הפטורה לתשעה באב

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פערשט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:01 pm

הפטורה לתשעה באב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערשט »

בעזרת השם האב איך אפגעשריבן די טייטש פון די הפטורה פון ת"ב .
איך וויל עס דא ארויף לייגן
המטרה . לעורר לבבינו בתשובה ע"י דברי הנביא
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

נא! ארויף!
פערשט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערשט »

תשעה באב.pdf
(45.39 KiB) געווארן דאונלאודעד 193 מאל
[די פייל איז נישט זייער פראפעשינאל אבער מ'קען עס ליינען
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

קוקט אויס פיין, דארפסט נאר דריקן קאנטראל J און ס'מסודר
פערשט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערשט »

איך האב פאר א יאר דא ארויף געלייגט די הפטורה פון ת"ב
איך וואלט עס געוואלט ארויף לייגן נאכאמאל אויסגעשטעלט אין 2 קאלעמס אפשר קען מען מיר העלפן
איך וועל לייגן אפאר פסוקים ביטע מיר געבן הילף
יישר כח
פערשט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערשט »

פערשט האט געשריבן:איך האב פאר א יאר דא ארויף געלייגט די הפטורה פון ת"ב
איך וואלט עס געוואלט ארויף לייגן נאכאמאל אויסגעשטעלט אין 2 קאלעמס אפשר קען מען מיר העלפן
איך וועל לייגן אפאר פסוקים ביטע מיר געבן הילף
יישר כח
אָסף פארלענדן

אסיפם וועל איך זיי פארלענדן
נאם ה' זאגט השי"ת
אין ענבים בגפן ס'וועט נישט איבער בלייבן קיין טרויבן אין דעם וויינגארטן
ואין תאנים בתאנה און עס וועט נישט איבער בלייבן קיין פייגן אין דעם פייגן בוים
דאס מיינט אז גארנישט וועט איבער בלייבן ח"ו
והעלה און די בלעטל
נבל וועט ווערן פארוועלקט
דאס וועט קומען פאר א עונש ווייל
ואתן להם די תורה וואס איך האב זיי געגעבן
יעברום האבן זיי אויף דעם עובר געווען
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פערשט האט געשריבן:

לייג דאס גאנצע אלץ ווארד, אדער שיק מיר עס אין אישי, כ'וועל זיך משתדל זיין עס מסדר צו זיין.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
פערשט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:01 pm

הפטורה לת"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערשט »

ב"ה
אָסף פארלענדן
אסיפם וועל איך זיי פארלענדן
נאם ה' זאגט השי"ת
אין ענבים בגפן ס'וועט נישט איבער בלייבן קיין טרויבן אין דעם וויינגארטן
ואין תאנים בתאנה און עס וועט נישט איבער בלייבן קיין פייגן אין דעם פייגן בוים
דאס מיינט אז גארנישט וועט איבער בלייבן ח"ו
והעלה און די בלעטל
נבל וועט ווערן פארוועלקט
דאס וועט קומען פאר א עונש ווייל
ואתן להם די תורה וואס איך האב זיי געגעבן
יעברום האבן זיי אויף דעם עובר געווען
יד)על מה אנחנו ישבים פארוואס זיצן מיר נאך דאָ אין די פעלדער (נאך וואס אלעס איז שוין חרוב פון די ביימער)
האספו נעמט אייך צאם
ונבוא על ערי המבצר און מיר וועלן אריין קומען אין די באפעסטיגטע שטעט
ונדמה שם און מיר וועלן דארט זיצן שטיל ווי אבלים
כי ה' אלקינו ווייל ה' יתברך אונזער גאט
הדימנו האט אונז פארשניטן
וישקנו און ער האט אונז געמאכט טרינקן
מי ראש ביטערע גופט
כי חטאנו לה' ווייל מיר האבן געזונדיגט צו השי"ת
טו) קוה לשלום מיר האבן געהאפט צו שלום
ואין טוב און עס קומט נישט די גוטס
לעת מרפה מיר האבן ארויס געקוקט צו א צייט פון רפואה
והנה בעתה און דערווייל איז געקומען א שרעק
טז(מדן צוליב די עבו"ז וואס איז געווען אין נחלה פון דן נשמע איז געהערט געווארן נחרת סוסיו די גערודער פון די פערד פון די שונא
מקול מצהלות אביריו פון די קול פון די שאלונג פון זיינע שטארקע סאלדאטן
רעשה כל הארץ האט אויפגעצוטערט די גאנצע ערד
ויבואו און זיי זענען געקומען
ויאכלו און זיי האבן פארלענדט ארץ ומלואה די ערד און אלעס וואס געפונט זיך אויף איר
עיר וישבי בה די שטאט און אירע איינוואוינער
יז)כי הנני משלח בכם ווייל אט יעצט וועל איך אנרייצן אויף אייך
נחשים צפענים שלענג
אשר אין להם לחש וואס עס העלפט נישט אקעגן זיי א לחש
ונשכו אתכם און זיי וועלן אייך בייסן
נאם ה' זאגט השי"ת
יח)מבליגיתי עלי יגון אויב איך מיין אז איך קען זיך שטארקן אויף מיין קלאג
עלי לבי דוי טוט מיר מיין הארץ וויי פון אלע נביאות וואס איך זעה וועט קומען אויף זיי
יט) הנה קול שועת בת עמי איך הער אז ס'וועט קומען א צייט וואס מ'וועט הערן די געשריי פון מיין פאלק מארץ מרחקים פון ווייטע לענדער,וואס זיי וועלן דארט ווערן פארטריבן

