פרשת חיי שרה - די שיינקייט פון א אידישע מאמע!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת חיי שרה - די שיינקייט פון א אידישע מאמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

אין די לעצטע וואכן האבן מיר בסייעתא דשמיא אויסגעשמועסט וואס דאס מיינט זיין א אידישער טאטע, מיר האבן געזעהן ווי אברהם איז פאַר אונז זיינע טייערע קינדערלעך אריבער דאס שווערסטע נסיונות און דערמיט געטוען אויסטרעטן דעם לאנגן שווערן וועג פונעם טעגליך לעבן, און דערנאך פרשת וירא ווי אברהם לערנט אונז ווי אזוי א איד לעבט און אטעם דעם הערליכן מידה פון חסד, געבן און טיילן מיט איין מחשבה ווייל מיר זענען הקב"ה'ס קינדער און אונזער טאטע איז דער גומל חסדים טובים לעמו ישראל...

דערמיט קומען מיר צו אונזער וואכעדיגע פרשה ווי די פסוק פאנגט אָן: וַיִּהְיוּ חַיֵּי שָׂרָה מֵאָה שָׁנָה וְעֶשְׂרִים שָׁנָה וְשֶׁבַע שָׁנִים שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה וכו' ס'באמערקט זיך גלייך אז אט גייען מיר שמועסן פון אונזער הייליגע מאמע שרה, אט לערנען מיר איבער דאס לעבן פון דעם "אידישע מאמע" לאמיר זיך פארטיפן. לאמיר זיך דערהייבן און כאַפן א בליק פון דער הייעך אויף די ראשי פרקים פון די ענינים וואס ווערן דערמאנט דורכאויס אונזער גאנצע פרשה:
1. וַיִּהְיוּ חַיֵּי שָׂרָה מֵאָה שָׁנָה וְעֶשְׂרִים שָׁנָה וְשֶׁבַע שָׁנִים שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה - שרה אמנו ווערט נפטר אין עלטער פון 127 יאר.
2. וְאַחֲרֵי כֵן קָבַר אַבְרָהָם אֶת שָׂרָה אִשְׁתּוֹ אֶל מְעָרַת שְׂדֵה הַמַּכְפֵּלָה עַל פְּנֵי מַמְרֵא הִוא חֶבְרוֹן בְּאֶרֶץ כְּנָעַן - אברהם אבינו קויפט אָפ די מערת המכפלה און באַערדיגט דאָרט שרה אמנו.
3. וְאַבְרָהָם זָקֵן בָּא בַּיָּמִים וַה' בֵּרַךְ אֶת אַבְרָהָם בַּכֹּל – אברהם אבינו שיקט ארויס זיין קנעכט אליעזר זוכן א שידוך פאר יצחק.
4. וְהָיָה הַנַּעֲרָ אֲשֶׁר אֹמַר אֵלֶיהָ הַטִּי נָא כַדֵּךְ וְאֶשְׁתֶּה וְאָמְרָה שְׁתֵה וְגַם גְּמַלֶּיךָ אַשְׁקֶה אֹתָהּ הֹכַחְתָּ לְעַבְדְּךָ לְיִצְחָק וּבָהּ אֵדַע כִּי עָשִׂיתָ חֶסֶד עִם אֲדֹנִי – אליעזר מאַכט א סימן אז דאס מיידל וואס וועט מיט אים טוען א חסד - דאס וועט זיין די אויסדערוועלטע זיווג פאר יצחק.
5. וַיְבִאֶהָ יִצְחָק הָאֹהֱלָה שָׂרָה אִמּוֹ וַיִּקַּח אֶת רִבְקָה וַתְּהִי לוֹ לְאִשָּׁה וַיֶּאֱהָבֶהָ וַיִּנָּחֵם יִצְחָק אַחֲרֵי אִמּוֹ – יצחק ברענגט אריין רבקה'ן אין דער שטוב פון זיין מאמען שרה, און ער האט חתונה מיט איר.

