מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ויאמר אליו לבן אם נא מצאתי חן בעיניך נחשתי ויברכני ה׳ בגללך. ויאמר נקבה שכרך עלי ואתנה.
ויאמר אליו אתה ידעת את אשר עבדתיך ואת אשר היה מקנך אתי. כי מעט אשר היה לך לפני ויפרץ לרב ויברך ה׳ אתך לרגלי ועתה מתי אעשה גם אנכי לביתי.
ויאמר מה אתן לך ויאמר יעקב לא תתן לי מאומה אם תעשה לי הדבר הזה אשובה ארעה צאנך אשמר. אעבר בכל צאנך היום הסר משם כל שה נקד וטלוא וכל שה חום בכשבים וטלוא ונקד בעזים והיה שכרי. וענתה בי צדקתי ביום מחר כי תבוא על שכרי לפניך כל אשר איננו נקד וטלוא בעזים וחום בכשבים גנוב הוא אתי.
ויאמר לבן הן לו יהי כדברך.
ויסר ביום ההוא את התישים העקדים והטלאים ואת כל העזים הנקדות והטלאת כל אשר לבן בו וכל חום בכשבים ויתן ביד בניו. וישם דרך שלשת ימים בינו ובין יעקב ויעקב רעה את צאן לבן הנותרת.
ויקח לו יעקב מקל לבנה לח ולוז וערמון ויפצל בהן פצלות לבנות מחשף הלבן אשר על המקלות. ויצג את המקלות אשר פצל ברהטים בשקתות המים אשר תבאן הצאן לשתות לנכח הצאן ויחמנה בבאן לשתות. ויחמו הצאן אל המקלות ותלדן הצאן עקדים נקדים וטלאים.
והכשבים הפריד יעקב ויתן פני הצאן אל עקד וכל חום בצאן לבן וישת לו עדרים לבדו ולא שתם על צאן לבן.
והיה בכל יחם הצאן המקשרות ושם יעקב את המקלות לעיני הצאן ברהטים ליחמנה במקלות. ובהעטיף הצאן לא ישים והיה העטפים ללבן והקשרים ליעקב.
ויפרץ האיש מאד מאד ויהי לו צאן רבות ושפחות ועבדים וגמלים וחמרים.
וישמע את דברי בני לבן לאמר לקח יעקב את כל אשר לאבינו ומאשר לאבינו עשה את כל הכבד הזה. וירא יעקב את פני לבן והנה איננו עמו כתמול שלשום. ויאמר ה׳ אל יעקב שוב אל ארץ אבותיך ולמולדתך ואהיה עמך.
וישלח יעקב ויקרא לרחל וללאה השדה אל צאנו. ויאמר להן ראה אנכי את פני אביכן כי איננו אלי כתמל שלשם ואלקי אבי היה עמדי. ואתנה ידעתן כי בכל כחי עבדתי את אביכן. ואביכן התל בי והחלף את משכרתי עשרת מנים ולא נתנו אלקים להרע עמדי. אם כה יאמר נקדים יהיה שכרך וילדו כל הצאן נקדים ואם כה יאמר עקדים יהיה שכרך וילדו כל הצאן עקדים. ויצל אלהים את מקנה אביכם ויתן לי.
ויהי בעת יחם הצאן ואשא עיני וארא בחלום והנה העתדים העלים על הצאן עקדים נקדים וברדים. ויאמר אלי מלאך האלקים בחלום יעקב ואמר הנני. ויאמר שא נא עיניך וראה כל העתדים העלים על הצאן עקדים נקדים וברדים כי ראיתי את כל אשר לבן עשה לך.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מוצ"ש נאוועמבער 28, 2020 11:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זייער אסאך דיוקים, ווי עס ווערט אויסגעשמועסט אין די מפרשים:
  • יעקב אבינו זאגט פאר לבן: מיין שכר וועט זיין אלע נקוד וטלוא בעזים וכבשים און חום בכבשים. למעשה לבן נעמט ארויס תישים עקודים וטלואים, עזים נקודים וטלואים וכל אשר לבן בו און כל חום בכבשים.
    ווי אזוי איז א אנגעקומען עקודים, און פארוואס נאר ביי די תישים, אזוי אויך כל לבן בו ס׳איז דאך בכלל נישט געווען אינעם הסכם?
    פארוואס האט ער נישט ארויס גענומען נקוד וטלוא בכבשים?
  • יעקב אבינו איז תופס אומנתו של לבן און גייט אויספאפן די הסכם, ער מאכט די עצה פון די מקלות פאר עקודים נקודים וטלואים, און אזוי אויך צוטיילן די סטאדעס אז די שאף זאל זעהן די עקודים און חום בכבשים.
    צום ערשט דארף מען פארשטיין ווי קומט צו יעקב אבינו צו גיין מיט קרומע וועגן?
    נאך דארף מען פארשטיין פארוואס האט ער נישט גענוצט די מקלות פאר חום בכבשים, אזוי אויך פארוואס די צווייטע טריק האט ער נאר גענוצט פאר עקודים? (וואס דאס אליין איז שווער נאך פון פריער אז לכאורה דיקא דאס איז בכלל נישט געווען אינעם הסכם).
  • פארוואס רעכנט ער אויס דיקא נקודים און עקודים ביי אם כה יאמר נקדים יהיה שכרך וילדו כל הצאן נקדים ואם כה יאמר עקדים יהיה שכרך וילדו כל הצאן עקדים.
  • וואס די מעשה מיטן חלום, און פון וואו איז דא אויסגעוואקסן ברודים? אזו אויך זענען די טלואים דא נישט אנגעקומען?
  • בכלל דארף מען פארשטיין די גאנצע מעשה דא וואס איז געווען לבן׳ס חשבון, ער האט דאך מקדים געווען נקבה שכרך עלי און מ׳האט געמאכט א הסכם, איז ער געווען א פשוט׳ער ליגענער און אנגעקומען מיט א תמ׳ישע פנים אז איך האב געזאגט עפעס אנדערש?