זאגט השי"ת פאר וואס קומט זיי די עונש צו זיין במרחקים
הה' אין בציון צו דען איז השי"ת נישט אין ציון
אם מלכה אין בה צו דען איז איז איהר קעניג נישט אין איהר
מדוע הכעסוני בפסליהם אויב אזוי פארוואס האבן זיי מיר דערצערנט מיט זייערע עבו"ז
בהבלי נכר מיט פרעמדע נארישקייטן
כ)עבר קציר ס'איז שוין אדורך די זמן פון קציר כלה קיץ ס'האט זיך שוין געענדיגט די זמן פון קיץ ואנחנו לוא נשענו און מיר זענען נישט געהאלפן געווארן פון מצרים וואס מיר האבן זיך געהאט פארלאזט אויף זיי
כא)על שבר בת עמי צוליב די בראך וואס קומט אויף מיין פאלק
השברתי בין איך איינגעבראכן
קדרתי איך בין פארטונקלט
שמה החזקתני א צומישעניש כאפט מיר אן
כב(הצרי אין בגלעד צו דען איז נישט דא קיין רפואה פאר די נשמה אין גלעד
אם רופא אין שם צו איז נישט דא דארט צדיקים פון וועם זיך אפצולערנען
כי מדוע לא עלתה ארכת בת עמי פארוואס האט מיין פאלק נאך נישט געהאט א רפואה
כג(מי יתן ראשי מים הלואי וואלט מיין קאפ געווען וואסער

