער דאס נישט געטוהן צוליב אומפארגינערישקייט (פני ארי')
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות ק'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בקלות ראש

געטוהן מצוות מיט א לייכטזיניגקייט (סידור אשי ישראל)

גרינגעשעצט אין די דעת וואס ליגט אינעם קאפ, דורכדעם וואס ער האט דאס אונטערטעניגט אונטער די תאוות פונעם גוף, זיך נישט געפירט מיט אן ערענסטקייט ווי ס'פאסט פאר א איד אין זיין מצב, יעדער לפי מה שהוא (דובר שלום)

זיך געפירט מיט א קלות אין א ביהמ"ד, מיט די תפלין, מיט א פרעמדע פרוי, געלאכט מיט א פולע מויל (פני ארי')


על חטא שחטאנו לפניך בקשיות עורף

געהערט דברי מוסר ותוכחה פון אן ערליכע איד און זיך פארהארטעוועט נישט זיך צו פארבעסערן, אדער ביים לערנען מוסר אין א ספר, אדער ווען ער האט געזעהן אז יסורים רומען אויף איהם (פני ארי')
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות ר'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בריצת רגלים בהרע

געטוהן עבירות מיט א שנעלקייט און א חשק, געגאנגען שנעל ארויס פון ביהמ"ד, געלאפן אום שבת, געלאפן צו א קופקע רעדן דברים בטלים, געלאפן איינעם צו טוהן שלעכטס אפילו צום סוף איז עס נישט געלונגען, וכדומה (דובר שלום)

אפילו א דיין וואס האט מחליט געווען אז מ'מוז איינעם טוהן שלעכטס אלס א גדר למען ישמעו וייראו, אבער ער האט נישט גענוג איבערגעטראכט נאר מחליט געווען דער החלטה שנעל (פני ארי')


על חטא שחטאנו לפניך ברכילות

גערעדט זאכן וואס מאכן קריגעריי צווישן מענטשן, אויסגעזאגט א צווייטענס סוד (עיון תפלה)

ווען מ'האט געהערט לשון הרע וואס קען נוגע זיין האט דאס מקבל געווען נישט נאר חושש געווען (פני ארי')

אויף אן אופן וואס מ'מעג דערציילן לשון הרע פאר איינעם כדי יענער זאל זיך היטן, האט ער אבער הנאה געהאט פון דאס דערציילן (נשמת חי')
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

הערליך שיינע טייטשן.
אפשר דארפן מיר אבער א פירוש אויף די "על חטא'ס" ארויסברענגנדיג וואו אונזערע "פראבלעמען" זענען. נאך אלעם איז יו"כ א טאג פון חרטה קבלה און חשבון הנפש. אפשר אין אזא טאג וועלן מיר אביסל אבזערווירן אונזערע איינגעפירטע דרך החיים און מתבונן זיין צו עס איז על פי תורה צו נישט.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות ש'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בשבועת שוא

א פאלשע שבועה - אויף א האלץ אז דאס איז שטיין, וכדומה, אן אומזיסטע שבועה - אויף א האלץ אז דאס איז האלץ, אפילו אויף אן אמת'ע שבועה וואס מ'האט געמוזט שווערן דארף מען תשובה טוהן, געשוואוירן נישט צו טוהן א מצוה, אפילו מ'האט זיך נאר מקבל געווען צו שווערן כאטש צום סוף האט מען נישט געשוואוירן, סיי אין לשה"ק סיי אין אנדערע שפראכן (דובר שלום)

דערמאנט דעם אייבערשטן'ס נאמען אויף א זאך וואס איז נישט אמת (פני ארי')

עובר געווען אויף די שבועה וואס זיין נשמה האט געשוואוירן איידער ס'איז געבוירן געווארן "תהי צדיק ואל תהי רשע" (פני ארי')


על חטא שחטאנו לפניך בשנאת חנם

אפילו נאר א פיינטשאפט אין הארץ (דובר שלום)

האט פיינט איינער וואס איז מער מצליח, האט פיינט א קאמפעטישען.
דורך פיינטשאפט איז ער אנגעקומען צו זיך פרייען מיט יענעמס שטרויכלונג, חושד בכשרים, מוציא שם רע, לשון הרע, מחלוקת, זיך נישט באהאפטן צו עושי מצוה, נקימה, נטירה, כעס, וכדומה (תפארת עוזיאל)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

