ימים שאין אומרים תחנון
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6762
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
ימים שאין אומרים תחנון
אזוי ווי עס איז דא פארשידענע מנהגים ווען מען זאגט יא אדער נישט תחנון וואס נישט אלעס האט א מקור, דעריבער איז פאסיג צו האבן א אשכול פאר די נושא אפשר וועט עפעס נתברר ווערן
דעם זונטאג האט געדאווענט פארן עמוד ביי מיין מנין א קליין צארטע יונגע בחור'ל, נאכן אראפלייגן אן עבודה ביי די הויעכע שמו"ע איז ער שטיל געבליבן פאר א מילי סעקונדע נאך המברך את עמו ישראל בשלום, ווען פון אונטן הערט זיך א ברום "נא יתגדל" דער בחור איז מקיים דעם ואל יבוש מפני המלעיגים און דרייט זיך אויס זיין קאפ און שטעלט אן א צוויי פרעגענדע אויגן, כלומר "דער איד ווייסט וואס ער רעדט אדער נישט?" וואס זאל איך אייך זאגן ? די בית המדרש איז פארוואנדעלט געווארן און א מאסן דעמאנסטרציע ווען פון אלע זייטן הערן זיך קולות "יתגדל!!!!!!!!!!!" דער בחור האט געזען כי כלתה אליו הרעה האט ער שנעל אנגעהויבן צו זאגן קדיש, ענדערש זאל ער זאגן קדיש ווי איינער נאך אים ח"ו. פארשטייט זיך אז ער האט שוין געהאט א היתר גמור פון פיקוח נפש.
ע"כ המעשה.
יעצט ווי שטייט אז מען זאגט שוין נישט קייןתחנון פון כג אדר און וויייטער? און שולחן ערוך שטיט עס נישט, ווי יא? איז עס א מנהג? ווי?

אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
ישלהוסיף האט געשריבן:דער מונקאטשער רב האט דאס גענומען א טריט ווייטער אין נישט געזאגט א טאג פארדעם אין א טאג נאכדעם.
אין זידיטשוב זאגט מען נישט גאנץ חודש אדר אלץ "והחודש אשר נהפך מאבל ליום טוב", קומט אויס זאגט מען נישט פון ראש חודש אדר ביז י"ג סיון, בימי הספירה אויך נישט ווייל מרעכנט עס כימי חול המועד.
ביסט זיכער דערין? ווייל איך פלעג דאווענען אין גאלאנטא, און פון דארט געדענק איך די מימרא אז פון י"א אדר ביז נאך די ז' תשלומין פון שבועות זאגט מען נישט קיין תחנון.
- יוראפ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19433
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
- לאקאציע: על אדמת נכר
קרעמער האט געשריבן:ישלהוסיף האט געשריבן:דער מונקאטשער רב האט דאס גענומען א טריט ווייטער אין נישט געזאגט א טאג פארדעם אין א טאג נאכדעם.
אין זידיטשוב זאגט מען נישט גאנץ חודש אדר אלץ "והחודש אשר נהפך מאבל ליום טוב", קומט אויס זאגט מען נישט פון ראש חודש אדר ביז י"ג סיון, בימי הספירה אויך נישט ווייל מרעכנט עס כימי חול המועד.
ביסט זיכער דערין? ווייל איך פלעג דאווענען אין גאלאנטא, און פון דארט געדענק איך די מימרא אז פון י"א אדר ביז נאך די ז' תשלומין פון שבועות זאגט מען נישט קיין תחנון.
עס איז א סתירה?
קרעמער האט געשריבן:איך האב געדענקט פון י"א אדר, און ער [יש להוסיף] איז מוסיף פון ר"ח.
איהר ווילט א גרעסערע חידוש (הליכות חיים, מנהגי הגה"ק מצאנז קלויזענבורג זצ"ל - הל' נפילת אפים אות א'):
רבינו לא נהג לומר תחנון ונפילת אפים. אבער זיי ברענגען דארט צו אז בימי הסליחות ועשרת ימי תשובה האט מען מקפיד געוועהן צו זאגען אפילו במנחה.
