סדר עבודת יום הכיפורים

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

סדר עבודת יום הכיפורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לכבוד יום הקדוש הבעל"ט עפן איך דעם אשכול צו שמועסן און מעיר זיין איבער די עבודת הכה"ג ביום הכיפורים בזמן שבית המקדש היה קיים שיבנה במהרה, עס איז באקאנט אז דער סדר יוה"כ איז געווען פון די שענסטע זאכן אין ביהמ"ק, ובכן מה נהדר היה המראה ווי מיר זאגן ביי מוסף נאכן אדורכגיין די סדר העבודה, עס איז געווען א בחינה פון התגלות ווען אידישע קינדער האבן געזעהן דעם רויטן בענדל ווייס ווערן נאכדעם וואס דער שעיר המשתלח איז צופליקט געווארן אראפקוילערנעדיג זיך אויף די שפיצן פון הר עזאזאל המדברה, כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם, דער אייבירשטער האט געזאגט סלחתי וואס אלע אידן האבן זיך איבערגעצייגט במו עיניהם.

ומעת חסרנו כל אלה, ליידער נאכדעם וואס מפני חטאינו גלינו מארצינו ונטל כבוד מבית חיינו, דער אייבירשטער האט שופך געווען חמתו על העצים והאבנים און אוועקגענומען פון אונז דאס הייליגסטע פלאץ, ברויכן מיר מקיים זיין דעם ונשלמה פרים שפתינו און מיר זענען מאמין באמונה שלימה אז יעדעס יאר ווען אידן קומען זיך צוזאם אין די בתי כנסיות און זענען שופך שיח באמת ובתמים און רעכטן אפ דעם סדר העבודה בגעגועים ובהשתפכות הנפש, בו בזמן איז השי"ת מעורר רחמיו וחסדיו אויף אונז זיינע קינדער און ער איז מכפר אלע עוונת חטאים ופשעים כבימי קדם בזמן שביהמ"ק היה קיים.

עס קומט מיר ארויף אויפן געדאנק א ווארט וואס דער הייליגער ישמח משה זאגט בנוגע תקיעת שופר ווען ס'איז ר"ה שחל בשבת וואס עפ"י תקנת חז"ל בלאזט מען דאן נישט קיין שופר עס איז נאר א 'זכרון תרועה' ברענגט ער א משל פון איינעם וועלכער האט שוין נישט געגעסט א שטיק צייט און גייט ממש אויס פאר הונגער, פארשטייט זיך אז דאס בעסטע וואס קען זיין איז אויב ער עסט א שטיקל ברויט זיך צו דערכאפן דאס הארץ, ווען ער טוט דאס וואס איז בטבע צו שטילען דעם הונגער קען דאס זיין אפי' דורך אן אלטע הארט-שטיקל ברויט, עס איז אבער פארהאן נאך א וועג צו שטילן דעם הונגער מיט אן אלטערנאטיוו פון למשל הערן שיינע מוזיק אדער באטראכטען א שיינע מאלעריי וואס אוודאי שטילט דאס נישט באמת דעם הונגער נאר עס פארדרייעט דעם מענטש א קאפ ער זיל פארגעסן אז ער איז הונגעריג, דאן מוז דאס אבער זיין נישט סתם א ניגון נאר אזאנס פון וואס א מענטש קען פארגאפט ווערן.

דער נמשל איז אז ווען ר"ה געפאלט אינדערוואכן און מ'בלאזט שופר כמצווה עלינו בתורה הקדושה, רחמנא אמר תקעו, דאן טוט מען אויף וואס מען ברויך אפי' עס איז נישט מיט אלע כוונות, משא"כ אויב געפאלט עס אום שב"ק ברויך מען צוקומען צום 'זכרון תרועה' דאן איז שווערער מקיים צו זיין די מצוה בשלימות.(ער טייטשט מיט דעם דעם פייט פון ר"ה 'טבעו אם בחול וכו' עיי"ש).

איך האב געקלערט מיט דעם אז ווען דער בית המקדש איז געשטאנען און מיר האבן געהאט דעם עבודה פונעם הייליגען כה"ג, פארשטייט זיך אז זאכן זענען סייווי געווען ברום המעלה, אבער בנוסף צו דעם איז עס כאטש געווען די נאטורליכע עבודה וואס איז פועל רחמים וחסדים לכפר עוונות, ליידער מעת שחרבה עירנו ושמם בית מקדשנו און מיר ברויכן צוקומען צום אלטערנאטיוו פון ונשלמה פרים שפתינו, מ'זעמיר זיך תולה אויפן כל העוסק כאילו הקריב, לא די וואס אין לנו לא אישים ולא אשם, ומפגיע אין בעדינו, ברויכן מיר נאך האפן אז די תפלות און עבודה בפה זאל נאך משלים זיין דעם חסרון, אין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים, תגיד ליעקב דבר חוק ומשפט וצדקינו במשפט המלך המשפט.

