ואתה הוא מלך!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

ואתה הוא מלך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ער האקט און זעצט, ער וויל אריין גיין, אבער די טויערן זענען הערמאטיש פארשפארט, דו גייסט דא נישט אריין!!!
אבער פארוואס? וואס איז נישט גוט מיט מיר? וואו בין איך געווען ראנג??
נישטא! דער אריינגאנג איז פארמאכט, פארזיגלט און פאשלאסן, דריי זיך צוריק און גיי דיר פון וואו דו ביסט געקומען!

מיטאמאל קומט צו גיין נאך איינער, און נאך איינער, און נאך איינער, די שורה ווערט לענגער און לענגער די געדרענג ביים טויער ווערט שווערער און שווערער, אבער דער טויער וועכטער האלט זיך נישט ביים ברעכן, מיט א שארפע אויג באקוקט ער איבער יעדן און ענטפערט יעדן אפ: איך לאז דיר נישט אריין!

מאי האי דקמן? וואס פשט פון אזא שטרענגע התנהגות?!

•••


שוין א האבלע שעה פארן עלות איז ער אויפגעשטאנען, ער זאל חס ושלום נישט פארשלאפן זיין מזל, ער שפאצירט ארויס שעפנדיג פרישע פארטאגס לופט ווען פון אלע זייטן זעהט ער נאך אידן וואס הייבן אויך אן אזוי פרי דעם דערהויבענעם טאג. נאך א ש״י טבילות אין די הייסע קאכעדיגע מקוה שטעלט ער זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים תהלים׳ל, איין קאפיטל און נאך א קאפיטל זיך אויסבעטנדיג א גוט יאהר, א יאהר שיש בו חיים שיש בו תורה ויראת שמים שיש בו שמחה נחת והשפעות לרוב פאר איהם פאר זיין געזונטל און כל יוצא חלציו.

נאכן מסיים זיין ק״נ פרקי תהלים גייט ער צו צו זיין באשטימטן פלאץ, ער האטעך טייער באצאלט פארן זיץ. דער שטנדער ליגט גראד, ער האט נאך אנגעיאגט אריינצוגעבגעבן ערב ראש השנה מ׳זאל אויסגראדן דעם לינקן פיסל. די טישטיך, מיט די ווערטער פתח שערי שמים לתפלתינו גענייט מיט גאלדענע שטיקלעך און זילבערנע אותיות, רייך אויסגעפשרייט. זיין מחזור המפורש שמעקט נאך די פרישע לעדער, מתנת זיין פרישן איידעם אלטס הכרת הטוב פאר אזא חשובער און טייערער שווער. ער שטעלט זיך אוועק מיט א אימה דיומא, מיט די וועלטס צייט און הייבט אן מיט א השתפכות הנפש ידיד נפש, ער מישט אריבער צו פתח אליהו, ממשיך מיט תפלת רבי אלימלך, אזוי אויך די תפילות וואס דער מוציא לאור האט געזעהן פאר וויכטיג אריינצולייגן, תפלת אבות על בנים, תפלת בנים על אבותם, תפלה מתהלים קדמון, פון שערי ציון פון אר״י הקדוש פון רמ״ק און פון של״ה הק׳, זיין הארץ גיסט זיך אויס ווען ער ענדיגט צו דעם אודה לקל און הערט שוין דעם בעל תפלה אנהייבן אדון עולם.

די גאנצע שול איז שטיל, יעדער פארוויקלט אינעם טלית ווען מיטאמאל הערט מען א קול ערב בנעימה, אהאהאהאה... האה אאאאאהאאאההה אאא... ההה... אוי המלך!

זיינע מחשבות פארטיפט, ער פאר׳מח׳ט זיך אין שוועבט אין הויכע ספערן, אוי טאטע איך בעט נישט קיין בני איך מיין נישט קיין חיי איך רייס נישט פאר קיין מזוני כהדין כלבא דקריא הב הב, איין זאך בעט איך ״המלך״ איך מיין נאר דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט, אז ס׳וועט זיין כל הרשעה כעשן תכלה וועט דאך שוין סיי ווי אלעס זיין וואויל און גוט. מקירות הלב בקול אדיר וחזק מיט א דינערדיגן קול איז ער ממליך דעם בורא עולם: המעעילעעעעך!