על חטא אות ת'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

על חטא שחטאנו לפניך בתשומת יד

נישט געבארגט פאר אן ארעמאן ווען ער איז געווען געדרוקט (עץ יוסף)

געווען שולדיג געלט און נישט באצאלט, אדער געלייקענט (פני ארי')

נישט זיך אויפגעפירט ערליך מיט'ן שותף, גזל, רבית, געמאכט א שותפות מיט א צווייטן אן רשות, היזק ראי', זיך אויסגעדרייט פון צאלן שטייערן און עס ארויפגעווארפן אויפן שותף, נישט מדקדק געווען וועלכע הוצאות ער אליין דארף באצאלן און וועלכע בשותפות. געקויפט א מצוה צוזאמען - למשל הגבה גלילה - און זיך נישט איינגעטיילט גלייך. זיך נישט משתתף געווען אין די הוצאות הקהלה, ספרים, זיצן, מעמדות. מ'האט געצוואונגען איינער וואס איז פטור פון געבן לצרכי הקהלה יא צו געבן, בפרט א ת"ח (דובר שלום)


על חטא שחטאנו לפניך בתמהון לבב

געהאט ספיקות [מלשון תמהון] אין די י"ג עיקרים, נישט געגלייבט ריכטיג אין די מסורה פון די עלטערן (עיון תפלה, פני ארי')

זיך געוואונדערט אויף די וועגן פון השי"ת, אדער פארקערט ווען מ'האט געזעהן נפלאות הבריאה זיך נישט געשטעלט וואודערן דערויף, אדער ביי אינטרעסאנטע געשעענישן געטראכט אז דאס איז א מקרה (דובר שלום)

זיך געוואונדערט אז ס'קומט אויף איהם צרות, חרטה געהאט אויף מצוות וואס ער האט געטוהן (ענף יוסף)

געזינדיגט צוליב טירדות אדער צער, אבער ס'איז נישט קיין תירוץ (פני ארי')

געלאכט אויף דברי חכמים (עץ יוסף)


ועל כולם אלוק סליחות סלח לנו, מחל לנו, כפר לנו
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

א ייש"כ אלע דאנקערס, איך האב אריינגעלייגט אסאך שעה אין דעם, און יעדע דאנק ווארט געט חיזוק, ואולי אולי וועט זיך עס אנקלעבן אין מיר אויך.

ס'איז וואונדער איבער וואנדער אויף וואסערע דקות'דיגע זאכן מ'איז עובר יעדן איינציגן טאג רח"ל, וואס אן לערנען די פירושים האט מען בכלל נישט קיין השגה.

א גמר חתימה טובה
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

ישר כח! פיקטשערס האסטו אפשר אויך?...

ערנסט גערעדט. ס'איז א געוואלדיגע ארבעט וישלם ה' שכרך ע"ז.

מען דארף דאס טאקע גרונטליך אדורך לערנען. סוכ"ס איז דאך דאס די מצות היום דארף מען זעהן עס זאל זיין בשלימות. פונקט ווי מען איז מהדר אויף א שיינעם אתרוג דארף מען אויך מהדר זיין במצות ווידוי. ויה"ר שלא נחטא עוד ולא נשיב עוד להכעיס את בוראינו.
גאסט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאסט »

א גרויסען ישר כח

איך האב צוזאמגענומען און געמאכט א PDF פאר ביידע
אטעטשמענטס
על חטא.pdf
(254.78 KiB) געווארן דאונלאודעד 250 מאל
אשמנו.pdf
(189.45 KiB) געווארן דאונלאודעד 219 מאל
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח! א הערליכע ארבייט

ווער איז דער מחבר פון "דובר שלום"?
ער שרייבט זייער אסאך דיטעיל'ס, און לויט עם זענען אסאך היינטיגע לכתחלה'דיגע ביזנעס טאקטיקן גאר אן עבירה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

א גרויסע יישר כח, איך ווארט שוין לאנג פאר אזא ארטיקעל, כ'בין זיכער אז דו וועסט האבן א זכות דאס יאר אין אסאך יודענס תפילות!!
בכלל האב איך שוין אמאל געכאפט אז די סיבה פארוואס איך האב הנאה ווען מ'זאגט נישט קיין תחנון ווייל ס'איז א ברית וכדומה, קומט ווייל איך קען נישט פונקטליך די טייטש..
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לוי יצחק האט געשריבן:א ייש"כ אלע דאנקערס, איך האב אריינגעלייגט אסאך שעה אין דעם, און יעדע דאנק ווארט געט חיזוק, ואולי אולי וועט זיך עס אנקלעבן אין מיר אויך.