על כל פנים, ברויכן מיר זיך כאטש צוגרייטן און לערנען אביסל דעם סדר העבודה אז ווען עס קומען די געהויבענע מאמענטן אום סאמע יום הקדוש אינעם הייליגסטען טאג פון יאר ווען מיר וועלן זאגן די פיוטים און ענינים אשר יסודתם מהררי קודש, ווערטער וואס קדושים וטהורים האבן פארגעשריבען ווי יעדעס ווארט איז אויסגערעכנט אויף סיי וועלכע נוסח מ'זאל נישט זאגן ווי דער עבודת הכהן הגדול מאחיו ווערט אראפגעברענגט מיט אלע פרטים ודקדוקים באזירט אויף דרשת חז"ל און פסוקי התורה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א) דער רמב"ם ברענגט אראפ די הל' אז דער כה"ג איז נישט געשלאפן יום הקדוש ביינאכט כדי נישט צוצוקומען חלילה לידי טומאה, ברענגט ער וואס די משנה זאגט אין יומא אז פרחי כהונה האבן מכה געווען 'באצבע צרדה' כדי ער זאל נישט איינשלאפן.

דער מהר"י קורקוס אויפן פלאץ ברענגט א מחלוקת הראשונים אויף וועלכע פינגער עס גייט ארויף, בפשטות ווערט דאך דער ערשטער פינגער נאכן אגודל גערופען בשם 'אצבע' ממילא לערנען טייל ראשונים אז מיט די אצבע האבן זיי געקלאפט אקעגן דעם אגודל.

למעשה איז עס שווער, ווייל ווי דער פאקט איז מעיד אז מיט די אצבע איז שווער צו קלאפן, ממילא לערנען אנדערע ראשונים אז דאס גייט ארויף אויף די מיטעלסטע פינגער און דער ווארט 'צרדה' מיינט טאקע דאס צו זאגן אז דאס איז נישט דער געווענליכער אצבע נאר די נעקסטע פינגער.

ב) מיר זאגן 5 מאל אין די עבודה ביי די פינף טבילות, ירד וטבל עלה ו'נסתפג', דער משנה למלך איז מעורר אז אפי' בפשטות קען מען קלערן אז דער ונסתפג וואס באדייט אז דער כה"ג האט זיך אפגעווישט נאך די טבילות איז נישט למצוה אדער לעכב נאר לסיפור הדברים, אבער באמת זאגט ער קען זיין אז דאס איז גאר לעכב וועגן חציצה, אדער קען זיך האבן אנגעכאפט א שטיקל ערד וכדו', אבער אפי' ווען נישט, ברענגט ער אן אינטערעסאנטער רמב"ם וואס זאגט אז די כהנים ברויכן אכטונג געבן אז עס זאל זיך נישט מאכן צופיל לופט (!) צווישן די בגדי כהונה און זייער לייב כדי עס זאל זיין 'על בשרו', לויט דעם זאגט דער משנה למלך איז 'וואסער' זיכער א חציצה, ממילא איז דער 'נסתפג' לעכב.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בקיצור די כראנאלאגישע סדר ווי אזוי די כהן גדול האט מקריב געווען די קרבנות אום יום כיפור