ער דעוואנט בכוונה באימה וביראה, מ׳האלט שוין ביי שיר המעלות ממעקים ווען מ׳איז אים מכבד צו גיין פתיחת הארון און דארט ביים אפענעם ארון קודש וויינט ער זיך אויס ביי והוא יפדה את ישראל מכל עוונתיו.

ער שטייט שוין ביי שמונה עשרה מיט זיין נייעם געביגלטן בעקטישטע זיין זיידענע געשטריקטע גארטל, איבערגעדעקט מיטן נייעם ציכטיגן טלית, ווען זיין זילבערענע עטרה לאזט זיך הערן מיט יעדן שאקל, זיינע פאות שיין פאקעמטן ליגן פערפעקט אויפן בארד און כאפן אזא ציטער מיט יעדעס ווארט וואס ער לאזט ארויס פון מויל. די גלעזער צוזאמגעלייגט נעבן גרויסן טישוי באקס ווען אונטערן מחזור שטקעט זיך ארויס די געניצטע פון זיי, ער שאקלט זיך ביים מחזור מיט א ביט פון צוויי אויף איינס ביז צויי אויף דריי, די לינקע האנט אויפן מחזור, די רעכטע האנט פארמאכט און נאר די פינגער ווייזט אויף אויבן, מיט א שיינעם דריי מיט די הענט ציכליפעט ער זיך ביי מלוך על כל העלם כולו, זיין הארץ גייט אויס ביי ותמלוך עלינו, און ווערט ציפיצלט ביי שהשלטן לפניך.

דער המלך בלייבט נישט שטיין און הייבט אן זיין וועג ארויף צום כסא הכבוד אליין, פון אונטער איהם שלעפט זיך נאך דער מלוך און ותמלוך קומט אויך מיט, אלע אינאיינעם גייען זיי ארויף אויבן ממליך זיין דעם מלך חי וקים.
זיי פארן און פארן און אט שטייען זיי פארן טויער. דער מלאך באקוקט זיי איינס ביי איינס פון אויבן ביזן אונטן אדורך און אדורך פון אלע זייטן ״איך לאז דיר נישט אריין!״ געבט ער זיין פסק, גיי דיר צוריק פון וואו דו ביסט געקומען!

?????
מה זאת?
איך האב דאך ניטאמאל מיר געמיינט, ס׳איז דאך אלעס בלויז כבוד שמים?!

דער מלאך דערשרעקט זיך ווייניג פון זיין טלית זיכער נישט פון זיין עטרה און מיט א קול מתנשא לעומת השרפים לאזט ער זיך הערן אזש ס׳דינערט מסוף העולם ועד סופו: גיי דיר צוריק פון וואו דו ביסט געקומען! ממליך דעם באשעפער איז ער?! טויזנטער יארן שטייט שוין די וועלט, לבדו הוא הממליך מלכים ולו המלוכה, ער איז קעניג אויף אלעס און איבעראל, מיינסטו טאקע ער דארף צוקומען צו דיין הסכמה אז דו זאלסט איהם ממליך זיין? מיינסטו אז 10 15 יאר צוריק ווען דו ביסט געווען ביזי זיך שפילן אינדרויסן ביי המלך האט ער נישט געווארן מומלך על עולם ומלואה? זיי אזוי גוט מאך דיר אן עושה השלום און פאר צוריק דארט פון וואו דו ביסט געקומען!

דער זייגער שטייט נישט, ער רוקט זיך א מינוט נאכן צווייטן, מ׳האט שוין שופר געבלאזן באגלייט מיט בכיות און כונת השמות, וואס ער האט נישט ארויסגעזאגט מיטן מויל, מלכיות זכרונות שופרות מיט א כורעים ביי עלינו, און א לאנגע אלוקי נצור, ווען משכ׳ן גאנצן דאווענען טוישט ער די מחזורים צווישן איינעם און צוויייטן מיט גרויסע אדנות הויות און שמות... דער חזן האט שוין צוגעשטעלט א זכרנו א מכלכל און מי כמוך, ווען מיט אמאל הערט זיך א געשריי:
ובכן ולך תעלה קדושה כי אתה הוא אלוקינו מלך!