ס'איז וואונדער איבער וואנדער אויף וואסערע דקות'דיגע זאכן מ'איז עובר יעדן איינציגן טאג רח"ל, וואס אן לערנען די פירושים האט מען בכלל נישט קיין השגה.

א גמר חתימה טובה

עס איז ביי מיר ברור כשמש אז עס האט זיך פעסט אנגעקלעבט אין דיר, ווייל עס איז אפילו געווען על מנת להטפיח אויף מיר (איך רעד פון די אישי בריוול).
טשאלנט טאפ
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 12:15 am
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלנט טאפ »

טייטש פון ווידי
די טייטש האט איינער מיר געשיקט באופן אישי
אֱלֹהֵינוּ אונזער גאט
וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ און דער גאט פון אונזערע עלטערן
תָּבֹא עס זאל קומען
לְפָנֶיךָ פאר דיר
תְּפִלָּתֵנוּ אונזערע תפלות
וְאַל תִּתְעַלֵּם און דו זאלסט זיך נישט פארהוילן
מִתְּחִנָּתֵנוּ פון אונזער געבעט
שֶׁאֵין אָנוּ ווייל מיר זענען נישט
עַזֵּי פָנִים עזות פנימ'ער
וּקְשֵׁי עֹרֶף און הארט נאקיג
לוֹמַר צו זאגן
לְפָנֶיךָ פאר דיר
ה' השי"ת
אֱלֹהֵינוּ אונזער גאט
וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ און דער גאט פון אונזערע עלטערן
צַדִּיקִים אֲנַחְנוּ מיר זענען צדיקים
וְלֹא חָטָאנוּ און מיר האבן נישט געזינדיגט
אֲבָל אבער [דער אמת איז]
אֲנַחְנוּ מיר
וַאֲבוֹתֵינוּ און אונזערע עלטערן
חָטָאנוּ האבן געזינדיגט.

אָשַׁמְנוּ מיר האבן געשולדיגט
בָּגַדְנוּ מיר האבן געפעלשט
גָּזַלְנוּ מיר האבן גע'גזל'ט
דִּבַּרְנוּ דֹפִי מיר האבן גערעדט פוסטע רייד
הֶעֱוִינוּ מיר האבן פארקרומט [דעם ריכטיגן וועג]
וְהִרְשַׁעְנוּ און מיר האבן שלעכטס געטון
זַדְנוּ מיר האבן געזינדיגט במזיד
חָמַסְנוּ מיר האבן גערויבט
טָפַלְנוּ שֶׁקֶר מיר האבן זיך באהאפטן מיט ליגענט
יָעַצְנוּ רָע מיר האבן שלעכט גע'עצה'עט
כִּזַּבְנוּ מיר האבן ליגענט געזאגט
לַצְנוּ מיר האבן געשפעט
מָרַדְנוּ מיר האבן ווידערגעשפעניגט
נִאַצְנוּ מיר האבן דיך דערצערנט
סָרַרְנוּ מיר האבן זיך אפגעקערט [פון גוטן וועג]
עָוִינוּ מיר האבן זיך פארקרומט
פָּשַׁעְנוּ מיר האבן געטון עבירות בייז-וויליג
צָרַרְנוּ מיר האבן פארפלאגט [אנדרע מענטשן]
קִשִּׁינוּ עֹרֶף מיר זענען געווען הארט-נאקיג
רָשַׁעְנוּ מיר האבן געטון רשעות
שִׁחַתְנוּ מיר האבן פארדארבן
תִּעַבְנוּ מיר האבן פאראומווירדיגט
תָּעִינוּ מיר האבן אוועק-געבלאנדזשעט
תִּעְתָּעְנוּ וועגן דעם זענען מיר פארבלאנדזשעט געווארן.