1.
די כהן האט אויסגעטוהן זיינע געהעריגע קליידער
2.
ער האט זיך גע'טובל'ט, צום ערשטען מאל (1): און אנגעטון די גאלדענע קליידער: און געוואשן די הענט און די פיס ביים כיור, צום ערשטען מאל (א)
3.
די כהן האט מקריב געווען דעם קרבן תמיד של שחר: געשפריצט די בלוט אויסגעפיצט די מנורה: און מקטיר געווען די קטורת פון אינדערפרי: און דערנאך מקריב געווען דעם קרבן מוסף פון די טאג
4.
ער האט זיך געוואשן די הענט און די פיס ביים כיור, צום צווייטען מאל (ב): און אויסגעטון די גאלדענע קליידער
5.
ער האט זיך גע'טובל'ט, צום צווייטע מאל (2): און אנגעטון די ווייסע קליידער: און געוואשן די הענט און די פיס ביים כיור, צום דריטען מאל (ג)
6.
עבודת היום
די כהן האט זיך אנגעלאנט אויף זיין שטיר (די קרבן חטאת), און זיך מתוודה געווען "אויף זיך און אויף זיין משפחה" [אבער ער האט נאך נישט גע'שחט'ן]
7.
די כהן האט געמאכט די גורל אויף די צוויי ציגעלעך פון די אידן, איינס לה' און איינס לעזאזל, און אויף וואס איז געשטאנען לה' האט ער עס געמאכט פאר א חטאת [דורך זאגן "לה' חטאת], און אויף וואס איז געפאלן לעזאזל האט מען געטראגן אויפן בארג לעזאזל אין מדבר
8.
די כהן האט זיך נאכאמאל אנגעלאנט אויף זיין שטיר (די קרבן חטאת) און זיך מתוודה געווען "אויף זיך און אויף זיין משפחה, און אויך פאר אלע כהנים": און ער האט גע'שחט'ן זיין שטיר (די קרבן חטאת)
9.
און ער האט גענומן א פולע הויפן ברענעדיגע פייער אין א שויוועל (פון מעריב זייט פון די מזבח) און א לעפל געווירצן, און אריינגעברענגט אין קדשי קדשים
ערשטע מאל אריין אין קדשי קדשים
10.
און ער האט געגעבען די געווירצן אויף די ברענעדיגע פייער אין קדשי קדשים: און ער האט דארט איבערגעלאזט די שויוועל און די לעפל אויפ'ן דעק פונעם קאסטן
11.
ער האט גענומען די בלוט פון זיין שטיר די קרבן חטאת, און אריינגעגאנגען אין קדשי קדשים און געשפריצט 8 מאל [אחת למעלה ושבע למטה]
צווייטע מאל אריין אין קדשי קדשים
12.
נאכ'ן שפריצן די בלוט פון זיין קרבן אין קדשי קדשים, איז ער אריין אין אוהל מועד און געשפריצט קעגן די פרוכת 8 מאל [אחת למעלה ושבע למטה]
13.
די כהן האט גע'שחט'ן די ציגעלע, די קרבן חטאת פון די פאלק, און ער האט אריינגעברענגט די בלוט אין קדשי קדשים און ער האט געשפריצט 8 מאל [אחת למעלה ושבע למטה]
דריטע מאל אריין אין קדשי קדשים
14.
נאכ'ן שפריצן די בלוט פון די קרבן פון די פאלק אין קדשי קדשים, איז ער אריין אין אוהל מועד און געשפריצט אקעגן די פרוכת 8 מאל [אחת למעלה ושבע למטה]
15.
ער האט אויסגעמישט די בלוט פון זיין שטיר מיט די בלוט פון די אידן'ס ציגעלע לה', און געגעבען פון די בלוט אויף די פיר עקן פון די מזבח הזהב וואס איז געווען אין היכל, און נאכדעם האט ער געשפריצט אויף די דאך פונעם מזבח הזהב זיבן מאל
16.
די איבערגעבליבענע בלוט האט ער אויסגעגאסן ביי די מעריב זייט פונעם יסוד פון מזבח וואס איז געווען אין די עזרה
17.
ער האט גענומען די לעבעדיגע שעיר [שעיר לעזאזל], און ער האט אנגעלאנט די הענט אויף אים, און ער האט געזאגט ווידוי "אויף אים און אויף גאנץ כלל ישראל", און ער האט אים אוועק געשיקט מיט די מענטש וואס איז געווארן אנגעגרייט פון נעכטן צו בארג לעזאזל
18.
ער האט זיך געוואשן די הענט און די פיס ביים כיור, צום פערטען מאל (ד): און אויסגעטון די ווייסע קליידער:
19.
ער האט זיך גע'טובל'ט, צום דריטען מאל (3): און אנגעטון די גאלדענע קליידער: און געוואשן די הענט און די פיס ביים כיור, צום פיפטען מאל (ה)
20.
ער האט מקריב געוווען די עולה פון אים [די ווידער], און אויך די עולה פון די פאלק [די ווידער]
21.
ער האט גענומען די פעטענס פון די פר פון די כהן [די קרבן חטאת], און די שעיר לה' פון די אידן [די קרבן חטאת], און דאס מקטיר געווען אויפ'ן דרויסענדיגען מזבח, און די פלייש און די הויט און די מיסט האט מען ארויסגעטראגן אויסער די מחנה און מען האט עס דארט פארברענט.
22.
און נאכדעם האט ער מקריב געווען די קרבן תמיד של בין הערבים
23.
ער האט זיך געוואשן די הענט און די פיס ביים כיור, צום זעקסטען מאל (ו): און אויסגעטון די גאלדענע קליידער
24.
ער האט זיך גע'טובל'ט, צום פערטען מאל (4): און אנגעטון די ווייסע קליידער: און געוואשן די הענט און די פיס ביים כיור, צום זיבעטן מאל (ז):
25.
ער איז אריין אין קדשי קדשים כדי ארויסצונעמן די שויוועל מיט די לעפל, וואס ער האט עס גענוצט בשעת'ן מקטיר זיין די קטורת
פערטע מאל אריין אין קדשי קדשים
26.
ער האט זיך געוואשן די הענט און די פיס ביים כיור, צום אכטען מאל (ח): און ער האט אויסגעטון די ווייסע קליידער
27.
ער האט זיך גע'טובל'ט, צום פיפטען מאל (5): און אנגעטון די גאלדענע קליידער: און געוואשן די הענט און די פיס ביים כיור, צום ניינטען מאל (ט)
28.
ער האט מקטיר געווען די קטורת פון די אווענד [אזוי ווי יעדן טאג], און אויך מקטיר געווען די קרבן מנחה פון תמיד של בין הערבים
29.
ער האט זיך געוואשן די הענט און די פיס ביים כיור, צום צענטען מאל (י): און ער האט אויסגעטון די גאלדענע קליידער: און ער האט זיך אנגעטון זיינע אייגענע קליידער

