ווי אזוי קענען מיר לעבן ריכטיג דעם חודש אלול?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

ווי אזוי קענען מיר לעבן ריכטיג דעם חודש אלול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

בס"ד

דער טור זאגט, אז די סיבה פארוואס חודש אלול איז נקבע געווארען צו א חודש פון תשובה איז, ווייל משה רבינו איז דעמאלס ארויף געגאנגען צום צווייטען מאל אויפן בארג סיני, אויף צו מקבל זיין די לוחות שניות, און די כפרה מוחלטת פאר עם ישראל, אויף דעם וואס זיי האבן געמאכט די עגל.

און וועגן דעם וואס דעמאלס איז געווען א זמן, וואס משה רבינו האט מעורר רחמים געווען אויף כלל ישראל, און מעורר געווען אז דער אייבערשטער זאל זיך פירען מיט די י"ג מידות של רחמים, וואס דער אייבערשטער האט געזאגט אויף דעם, וחנותי את אשר אחון וריחמתי את אשר ארחם, ואפילו שאינו הגון ואינו כדאי. וועגן דעם איז נקבע געווארען די זמן פון די פערציג טעג, פון ר"ח אלול ביז יוכ"פ, וואס דעמאלס האט דער אייבערשטער מוחל געווען די יודען, פאר א זמן מחילה וסליחה.

א מענטש, ווערט אמאל פארלוירען ווען חודש אלול קומט צו גיין, ער ווייסט זייער גוט, די עבודות וואס כלל ישראל פלעגט אמאל אראפ לייגען אין חודש אלול, און ער ווייסט אויך זייער גוט, ווי ער שטייט אין די וועלט, און ער ווייסט נישט וואס איז די וועג צו טאן, ווי אזוי צו אויס נוצען די חודש אלול.

איינער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, הלואי זאל איך איינשלאפן די ערשטע טאג סליחות, און זיך אויפוועקען אסרו חג סוכות! דער מענטש פילט אמאל אז חודש אלול און תשרי איז א בארג וואס ער ווייסט נישט פונקטליך די וועג וויאזוי ארויף צו קריכן אויף דעם!

אבער די אמת איז ווייט נישט אזוי, נאר ממש פארקערט, אויב דער מענטש איז אנגעזעצט אויף זיין מצב אין רוחניות אדער און גשמיות, איז זיין איינציגסטער טרייסט די אלול'דיגע שופר, וואס זאגט אן דעם מענטש, מיין טייערער! עס קומט לעכטיגע טעג! טעג וואס דער אייבערשטער רופט יעדע יוד, קום צוריק צו מיר מיין טייערע זוהן! לאמיר מסדר זיין אלע פראבלעמען, מ'גייט מאכן א יום הדין, און אלעס מסדר זיין אויפן צד היותר טוב, קום נאר מיין זוהן!!

דער חינוך זאגט פארוואס האט דער אייבערשטער געמאכט אז יעדעס יאר זאל זיין א יום הדין נאכאמאל, נאר דער אייבערשטער האט נישט געוואלט אז ס'זאל זיך אנזאמעלען די עונות פון כלל ישראל צו שטארק, אז ס'זאל זיך אויספעלען גאר א שטארקע עונש ווי א מבול ח"ו, וועגן דעם מאכט דער אייבערשטער יעדעס יאר א יום הדין און ער גיבט די געלעגענהייט פאר יודען צו תשובה טאן, און צו אפווישען די אלטע חוב און ווערן צוריק נאנט צו אים.

דער נביא אין יחזקאל זאגט אין פרק ל"ג (פסוק י-כ).
און דו נביא גיי זאג פאר כלל ישראל: ענק האבן געזאגט, וויבאלד מיר האבן אזויפיל געזינדיגט, העלפט שוין נישט קיין תשובה פאר אונז, מיר וועלן שוין דארפן ליידען יסורים אויף אונזערע זינד.

גיי זאג זיי "איך שווער אין מיין לעבן זאגט דער אייבערשטער, אז איך וויל נישט אז דער רשע זאל שטארבן, נאר איך וויל אז דער רשע זאל תשובה טאן, און בלייבן לעבן, טוטס תשובה! קערטס ענק צוריק פון ענקערע שלעכטע וועגן, פארוואס זאלט עטס שטארבן בית ישראל?!"