אז מען באטראכט די וואכעדיגע פרשה פרעגט זיך עטליכע שאלות: א. די פרשה ווערט גערופן "חיי שרה", ווי נאר מען געבט א טראכט באמערקט זיך אז שרה אמנו איז די איינציגסטע פון אונזערע אבות אדער אמהות וואס פארמאגן א פרשה אויף זייער נאמען, ווי פארשטענדליך דארפן מיר דאס אפלערנען – פארוואס טאקע נאר שרה אמנו? ב. בפשטות ווען מען בליקט אדורך די פרשה זעט עס אויס ווי מען רעדט פון פארשידענע נקודות און פאסירונגען איבער צוויי באזונדערע ענינים; די פטירה פון שרה אמנו און דער נאך די שידוך פון יצחק. מען דארף זיך אבער פארטיפן און פרעגן: איז פארהאן עפעס א שייכות צווישן די צוויי און אויב יא וואס איז עס? ג. ווי באקאנט איז שרה אמנו געווען די מאמע פון כלל ישראל, זי איז געווען דער גרויסע צדיקת ווי רש"י הקדוש לערנט אונז גלייך ביים אנפאנג פרשה. – אבער אז מען קוקט אריין אין די פסוקים טוט זיך די שטערן קנייטשן ווען מיר באמערקן אז מיר טרעפן כמעט נישט אירע מעשים טובים זאלן ווערן באשריבן אדער אויסגעמשועסט? בפרט פרעגט זיך די שאלה טאקע דא ביי די פטירת שרה ווי רש"י ברענגט די מדרש אז שרה אמנו'ס נשמה איז ארויסגעפלויגן ווען זי האט געהערט איבער די עקידת יצחק – ווי קען מען דאס פארשטיין - די הייליגע צדיקת האט זיך אזוי דערשראקן אז יצחק אבינו ווערט געשחטן אלץ א קרבן לה', זי איז דאך דער צדיקת וואס לעבט מיט מסירת נפש?

לאמיר זיך פארטיפן און ריכטיג אפלערנען וואס דא ליגט באהאלטן, פארשטייט זיך אז אין איעדע אות און נקודה אין דער פרשה ליגט א אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען ניטאמאל באגרייפן, און אוודאי האבן מיר נישט קיין השגה אין די הייליגע אבות ואמהות, לאמיר אבער פרובירן אויף אונזער מדריגה - ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן און אריינטראכטן אין דאס לעבן פון שרה אמנו, וועלכע איז געווען די ערשטע אידישע מאמע.

וואָדמור ניו יארק - אט דארט וואוינט א איד וועלכער רופט זיך מייקעל (מיכאל) לעווי. מיכאל האט ליידער נישט באַקומען די געוואלדיגע מתנה פון דעם חוש הראי', מיט וועלעכע א מענטש האט געזונטע אויגן וואס קענען זען, ליידער איז מיכאל געבוירן זייענדיג בלינד אויף ביידע אויגן. ווען מיכאל איז שוין געווען א מיטליעריגער איד, איז זיין באליבטע מאמע וואס האט זיך אלע יארן מיט אים אָפגעגעבן - אוועק פון דער וועלט. ווען עס איז געקומען צו איר לויה האט מיכאל אָנגעהויבן רעדן מיט רירנדע רייד.

ווען איך בין געבוירן ביסטו, מיין מאמע, געווען דער ערשטער וואס האט געזען מיין פעלער און מיך אָנגענומען ווי א געהעריגע קינד. דו האסט מיך געהאלפן טריט ביי טריט, און אכטונג געגעבן אויף מיר. ווען איך בין געווארן צוויי יאר אלט, האסטו מיך געלערנט ווי אזוי צו קריכן און גיין. ווען איך בין געווארן אביסל עלטער, האסטו מיך געקויפט א שטעקן און אויסגעלערנט ווי אזוי עס צו נוצן, און מיר פלעגן צוזאמען גיין אין חדר איעדן צופרי.

מאמע! ווי נאָר איך בין עלטער געווארן - האב איך דיך שטארק געבעטן אז "איך וויל שוין אָנהייבן גיין אליין אין חדר", דו האסט מיר געזאגט אז דו וועסט מיך קודם אויסלערנען דעם גאנצן וועג, און אזוי האסטו טאקע געטון. דעם נעקסטן טאג זענען מיר געגאנגען צוזאמען, און מיר האבן געציילט די טריט. נאך פופצן טריט האב איך געשפירט א בּאָמפ, האסטו מיך געזאגט, דא דארף מען אריבערגיין די גאס. דערנאך האב איך געזען אַן אַנדערע סימן, האסטו מיך געזאגט 'דא דארף מען גיין רעכטס' און דא לינקס און אזוי ווייטער.