-כך מעשה עבודה מיום הכפורים מתחלתו ועד סופו-
אזוי זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן שוין האבן די זכי' צו קענען מיטהאלטן די עבודה ווען די בית המקדש וועט ווערן אויפגעשטעלט, במהרה בימינו אמן!



פאר א לענגערע און אויספירליכע סדר עבודת יום כיפור קוק דא
אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוימען קערער »

איך האב געהערט א קשיא פון איינעם (די קשיא איז נאר שווער פאר ווער עס זאגט דעם נוסח פון תפילה ישרה סידור - מחזור דברי יואל), איך האב נאך נישט געהערט א געהעריגן תירוץ דערויף, אפשר קענען איינע פון אונזערע תלמידי חכמים טרעפן עפעס א גוטן תירוץ? (שוין צופיל גערעדט)

די קשיא איז אזוי, אינדערפרי (זיידעניו #3) ווען ער האט מקריב געווען דעם תמיד של שחר שטייט אזוי "ואחר התמיד מקריב פר העולה ושבעת הכבשים של מוסף היום ומנחתם ונסכיהם כמשפטם" דאס הייסט אז ער האט מקריב געווען די נסכים פון די שבעת הכבשים פונעם מוסף גלייך ביים מקריב זיין די שבעת הכבשים.
ווייטער שפעטער (זיידעניו #20 און #21) שטייט אזוי "ועשה שעיר הנעשה בחוץ שהוא ממוסף היום. ואחר כך מקריב את אילו ואת איל העם ומקטיר האמורים של פר ושעיר הנשרפים. ועושה מנחת שני האלים כמשפטן ואחר כך היה עושה נסכי כל המוספין כמשפטן". דאס הייסט אז ער האט מקריב געווען אלע נסכים פון אלע מוספין יעצט. נו ווען האט ער מקריב געווען די נסכים פון די שבעת הכבשים אינדערפרי (זיידעניו #3) אדער שפעטער (זיידעניו #21)??

אין אלע אנדערע נוסחאות אדער שטייט נישט נסכיהם אינדערפרי, אדער שטייט נישט כל שפעטער ביידע אינאיינעם שטימען נישט. די איינציגע דוחק תירוץ וואס איך האב געהערט איז, אז כל מיינט נישט אלע פון אינדערפרי אויך נאר די אלע וואס ער האט יעצט מקריב געווען. אבער דאס איז א דוחק.

מיט דאנק פון פאראויס און מיט א וואונטש פון גמר חתימה טובה פאר אלע חברים
דער קוימען קערער
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זייטיגע שמועס: פון ר' מיכאל בער איז דא א שטארקע קשיא אויף די עבודת היום, וויאזוי עס איז מעגליך געווען אריינצושטופן בדרך הטבע אזויפיל קרבנות דורך איין כהן גדול אין דעם איינעם טאג. עי' תורת חמ"ד.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עשה סימנים לתורה וקנה אותה, די שיטת הרמב"ם אויף די עבודת היום
שיטת הרמב"ם
שיטת הרמב"ם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גרויסן יישר-כח ר' זידה פאר די כראנאלאגישען און גרינגען סדר.

הערה ג) ביים צווייטן ביהמ"ק משנתרבו המינות רח"ל האבן די חכמים חושש געווען אז דער כה"ג איז פארכאפט מיט די סעקטע וועלכע האבן זיך גערופען 'צדוקים' אנגעבליך האבן זיי נאר געהאלטן פון תורה שבכתב און נישט פון די דרשת חז"ל און תושבע"פ, ממילא האבן זיי פאלש געלערנט דעם סדר הקרבת הקטורת לפני ולפנים וואס לויט זיי האט מען שוין דעם 'ענן הקטורת' געמאכט פונדרויסן און אזוי אריינגעטראגן אין קדשי-קדשים משא"כ לויט חז"ל'ס דרש האט מען דאס געטאן אינעווייניג.

כדי צו זיין זיכער אז דער כה"ג וועט נישט משנה זיין פון דרשת חז"ל המקובל איש מפי איש עד משרע"ה מסיני, האבן די זקני בי"ד משביע געווען עיוה"כ דעם כה"ג 'במי ששכן שמו בבית הזה, שלא ישנה דבר מכל מה שאמרנו' און אזוי ארום פארזיכערט אז ער וועט טאן כהלכה.

