נייע לעפטאפ - הארדווער אינפארמאציע

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

נייע לעפטאפ - הארדווער אינפארמאציע

תגובה דורך אידישע קאפ »

כ׳וויל קויפן א נייע לעפטאפ פאר די פרייז פון בערך $500 איך דארף דאס בעסטע!

כ׳וויל קענען עדיטן דערמיט ווידיאוס, מוזיק, נוצן שווערע אדאבי פראגרעם׳ס און ס׳זאל קיינמאל נישט פריזן! פאשטייצעך אסאך מעמארי.

כפארשטיי אז ס׳דארף קאסטן מער ווי דעם,אבער יעצט מיט די בלעק פריידעי סעילס האפעך עפעס צו קענען טרעפן.

יעצט מיין שאלה איז אויף וואסערע הארדווער דארף איך קוקן/זיכן?
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובה דורך ווישוואש »

זע דא, דא, און דא.
לעצט פארראכטן דורך ווישוואש אום פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 1:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

רבי איד וועק דיר אויף.... אויב ביסטו נישט גייט צו צאלן לכה"פ זיבן מאות איז נישט דא וואס צו רעדן בכלל פון מעטשן די קרייטיריע וואס דו זוכסט!

און ביידעוועי איך זוך א דיעל צו קויפן א נייע קעדי עסקילעיד פאר פינעף אלפים...
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובה דורך שוועמל »

פאר 7 דען יא?
טרעף מיר i7 מיט SSD און 16G רעם מיט גוטע גרעפיק קארד פאר 700
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

שוועמל האט געשריבן:פאר 7 דען יא?

פאר זיבן קען מען צומאל טרעפן אין דער סעזאן א גוטע גוטע דיעל וואס האט אן איי 7, זעכצן גיג רעם, און א פיר גיג גרעפיקס קארטל.
זע למשל דער דיעל: viewtopic.php?p=1137084#p1137084
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

תגובה דורך אידישע קאפ »

דאס איז נישט מיין ערשטע לעפטאפ וואסיך קויף נאר ביז יעצט פלעג איך גיין צו א טעקנישן און ער האט מיר צאם געשטעלט אן אייגן זאך למעשה פאנפעט עס שוין אונטער.
און פאר $700 וואס דארף איך זוכן - יעצט האבעך אן אנדערע טעקנישאן וואס וויל מיר בעטן איבער $800

נ.ב. בלעיק פריידעי אדער ניו יער ברענגט נישט אראפ די פרייז?

קנפי האקט
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

א טעקנישאן האט דיר צאמגעשטעלט אן אייגענע לעפטאפ? קיינמאל געהערט פון אזא זאך.

איך ווייס נישט וואס יענער אפפערט דיר פאר $800, אבער פאר א גוטע כלי איז עס בכלל נישט טייער.

אוודאי ברענגט בלעק פריידעי צומאל אראפ דער פרייז, אבער ער ברענגט עס אראפ פון $1100 צו $800.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

תגובה דורך אידישע קאפ »

קנאפער ידען האט געשריבן:א טעקנישאן האט דיר צאמגעשטעלט אן אייגענע לעפטאפ? קיינמאל געהערט פון אזא זאך.


לייגט צו רעם, מעמארי, טשענדזש געוויסע הארדווער, מיינסט איך ווייס וואס נאך? ווען יא דארף איך אים נישט נוצן...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

אידישע קאפ האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:א טעקנישאן האט דיר צאמגעשטעלט אן אייגענע לעפטאפ? קיינמאל געהערט פון אזא זאך.

לייגט צו רעם, מעמארי, טשענדזש געוויסע הארדווער, מיינסט איך ווייס וואס נאך? ווען יא דארף איך אים נישט נוצן...

איז אז דו ווייסט נישט נוץ אים טאקע... :roll:

על כל פנים ואופן א עכט גוטע כלי איז די מיניומים אזוי:
-אן אינטעל I7 פראסעסער
-16 גיג רעם
-א SSD הארד-דרייוו (קומט געווענדליך נישט אינעם כלי נאר ביי גאר טייערע, סאו מען קען עס אליינס קויפן און אריינלייגן)
-4 גיג דעדיקעיטעד גרעפיקס
אזא פעקל קאסט א שיינע פאר דאלער, עס וועט דיר נישט אויסקומען אונטער $850-$900 אפילו אין די ביליגסטע סעילס (אוודאי קען זיך אייביג עפעס מאכן, אבער דאס איז גוט צו חלום'ען.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