דו נביא, גיי זאג פאר דיין פאלק, די צדקות פון דעם צדיק, וועט אים נישט ראטעווען פון עונש, ווען ער וועט זינדיגען, און די רשעות פון דעם רשע, וועט אים נישט שטרויכלען, אין די טאג וואס ער וועט תשובה טאן.

אויב דער צדיק וועט זיך פארלאזען אויף זיין צדקות, און ער וועט גיין זינדיגען, וועט אים זיינע אלע צדקות נישט העלפן פון דעם עונש אויף זיינע עבירות.

"און אויב עס איז נגזר געווארען אויפן רשע צו שטארבן וועגן זיינע עבירות, און ער וועט תשובה טאן, וועט ער בלייבן לעבן און נישט שטארבן, אלע זיינע עבירות וועלן נישט געדענקט ווערן! וויבאלד ער האט אנגעפאנגען צו טאן גוטע מעשים, וועט ער לעבן!"

דיין פאלק, די יודען זאגען, עס קען נישט זיין אזא זאך, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל! אבער באמת איז די וועג וואס זיי טראכטען נישט מעגליך, נאר ווען דער רשע וועט תשובה טאן וועט ער בלייבן לעבן. יעדער מענטש אזוי ווי זיין וועג איז, אזוי וועל איך אים משפט'ן, יודישע קינדער!!


דער הייליגער בעש"ט האט געזאגט אויפן מאמר חז"ל בכל יום בת קול יוצא מהר חורב ואומרת שובו בנים שובבים, לכאורה וואס איז די תועלת פון דעם בת קול אויב קיינער הערט עס נישט?

האט ער גענטפערט, אז מ'הערט עס יא! יעדע יוד באקומט יעדען טאג, אין זיין הארץ, א געפיל פון חרטה, וואס דאס קומט פון דעם בת קול, וואס רופט אים צוריק צו תשובה. ווי דער צאנזער רב שומועסט אויס, אז אין חודש אלול באקומט דער יוד אסאך שטערקערע געפילען פון בענקשאפט און חרטה, נאר דער אומוויסנדער יוד, מיינט אז עס איז סתם עצבות און אנזעץ, הערט ער א טעיפ, אדער טרונקט אביסל משקה זיך אויפצולעבן, אבער דער קלוגער יוד פארשטייט אז דאס איז א פערזענדליכע מעסידזש פון דעם הייליגען באשעפער, מיין קינד קום צוריק צו מיר!

ווען א משפחה פארט ערגעץ אוועק אויף וויקעישאן, און פלוצלונג נעמט מען אין אכט אז דער קליינער יאנקעלע פעלט, פאנגט זיך אן א בהלה און א פאניק, אלע פלענער לייגט מען אוועק, נאר איין זאך איז דא, ווי איז יאנקעלע?! ווען דער יוד פארבלאנזשעט זיך ערגעץ אינמיטען דעם יאר, און ער פארלירט דעם וועג ארויס, לייגט דער אייבערשטער כביכול אוועק אלע זיינע זאכן און עסקים, נאר איין זאך איז דא, ווי איז יאנקעלע!

אויב א גאנץ יאר איז גענוג די בת קול וואס וועקט אויף שטילערהייט יעדן יחיד, אבער חודש אלול, ווען יאנקעלע איז נישט דא, ער איז ערגעץ פארלוירען געווארען, דעמאלס איז נישט גענוג א טעקסט מעסעדזש! מ'פאנגט אן צו אינסטאלירען הויכהילכערס וואס רופן און שרייען יאנקקעעללעע!! ווי ביסטו ערגעץ אין די וועלט? קום צוריק!

אין יעדע מנין בלאזט דער שופר וואס בעהט זיך און אפעלירט צו יעדען איינעם, מיין טייער קינד קום צוריק!

אויפן פסוק לך אמר לבי בקשו פני זאגט רש"י, 'לך' אין דיין שליחות 'אמר לבי' זאגט מיר מיין הארץ 'בקשו פני' זוך מיך, דהיינו יעדער יוד באקומט א מעסעדזש אין זיין הארץ פון דעם אייבערשטער, אז דער אייבערשטער בעהט דעם יוד, "זוך מיך" און וועגן דעם 'את פניך ה' אבקש' איך פאלג און איך זוך דיך טאטע. 'תעיתי כשה אובד' איך בין פארלוירען איך טרעף נישט די וועג, וועגן דעם בעהט איך דיך, 'בקש עבדיך' דו זוך מיך אויף! העלף מיך איך זאל ווערן נאנט צו דיר!