זייער אסאך אחרונים שטעלן זיך, אויב איז דער כה"ג געווען א צדוקי און געהאלטן אז דאס איז קעגן די הלכה, נו וואס האט אויפגעטאן די שבועה, דאס איז דאך נשבע לבטל המצוה?

דער חת"ס אין א תשובה צו ר' בונם גינס, ענטפערט צווישן אנדערע תירוצים, אז חז"ל האבן געוואוסט אז די צדוקים האלטן אויך נישט פונעם דרש אויף 'להרע או להטיב' מוציא צו זיין נשבע 'לבטל את המצוה' ממילא וועט ער נישט וועלן עובר זיין אויף די שבועה, ודו"ק ודפח"ח.

ד) איך האב געהערט פון הרה"ג ר' ישראל דוד שלעזינגער, אז דער הייליגער חתם סופר האט יעדעס יאר נאך יוה"ק ביינאכט 'כל נדרי' געלערנט מיט די בחורים תלמידי ישיבתו דעם רבמ"ם אויף הלכות עבודת יוה"כ מקיים צו זיין דעם ונשלמה און אויך אז די בחורים זאלן פארשטיין וואס 'מזאגט צומארגנס אין די 'עבודה'.

שיבנה בית המקדש במהרה בימינו, ותן חלקינו בתורתיך.
אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוימען קערער »

אזוי ווי איך האב דא מיטגעטיילט מיין קשיא, וויל איך אויך דא ברענגן דעם תירוץ

דער תירוץ איז זייער פשוט, ס'איז א גרייז אינעם תפילה ישרה סידור (און אזוי ווי דער מחזור דברי יואל האט נאכגעדרוקט דעם תפילה ישרה סידור ווארט ביי ווארט, האט זיך דער גרייז אריבערגעכאפט), דער תפילה ישרה סידור האט נאכגעדרוקט דעם נוסח פונעם ארגינעלען בארדיטשובער סידור וואס מען האט גערופען דעם ראדווילער סידור, וואס אויף דעם האט דער הייליגער קדושת לוי געגעבן א הסכמה.

האט זיך געטראפן א איד וואס האט א קאפי פונעם ראדווילען סידור, און נאכקוקענדיג דארט, פעלט טאקע דארט די ווערטער "ונסכיהם כמשפטם" אינדערפרי ווען מען האט מקריב געווען די שבעת כבשים פון מוסף.

איז די סתירה אויס סתירה, און דער תפילה ישרה סידור און מחזור דברי יואל גרייזיג
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קוימען קערער האט געשריבן:אזוי ווי איך האב דא מיטגעטיילט מיין קשיא, וויל איך אויך דא ברענגן דעם תירוץ

דער תירוץ איז זייער פשוט, ס'איז א גרייז אינעם תפילה ישרה סידור (און אזוי ווי דער מחזור דברי יואל האט נאכגעדרוקט דעם תפילה ישרה סידור ווארט ביי ווארט, האט זיך דער גרייז אריבערגעכאפט), דער תפילה ישרה סידור האט נאכגעדרוקט דעם נוסח פונעם ארגינעלען בארדיטשובער סידור וואס מען האט גערופען דעם ראדווילער סידור, וואס אויף דעם האט דער הייליגער קדושת לוי געגעבן א הסכמה.

האט זיך געטראפן א איד וואס האט א קאפי פונעם ראדווילען סידור, און נאכקוקענדיג דארט, פעלט טאקע דארט די ווערטער "ונסכיהם כמשפטם" אינדערפרי ווען מען האט מקריב געווען די שבעת כבשים פון מוסף.

איז די סתירה אויס סתירה, און דער תפילה ישרה סידור און מחזור דברי יואל גרייזיג


דאס אז דער מחזור דברי יואל איז מלא גרייזן איז נישט קיין חידוש ביי מיר, (ווי באקאנט מיטן שמיא "וארעה" ביי קדיש תתקבל" נאכדערצו ווען די מקור פון דעם אתה כוננת איז פון שער הכוונות פון האר"י הק' און דארט שטייט אזוי ווי און אלע אנדערע מחזורים, און בכלל איז גוט צו וויסן אז רבינו הק' מסאטמאר האט נישט געדאווענט אינעם דברי יואל מחזור, אוודאי נישט.... נאר אפילו נישט אויף דעם נוסח (ע"ע אושפוזין עילאין סוכות) ודי.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך לייען יעצט איבער מיינע אייגענע ווערטער אינעם תגובה הפותחת את האשכול, יא פאראיאר האבן מיר געכאפט א שטיקל התעוררות איבער דעם סדר עבודת יום הקדוש בבית מקדשינו שיבנה במהרה בימינו, לאמיר מתפלל זיין אז קומענדיגען יום הכיפורים וועלן מיר בפועל זיין צו זיין צווישען די 'כהנים והעם העומדים בעזרה' און זעהן מיט די אייגענע אויגן די הייליגע עבודה, ובכן מה נהדר יהיה המראה.

