וקנה לך חבר - להבין ולהשכיל בלימוד
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- ווינקל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7788
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
- לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל
וקנה לך חבר - להבין ולהשכיל בלימוד
--כ'ווייס נישט וואו צו לייגן אזא אשכול וואס כ'וויל שוין עפענען גאר לאנג, אפשר וועט איינע פון די מנהלים טרעפן אן איידיע--
דער ציל פון דעם אשכול איז אזוי, איך האב -און כ'גלייב אסאך האבן דאס אזוי- ביי טייל פון מיינע שיעורים נישט צופיל צייט זיך מעמיק צו זיין אין די סוגיא, צומאל האב איך נישט דעם חבר וואס איז גרייט זיך אפצושטעלן וואו איך שפיר א פלאנטער, למעשה דרייען זיך דא ת"ח אז ס'איז ממש א שאד זיך נישט אדורך צושמועסן, און אויסקלארן זאכן.
צומאל איז דאס דברים פשוטים, א פשט אין א גמרא, א רש"י, און צומאל איז דאס הערה. און כ'גלויב אז א גרויסער עולם וועט הנאה האבן פון אז אשכול.
דער ציל פון דעם אשכול איז אזוי, איך האב -און כ'גלייב אסאך האבן דאס אזוי- ביי טייל פון מיינע שיעורים נישט צופיל צייט זיך מעמיק צו זיין אין די סוגיא, צומאל האב איך נישט דעם חבר וואס איז גרייט זיך אפצושטעלן וואו איך שפיר א פלאנטער, למעשה דרייען זיך דא ת"ח אז ס'איז ממש א שאד זיך נישט אדורך צושמועסן, און אויסקלארן זאכן.
צומאל איז דאס דברים פשוטים, א פשט אין א גמרא, א רש"י, און צומאל איז דאס הערה. און כ'גלויב אז א גרויסער עולם וועט הנאה האבן פון אז אשכול.
- ווינקל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7788
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
- לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל
ואתחיל בזה; סוף מסכת נדה (ד' ע' ע"א) (קען ווען אריינגיין אין די חידה אשכול, וואס כ'לאז עס פאר אוהב חכמה וועלכער האט דארט היינט די אויסשליסליכע רעכטן... {שוין, א מלתא דבדיחותא פארן לערנען..}) די 3טע שאלה פאר רבי יהושע בן חנניא (חיננא) א בת משולחת מהו לכהן? דער עטנפער איז "היא נארישקייט ואין בניה תועבין", ווי רש"י איז דאס מסביר איז עס א לימוד פון פסוק וואס שטייט "כי נארישקייט היא" (בלעטערנדיג האב איך געזען אז אין יבמות י"א איז דא א עמוד גמרא איבער דעם).
וואס מיר באדערט איז אז אין פסוק שטייט "כי נארישקייט הוא", אז די זאך איז א נארישקייט, בצוקער מט א וא"ו נישט מיט א יו"ד וואס "זי" איז א נארישקייט. מעגליך דאס איז א דרש פונם קרי? פארוואס באנערקט עס קיינער נישט אויפן פלאץ?

ובדרך אגב, אין חידות אשכול קענט איר אלעמאל אריינהאקן, ווי געשריבן (קיינער האט נישט חולק געווען), און אין היכ"ת אשכול ווארט מען יעצט אויף א פרישע.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6762
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
איך ווייס נישט ווי דיקשיא קומט דא אדער ביי די חידות זאל דער אוהב פסק'נן
רשי זאגט נשאלה את פיה מכאן שאין משיאין אשה אלא מדעתה
לכאורה איז שווער א קשיא אויף די רשי ווייל עס איז באקאנט די קשיא אויף יעדע שליח לקידושין לכאורה קען מען נישט מאכן א שליח היכא שהוא חב לאחריני במילא וויאזוי קען מען מקדש זיין א פרוי מיט א שליח לכאורה איז ער חב לאחריני, ענטפערט מען וועגן אין מקדשין אשה אלא מדעתה במילא איז עס נישט קיין חב לאחריני
במילא איז שווער פון דעם אז דא איז דאך געווען א שליח במילא קומט אויס אז אפשר דוקא ווען מען איז מקדש מיט שליח פעלט זיך אויס דעת כדי עס זאל נישט זיין קיין פראבלעם פון חב לאחריני משא"כ סתם אזוי פעלט זיך נישט אויס קיין דעת

אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6762
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6762
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
כ'פסק'ן נישט, אבער דאס קומט זיכער נישט דא, לכאורה אין דיונים ועיונים.
ובעצם הקושיא, אם כי כבר האריכו בה בספרי דרוש ופלפול, ע"פ פשט הפשוט איז גארנישט שווער. ווייל מ'רעדט נישט דא פונעם דין אז קדושין דארף זיין מדעת האשה, נאר כעין הדין (קדושין מא.) שלא לקדש את בתו קטנה עד שתאמר בפלוני אני רוצה, עי' בב"ר וילקו"ש כאן, אדער רעדט מען בלויז פון זמן הנשואין, עי' גור ארי'.
ובעצם הקושיא, אם כי כבר האריכו בה בספרי דרוש ופלפול, ע"פ פשט הפשוט איז גארנישט שווער. ווייל מ'רעדט נישט דא פונעם דין אז קדושין דארף זיין מדעת האשה, נאר כעין הדין (קדושין מא.) שלא לקדש את בתו קטנה עד שתאמר בפלוני אני רוצה, עי' בב"ר וילקו"ש כאן, אדער רעדט מען בלויז פון זמן הנשואין, עי' גור ארי'.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35238
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
אוהב חכמה האט געשריבן:הוא מיט א חיריק ה' איז א לשון נקיבה, אזוי ווי היא.
נאר י"א פעמים איז דא א היא בתורה ביו"ד עיין במנחת שי עה"פ ומלך בלע היא
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=23
, ועוד האריך במקום אחר וכמדומה לי אין די דברים סדרות ומקורו היא בירושלמי תענית.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
געלערנט היינט אין כף החיים אן הלכה וואס איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס דאס מיינט. כאפט א בליק אויף דעם לעצטן סעיף קטן פון דעם בלעטל:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=272
עס ווערט אויך צוגעברענגט אין שערי תשובה סי' תקס"ח סק"א
ביטע, זייט מיר מסביר וואס דארט גייט פאר.