ועיני מקור דמעה און מיין אויגן א קוואל פון טרערן
ואבכה יומם ולילה וועל איך באוויינען טאג און נאכט
את חללי בת עמי די געהארגעטע פון מיין פאלק
א)מי יתנני במדבר מלון ארחים הלואי זאל איך האבן א געלעגער אין מדבר מיט די וועלכע גייען אויף די וועגן
ואעזבה את עמי וועל איך איבער לאזן מיין פאלק
ואלכה מאתם און איך וועל אוועק גיין פון זיי
כי כלם מנאפים ווייל זיי אלע זענען מנאפים
עצרת בגדים גרופעס פון בוגדים
ב)וידרכו את לשונם קשתם שקר און זיי האבן איינגעוואוינט זייער צונג צו רעדן שקר
ולא לאמונה גברו בארץאון זיי האבן זיך געשטארקט די שטארקע אויף די שוואכע נישט פאר די אמת
כי מרעה אל רעה יצאו פון איין עבירה צו א צווייטע עבירה יצאו זענען זיי געגאנגען ואתי לא ידעו און מיר האבן זיי נישט געוואלט קענען נאם ה' זאגט השי"ת
ג)איש מרעהו השמרו יעדע מענטש פון זיין אייגענע חבר דארף ער זיך אפהיטן
ועל כל אח אל תבטחו און אויף א ברודער קען מען זיך נישט פארלאזן
כי כל אח עקוב יעקב ווייל יעדע ברודער לאקערן טוט ער לאקערן
וכל רע רכיל יהלך און יעדע פריינד טוט גיין זאגן רכילות
ד)ואיש ברעהו יהתל און יעדע מענטש טוט אפשפעטן אין זיין אייגענע חבר ואמת לא ידברו און זיי רעדן נישט אמת דבר שקר צו רעדן שקר העוה נלאו זיי מיטשען זיך אן צו גיין אויפן שלעכטע וועג
ה)שבתך ווען זיי זיצן
בתוך מרמה איז עס מיט מחשבות פון שלעכטס
במרמה צוליב זייער שלעכטס
מאנו דעת אותי ווילן זיי מיר נישט קענען
נאם ה' זאגט השי"ת
ו(לכן צוליב דעם
כה אמר ה' צבאות אזוי האט געזאגט השי"ת
הנני צורפם ובחנתים אט גיי איך זיי אויסלייטערן און אויסרייניגן מיט יסורים
כי איך אעשה ווייל וויאזוי דען זאל איך טוהן
מפני בת עמי צוליב די עבירות פון מיין פאלק
ז)חץ שוחט לשונם זייער צונג איז ווי א אויסגעצויגענע פייל גרייט צו שיסן
מרמה דבר שלעכטס רעדט ער
בפיו שלום את רעהו ידבר ווען ער רעדט צו זיין חבר רעדט ער מיט א פנים פון שלום
ובקרבו און דערווייל אינווייניג אין זיינע מחשבות
ישים ארבו לאקערט ער אים צו בארויבן
ח)העל אלה צו דען אויף די אלע זאכן
לא אפקד בם זאל איך זיך נישט צוטוהן מאכן
נאם ה' זאגט השי"ת
אם בגוי אשר כזה צו דען מיט א פאלק וואס פירט זיך אזוי אויף
לא תתנקם נפשי זאל איך דען נישט נקמה נעמען
ט)על ההרים אויף די חורבן פון די בערג
אשא בכי ונהי וועל איך אויפהייבן א געוויין און א קלאג
ועל נאות מדבר און אויף די חורבן פון די פאסטעכער וואס וואוינען אין מדבר קינה וועל איך מאכן א קלאג
כי נצתו ווייל זיי זענען פארוויסט
מבלי איש עובר אז קיין מענטש גייט נישט דארט אדורך
ולא שמעו קול מקנה און זיי הערן נישט קיין קול פון בהמות
מעוף השמים ועד בהמה סיי די עופות און סיי די בהמות
נדדו הלכו וועלן אוועק גיין פון דא
אין די 52 יאר פון נאך די חורבן איז קיין באשעפעניש נישט געווען אין א"י
ונתתי את ירושלים און איך וועל מאכן ירושלים צו זיין
לגלים צו זיין בערג פון איינגעפאלענע בנינים
מעון תנים א וואוינינג פון שלענג
ואת ערי יהודה און די שטעט פון יודא אתן שממה וועל איך מאכן פארוויסט
מבלי יושב אן קיין איינוואוינער
יא(מי האיש החכם ווער איז דער מענטש וואס איז א חכם
ויבן את זאת און ער זאל פארשטיין די קומענדיגע זאך
ואשר דבר פי ה' אליו אדער ווער איז א נביא וואס השי"ת האט גערעדט צו אים