תגובה דורך חכם ממה נשתנה »

די רייטס מיר עכט אן
חכם מה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובה דורך משנה מקום »

ווי ווייט איך ווייס איז וויכטיגער א בעסערע גרעפיקס קארט ווי אז עס זאל האבען פיר גיג
בכלל איך מיין אז אדאבי פארשטייט זיך בעסער מיט ענווידיע קארדס וועגען CUDA פאר מער קאמפלעקס 3D רענדערינג
פאר פשוטע גרעפיק דעזיין מיין איך איז נישט אזוי וויכטיג צו האבען ווייס איך וואספארא גוטע גרעפיקס קארד
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

תגובה דורך שטייגען »

איך וואלט דיך געראטען צו נעמן דיע
Lenovo Z70 17.3 Inch Laptop (Intel Core i7, 16 GB, 1TB HDD, Black) - Free Upgrade to Windows 10 https://www.amazon.com/dp/B00SB4B330/re ... twbPBZP7BX
..
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

שטייגען האט געשריבן:איך וואלט דיך געראטען צו נעמן דיע
Lenovo Z70 17.3 Inch Laptop (Intel Core i7, 16 GB, 1TB HDD, Black) - Free Upgrade to Windows 10 https://www.amazon.com/dp/B00SB4B330/re ... twbPBZP7BX

אויב דארף ער נישט קיין גרויסע סקרין דוקא, איז דער דיעל דא אסאך ביליגער און דער כלי איז נאר בעסער ווי דעם.
און אויב וויל ער יא דער כלי וואס דו ווייזט, זאל ער לכה"פ נעמען דער וואס קומט שוין מיט ווינדאוס 10 וועלכע קאסט מיט איבער זעכציג דאלער ביליגער.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

תגובה דורך אידישע קאפ »

ווישוואש האט געשריבן:זע דא, דא, און דא.


פארגעסן צו באדאנקען. שכח
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

תגובה דורך אידישע קאפ »

קנאפער ידען האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:איך וואלט דיך געראטען צו נעמן דיע
Lenovo Z70 17.3 Inch Laptop (Intel Core i7, 16 GB, 1TB HDD, Black) - Free Upgrade to Windows 10 https://www.amazon.com/dp/B00SB4B330/re ... twbPBZP7BX

אויב דארף ער נישט קיין גרויסע סקרין דוקא, איז דער דיעל דא אסאך ביליגער און דער כלי איז נאר בעסער ווי דעם.
און אויב וויל ער יא דער כלי וואס דו ווייזט, זאל ער לכה"פ נעמען דער וואס קומט שוין מיט ווינדאוס 10 וועלכע קאסט מיט איבער זעכציג דאלער ביליגער.


כ׳זיך דווקא נישט די גרעסטע סקרין.

הרב שטייגן דעס האבעך און אפיס און - געקויפט דורך מיין באלעבאס, און כ׳ניץ עס נישט פאר שווערע זאכן, ער איז גאנץ גוט אבער... ער קען צו מאל כאפן א קלאץ, יעצט מיט ווינדאוס 10 איז עס בעסער געווארן אבער... שוין!

מיין באס האטעס געקויפט פאריאר בערך די סיזן פאר $735
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובה דורך לעיקוואד »

איך ברויך קויפן א נייע לעפטאפ, איך ארבעט אסאך אויף אינדעזיין פאר לעיאוט, די לעפטאפ נוץ איך נאר ווען איך טרעוועל, און עס קומט מיר אויס צו נוצן די לעפטאפ העווי מיט אינדעזיין בע' 10 מאל א יאר, יעצט עס איז דא די פאלגענדע ספעשילס, איך וואלט געוואלט הערן וועלכע מען וואלט רעקעמאנדירט.
אלע דריי קאסט די זעלבע אבער יעדע האט א פיטשער מער ווי די אנדערע


Staples Toshiba

קודם ביי Staples האב איך 15% דיסקאונט, (דורך קויפן גיפט קארד), עיקר מעלה 8GB, 15 אינטש סקרין, חסרון נאר 500GB HARD DRIVE

Staples HP

מעלה, 5th Generation, שנעלערע ספיד, 1TB מעמארי, חסרון קלענערע סקרין און 6GB RAM

BEST BUY

מעלות, 1TB Memory, 8GB RAM, גרויסע סקרין, חסרון, לויט ווי איך זעה אויף די specs איז עס עפעס נישט אזוי גוט פאר גרעפיקס ווי די אנדערע פון Staples, און ווי אויך, איך האב נישט די דיסקאונט