איבער די קשיא וואס איך האב אויבען געברענגט בנוגע דעם שבועת הכהן בבית שני, איז פארהאן נאך תירוצים עס איז דא אן אינטערעסאנטער תירוץ פונען חזון איש אויך, כשיהי' לי פנאי אעתיקנה אי"ה.

עס איז דא א ספר 'סדר יומא' וועלכע איז גאר ווערטפול פאר די וואס ווילען עוסק זיין בעבודת יום הכיפורים.

דערווייל; ונשלמה פרים שפתינו, ויה"ר שנזכה בקרוב לראות בשמחתן של ישראל אכי"ר.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער גבאי האט נעכטען אריינגעשטעלט אונעם תפילות ופיוטים שאנק, צוויי ספרים פירושים אויפען סדר עבדה וואס מען זאגט ביי מוסף יום הקדוש.
מלאכת עבודת הקודש לר' משה ניגרין נדפס בסלוניקי בשנת שכ"ח
עבודת ישראל לר' ישראל קמחי נדפס באיזמיר בשנת תצ"ז

דער עבודת ישראל האב איך מיר פארשאפט פאר צוויי יאהר צוריק און כ'האב אסאך געלערענט דערון. דער מחבר איז מבאר דער עבודה פון כהן גדול על פי נוסח אתה כוננת מיט א ביאור היקף און פארשידענע סוגיות און מסכת יומא.
עס איז א ווינדערליכען פירוש.
the SCY is the limit
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

קוימן קערער די קושיא קען מען פארענטפערן פשוט אנהייב זאגט ער ומנחתם ונסכיהם כמשפטם אז מען מוז עס נישט מאכן צוזאם וכמראה מקום היא על שלימות הקרבן און שפעטער שטייט ווען מען האט עס מקריב געווען. נאר אז קושיא מעיקרא ליתא איז דאך נישט שייך (פרוואס שטייט והי' כי תצא)
ר'שמחה אין וועלכע שאנק ליגען די ספרים דא אין ספרים האב איך עס נישט געזען.
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח ר' שמחה פאר די אינפאו, און אן עקסטערן דאנק פארן גבאי פאר די טירחא, תשוח"ח לכם.
-
אן אינטערעסאנטע הערה בענין עבודת יוה"כ; עס ווייסט יעדער פון די ערשטע משנה אין מס' יומא שבעת ימים קודם יוה"כ מפרישין כה"ג מביתו ללשכת פלהדרין, ומתקינין לו כהן אחר תחתיו שמא יארע לו פסול, זאגט רשיה"ק אויפן פלאץ בד"ה ומתקינין וז"ל: שמא יארע לו פסול קרי או שאר טומאה המעכבין לו מלבא למקדש, ע"כ.

איז אבער דא די אנדערע משנה אין אבות פרק ה' משנה ה' צווישן די עשרה נסים שנעשו לאבותינו; "ולא אירע קרי לכה"ג ביוה"כ" אויב אזוי ווערט דאך שווער פארוואס האט מען צוגעגרייט א כהן אחר תחתיו אויב האט סייווי נישט פאסירט אזא מכשול, איז דער תירוץ בפשטות, לא סמכי' אניסא מ'פארלאזט זיך נישט דערויף.

קומט די גמ' אין מס' יומא דף י"ב ע"ב מיט א מעשה (מקורו בתוספתא פרק א' ברייתא ד'); אמר ר' יוסי, מעשה ביוסף בן אלם בציפורי שאירע בו פסול בכה"ג ומינוהו תחתיו, לכאורה וויאזוי שטימט דאס מיט די משנה אין אבות?

זאגט דער מחזור ויטרי (אריינגעדרוקט אין די משניות יכין ובועז פון הונטען) אז דער גאנצער נס איז נאר געווען אויף 'לא אירע קרי' ווייל וויבאלד דאס איז א טומאה היוצא מגופו איז עס מכוערת יותר משא"כ אנדערע טומאות (וכן דייק הרע"ב בפירושו על המשנה עיי"ש), און ער האט עפעס א גירסא אין די גמ' אז די מעשה פון יוסף בן אלם איז געווען 'שניתזה צינורא של ע"ה על בגדו' אבער נישט קיין טומאת קרי.
לויט דעם זאגט ער אז אויב אזוי קען מען דאך פשוט פארענטפערן אז די סיבה פון מתקן זיין א כהן אחר תחתיו איז געווען משום אנדערע טומאות און מ'ברויך נישט צוקומען צום תירוץ פון לא סמכי אניסא, און ער איז מדייק אז אין די משנה אין אבות שטייט 'לא אירע קרי' ווידער אין די משנה אין יומא שטייט דייקא 'שמא יארע לו פסול' אבער מה נעשה אז רשיה"ק זאגט יא ; 'שמא יארע לו פסול קרי או שאר טומאה' וצ"ע.