מ'האלט פאר נאכאמאל מחדש זיין די וועלט, פאר נאך א יאר. דער אייבערשטער דארף אונז האבן פאר זיין מלוכה, ווער גייט ממליך זיין דעם אייבערשטען אויף די וועלט, אין די קומנדיגע יאר? די גוים? די צדיקים פון די פריערדיגע דורות? ניין! זיי האבן שוין נישט קיין בחירה, אונז פשוטע יודען, גייען זיך ראנגלען במשך דעם קומנדיגע יאר, אויף צו ממליך זיין דעם אייבערשטן, אויף די וועלט, אפילו קיינער גייט נישט זעהן וואס מיר טוהן אין חדרי חדרים.

דער אייבערשטער ווארט פאר אונז יודען אונז זאלען אים ממליך זיין די קומענדיגע יאר. ווען מ'גייט אנשרייבן א יאר, וואס פאר א יאר עס גייט זיין, א יאר וואס גוים האבן די געלט און די כח, און די טומאה ווערט שטערקער ח"ו, אדער א יאר וואס יודען האבן הצלחה, פרנסה און געזונט בגשמיות, און התעלות ברוחניות, ווער גייט האבן די אויבערהאנט די קומענדיגע יאר? די קדושה אדער די טומאה?

אין וועם ווענדט זיך עס? אין אונז! וויאזוי גייען מיר זיך בעטן ביי שמונה עשרה ראש השנה, "וידע כל פעול כי אתה פעלתו, ותמלוך אתה הוא ה' לבדיך", ווי אזוי וועלן מיר זיך אויסוויינען, טייערע טאטע, עד מתי? ווילאנג נאך וועט מיר נאך גיין אזוי שווער ברוחניות און בגשמיות, ווען וועט שוין קומען די לעכטיגע צייט, אז יודען וועט זיי גיין גוט ברוחניות ובגשמיות, די גאנצע וועלט וועט איינזעהן, אז ווער איז צופרידען אין לעבן? וועם גייט גוט? די ערליכע יודען!

דער אייבערשטער ווארט אז מיר זאלען מאכן דעם דשזאב דעם ראש השנה, און וועגן דעם איז ער געקומען מאכן א ראלי, אז מיר זאלן אים אויס וועלן! אין חודש אלול איז דער אייבערשטער א בחינה פון מלך בשדה, יעדער קען צוקומען צו אים. ער קומט זיך בעטן ביי אונז מיר זאלען אים נעמען אלס מלך די קומנדיגע יאר!

די י"ג מידות של רחמים זענען אפען, דער אייבערשטער עפענט זיינע טויערן, אונז זאלען קענען זיך אויסבעטן אלעס גוטס, אן קיין חשבון נאר אע"פ שאינו הגון ואינו כדאי, נאר מכח די רחמים הגדולים והפשוטים פון דעם אייבערשטען צו אונז זיינע קינדערלעך!

אונז גייען האבן די געלעגנהייט צו זאגען די י"ג מידות של רחמים טאג טעגליך, ביי די סליחות אסאך מאל, און אריין שפאצירען אין די העכסטע פלעצער וואס איז בכלל שייך, צו קענען נהנה זיין פון די אוצרות פון מתנת חינם, וואס משה רבינו איז דארט געווען במשך די פערציג טעג, און אויס געפועלט אז יעדער יוד זאל קענען אנקומען צום אייבערשטען אליינס, אין די פלאץ וואס קיינער, קיין שום מלאך און שרף קען נישט דארט אנקומען, נאר דער יוד, און דארט קען זיך דער יוד עפענען זיין הארץ און זיך באמת דערנענטערן צום אייבערשטען, מתוך רחמים וחסדים.

ווער נאך ווי דער אייבערשטער פארשטייט די אמת'ע ווייטאג פון א יוד אין היינטיגען דור, וואס איז דא א אינטערנעט? די פריעדיגע צדיקים האבן נישט געחלום'ט פון אזא כח הטומאה בכלל, נאר ווען דער יוד איז זוכה צו אריין גיין צום אייבערשטן אויף יחידות, דורך די ווערטער פון די סליחות, קען זיך דער יוד אויסוויינען פאר איינעם וואס פארשטייט אים באמת!