ועוד נאך דיוקים וואס וועלן ווערן אויסגעשמועסט בתוך הדברים.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מוצ"ש נאוועמבער 28, 2020 11:59 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ויאמר נקבה שכרך עלי ואתנה
די וועלט זאגט: די שטראף פון א ליגענר איז אז קיינער גלייבט איהם נישט, און ביז מ׳ווערט געוואר אז ער איז א ליגנער? דעמאלטס איז זיין שטראף אז ער גלייבט קיינעם נישט!.
לבן איז געווען א רמאי, א פאפער, ער האט נישט געקענט גלייבן אז ס׳עקזיסטירט א יעקב אבינו וואס קען גיין גראד, זאגט ער איהם: אונז גייען דא מאכן א הסכם, נקבה שכרך, צייג אן קלאר וואס דער הסכם זאל זיין, ס׳זאל נישט זיים קיין טענות ומענות נאכדעם.

ויאמר אליו אתה ידעת את אשר עבדתיך ואת אשר היה מקנך אתי. כי מעט אשר היה לך לפני ויפרץ לרב ויברך ה׳ אתך לרגלי ועתה מתי אעשה גם אנכי לביתי. ויאמר מה אתן לך ויאמר יעקב לא תתן לי מאומה
יעקב אבינו האט געקענט זיין שווער זייער גוט, לבן איז נישט געווען קיין ליגנער, ער פלעגט נישט זאגן ׳איך האב צוגעזאגט אבער נישט צוגעזאגט אז איך וועל מקיים זיין׳, ער איז געווען א רמאי א פאפער, ער האט מלכתחילה געוואטשט וואס ער זאגט אז ער זאל קענען מפרש זיין שפעטער ווי אזוי ער וויל.
מיר טרעפן שוין ווען יעקב אבינו זאגט איהם ׳ברחל בתך הקטנה׳ אז ער וועט ארבעטן זיבן יאר פאר רחל בתך הקטנה, זיין ענטפער איז נישט געווען אקעי אונז האבן מיר א דיעל, נאר ער האט געענטפערט: טוב תתי אותה לך מתתי אותה לאיש אחר, ׳יא זיכער, איך קען מיר נישט זעהן האבן א בעסערע איידעם פון דיר, איך וואלט איר נישט געגעבן פאר קיין צווייטן׳. ווען יעקב אבינו איז געקומען פארהאלטן דעם שווער אויף מארגן פון די חתונה היתכן ער האט איהם געגעבן לאה? האט זיך לבן ניטאמאל פארענטפערט, ער האט דאך גארנישט עובר געווען אויף זיינע ווערטער! ער האט קיינמאל געזאגט אז יעקב גייט דא ארבעטן פאר רחל, ער האט סתם געזגאט אז טוב תתי אותה לך מתתי אותה לאיש אחר.
דאס איז לבן בתפארתו ׳תפחנה עצמותיו׳ (לשון אור החיים הק׳), ווען די מידיע איז געקומען אינטערוויוען דעם מעיער לבן אויף זיינע קרימינאלישע אקטן האט ער נאר אנגעוויזן וואספארא גראדער מענטש ער איז, ער זאגט נישט קיין ליגנט אדרבה ער וועט זיך אייביג האלטן צום ווארט, והא ראיה ער האט נישט חתונה געמאכט רחל מיט א צווייטן...

ווען דער זיידע לבן קומט צו יעקב אבינו און זאגט איהם נקבה שכרך ואתנה, ווייסט יעקב אבינו אז דא גיי איך גארנישט באקומען פון איהם, דא דארף מען אויסשמועסן מיט שכל, איז צום ערשט קלארט אויס פארן סוחר: דאנט ווארי ס׳גייט דיר גארנישט קאסטן, לא תתן לי מאומה! דו געב מיר נאר גארנישט!״

אם תעשה לי הדבר הזה אשובה ארעה צאנך אשמר. אעבר בכל צאנך היום הסר משם כל שה נקד וטלוא וכל שה חום בכשבים וטלוא ונקד בעזים והיה שכרי. וענתה בי צדקתי ביום מחר כי תבוא על שכרי לפניך כל אשר איננו נקד וטלוא בעזים וחום בכשבים גנוב הוא אתי.
יעקב אבינו האט גוט געוואוסט אז וויפל מיטלען ער זאל נאר נעמען און אפילו רעדן ברחל בתך הקטנה, וועט דאך לבן אייביג טרעפן דעם פאפערישן וועג ארויס, אויך נאכן זאגן פונקטליך וועלעכע שאף גייען אריין אין די הסכם (נקודים און טלואים) וועט דאך מארגן לבן אנקומען און זאגן, איך האב פארשטאנען אז נקודים מיינט עפעס אנדערש, און יענטס הייסט נישט טלואים...
דערפאר זאגט איהם יעקב אבינו הסר משם, דו גיי נעם ארויס, דו מאך אפ וואס גייט אריין אין אונזער הסכם! וענתה בי צדקתי ליום מחרת, מארגן וועט נישט קענען זיין קיין טענות, כל אשר איננו נקוד וטלוא בעזים וחום בכבשים, די סארט בהמות וואס דו האסט נעכטן ארויס גענומען, גנוב הוא אתי!