דער עולם ציכאפט זיך ביי די טליתים, אויך די אונטערשטע שורות פון בית מדרש גייען אריין אין א ערנסטע מינע, דער בית מדרש אויף זיינע אלע גאלעריעס און שטאקן גייען אריין אין א ונתנה תוקף אטמאספער.
יעדער פארוויקלט זיך און הייבט אן זאגן די הייליגע תפלה, ער שטייט אבער מיטן גראדן רוקן, סא׳מינע חברה דאס? יעצט וויינט עטס? ווען מ׳זאגט מי יחיה ומי ימות? אלטס מיינטס עטס זיך אליין, וואו זענטס עטס געווען ביי ותמלוך? ביי מלוך? וואו זענען זיי נעלם געווארן ווען מ׳האט געמיינט דעם כבוד שמים?
יא מ׳דארף בעטן פאר בני חיי ומזוני פאר א גליקליכן זיס לעבן, אבער דאס אלעס איז דאך נארישקייטן קעגן דעם אמת׳ן וויכטיגן זאך וואס מ׳דארף אריינרייסן.

אין צווייטן ווינקל זיצט דארט א קליינע אידעלע, פיין אריינגעשלעפן ביזן נאכן נץ ויותר, ער האט דאך נישט קיין גוט מזל ער זאל מורא האבן צו דאס פארשלאפן. זיין טלית האט ער נישט אנגעיאגט צו קלינען פאר יום טוב, ער גייט עניוועי דעם טלית פאקנייטשט אויף די אקסלען און מ׳זעהט סיי ווי נישט זיינע פלעקן. זיין מחזור האט ער נאך בירושה פון צוויי דריי דורות צוריק, עפעס א פשוט׳ן מחזור אן קיין שום פירוש נישט העכער די ווערטער נישט אונטער די וווערטער זיכער נישט און די זייטן. א שטענדער האט ער נישט געקויפט ווייל ער האטעך נישט קיין פלאץ וואו צו דאס אראפ צו לייגן, ווער רעדט נאך פון א טישטוך און א גלעזער האלטער, ער האטעך דאך נישט קיין גלעזער. א טישוי באקס דארף ער נישט ווייל ער ניצט סייווי נישט צו סאך פון די סחורה, און ווען יא גייט ער צו צום נעקסטן טיש און בטובת לבו פון דעם שיינעם איד לאזט ער איהם נעמען א טישו צוויי.

די הערשטע העלפט שחרית איז ער ביזי מיטן מקוה קאווע און קאווע נייעס, די צווייטע האלב דארף ער משלים זיין די ערשטע חלק פון דאווענען, בערך ביי אבינו מלכנו גראדט ער זיך אויס מיטן בעל תפלה. שטייצעך ער פארגעסט נישט צו שרייען או זיך צופייערן ביי שלח רפואה שלימה לחולי עמך, און דאס יאהר אויך צוגעלייגט א קרעכץ ביי מנע מגיפה מנחלתך.

נאך א קידוש כדבעי פאר תקיעות, און א תקיעות שופר מיטן טלית האלב אויפן קאפ האלב אראפצו, דאווענט ער אפ זיין מוסף קוים מכוין פירוש המילות, ביי אלוקי נצור בעט ער זיך אויס פאר פרנסה ברויח און עשירות לרחצה, און ווען ער טרעט אויס עושה שלו.. איי מיען עושה השלום נו-אה׳ט ארום ביז דער בעל תפלה הייבט אן הויכע שמונה עשרה.

ווען ער הערט דעם ובכן ולך תעלה שיקט ער א וווינק פאר רעכטן חבר און א האלבע שמייכל פאר לינקן ידיד, אבער נאך צוויי מינוט זענען זיי אלע אויך אין דעם ערנסטן מוד, ווען יעדער ווארפט איבער די טלית און פאקט אריין דעם פנים אין מחזור.