ויגידה זאל ער עס איבער זאגן צו פארענטפערן די קומענדיגע קשיא
על מה אבדה הארץ צוליב וואס איז די לאנד פארלוירן געגאנגען
נצתה כמדבר זי איז פארוויסט ווי א מדבר
מבלי עבר אז קיין באשעפעניש גייט נישט דארט אריבער
יב)ויאמר ה' האט השי"ת געזאגט אז דאס איז געקומען
על עזבם את תורתי ווייל זיי האבן איבער געלאזט מיין תורה
אשר נתתי לפניהם וואס איך האב זיי געגעבן
ולא שמעו בקולי און זיי האבן נישט צוגעהערט אין מיין קול
ולא הלכו בה און זיי זענען נישט געגאנען אין די דרך התורה
יג)וילכו און זיי זענען געגאנגן אחרי שררות לבם נאך וואס זייער הארץ האט געזעהן
ואחרי הבעלים און נאך די עבו"ז אשר למדום אבותם וואס זייערע עלטערן האבן זיי איינגעוואוינט
יד)לכן צוליב דעם
כה אמר ה' צבאות אזוי האט געזאגט השי"ת
אלקי ישראל די גאט פון די אידן
הנני מאכילם את העם הזה אט גיי איך געבן צו עסן די דאזיגע פאלק
לענה ביטער גראז
והשקיתים און איך וועל זיי מאכן טרינקען
מי ראש ביטערע סם
טו)והפיצותים און איך וועל זיי צושפרייטן בגוים צווישן די פעלקער
אשר לא ידעו המה ואבותם וואס זיי און זייערע עלטערן האבן נישט געוואוסט פון זיי
ושלחתי אחריהם את החרב און איך וועל אנרייצן אויף זיי די שוועד
עד כלותי אותם ביז איך וועל זיי פארלענדן
טז(כה אמר ה' צבאות אזוי האט געזאגט השי"ת התבוננו טראכט גוט אריין
וקראו און רופט
למקוננות צו די קלאגערס ותבואינה אז זיי זאלן קומען
ואל החכמות שלחו און שוקט צו די קלוגע פרויען
ותבואנה אז זיי זאלן קומען
יז)ותמהרנה און זיי זאלן זיך צואיילען
ותשנה עלינו קינה און זיי זאלן אויפהייבן אויף אונז א קלאג
ותרדנה עינינו דמעה און עס זאל אראפנידערן פון אונזער אויגן טרערן
ועפעפינו יזלו מים און פון אונזער אויגן זאל רינען וואסער
יח)כי קול נהי נשמע מציון ווייל א קול פון א קלאג הערט מען פון ציון וואס זאגט
איך שדדנו וויאזוי זענען מיר בארויבט געווארן
בשנו מאד מיר שעמען זיך שטארק
כי עזבנו ארץ אז מיר זענען געקומען צו א מצב אז מיר האבן איבער געלאזט די לאנד
כי השליכו משכותינו ווייל אונזער וואוינג האט אונז אויסגעשפיגן פון זיך (אזוי ווי עס שטייט ולא תקיא הארץ אתכם)
יט)כי שמענה נשים דבר ה' ווייל הערטס פרויען די דבר ה' ותקח אזנכם דבר פיו און אייערע אויערן זאל פארשטיין די זאגן פון זיי מויל
ולמדנה און איהר זאלט אויסלערנען
בנתיכם פאר אייערע טעכטער
נהי צו קלאגן
ואשה רעותה און א פרוי זאל אויסלערנען פאר איהר חבר'טע
קינה א קלאג
כ)כי עלה מות בחלונינו ווייל עס איז געקומען דער טויט דורך אונזער פענסטער
בא בארמנותינו עס איז אריין אין אונזערע פאלאצן
להכרית עולל מחוץ צו פארשניידן קינדער פון די מארק פלעצער
בחורים מרחבות און אינגע פון די גאסן
כא)דבר רעד די נבואה און זאג
כה נאם ה' אזוי האט השי"ת געזאגט
ונפלה עס וועט פאלן נבלת האדם די נבילה פון די מענטשן
כדמן אזויווי מיסט
על פני השדה אויפן פעלד
וכעמיר מאחרי הקוצר און אזויווי בינטלעך וואס בלייבט איבער נאכן שניט
ואין מאסף און קיינער נעמט עס נישט צאם
כב)כה אמר ה' אל יתהלל חכם בחכמתו א חכם זאל זיך נישט בארימן מיט זיין חכמה אויב פירט זיך נישט אויף ערליך וואס האט ער פון זיין גאנצע חכמה
ואל יתהלל הגבור בגבורתו און א גבור זאל זיך נישט בארימען מיט זיין גבורה
אל יתהלל עשיר בעשרו א עושר זאל זיך נישט בארימן מיט זיין עשירות