די הסכם איז געווען: דריי מינע בהמות וואס ווערן געבוירן פון יעצט און ווייטער גייט פאר יעקב אבינו.
ווער ס׳האט שוין אמאל געזעהן א סטאדע שאף ווייסט אז שאף זענען גענצליך ווייס, כמעט וואס מ'זהעט נישט ביי זיי קיין געפלעקטע, און ווי רש״י שרייבט (שבת עז: ד״ה ברישא) סתם עזים שחורות, סתם רחלות לבנות.
זאגט יעקב פאר לבן, נאר די פאר וואס גייען זיין נישט פון די ׳סתם׳ זיי גייען גיין צו מיר.
מ׳קען זיך אויס׳משל׳ען א פאנדרעיזער וואס זאגט אז זיין שכר וועט זיין אלע צווייער דאלער בילס וואס וועט אריינקומען, ער נעמט גארנישט אראפ פון טשעקס קרעדיט קארדס אדער קיופאנס, און אפילו פון די קעש נעמט ער גראנישט, איין זאך גייט צו איהם די $2 בילס וואס גייען אריינקומען! איך גלייב יעדע מוסד וואלט זיך מחיה געווען מיט אזא פאנדריעזער...

אבער דא איז דאך דא א פראבלעם, יעצט איז דאך שוין דא אינעם סטאדע אפאר ציגן און שעף וואס זענען פון די סארט, און יעקב האט דאך אפגעמאכט אז לא תתן לי מאומה, פון וואס געהערט צו דיר נעם איך נישט אפילו עפעס!, און דערפאר גייט מען ארויס נעמען אלע וואס זענען יעצט אזוי, כדי אז מארגן ווען לבן זעהט איינע פון די סארט ביי יעקב וועט ער נישט קענען טענה׳ען דאס איז נאך פון די אלטע וואס זענען געבוירן פארן הסכם.
און דאס זאגט איהם יעקב אבינו כל שה נקד וטלוא וכל שה חום בכשבים. לכאורה וואס פשט כל שה בכבשים?
נאר שה איז פשט א יונגע, נאר די יונגע גייט מען ארויס נעמען, די עלטערע וועט מען דיקא לאזן אינעם סטאדע ווייל זיי וועט דאך לבן קענען קלאר אנצייגן אז זיי זענען געבוירן פארדעם און יעקב איז דאך דער ארבעטער דארף מען דאך איהם אויסנוצן ווי מער פשוט ווייל ער באקומט דאך באצאלט.. נו וואס מער מ'קעןמלאזן ביי איהם למצוה גדולה יחשב.., און מצד שני יעקב אבינו דארף זיי אין זיין סטאדע ווייל ער וויל דאך אז די שאף זאלן זעהן פאר די אויגן די מין בהמה אז איינס פון הונדערט זאל כאטש געבוירן ווערן אזא בהמה און ער זאל דאס באקומען.

די בהמות זענען געווארן אויסגעשמועסט: הסר משם
  • כל שה נקד וטלוא (יונגע שאף וואס זענען נקוד וטלוא)
  • וכל שה חום בכשבים (יונגע שאף וואס זענען שווארץ)
  • וטלוא ונקד בעזים (ציגן וואס זענען טלוא ונקוד)
ביי עזים האט יעקב אבינו נישט געדארפט זאגן יונגע, ווייל עלטערע ציגן ווערן אנגערופן תישים.

אבער, מיטן צדיק לבן האט יעקב אבינו געדארפט דא זיך אפשטעלן ווייל מיטן מוסיף זיין איז מען נאר גורע, יעקב אבינו פירט אויס: וענתה בי צדקתי ביום מחר כי תבוא על שכרי לפניך כל אשר איננו נקד וטלוא בעזים וחום בכשבים גנוב הוא אתי. אין אידיש איז עס ״יעדער וואס איז נישט נקוד וטלוא ביי די ציגן און ביי די שאף אויך שווארצע״.
אבער כבר מצא לבן את מקומו, ווייל דא קען מען קלאר אריינלערענען אז אז ״ביי די שאף אויך שווארצע״ מיינט אז אויך שווארצע שאף בנוסף צו נקוד וטלוא בעיזים.

מצד שני ווען יעקב אבינו זאגט ווען נאר: אעבר בכל צאנך היום הסר משם כל שה נקד וטלוא וכל שה חום בכשבים וטלוא ונקד בעזים והיה שכרי. וואלט דאך לבן געזאגט אז ער האט פארשטאנען אז מ'דארף ארויס נעמען די דריי אבער והיה שכרי איז נאר אויף נקוד בעיזים.... דארף יעקב אבינו מאכן דעם תנאי כתנאי בני גד ובני ראובן און אויסשמועסן קלאר וענתה בי צדקתי אז אויב וועט מען טרעפן אוסער איינע פון די אלע.
ווידער אויב יעקב וואלט געזאגט וענתה בי צדקתי ביום מחר כי תבוא על שכרי לפניך כל אשר איננו נקד וטלוא בעזים כל אשר איננו נקד וטלוא וחום בכשבים גנוב הוא אתי, וואלט דאך לבן גע'טענה'ט אז די כבשים מוזן זיין אויך נקוד וטלוא און אויך חום...
און אויב ער וואלט געזאגט כל אשר איננו נקד וטלוא בעזים וכל אשר איננו נקד וטלוא בכשבים וכל חום בכשבים גנוב הוא אתי, וואלט ער ווייטער געזאגט תפוס לשון אחרון אז דו האסט צוריק געצויגן ביי די כבשים און איינגעגאנגען נאר אויף חום...
האט יעקב אבינו געזיכט דעם קלארסטן וועג, אבער מיט אזא גראדער מענטש ווי לבן האט דאס אויך נישט צו סאך געהאלפן...