וּנְתַנֶּה תֹּקֶף קְדֻשַּׁת הַיּוֹם לאמיר זעהן און אבזערווירן די גרויסקייט פון היינטיגן טאג,
כִּי הוּא נוֹרָא וְאָיֹם ס׳איז דאך שרעקעדיג און פראכטיג.
וּבוֹ תִּנָּשֵׂא מַלְכוּתֶךָ היינט ווערט דערהויבן דיין קעניגרייך,
וְיִכּוֹן בְּחֶסֶד כִּסְאֶךָ און דיין כסא המלוכה ווערט אוועקגעשטעלט מיט חסד ורחמים.
וְתֵשֵׁב עָלָיו בְּאֱמֶת דו ביסט דאך דער וואס זיצט באמת אויפן בענקל, דו ביסט דער וואס פירט טאקע די וועלט.

אֱמֶת כִּי אַתָּה הוּא דַּיָּן וּמוֹכִיחַ וְיוֹדֵעַ וָעֵד, יא יא נישטא קיין חכמות, דער דיין ער איז דער מוכיח, ער ווייס אלעס און ער אליין איז דער עד וואס קומט עדות זאגן, נישטא קיין פלאץ פאר לויערס מיט דריידלעך.
וְכוֹתֵב וְחוֹתֵם וְסוֹפֵר וּמוֹנֶה ער שרייבט אלעס ער פאר׳חתמ׳ט אלעס, אוי אוי מ׳קען זיך נישט פון איהם ארויסדרייען.
וְתִזְכֹּר כָּל הַנִּשְׁכָּחוֹת וְתִפְתַּח אֶת סֵפֶר הַזִּכְרוֹנוֹת וּמֵאֵלָיו יִקָּרֵא וְחוֹתָם יַד כָּל אָדָם בּוֹ, ער פארגעסט גארנישט, דערצו נאך שלעפט מען ארויס דעם ספר הזכרונות וואס דארט בין איך אליין מעיד אז טאקע איך בין דער וואס האט דאס אלעס אנגעדריידט.

דער מצב ווערט ערנסט, די טרערן הייבן אן שטיקן, ער איז גאנץ פאלוירן וואו קען מען זיך אנכאפן מיט א שטיקל קצה חוט פון חיזוק אז ס׳וועט יא זיין גוט און ס׳וועט אריבער גיין בשלום. וואס וועט זיין מיט מיר, פארוואס בין איך אזוי אריינגעשלאפן דעם אלול סליחות און ערב ראש השנה, די נעכטיגע מעריב, דעם היינטיגן שחרית, פארוואס האב איך נישט גענוג תשובה געטון און געזעהן זיך צוו פארבעסערן מיר און מיינע מעשים?

וּבְשׁוֹפָר גָּדוֹל יִתָּקַע וְקוֹל דְּמָמָה דַקָּה יִשָׁמַע א ציטער לויפט איהם דורך אלע ביינער,
וּמַלְאָכִים יֵחָפֵזוּן וְחִיל וּרְעָדָה יֹאחֵזוּן אפילו די מלאכים ציטערן! חיל ורעדה יאחזון ווער רעדט נאך פון מיר א חוטא שפל ונבזה.
וְיֹאמְרוּ הִנֵּה יוֹם הַדִּין לִפְקֹד עַל צְבָא מָרוֹם בַּדִּין, הענט און פיס הייבן איהם אן ציטערן, ער זעהט שוין נישט ער טראכט שוין נישט.
כִּי לֹא יִזְכּוּ בְּעֵינֶיךָ בַּדִּין, אוי אוי ווער דארף א פירוש אויף די ווערטער.
וְכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן, פון רעכטס און לינקס הערט זיך כליפערייען, די טרערן רינען און גיסן פון יעדעמס אויגן, ובתוך כל זה איינגעמאכט אין זיך שטייט ער פאכמארעט און פאלוירן..

כְּבַקָּרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ מַעֲבִיר צֹאנוֹ תַּחַת שִׁבְטוֹ כֵּן תַּעֲבִיר וְתִסְפֹּר וְתִמְנֶה וְתִפְקֹד נֶפֶשׁ כָּל חָי וְתַחְתֹּךְ קִצְבָה לְכָל בְּרִיָּה
יעצט איז מען דן צו מ׳ארדף דיר נאך דא צו נישט, יעצט גייט נישט קיין חכמות, יעדער אייציגער מענטש גייט אריבער דעם שטעקן וְתִכְתֹּב אֶת גְּזַר דִּינָם

בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יִכָּתֵבוּן וּבְיוֹם צוֹם כִּפּוּר יֵחָתֵמוּן
כַּמָּה יַעַבְרוּן וְכַמָּה יִבָּרֵאוּן
ס׳הייבן אן לויפן די מחשבות אויף צוריק, ווי ער איז געשטאנען פאראיאהר דא, ווען איך ווייס ווען וואלט איך מיר בעסער אויסגעבעטן
מִי יִחְיֶה וּמִי יָמוּת
וויפל זענען נאך געשטאנען דא מיט מיר לעצטען ראש שנה און יעצט זענען זיי שוין נישט צווישן די לעבדיגע.
מִי בְקִצּוֹ וּמִי לֹא בְּקִצּוֹ
ער זעהט זיין חבר משה נחום נאך געווען צווישן די לעבעדיגע מיט איהם פאראיר און איבערגעלאזט פיר יתומליך מיט א אלמנה
מִי בַמַּיִם וּמִי בָאֵשׁ
די צרות וואס זענען פארלאפן דעם לעצטן יאר הייבן אן ארויף צוקומען, צוויי זיך דערטראנקען, איינער פאלוירן, א משפחה פארכאפט אין פלאמען אין אוועק מיטן רויעך.
מִי בַחֶרֶב וּמִי בַחַיָּה מִי בָרָעָב וּמִי בַצָּמָא מִי בָרַעַשׁ וּמִי בַמַּגֵּפָה מִי בַחֲנִיקָה וּמִי בַסְּקִילָה
זיינע מחשבות טראכטן שוין נישט ער פארנעמט נישט צרות פון א גאנצן יאהר ווען זיי זענע קאנצעטרירט אין צוויי שורות.
מִי יָנוּחַ וּמִי יָנוּעַ מִי יִשָּׁקֵט וּמִי יְטֹּרֵף מִי יִשָּׁלֵו וּמִי יִתְיַסָּר מִי יַעֲנִי וּמִי יַעֲשִׁיר מִי יֻשְׁפַּל
אויך די וואס שפר גורלם אין זענען יא געלביבן דא וויפל זענען אזוי פאריאגט און פארפאלגט בחיי היום יום, אן קיין מינוט צו לעבן און אפאטמען.

די שול ווערט שטיל יעדער שוועבט אין הויכע עולמות, די געפלין פון תשובה באגלייט מיט קבלות לעתיד פארמישט און טרערן און וויינערייען... ווען מיטאמאל הערט זיך דער בעל תפלה וּמִי יָרוּם!

וּתְשׁוּבָה סקומט איהם צו לויפן אלע זיינע מעשים וואס ער האט אפגעטון און א בארג פון עונות חטאים ופשעים וואס ער דארף טלטס תשובה טון שטעלט זיך אין פראנט פון זיינע אויגן, אוי טאטע אנא יכנס כל ההר הזה?!
וּתְפִלָּה וּצְדָקָה מַעֲבִירִין אֶת רֹעַ הַגְּזֵרָה

צוהאקט און צוזעצט ער קוים שטיין אויף די פיס, זאגט ער ווייטער כִּי כְּשִׁמְךָ כֵּן תְּהִלָּתֶךָ קָשֶׁה לִכְעוֹס וְנוֹחַ לִרְצוֹת
ער הייבט זיך אן בארואיגן, ער כאפט איסל דעם אטעם, אונזער טאטע איז נישט אזא שלעכטער כִּי לֹא תַחְפֹּץ בְּמוֹת הַמֵּת כִּי אִם בְּשׁוּבוֹ מִדַּרְכּוֹ וְחָיָה
וְעַד יוֹם מוֹתוֹ תְּחַכֶּה לוֹ אִם יָשׁוּב מִיַּד תְּקַבְּלוֹ ער ווארט אויף אונז אין יעדן מצב אין יעדן צייט אפגעזעהן ווער און ווען, ער וויל נישט שלעכטס טוען ער א גוטער און וואיולער ער וויל נאר מיר זאלן זיין גוט מיט איהם.