נאכ'ן גיין צוזאמען אויף דעם אופן עטליכע וואָכן, איז ענדליך אָנגעקומען דעם טאג וואס די האסט מיך געזאגט אז דעם קומענדיגן צופרי וועל איך שוין קענען אליין גיין אין חדר. כ'בין געווען זייער פרייליך, און דעם נעקסטן טאג האב איך טאקע גענומען דעם שטעקן אין דער האַנט, און אליין אָנגעהויבן צו גיין. ווען איך בין אָנגעקומען צום פופצנסטן טריט, האב איך געשפירט אט יענעם בּאָמפ, און געדענקט אז איך דארף אריבערגיין די גאס, דערנאך האב איך מיך געדרייט רעכטס און לינקס, גענוי ווי דו האסט מיר געלערנט טייערע מאמע.

ווען איך בין ענדליך אָנגעקומען אין חדר, האט מיך דאָרטן אָפגעוואַרט דער סעקיוריטי וועכטער. איך בין געווען אנגעפילט מיט א געוואלדיגע שטאָלץ אז איך האב באוויזן צו קומען אליין אין חדר, אָן קיין שום הילף. דער וועכטער האט מיך מקבל פנים געווען מיט פרייד און געזאגט, "קוק, מייקעל, האָסט עס געמאַכט!" עטליכע סעקונדעס שפעטער הער איך ווי דער וועכטער רופט זיך אָן, "אה, מרת. לעווי, איר זענט אויך דא…" איך האב מיך געגעבן א דריי אויס, און געהערט ווי דו טייערע מאמע אנטלויפסט מיט שנעלע טריט. דו ביסט מיר נאכגעגאנגען שטילערהייט דעם גאנצן וועג, ווייל דיין מוטערליכע האַרץ האט געציטערט אז איך זאל נישט גיין אליין.

און מיט טרערן אין די אויגן האט מיכאל אויסגעפירט: "מאמע, מיין גאנץ לעבן שפיר איך אז דו גייסט הינטער מיר, א יעדעס מאל וואס איך בּאַגעגען זיך אין עפעס א שטרויכלונג, אדער עפעס א מצב וואס איך ווייס נישט ווי גייט מען ווייטער, שפיר איך ווי דו גייסט הינטער מיך און דו גיבסט אכטונג אויף מיר, און אט דעם געפיל וועט שטענדיג מיט מיר פארבלייבן"...

טייערע ברידער, די שיינקייט פון א אידישע מאמע איז אז זי שיינט נישט צופיל ארויס. זי גייט פון הינטערוויילעכטס, ווען עס דאַכט זיך אז מען איז אליין... זי איז דער וואס געבט אין אונז אריין די שטארקייט אז יא מיר קענען אליין גיין - ווען צו דער זעלבע צייט שטייט זי באַהאַלטענערהייט הינטער אונז, ווען די מלאכים פרעגן אברהם אבינו אין פרשת וירא, איה שרה אשתך - וואו איז שרה? הִנֵּה בָאֹהֶל, זי איז אין געצעלט – באהאלטן. די אידישע מאמע גייט נאָך איר קינד שטילערהייט. מ'זעט איר נישט, מ'הערט איר נישט. אבער די קינדער ווייסן און שפירן אז זייער מאמע איז מיט זיי, די גרעסטע שיינקייט פון א אידישע מאמע איז אז זי ארבעט פון הינטער די קוליסן, זי איז באהל, באהאלטן, אבער איר ווארעמקייט און געטריישאפט פילט אָן די גאנצע שטוב.

יעדער לופטפעלד פאַרמאָגט א קאָנטראל טורעם וועלכע געבט אָנווייזונגען פאַר די עראפלאנען ווי אזוי און ווען זיך צו הייבן און ווען צו לאַנדן. די מענטשן וואס געפינען זיך אינעם עראָפלאַן האלטן גארנישט מיט, אבער אינעווייניג אין לופטפעלד זענען פארהאן אפיסעס און מענטשן זיצן און מאכן זיכער אז אלעס זאל קלאַפן און יעדע עראפלאן זאל לאנדן זיכערערהייט, ווי פארשטענדליך אויב וואלט נישט געווען א קאנטראל טורעם וואלט געווען א שווערע כאאס אין לופטפעלד און קיין שום עראפלאן וואלט נישט געקענט ארויספארן.

א אידישע מאמע איז ווי א קאָנטראָל טורעם וועלכע פירט אָן דעם גאנצן "לופטפעלד." זי מאַכט זיכער אז אלעס זאל קלאַפן, און דער טאג טעגליכער סדר היום פונעם אידישן שטוב זאל פאָרן ווי געשמירט, זי צינדט אָן דעם חיות און ברענגט אריין דאס ווארעמקייט אין שטוב, זי לערנט אויס קינדער צו טוען און לעבן מצוות ומעשים טובים און ווארפט אריין דעם גוט וואָרט - אבער זי איז נישט מערקבּאַר, אירע אויפטוען ווערן עררייכט שטילערהייט, אָן קיין פאמפע און טראסק, אבער אָן איר וואָלט די אידישע שטוב נישט עקזיסטירט.