ויאמר לבן הן לו יהי כדברך
יא יא, הלואי זאלסטו מסכים זיין אויף דעם!
ווי געשמועסט פריער, די מין בהמות איז איינס פון הונדערט אדער מער וואס ווערן געבוירן ביי שאף און ציגן, גיי ווארט צו רייך וערן פון די פאר וואס וועלן געבוירן ווערן אזוי...
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 12:16 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ויסר ביום ההוא את התישים העקדים והטלאים ואת כל העזים הנקדות והטלאת כל אשר לבן בו וכל חום בכשבים

לויט די קלארע נקבה'דיגן הסכם איז געווען אויסגעשמועסט אז מ'גייט ארויס נעמען יונגע שאף נקוד וטלוא אדער שווארץ, און יונגע ציגן נקוד וטלוא.

אויך נאכן כאפן יעקב אבינו ביים ווארט וואלט ער נאר געקענט ארויסשניידן די נקוד וטלוא פון די כבשים, אבער בלייבן מיט יונגע ציגן נקוד וטלוא און יונגע שעפסן וואס זענען שווארץ.
למעשה איז דער לבן אנגעקומען און געמאכט א גזירה שוה מה שמי לבן אף כל לבן בו... ער האט אוועק גענומען:
  • תישים עקודים טלואים (עלטערע ציגן עקודים און טלואים)
  • עיזים נקודים וטלואים (יונגע ציגן נקודים און טלואים)
  • כל אשר לבן בו (יעדע יונגע ציג וואס איז נישט געווען פון סתם עיזים שחורות, איז ער דאך געווען א תלמוד חכם און שחורות מיינט שווארץ שווארץ און ווען א ציג האט אביסל ווייס איז דאך שוין נישט חל אויף איהם דער לשון שווארץ...)
  • כל חום בכבשים (שווארצע שאף, ווי געשמועסט פריער נקוד וטלוא האט ער שוין געטראפן ווי ארויס צו קאוטן פון די שאף)

אבער וואס איז די חתונה דא? וואס עפעס נעמט ער ארויס תישים? און וויאזוי האט ער אריינגברענגט דא בכלל עקודים, קיינער האט דאך נישט גערעדט פון דעם. און וואס איז מיט די תישים נקודים? פאסט נישט פאר אזא געריבענער סוחר צו פארגעסן קלארע פאקטן, וביותר אז ביי די יונגע האט ער יא ארויס גענומען די נקודים.

בעצם איז דא ווייסע און שווארצע בהמות, דערנאך איז דא געפלעקטע (טלואים), די ווארט געפלעקט איז אבער צו א ברייטע ווארט און קען ווערן אויסגעטייטשט אויף זיבעציג וועגן (עטליס זיבציג.. לבן האט דאך געהאט עשרת מונים...) גרויסע פלעקן, קליינע פלעקן, פינטלעך קען מיינען פלעקן, און אפילו עקודים א פלעק אויף די פיס קען אויך מיינען פלעקן.
יתכן אז יעקב אבינו האט צוטיילט אין דריי קאטעגאריעס: 1) נקודים געפינטלטע, בעצם איז דאס א חלק פון טלואים, אבער מ'קען פארשטיין אז ווען מ'זאגט איינעם געפלעקט זאל ער מיינען דיקא פלעקן און נישט פינטלעך. 2) עקודים, דאס איז פלעקן ביי די הענט און די פיס, בעצם איז דאס שוין נישט קיין פינטלעך און דאס גייט געעריג אריין אין טלואים, אבער ביי גראדע רמאים דארף מען זיך האלטן צום ווארט... 3. ברודים, געפלעקטע, די פלעקן וואס יעדערע לבן וועט מודה זיין אז דאס מיינט פלעקן...

די געדאנק אונטער יעקב אבינו׳ס הסכם איז געווען זייער פשוט און פראקטיש, יעדע בהמה וואס איז נישט אזוי מצוי אז זיי זאלן געבוירן ווערן אזוי וועט גיין צו איהם, אבער גיי מאך ביזנעס מיט א לבן, האט ער אויסגעשמועס טלואים, וואס דאס נעמט אריין ברודים און עקודים, און אויך אויסגעשמועסט נקודים פינטלעך וואס דאס מוז מען נישט זיין קיין רמאי נאר ס׳איז שוין מער פארשטענדליך ס׳זאל זיין א עקסטערע סאב-קאטעגאריע.

בעצם די גאנצע אוועק נעמען איז נאר געווען אז ס׳זאל נישט זיין קיין שלעגעריי און טענות צו ס׳איז פון פארן הסכם אדער ס׳איז שוין געבוירן נאכן הסכם, אבער יעקב האט דאך נישט געזאגט קלאר אז די עלטערע טאר מען נישט אוועק נעמען...
האט לבן געמאכט א חשבון אויב וועל איך אוועק נעמען אויך די עלטערע וועלן די בהמות נישט זעהן בכלל פאר די אויגן נאר שווארץ און ווייס, און בדרך כלל סתם רחלים לבנות און עיזים שחורות, און דאס וועט פארמינערן די טשענס אז ס׳זאל געבוירן ווערן אזעלכע מינע בהמות, סאו די ערשטע זאך דארף מען נעמען אין חשבון צו ארויסנעמען יעדע ציג וואס האט נאר עפעס א לבן אין זיך.
בערך אזוי ווי דער אדמיניסטרעיטאר וועט לייגן א צעטיל אז וויבאלד קעש איז שווער צו אריינלייגן אין באנק ווערן די נדבנים געבעטן צו ביישטייערן נאר מיט קרעדיט קארדס און טשעקס...
ס׳איז דאך נישט צום גלייבן אפילו וואס דארט איז פאר געגאנגען, איינער איז גרייט צו ארבעטן פאר דיר פאר מינומום וועידזש און ווייניגער, און דער לבן בהמה וועט טון אלעס אז ס׳זאל נאך זיין ווייניגער...