אֱמֶת כִּי אַתָּה הוּא יוֹצְרָם וְיוֹדֵעַ יִצְרָם דו ווייסט דאך ס׳איז נישט מיר, דער שאור שבעיסה פאדרייט מיר דעם קאפ, העכט וויל איך זיין גוט, וואס זאל איך טוען אז כִּי הֵם בָּשָׂר וָדָם

ס׳בארוגיט זיך די געפילן די טלית הייבט זיך אביסל אן ארויפצוציען ווען אינצווישן הערט זיך דם חזן׳ס שטומע:
אָדָם יְסוֹדוֹ אויאויאוי מֵעָפָר, וְסוֹפוֹ אויאויאוי לֶעָפָר!
ס׳קריכט איהם די ווערטער אין קאפ, די קליינער גראנישט זאמד און עפר, פון וואו קומסטו און צו ואוו גייסטו?
בְּנַפְשׁוֹ יָבִיא לַחְמוֹ מָשׁוּל כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר כְּחָצִיר יָבֵשׁ וּכְצִיץ נוֹבֵל כְּצֵל עוֹבֵר וּכְעָנָן כָּלָה וּכְרוּחַ נוֹשָׁבֶת וּכְאָבָק פּוֹרֵחַ וְכַחֲלוֹם יָעוּף
נישט א חרס נישט קיין חציר נישט קיין צי. נישט קיין שאטן נישט קיין וואלקן נישט קיין ווינטל נישט קיין שטויב נישט קיין חלום, נאך סאך ווייניגער ער איז נאר כחלום ננאר כ׳א צושבראכענע שארב נאר וואו א פיסטע לופט און א נארישע ווינטל. נאדא און גארנישט!

ער הייבט אן כאפן וואס דא גייט פאר, די חיל ורעדה קומט איהם צוריק מיט א שטארקייט, יעצט וויל ער שוין גארנישט, עד דארף שוין נישט גארנישט, טאטע זיסער איך בין גארנישט דו קומסט מיר גארנישט!
און דעמאלטס לאזט זיך ארויס א געשריי:
וְאַתָּה הוּא מֶלֶךְ קל חַי וְקַיָּם!!!!!

אֵין קִצְבָּה לִשְׁנוֹתֶיךָ וְאֵין קֵץ לְאוֹרֶךְ יָמֶיךָ וְאֵין לְשַׁעֵר מַרְכְּבוֹת כְּבוֹדֶךָ וְאֵין לְפָרֵשׁ עֵילוֹם שְׁמֶךָ שִׁמְךָ נָאֶה לְךָ וְאַתָּה נָאֶה לִשְׁמֶךָ וּשְׁמֵנוּ קָרָאתָ בִּשְׁמֶךָ.

דער עולם לאזט זיך ארויס אין א טאנץ, ער שטייט דארט אונטער זיין טלית ווייסט און געדענקט נישט גארנישט, ער טאנצט נאר ווייל אין קצבה לשנותיך ואין לפרש עילם שמך!

יעצט נאך וואס ער אנערקענט זיין נישקייט און זיין אפסיות בעט זיך שוין אליין
עֲשֵׂה לְמַעַן שְׁמֶךָ וְקַדֵּשׁ אֶת שִׁמְךָ עַל מַקְדִּישֵׁי שְמֶךָ בַּעֲבוּר כְּבוֹד שִׁמְךָ הַנַּעֲרָץ וְהַנִּקְדָּשׁ

איך מיין נישט כבוד איך מיין נישט געלט איך מיין נאר דער באשעפער פון די גאנצע וועלט.
למען שמך, נאר פאר דיינעט וועגן, אינטערסירט מיר נישט וואס וועט זיין מיט מיר, איך וויל נאר דו זאלסט זיין נערץ ונקדש בעבור כבוד שמך!