מתקנות ביהמ"ד דקהל חסידי בעלז בעיר מונקאטש בחתי"ק רבי ישכר דוב רוקח מבעלזא זצ"ל, וזה לתו"ד לענינינו:
אין להקל באמירת תחנון רק בחתן בפניו וברית מילה כשהוא בבית מדרשינו, או אם מתפלל שם אחד מבעל ברית, וביום שיהי' בו סיום משניות או סיום הש"ס, וכל שאר הימים הנזכרים בשו"ע שאין אומרים בהם תחנון. וכן בהימים שנוהגים בבהכ"נ ובבהמ"ד של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בבעלז שלא לומר בהם תחנון או ביום שיהי' שמחה של מצוה לכלל בני בית מדרשינו, עכתו"ד.
לויט ווי איך געדענק אין מנהגי בעלז ווערט אויס גערעכנט די טעג וואס מ'זאגט נישט קיין תחנון אין בעלז.
אין צאנז האט מען נישט געזאגט תחנון בערב שבת,
אונטערוועגנס האט מען אויך נישט געזאגט קיין תחנון.
ישלהוסיף האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:איך האב געדענקט פון י"א אדר, און ער [יש להוסיף] איז מוסיף פון ר"ח.
איהר ווילט א גרעסערע חידוש (הליכות חיים, מנהגי הגה"ק מצאנז קלויזענבורג זצ"ל - הל' נפילת אפים אות א'):
רבינו לא נהג לומר תחנון ונפילת אפים. אבער זיי ברענגען דארט צו אז בימי הסליחות ועשרת ימי תשובה האט מען מקפיד געוועהן צו זאגען אפילו במנחה.
מתקנות ביהמ"ד דקהל חסידי בעלז בעיר מונקאטש בחתי"ק רבי ישכר דוב רוקח מבעלזא זצ"ל, וזה לתו"ד לענינינו:
אין להקל באמירת תחנון רק בחתן בפניו וברית מילה כשהוא בבית מדרשינו, או אם מתפלל שם אחד מבעל ברית, וביום שיהי' בו סיום משניות או סיום הש"ס, וכל שאר הימים הנזכרים בשו"ע שאין אומרים בהם תחנון. וכן בהימים שנוהגים בבהכ"נ ובבהמ"ד של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בבעלז שלא לומר בהם תחנון או ביום שיהי' שמחה של מצוה לכלל בני בית מדרשינו, עכתו"ד.
לויט ווי איך געדענק אין מנהגי בעלז ווערט אויס גערעכנט די טעג וואס מ'זאגט נישט קיין תחנון אין בעלז.
אין צאנז האט מען נישט געזאגט תחנון בערב שבת,
אונטערוועגנס האט מען אויך נישט געזאגט קיין תחנון.
דער קלויזענבורגער רב האט אויפגעהערט זאגן תחנון אויף די עלטער, מפני שהוא עבודה גדולה (וכמדומה שגם הרה"ק מהר"א מדזיקוב לא אמר סוף ימיו), אבער שטאטס דעם האט ער געזאגט אבינו מלכינו
מהיכ"ת אז אין צאנז האט מען נישט געזאגט תחנון פרייטאג, אין סיגוט האט מען נישט געזאגט פרייטאג, והטעם ידוע מפני שהי' יומא דשוקא
למה זה תשאל לשמי...