שטייט יעצט לבן און טראכט ״יאפס דער יעקב האט מיר גוט געקארנערט, איך גיי יעצט אפמאכן די החלטות און מארגן גייט זיין זייער קלאר אז יעדע בהמה וואס ווערט יעצט ארויס גענומען גייט אריין אין יעקב׳ס שכר. האט ער אויפגעקומען מיט א פשוט׳ע איידיע.
צום ערטש נעמט מען אלע יונגע ציגן וואס האבן ווייס אין זיך, וואס איז זיכער איז זיכער, קיין איינס פון זיי זאל יעקב נישט גנב׳ענען, מצד שני יעצט איז שוין נישט אזוי קלאר אז וואס ער נעמט ארויס זאל גיין אין די הסכם, ווייל דאס איז זיכער אז די הסכם איז נישט געווען אז ווער ס׳האט נאר אביסל ווייס, ווייל אויב יא וואלט יעקב געזאגט נאר ״כל אשר לבן בו״.

דארף מען דאך האבער ארויסנעמען אויך די תישים כדי צו ליידיג מאכן די סטאדע פון די סארט בהמות, כדי די בהמות זאלן חלילה נישט זעהן פאר די אויגן די סארט בהמות, אבער דא איז א פראבלעם אויב וועט ער ארויס נעמען טלואים און נקודים וועט ער דאך קלאר אנצייגן וואס איז טלוא ונקוד און אויב חס ושלום וועט געלונגען אז מארגן וועט געבוירן ווערן איין ציגעלע וועט ער זיין און פעקל...
נעמט מען ארויס טלואים און מ׳לאזט נקודים, דערצו נעמט מען ארויס אויך עקודים וואס איז נישט אין הסכם, און יעצט גיי טרעף א הסבר וואס איז וואס, יעצט איז דאך שוין נישטא קיין שום מהלך מיט די ארויס נעמען אז ס'זאל האבן געהייסן אז לבן האט פארשטאנען אז דאס מיינט נקוד און יענטס מיינט טלוא...
דערצו האט לבן לכאורה געוואלט אז לפחות איין ציג זאל געבוירן ווערן פאר יעקב אז נישט וועט דאך יעקב וועלן טוישן די הסכם, האט ער איבערגעלאזט איין מין תיש פאר בעקאפ אויב זיין פלאן ארבעט זיך טאקע אויס און די וואס ער נאמט ארויס וועלן נישט געבוירן ווערן אזעלכע...
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג נאוועמבער 29, 2020 12:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ויתן ביד בניו וישם דרך שלשת ימים בינו ובין יעקב ויעקב רעה את צאן לבן הנותרת.

האט ער למעשה איבערגעלאזט ביי יעקב נאר שווארצע ציגן, ווייסע שאף, און תישים עקודים.

האט ער דאך מורא געהאט אפשר איין ציגעלע וועט זיין א מחוצף און ארויס קוקן אינמיטן שיעור, האט ער גענומען די אלע בהמות און איבערגעגעבן ביד בניו, און מיטן מסורה פון טאטן וועל זיי זיכער מאכן אז קיינער פון זיי גייט נישט ארויס אינמיטן לערנען צום ישיבה פון יעקב, און אפילו אויב איינער וועט וועלן ארויס גיין כאפן א ציגערעטל איז דאך א מהלך פון 3 טעג ביז יעקב׳ס סטאדעס און זיי וועלן שוין כאפן אז איינער פעלט און שנעל לויפן צוריקברענגען.

איי וועסטו פרעגן ווי האלט מען קאנטראל אויף אזויפיל שאף?
לויטן חשבון רעדט מען נישט פון צו סאך בהמות, ווי געשמועסט די זענען די וואס זענען נישט די נארמאלע בהמות, איז לפחות 2 תישים עקודים, 2 טלואים, 2 עיזים נקודים, 2 עיזים טלואים, לפחות 2 כל אשר לבן בו, 2 חום בכבשים, האלטן מיר ביי 12, און אויב סאיז געווען פון איינס אביסל מער וועלן מיר צוקומען צו 20. 20 בהמות ווען זיי דארפן ווערן קאנטראלירט ביי 3 לבן׳לעך איז נישט אזוי שווער, בסך הכל 7 אונטער יעדן איינעם פון זיי....

המשך יבוא
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך האב נישט געדענקט ביים שרייבן די מקור אויף טלואים אז סאיז שם הכולל, דער אבן עזרא שרייבט דעם געדאנק.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מארק אנרעד. נישט געמאכט פאר זונטאג...
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער שיין אין קלאר, ווארט מיר אויפן המשך.

ס'מיר אויך שווער געווען פשט אין "החליף את משכרתי עשרת מונים", אבער נישט געהעריג געהאט קיין צייט שבת נאכצוקוקן.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ויקח לו יעקב מקל לבנה לח ולוז וערמון ויפצל בהן פצלות לבנות מחשף הלבן אשר על המקלות. ויצג את המקלות אשר פצל ברהטים בשקתות המים אשר תבאן הצאן לשתות לנכח הצאן ויחמנה בבאן לשתות. ויחמו הצאן אל המקלות ותלדן הצאן עקדים נקדים וטלאים

יעקב אבינו האט דא געזעהן וואס גייט פאר, די הסכם איז דאך געווען זייער קלאר און זייער פארשטענדליך, איך נעם אלע אומגעוונליכע בהמות, דו נעם ארויס די יונגע אז ס׳זאל נישט זיין קיין טענות.

אבער לבן האט דאך ארויס גענומען עלטערער אויך, האט ער לעומת זה גענוצט דעם טריק פון מקלות, אז די בהמות זאלן זעהן פאר די אויגן די נקוד וטלוא און כאטש עטליכע זאלן געבוירן ווערן, און מ׳דארף געדענקען אז ביז יעצט האבן זיי אויך געזעהן און דאך ווערן נישט געבוירן אלע מיט טלוא ונקוד. דא איז נישט געווען קיין שום רמאות מצק יעקב אבינו, וביותר אז מ׳דיעלט דא מיט א לבן הרמאי וואס איז דאך אזא גראדער מענטש, האט יעקב אלע רעכטן צו זיין גראד און וויבאלד ביים הסכם איז נישט געווארן אויסגעשמועסט אז טאר נישט לייגן מקלות דארף מען זיך האלטן צום ווארט און לייגן מקלות...