סַרְנוּ מיר האבן זיך אפגעקערט
מִמִּצְוֹתֶיךָ פון דיינע מצוות
וּמִמִּשְׁפָּטֶיךָ און פון דיינע משפטים
הַטּוֹבִים די גוטע
וְלֹא שָׁוָה לָנוּ און עס אונז נישט ווערד געווען
וְאַתָּה און דו
צַדִּיק ביסט גערעכט
עַל כָּל אויף אלעס
הַבָּא וואס קומט
עָלֵינוּ אויף אונז
כִּי אֱמֶת ווייל ריכטיג
עָשִׂיתָ האסטו געטון
וַאֲנַחְנוּ און מיר
הִרְשָׁעְנוּ האבן שלעכטס געטון

מַה נֹאמַר וואס זאלן מיר זאגן
לְפָנֶיךָ פאר דיר
יוֹשֵׁב וואס וואוינט
מָרוֹם אין הימל
וּמַה נְסַפֵּר און וואס זאלן מיר דערציילן
לְפָנֶיךָ פאר דיר
שׁוֹכֵן וואס רוהט
שְׁחָקִים אין [הימל וואס הייסט] שחקים
הֲלֹא דאך
כָּל הַנִּסְתָּרוֹת די אלע באהאלטענע
וְהַנִּגְּלוֹת און אפענע
אַתָּה יוֹדֵעַ ווייסטו

אַתָּה יוֹדֵעַ דו ווייסט
רָזֵי די סודות
עוֹלָם פון דער וועלט
וְתַעֲלוּמוֹת און די פארהוילענע
סִתְרֵי באהאלטענעקייט
כָּל חָי פון אלע לעבעדיגע
אַתָּה חוֹפֵשׂ דו זוכסט
כָּל חַדְרֵי אלע קאמרערן
בָטֶן פונעם בויך
וּבוֹחֵן און דו פרואווסט
כְּלָיוֹת די נירן
וָלֵב און דאס הארץ

אֵין דָּבָר קיין זאך איז נישט
נֶעְלָם פארהוילן
מִמֶּךָּ פון דיר
וְאֵין נִסְתָּר און עס איז נישט באהאלטן
מִנֶּגֶד פון אקעגן
עֵינֶיךָ. דיינע אויגן

וּבְכֵן און וועגן דעם
יְהִי זאל זיין
רָצוֹן דער ווילן
מִלְּפָנֶיךָ פאר דיר
ה' השי"ת
אֱלֹהֵינוּ אונזער גאט
וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ און דער גאט פון אונזערע עלטערן
שֶׁתְּכַפֶּר לָנוּ אז דו זאלסט אונז מכפר זיין
עַל כָּל חַטֹּאתֵינוּ אויף אלע אוזערע עבירות (בשוגג)
וְתִמְחָל לָנוּ און דו זאלסט אונז מוחל זיין
עַל כָּל עֲוֹנוֹתֵינוּ, אויף אלע אונזערע זינד (במזיד)
וּתְכַפֶּר לָנוּ און דו זאלסט אונז פארגעבן
עַל כָּל פְּשָׁעֵינוּ אויף אלע אונזערע פארברעכנס.
עַל חֵטְא שֶּׁחָטָאנוּ לְפָנֶיךָ אויף די זינד וואס מיר האבן געזינדיגט


בְּאֹנֶס געצווינגען
וּבְרָצוֹן, און ווילנדיג
בְּאִמּוּץ מיט שטארקן
הַלֵּב. דאס הארץ

בִּבְלִי דָעַת, מיט אנע וויסן
בְּבִטּוּי מיט ארויסזאגן
שְׂפָתָיִם. פון די ליפן

בְּגִלּוּי עֲרָיוֹת, מיט גילוי עריות
בַּגָּלוּי מיט אפענערהייט
וּבַסָּתֶר. און מיט באהאלטענערהייט

בְּדַעַת מיט וויסן
וּבְמִרְמָה, און מיט שווינדל
בְּדִבּוּר מיט האבן גערעדט
פֶּה. מיט'ן מויל

בְּהוֹנָאַת מיט אויסנארן
רֵעַ, דעם חבר
בְּהַרְהוֹר מיט טראכטן
הַלֵּב. אין הארץ

בִּוְעִידַת מיט צוזאמענקומענגען
זְנוּת, פון זנות
בְּוִדּוּי מיט מתודה זיין
פֶּה. מיט'ן מויל

בְּזִלְזוּל מיט גרינג-שעצן
הוֹרִים עלטערן
וּמוֹרִים, און לערנער'ס
בְּזָדוֹן בייזוויליג
וּבִשְׁגָגָה. און אומוויליג