דערמיט דערהערן מיר געוואלדיג פשט אינעם מדרש (בראשית רבה נח ה') וַיָּבֹא אַבְרָהָם לִסְפֹּד לְשָׂרָה. "מהיכן בא?" - פון וואו איז ער געקומען? קודם זאגט דער מדרש אז אברהם איז געקומען פון תרח'ס קבורה, אבער דער מדרש ענטפערט צום סוף: "מהר המוריה", ווען מען לערנט די מדרש פרעגט זיך וואס איז פשט אז אברהם איז געקומען פון תרח'ס קבורה און דערנאך אז אברהם אבינו איז צוריקגעקומען פון הר המוריה – וואס איז די צד צו זאגן אז אברהם איז געקומען פון תרח'ס קבורה?

נאר בדרך רמז קען מען זאגן פשט: דער מדרש וויל אונז מגלה זיין ווי אזוי אברהם אבינו איז געקומען מספיד זיין שרה אמנו, "מהיכן בא?" - פון וואו איז אברהם געקומען - פון וואו האט אברהם גענומען די התעוררות פאַר דעם הספד, וואס דאס מיינט פון וואו קומט ער, און פון וואנעט קומען זיינע הייליגע מחשבות איר צו מספיד זיין? און די תשובה איז – פון תרח'ס קבורה ביז הר המוריה. אברהם אבינו האט צוריק געקוקט אויף אלע זיינע יארן און באמערקט אז אָט די צדיקת איז דער וואס האט אים באגלייט פון ווען ער האט זיך אפגעשיידט פון זיין טאטנ'ס תרח'ס דרכים, ביז די עקידה אויפ'ן הר המוריה, די גאנצע צייט וואס אברהם האט זיך אויסגעפאָרעמט א דרך אין עבודת ה' און זיך געמאַטערט אויפצושטעלן א אידישע שטוב, איז אלעס געווען א דאנק שרה אמנו. זי איז דער וואס איז אים געשטאנען צו דער האנט און באגלייט אויף טריט און שריט, דעם גאנצן לאנגן שווערן וועג וואס האט זיך אָנגעפאַנגן אינעם הויז פון תרח, אלע שווערע נסיונות וואס מען איז אריבער, הינטער אלעס איז געשטאנען אונזער הייליגע מאמע, ביז דעם הר המוריה - דעם גרויסן מעמד עקידת יצחק, זי שטייט מיט די גרעסטע מסירת נפש פיל מיט געטריישאפט און בלאָזט אריין די כוחות און חיות פאר אט דעם הערליכן אידישן שטוב וואס טוט איינפלאנצן די יסודות וואס וועט שפעטער באגלייטן די קינדערלעך כלל ישראל... דאס איז שרה אמנו... און אט דאס זעט אברהם יעצט פאר די אויגן און דערפאר באוויינט ער איר!