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6762
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
דאכט זיך מיר אז פרייטאג און זונטאג האט מען נישט געזאגט וועגן יום שלפניהם ולאחריהם
אין מנהג ישראל תורה שרייבט ער אויף פרייטאג אז עס איז אזוי ווי ערב יום טוב וואס מען זאגט נישט קיין תחנון
נישט מסתבר וועגן יומא דשוקא ווייל אין סאטמאר האט מען אויך נישט געזאגטקיין תחנון
אמאל געהערט אז דער הייליגער יייטב לב איז געפארן אויף זידטשוב און געזען אז מען זאגט נישט קיין תחנוון פון דארט האט ער גענומען די מנהג, און ער איז אוועקגעפארן פארן דאווענען זונטאג ווייל ער האט נישט געוואלט אננעמען די מנהג אויף זונטאג, איך ווייס נישט קיין מקור אויף די מעשה

והוא פלאי האט געשריבן: מהיכ"ת אז אין צאנז האט מען נישט געזאגט תחנון פרייטאג
לקט הקמח החדש (או"ח סימן קל"א סקנ"ה), וזה לשונו: "שמעתי מהצדיק מה"ר שלום אליעזר הלברשטאם הי"ד שלא אמרו בצאנז ביום ערב שבת קודש תחנון".
ועוד להוסיף מספר אור הישר והטוב החדש (ליסקא, משמיה ספר זכרנו לחיים), וז"ל: "משמיה דהרה"ק מליסקא זצ"ל נאמר בזה על פי הלצה כי לכך אין אומרים תחנון כשהוא בדרך, יען כי הדרך ממעט הממון, ולוקה [לומר תחנון וללקות על החזה באמירת אשמנו], ומשלם [כי הדרך ממעטת הממון] לא אמרינן, עכ"ד. שייט בשו"ת הרדב"ז (חלק ח' סי"ז) ד"יורדי הים כיון שהוא מקום סכנה מוטב שלא יתוודה".
אין דער הקדמה צום ספר דרשת בית היוצר (להג"ר ישראל אפרים פישל ראטה אב"ד וויידיטשקא בעמח"ס אהל אפרים) איז דא א אינטרעסאנטע עובדא בנוגע זאגען תחנון ביארצייט של צדיקים, וואס ער האט אמאהל געהאט און טאג פון דער 'אך פרי תבואה מליסקא'ס יארצייט .
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6762
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
וואס טוט זיך מיט
תפלה לדוד
בית יעקב
יה"ר אחר קריה"ת
יה"ר אחר תהילים
איז עס פארבינדן מיט תחנון???
אין סידור פונעם בעל התניא דאכט זיך מיר שטייט אז בית יעקב האט צו טוהן מיט הלל אבער אז תפלה לדוד מיט תחנון געדענק איך נישט
און בכלל ווייס איך ניישט אויב די נישט זאגן תחנון איז נאר א מנהג, צו מען איז אויך פטור פון תפלה לדוד

- מאנ-יימער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10560
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
- לאקאציע: אויפן וועג ארויף
שאינו יודע האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט
תפלה לדוד
בית יעקב
איז עס פארבינדן מיט תחנון???
אין סידור פונעם בעל התניא דאכט זיך מיר שטייט אז בית יעקב האט צו טוהן מיט הלל אבער אז תפלה לדוד מיט תחנון געדענק איך נישט
אין אונזערע סידורים שטייט אז תפלה לדוד האט צו טוהן מיט תחנון און בית יעקב מיט אל ארך אפים
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6762
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
ביינונז אין שול איז געווען א פלוגתא די של"ס העעל"ט צי מ'זאל זאגן צדקתך, מאנכע האבן גע'טענה'ט אז מ'זאגט נישט קיין תחנון פון כ"ג זאגט מען נישט קיין צדקתך, אנדערע האבן אבער געזאגט מיילע תחנון זוכן מען מחמת סיבות שונות צו פטר'ן, אבער אפאר פסוקים צו זאגן וואס שטערט דיך? על פי שו"ע דארף מען דאך יא זאגן.
עטס ווילטס וואדע וויסן וואס איז געווארן. ס'איז געווען נצחו המחמירים את המקילים ואמרו צידוק הדין כדינא דשו"ע.