(איך האב מיך שוין גע'סטאק'ט מיט די גיפט קארד'ס, ממילא ציט מיר עפעס מער Staples.
אלע דריי גייט זיין $299 ביי Black Friday
וואס זאגט דער עולם, וואס איז א בעסערע דיעל.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

(האסט דאך עס שוין געפרעגט אין איין אשכול, וואס פעלט אויס צו לייגן אין מער ווי איין פלאץ?). דו האסט דאך גיפט קארדס סאו דער סטעיפלס איז ביליגער (אבער יעצט שרייבסטו אז גייסט עס עניוועי נישט נוצן), אבער אויב עס איז די זעלבע פרייז איז דער פון בעסט ביי לכאורה דער בעסטער אפציע. (דעלל איז בעסער ווי טאשיבא. און איך זע נישט וואו דו זעסט אז עס איז נישט אזוי גוט פאר גרעפיקס ווי דער ערשטער.)

אגב, וואו זעסטו דער בעסט ביי דיעל פאר $299? דער ערשטער פון סטעיפלס שטייט עס דארט (און עס איז אויכעט נאר מיט א ריבעיט.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובה דורך לעיקוואד »

אויף זייער פלייער איז געשטאנען די מאדעל אלץ א Doorbuster אבער יעצט זעה איך אז עס איז דא אנליין מיט א קיופאן, עיין dandeals.
פארוואס איך האב געטראכט אז עס איז נישט אזוי גוט פאר גרעפיקס, ווייל ביי די ספעקס איז נישט געשטאנען ברחל בתך הקטנה אזוי ווי ביי staples, און טאקע וועגן דעם האב איך דא געפרעגט צי הערן פון די מבינים.
איך וועל טאקע גיין מיט די בעסט ביי, ספעשיעלי אז איך דארף נישט גיין צי די סטאר, אזוי שפאר איך מיר די גאנצע בלעק פריידעי הו הא
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

תגובה דורך פרוכט בוים »

איך זוך א נייע לעפטאפ פאר אונטער 425 עס זאל זיין א גוטע סייז סקרין ארבעטן שנעל און לאודן שנעל אינטערנעט פעזשעס ארבעטן גוט מיט מייקראסאפט עקסעל אוטלוק וכד
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

פרוכט בוים האט געשריבן:איך זוך א נייע לעפטאפ פאר אונטער 425 עס זאל זיין א גוטע סייז סקרין ארבעטן שנעל און לאודן שנעל אינטערנעט פעזשעס ארבעטן גוט מיט מייקראסאפט עקסעל אוטלוק וכד

ווען דו האסט מער געלט קענסטו זיך מעלדן... א גוטע לעפטאפ וואס וואס זאל ארבעטן שנעל קאסט אביסל מער ווי דעם נארמאל.

אויב ווילסטו א לעפטאפ פאר דער-און-דער פרייז ולא יותר, דאן זאג נאר דאס, לייג נישט צו קיין תנאים ווי גוט עס זאל לויפן.
-----
נאכן זוכן אביסל, האב'ך יא געטראפן איין כלי וואס איז גאנץ פיין פאר $399, נאר נישט פון דער טאפ קאמפאני: http://www.newegg.com/Product/Product.a ... 00263&-
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובה דורך בערל קראקאווער »

הילף ביטע
איך זיך צו קויפן א לעפטאפ פאר אינדיזיין און אביסל גרעפיקס
עס זאל קענען פארטראגן אסאך
און נישט איינשלאפן

וואס זענען מיינע אפציעס

און פארשטייט זיך די בעסטע פרייז
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

וועלכע פרייז ווילסטו צאלן?

פאר א טויזענטער קענסטו טרעפן א I7 מיט 16GB RAM

פאר 500 קענטו טרעפן I5 מיט 8GB RAM
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

תגובה דורך עין טובה »

וויבאלד עס זענען דא צוויי אשכולות וואס דינען די זעלבע צוועק, איז צו פארלייכטערן פארן ציבור וועט איינס אפגעשפארט ווערן און פון היינט און ווייטער וועט מען זיך נאר באנוצן מיטן
פאלגענדע אשכול פאר הילף צן קויפן א נייע לעפטאפ
א דאנק.
פארשפארט

צוריק צו “ווינדאוס און מעק”