ווי נאר מיר דערהערן דעם יסוד אז די אידישע מאמע שטייט אונזער אלעס מיט די גרעסטע געטריישאפט באמערקט זיך גלייך אז די גאנצע פרשה איז איין ענין געקניפט און געבינדן.
1. וַיִּהְיוּ חַיֵּי שָׂרָה מֵאָה שָׁנָה וְעֶשְׂרִים שָׁנָה וְשֶׁבַע שָׁנִים שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה. די פרשה הייבט אָן ווי די מאמע שרה איז נפטר געווארן, נאכ'ן ערפילן איר איין איינצעלע שאיפה אויפצושטעלן א אידישע שטוב פון וועלכע די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציען - איר נשמה איז ארויסגעפלויגן נאכ'ן הערן וועגן די עקידה. פארוואס? ווייל אונזער הייליגע מאמע וואס איר גאנצע לעבן איז געווען אויפצושטעלן א אידישע שטוב, צו האבן א קינד וואס וועט באלייכטן די וועלט מיט מסירת נפש און כבוד שמים אט איז דער יצחק שוין געבוירן און זוכה געווען צו זיין א קרבן לה' (אזוי איז געווען די בשורה) אויב האט זי דערלעבט דעם גרויסן שמחה פון געבוירן און ערציען אזא הייליגער צדיק ווי יצחק אבינו, וועלכער איז גרייט זיך צו מוסר נפש זיין אויף קידוש ה', האט זי שוין ערפילט איר הויפט תפקיד אויף דער וועלט, און דערפאר איז געווען "פרחה נשמתה" ווייל דאס איז איר גאנצע ציל, איר גאנצע חיות איז נאר איר תפקיד פון זיין די אידישע מאמע פון דער קינד וואס וועט זוכה זיין צו קידוש ה', ווי נאר ס'איז מקיום געווארן טוט זי פארלאָזן דעם וועלט...
2. וְאַחֲרֵי כֵן קָבַר אַבְרָהָם אֶת שָׂרָה אִשְׁתּוֹ אֶל מְעָרַת שְׂדֵה הַמַּכְפֵּלָה עַל פְּנֵי מַמְרֵא הִוא חֶבְרוֹן בְּאֶרֶץ כְּנָעַן. אברהם אבינו האט איינגעקויפט דעם מערת המכפילה, די מערה אין וועלכן די צדיקת וועט ווערן באַהאלטן. שרה אמנו איז די ערשטע געווארן בַּאערדיגט אין דעם הייליגן ארט וועלכע איז געווען באשטימט פאר די אבות, די מאמע וואס פירט אלעס פון א באשיידנקייט און באהאלטנקייט, איז יעצט געווארן באהאלטן אויף די שענסטע ארט אין דער וועלט, דארט וואו אברהם אבינו און אלע אבות ואמהות וועלן שפעטער ליגן, ווייל די אידישע מאמע איז א גלייכע שותף אין דער אידישער שטוב.
3. וְאַבְרָהָם זָקֵן בָּא בַּיָּמִים וַה' בֵּרַךְ אֶת אַבְרָהָם בַּכֹּל –איינמאל מיר פארשטייען ווי אברהם אבינו האט מספיד געווען שרה, צוריקקוקנדיג אויף זיין גאנץ לעבן און פארשטייענדיג ווי אלע זיינע נסיונות וואס ער איז בייגעשטאנען און אלע מדריגות וואס ער האט דערגרייכט אלע זיינע טעג איז געקומען א דאנק שרה אמנו, זאגט אונז די תוה"ק אז ער האט אנגעהויבן זוכן א שידוך פאר יצחק, ווייל יעצט ווייסן מיר שוין וואס די כח פון א אידישע מאמע איז, מיר ווייסן שוין וואס מיר זיכן, א מאמע וועלכער זאל ווייטער קענען בויען דעם אידישן שטוב, מיר זיכן דעם צוקומפטיגע אידישע מאמע. און טאקע דוקא אליעזר גייט ווייל זייענדיג אן עבד ביי אברהם ווייסט ער וואס טוט זיך הינטער די קוליסן – ער ווייסט די אמתע שיינקייט פון א אידישע מאמע.
4. וְהָיָה הַנַּעֲרָ אֲשֶׁר אֹמַר אֵלֶיהָ הַטִּי נָא כַדֵּךְ וְאֶשְׁתֶּה וְאָמְרָה שְׁתֵה וְגַם גְּמַלֶּיךָ אַשְׁקֶה אֹתָהּ הֹכַחְתָּ לְעַבְדְּךָ לְיִצְחָק וּבָהּ אֵדַע כִּי עָשִׂיתָ חֶסֶד עִם אֲדֹנִי: - אברהם אבינו שיקט ארויס אליעזר, און ער מאכט א סימן. אויב ער וועט איר בעטן צו טרינקען און זי וועט אויך געבן צו טרינקען פאר די קעמלען, איז א סימן אז זי איז דער זיווג. פארוואס – פארוואס נישט דער מיידל וואס וועט צוקומען געבן צוטרינקן נאך איידער ער וועט בכלל בעטן? ווייל א אידישע מאמע איז נישט סתם איינער וואס טוט חסד, כאטש אז ס'איז געוואלדיג הייליג און טייער איז עס נישט די מהות פון דעם אידישע מאמע, די טיפקייט פון דעם אידישע מאמע איז אז זי פארמאגט א בינה יתירה, פון דעם וואס מען בעט איר פארשטייט זי פיל טיפער וואס יענעם פעלט... חכמת נשים בנתה ביתה – בנתה איז א לשון פון בינה, זי בויעט דעם שטוב מיט פארשטאנד, זי פארשטייט איין זאך פונעם צווייטן... די פליכט פון א אידישע מאמע איז א שווערע און פארצווייגטע, כאָטש מען זעט עס נישט אָן פונדרויסן. די מאמע פארשטייט דעם קינד, זי ווייסט און באמערקט וואס טוט אים וויי, ווי אזוי זי קען צופרידנשטעלן איר מאַן, ווי אזוי אויסצוהערן א קינד... זי איז א מבין דבר מתוך דבר; ווען א קינד צעוויינט זיך פארשטייט זי אז עס ליגט עפעס טיפער, אויב בעט איינער וואסער איז פארהאן עפעס מער און טיפער... אויב קרעכטץ א קינד טראכט זי גלייך איין מינוט אפשר האט ער/זי א שווערע טאג אין חדר/סקול... די מאמע איז די איינציגסטע וואס באמערקט אזעלכע זאכן, און דערפאר שטייט די גאנצע שטוב אויף איר זכות – דאס זיכט אליעזר ווייל דאס איז א אידישע מאמע!
5. וַיְבִאֶהָ יִצְחָק הָאֹהֱלָה שָׂרָה אִמּוֹ וַיִּקַּח אֶת רִבְקָה וַתְּהִי לוֹ לְאִשָּׁה וַיֶּאֱהָבֶהָ וַיִּנָּחֵם יִצְחָק אַחֲרֵי אִמּוֹ – יצחק ברענגט אריין רבקה אין די שטוב פון שרה. רש"י ברענגט אז דריי זאכן וואס זענען געווען ביי שרה אמנו זענען צוריקגעקומען ווען יצחק האט חתונה געהאט מיט רבקה: א. לעכט האט געברענט א גאנצע וואך, ב. ס'איז אריין א ברכה אין די טייג ג. א וואלקן האט ארומגענומען דעם געצעלט.
די דריי זאכן זענען מרמז אויף די פליכטן פון א אידישע מאמע.
נר - דאס איז די ליכטיגקייט און ווארעמקייט וואס די מאמע פלאַמט אריין אין שטוב, ווען זי געבט זיך אָפ מיט הארץ און געפיל.
עיסה - דאס זענען אלע געשמיות'דיגע צרכים וואס די מאמע שטעלט צו אז עס זאל גארנישט פעלן. זי קאכט עסן, רייניגט די הויז, וואשט וועש, און נאך פיל, פיל זאכן וואס צומאל באמערקט מען ניטאמאל.
ענן – דאס איז די זיכערהייט און רואיגקייט וואס א אידישע מאמע ברענגט אַראָפ אויף איר שטוב. ווען די מאמע איז דארט, איז יעדער רואיג און צופרידן, ווייל יעדער ווייסט אז זי וועט זיך אפגעבן מיט זייערע פיזישע און עמאציאנעלע געברויכן, דאס באגלייט די קינדער אויף זייער גאנץ לעבן.