•••


גאנצעטע מחנות המלך׳ס און ותמלוך׳ס שטייען דארט, ווען ס׳קומט ציקריכן א קליינע ״כי אתה הוא מלך״, שטיפט זיך אונטער די פיס און שמוגלט זיך דורך די ליין, ווען יעדער קוקט איהם אן מיט א פעיס וואס זאגט: וואס מיינסטו דו וועסט יא אריינגיין, דיר וועט מען יא אריינלאזן?! ער קוקט אבער נישט אויף קיינעם, ער מיינט נישט קיינעם, א טריט נאך א טריט רוקט ער זיך פאראויס ביז ער שטייט שוין ביים טויער.
דער מלאך קוקט נישט צו לאנג נאר כְּסוֹד שִׂיחַ שַׂרְפֵי קֹדֶשׁ הַמַּקְדִּישִׁים שִׁמְךָ בַּקֹּדֶשׁ לאזט ער ארויס זיין הוראה : פנו מקום ישרו דרך בערבה, מאכט איהם גראד דעם וועג ביזן כסא הכבוד!

דָּרֵי מַעְלָה עִם דָּרֵי מַטָּה קוֹרְאִים וּמְשַׁלְּשִׁים בְּשִׁלּוּשׁ קְדֻשָּׁה בַּקֹּדֶש
כֶּתֶר!!!
יִתְּנוּ לְךָ ה' אֱלֹקינוּ



------

געשריבן אונטערן רושם פון דעם אשכול
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 11:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7620
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: ואתה הוא מלך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

WOW WOW איך האב ממש נישט די ווארט פאר דעם.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: ואתה הוא מלך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איך בין נישט פון די סדרנים צי וויסן וואס און ווער און ווען די המלך׳ס פליען אריין, אבער אויפן ארטיקל מוז איך זאגן, איינ״ס און א שיינס. זייער שיין מבאר געווען דעם ״המלך״ און די טיפע טיפע עבודה פון יעדן איד אינעם ר״ה.

די ספאנטאנישע מארש, אריין, ארויף, כתר יתנו לך. געוואלדיג.

ייש״כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
תימני
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 03, 2020 4:18 pm

Re: ואתה הוא מלך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תימני »

ענדע צדיק! האט געשריבן:איך בין נישט פון די סדרנים צי וויסן וואס און ווער און ווען די המלך׳ס פליען אריין, אבער אויפן ארטיקל מוז איך זאגן, איינ״ס און א שיינס. זייער שיין מבאר געווען דעם ״המלך״ און די טיפע טיפע עבודה פון יעדן איד אינעם ר״ה.

די ספאנטאנישע מארש, אריין, ארויף, כתר יתנו לך. געוואלדיג.

ייש״כ.

הרב איינס אפשר שרייבט איר אויך אויף יום כיפור אזוי שיין די סדר התפלה
אוועטאר
א דרויסענדיגע
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:57 pm

Re: ואתה הוא מלך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דרויסענדיגע »

הערליך שיין! די געפיל פונעם תפלה שיין אראפגעלייגט.

נאר די מעסעדזש פון די צוויי יודן, קוקט אויס האסט עפעס געוואלט ארויסברענגען, אבער שווער צו כאפן די נקודה.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ואתה הוא מלך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך האב נישט געמיינט אז די שיינע איד גייט נישט אריבער און דער פאגרעבטע איד יא.
נאר אז די ואתה הוא מלך קומט פון א פלאץ ווען א מענטש פארשטייט אז ער איז גארנישט און מקומט נישט גארנישט און טאקע פון דארט זעהט ער איין אז ואתה הוא מלך, מצד שני איז דא מענטשן וואס פילן אז זיי זענען ממליך דעם באשעפער און סקומט פון א פלאץ פון אני ואפסי וואס מ׳קען מיינען אז דער באשעפער דארף זייער הסכמה צו ווערן מלך על כל העולם.

איך האב עס ארויס געברענגט אויף אזא וועג נישט חלילה אראפצורייסן איינעם, נאר פשוט געוואלט ארויס ברענגען וואס ליגט אונטער תפלת ונתנה תוקף
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
א דרויסענדיגע
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:57 pm

Re: ואתה הוא מלך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דרויסענדיגע »

אה, איך האב מיך פארגעשטעלט עפעס עלאנג דיז ליינז. עס איז עפעס נישט 100% קלאר. שכח.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ואתה הוא מלך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א דרויסענדיגע האט געשריבן:אה, איך האב מיך פארגעשטעלט עפעס עלאנג דיז ליינז. עס איז עפעס נישט 100% קלאר. שכח.

