גיין מיט א טלית בגלוי אויפ׳ן גאס. פונקט ווי א שטריימל?

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'בין יעצט דא אריין געפאלן אין דעם אשכול, אזויפיל קען איך זאגן פאר מ'גייט ווייטער
כ'געדענק נישט יעצט קיין נעמען, כ'קען עס איבערשמועסן מיטן טאטן זז"ג אבער כ'געדענק זומער אין די קאנטרי וואו סאיז געווען נאר היימישע אידן זענען די עלטערע אידן אויך געקומען דאווענען מיט די רעשוואלקע, און זיי האבן געהאלטן דאס גיין מיטן טלית אויף די גאס אן א רעשוואלקע איז עפעס א סארט פריקת עול כ'האב נאך אפילו נישט יעצט אריין געטראכט דעם ענין כ'פירקל נאר מיינע זכרונות, כ'געדענק אז אזוי האט דאס אלטע דור דאס אנגעקוקט, כ'האב אמאל געפרעגט מיין טאטן זז"ג צו דאס האט נאר צוטון מיט רעשוואלקע און צו יעקעס אין קאנטרי וואלטן געקומען מיטן קויט אינמיטן זומער האט ער מיר געזאגט אז ערנסטע חשוב'ע מענטשן "יא".
דעם ברך משה זצ"ל געדענק איך איינמאל אינמיטן זומער אין די אנפאנג מ'ם יארן (דוכט זיך מ"א) האט ארויפגעוואקט צו די ישיבה גדולה דאווענען מיטן רעשוואלקע אויפן טלית אין קרית יואל כ'האב עס געוואלט גיין אויסטון, כ'געדענק דעם וועג יוי האב איך אים געשוינט, די זון האט געברענט און דער רבי האט געהאט א בעקישע, טלית, רעשוואלקע
כ'האב מיך דעמאלטס מקבל געווען איך גיי מער נישט זיין קיין רבי
אז מ'לעבט דערלעבט מען
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

רבותינו זענען געגאנגען מיט דעם רעזשוואלקע גאנץ שבת, יא טלית נישט טלית, קיין שום שייכות.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

ס'דא א ענין צי גיין מיט א רעזוואלקע אלס מקיף נישט צו באדעקען די טלית..
לפנות בוקר
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

איך האב אמאל געהערט אן אנדערע זאך בשם הרה'ק משאפראן זי'ע לגבי גיין מיט א שטריימעל אין באנק (גוישע פלעצער) אז מ'זאל נישט גיין אין קיין גוי'שע פלעצער מיט קיין שטריימעל ווייל דער גוי דארף נישט וויסן קיין אידישע מנהגים...
לפנות בוקר
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

פרידן האט געשריבן:אינמיטען לעצטען זומער איס אשת ר׳ יכקב ריכטער אוועק האב איך דעמאלטס געליינט דא אדער אין איינע פין די צייטונגען אין כהאב עס איבער געטשעקט ביי זיינע קינדער זיין ווייב הא געוואוינט אין באדעפעסט ווען ער האט חתונה געהאט איז ער אהין געגאנגען פאר אפאר וואכן האט אים די רבי אנגעזאגט "נישט" צו גיין מיט די שטריימל ווייל עס רייצט אויף די גוים די רבי האט אים געזאגט די וועסט אוועק פארן נאך אפאר וואכן אין די אידן דארט וועלן ליידן פין דעם

www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1976372#p1976372
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

בספר הק' בני יששכר מאמר צלא דמהימנותא מאמר י', בשם הה"ק רבי פנחס מקאריץ
הג"ה ועפי"ז תבין מה שאמר הרב הקדוש מהר"פ הנ"ל זצוק"ל אשר יכול האדם להתבונן המבחן מה בין ישראל לגוי ממנהגיהם, דמנהג ישראל שהבגד העליון (הנקרא טוזלי"ק או איי"ן הו"ל בלשון אשכנז) הוא להם בגד כבוד ולבוש יקר, וכשהולך איש נכבד לבית הכנסת או אפילו אל בית אדם חשוב הולך דוקא מלובש בבגד העליון כי זה כבודו, ואצל הגוים הוא בהיפך אפילו כשהוא מלובש באיזה בגד עליון שקורין אייב"ר רו"ק מחמת הקור וכיוצא, בהליכתו לבית שרים נכבדים מפשיט מעליו את הבגד העליון כי הוא להם לחרפה, ואמר הרב הקדוש הנ"ל כי זהו הטעם דישראל יש להם אור מקיף וזהו כבודם ותפארתם משא"כ הגוים אין להם מקיף (כמש"ל בסוד והנחש היה ערום) הבן.
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

קעדילעק האט געשריבן:רבותינו זענען געגאנגען מיט דעם רעזשוואלקע גאנץ שבת, יא טלית נישט טלית, קיין שום שייכות.