בְּחֹזֶק יָד, מיט א שטארקן האנט
בְּחִלּוּל הַשֵּׁם. מיט פאשוועכן דער נאמען [פון השי"ת]

בְּטֻמְאַת מיט מטמא זיין
שְׂפָתָיִם, די ליפן
בְּטִפְשׁוּת מיט נער'ישקייט
פֶּה. פונעם מויל

בְּיֵצֶר הָרָע, מיט דעם יצר הרע
בְּיוֹדְעִים מיט [זינד] וואס מיר ווייסן
וּבְלֹא יוֹדְעִים. מיט [זינד] וואס מיר ווייסן נישט

וְעַל כֻּלָּם און אויף די אלע [עבירות]
אֱלוֹהַּ דו גאט
סְלִיחוֹת וואס פארגעבט
סְלַח לָנוּ פארגעב אונז
מְחַל לָנוּ זיי אונז מוחל
כַּפֶּר לָנוּ זיי אונז מכפר.

בְּכַחַשׁ מיט לייקענען
וּבְכָזָב, און מיט ליגענט זאגן
בְּכַפַּת שֹׁחַד. מיט נעמען שוחד

בְּלָצוֹן, מיט שפעטעריי
בִּלְשׁוֹן הָרָע. מיט שלעכטע רייד.

בְּמַשָּׂא וּבְמַתָּן, מיט האנדלען
בְּמַאֲכָל מיט עסן
וּבְמִשְׁתֶּה. און מיט טרינקען

בְּנֶשֶׁךְ וּבְמַרְבִּית, מיט נעמען ריבית
בִּנְטִיַּת גָּרוֹן. מיט אויסשטרעקן דאס האלדז

בְּשִׂיחַ מיט רייד
שִׂפְתוֹתֵינוּ, פון אונזרע ליפן
בְּסִקּוּר מיט'ן קוקן
עָיִן. מיט די אויגן

בְּעֵינַיִם רָמוֹת מיט אויפגעהויבנע אויגן
בְּעַזּוּת מיט שטארקייט
מֵצַח פונעם שטערן
וְעַל כֻּלָּם אֱלוֹהַּ סְלִיחוֹת
סְלַח לָנוּ מְחַל לָנוּ כַּפֶּר לָנוּ
בִּפְרִיקַת מיט אראפ ווארפן
עֹל, דעם יאך [פון תורה און מצוות]
בִּפְלִילוּת. צו משפט'ן נישט ריכטיג.

בִּצְדִיַּת מיט לאקערן
רֵעַ, אויפן חבר
בְּצָרוּת עָיִן. מיט בייזע אויגן

בְּקַלּוּת רֹאשׁ, מיט לייכטזיניגקייט,
בְּקַשְׁיוּת עֹרֶף. מיט הארטנעקיגקייט

בְּרִיצַת מיט לויפן
רַגְלַיִם מיט די פיס
לְהָרַע, צו טון שלעכטס
בִּרְכִילוּת. מיט רעדן רכילות

בִּשְׁבוּעַת מיט שווערן
שָׁוְא, פאלש
בְּשִׂנְאַת חִנָּם. מיט אומזינסטע פיינטשאפט

בִּתְשׂוּמֶת מיט לייגן
יָד, די הענט [אויף יענעמס געלט]
בְּתִמְהוֹן מיט א פארטומלונג
לֵבָב. פונעם הארץ.

וְעַל כֻּלָּם אֱלוֹהַּ סְלִיחוֹת
סְלַח לָנוּ מְחַל לָנוּ כַּפֶּר לָנוּ
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

א דאנק לוי יצחק, ס'זאגט זיך אנדערש ווען מ'ווייסט קלאר וואס מ'איז זיך מתוודה.
טשאלנט טאפ
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 12:15 am
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלנט טאפ »

ר לוי יצחק שמא קא גרים דיין נאמען איז א תשרי נאמען
איך בין זיכער אז דו האסט אריין געלייגט אסאך אסאך צייט און שעות
די זכות זאל דיר ביישטיין
א גמר חתימה טובה
און שנה טובה ומבורכת
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

א דאנק לוי יצחק פארן נעמען די מיה און אזוי שיין און קלאר פארטייטשען די וודוי.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

שכוח הרב לוי יצחק, א הערליכע ארבעט
א גמר חתומה טובה
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הספרים”