אין די היינטיגע וועלט ווען ס'קען זיך דאַכטן כאילו עס איז נישט אזוי אינטערעסאנט צו זיצן אינדערהיים און זיך אפגעבן מיט דער מאַן און קינדערלעך דערהערן מיר אט פון אונזער הייליגע פרשה אז ס'איז דאס וויכטיגסטע וויכטיגסטע און גרעסטע זאך וואס נאר פארהאן, די חשיבות פון דעם אידישע מאמע ווערט נישט געמאסטן פון אירע חיצונית'דיגע עררייכונגען, פון וויפיל טיטלוך זי פארמאגט גלייך נעבן איר נאמען, נאר לויט וויפיל ווארעמקייט, זיכערקייט, און צופרידנקייט זי פלאנצט און גיסט אריין אין איר שטוב.

טייערע ברידער! ווען מיר דערהערן וואס א אידישע מאמע איז – דארפן מיר זיך אָפשטעלן און מאכן א אמתע חשבון הנפש וויפיל זענען מיר מחשיב אונזערע הייליגע מאמעס און ווייבער, צו געבן מיר זיי דעם ריכטיגן כבוד פאר זייער שווערע ארבעט?!?! מיר די קינדער און מענער פון די הייליגע אידישע מאמעס דארפן זיך גוט מתבונן זיין וויפיל זענען מיר מחשיב אונזערע ווייבער/מאמעס פאר די אלע פשוטע טעגליכע זאכן וואס זיי שטעלן צו פארן אידישן שטוב... און פונקט ווי אברהם אבינו, איינערקענען אז זי איז דער וואס לייגט דעם גרונדשטיין פאר'ן אידישן שטוב... חס ושלום ווען די מאמע איז נישט פארהאן געפינען מיר אין אונזער פרשה האט זיך שוין שטארק אָנגעזעהן וויפיל ס'האט געפעלט... א אידישע מאמע איז טאקע באהאלטן און באשיידן, אבער מיר די מענער דארפן ארויסברענגען דעם דיאמאנט און כסדר קלאר מאכן ווי שטארק מיר זענען זיי מכיר טובה, און וויפיל מיר קענען זיך נישט גענוג באדאנקען פאר די אלע טויזנטער פעולות וואס זיי טוען במשך דעם טאג טעגליכן לעבן... דאנקן הקב"ה אז מיר זענען זוכה צו האבן א אידישע מאמע וואס ערפילט די לופט פונעם אידישן שטוב מיט פאזעטיווע ענערגיא, מיט הארץ און געפיל!