אבער אנ"ש ערליכע חסידישע אידן זענען אלץ געגאנגען בייטאג מיט א רעזשוואלקע, און נישט ביי של"ש.

און די טעם אלץ טלית האב איך געהערט פון זקני חסידים מדור הקודם.
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

דרךהמלך האט געשריבן:איך האב נישט דורך געקוקט יעדעם'ס הערות
אבער דאס וואס רבותינו הקדושים זענען געגאנגען מיט א רעזשוואולקע איבערן טלית, האט נישט מיטן טלית צו טוהן, ס'איז געווען א קפידא אייביג צו גיין מיט א מלבוש עליון, סיי אינדערוואכן און סיי שבת, דוק ותשכח

דאך איז געוווען אסאך צדיקים וקדושים וואס זענען נישט געגאנגען א גאנצע וואך, און אויך נישט ביי של"ש, און שבת צופרי יא.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

עושר וכבוד האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:רבותינו זענען געגאנגען מיט דעם רעזשוואלקע גאנץ שבת, יא טלית נישט טלית, קיין שום שייכות.

אבער אנ"ש ערליכע חסידישע אידן זענען אלץ געגאנגען בייטאג מיט א רעזשוואלקע, און נישט ביי של"ש.

איני יודע פון וועלכע אנ"ש איר רעדט, אבער די חסיד'ישע אידן מדור הקודם וואס מ'האב מיר געקענט זענען געגאנגען צו של"ס אויך מיט א רעזשוואולקע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

איי געס איר רעדט טאטע פון זקני אנ"ש וואס זענען שוין אייביג קאלט...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אנשולדיגט דא אין ביהמ"ד איז קיין פלאץ פאר וויצן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

lebediger berel האט געשריבן:כ'בין יעצט דא אריין געפאלן אין דעם אשכול, אזויפיל קען איך זאגן פאר מ'גייט ווייטער
כ'געדענק נישט יעצט קיין נעמען, כ'קען עס איבערשמועסן מיטן טאטן זז"ג אבער כ'געדענק זומער אין די קאנטרי וואו סאיז געווען נאר היימישע אידן זענען די עלטערע אידן אויך געקומען דאווענען מיט די רעשוואלקע, און זיי האבן געהאלטן דאס גיין מיטן טלית אויף די גאס אן א רעשוואלקע איז עפעס א סארט פריקת עול כ'האב נאך אפילו נישט יעצט אריין געטראכט דעם ענין כ'פירקל נאר מיינע זכרונות, כ'געדענק אז אזוי האט דאס אלטע דור דאס אנגעקוקט, כ'האב אמאל געפרעגט מיין טאטן זז"ג צו דאס האט נאר צוטון מיט רעשוואלקע און צו יעקעס אין קאנטרי וואלטן געקומען מיטן קויט אינמיטן זומער האט ער מיר געזאגט אז ערנסטע חשוב'ע מענטשן "יא".
דעם ברך משה זצ"ל געדענק איך איינמאל אינמיטן זומער אין די אנפאנג מ'ם יארן (דוכט זיך מ"א) האט ארויפגעוואקט צו די ישיבה גדולה דאווענען מיטן רעשוואלקע אויפן טלית אין קרית יואל כ'האב עס געוואלט גיין אויסטון, כ'געדענק דעם וועג יוי האב איך אים געשוינט, די זון האט געברענט און דער רבי האט געהאט א בעקישע, טלית, רעשוואלקע
כ'האב מיך דעמאלטס מקבל געווען איך גיי מער נישט זיין קיין רבי