כג)כי אם נאר
בזאת יתהלל המתהלל מיט דעם זאל זיך בארימן דער וואס וויל זיך בארימן
השכל וידע אותי מיט דעם וואס ער ניצט זיין שכל מיר צו קענען
כי אני ה' ווייל איך השי"ת עשה חסד טוט חסד משפט וצדקה בארץ גערכטיגקייט און צדקה
בארץ אויפן ערד
כי באלה ווייל אין די מענטשן וואס זענען מקיים השכל וידע אותי
חפצתי וויל איך
נאם ה' זאגט השי"ת
פערשט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערשט »

/איך האב פראבירט עס צו לייגן אין ווארד . אייוועלט האט עס נישט אריין געלאזט ( איך האב נישט מייקראסאפט .איך האב א אנדערע קאמפעני) האב איך עס געקאפידט און דא ארויף געלייגט
אויב דו קענסט עס שיין אויסשטעלן אדער מיר זאגן וויאזוי מ'מאכט דאס וועל איך אייך מכיר טובה זיין בלי נדר
יישר כח
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פערשט האט געשריבן:/איך האב פראבירט עס צו לייגן אין ווארד . אייוועלט האט עס נישט אריין געלאזט ( איך האב נישט מייקראסאפט .איך האב א אנדערע קאמפעני) האב איך עס געקאפידט און דא ארויף געלייגט
אויב דו קענסט עס שיין אויסשטעלן אדער מיר זאגן וויאזוי מ'מאכט דאס וועל איך אייך מכיר טובה זיין בלי נדר
יישר כח

אנטשולדיגט, איך האב עס נאר געזעהן מוצאי ת"ב.
דא האסטו עס אויסגעשטעלט אין צוויי קאלומס (כ'האף אז די האסט דאס געמיינט).
כ'האף ס'וועט נישט צוניץ קומען נעקסטע יאהר!
אטעטשמענטס
הפטרה לתשעה באב.pdf
(152.64 KiB) געווארן דאונלאודעד 101 מאל
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

ווער עס וועט הערן דעם אמשינובער רבי'ן שליט"א זאגן די הפטרה פון תשעה באב וועט ארויסהערן אלע פירושים...
מען קען דאס הערן אויף קול בחצרות 646-585-2970
אכטונג: עס דויערט כמעט א שעה!
פערשט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערשט »

אוראייניקל האט געשריבן:
פערשט האט געשריבן:/איך האב פראבירט עס צו לייגן אין ווארד . אייוועלט האט עס נישט אריין געלאזט ( איך האב נישט מייקראסאפט .איך האב א אנדערע קאמפעני) האב איך עס געקאפידט און דא ארויף געלייגט
אויב דו קענסט עס שיין אויסשטעלן אדער מיר זאגן וויאזוי מ'מאכט דאס וועל איך אייך מכיר טובה זיין בלי נדר
יישר כח

אנטשולדיגט, איך האב עס נאר געזעהן מוצאי ת"ב.
דא האסטו עס אויסגעשטעלט אין צוויי קאלומס (כ'האף אז די האסט דאס געמיינט).
כ'האף ס'וועט נישט צוניץ קומען נעקסטע יאהר!

יישר כח פאר אייער הערליכע ארבעט עס צו אויסשטעלן שיין און צולייגן נקודות. מ'קען עס יעצט חזרן און נתעורר ווערן צו תשובה און זוכה זיין צו אלע נחמות וואס די נביאים האבן אונז איבערגעגעבן
לשנה הבאה בירושלים
פערשט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:01 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערשט »

אוראייניקל האט געשריבן:
פערשט האט געשריבן:/איך האב פראבירט עס צו לייגן אין ווארד . אייוועלט האט עס נישט אריין געלאזט ( איך האב נישט מייקראסאפט .איך האב א אנדערע קאמפעני) האב איך עס געקאפידט און דא ארויף געלייגט
אויב דו קענסט עס שיין אויסשטעלן אדער מיר זאגן וויאזוי מ'מאכט דאס וועל איך אייך מכיר טובה זיין בלי נדר
יישר כח

אנטשולדיגט, איך האב עס נאר געזעהן מוצאי ת"ב.
דא האסטו עס אויסגעשטעלט אין צוויי קאלומס (כ'האף אז די האסט דאס געמיינט).
כ'האף ס'וועט נישט צוניץ קומען נעקסטע יאהר!

יישר כח פאר די הערליכע ארבעט
נאך אמאל געדאונלאודעט די יאר
לעורר לבבנו בתשובה
ולזכות לראות בנחמת ציון וירושלים
אטעטשמענטס
הפטרה לתשעה באב.pdf
(152.64 KiB) געווארן דאונלאודעד 22 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”