איינע פון די גדולי ישראל איז אמאל געפרעגט געווארן ווי אזוי ער איז אויסגעוואקסן צו זיין פון די לוכט טורעמעס פון די וועלט – און ער האט דערציילט: זייענדיג א קינד איז מיין טאטע נפטר געווארן, געבליבן בין איך איינער אליין א בן יחיד'ל מיטן מאמע, געוואוינט האבן מיר אין א קליין שטעטל אינעם ווייטן רוסלאנד וואו ס'איז געווען גאר קאלט. איין צופרי איז געווען א גרויסע שניי, און איך האב געדארפט גיין אין חדר, די מאמע האט מיר אנגעטון מיינע שטיוול, ס'זענען געווען אלטע, האלב צעריסענע שטיוול וועלכע מען האט קוים געקענט אנטון. איך בין ארויס אין גאס, און מיטאמאל האבן זיך די שטיוול אויפגעריסן... כ'בין גלייך צוריק אהיימגעגאנגען און געוויזן פארן מאמען אז איך קען נישט ארויסגיין אזוי. די מאמע האט עס פרובירט צו פארנייען און פאררעכטן, אבער ס'איז נישט געווען מעגליך. די שטיוול איז שוין געווען אזוי אלט, און אזוי פיל מאל פארנייט, אז ס'איז שוין אינגאנצן צעפאַלן.

"קינד מיינס," האט די מאמע דאַן געזאגט. "איך האב נישט קיין אנדערע שטיוול פאר דיר, אבער איך וועל מיך אָנטון מיינע אייגענע שטיוול און דיך טראגן אויף די הענט אין חדר." די מאמע האט אנגעכאפט איר קינד און זיך אָנגעטון די שטיוול און זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום חדר' ס'איז נישט געווען גרינג צו גיין אין די הויכע שניי מיט א קינד אין די הענט, און די מאמע האט זיך עטליכע מאל אויסגעגליטשט, ווען מיר זענען ענדליך אנגעקומען אין חדר, האב איך זיך זייער געפרייט, אבער פלוצלינג האב איך באמערקט אז מיין הייליגע מאמע וויינט. "מאמע פארוואס וויינסטו," האב איך געפרעגט. "מיין טייער קינד," האט זי געענטפערט. "איך וויין נישט ווייל איך בין אַן אלמנה און איך מוז דיך אליין טראגן אין חדר אָן קיין הילף. איך וויין נישט ווייל איך האב נישט קיין געלט דיך צו קויפן נייע שטיוול. איך וויין נישט ווייל איך האב זיך אויסגעגליטשט אויפ'ן וועג" איך וויין ווייל איך בעט אז דו זאלסט האבן א גוטן טאג אין חדר און דו זאלסט מצליח זיין אהיימצוקומען געזונט און צופרידן." אט די טרערן וואס מיין מאמע האט פארלאזט האט מיר געלאזט אזא השפעה, ס'זענען די טרערן וואס האבן מיר באגלייט...