און וויבאלד לבן האט דא אויסעקראסט צו אויסקלארן וועלכע איז נקוד און וועלכע איז טלוא האט יעקב אבינו זיכער געמאכט אז דא ווערט געבוירן פון אלע דריי מינע אזוי וועט לבן נישט האבן קיין ברירה.
ווייל ווען ער מאכט ווען נאר נקוד וברוד און לבן קומט אן און זעהטאז ס׳איז נאר געבוירן געווארן נקוד וברוד וואלט ער געזאגט אז ער האט פארשטאנען אז טלוא מיינט די עקודים, אדער א אנדער טענה (גיי פיגער אויס וואס לבן וואלט אויפגעקומען מיט. ידוע די מעשה פון אלשיך אז לבן האט זיך צושמייכלט אז איין מין דריי האט איהם שוין אויך נישט איינגעפאלן און דער אר״י הק׳ האט זיך צושמייכלט...)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

והכשבים הפריד יעקב ויתן פני הצאן אל עקד וכל חום בצאן לבן

די עצה פון די מקלות איז אבער געווען גילטיג נאר פאר נקוד וטלוא ועקוד, אבער פאר שווארץ האט ער נישט געקענעט מאכן די מקלות ווייל ער וואלט געמוזט פארבן און ער האט נישט געהאט דארט אין מדבר (רד״ק).
ואולי בדרך אפשר אז ער האט געוואוסט אז דאס ארבעט נאר ביי ציגן און נישט ביי שאף.

דערפאר האט ער ביי די שאף גענומט נאר דעם צווייטן טריק פון אפטיילן די שוואצע ציגן און זיי פירן אין פראנט פון די שאף.

די נקודים וטלואים האט ער אבער נישט גענוצט די סטאדעס ווייל שאף קוקן אויף אראפ און ס׳וואלט נישט אויסגעמאכט. מה שאין כן ביים טרינקען ווען זיי הייבן אויף די קאפ.
אבער ביי עקודים וואס דאס איז ביי די פוס דארט האט ער גענוצט ביידע מיטלען אויך די מקלות און אויך די עדרים.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ואביכן התל בי והחלף את משכרתי עשרת מנים ולא נתנו אלקים להרע עמדי

לויט דעם הסבר שטומט זייער גוט וואס יעקב אבינו זאגט ולא נתנו אלקים להרע עמדי, לכאורה וועלכע שלעכטס האט ער דא געטון, נאר לבן הט דאך געטרייט צו גורם זיין אז יעקב אבינו זאל גארנישט באקומען און ארבעטן פאר אומזיסט, אבער מה עשה הקב״ה ער האט געמאכט אז אלע שאף זאלן געבוירן ווערן יעדן מאל לויט לבן׳ סדריי.

שאף און ציגן איז די סדר אנדערש וי בהמות וואס האבן א סיסטעם פון וסתות און ווערן נתעבר ווען אימער אין יאר, ביי שאף איז דא א תקופת יחום, איין תקופה אין יאר וואס דעמאלטס קענען זיי נתעבר ווערן, דאס איז אין פאלל תקופה און זיי זענען מעובר בערך 5 חדשים, אזוי אז זיי געבוירן די קינדער בתקופת האביב.
למעשה איז די תקופת יחום צוטיילט און צוויי און די וואס ווערן נישט נתעבר אין די ערשטע וועלן בדרך כלל כאפן ביי די צווייטע. (עיין ראש השנה ח. לבשו כרים הצאן)

קומט דאך אויס אז אין 6 יאר איז געווען 11 מאל וואס די שאף האבן געהאט קינדער, ווייל די ערשטע האלבע יאר איז דאך תקופת העיבור. און ביים סוף פון די זעקס איז דאך שוין יעקב געגאנגען, בלייבן מיר מיט 10 מאל וואס די בהמות האבן געבוירן זייער קינדער.

פשוט פשט פון עשרת מונים איז 10 מאל, און דאס איז טאקע די 10 מאל וואס לבן האט יעדן מאל געדריידט.

אבער וואס טאקע איז געווען זיינע טענות? לכאורה איז דאך אלעס געווען אויסגעשמועסט.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 9:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אם כה יאמר נקדים יהיה שכרך וילדו כל הצאן נקדים ואם כה יאמר עקדים יהיה שכרך וילדו כל הצאן עקדים.

די הסכם איז געווען טלוא ונקוד בעיזים און שחור בכבשים, אויף די חלק פון שחור בכבשים איז דאך נישט וואס צו פאפן שווארץ איז שווארץ און נישטא קיין פלאץ צו זיך דינגען אז איך האב פארשטאנען אז דאס מיינט רויט...

אבער ווען ס׳קומט צו נקוד וטלוא דא האט שוין לבן געמאכט א לעבן..

ווען לבן איז געקומען ביים ערשטן אביב און געזעהן וואס דארט גייט פאר, איז ער געכאפט געווארן אין שאק! וואס דארט איז נישט פארגעגאנגען, א גאנצע סטאדע שאף וואס אלע יונגע זענען אדער נקודים אדער עקודים אדער ברודים! אזאנס האט ער דאך קיינמאל געזעהן, און דא איז נישטא קיין חכמות צוויי מינע שאף גייט דאך פאר יעקב.

חשב ומצא און אנגעהויבן דרייען מיט די פינגערס פון די הענט און די פיס, איך האב פארשטאנען אזוי איך האב פארשטאנען אזי.