אויב געדענקסטו ביינונז אין 53 האבן אסאך (רוב) עלטערע אידן נישט געהאט קיין רעזוואלקע... און די זומער האט מען אדער געלאזט די טלית אין לאקער אדער האט מען אמאל געמאכט א פאטענט און געלייגט אונטערן בעקיטשע...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איך געדענק טאקע די טלתים אין לאקער בגדול (נאך היינט אויך זייער קאמאן ביינונז) די אונטערן בעקיטשע האבעך נישט אויפגעפאסט אפילו נישט אין אלטן 53
אז מ'לעבט דערלעבט מען
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

lebediger berel האט געשריבן:איך געדענק טאקע די טלתים אין לאקער בגדול (נאך היינט אויך זייער קאמאן ביינונז) די אונטערן בעקיטשע האבעך נישט אויפגעפאסט אפילו נישט אין אלטן 53

כ׳האדער געשיקט אין אישי איינער וואס טוט נאך היינט אזוי...
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

טראק דרייווער האט געשריבן:
ביללער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:אינמיטען לעצטען זומער איס אשת ר׳ יכקב ריכטער אוועק האב איך דעמאלטס געליינט דא אדער אין איינע פין די צייטונגען אין כהאב עס איבער געטשעקט ביי זיינע קינדער זיין ווייב הא געוואוינט אין באדעפעסט ווען ער האט חתונה געהאט איז ער אהין געגאנגען פאר אפאר וואכן האט אים די רבי אנגעזאגט "נישט" צו גיין מיט די שטריימל ווייל עס רייצט אויף די גוים די רבי האט אים געזאגט די וועסט אוועק פארן נאך אפאר וואכן אין די אידן דארט וועלן ליידן פין דעם

ס'דא נאך אפאר מעשיות פון רבין בנוסח זה.
אמאל איז דער רבי געבליבן שטיין אויף א גאס אין מאנהעטען ווילאנג יאסל האט געזוכט א קאר, דער רבי האט זיך זייער געערגערט, ער האט געזאגט ווי קען מען אזוי שטיין אויף די רוישיגע גאס.
אנדערע מאל האט ער טאקע אנגעטון טונקעלע בגדים אין די פרעמד.


דאס וואס דער רבי האט געזאגט פאר ר' יעקב ריכטער איז מחמת כמה סיבות נישט דומה אל הנידון, דארט האבן זיי זיך ספעציעל פארלייגט אויף אידישקייט, און זיי האבן גערודפ'ט אידן אויף יעדעס ביסל אידישקייט וואס איינער טוט נאר, האט דער רבי געזאגט פאר ר' יעקב לייג נישט אריין אנדערע אידן אין א אפענע סכנה, זיי נישט קיין פרומער אויף יענעמ'ס חשבון. דא אין אמעריקע איז נישט דא קיין גזירה אויף אידישקייט, די נידון איז בכלל נישט דומה.

איה"נ, אמעריקא, בפרט היינט איז אנדערש.
אין די ערשטע יארן איז טאקע געווען איינס פון די סיבות וואס אפי' חסידישע אידן זענען נישט געגאנגען קיין שטריימל אויפן גאס, אפי' אין שטוב זענען זיי געגאנגען, ס'איז זיי געבליבן אין די בלוט, היינט קען מען עס נישט פארשטיין.
דער רבי איז אמאל געפארן מוצ"ש מיטן באן קיין שיקאגא, איז ער טאקע נישט געגאנגען קיין שטריימל, אבער האט נישט געוואלט גיין מיטן הוט אויך נישט.

ס'איז באקאנט מ'האט געזאגט ווען די היפי מאוומענט איז אויפגעשטאנען אז דאס העלפט אסאך פאר חסידישע אידן
לצבאותיכם
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לצבאותיכם »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לצבאותיכם האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:נישט מיטן טלית. דערפאר גייט מען מיט א רעשוואלקע, חוץ אין קאנטרי וכדו'

פארען גוי איז א חילוק א טלית צו א שטריימעל?

קענסט אים אינטערוויוען... אבער אזוי האבן מיר במסורה.

מסורה?? די ערשטע מאל איך הער פון דעם.
די גייסט זומער צופרי מיט א רעזוואלקע?
נ.ב. איך גיי אלעמאל מיט א ריזוואלקע


ווי האט אמאל א איד געענטפערט פאר א אמעריקאנעם בוי וואס האט איהם אנגעשריגן פארן גיין מיטן שטריימל אז ער מאכט א חילול ה': 'דעם גוי באדערט בכלל נישט וויאזוי איך בין אנגעטוהן, והא ראי' אז די גויים צווישן זיך מאכן בכלל נישט קיין עסק וויאזוי זיי גייען אנגעטוהן, מצדם קען מען גיין זאקן אויפן קאפ רואיגערהייט און קיינער וועט דיך ניטאמאל אנקוקן, די אידישע לבוש באדערט נאר פאר די מאדערנע אידן וואס זעהן וויאזוי א אמת'דיגע ערליכער איד קוקט אויס, און עס שטעכט זיי'.
דאס אז עס אינדענטיפיצירט א איד איז אמת, אבער אויב אזוי דארף מען ארויפלייגן די פאות אויפן אויער און אויסטוהן דעם שטריימל אויפן גאס.