טייערע ברידער, פיזישע שניי און פראסטן זענען היינט נישט פארהאן אבער קאלטקייט ביי אונזערע קינדערלעך איז ליידער גאנץ באקאננט, צוריסענע שטיוול איז היינט נישט אזוי באקאנט אבער פראבלעמען מיט קינדערלעך און דעם אידישן לבוש זענען גאנץ באקאנט, זיך אויסגליטשן אויפן וועג צום חדר איז אפשר נישט אזוי באקאנט אבער זיך 'אויסגליטשן אויפן וועג' איז גאנץ באקאנט, און טראץ דעם אלעם האבן מיר דאס הייליגע אידישע מאמע וואס בעט ביי אבינו שבשמים מיטן גאנצן הארץ רבש"ע כ'בעט דיר מיין קינד זאל מצליח זיין, וואַקסן און שטייגן... רבש"ע אונזער שטוב זאל זיין אנגעפילט מיט ליבשאפט און ווארעמקייט... אט דאס זענען די הייליגע אידישע מאמעס! ווי געבענטש זענען מיר, ווי דערהויבן דארפן מיר זיין, כאטש אביסל זיך אָפשטעלן און מכיר טובה זיין פאר אונזערע הייליגע מאמעס/ווייבער, באמערקן אז זיי זענען דעם נר – עיסה – ענן אין אונזער לעבן, זיי זענען אלעס וואס מיר פארמאגן, און ווען מיר זענען זוכה צו האבן דעם הכרת הטוב וועלן מיר פלוצלינג באמערקן אז אונזערע שטובער וועלן ערפילט ווערן מיט ברכה און סייעתא דשמיא, הרחבת הדעת און נחת דקדושה... שרה אמנו לערנט אונז אט דאס אלעס, פון איר באמערקן מיר וואס דאס מיינט א אידישע מאמע און וואס א אידישע מאמע שטעלט אונז צו טאקע באהאלטענעהייט... ויה"ר אז מיר זאלן זוכה זיין כאטש אביסל אויפצומאכן אונזערע אויגן און באמערקן די געוואלדיגע מתנות וואס מיר זענען געבענטשט מיט... עדי נזכה צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק!
● די שיינקייט פון א אידישע מאמע איז אז זי געפינט זיך אין "געצעלט", דאס מיינט אז אויף איר שטייט די גאנצע שטוב.
● א אידישע מאמע טאר נישט אונטערשאַצן איר חשיבות, זי איז די נר – עיסה – ענן – פון דעם אידישן שטוב.
● מיר דארפן אַנערקענען און מחשיב זיין אונזערע באליבטע מאמעס/ווייבער, און פארשטייט זיך, דאַנקן הקב"ה פאר די געוואלדיגע מתנה וואס רופט זיך: א אידישע מאמע!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

הערליך ארויסגעברענגט!
יישר כח!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

בשעה שיש האט געשריבן:הערליך ארויסגעברענגט!
יישר כח!
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אויב איך בין איך
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויב איך בין איך »

Wow איך האב יעצט גענדיגט אויסהערן דעם שיעור אויף Torah anytime ס'איז מוראדיג וואס ער זאגט , און אסאך מער באריכות
א ישר כח
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

אויב איך בין איך האט געשריבן:Wow איך האב יעצט גענדיגט אויסהערן דעם שיעור אויף Torah anytime ס'איז מוראדיג וואס ער זאגט , און אסאך מער באריכות
א ישר כח


אאא בבב האט געשריבן:https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=95220
---
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פרשת חיי שרה - די שיינקייט פון א אידישע מאמע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

שלום ואחדות האט געשריבן:בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

יעדער לופטפעלד פאַרמאָגט א קאָנטראל טורעם וועלכע געבט אָנווייזונגען פאַר די עראפלאנען ווי אזוי און ווען זיך צו הייבן און ווען צו לאַנדן. די מענטשן וואס געפינען זיך אינעם עראָפלאַן האלטן גארנישט מיט, אבער אינעווייניג אין לופטפעלד זענען פארהאן אפיסעס און מענטשן זיצן און מאכן זיכער אז אלעס זאל קלאַפן און יעדע עראפלאן זאל לאנדן זיכערערהייט, ווי פארשטענדליך אויב וואלט נישט געווען א קאנטראל טורעם וואלט געווען א שווערע כאאס אין לופטפעלד און קיין שום עראפלאן וואלט נישט געקענט ארויספארן.

א אידישע מאמע איז ווי א קאָנטראָל טורעם וועלכע פירט אָן דעם גאנצן "לופטפעלד." זי מאַכט זיכער אז אלעס זאל קלאַפן, און דער טאג טעגליכער סדר היום פונעם אידישן שטוב זאל פאָרן ווי געשמירט, זי צינדט אָן דעם חיות און ברענגט אריין דאס ווארעמקייט אין שטוב, זי לערנט אויס קינדער צו טוען און לעבן מצוות ומעשים טובים און ווארפט אריין דעם גוט וואָרט - אבער זי איז נישט מערקבּאַר, אירע אויפטוען ווערן עררייכט שטילערהייט, אָן קיין פאמפע און טראסק, אבער אָן איר וואָלט די אידישע שטוב נישט עקזיסטירט.

ווי נאר מיר דערהערן דעם יסוד אז די אידישע מאמע שטייט אונזער אלעס מיט די גרעסטע געטריישאפט באמערקט זיך גלייך אז די גאנצע פרשה איז איין ענין געקניפט און געבינדן.

[email protected]

א יישר כח
איך האב געמאכט א פאום פון די ווארט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”