וראה זה דבר פלא אז אין ירושלמי שטייט גאר די מעשה פון יוסף בן אלם בזה"ל: מעשה בבן אילם מציפורין שאירע קרי לכהן גדול ביום הכפורים ונכנס בן אילם ושימש תחתיו בכהונה גדולה. תיכף דערנאך דערציילט די גמ' נאך א מעשה: מעשה בשמעון בן קמחית שיצא לדבר עם המלך ערב יום הכפורים ונתזה צינורה של רוק מפיו על בגדיו וטימתו ונכנס יהודה אחיו ושימש תחתיו בכהונה גדולה וראת אימן שני בניה כהנים גדולים ביום אחד וכו', זעהט מען עפעס אז מ'רעדט פון צוויי באזונדערע מעשיות וצע"ג, דער קרבן העדה זאגט טאקע אויפן פלאץ בד"ה שאירע קרי וז"ל: מקרה שנטמא ע"י אחת מטומאות אבל קרי ממש א"א לומר דתנן באבות שלא אירע קרי ביוה"כ לכה"ג נעולם עכ"ל, וה' יאיר עיני.

די מקורות פון אינעווייניג
אטעטשמענטס
Yerushalmi.jpg
Mishneh.jpg
Gemure.jpg
Machzur.jpg
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די אלע זאכן פון די משנה אין אבות האבן נוהג געווען אויך ביים צווייטן ביהמ"ק? אויב נישט קען מען אפשר מחלק זיין.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אודאי מבואר בספרים כאשר מדברים מהגילוי שכינה בבית שני, השמועס בכל פעם הוא העשרה ניסים
למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אנטשולדיג דער דומם זאגט אז עס איז א מחלוקת אמוראים בירושלמי יומא פ"א ה"ד
והוא מחלוקת ראשונים, ואחרונים, ויש בזה כמה דעות
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יא הרב הפלאי, דער דומם ארבעט אריין ביי מיר אויך, איך ארבעט יעצט צו ציטירען דעם ירושלמיף פאר ווער עס יאגט זיך קען קודם לערנען וואס ר' שמואל דוד פר"מ זאגט אין זיין חיבור שדה צופים אויף דעם ענין.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הא לכם לשון הירושלמי
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_40739_16.jpg
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

מהרש"א האלט אז יא, מהר"ל אז נישט, רש"י תו' יא, תו' ישנים נישט
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איבער די חילוק פון א טומאה היוצא מגופו לשאר טומאות האט אמאל איינער דא געשריבען אז רביה"ק מסאטמאר זצ"להאט געזאגט פאר מהר"פ הירשפרונג איבער דעם וואס דער רמב"ם זאגט ביים פרה אדומה אז איינער וואס איז אדורך א טהרה דאורייתא איז מער טהור ווי דער וואס מעולם לא נטמא כלל, ווייל אויפן ערשטן איז דאך די תורה מעיד שניטהר.

האט דער רבי געזאגט אז דאס איז נישט אויך א טומאה היוצא מגופו נאר אויף שאר טומאות, האט דאס דער רבי געזאגט מדעת עצמו אדער האט דאס א פריערדיגען מקור?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אז טומאה היוצא מגופו גרוע, מוזכר הלכה לגבי כהן קטן האוכל חלת חו"ל בשו"ע למעשה
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קרעמער האט געשריבן:די אלע זאכן פון די משנה אין אבות האבן נוהג געווען אויך ביים צווייטן ביהמ"ק? אויב נישט קען מען אפשר מחלק זיין.

יישר כחכם הרב מיללער והרב פלאי, איך זעה אין אייערע ציטאטן אז איך האב זוכה געווען מכוין צו זיין א תירוץ פון ירושלמי.

שישו מעי.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיללער האט געשריבן:איבער די חילוק פון א טומאה היוצא מגופו לשאר טומאות האט אמאל איינער דא געשריבען אז רביה"ק מסאטמאר זצ"להאט געזאגט פאר מהר"פ הירשפרונג איבער דעם וואס דער רמב"ם זאגט ביים פרה אדומה אז איינער וואס איז אדורך א טהרה דאורייתא איז מער טהור ווי דער וואס מעולם לא נטמא כלל, ווייל אויפן ערשטן איז דאך די תורה מעיד שניטהר.

האט דער רבי געזאגט אז דאס איז נישט אויך א טומאה היוצא מגופו נאר אויף שאר טומאות, האט דאס דער רבי געזאגט מדעת עצמו אדער האט דאס א פריערדיגען מקור?