להשלמת הענין ולרגל יומא דקא גרים.... האב איך אמאל געהערט פון הרב שרגא פאפלאנאש ווי מען קען זעהן די געוואלדיגע חסדי השם און סייעתא דשמיא אז ווען עס האבן אנגעהויבן צו קומען אויף אמעריקע מער יודן וועלכע האבן געוואלט אנהאלטן מיט שמירת המצוות איז אריין אין קראפט די געזעץ פון בלויז 5 ארבעטס טעגא וואך וואס האט אפגעשטעלט די נסיון פון חילול שבת וועלכע האט געברענט במדינתינו אמעריקא. און ווען עס האבן אנגעהויבן צו קומען מער און מער יודן נאכן צווייטען וועלטס קריג וועלכע האבן אנגעהויבן זיך צו פירן מיט דיקדקי החסידות האט הקב"ה געשיקט די אמשיקעניש פון "יופי"ס" וועלכע האבן שטארק אריינגעברענט די באגריף זיך אנצוטוען און פירען ווי עס שמעקט פאר יעדעם אן דארפן אויסקוקען מיט א געווסע מאדע (היט, נעקטיי וכו' וכו') וואס דאס האט פיל פארגרינגערט זיך צו קליידן און פירען חסידיש.
והדברים נכונים
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

הרב ליפשיץ

Screenshot_20191219-014532_Chrome.jpg
Screenshot_20191219-014532_Chrome.jpg (354.48 KiB) געזען 1142 מאל
געשריבן דורך: נעכטן
לצבאותיכם
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לצבאותיכם »

עושר וכבוד האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:איך קען מעיד זיין אז הרב שאר שוינט נישט קיינעם, פון אגודה ביז סאטמאר. ווען ער האלט עפעס זאגט ער עס. ער שטעלט זיך נישט צו צו קיינעם. איך האב אים שוין געהערט האקן אויף כמעט יעדעם.


און דאס ברענגט ארויס אז...?

דער תגובה איז צו א צווייטן.

לגבי די רבי'ס מיט רעזשוואלקע, כפי ידיעתי איז דאס די סיבה, נישט אויפצודעקן די טלית. אויב דו ווייסט פון עפעס אנדערש ביטע שרייב.

(אור המקיף איז נאר ליל שב"ק)

חסידישע אידן ובפרט רבנים זענען אלעמאל געגאנגען מיט א אויבער מאנטעל ובפרט שבת קודש, ופשוט הוא
דערמאן איך זיך א מעשה אז מרן בעל בר"מ זצ"ל האט אמאל געזען איינע פון זיינע עלטערע צוגעקימנע אייניקלעך שבת צופרי אן א רעזוואלקע האט ער אים געפרעגט היתכן? א חסידישע יונגערמאן גייט אן א רעזוואלקע? און זייט דעמאלטס גייט טאקע נכדו הנ"ל אלעמאל שבת מיט א רעזוואלקע כולל שבת צופרי אין קעמפ ווי ער וווילט יעדעס יאר פאר 9 וואכען (און טאקע די איינציגסטע דארט פון צווישן אלע רבנים ואנשי שם)
מתוקים
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתוקים »

איך האב געזען אסאך ערליכע אידן אפילו ביי די אשכנזים דווקא נישט געגאנגען מיטן טלית אויפן גאס
עס זענען געווען אפילו וואס האבן אנגעטון דעם רעקל אויפן טלית נאכן דאווענעןץ בעיני ראיתי אין מאנסי עטליכע אידן אהיים גיין םפון ביהמ"ד שבת נאכן דאווענען מיט א קורצע רעקל אויפן טלית
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

טלית
אטעטשמענטס
טלית.JPG
טלית.JPG (91.17 KiB) געזען 871 מאל
קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטאגאריש »

דרייווען א 50k קאר אין אריינקאטען פאר א גוי אדער אפשפארן א ביזי גאס פאר א חופה איז 100 מאל ערגער
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”