מ׳האט זיך דאך אויסגענומען אז ס׳דארף זיין נקוד וטלוא, און נקוד וטלוא מיינט אויך נקוד און אויך טלוא, דאס מיינט אז נאר שאף וועס זענען סיי געפינטלט און סיי געפלעקט באקומט יעקב, אבער טלוא מיינט דאך אויך עקוד און אויך ברוד, בלייבן מיר מיט שאף וואז זענען עקוד ונקוד וטלוא אלע דריי נאר זיי גייען פאר יעקב אבינו.
יעקב אבינו זאגט אבער פאר לבן, העי רעבניו, נישט דאס האט איך געמיינט איך האב געממיינט אדער נקוד אדער טלוא.
לבן שטעלט א פני תם, שקאנאנוג וואס דו ווילסט איך האב דיר דאך געזאגט ׳נקבה׳ שכרך זאג קלאר וואס דו ווילסט!
נו גוט נו שוין, דער לבן איז דאך א גוטער און זאגט פאר יעקב דאסמאל נעם נקודים וטלואים, אבער פאר נעקסטע מאל באקומסטו נאר וואס האבן אלע דריי...

ביים צווייטן מאל האבן דאך אלע שאף געבוירן געווארן מיט אלע דריי סימנים, לבן קומט אן און זעהט וואס דא גייט פאר, און זאגט פאר יעקב נו שוין המקום ימלא חסרונך, דאסמאל האסטו טאקע גארנישט צו נעמען אבער דאנט ווארי מערצאשעם נעקסעט מאל וועט יא זיין אפאר וואס דו קענסט נעמען.
יעקב אבינו קוקט איהם אן ״מה זאת״ מ׳האט דאך שוין דאסמאל קלאר אויסגעשמועסט?! אלע וואס זענען נקוד ברוד ועקוד גייט צו מיר.
אבער לבן ווערט פשוט געכאפט אין שאק: וואס הייסט? איך האב דאך פארשטאנען אז דו מיינסט נאר וואס איז עקסטער אדער נקוד אדער טלוא.
יעקב אבינו ענטפערט אבער: דו האסט דאך לעצטע מאל געזאגט אז פאר נעקסטע מאל..
לבן: יא יא אבער איך האב פארשטאנען אז דו האסט פארשטאנען אז איך האב פארשטאנען די ערשטע מאל אז...
יעקב: אבער דו האסט קלאר געזאגט אז נעקסטע מאל נעם איך דיע.
נו גוט נו שוין לבן מוז זיך בייגן אבער נעקסטע מאל....

און אזוי יעדן מאל אם יאמר נקודים יהיה שכרך, נעקסטע מאל וועט מען מאכן אזוי, וילדו כל הצאן נקודים, ואם כה יאמר, איך האב אזוי פארשטנען, און נעקסטע מאל עקודים יהיה שכרך, וילדו כל הצאן עקודים.
לבן איז נישט געקומען מיט קיין ליגנט איך האב נישט עזאגט נאר איך האב אזוי געמיינט און איך האב אזי געמיינט.


ס׳איז דא 10 וועגן צו דרייען מיט די דריי קאטעגאריעס. ווייל ער האט יעדן מאל פארשטאנען עפעס אנדערש אמאל אז עקוד איז טלוא און אמאל אז טלוא איז ברוד, צומאל א טלוא איז נאר וען ס׳איז ברוד ועקוד און צומאל... ווייס איך שוין נישט...

  1. נקוד או ברוד
    נקוד געפינטלטע, טלוא געפלעקטע.
  2. נקוד או עקוד
    נקוד געפינטלטע, טלוא איז עקוד.
  3. עקוד או ברוד
    נקוד איז עקוד, טלוא איז ברוד.

  4. נקוד או טלוא (ברוד ועקוד)
    נקוד געפינטלט, טלוא געפלעקט און עקוד
  5. נקוד (נקוד ועקוד) או טלוא
    נקוד געפינטלט און עקוד, טלוא געפלעקט
  6. נקוד (עקוד) או טלוא (נקוד וברוד)
    נקוד איז עקוד, טלוא איז געפינטלט און געפלעקט

  7. נקוד
    ס׳איז איין זאך נאר טלוא איז פושט א ביאור אז פינטלעך זענען פלעקן...
  8. עקוד
    מ׳קען דאך פונקט אזוי פארשטיין אז נקוד איז עקוד, און טאקע דערפאר האסטו מפרש געווען טלוא להוציא מלב(ן)ם אז ס׳מיינט נישט די געווענליכע פינטלעך.
  9. ברוד
    איין מינוט לעצטע מאל איז דאך סתם נישט געווען צו די זאך, די פשוט׳סטע איז אז דו האסט געמיינט נקוד די גרויסע פלעקן און כדי נישט צו מאכן קיין טעות אז ס׳איז די קליינע האסטו מפרש געווען אז דו מיינסט טלואים די פלעקן נישט די פינטליך

  10. נקוד וטלוא (נקוד ועקוד וטלוא)
    איך האב פארטאנען אז דו מיינסט ו׳ א ו׳ המחבר און טלוא מיינט עקוד און ברוד, אוי אזוי נאר ווער ס׳איז אויך עקוד אויך נקוד און אויך טלוא זה יהיה שכרך...