איך בין געווען דער איינער (דאכט זיך), און איך ווייס נישט מער פרטים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב קרעמער, אז מ'לערנט שיקט דער אייבירשטער אריין א ברכה אז מ'זאל קענען מכוין זיין זאכען וואס פריערדיגע האבן מחדש געווען, דאס איז דער ענין פון יגעתי מצאתי כמבואר בספה"ק ובספרי דמרי ט"ב.

-
איך האב אויבען דערמאנט די קשיא

מיללער האט געשריבן:הערה ג) ביים צווייטן ביהמ"ק משנתרבו המינות רח"ל האבן די חכמים חושש געווען אז דער כה"ג איז פארכאפט מיט די סעקטע וועלכע האבן זיך גערופען 'צדוקים' אנגעבליך האבן זיי נאר געהאלטן פון תורה שבכתב און נישט פון די דרשת חז"ל און תושבע"פ, ממילא האבן זיי פאלש געלערנט דעם סדר הקרבת הקטורת לפני ולפנים וואס לויט זיי האט מען שוין דעם 'ענן הקטורת' געמאכט פונדרויסן און אזוי אריינגעטראגן אין קדשי-קדשים משא"כ לויט חז"ל'ס דרש האט מען דאס געטאן אינעווייניג.

כדי צו זיין זיכער אז דער כה"ג וועט נישט משנה זיין פון דרשת חז"ל המקובל איש מפי איש עד משרע"ה מסיני, האבן די זקני בי"ד משביע געווען עיוה"כ דעם כה"ג 'במי ששכן שמו בבית הזה, שלא ישנה דבר מכל מה שאמרנו' און אזוי ארום פארזיכערט אז ער וועט טאן כהלכה.

זייער אסאך אחרונים שטעלן זיך, אויב איז דער כה"ג געווען א צדוקי און געהאלטן אז דאס איז קעגן די הלכה, נו וואס האט אויפגעטאן די שבועה, דאס איז דאך נשבע לבטל המצוה?

דער חת"ס אין א תשובה צו ר' בונם גינס, ענטפערט צווישן אנדערע תירוצים, אז חז"ל האבן געוואוסט אז די צדוקים האלטן אויך נישט פונעם דרש אויף 'להרע או להטיב' מוציא צו זיין נשבע 'לבטל את המצוה' ממילא וועט ער נישט וועלן עובר זיין אויף די שבועה, ודו"ק ודפח"ח.


דער ליקוט 'סדר יומא' ברענגט עטליכע תירוצים אויף די קשיא וואס רעק"א ברענגט צו בשם דעם פר"ח, דער חת"ס זעלבסט זאגט א סברא אז וויבאלד דער כה"ג איז נתמנה בפה ומסתלק בפה איז דאס נישט נאר געווען א שבועה נאר אויף א תנאי אז אויב וועט ער משנה זיין וועט ער ווערן אויס כה"ג למפרע [ובזה דייקו להקדים אתה שלוחנו ושליח בי"ד ודו"ק] און דאס וועט דאך דער צדוקי אויך נישט וועלן, איי לויט אים ווער ער דאך נישט טאן כמצוותו האט רע ענדערש געקענט באשטיין אז איין זאך זאל נישט זיין כהלכה (לויט זייער פארדרייעטע השגות) ווי איידער אז אלע עבודות זאלן ווערן כעטאן דורך א כהן הדיוט.

כ'האב אבער אויבן דערמאנט אז עוד אשוב לתירוצו של החזו"א, וואס ער זאגט בקוצר אמרים כדרכו און מ'ברויך עס קענען פארטייטשן (דער מלקט הנ"ל האט ווייזט אויס נישט געוואלט זאגען קיין פשט דערין האט עע נאר געשריבען ככתבו וכלשונו עיי"ש ודו"ק) איך וועל קודם מעתיק זיין לשונו הצח, און זעהן וויאזוי אונזערע חבירים לערנען אפ אזא חזון אי"ש, וואוסענדיג אז מ'רעדט פון א איד א גאון עולם אשר כל רז לא אניס ליה כחד מקדמאי.

הא לכם לשון החזון איש באו"ח סי' קכ"ו אות י"ז
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_14336_425.jpg
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דאס איז דעם חזו"א אפלערנן חשיד אממונא לא חשיד אשבועתא, און נודרים לקיים המצוה, וקשה ממה נפשך, נאר אפי' גנבא אפומא דמחתרתא רחמנא קריא, והפשט שמאמין, רק היצר גובר עליו ומסמא את העינים, כי השוחד יעור, ואין שחוד כשחוד לתאותיו, והחזו"א לומד שהצדוקים לא היו אפיקורסים מכח שיטה, רק בעלי תאוה, התאוה שלא להיות משועבד לבעל הבית חי, אלו החכמים ותורה שבע"פ, וזה תאוות ההמראה, ווידערשפעניגען, ודו"ק
למה זה תשאל לשמי...
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”