לאמיר פארשטיין, די רחמים הפשוטים וואס זענען יעצט אפען פאר אונז! לאמיר זיך אנכאפן אין די געבעט וואס דער אייבערשטער שיקט פאר יעדעם פון אונז, בקשו פני! דער אייבערשטער ווייסט זייער גוט ווי אונז האלטען, עס איז נישט דא קיין טעותים אין הימל! אויב אונזערע זיידעס און די פריערדיגע צדיקים זענען שוין נישט דא מיט אונז, נאר אונז זענען דא, איז א סימן, יעצט וויל דער אייבערשטער אונזער צובראכען הארץ, און אויף דעם ווארט ער, און במשך די דורות ווער נאך איז געווען אזוי צובראכען פארן אייבערשטען, ווי אונז, וואס פלאנטערען ארום דא, אן קיין שום עצה, ואין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים!

לאמיר אויסנוצען די לעכטיגע טעג, און אויסנוצען אונזער געלעגנהייט צו ווערן נאנט צום הייליגען באשעפער, און ווערן באמת דערהויבן, און פריילעך, אז אפילו אין די שפל המצב ווי אונז לעבן, איז נאך דא איינער וואס ווארט אונז צו העלפן, און נישט סתם איינער, נאר דער וואס קען באמת העלפן!

אבינו מלכינו אין לנו מלך אלא אתה!
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

הארציגע פערל ווערטער אין די ריכטיגע צייט, ממש ווי א... המ.. ווי א האנטעך צו א אפענע וואונד, א גרויסן ישר כח.
און אנטשולדיגט פאר די חוצפה צו בעטן:
We need more.. keep it coming
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הארציגע און אמת'דיגע שורות. לכו ונשובה אל ה'.

יישר כח ר' האנטעך פארן מזכה זיין אונז און אנדערע. יהא חלקך בין מזכי הרבים.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ רב האנטעך פאר די ווארימע חיזוק רייד.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

האנטעך האט געשריבן:בס"ד.

דער נביא אין יחזקאל זאגט אין פרק ל"ג (פסוק י-כ).
און דו נביא גיי זאג פאר כלל ישראל: ענק האבן געזאגט, וויבאלד מיר האבן אזויפיל געזינדיגט, העלפט שוין נישט קיין תשובה פאר אונז, מיר וועלן שוין דארפן ליידען יסורים אויף אונזערע זינד.

גיי זאג זיי "איך שווער אין מיין לעבן זאגט דער אייבערשטער, אז איך וויל נישט אז דער רשע זאל שטארבן, נאר איך וויל אז דער רשע זאל תשובה טאן, און בלייבן לעבן, טוטס תשובה! קערטס ענק צוריק פון ענקערע שלעכטע וועגן, פארוואס זאלט עטס שטארבן בית ישראל?!"

דו נביא, גיי זאג פאר דיין פאלק, די צדקות פון דעם צדיק, וועט אים נישט ראטעווען פון עונש, ווען ער וועט זינדיגען, און די רשעות פון דעם רשע, וועט אים נישט שטרויכלען, אין די טאג וואס ער וועט תשובה טאן.

אויב דער צדיק וועט זיך פארלאזען אויף זיין צדקות, און ער וועט גיין זינדיגען, וועט אים זיינע אלע צדקות נישט העלפן פון דעם עונש אויף זיינע עבירות.

"און אויב עס איז נגזר געווארען אויפן רשע צו שטארבן וועגן זיינע עבירות, און ער וועט תשובה טאן, וועט ער בלייבן לעבן און נישט שטארבן, אלע זיינע עבירות וועלן נישט געדענקט ווערן! וויבאלד ער האט אנגעפאנגען צו טאן גוטע מעשים, וועט ער לעבן!"

דיין פאלק, די יודען זאגען, עס קען נישט זיין אזא זאך, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל! אבער באמת איז די וועג וואס זיי טראכטען נישט מעגליך, נאר ווען דער רשע וועט תשובה טאן וועט ער בלייבן לעבן. יעדער מענטש אזוי ווי זיין וועג איז, אזוי וועל איך אים משפט'ן, יודישע קינדער!!