איך האב דאך געשריבן...
געשריבן אונטערן רושם פון דעם אשכול
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ואתה הוא מלך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פיינע שטיקל!

כ'וויל נאר וויסן צו דער שיינער יוד וואס האט 15 יאהר פריער זיך נאך געשפילט אינדרויסן ביי המלך, און יעצט האט ער שוין אנאיידעם... וויאזוי מאכט מען עס אזוי שנעל? אבנש"ק?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ואתה הוא מלך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אוראייניקל האט געשריבן:כ'וויל נאר וויסן צו דער שיינער יוד וואס האט 15 יאהר פריער זיך נאך געשפילט אינדרויסן ביי המלך, און יעצט האט ער שוין אנאיידעם... וויאזוי מאכט מען עס אזוי שנעל? אבנש"ק?

פארוואס קוועשנסטו? שרייב מיט א עקספלאנעישן מארק:
אבנש"ק!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ואתה הוא מלך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פון אישי:

אין חב"ד איז א שטארקע געטועכץ איבער 2 גירסאות אין בבלי/ירושלמי:
אני נבראתי לשמש את קוני
אני לא נבראתי אלא לשמש את קוני

דאס ערשטע איז א בחינה "אני נבראתי" - איך בין דא, אבער נאר "לשמש את קוני"
די צווייטע איז שטערקער "אני לא נבראתי" - כ'בין באמת בכלל נישט דא במציאות, נאר וואס דען? "אלא לשמש את קוני", ווי א פאנדל אויפן שאך ברעטל.

דיסקלעימער: כ'זוך נישט צו מאכן יפוצו און כ'בין בכלל נישט קיין חבדניק, נאר לערן תורת חב"ד בתוך שאר ספרי חסידות, און כ'האב געזען א גליון אור וחיות (קען דא דאונלאודן https://www.flipsnack.com/ladaat/21.html) ובתוך מאמר "במקדש היו תוקעין אבל לא במדינה" ממשנת אדמור"י חב"ד, שטייט ווי פאלגענד:

ונמצא, שיש שני סוגי ביטול למלך: ישנו הביטול המתבטא בפעולת ההכתרה. האדם משתחווה למלך ומראה לו את גודל ביטולו, וככל שהאדם בטל יותר, הרצון והתענוג של המלך במלוכה גדולים יותר. באופן זה, האדם אמנם מבטל את עצמו ומשתחווה למלך, אבל סוף־סוף עדיין נשאר הוא במציאותו. האדם הוא אדם לעצמו וביטולו למלך זה דבר נוסף על מציאותו. יתירה מזו, לא רק שהאדם והביטול הם שני דברים, אלא אף בתנועת הביטול עצמה מורגשת מציאותו של האדם. האדם עושה מעשה המבטא ביטול, זו עשייה שלו;

וישנו הביטול של אדם העומד לפני המלך. כאשר האדם עומד לפני המלך, הוא מאבד את כל מציאותו כאדם, עד שהוא אינו מסוגל אף לבטא תנועה של ביטול והשתחוויה.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ואתה הוא מלך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

תימני האט געשריבן:איינס אפשר שרייבסטו אויך אויף יום כיפור אזוי שיין די סדר התפלה

ונתנה תוקף זאגט מען יום כיפור אויך...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: ואתה הוא מלך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

האסטו מיר בארירט ווען דו האסט מתאר געווען צום סוף דעם גראנדיעזן כתר. א מוראדיג ארטיקל. ווערד צו ליינען אפי׳ אין א קאלטע מוצאי שבת נאך סוכות.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: ואתה הוא מלך!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

איינס האט געשריבן:

הערשט יעצט באמערקט דעם ארטיקל, איך האב זיך געטראפן אפלייענען מיינע מחשבות פונעם היי יעריגן ראש השנה ביים דאווענען, כמעט ווארט ביי ווארט! ממש וואונדערליך

אגב וויל איך דיר זאגן אז דו ביסט פארשווינדען געווארן פונעם וועלטעל דעם לעצטן חודש צייט און א ניק שרבים צריכים לו קען נישט מאכן א פסידא דרבים
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”