ס׳האט איהם אבער נישט צו סאך געהאלפן נאר אם כה יאמר וילדו כל הצאן כה און ער איז געקומען און געזעהן אז אלע זענען אזוי האט ער געזאגט אז ער האט נישט וט פארשטאנען און נעקסטע מאל יהיה שכרך כה און וילדו כל הצאן כה.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג נאוועמבער 29, 2020 10:33 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די סיבה פארוואס ביים חלום שטייט ברודים, איז לכאורה ווייל די ריכטיגע ווארט איז ברודים און דער מלאך האט טאקע אזוי געזאגט, אבער יעקב און לבן האבן דאס גערופן טלואים מיטן שם הכולל, און דאס קען אויך זיין פשט פון שינוי הלשון פון תישים צו עתודים.
(נישט די בעסטע תירוץ אבער ס׳קען מיט גיין... אדרבה אויב איינער קען אויפקומען מיט א שיינע געדאנק וואס זאל אלעס לייגן אין פלאץ)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

באקומען אין אישי.
כ'האלט נאך אינמיטן יורד זיין לסוף דעתו של לבן. אבער לויט ווי כ'האב געזעהן אויבערפלעכליך, איז מיר איינגעפאלן אויף דיע וואך "ויהי לי שור וחמור צאן", און רבינו בחיי פרעגט אז די סדר איז מקדים צו זיין צאן, ולשיטתך קען מען זאגן, אז יעקב האט געהאלטן ווי ר' יונתן (סנהדרין סו.) אז א ו' איז מחלק און ס'מיינט אדער נקוד אדער טלוא, און זיין ראיה איז פון "לא תחרוש בשור וחמור יחדיו", איז משמע אז ווען נישט די "יחדיו" וואלט עס געמיינט אן איסור אויף יעדעס איינס עקסטער.
ממילא קען מען זאגן, אז עשיו וואלט זיך געקענט ארויף כאפן, תרי"ג מצוות שמרתי? האסט דאך בא'גזל'ט לבנ'ען מיט די מקלות. איי לבן האט דיר אויסגענארט מיט נקוד וטלוא, מהיכ"ת אז ס'מיינט טאקע נישט ביידע?
אויף דעם האט יעקב געזאגט "ויהי לי שור וחמור" כ'האב דעם פסוק פון "לא תחרוש בשור וחמור יחדיו" און פון דארט איז מוכח אז ווילאנג כ'זאג נישט "טלוא ונקוד יחדיו" מיינט עס יעדעס איינס באזונדער ודו"ק.


;l;p-
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

איינס האט געשריבן:כפשוטו

מקורות???
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

וועלכע חלק זיכסטו א מקור?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

איינס האט געשריבן:וועלכע חלק זיכסטו א מקור?

קודם בכללות - דו שרייבסט אייגנס אדער פון מפרשים?
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער אינטערעסאנט אראפגעשריבן הרב @איינס.

איז דאס טאקע פשוט פשט? סקוקט עפעס אויס צו געדרייט.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ממה נפשך האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט אראפגעשריבן הרב @איינס.

איז דאס טאקע פשוט פשט? סקוקט עפעס אויס צו געדרייט.

זיעכר געדרייט! דער לבן האט דאך קיין אנונג ניט געהאט וואס גראד מיינט...

ערנסט גערעדט אדרבה ווייז מיר א מהלך וואס פארענטפערט די פשוטע שאלות, ווי למשל פארוואס שטיט נישט נקודים ביי די תישים.

מ׳קען גיין מיט אבן עזרא׳ס מהלך אז מדארף זיך נישט שטעלן אויף דעם והוא הדין, אבער סאיז אריינגעשטופט, והא ראיה די אנדערע מפרשים פראבירן יא צו זיכן א תירוץ אויף דעם.


----

היינט מיר איינגעפאלן א שיינע הלצה אויף דעם מהלך אויבן

אלס קינד פלעגט זיין א קינדער ליד:
געווען אמאל א מייסע, א ציגעלע א ווייסע, א שעפסעלע א רויטע, אלע גויים טויטע...

איינע פון די פירושים אויף שחום איז אז סאיז רויט (עיין רש״י און רשב״ם און ער שרייבט די זעלבע ביי פרה אדומה)
סאו די מייסע איז אז בדרך כלל זענען דאך ציגן רויט (שחום) און שעפסן ווייס, אבער געווען אמאל אז די שעפסן זענען געווען רויט און די ציגן ווייס, און אלע גוים (לבן) האבן פארלוירן זייער פערמעגן און געגאנגען טויטן.... :wink:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

להודות האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:וועלכע חלק זיכסטו א מקור?

קודם בכללות - דו שרייבסט אייגנס אדער פון מפרשים?

א חלק איז פון די מפרשים און א חלק אייגנע געדאנקען

עשרת מונים אז סאיז דיקא 10, און אז סאיז 10 מאל געווען המלטות איז רד״ק
שחום אז סאיז שווארץ מובא במפרשים
סתם עיזים שחורות און סתם רחלים לבנות איז א רש״י

וואס נאך?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

איינס האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:וועלכע חלק זיכסטו א מקור?

קודם בכללות - דו שרייבסט אייגנס אדער פון מפרשים?

א חלק איז פון די מפרשים און א חלק אייגנע געדאנקען

עשרת מונים אז סאיז דיקא 10, און אז סאיז 10 מאל געווען המלטות איז רד״ק
שחום אז סאיז שווארץ מובא במפרשים
סתם עיזים שחורות און סתם רחלים לבנות איז א רש״י

וואס נאך?


אה ברענגסט עס פון רד"ק, ס'א שיינע פשט, ווייל די מערסטע אומפארשטענדליך איז די עשרת מונים, וואס עפעס 10? סקוקט עפעס מער אויס ווי א גוזמא/מליצה ווי איינער זאגט "דער האט מיר 10 מאל אויסגע'נער'ט".
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מקרא כפשוטו - החליף את משכרתי עשרת מונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

עשרת מונים איז טייטש צען מאל, דאס איז די פשוטע אפטייטש פון די ווערטער, אדרבה ער איז שיין מסביר פארוואס דיקא 10, ווייל ס'איז דאך געווען 10 מאל וואס זיי האבן געהאט קינדער.
ומכל מקום דרשו מה שדרשו.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”