יישר כח האנטעך פאר די גאר ווארעמע דיבורים. איך וואלט נאר געוואלט מוסיף זיין אז דער אופן הויכוח וואס דער אייבערשטער האט מיט די אידן איז בכלל נישט א זאך וואס מען טרעפט נארמאל ווען דער אייבערשטער רעדט צו די אידן. די אידן שרייען "לא יתכן דרך ה'", און עס ווערט איבערגחזרט אין די פרשה "2 מאל", נאפ לא יתכן דרך ה', און דער אייבערשטער דארף זאגן איינמאל און נאכאמאל, ממש ביז א שבועה אז די אידן זאלן זיך דאס ארויס נעמן פון קאפ. אין קאפיטל י"ח אין יחזקאל ווי דער אייבערשטער זאגט הכינו לכם לב חדש, איז ווייטער די זעלבע מעשה, אויך 2 מאל "ואמרתם לא יתכן דרך ה'..
(אזוי אויך ביי די הפטורה פון דרשו ה' בהמצאו, שטייט ווייטער כי לא מחשבותיכם מחשבותי ולא דרכיכם דרכי, כי כאשר גבהו שמים מהארץ כן גבהו דרכי מדרכיכם וגומר
דרך אגב, דער רבינו יונה סוף "יסוד התשובה", ברענגט טאקע אראפ דעם קאפיטעל אין יחזקאל ביים שטיקל ואל יאמר הבעל תשובה. עיין שם דבריו הקדושים).

באמת דארף מען פארשטיין וואס איז דאס דער גרויסער ויכוח דא, אז די אידן טענהן צוריק צום אייבערשטען איין מאל און נאכאמאל און נאכאמאל, סך הכל 4 מאל "לא יתכן דרך ה'?? וואס איז דער געשפארעכטס מיטן אייבערשטען, אז דער אייבערשטער דארף ענפערן איינמאל און נאכאמאל??

האב איך געטראכט אויף 2 אופנים. איינס כמבואר בספרים אז עס איז דא א ספעציעלער יצה"ר וואס פראבירט זיך מתגבר זיין אויף אידן שוואך צומאכן דעם כח התשובה, ווייל ער ווייסט אז איינמאל דער איד וועט מכיר זיין דעם כח התשובה לאזט ער דעם יצה"ר לויפען און קערט זיך צוריק צום אייבערשטען. דער יצה"ר איז אזוי שטארק אז שטייט דער בוכ"ע און בעט זיך שובו אלי, איך בין ענק אלעס גרייט מוחל צו זיין, אבער דער יצה"ר רעדט זיי איבער, און די אידן שרייען צוריק ניין, "לא יתכן דרך ה'" אונז קען מיר זיך נישט ארויסזען פונעם רע, עס איז א שאד צו פראבירען.

נאך א מהלך וואס איך האב געהאט געטראכט, וואס ווערט אויך מבואר בספרים. אז דער אופן הסליחה און גודל הרחמים ווי אזוי דער אייבערשטער פירט זיך מיט אונז, איז אזא הויכע מדריגה אין סליחה וואס א מענטש קען נישט משיג זיין. דאס הייסט אז הגם ביי א בשר ודם איז אויך דא דער ענין פון מוחל זיין פאר א צווייטען, איז אבער די מחילה פונעם אייבערשטען אויף סך א העכערע דרגא. וועגן דעם ווען דאר אייבערשטער האט געזאגט דורך יחזקאל דעם עומק הענין פון תשובה וסליחה ווי ווייט עס גייט, האבן עס די אידן פשוט נישט געקענט משיג זיין, עס איז זיי פשוט נישט אריין אין קאפ ווי אזוי דאס קען זיין.

זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן אז עס אונז זאל מיר אלע זוכה זיין צו דעם לפני ה' תטהרו, און אזוי ווי די מוראדיגע ווערטער פון רבי עקיבא מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל. כביכול דער אייבערשטער נעמט איעדן איד און וואשט אים ארום בכבודו ובעצמו, און וואס אונז דארף מיר סך הכל טוען איז מאכן זיכער אז אונז זאל מיר בלייבען מיט דעם טהרה וואס דער אייבערשטער האט אוהז מטהר גווען.
אמן כיה"ר
לעצט פארראכטן דורך היימישער אינגערמאן אום מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 11:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

הרב האנטיך ממעג מפרסם זיין די שורות? סאיז א מצוה לפרסם!!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

נודה לך האט געשריבן:הרב האנטיך ממעג מפרסם זיין די שורות? סאיז א מצוה לפרסם!!!

אוודאי!

היימישער יונגערמאן, הערליכע געדאנקען!!
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

יישר כח וואוילע שעפעלע פאר די שיינע PDF
תמימות
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 25, 2015 7:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות »

האנטעך האט געשריבן:יישר כח וואוילע שעפעלע פאר די שיינע PDF
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”